בלאט 2 פון 2

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2019 1:25 am
דורך רייכער איד
מיקא האט געשריבן:לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים..
נאַ נאַ נאַ... עטץ זענטס גארנישט קיין סאך, און גארנישט אזוי וועלטליך בכלל, אז מ'זאל אייך דערפאר לויבן און שעצן! ס'דא וויפיל מאל מער כינעזע און מדבר קריכערס, אסאך שטערקערע און פולצאליגע סארטן, אז דו פינטעלע יודעלע זאלסט זיין עפעס ווערד א קרוין צו סיי וועלכע מעדאל.
ענגליש קעקעצ'סטו.. וויסנשאפט ווייסטו נישט, דו ווייסט נישט מימין ומשמאל – פון מערב צו צפון.. און קומסט בכלל נישט צוניץ דעם וועלטליכע פאבליקום, און אזא שטויבעלע ווי דו מיט דיין עקסזיטענץ וואלט מיט א רוח מצויה שוין צונישט געווארן – נישט היינט, נישט נעכטן, נאר נאך פאר דו האסט געקלערט צו זיין עפעס בכלל – בעפאר ביז געווען שבעים נפש, פיר טויזענט יאר צוריק, אויפ'ן נויט וועג קיין עגיפטען.
אלא מאי?
דער יענער וואס איז דער ערשטער און דער לעצטער, ער האט מיך אויסגעקליבן פאר זיין ליב פאלק, און געגעבן זיין כלי חמדה מיט רצון ותשוקה, און אט דער איינציגער אלמעכטיגער גאט ב''ה, ער באוויליגט מיר, און וויל איך זאל זיין ווי בוימאייל אויפ'ן וואסער, און איבערלעבן אלץ און אלעמען, און זיינע חשבונות זענען אנדערש ווי דאס מאטעריאלע חשבונות.
דער יודעלע קעקעצט ענגליש? נו וועמען שטערט עס.. דעם באשעפער?? אה, דעם סוחר.. נישט געפערליך..
ער קען נישט אלע מלכי מזרח ומערב אויפ'ן נאמען און געבורט'ס-טאגע, מיט זיינע צעדליגע פילגשים? וואס עפעס יא? האב איך דען באשאפן די וועלט פאר דעם צוועק??
ער קען נישט האנדלען? ער קען נישט פארדינען? כ'האב געמיינט אז די סיבה וואס מ'האט דעם יודעלע פיינט, איז ווייל זיי – יא זיי פירן די ביזנעס וועלט, און 'זיי' זענען די מרגיז ממלכות..?
מעיק אפ יור מיינד! זענען זיי א קלוג פאלק, צו זענען זיי פאנאטיש.. זענען די לומדי תורה קורץ קעפיג, צו יענע חברה גנבים..
וואס עפעס הייסן זיי נא'איוו? ווייל זיי קענען נישט 'אלע' שטותים וואס דער יענקי און בריט און פראנצויז קאן? און טאמער קען ער אלע חכמות – די אמת'ע חכמה, מדע ותבונה, די ריכטיגע העכערע באגריפן, נאך פאר סיי וועלכע באטשי האט עס ערפונדן, איז ער נאכאלץ נא'איוו??
לאמיר זען מ'זאל דעם גרויסן פסיכאלאג צו אסטראנאם – וואס האט געשטיגן שוין ביז'ן מאדים – פארהערן א שטיקעלע תוספות אין יבמות, צו אין די ג' בבות, צו וועט ער נישט קעקעצן ווי א גוי אין ברטנורא.. און דווקא דארט שטייט די סודות וואס האט זיי גענומען דורי דורות צו דערגיין, פאר דעם אסטראנאמישן פאנטאסטישע סומע, וואס די פאלק האט גארנישט..
וועמענס געלט? פאר וועלכע צוועק? און אביי ורבא האבן דאס ארויסגעשאקלט פונעם ארבל – כלאחר יד – און קלאר אן קיין קעקעץ – כשבילי דנהרדעא. ווילסטו מיר פארקויפן לאקשן פונעם עולם החומר והגולם? פון סייענטיסטן וואס נעכטן איז ער געבוירן און מארגן לעקט ער בלומען אויפ'ן בית עולם?..
