די בלעיד"י פינגע"ר.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

די בלעיד"י פינגע"ר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

צווישן די אומאויפהערליכע פייפערייען פון די רעגיסטער און די רוישיגע געזעמל פון די נערוועזע יענטעס האב איך שווערליך באוויזן אדורכציפירן מיין פסח וועגעלע אין געוועלב, טראכטנדיג וואס נאך איך האב אפשר נישט אויסגעלאזט פון מיין יערליכע פסח ליסטע שוין צום צווייטן פסח ארדער. און אט שמייכל'ט אראפ גראד צו מיין נאז די אלאמען באקאנטע פסח פראדוקט, המכונה "לעידי פינגער" אדער ווי די פירמעס האבן עס קורא שם געווען "בעיבי פינגער" צו פארמיידן דאס געשעפטסמאן פון דארפן שטיין מיט א מעדשיק מארקער ערב פסח און מעקן דאס ווארט "לעידי", נאכן אפשפרעכן עין הרע פאר אן אפותיקי ביי די ארגאנעזירער פון די מאסיווע עצרת מחאה ליל בדיקת חמץ.

ווי נאר איך האב דערזען די בעיבי פינגער'ס איז דאס גלייך אריינגעפלויגן אין מיין קארעטע בשין ועין. נישט איינס. נאר עטליכע, אלס נקמה פארן פארגעסן אזא וויכטיגע פסח פראדוקט. און דערנאך האמיר דאס איינגעטוישט אויף א גאנצע גרויסע באקסל דערפון. (ס'קומט טאך אויס ביליגער, ניין?)

נאכן צאלן און ארויסגיין פונעם באלאגאן, האב איך געהאט מער צייט צו טראכטן. פארוואס האב איך דאס געקויפט? איך האב נישט געקענט דערגיין די אורזאך דערצו. די גאנצע זאך איז דאך נישט אין מויל צו נעמען. ערוואקסענע - מען מישט זיך נישט. קינדער - זיי האבן דאך נישט ליעב די גאנצע געמויטזעכטס. איר ווייסט וואס פאסירט איינמאל עס קומט אין בארירונג מיטן צינג.? פעך.

אה! ס'קען זיין די סיבה איז אז איך האב דאס געזען ביי מיין טאטן. די מחשבות פירן מיך צוריק א צירקע דרייסיג יאר. ווען מיר האבן אויסגעפאקט די פסח ארדער אלס קינדער און געטראפן דארט א לאנגע פריידיגע געקעסטלטע שאכטל פון די וואונדערליכע "לעידי". זינט דאן איז אריין אין די ביינער אז אינעם פסח ארדער קומט א "לעידי"! פארוואס? ווייל עמיצער ברויך דאך שטעל-פארטרעטן די משרתת וועלכע איז מיסטעריעז פארשווינדן זינט ראש חודש ניסן העעל"ט.....

נאך עפעס פלעגן מיר טרעפן אין מיין טאטנ'ס פסח ארדער. א באטל ווישי וואסער. דאס איז געווען פאר די "שוי". קיינער האט דאס נישט געטרינקען, אבער דאס האט מיין טאטע געזען ביי זיין טאטן ע"ה, עד סוף על הדורות. און טאקע דא איז דאס פלאץ צו פארשרייען די פירצה פון טוישן די ווישי וואסער צו פלאסטיק באטעל. די ארגיאנעלע וואס מען קויפט פסח דור אחר דור איז בלויז די גלאזירטע פלעשל!

שטעלט אייך פאר, אז איך וויל היינט צוטאג ארויסגעבן די לעידי פינגער אלס אן ערשטמאליגן ערפונדענעם פסח פראדוקט. וואלט דאס אפילו געהאט איין איינציגע קונה?....

אט אזוי ארבעט די היימישע מארקעט. ווי א לעידי פינגער.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

:lol:
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

;l;p-
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ר' יום טוב דאכצעך אז מיין באקס איז נאך צוגעמאכט, ווילסט עס אפקויפן פון מיר? 20% אראפ שטייצעך.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

vichywater.jpg
vichywater.jpg (40.75 KiB) געזען 2228 מאל
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בשעת'ן אוועקפאקן האבעכמעך אזוי גענומען 3 שטיק. געמאכט א ברכה. אריינגעביסן און שנעל אראפגעלייגט די איבעריגע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

הענדימען האט געשריבן:בשעת'ן אוועקפאקן האבעכמעך אזוי גענומען 3 שטיק. געמאכט א ברכה. אריינגעביסן און שנעל אראפגעלייגט די איבעריגע

ווייסעך ניש וויזוי איר שרייבט נאך דא , ווייל מיר ווייסן אז איינער וויל באגיין זעלבסטמארד איז איינע פון די עצות, אריינבייסן אין 3 לעידי/בעבי פינגער בינאזאם און ער העט זיכער שטארבן פון חנק......

א גלעזל וואסער העט ניטאמאל לייזן העלפט פונעם פראבלעם, אזוי האמיר בקבלה
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נעה. איך האב נאר אריינגעביסן אין איינס

אגב. וואסי פשט פונעם "ב" אינעם קעפל?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

הענדימען האט געשריבן:נעה. איך האב נאר אריינגעביסן אין איינס

אגב. וואסי פשט פונעם "ב" אינעם קעפל?

פרובירן זאלער אן א ׳ב׳.. דער אשכול באקומט א שלאס ביז משמרת קומט אראפ פאר אונטערזיכונגען..
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

אגב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

אגב. וואסי פשט פונעם "ב" אינעם קעפל?
אטעטשמענטס
l f.JPG
l f.JPG (22.1 KiB) געזען 1752 מאל
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

איי איי איי!

דו האסט נישט פרובירט לעידי פינגערס מיט מילך.

נאסטאלגיע אויפן העכסטן שטאפל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

די ריכטיגע סחורה.
אטעטשמענטס
nQJGEHtDqj-s5-on-G6TDg.jpg
nQJGEHtDqj-s5-on-G6TDg.jpg (390.31 KiB) געזען 1573 מאל
G3jFwVv5-Cdp4UWcHNsS.Q.jpg
G3jFwVv5-Cdp4UWcHNsS.Q.jpg (253.37 KiB) געזען 1573 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

בערישל! וואו האסטו דאס פארשאפט?

א איד האט זיך געבעטן אויב איך קאן אים דאס ארלעידיגן אויף יו״ט. נישט געפינען אין ערגעץ.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווער וואגט זיך אפצושפעטן פון מיינע ל. פינגערס? איך ערנער מיך שוין עטליכע מעת לעת פון זיי... שטייצעך מיט מילך אין א טעלער צודריקט
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ר׳ יאנטעל האט פיין בארבעט די קלעביגע געמוזעכט׳ס.

בד״וו ווער קומט אויפפיקן די באקס מיט וואס איך בלייב שטעקן יאר איין, יאר אויס, כ׳מיין איינער זאל עפענען א גמ״ח פאר די פינגערלעך.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”