א רוף פון מנהלים בנוגע קינדער וואס גייען נאך געלט פורים פאר פרעמדע ארגענעזאציעס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3515
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 08, 2020 4:00 am

nmi האט געשריבן:די צווייטע טענה איז א זאך וואס האט מיר אויך אלץ זייער געבאדערט. רעדל שיך, פיענאוס, גרויסע ספיקערס וכו' זאכן וואס איך וואלט קיינמאל נישט אריינגענומען אין מיין שטוב ברויך מען מיט דאס אויפצורייצן קינדער.

דאן האקט אויך קעגען טויס פאר יו וואס שוקט פענסי catalogs אנגעפילט מיט די אלע זאכן און ערגער'ס. ס' רייצט די זעלבער אהן
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 08, 2020 9:57 am

די מוסדות פארלאנגען ריזיגע התחייבותער פון קליינע אינגלעך, אזש סאיז ארויס פון קאנטראל, און די פרעמדע אפערן א בעסערע דיעל.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג מארטש 08, 2020 11:06 am

דממה דקה האט געשריבן:די מוסדות פארלאנגען ריזיגע התחייבותער פון קליינע אינגלעך, אזש סאיז ארויס פון קאנטראל, און די פרעמדע אפערן א בעסערע דיעל.

וואו ווייט איך ווייס בעטן זיי נארמאלע נומבערס וואס רוב קינדער קענען באווייזען אין אז די האלסט אז עסאיז צו סך פאר אן עוורידש קינד דאן גיי רעד צו דיין קינד׳ס מנהל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג מארטש 08, 2020 11:16 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די מוסדות פארלאנגען ריזיגע התחייבותער פון קליינע אינגלעך, אזש סאיז ארויס פון קאנטראל, און די פרעמדע אפערן א בעסערע דיעל.

וואו ווייט איך ווייס בעטן זיי נארמאלע נומבערס וואס רוב קינדער קענען באווייזען אין אז די האלסט אז עסאיז צו סך פאר אן עוורידש קינד דאן גיי רעד צו דיין קינד׳ס מנהל

מיין ברידער א ישיבה קטנה בחור'ל זאגט מיר ער דארף אריינברענגן 650

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 08, 2020 1:13 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די מוסדות פארלאנגען ריזיגע התחייבותער פון קליינע אינגלעך, אזש סאיז ארויס פון קאנטראל, און די פרעמדע אפערן א בעסערע דיעל.

וואו ווייט איך ווייס בעטן זיי נארמאלע נומבערס וואס רוב קינדער קענען באווייזען אין אז די האלסט אז עסאיז צו סך פאר אן עוורידש קינד דאן גיי רעד צו דיין קינד׳ס מנהל

ביסטו לכאורה שוין א בן שבעים שנה, די לעצטע 20 יאר האט קיין קינדס מנהל נישט קיין ווארט אויף גארנישט.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 08, 2020 1:34 pm

ריגארדלעס וואסערע עוולות די ישיבות טוהען איז מארקעטן צו קינדער דירעקט נאכאלץ נישט ריכטיג
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מארטש 08, 2020 1:42 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די מוסדות פארלאנגען ריזיגע התחייבותער פון קליינע אינגלעך, אזש סאיז ארויס פון קאנטראל, און די פרעמדע אפערן א בעסערע דיעל.

וואו ווייט איך ווייס בעטן זיי נארמאלע נומבערס וואס רוב קינדער קענען באווייזען אין אז די האלסט אז עסאיז צו סך פאר אן עוורידש קינד דאן גיי רעד צו דיין קינד׳ס מנהל


כתה ח׳ פארלאנגט מען $120 עס איז א אומדערהערטע עולה. און צום מנהל קען מען רעדן וואו צום לאמפ וואו צו פוטין. ער האט ניט קיין ווארט אויף דעם
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מארטש 08, 2020 1:43 pm

הענדימען האט געשריבן:ריגארדלעס וואסערע עוולות די ישיבות טוהען איז מארקעטן צו קינדער דירעקט נאכאלץ נישט ריכטיג

און שומרים קארטלעך?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 08, 2020 1:51 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די מוסדות פארלאנגען ריזיגע התחייבותער פון קליינע אינגלעך, אזש סאיז ארויס פון קאנטראל, און די פרעמדע אפערן א בעסערע דיעל.

וואו ווייט איך ווייס בעטן זיי נארמאלע נומבערס וואס רוב קינדער קענען באווייזען אין אז די האלסט אז עסאיז צו סך פאר אן עוורידש קינד דאן גיי רעד צו דיין קינד׳ס מנהל


כתה ח׳ פארלאנגט מען $120 עס איז א אומדערהערטע עולה. און צום מנהל קען מען רעדן וואו צום לאמפ וואו צו פוטין. ער האט ניט קיין ווארט אויף דעם

נישט ריכטיג, מען האט לכתחילה פארלאנגט פון כיתה ח' $180, נאך קאמפלעינס האט מען עס אראפגעריקט צו $120, אבי די רעדסט זיך אפ :x :oops:

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מארטש 08, 2020 1:59 pm

וואס מיינט 'פארלאנגט'? צו באקומען א מתנה?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 08, 2020 2:17 pm

ווישוואש האט געשריבן:וואס מיינט 'פארלאנגט'? צו באקומען א מתנה?