קאם אן! זיי האבן נישט געוואלט די תורה ווען ס'נאכנישט געווען קיין קעיז-קוכן צוגעגרייט.. און מיר האבן עס גענומען מיט ציטער, און לבסוף זיך דערמיט געהאלטן אלץ איינציגסטע נצחיות'דיגע באשטאנד, ואי לאוו האי יומא, כמה וכמה טעאריעס און לאגיעס בשוקא..
מיט וואס קען זיך גרויסן דער גוי, סיי וועלכער ראסע, קאליר, צו שטרעמונג.. מיט וואס? האט איר דען איבערגעלעבט אזויפיל עקספרימענטן, ווי אונזער פאלק? האט איר דען געזען אין מצרים און אויפ'ן ים – מה שלא ראה יחזקאל בנבואה? האט איר איבערגעטראגן די רדיפות, שחיטות, מלחמות, גליות, און ארויסגעקומען גאנץ פונעם פארמעסט? מנן ומאן הוא רחימך?? ווער איז דיין גיבור, ווער איז דיין שדרה ביין, וואס האלט דיך עפעס שטערקער ווי מיינע..
און דו וואונדערסט דיך פארוואס איך וויל נישט גיין אין דיינע מאדערנע דרכים? פארוואס איך שעם זיך בכלל נישט ווען איך קעקעץ דיינע ערדישע שפראכן? ווייל כ'ווייס נישט בעל פה אלע ענקערע שיטות וחזיונות?
נאך א וואונדער איך באשטיי? נאך א וואונדער איך דערלעב? כאטש כ'האב קיינמאל נישט געוואלט גיין מיט דיינע דרך ארץ טיפ'ן, כאטש כ'האב נישט אנגענומען דיינע סטראטעגישע קריג מיטלען, און ווער האט עס לבסוף איבערגעלעבט? דער רוימער? דער גריכער? דער גרגשי, אגגי, צו כשדי?
וואס דרייעסטו די קאפ מיט דיינע פרינציפן און דיעות? האסטו טועם געווען וואס מיינט א השגה למעלה מדרך הטבע? האסטו א באגריף אין עפעס דקות'דיגער ווי אייזקרים פיצא און בעיסבאל? און ''דו'' ווילסט מיר לערנען וואס מיינט לעבן? שעמסט דיך גארנישט? און האסט נאך די חוצפה מיך צו האסן מיט אייפער-זיכטיגקייט?
כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה לַה' אֱלֹקֶיךָ, בְּךָ בָּחַר ה' אֱלֹקֶיךָ לִהְיוֹת לוֹ לְעַם סְגֻלָּה, מִכֹּל הָעַמִּים אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה. גאט ב''ה האט אונז געקליבן, און נישט ענק – זיבעציג פלאס זערא. און פארוואס? ווייל כ'בין אזוי גרויס און שטארק און געלונגען געווען?..
לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים חָשַׁק ה' בָּכֶם, וַיִּבְחַר בָּכֶם, כִּי אַתֶּם הַמְעַט מִכָּל הָעַמִּים.. ווי רש''י הק' לייגט צו – כפשוטו!
- כ'בין א פינטעלע אויפ'ן מאפע, און צעשפרייט ווי רייז און פערפל איבער'ן גלאבל!.. און דאס וואס דו גוי האסט מיך פיינט, איז בכלל נישט וועגן די צענדליגע סיבות וואס דו טענה'סט, אז כ'וואלט געקענט בכלל פאר'רעכטן, נאר וואס דען, נאר פאר איין סיבה אליינס.
זאגט די גמרא אין מס' שבת; מאי הר סיני? הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו.. זאגט רש''י; שלא קבלו בו תורה:
נו, רעגסטיך.. מעגסטיך.. ווילסט נישט, מוזט נישט.. אבער מיר זענען די עם ישראל חי, ישראל אשר בך אתפאר, און מיר וועלן אייך אלע איבערלעבן – מיט די תורה כי הוא חיינו ואורך ימינו, און וואס א טאג, און וואס א יאר מיט א פרישקייט, זעמער מקבל תורה באהבה, מהמברך את עמו ישראל באהבה.

גוט יו''ט!


גוט, שיין, שטארק!!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 2:39 pm
דורך מיקא
א חבר פאר א רפואה..
קינדער יארן צוזאמען מיט חברים, דאס איז נאסטאלגיע.. פאר ווער ס'האט געהאט חברים; און דער וואס נישט, איז עס גארנישט קיין געשמאקע זכרונות. נאר וואס טוישן זיך צייטן, און אלץ בחור ווען מ'גייט לערנען אין א צווייטע מקום, קלעבן זיך שוין צו חברים – אויך פרישע שונאים.. אבער כאטש איז דא עפעס א שינוי, ס'ריקט זיך זאכן, און מ'קען אויפטוישן א פריוואטע ווארט מיט א נאנטע פריינד.
אבער ס'מישט זיך א בלעטל אין לעבן, יענע וואס האבן חברים געהאט, בלייבן לרוב מיט יוגענד פריינד, און דער שלימזל בלייבט – אויסגעשפילט – מיט די צייטווייליגע כמו נאנטע פריינד, אזעלכע געטרייע חברים, פון מוצאי תענית ביז'ן אויספאסטן.
ער האט חתונה, און קומט אן אין א אנדערע סביבה, דארפן דאך נישט אלע וויסן 'גלייך' אז ער איז אט דער, וואס האט נישט קיין רעכטע געטרייע נאנטע באשוואוירענע בוזעם פריינד. און מ'טרעפט א יוד א היימיש פנים.. אויפ'ן באס אויפ'ן פליגער, און מ'ווערט באקאנט, און אז מ'מאכט א מסיבה – איז יענער אויפ'ן ליסטע.
ווי ס'דרייעט זיך דער לוח השנים, דרייעט זיך דער מזל צוזאמען, און באקאנטע ווערן, און ווערן אויס פריינד.. דווקא און דווקא נישט.. אפשר נישט דווקא!
אבער ווי זענען זיי מיינע חברים מימים ימימה? וואס האט פאסירט מיט עהם, אז אונז זענען געווען באשוואוירענע שכנים, אין שול צו אין איין בנין דירות, צו אויפ'ן זעלבן גאס. ער וויל דיך נישט מער קענען – גיי ווייס פארוואס.
איז בערל נישט געווען מיין כיתה? אבער אויך דעמאלטס האט ער געהאט צו מיר א חנופה שפראך, גארנישט מער. און מענדל פון כולל? יא ער האט מיט מיר געלערנט א גאנצע זמן, און היינט; עשה עצמו כאילו לא ידע את יוסף..
אויך ביים שבת התוועדות זעמער געשלאפן אין איין שטוב, ווי קען איך פארגעסן יענע נסיעה.. אוי האט מען געהאצקעט אויפ'ן רייזע קיין אוקריינא, און מ'האט דאך אזוי געשמאק פארברענגט יענע צען טעג אויפ'ן באס, און ווי אויפגעכאפט פון א זיסע חלום, לא היה ולא נברא.. ער געדענקט נישט אז כ'קען עהם..
כָּל רֵעֶיהָ בָּגְדוּ בָהּ הָיוּ לָהּ לְאֹיְבִים!
- כ'קען נישט זאגן פיינט, אבער נישט קיין פריינד, און אמאל געוועזענע פריינד קען מער וויי טון ווי א שונא.
כ'בין שוין געווען אין א גרופע, און כ'בין שוין ארויסגעפאלן, און זיך געטראפן פרישע חברים, און ווי זענען זיי היינט?.. כ'ווייס אליינס נישט! ווי א ווינט האט אלעמען אוועקגעבלאזן פון מיר.
אויך דעמאלטס האט הערשי און יאנקי מיר געמוטשעט מיטצוקומען אויף א אויספלוג, און כ'פלעג חדשים לאנג עהם קענען קלונגען אפילו אינמיטן נאכט.. אבער היינט? ער הייבט מיר נישט אויף קיין פאון, און כ'קען נישט דערגיין צו ער האט א נייע נומער און וויאזוי מ'טרעפט עהם אינעם גרויסן וועלט..
כ'פלעג כאטשיג ווען פארברענגן מיט אברומי און יוסי, נישט איינמאל, און אפילו צוויי מאל געווען מיט זיי אין קאנאדע, און פארוואס כ'הער נישט היינט פון זיי?.. לא יודע.
האב איך נישט געגעסן אסאך סעודות ביי משפחת גראס, און האט דען שווארץ פאמיליע מיך נישט געלאדענט פיר מאל צו זייער קאנטרי? ס'געווען שיינע שבתים, ס'גייט שוין צוריק מיט זיבן יאר.. שפעטער האבן זיי אויפגעהערט מיך רופן, און די וויינגארטנס האבן מיר אנגעהויבן לאדענען, אויך זיי קען איך נישט היינט – נישט ווייל כ'וויל נישט – זיי האבן פארגעסן מיין נומער..
פריינד קומען און פריינד גייען.. און ס'דרייעט זיך ווי א רעדל! פארוואס? לא יודע.. כ'ווייס נישט.
איינגעבויגן אינעם בין המצרים, אין איין האנט דאס קינות'ל, און צו מיין אינטערעסע לייען איך א היסטאריע ביכל.. ווי שיין און פיין זענען געווען די מיצרים צו די בני יעקב, אבער נאך א צייט האבן זיי אויסגעדרייעט דעם דאשיק!
אויך דער פון שעיר און פון מדין, אויך די כשדיים און עמלקים, ווען זיי האבן געקענט זייגן פון אונז א טובה, זענען זיי געווען ווי באשוואוירן, און די מינוט מיר זענען געווען פארגלייבט אין זיי, האבן זיי אונז געשטאכן אינעם רוקן..
אזוי דער פון שפאניע און רוים, און דער דייטש און דער פאלאק.
אמעריקאנער ווי ענגלענדער, ווייס שווארץ גלויביג ווי ציגאנעריש, בין איך געבליבן ווי א שעפסעלע פארלוירן צווישן די וואלד חיות בצורת חצי אדם חצי שטן. האט עס נישט אזא פנים? א חבר ביז'ן קבר..
אוי מה היו לנו..
השיבנו ה' אליך ונשובה, חדש ימינו – עטוואס בעסער ווי פריער..

= פארוואס? גיי ווייס =

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:20 pm
דורך מיקא
= פארוואס? גיי ווייס =

שוין חדשים לאנג וואס חיים שפירט איינזאם, און איז מער ווי מרמז פאר זיינע חברים, פאר זיינע קרובים און סתם וועלט'ס באזארגער'ס.. איך וואלט הנאה געהאט אז מ'ברענגט מיר א שטיקל קוגל פאר טועמיה – יעדן פרייטיג ערב שבת.
ס'נישט בא'טעמ'ט צו בעטן פון יענעם, אבער נאך ווייניגער געשמאק איז זיין הונגעריגע מוהט, וואס האט שוין פון אינדערפרי נישט טועם געווען קיין זעטיגע שפייז, אויסער א קאווע און א קוכל – ווייל ס'דאך שוין באלד שבת.. ס'שוין אט אט שבת, און ס'איז שוין די זמן, און מ'גייט שוין צינדן לעכט, און מ'גייט און מ'גייט, אבער דאס הונגער שווייגט נישט.
וואס איז שווער צו פארשטיין, איז די פאקט, אז צום סעודה רופט מיך יעדער – זאגט ער – צו זייערע שמחות רופט מיך יעדער – זאגט ער – און כ'בין נישט נייגעריג פאר יענעמס סעודה, און צו זיין דער הויפט אורח ביי זייער שמחה, און פנים חדשות – ישנות – ביי די שבע ברכות'ן און בר מצוות און תנאים.
כ'וויל א גוט'ן שטיקל קוגל – ביי מיר אין ווינקל, און גארנישט מער, ווייל דאס איבריגע קען איך מיר אליינס באשטיין מיין שטעטל, מוחל טובות, בלויז א הייסע שטיקל טועמיה גלוסט איך און דעטס אלל!!
אבער קיינער וויל נישט וויסן וואס איך גלוסט, נאר וואס זיי ווילן איך זאל וועלן..
ניסן אייר סיון, תמוז אב אלול... א האלבע יאר שוין, און יעדע פרייטיג פאסט ער..
אבער נישט היינט! ס'איז פרייטיג און ערב ראש חודש, האט זיך יאנקל דערמאנט אז ער האט פאר עהם א שטיקל קוגל.. און לאזט עהם א מעסעדזש 'חיים.. ס'ליגט א שטיקל קוגל ביי דיין טיר..'
און ער טרעפט ביי זיין טיר טאקע הענגן א זעקל מיט א הייסע שטיקל קוגל.. וואו! דאס איז שיין.. משלוח מנות איינמאל אין א האלבע יאר..
און ער קלונגט שוין ווידער?.. האלו?? יאנקל?.. שקויעך פאר די קוגל..
ס'נישט יאנקל, ס'איז פנחס.. כ'האב פאר דיר א שטיקל קוגל! אוואו לייג איך עס אראפ.. וואו וואוינסטו היינט אין גלות??
