צדקה ראבא קאללס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווען איר באקומט א פאון קאלל פון א צדקה צוועק

זענט איר זיך משתתף
11
3%
גיט איר דוקה נישט קיין געלט
183
48%
זאל מען עס סטאפן
171
45%
זאל מען עס נישט סטאפן
13
3%
 
סך הכול שטימען: 378

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 28, 2019 10:14 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
סדרן האט געשריבן:כבוד הרב זופ מיט קניידל,

ביטע פראבירט אייך צו האלטן רעספעקטפול, פילט אייך באקוועם צו דעבאטירן אייער מיינונג אן זיין אפענסיוו.

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש.

יישר כח
אבער איך שטוין אביסל, אונז אלע ווייסען אז עס איז ליידער דא אלע מיני צרות שונות ומשונות, פון צובראכענע שטיבער און משוגעים ביז פאפארענע קינדער רח"ל, עס דרייען זיך ארום אידען בעלי חובות מיט בלוטיגע קעפ, קראנקע צוזעצטע מענשען בגשמיות און אויך ברוחניות, יעדען טאג שטארבען נעבעך יוגעלייט, יעדען טאג קומען פאר גיטין, מען ארעסטירט רעכטס און לינקס ועוד ועוד, צו וועם ווענדען זיך די אידען, צו די עסקנים וואס לויפען ארום נאך געלט, צו וועם רופען כלות וואס מען וויל חלילה אפשטופען די חתונה, צו וועם רופען מאמעס וואס די מענער גייען אראפ פון וועג און ווילען מיטנעמען די קינדער אדער פארקערט,
אפזאגען איז מוראדיג שווער, יענער גייט דאך נעבעך אויס, העלפען קען מען נישט ווייל עס איז נישטא קיין געלט, איין זאך קען מען טאן בעטען און בעטען און בעטען, אפילו מאה פעמים, איי עס שטערט דיך סיין דיך אראפ, און אז מען זיצט ביי א סעודה יאר צייט און איך בין נישט חושד אז דער קאל איז געוועהן ביטול תורה, איז נישט געוועהן איינער וואס זאל אביסל ממתיק זיין די דינים? פאר דעם איז יעדע בלאט פון זוה"ק פול מיט מצות צדקה, פאר דעם זאגט דער רמבם אז עס איז די גרעסטע מצות עשה, פאר ביזנעס איז מען גרייט אויפצוהייבען 100 מאל א טאג, לא תהא כהנת כפונדקית

נאדיר אייער תשובה viewtopic.php?f=21&t=16787&p=1922099#p1922099

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג מאי 28, 2019 10:22 pm

דו מש**** קענסט אויפהערן?!

די בלוט פון קראנקע צוזעצטע משוגעים (כלשונך) און בעלי חובות זענען עפעס מער רויט ווי די בלוט פון אינגע נארמאלע טאטעס און מאמעס וואס זענען פארנומען ערב בוקר וצהרים, פאריאגט און פארפלאגט, זיי מעג מען און דארף מען צודרייט מאכן?!?!

איך האב אייך שוין געשריבן אין אישי, (אן קיין אנטווארט) דו ווילסט בעטן געלט פון כלל ישראל, קום ווי א נארמאלער מענטש, אזויווי גאנץ כלל ישראל מאכט זייער געלט, אפעילס אין ביהמ"ד, מסיבות, גרעסערע קלענערע, בראשורן, אבער דאס זיצן אויף כלל ישראל'ס קאפ, און דו ביזט נאך באקוועם, ער זיצט מיט א ריקליינער אויף מיין קאפ, און ער איז נאך גערעכט אויך.... קריך אראפ!!!!!
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:איי עס שטערט דיך סיין דיך אראפ,

יא יא, נאר א טעות, נאר איינמאל א חודש, נאר מיט א צווייטן קול און פון א צווייטן נאמבער......

דיין פערדישקייט איז Stunning!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דינסטאג מאי 28, 2019 11:17 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:דו מש**** קענסט אויפהערן?!

די בלוט פון קראנקע צוזעצטע משוגעים (כלשונך) און בעלי חובות זענען עפעס מער רויט ווי די בלוט פון אינגע נארמאלע טאטעס און מאמעס וואס זענען פארנומען ערב בוקר וצהרים, פאריאגט און פארפלאגט, זיי מעג מען און דארף מען צודרייט מאכן?!?!

איך האב אייך שוין געשריבן אין אישי, (אן קיין אנטווארט) דו ווילסט בעטן געלט פון כלל ישראל, קום ווי א נארמאלער מענטש, אזויווי גאנץ כלל ישראל מאכט זייער געלט, אפעילס אין ביהמ"ד, מסיבות, גרעסערע קלענערע, בראשורן, אבער דאס זיצן אויף כלל ישראל'ס קאפ, און דו ביזט נאך באקוועם, ער זיצט מיט א ריקליינער אויף מיין קאפ, און ער איז נאך גערעכט אויך.... קריך אראפ!!!!!
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:איי עס שטערט דיך סיין דיך אראפ,

יא יא, נאר א טעות, נאר איינמאל א חודש, נאר מיט א צווייטן קול און פון א צווייטן נאמבער......

דיין פערדישקייט איז Stunning!


אל תוכח לץ פן ישנאך
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מאי 28, 2019 11:28 pm

זייט מסביר.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

שמע ישראל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:59 pm

תגובהדורך שמע ישראל » דינסטאג מאי 28, 2019 11:47 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:דו מש**** קענסט אויפהערן?!

די בלוט פון קראנקע צוזעצטע משוגעים (כלשונך) און בעלי חובות זענען עפעס מער רויט ווי די בלוט פון אינגע נארמאלע טאטעס און מאמעס וואס זענען פארנומען ערב בוקר וצהרים, פאריאגט און פארפלאגט, זיי מעג מען און דארף מען צודרייט מאכן?!?!

איך האב אייך שוין געשריבן אין אישי, (אן קיין אנטווארט) דו ווילסט בעטן געלט פון כלל ישראל, קום ווי א נארמאלער מענטש, אזויווי גאנץ כלל ישראל מאכט זייער געלט, אפעילס אין ביהמ"ד, מסיבות, גרעסערע קלענערע, בראשורן, אבער דאס זיצן אויף כלל ישראל'ס קאפ, און דו ביזט נאך באקוועם, ער זיצט מיט א ריקליינער אויף מיין קאפ, און ער איז נאך גערעכט אויך.... קריך אראפ!!!!!
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:איי עס שטערט דיך סיין דיך אראפ,

יא יא, נאר א טעות, נאר איינמאל א חודש, נאר מיט א צווייטן קול און פון א צווייטן נאמבער......

דיין פערדישקייט איז Stunning!


אל תוכח לץ פן ישנאך

איך באקום יעדן טאג בערך 4 5 קאלס, אביסל נארמ....

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » מיטוואך מאי 29, 2019 9:00 am

ווישוואש האט געשריבן:זייט מסביר.

בס"ד
מיר געפינען אין די תורה"'ק
אלה תולדות יצחק בן אברהם וגו' זאגט די הייליגע רש"י, לפי שהיו ליצני הדור מאבימלך נתעברה שרה וכו'
ארט מיך א מוראדיגע קשיא, די וועלט איז דאן געוועהן א פארדארבענע פארסרוחעטע וועלט אז ווען א מענטש קומט אן מיט זיין ווייב נעמט איר דער קעניג עמטליך אוועק, און ער איז נאך א ענדע צדיק, ער וויל נישט עובר זיין אויף גילוי עריות, הארגעט ער דעם מאן מיט אן עלילות שוא (מען טרעפט עפעס א בלבול),
ואל תשיביני ממעשה אחרת, כי אין לנו שכל חכמה בינה ודעת כדבעי, אבל עכ"ז אפשר לומר ששם היה מורד במלכות באמת והי' צריך ליהרג וע"כ שלחו למלחמה ומן השממים סבבו שיהרג, ואח"כ לקחה המלך, אולי רחם עליה, אולי בגלל שראה ברוח קדשו, ויותר כדאי לא להתעמק בזה)
איז אויב אזוי וואס איז א חילוק ווער דער טאטע איז, און אויב וועסטו זאגען אז עס האט שוואך געמאכט אברהםס מוסר אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, קוק נאך און הייליגען רבי ר' מייליך ביי די אגרות צום סוף, אז אברהם אבינו איז ארויס פון פייער, מלחמה מיט די 5 מלכים, ועוד, ווער עס האט ביז אהער נישט געגלייבט איז שוין מילא פארפאלען,
המשך יבא
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:49 pm

וואס איז די נאמבער אראפצוגיין פון טובים מאורות ליסט?
אויב עס איז בכלל מעגליך..

פלעגט דא זיין א נאמבער

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג מאי 30, 2019 10:42 pm

קוק ווינקל
צוגעלייגטע
robo.PNG
robo.PNG (141.48 KiB) געזעהן 1315 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 2:24 pm

סדרן האט געשריבן:כבוד הרב זופ מיט קניידל,

ביטע פראבירט אייך צו האלטן רעספעקטפול, פילט אייך באקוועם צו דעבאטירן אייער מיינונג אן זיין אפענסיוו.

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש.

דאנט געט מי ראונג, טובי' מאיר ניימאן קויפט איין זכותים אדירים מיט די אלע צדקה אפעראציעס וואס ער פירט דורך און די אלע צובראכענע שטובער וואס ער העלפט ארויס,
ווען מען קומט צו מיר נאכגעלט פאר חסדי טובים מאורות גיב איך בעין יפה,
מאך דיך אבער נישט נאריש, און פרוביר נישט צו עקטן ווי דו כאפסט עכט נישט וואס איך האב ארויסגעברענגט,
ווען מען זיצט ביי א מסיבת מרעים און פלוצלינג באקומעט יעדער א ראבא קאלל - וואס איז שוין די זעקסטע אדער זיבעטע פארן טאג, גייט עס אויף די געהירן,
נעם אריין אין קאפ אז דער מושג פון צדקה ענדיגט זיך נישט ביי ראבא קאלס פאר טובים מאורות - אפגעזען ווי וויכטיג און ווי חשוב עס איז, די ליכט וואס מען האט אנגעצונדן ביי דעם מסיבה האט זיך פארקויפט פאר עטליכע הונדערט דאלער וואס איז געגאנגען פאר א צדקה צוועק, און מאך דיך נישט ווי דו מיינסט עכט אז אויב שטיצט מען נישט טובים מאורות ביי יעדן פארזאמלונג איז עס א בושה וכו' וכו', טריי נישט צו זיין נאאיוו...
מיר האבן פולסטן רעספעקט צו טובי' מאיר'ן, קיינער ליקנט נישט זיינע ריזיגע צדקות און גרויסע זכות פון נעמען א חלק, ודי בזה,
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!

לב בשר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג יוני 02, 2019 3:21 pm

שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.

בבל
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 02, 2019 3:33 pm

לב בשר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.

מיין ווייבס סעל פאן באקומט נישט ראבא קאלס הגם מען האט שוין געריפן קול מבשר

איוואן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » זונטאג יוני 02, 2019 4:20 pm

פון רופן קול מבשר באקומט מען נישט קיין ראבאו קאולס, דאס קען מען נאכטשעקן מיט רופן מיט א פריוואטע נומער, א שטייגער ווי א סעלפאון וואס מען ניצט בלויז פאר פריוואטע זאכן, און וועסט קיינמאל נישט באקומען קיין קאולס אויף צוריק צו יענע נומער פון די אלע ארגאנעזאציעס.

סדא האטליינס, וואס פארקויפן זייער ליסטע, אבער קול מבשר טוט דאס נישט (אפגעהיטן זאל מען ווערן אויב יא). קענסטעך נאכפרעגן ביי פילע אידן וואס רופן פון פריוואטע אפיס נומבערס אדער אנדערע פריוואטע נומערן, און זיי זענען ראבאו קאולס פרי.

אוועטאר
Belz123
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » זונטאג יוני 02, 2019 4:24 pm

בבל האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.

מיין ווייבס סעל פאן באקומט נישט ראבא קאלס הגם מען האט שוין געריפן קול מבשר


Same experience with one of my numbers

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג יוני 02, 2019 4:40 pm

לב בשר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.


אהובי ידידי, כ'גיי דיר דיסעפוינטן, פון מיין טעלעפאון איז בדרך הטבע 'קיינמאל' נישט ארויס קיין קאל צו קול מבשר, און איך באקום ראבא קאלס אין גרויסן!

לב בשר
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג יוני 02, 2019 4:45 pm

בבל האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.

מיין ווייבס סעל פאן באקומט נישט ראבא קאלס הגם מען האט שוין געריפן קול מבשר


איך האב א פאון וואס איך ניץ ׳נאר׳ פאר א געוויסע עפפ, איך ניץ עס קיינמאל נישט צו קאלן. קיינער קען נישט די נומבער. איך באקום קיינמאל נישט קיין קאל אויף עס, נאר אמאל אמאל א ראנג נומבער... איין טאג האב איך געקאלט ק״מ, א טאג דערויף (בלי גוזמא) האב איך אנגהויבן באקומען ראבא קאלס.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג יוני 02, 2019 6:24 pm

לב בשר האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.

מיין ווייבס סעל פאן באקומט נישט ראבא קאלס הגם מען האט שוין געריפן קול מבשר


איך האב א פאון וואס איך ניץ ׳נאר׳ פאר א געוויסע עפפ, איך ניץ עס קיינמאל נישט צו קאלן. קיינער קען נישט די נומבער. איך באקום קיינמאל נישט קיין קאל אויף עס, נאר אמאל אמאל א ראנג נומבער... איין טאג האב איך געקאלט ק״מ, א טאג דערויף (בלי גוזמא) האב איך אנגהויבן באקומען ראבא קאלס.

זייער אינטערעסאנט

איך רוף ק"מ איינמאל א יובל (געווענליך ווען כ'וויל טשעקן צי מיין פאון ארבעט) און כ'בין ב"ה נישט אויף טמ"נ'ס ליסט

גראדע האבעך לעצטנס באקומען א ראבא קאל אבער איך האב אליינס געגעבן מיין נאמבער פאר יענע ארגאניזאציע. טאקע א טעות געווען
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

טעות

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג יוני 02, 2019 6:34 pm

בס"ד
קודם א ווארט מענינא דיומא,
רות א גיורת, אן אפגעריסענע פארצרה'טע פארפיינטע גיורת גייט אום נאך א שטיקל ברויט, ווער קוקט זיך אום אויף איהר, אדרבה מען דערווייטערט זיך גאר, זי איז דאך פון מואב, אבער בועז מיט זיין פייערדיגע ווארימקייט האט נישט געקענט צוקוקען איר פיין, און מיט די גרעסטע רחמנות האט ער איר אויפגענומען, איי זי איז דאך א מואבית, נא נא דאס וועט מען איבערשמועסען אין ביהמ"ד צו מען מעג איר מגייר זיין, אבער עסען און טרינקען מוז מען געבען, ובפרט אז אפשר איז זי יא א ריכטיגע גיורת, איר פארשטייט, ביי בועז וואס חסד איז געוועהן זיין מהות האט ער שוין געטראפען פאר וואס יא צו העלפען, און וואס האט השי"ת אים באצאלט, מלכות בית דוד, אז מען וויל גוטע קינדער איז די עצה חסד,

איך זעה אז עס זענען דא וואס האבען מיך נישט ארויס,

די ראבא קאלס איז נישט ווייל איך זיץ באקוועימט אויפ'ן קאוטש, לא ולא, יעדער אין טאהש ווייסט אז כמעט א גאנצען טאג בין איך ביי די ארבעט, אין מיט א מוראדיגע אנגעשטרענקייט,
- איך רוף נישט איינמאל און נאך אמאל און נאך אמאל אין די זעלבע פאר מינוט,
- פארוואס רוף אבער אפאר מאל במשך טאג, ווייל זייער אסאך מאל הייבען אויף קינדער אדער אן ענסערינג מאשין וכו',
- פארוואס גייען אסאך נומבערס נישט אראפ פון ליסט, דאס איז א ריכטיגע טענה און איך ארבעט דערויף און עס איז שוין אסאך בעסער געווארען,
- יעצט אידען לאמיר אריינקלערען, אויב איר ווערט געוואויר אז אלעס וואס איך שאף גייט פאר ארימעלייט קוים א קב חרובין נעם איך אראפ איז דאך זיכער אז עס וואלט ממתיק געוועהן די תרעומות אויף מיר, אייער ווייטאג איז אז מאך א לעבען אויף אייך, בין איך אייך מגלה און סהדי במרומים אז עס איז ווייט נישט אזוי,
אדרבה ווער עס קען מיך וועט מודה זיין אויף דעם,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג יוני 02, 2019 6:42 pm

ר' טובי' מאיר, ס'איז טענו בחיטין והודו לזכר קדשו, עס פארענטפערט נישט, און עס האט כלל נישט קיין שייכות.

אונז קאנצעטרירן זיך אויף די עצם נושא, איז דאס אויסגעהאלטן, איז יצא שכרה בהפסדה? דאס איז די שאלה! עפעס אנדערש איז נישט רעלעוואנט.
הוי מחשב...

אוועטאר
Belz123
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » זונטאג יוני 02, 2019 6:48 pm

חברותה האט געשריבן:וואס איז די נאמבער אראפצוגיין פון טובים מאורות ליסט?
אויב עס איז בכלל מעגליך..

פלעגט דא זיין א נאמבער


ווער עס וויל אראפ גיין פון די ראבא קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 7:37 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:בס"ד
קודם א ווארט מענינא דיומא,
רות א גיורת, אן אפגעריסענע פארצרה'טע פארפיינטע גיורת גייט אום נאך א שטיקל ברויט, ווער קוקט זיך אום אויף איהר, אדרבה מען דערווייטערט זיך גאר, זי איז דאך פון מואב, אבער בועז מיט זיין פייערדיגע ווארימקייט האט נישט געקענט צוקוקען איר פיין, און מיט די גרעסטע רחמנות האט ער איר אויפגענומען, איי זי איז דאך א מואבית, נא נא דאס וועט מען איבערשמועסען אין ביהמ"ד צו מען מעג איר מגייר זיין, אבער עסען און טרינקען מוז מען געבען, ובפרט אז אפשר איז זי יא א ריכטיגע גיורת, איר פארשטייט, ביי בועז וואס חסד איז געוועהן זיין מהות האט ער שוין געטראפען פאר וואס יא צו העלפען, און וואס האט השי"ת אים באצאלט, מלכות בית דוד, אז מען וויל גוטע קינדער איז די עצה חסד,

איך זעה אז עס זענען דא וואס האבען מיך נישט ארויס,

די ראבא קאלס איז נישט ווייל איך זיץ באקוועימט אויפ'ן קאוטש, לא ולא, יעדער אין טאהש ווייסט אז כמעט א גאנצען טאג בין איך ביי די ארבעט, אין מיט א מוראדיגע אנגעשטרענקייט,
- איך רוף נישט איינמאל און נאך אמאל און נאך אמאל אין די זעלבע פאר מינוט,
- פארוואס רוף אבער אפאר מאל במשך טאג, ווייל זייער אסאך מאל הייבען אויף קינדער אדער אן ענסערינג מאשין וכו',
- פארוואס גייען אסאך נומבערס נישט אראפ פון ליסט, דאס איז א ריכטיגע טענה און איך ארבעט דערויף און עס איז שוין אסאך בעסער געווארען,
- יעצט אידען לאמיר אריינקלערען, אויב איר ווערט געוואויר אז אלעס וואס איך שאף גייט פאר ארימעלייט קוים א קב חרובין נעם איך אראפ איז דאך זיכער אז עס וואלט ממתיק געוועהן די תרעומות אויף מיר, אייער ווייטאג איז אז מאך א לעבען אויף אייך, בין איך אייך מגלה און סהדי במרומים אז עס איז ווייט נישט אזוי,
אדרבה ווער עס קען מיך וועט מודה זיין אויף דעם,

ר' טובי' מאיר מיר שעצן אייך גאר שטארק פאר אייער ארבעט און הלואי זאל איך קענען זיין א שיתוף מיט אייערע זכותים!
איך ברענג דאס ארויס ווייל דא האט אויסגעזען ווי איינער האט פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז איך קריטיקיר אייער פערזענליכקייט, ח"ו,
די נושא איז נישט צו איר טוט גוטע זאכן, און נאכמער, די נושא איז נישט געוואנדן צו אייך פערזענליך אפילו, דער עצם געדאהק אז היינט גייט אלעס מיט ראבא קאללס רעגט אויף די מענטשהייט,
איי פארוואס ביסטו פונקט אויפן צימבל? סאם האו אדווערטייזטו מיט דיין נאמען, און דו האסט געמאכט דיין נאמען פאר א ברענד, מילא אויב נוצטו אויך דעם טאקטיק רעדט מען פון דיר, והבן.
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!

שבת פארטי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » זונטאג יוני 02, 2019 7:57 pm

זופ, סאיז נישט נאר דער נאמען, קיינער טוט עס נישט אויף אזא אגרעסיווע און פרעכע וועג ווי ער.

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » זונטאג יוני 02, 2019 8:39 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
- איך רוף נישט איינמאל און נאך אמאל און נאך אמאל אין די זעלבע פאר מינוט,


איך באקום "טעגליך" פון דיר עטליכע פאן קאללס ארום 8:00 ביינאכט, איינס נאכן צווייטן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג יוני 02, 2019 10:22 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דורכן קאלן האטליינס באקומט מען אייער נומער.

איך ווייס דאס בידיעה.


איך קען דעס באשטעטיגען אויף 100%.
אויב קענסטו עמיצער וואס רופט ׳קיינמאל׳ קול מבשר, פרעג אים צו ער באקומט די קאלס. זיין ענטפער וועט זיין, ניין.


אהובי ידידי, כ'גיי דיר דיסעפוינטן, פון מיין טעלעפאון איז בדרך הטבע 'קיינמאל' נישט ארויס קיין קאל צו קול מבשר, און איך באקום ראבא קאלס אין גרויסן!

ביי מיר דאס זעלבע.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 10:30 pm

שבת פארטי האט געשריבן:זופ, סאיז נישט נאר דער נאמען, קיינער טוט עס נישט אויף אזא אגרעסיווע און פרעכע וועג ווי ער.

הוא הדבר אשר דברתי, נאר מיט שענערע ווערטער,
אנדערע וועלן זאגן 'וואס קען מען טון מען דארף מעכן געלט' און ער וועט ארויפקומען אויף קול מבשר מיט זיין נאמען אראפרייסן די וואס ווילן נישט הערן זיינע קאללס,
דאס מיין איך צוזאגן אז ער האט אליינס געמאכט א ברענד פון זיינע קאללס,
מען קען אבער פארט נישט אוועקנעמען פון זיינע מעשי חסד, ער ברויך פשוט א לעסאן אין פאנדרעיזינג, (אדער ווייס איך נישט זיינע פינאנציעלע חשבונות....)
ווערט געזוכט הילף פאר א גוטע אוועטער!

יישר כח ותזכו למצוות!

שבת פארטי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » זונטאג יוני 02, 2019 11:35 pm

מעשה חסד איז נישט קיין תירוץ אויף אביוזן און מצער זיין די גאנצע שטאט, סהאט א פענסי נאמען אין חז"ל, סווערט גערופן מצוה הבאה בעבירה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, אייניקעל פון אהרן הכהן, גאפל, פינחס און 14 געסט