שתהא שלהבת עולה מאליה - ר׳ עזריאל איננו.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

כלל וכלל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

שתהא שלהבת עולה מאליה - ר׳ עזריאל איננו.

תגובהדורך כלל וכלל » מיטוואך אפריל 24, 2019 3:43 am

ווי הייב איך אן צי קלאגן, ווי הייבט מען אן צי וויינען, אויפן גאון וצדיק רבי עזריאל טויבער ששבק חיים לכל חי קוים א וואאך צירוק!

נישט געווען קיין מורה הוראה אבער געפסקנט מער שאלות ווי אסאך מורה הוראה
נישט געווען קיין מגיד שיעור אבער געהאט מער תלמידים ווי אסאך מגידי שיעור
נישט געווען קיין בנש״ק אבער מקריב געווען אידן לאביהם שבשמים אן קיין טיטעל אן קיין יחוס אבות אן קיין פאסטן, פשוט וויל זיין הארץ האט געברענט צים בורא עולם, ומחמת רוב האהבה בן לאביו האט ער געארבעט געשטרעבט אויסצילערנען נאך יודן את הדרך ילכו בם.

כבין שפראכלאז ווי א איד, א בעל הבית רוב ימיו, איז געווען אזוי קלאר מיט די יסודות הדת, אין געהאט אזא ברען און לעבענס שטרעבן אויסצילערנען יודן די שמחה פין א עול המצוות! יא א פרעשור! די שמחה פין ביישטיין א נסיון! די שמחה פון אתה בחרתנו! מיט אזא בהירות, אזא טעם זקנים.

כדערמאן זיך, ווי ער לייגט אראפ ביי איינע פון די שבתים רעדנדיג פון מלחמת היצר, ווי ער זיצט אין האטעל יארן צירוק זייענדעג און די מרחקים פאר א ביזנעס טריפ, אין זיין פליגער איז געווארן דילעיט מיט כמעט א טאג! קיין טעלעפאן איז נישט געווען, קיין ספרים האט ער נישט געהאט, ביזנעס איז שוין געווען ערלעדיגט, אויסגעריהט איז ער געווען, איון דא זיצט ער אין האטעל און די איינציגסטע זאך וואס ער פארמאגט איז א טעלעוויזיע אין זיין צימער מיט די רעמאוט אין די האנט.

סהייבט זיך אן די מלחמת היצר, א נייגעריגער איז ער, עפעס אנדערש איז נישטא וואס צי טאן, למעשה איז עס נאר אביסעל נייעס, ועוד תירוצים מתרוצים שונים, פין די אנדערע זייט מאט ער א חשבון הנפש, דער אייבישטער וויל דען נאר מיין דאווענען אין לערנען? ער וויל דאך יעצט דא און די מרחקים אן קיין נפש חי, אן קיין שום פעיר פרעשור זאל איך ציך צירוקהאלטן פין א ראיה אסורה נאר לעשות נחת רוח ליוצרי!
אינדערהיים איז דא אסאך תירוצים צי זיין ערליך, דא און האטעל אבער איז דא איין תירוץ. רחמנה אמר תוקעו. דער אייבישטער האט געהייסן ולא תסירו. אזוי איז ער געזיצן פאר שעות אין נישט אנגעצינדען דעם טעלעוויזשן!
איר הערט א גבורה פין א פארצייטישן בעל הבית??

דא פירט ר׳ עזריאל אויס במתק לשונו, דאס איז אידישקייט בדורינו. אזו ווי ער האט געשפירט די פאר שעה אין האטעל צימער אזוי שפירט יעדע בחור אין יונגערמאן כמעט יעדן טאג היינטיגע צייטן ליידער. נישט דא קיין פעיר פרעשור, אלעס איז בחדרי חדרים, קיינער גייט נישט וויסן אז די ביסט אפילו בייגעשטאנען דעם נסיון, אין דער אייבישטער שטייט אין קיקט צי די גייסט געווינען אדער די צד שכנגד ליידער. אין דאס איז די גאנצע תפקיד החיים. צי געווינין די מלחמות נאך א סקונדע און נאך א מינוט!

סקימט מיר טרערן.. די קלארקייט מיט די אמונה. נישט פארלוירן ווערן ווען עפעס גיבט זיך א שאקעל. געווען א לייכטורעם פון אמונה בדורינו אלה.
כהאב זכיה געהאט צי האבן א פרזענליכע שייכות מיט אים. א חכם עדוף מנביא. די קאלטקייט וויזו ער האט גערעדט בין חיים למוות איז געווען להפליא. אז דער אייבישטער דארף מיר אויבן איז דאס זיכער גיט, געטאנצן פאר יסורים אין זיך נישט מתמרמר געווען.