אמאליגע צייטן, היינט גייט מען אויף א טריפ, און אז די ברענגסט נישט אריין וועסטו זיין די אינגעל וואס בלייבט איבער.

די זאכן זענען גיט אויסגעפלאנט, מען ניצט דעם קאפ.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג מארטש 08, 2020 2:36 pm

די קינדער זענען נישט קיין שטח הפקר, און געהערן נישט פאר די מוסדות, והא ראי' אז מ'שיקט זיי אהיים ווען זיי האבן נישט דאס קארטל.
ווילסט זיי לערנען חינוך, שיק זיי פאר ארימע משפחות פון אר"י.

ווילסט זיי יא שיקן פאר די אייגענע מוסדות, "פאר די טובה פון די קינדער" הער אויף מיט די סכומים פאר מתנות, די קינדער דרייען אראפ די קאפ ערב פורים פון די מאמעס צו קענען גיין, פון אלע שכנים א גאנצן וואך, פורים איז נישטא קיין משפחה קיין באבע קיין גארנישט, מ'זעט זיי נעבעך שטיין אין גאסן נאכלויפן יעדען איד אין די קעלט, אין די הייזער און שול, וואס וויל מען פון זייער לעבן, זיי גייען אביסל נאך געלט, פיין, מיין כתה ז' אינגל דארף ברענגן איבער הונדערט דאלער, ער וויינט מיר אראפ די קאפ א גאנצע וואך אז ער מוז זיך פארשטעלן ווי א בחור, וועט מען אים געבן מער, ווייל אנדערש וועט ער עס נישט צוזאם שטעלן אפילו ער גייט א גאנצן וואך.

בקיצור, גיין נאך געלט? זייער פיין, אן טעראר, מאכן קנאה שנאה מיט סכומים איז טעראר, און צושטערט די גאנצע פורים וואך פאר גאנץ כלל ישראל.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מארטש 08, 2020 2:42 pm

לייפציק האט געשריבן:די קינדער זענען נישט קיין שטח הפקר.


אזוי גאר? ווער האט דיר דאס פארציילט ? מיר קוקט גראדע יא אויס אז זיי זענען הפקר. מיטן דירעקט מארקעטן צו זיי צו לייגן פרעשור אויף די עלטערן ביים דינער און יעצט פורים צו גיין נאך געלט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 08, 2020 3:23 pm

ווישוואש האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:ריגארדלעס וואסערע עוולות די ישיבות טוהען איז מארקעטן צו קינדער דירעקט נאכאלץ נישט ריכטיג

און שומרים קארטלעך?

מה ענין שמיטה אצל המזבח?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג מארטש 08, 2020 3:31 pm

הענדימען האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:ריגארדלעס וואסערע עוולות די ישיבות טוהען איז מארקעטן צו קינדער דירעקט נאכאלץ נישט ריכטיג

און שומרים קארטלעך?

מה ענין שמיטה אצל המזבח?

שומרים קארטלעך מארקעטן נישט צי קינדער?

ביידע זענען פריוואטע אינטערעסן מלובש אין יודישקייט,

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 08, 2020 5:02 pm

נאך איינער האט געשריבן:שומרים קארטלעך מארקעטן נישט צי קינדער?
אע"כ?

נאך איינער האט געשריבן:ביידע זענען פריוואטע אינטערעסן מלובש אין יודישקייט
שומרים קארטלעך פריוואטע אינטערעסן?
אויפרייסערישע פרייזעס מלובש אין אידישקייט?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

מענטש צווישן מענטשן
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » זונטאג מארטש 08, 2020 5:34 pm

לאמיך פארשטיין קלאר צוזאגן מתנות פאר קינדער אדער א טריפ מיינט אויסגעלערנט הכרות הטוב??

ניין אין נאכאמאל ניין נאר וואס דען זיי דארפן די קינדערס געלט נו נאך נצרכים דארפן עס ביידע האבן די זעלבע רעכטץ
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מארטש 08, 2020 7:33 pm

הענדימען האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:שומרים קארטלעך מארקעטן נישט צי קינדער?

אע"כ?

דארט האסטו אויך א פראבלעם מיט מארקעטן דירעקט צו קינדער? כ'געדענק נישט אזוי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4884
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מארטש 08, 2020 11:06 pm

מיין כתה ט' אינגל האט מיר געפרעגט אויב ער קען ארויפקומען מיט זיין גרופ נאך געלט פאר זיין ישיבה און כ'האב אים געזאגט אז איך גיב נישט מער ווי איין דאלער פאר א בחור וואס גייט פאר זיין ישיבה פאר צוויי סיבות: איינס ווייל פורים דארף מען גיבן פאר ארעמעלייט און צווייטנס, ווייל איך האלט נישט ביים גיבן פאר א ישיבה וואס גיבט אויס געלט פאר קאסטומס מיט באסעס.
זארגט אייך נישט, מיין זון באקומט ב"ה א פיינע חינוך, ער זעהט ווי איך גרייט אן קעש, טשעקס און ojc וואטשערס אויסצוטיילן פורים.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מארטש 08, 2020 11:26 pm

ווישוואש האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:שומרים קארטלעך מארקעטן נישט צי קינדער?

אע"כ?

דארט האסטו אויך א פראבלעם מיט מארקעטן דירעקט צו קינדער? כ'געדענק נישט אזוי.

הייסט אז איך ליג יעצט אויפ'ן טיש?

ווי געט עס א רעכט פאר סיי וועמען צו מארקעטן צו קינדער אן רשות זייערע עלטערן?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג מארטש 08, 2020 11:59 pm

לדעתי איז עס די שענסטע זאך אויסצולערנען א קינד צו העלפן זיין חדר
און עס איז זייער נארמאל אז א קינד ארבעט שווער אין די טעג צו אנקומען צום גאעל

קינדער מעגן זיך אויך אויס לערנען אינגערהייט צו טוהן פאר אנדער אידנס וועגן

וואס מיינט איר ? איינער וואס איז קיינמאל נישט געגאנגען נאך געלט אלס קינד , העט גיין נאך געלט אלס אינגערמאן פאר א צווייטענס וועגן ?!
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:00 am

נאך איינער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:ריגארדלעס וואסערע עוולות די ישיבות טוהען איז מארקעטן צו קינדער דירעקט נאכאלץ נישט ריכטיג

און שומרים קארטלעך?

מה ענין שמיטה אצל המזבח?

שומרים קארטלעך מארקעטן נישט צי קינדער?

ביידע זענען פריוואטע אינטערעסן מלובש אין יודישקייט,

פתקא מן השמים...


וועלעכע פריוואטע אינטערעסן זעסטו אין שומרים קארטלעך?
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:01 am

דו? ניין. כ'האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז די אויפברויז זעט אויס איז נאר ווען יענער מארקעט זאכן מיט וואס דו ביסט נישט איינשטימיג.

ביי שומרים פארשטייסטו מאיזה סיבה שהוא אז ס'איז בארעכטיגט, יא? נו, יענער האלט אז דא איז אויך בארעכטיגט פאר די זעלבע - צו א צווייטע - סיבה.

----
טוט זיך א האקעריי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 09, 2020 12:06 am

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז עס די שענסטע זאך אויסצולערנען א קינד צו העלפן זיין חדר ריכטיג
און עס איז זייער נארמאל אז א קינד ארבעט שווער אין די טעג צו אנקומען צום גאעל
נישט ריכטיג
קינדער מעגן זיך אויך אויס לערנען אינגערהייט צו טוהן פאר אנדער אידנס וועגן
ריכטיג
וואס מיינט איר ? איינער וואס איז קיינמאל נישט געגאנגען נאך געלט אלס קינד , העט גיין נאך געלט אלס אינגערמאן פאר א צווייטענס וועגן ?!
נישט ריכטיג

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג מארטש 09, 2020 3:19 am

דריידל האט געשריבן:מיין כתה ט' אינגל האט מיר געפרעגט אויב ער קען ארויפקומען מיט זיין גרופ נאך געלט פאר זיין ישיבה און כ'האב אים געזאגט אז איך גיב נישט מער ווי איין דאלער פאר א בחור וואס גייט פאר זיין ישיבה פאר צוויי סיבות: איינס ווייל פורים דארף מען גיבן פאר ארעמעלייט און, ? מ'טאר נישט געבן פאר א מוסד? און צווייטנס, ווייל איך האלט נישט ביים גיבן פאר א ישיבה וואס גיבט אויס געלט פאר קאסטומס מיט באסעס אפשר א טענה, אבער ווי אזוי ווילסטו דיין זין זאל הנאה האבן פון גיין נאכגעלט אן דעם?.
זארגט אייך נישט, מיין זון באקומט ב"ה א פיינע חינוךלדעתך!, ער זעהט ווי איך גרייט אן קעש, טשעקס און ojc וואטשערס אויסצוטיילן פורים און ער אלס א קינד פונ'ם שיינער איד און בעל צדקה איז ווערד א גאנצער טאהלער, און אויך קיין איינער פון זיינער חברים זענען נישט ווערט מער..... יעה! א פיינער חינוך .


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט