האט איר שוין פארלוירן פון נישט אויפהייבן א פאון קאלל?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר שוין פארלוירן פון נישט אויפהייבן א פאון קאלל?

ניין
47
60%
אפשר איינס פון 1000 קאלס
11
14%
אפשר איינס פון 500 קאלס
4
5%
אפשר איינס פון 100 קאלס
16
21%
 
סך הכול שטימען: 78

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

האט איר שוין פארלוירן פון נישט אויפהייבן א פאון קאלל?

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 24, 2019 12:32 pm

אזוי ווי מיר געפונען זיך אין א ראבא קאלל קריזיס, און דער עולם גייט משוגע... מיין בליק אויף די גאנצע זאך איז אז מען דארף טוישן דאס צוגאנג אין מח צו אן אינקאמינג קאלל, דהיינו, אז ווען דיין טעלפאן קלינגט פון א נומער וואס די קענסט נישט מיינט נישט אז מען דארף אויפהייבן, אויב יענער לאזט א וואויס מעיל וועט מען אים גערן צוריק רופן..

אז מען גייט מיט די צוגאנג הערט אויף צו באדערן אז מען קאלט, בדוק ומנוסה..

די פראבלעם הייבט זיך אן אז דער עולם איז טיף איינגערעדט אז מען פארלירט מיליאנען דאלארס ווען מען הייבט נישט אויף...
מען קען אסאך מרחיב בדיבור זיין, אבער די מציאות איז אז יעדע באמת וויכטיגע קאלער לאזט איבער א וואויס מעיל..

ממילא בעט מען אז דער עולם זאל אריינקומען שטימען און קלאר מאכן די זאך..

נ.ב מען רעדט פון די פריוואטע סעלפאון, אויסדרוקליך נישט פון א ביזנעס/סערוויס פאון.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג מארטש 24, 2019 1:11 pm

אויף א זאך וואס איז שוין 'געווען' איז נישט שייך חרטה האבן, ס'האט אזוי געדארפט זיין.
ממילא איז נישט שייך צו זאגן שאדן געהאט, #רשעים מלאים חרטה.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג מארטש 24, 2019 1:22 pm

טויש די גאנצע אנקעטע אויף...
צדקה: זענט איר זיך משתתף?
צדקה: גיט איר דוקה נישט קיין געלט?
צדקה: זאל מען עס סטאפן?
צדקה: זאל מען עס נישט סטאפן?
אדווערטייזמענט:...

בערך אזוי. אזוי וועסטו זעהן וואס דער עולם וויל באמת. סתם מאכן אן אנקעטע פון דיינע אייגענע נגיעות איז נישט אינטערעסאנט.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג מארטש 24, 2019 1:23 pm

למשל איך. איך באקום על פי רוב נאר וויכטיגע פאון קאלס סאו קען איך בכלל נישט שטומען דא.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 24, 2019 1:30 pm

אויב האט מען נישט אויפגעהויבן, וויזוי קען מען וויסן אויב האט מען עפעס דערלייגט?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 24, 2019 1:40 pm

מער איז קיין אפציע?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » זונטאג מארטש 24, 2019 1:45 pm

ס'דא אמאל נוצבארע קאלס ווי למשל יעצט פרייטאג האט ריבניץ חדר געמאכט א פראגראם בחינם, מיין אשת חיל האט געהאט אביסל מנוחה, א נס אז מיר האבן אויפגעהויבן, אבער וואס טוט מען אז מ'ווערט נמאס פון די ראבא קאלס וואלט איך עס פארלוירען... כהנה וכהנה

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 24, 2019 2:45 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אויב האט מען נישט אויפגעהויבן, וויזוי קען מען וויסן אויב האט מען עפעס דערלייגט?


זאגסט אדער פרעגסט?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 24, 2019 2:46 pm

דעת הקהל האט געשריבן:ס'דא אמאל נוצבארע קאלס ווי למשל יעצט פרייטאג האט ריבניץ חדר געמאכט א פראגראם בחינם, מיין אשת חיל האט געהאט אביסל מנוחה, א נס אז מיר האבן אויפגעהויבן, אבער וואס טוט מען אז מ'ווערט נמאס פון די ראבא קאלס וואלט איך עס פארלוירען... כהנה וכהנה


זיי וואלטן נישט געלאזט קיין וואויס מעיל?

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

משהגראס
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:06 pm

תגובהדורך משהגראס » זונטאג מארטש 24, 2019 8:25 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
דעת הקהל האט געשריבן:ס'דא אמאל נוצבארע קאלס ווי למשל יעצט פרייטאג האט ריבניץ חדר געמאכט א פראגראם בחינם, מיין אשת חיל האט געהאט אביסל מנוחה, א נס אז מיר האבן אויפגעהויבן, אבער וואס טוט מען אז מ'ווערט נמאס פון די ראבא קאלס וואלט איך עס פארלוירען... כהנה וכהנה


זיי וואלטן נישט געלאזט קיין וואויס מעיל?


יעדע ראבא קאל סיסטעם קען מען אנשטעלן צו לאזן מעסעדזשעס, ר"ל אז די אלע אדווערטייזמענט ראבא קאלס הייבן אן לאזן מעסעדזשעס.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מארטש 24, 2019 8:39 pm

טוישן דאס קעפל. האט איר שוין דערלייגט פאר'ן אויפהייבן א פאון קאלל?

די ענטפער מוז נישט זיין אז מען האט פערלוירן געלט. עס קאן געמאלט זיין אז נערוון צעשפרינגן, א.ד.ג.
בוי זיך זעלבסט

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » זונטאג מארטש 24, 2019 9:21 pm

יא!!!
אסאך פין מיינע קאסטמערס ניטצען די קאמפטושען אויך.
אז איך ענטפער נישט א אימעל פין א ביד ביז עטלעכע מינוט האב איך עס פארלוירן.
אז איך הייב נישט אויף קאלט מען די קאמפטושען.
ליידער בין איך זייער ציגעבינדען צי מיין טעלפאן אין איך הייב אויף מיין פאן 24 /6 איך האף אז דע אייבשטער וועט מיר העלפען אין איך וועל זיך קענען ערלויבען צי פארפאסען א קאאל אדער זאל מאכען געניוג געלט צי קענען נעמען א סעקערטע פין ארץ ישראל פאר די נאכט שעות.
איך האב נישט געוואט ווייל סאיז נישט דא א אפטשען איינס פין צען
מוועקט מיך 2 3 מאל א וואך.
Sorry for my misspellings

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 24, 2019 9:54 pm

יא!

איך ווייס נישט קיין נאמבערס ווייל איך האלט נישט חשבון
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 24, 2019 11:11 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:נ.ב מען רעדט פון די פריוואטע סעלפאון, אויסדרוקליך נישט פון א ביזנעס/סערוויס פאון.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

Haklal
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג מארטש 24, 2019 11:32 pm

ניין!
מיין פריוואטע סעל פאאן געדענק איך נישט איך זאל האבן דערלייגט פין נישט אויפהייבן א קאאל.

דעס איז פין די זאכן וואס דארפן האבן חיזוק ווייל אמאל טראכט מען אז אפשר מוז איך אויפהייבן ווייל קען זיין אז איך וועל חרטה האבן אויב נישט, למעשה לא דובים ולא יער, קיינער מיינט נישט מיך אויפן פריוואטען פאאן.

א געוואלדיגע אנקעטע יישר כח

טוט זיך...?
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מאנטאג מארטש 25, 2019 12:44 am

שווער צו זאגן אז כ'האב שוין דערלייגט, אבער איך הייב געווענליך יא אויף ווייל אפשר איז עס איינער וואס איך וויל יא הערן פון אים, און ווען איך זעה אז ס' איז נישט, האק איך גערן אראפ...

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מארטש 25, 2019 1:27 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:נ.ב מען רעדט פון די פריוואטע סעלפאון, אויסדרוקליך נישט פון א ביזנעס/סערוויס פאון.

רוב מענטשן וואס איך קען נוצן די פריוואטע סעלפאון פאר ביזנעס צוועקן אויך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » מאנטאג מארטש 25, 2019 8:27 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:נ.ב מען רעדט פון די פריוואטע סעלפאון, אויסדרוקליך נישט פון א ביזנעס/סערוויס פאון.

איך האב א קליינע פאסיק ס'פיט נישט 2 סעלפאנס.
איך ניטץ דו זעלבע פאר פערסנעל אין ביזנעס.

נ.ב. אסאך פין די וואטערעס האבען נישט קיין אייגנע ביזנעס אין זיך פארשטייען נישט ווי שווער סאיז צי ראנען א ביזנעס.
Sorry for my misspellings

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:15 pm

אסאך אירע הייבן אויף די פאון דורך בלוטוט אין זיי זען נישט קיין איי די פארדעם אין ס'מאכט נערוועז די רשעות קאלס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:19 pm

maybeeynot האט געשריבן:אסאך אירע הייבן אויף די פאון דורך בלוטוט אין זיי זען נישט קיין איי די פארדעם אין ס'מאכט נערוועז די רשעות קאלס

איינער וואס הייבט אויף אן קוקן די איידי זאל זיך ביטע נישט רעגן, רעגן איז שייך ווען מ'זעט א אומשולדיגע אויסזעענדע נומער און מ'ווארט אויף א וויכטיגן קאל, און ער הייבט אן מיט א סקולענע דרשה וואטעווער וואס מ'האט געהערט פורים, און איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס דער וויל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:22 pm

מי יודע האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:אסאך אירע הייבן אויף די פאון דורך בלוטוט אין זיי זען נישט קיין איי די פארדעם אין ס'מאכט נערוועז די רשעות קאלס

איינער וואס הייבט אויף אן קוקן די איידי זאל זיך ביטע נישט רעגן, רעגן איז שייך ווען מ'זעט א אומשולדיגע אויסזעענדע נומער און מ'ווארט אויף א וויכטיגן קאל, און ער הייבט אן מיט א סקולענע דרשה וואטעווער וואס מ'האט געהערט פורים, און איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס דער וויל

איך האב מיר געמאכט א פאליסי אז א נאמבער וואס איך האב נישט אין די קאנטעקטס הייב איך נישט אויף ניטאמאל קלינגט עס איך האב אזוי אנגעשטעלט מיין סעלפאון אז נאר ווען איך באקום א פאון קאל פון איינע פון מיינע קאנטעקטס קלינגט עס געווענליך טאמער רופט מיר א מענטש און ער זיכט מיר וויכטיג וועט מיר טעקסטן please call me asap! דעמאלטס קאל איך צירוק און ער האט די זכייה צו זיין א חלק פון מיינע קאנטעקטס און פון די נעקסטע פאון קאל הייבן מיר גלייך אויף

ממילא ווייסן מיר ניטאמאל אויב מיר זענען אויף די ליסטע פון.......... און סבאדערט מיר בכלל נישט צו זעהן 10 מיסד קאלס א טאג
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:53 pm

אביסל א נארישע פאליסי במחל"כ. א גרויס חלק מענטשן טעקסטן נישט, ספעציעל די העכער די 50.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:22 pm

ווען איך האב מער צייט קאל איך צירוק די מיסד קאלס איך האב נאך קיינמאל נישט געדארפט אויפגעבן מיין פאליסי ווייל איך האב פארפאסט א וויכטיגע קאל
99% איז non working number אדער א שנארער
1% איז אקטועלע מענטשן

נ.ב. דאס גייט שוין אן איבער א יאר
אנגעהויבן האט זיך עס אז איך לעש אויס מיין טעלעפאון ביים דאווענען איך קען רואיג שרייבן ונושעתי
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג מארטש 25, 2019 7:15 pm

איך גלייב נישט אז איינער קען זאגן א זיכערע ניין,
געשטימט פאר אפשר איינס פון טויזענט
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » מאנטאג מארטש 25, 2019 7:21 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:אסאך אירע הייבן אויף די פאון דורך בלוטוט אין זיי זען נישט קיין איי די פארדעם אין ס'מאכט נערוועז די רשעות קאלס

איינער וואס הייבט אויף אן קוקן די איידי זאל זיך ביטע נישט רעגן, רעגן איז שייך ווען מ'זעט א אומשולדיגע אויסזעענדע נומער און מ'ווארט אויף א וויכטיגן קאל, און ער הייבט אן מיט א סקולענע דרשה וואטעווער וואס מ'האט געהערט פורים, און איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס דער וויל

איך האב מיר געמאכט א פאליסי אז א נאמבער וואס איך האב נישט אין די קאנטעקטס הייב איך נישט אויף ניטאמאל קלינגט עס איך האב אזוי אנגעשטעלט מיין סעלפאון אז נאר ווען איך באקום א פאון קאל פון איינע פון מיינע קאנטעקטס קלינגט עס געווענליך טאמער רופט מיר א מענטש און ער זיכט מיר וויכטיג וועט מיר טעקסטן please call me asap! דעמאלטס קאל איך צירוק און ער האט די זכייה צו זיין א חלק פון מיינע קאנטעקטס און פון די נעקסטע פאון קאל הייבן מיר גלייך אויף

ממילא ווייסן מיר ניטאמאל אויב מיר זענען אויף די ליסטע פון.......... און סבאדערט מיר בכלל נישט צו זעהן 10 מיסד קאלס א טאג

וואזוי טוט מען דאס ס'קען צניץ קומען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישקשה, פראביר נאר און 20 געסט