געקענט רעדן דרשות פאר אינגעלייט בענין קדושים תהיו. אפילו סאיז שוין נישט אין סטייל. געברענט פאר די תורה ומצוות אן קיין פשרות. מקרב געווען קרובים ורחוקים לאביהם שבשמים. כהאב געשפירט די אויגן ווערן מיר הייליגער קיקענדיג אויף אזא איד!


מהאמיר שוין פארלוירן רבנים פין פריעדיגן דור. דיינים פין פריעדיגן דור. מיטן התתלקות פין רבי עזריאל פארלירן מיר שוין ליידער די בעלבאתים פין פריעדיגן דור!

רבי עזריאל. כהאב חרטה פאר יעדן ווארט וואס כאב נישט גערעדט מיט דיר. יעדע בליק וואס כהאב נישא געגעבן אויף דיר. יעדע שבת וואס כהאב נישט אנטייל גענימען.

כבעט דיר זיי א מליץ יושר אינז זאלמיר נישט אינגאנצן פארפאלן ווערן דא, עפעס יראת שמים זאל נאך בלייבן דא פאר אינז. און אינז זאלמיר קיינמאל פארגעסן דיין שמחת החיים און אהבת הבורא. און אפילו אינז וועלמיר נאר פרובירן נאכצימאכן עפעס, איז שוין גיט!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 10:56 am

פאסיגע ווערטער, גאר גוט ארויסגעברענגט 'די מענטש'.

יישר כח!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 3:00 pm

אינטערעסאנט די לעצטע שאלה ותשובה פון ר' עזריאל טויבער ז"ל אינעם שלהבת גליון אויף פסח.


מזליה חזי! 
צוגעלייגטע
Screenshot_20190421-232134_Adobe Acrobat.jpg
Screenshot_20190421-232134_Adobe Acrobat.jpg (425.67 KiB) געזעהן 1327 מאל

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 5:40 pm

עד כאן שיעור פשוט
מכאן ואילך שיעור עיון

עס וועט נאך דויערען א שיינע פאר יאר צו ריכטיג אפשאצן וואס כלל ישראל האט דא פארלוירן, אבער פטור בלא כלום אי אפשר

רצון יראיו יעשה, זיין עבודת השם בפשטות ובלי רעש האט געפירט דעם רצון הבורא אז ער איז אוועק אום בדיקת חמץ טאג וואס א גרויס חלק כלל ישראל האט נישט געקענט זיך באטייליגן ביי די לוי' אזוי אויך קען מען נישט מספיד זיין, אזוי אויך איז זיין ברודער ושותף לדבר מצוה אוועק א שטיק צייט צוריק, איז כמעט נישטא ווער ס'זאל ריכטיג אפשאצן און ארויסברענגען וואס מ'האט דא פארלוירן

די גדלות פון ר' עזריאל איז פון זאכן וואס מ'איז נישט געוואוינט היינטיגע צייטן צו משבח זיין א נפטר. פשוט עס איז א יוני''ק פראדוקט, וואס זייט ר' שמשון פינקוס איז אוועק האט ער אליין געטוען און געהארעוועט אין דעם ענין פון לקרב רחוקים וקרובים צוגלייך
איך וואלט אים נישט בא'טיטול'ט א בעה''ב פון פריערדיגן דור, ווייל ער איז נישט געווען קיין בעה''ב וואס ארבעט פאר זיך.
נאר וואס דען?
עס איז דא אן עובד השם און עס איז דא אן עבד השם, אן עובד השם דינט דעם אייבערשטען, אן עבד השם ארבעט פאר'ן אייבערשטען
ר' עזריאל אין איין ווארט איז געווען אן עבד השם, גע'ארבעט פאר'ן רבש''ע, 24/7, נישט קיין חילוק נאנט אדער ווייט, הייס אדער קאלט, נאכט אדער טאג, וואכן אדער שבת,