אין געציילטע מינוטן קלאפט ער אריין, און האלטנדיג דעם רעדעוודיג'ן טעלעפאן אין לינקן אויער, שמייכעלט ער געשוואונד און לייגט אראפ דעם טעצל 'קוגל'.. ס'גייט א רויעך.. און לויפט צוריק אין זיין ארבעטס קאר.
ווידער קלאפט מען.. חיים!! ביסט אינדערהיים?? ס'איז יושע.. ער האט פאר מיר.. יא קוגל!
כ'גלייב עס נישט.. קוגל קוגל קוגל.. זעקס חדשים הונגער איך, און ווען כ'באקום שוין יא א פארציע ווי ס'גלוסט מיר, קומען צו גיין קוגלען ווי די פעטע פויגל אין מדבר, ביז ער וועט זיך באלד איבער'עסן..
קנאק קנאק!!! העי חיים.. ס'איז יוסי.. לכבוד שבת קודש א הייס שטיקל קוגל..
רבונו של עולם.. כ'וויל חלילה קיינעם נישט באליידיגן, און שרייען ''איך האב שוין באקומען נישט איינמאל נאר דריי מאל קוגל קוגל קוגל.. אבער יעדער מיינט עס ערנסט און וויל ברענגן א הייס שטיקל קוגל.. נאכן איגנארירן א האלבע יאר..
חיים שלוסט צו די טיר, און אויב ס'קומט נאך משלוח מנות זאל עס ווארטן ביז נעקסטע וואך.. ער ווייסט נישט צו ער זאל לאכן צו שעלטן, ווייל אנה יכנס כל הפשתן הזה? אבער נאך א וואך שווערע עבודה, האט ער ניטאמאל צייט און כח זיך אראפצוזעצן כאפן דעם אטעם, ווייל ס'שוין טאקע די זמן פון הדלקת נרות, און ער פאלט אריין אין זיין ווייכן קאנאפע.
די לעכטעלעך צאנקן.. און ער שלאאאאפט! ער שלאפט כמעט ווי זעקס חדשים – נישט ממש, אבער זעקס שעה שפעטער אוי!!! ס'איז כמעט די עלות השחר.. אוי איז ער געשלאפן.. נישט קיין סעודה נישט קיין דאווענען.. אוי אוי..
און אט ליגט אויפ'ן טיש פיר טעצלעך קוגלען.. פון פיר באזונדערע קעכער'ס.. און ער שלעפט ארויס א פלעשל משקה, און נאך קידוש איז מען טועם לכבוד שבת קודש – קוגל פאר פיש, קוגל פאר זופ, קוגל פאר פלייש, קוגל פאר קאמפאט..
חיים טראכט אריין שפעטער, אז דאס שיינט עהם ווי א מעסעדזש פון הימל.. מ'פארשטייט נישט אלעס, מ'קען בעטן, און מ'קען מיינען, מ'קען פרעגן און זיך רעגן, ווען כ'דארף איז נישטא, און ווען ס'דא איז דא אסאך..
ווער האט עהם פארשלעפֿט זעקס שעה – ביז'ן עלות? און ווער האט געטריבן פיר חברים צו ברענגן איינמאל אין זעקס חדשים – די זעלבע וואך – קוגל קוגל קוגל קוגל..? דער רבונו של עולם!
ס'איז א פונקטליכע צעפארעניש.. אבער אלעס האט א חשבון! ווי צעפארן ס'קוקט נאר אויס..

השבת אבידה..

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:06 pm
דורך מיקא
מ'איז פארלוירן, מ'זוכט און מ'זוכט.. וואו טרעפט מען דאס גליק? איינער זוכט אין ביזנעס, און איינער זוכט אין פיליזאפיע, און אסאך זוכן עס אין פארגעניגן.
ס'איז א פארלוירענקייט, מ'זוכט און מ'זוכט, און מ'כאפט זיך נישט אז עס ליגט דיר די גלעזער אויפ'ן שפיץ נאז..
און ווי ביי די מן אין מדבר, זענען געווען וואס האבן עס געמאלן און געפרעגלט.. געמאכט דערפון א נייעם פארעם, אבער ניין, ס'האט זיך גארנישט געטוישט, ווען מ'זוכט גליק און צופרידנקייט, און ווי מער מ'זוכט אלץ מער זוכט מען עס לענגער און שטערקער.
ס'זענען שוין געשריבן און געדרוקט געווארן אזויפיל ביכער, און עצות, און איינפעלער, אבער א באנדע שקרנים, קיינער פון זיי שרייבערס האבן עס נישט עכט געטראפן אין זייערע אייגענע מהלכים.
זה בכה וזה בכה, און מ'טאפט א וואנט, מ'קען שוין ברעכן פון עצות און מהלכים.. מ'האט שוין געשטויסן דעם וועלטס ליגע טאבע – און געוואונען! אבער צופרידן? ניין.. דער גריכישער צו רוימישער האט זיך געשוואוירן ביים פויפסט אפגעגאלטן בארדע, אז אט אט האבן זיי דערשניפט דאס וועלטס גליק.
אויך רייכטום אויך חכמה, אויך מוטשעניש אויך ממשלה, האט נישט דערעפענט דעם געהיימניס, ווען ס'ליגט פאר די נאז, און מ'שטופט עס אוועק בשתי ידיים..
כי קרוב אליך הדבר מאוד, בפיך ובלבבך לעשותו, ס'ווערט נישט אויסגעוועפט און ס'ווערט נישט אויסגענוצט, ווייל ס'קומט נישט פון קיין עולם עובר, און פון מאטריאלישע ברויכווארג.
גליק און צופרידנקייט, גענוי ווי א טעם אין שבת וימים טובים און זייערע מאכלים, גענוי ווי הצלחה און ברכה אקעגן יעדע פארשטאנד, ליגט אין דעם תבלין – ותורה שמה.
די פעלקער נוצן אלע כלים, צו מאכן דעם גוף צופרידן. מ'וועט פארזוכן געקעכצן און רעצעפטן, פון כינע ביז איטאליע, און באזוכן די וואונדער פונעם גלאבל מקרני ראמים עד ביצי כינים, און מ'וועט דם פינטעלע נצחיות נישט אין האנט האבן.
אזויפיל חכמים, אזויפיל פראפעסארן, אזויפיל לאנגע יארן און אזויפיל געלט האט מען פארשווענדעט שוין, און מ'בלעטערט און מ'דרוקט נאך און נאך ביכער, און מ'הערט נאך און נאך מהלכים, אז אויך היימישע האבן זיך שוין איינגערעדט זיי האבן דעם אויסגעהאפטן מהלך, וואס די וועלט האט נאכנישט געהערט..
אלטנייע מהלכים, נייקאלירטע מהלכים, מ'קאלירט, מ'שרייבט, מ'זינגט מ'פליעט, און פון די נעמען פון די אלע מעטאדן און עצות און מהלכים און ערפארונג, וואלט מען שוין געקענט אויספלאסטערן דעם מדבר סהרה זיבן מאל זיבן..
אבער ס'ליגט אין תורה, אינעם כלי חמדה וואס איז באשאפן געווארן פאר'ן וועלטס באשאף, דאס גלייבט זיך נישט.
ווי לויפט מען און וויפיל צאלט מען, און מ'פארגעסט אז די פארלוירענע גלעזער ליגט דיר אויפ'ן שפיץ נאז.. השבת אבידה.. ווער האט זיך פארלוירן.. כאפט אריין אפאר מינוט תורה, און אפאר קאפיטלען תהילים, און די וואונדער טראפן וועלן ענטפערן דאס געברויך פונעם אינערליכע געבעט.
ניטאמאל קען מען עס מסביר זיין, אבער ס'ליגט אלעס אין דעם, ס'ליגט אייביג דארט, ס'ליגט קיינמאל נישט ערגעץ אנדערש. ס'איז א שאד צו זוכן א טויש, א נייע מהלך, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא ית''ש.
אמת ס'דא היתרים, ס'דא בדיעבד'ס, אויך יום כיפור דארף א חולה מסוכן טועם זיין עפעס – אויך נישט כשר'ס, און ווען ס'נישטא קיין ווייץ עסט מען שטרוי.. און פאר ווייען און געשרייען, לויפט מען הערן יעדן סארט ילוד אישה אויפ'ן ערד קוגל. און אז די תורה איז מבטיח, חש בראשו יעסוק בתורה, קוקט מען עס אן ווי א שאכטל בעבעלעך מיט א אפגעלאפענעם דאטום..
ס'א שאד צו זוכן גליק בד' רוחות העולם, ס'ליגט דא! כי קרוב אליך הדבר מאוד, בפיך ובלבבך לעשותו.