ער האט געטראפן זיין תפקיד, און נישט גע'רוהט א מינוט פון עס ערפילן.
און טאקע נאר דאס, נאר ארבעט'ן פאר'ן אייבערשטען, און נישט פאר זיך,
צוליב דעם האט ער נישט גע'האט קיין אייגענע ביהמ''ד, אפילו ער וואלט זיך געקענט ערלויבן מער ווי איינס
צוליב דעם האט ער געטוען און געהאלפן אלע מינים פון כלל ישראל, אפילו עס איז נישט בא'טעם'ט
צוליב דעם האט ער געזאגט שיעורים אויף אלע שפראכן וואס ער האט נאר געקענט (אפילו זיין ענגליש איז נישט געווען די בעסטע צו זיין א בעל דרשן)
צוליב דעם האט נישט אויסגעמאכט פאר אים צו מ'ווייסט פון אים, פון זיין נאמען, פון זיינע אקטיוויטיס, מדת ההשתוות אויפ'ן העכסטן פארנעם
צוליב דעם האט ער נישט געקוקט אויף זיינע באקוועמליכקייטן ווען עס איז געקומען צו פאר'ן צו זאגן שיעורים

אלעם צוליב זיין אן עבד השם, א 24/7 ארבייטער פאר'ן רבוש''ע און זיין פאלק.

און דער יסוד האט ער געבויעט זיינע מהלכים אין אלע ענינים, יעדער איד איז דא פאר'ן תפקיד פון זיין אן עבד השם
א עבד איז דא צו טוען דעם רצון הבורא ONLY נישט קיין חילוק אין וועלעכע ענין, חינוך, שלום בית, פרנסה, געזונט, חיים ומות, שבת ויו''ט, א.ד.ג.
דאס איז ער געווען און דאס האט ער אויסגעלערנט אנדערע.

ווען איך האב אים געפרעגט פאר וואס ער ארבעט נישט ארויסצוגעבן זיינע ספרים אויף אידיש, האט ער גענטפערט, ער האט נישט די צייט, ווער עס וויל קען עס טוען, אן קיין שום טובת הנאה פאר אים, אדרבא, זאלן נאך אידן הנאה האבן.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר זיינע טויזענטער תלמידים פון אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל עד ביאת הגואל בב''א

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:02 am

אפענע וועלט הערליך שיין ארויסגעברענגט.
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:43 am

@כלל וכלל און @אפענע וועלט זייער שיין, איר ברענגט ארויף די באהאלטענע געפילן!

אן ערליכער בעה"ב פון אמאליגן דור. זיין פשטות אבער טיעפקייט אין זיין מהלך, נסיונות וואס ער איז מעיד אויף זיך און ברענגט אנדערע נישט צו פארשטיין וויאזוי מ'קען אפילו דורכפאלן.

נישט פון היינטיגע מצוות פלעגט ער רעדן, נאר פון פשוטע שלחן ערוך מצוות און חומרות וואס שטייט אין גמרא, א שטייגער ווי ער איז בייגעשטאנען נישט צו הערן קיין ראדיא ווייל בהכרח ווערט מען צוגעבינדן, צו חינוך הבנים, אדער נישט צו זיין א נבל ברשות התורה, (אנגעכאפט אפאר, פארשטייט זיך די ליסט איז אסאך לענגער) יעדע ענין מיט אזא קלארקייט.

זיין מחותן הרב שור האט געזאגט ביי די לוי' אויפן פסוק שלום שלום לרחוק ולקרוב, אז ער האט געהאט אפענע ארעמעס פאר סיי וועלכע אידיש קינד, פון אנהייב איז ער געווען מער פאר מקרב זיין רחוקים, שפעטער האט ער געזען אז קרובים דארפן אויך חיזוק בעבודת השם האט ער אנגעהויבן רעדן צו די היימישע עולם אויך.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג אפריל 29, 2019 5:57 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:ווען איך האב אים געפרעגט פאר וואס ער ארבעט נישט ארויסצוגעבן זיינע ספרים אויף אידיש, האט ער גענטפערט, ער האט נישט די צייט, ווער עס וויל קען עס טוען, אן קיין שום טובת הנאה פאר אים, אדרבא, זאלן נאך אידן הנאה האבן.


זיינע ספרים אין אידיש זענען אין פראסעס דורך ארגון שלהבת.

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

כנס התעוררות

תגובהדורך מוכר ספרים » מיטוואך מאי 01, 2019 6:21 am

כנס התעוררות
צוגעלייגטע
שלהבת כנס התעוררות טאובר_page-0001 (1).jpg
שלהבת כנס התעוררות טאובר_page-0001 (1).jpg (477.22 KiB) געזעהן 618 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט