דער ציבור'ס חתונה פלאן.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

דער ציבור'ס חתונה פלאן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אזוי ווי עס גייט דורך טאג נאך טאג - חודש נאך חודש - און יאר נאך יאר - און עס איז דערווייל גארנישט געווארן מיט די חתונה תקנות איבערפרישונג, האבן מיר באשלאסן אז פילייכט איז באשערט אז עס איז נישט פאראן קיין תקנות מצד א קהילה אויטאריטעיט, אזוי ארום זאלן אלע וועלכע ווילן חתונה מאכן שפארזאם און דאך אויסנוצן זייער געלט אפעקטיוו נישט מוזן זיין געבינדן צו ספענדן זייער געלט פאר א געוויסע מאנדאטירטע סטאנדארט, נאר די מחותנים צווישן זיך זאלן זיך קענען אויסקומען מיט הנאה אין פריידן לויט זייערע פיינאנציעלע און משפחה באגריפן.

דעריבער וועלן מיר אויסשמועסן אפעקטיווע מהלכים וויאזוי צוצוגיין מיטן חתונה בודזשעט, און טראץ וואס דער טיטל איז "דער ציבור'ס חתונה פלאן", קומען מיר נישט מיט קיין פערטיגע פלאן, ווייל יעדער איז אנדערש מיט זייערע מושגים און בודזשעט. מען וועט בלויז אביסל אויסשמועסן עטליכע פונקטן פון איידיע'ס וואס ס'לוינט בדרך כלל יא צו קויפן פון פראקטישן שטאנדפונקט, און וועלכע עקספענס איז סתם ארויסגעווארפן געלט אינעם איבערגעפילטן סטאנדארט מיסט-קאנטעינער.

מיר וועלן גיין פתיחה און יעדער קען אריינווארפן זיינע צוויי צענט.

די גאלדענע זייגער פאר די כלה.
דאס איז עפעס וואס איז בכלל נישט ווערט די געלט. מען קויפט דאס בלויז פאר די איינע סיבה: ווייל יעדער קויפט עס. מיר רעדן נישט דא פונעם עושר וואס גייט קויפן א ברענד זייגער פון 5-10 טויזנט דאללאר. מיר רעדן פון די סטאנדארד סינטעטיש-מאדיפיצירטע פיצי צעהן-קאראט זייגער וואס די מאלל'ס רעכענען 2 אלפים פלאס טעקס, ספעציעל היימיש פאבריצירט געווארן פאר דעם איינעם ציהל צו קענען אריינפילן אין די טשעק ליסט אז דו האסט יוצא געווען ידי חובתך פון קויפן כלה-זייגער…... דאס איז עפעס וואס נאכן זיך צוברעכן אין א קורצע תקופה, וועט קיין איין דשולערי סוחר דיר נישט געבן קיין 5 מיאות פאר די גאלד און דיימאנטן ווערט! פרעג סיי וועלכער געוועזענער דזשולערי סוחר צו עס איז ווערט.

איך וויל מיך נישט אריינלאזן שפעקולירן די מעגליכע סיבות פארוואס די מאלל'ס שטופן דאס, אבער אונז קלוגע אידן זענען דא צו טאן קאנסטראקטיוו למעשה.

איז וואס זאל מען טאן?

מען זאל קויפן א ברענד-נעים זייגער ווי למשל סקעיגען, בערינג, אדער איבעל. די דאזיגע זייגערס זענען פיל מער נוצבאר און אפרישיעיטעט ביי יעדן איינעם. און דאס קען זיין איש כמתנת ידו, דער סטאנדארד איז ארום דריי הונדערט דאללאר, און דער עושר קען קויפן די טייערע גאלדענע פאר טויזנט אדער צוויי טויזנט דאללאר.

יעצט, אז דו ווילסט דוקא יא קויפן טייערע דזשולערי, צו ווייל דו קענסט דיך דאס ערלויבן, אדער ווייל דו שפירסט פאר סיי וועלכע סיבה, דאן אדער געב א גיפט סערטיפיקעט פאר די כלה פון א געוויסע סכום געלט, און זאל זי קויפן איר חלום אין דשולערי סטאר. און אז דו ווילסט יא נעמען אויף זיך די עבודה קשה צו צוטרעפן די כלה'ס געשמאק און קויפן עפעס זאכליך, דאן קויף א ברעיסלעט. דאס איז עפעס וואס ביילייפיג 90 פראצענט וועלן אקצעפטירן סיי וועלכע סארט.

געדענק! ס'איז דיין אויסגעהארעוועט בלוטיגע געלט! ווארף עס נישט אוועק אין די מיסט!

נעקסט קעיס.

נישט מאכן קיין מסיבת תנאים.
ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל געשריבן: די איידיע איז נישט - צו מאכן די תנאים ביים ווארט.

די איידיע איז: "בכלל נישט" צו מאכן א מסיבת תנאים.

קענסט לייענען תנאים ווען דו ווילסט, ביי סיי וועלכע געלעגנהייט. לעצטנס האבן אסאך קלוגע אידן ב"ה "עובר" געווען אויף די בעפערעש"ע תקנה וועלכע זאגט פאר אז מען מוז מאכן א תנאים, זאגאר אין א קליינע זאל…..

קויפן א "קליינע" מנורה?......
איך ווייס נישט אויב איך וויל קויפן א מנורה פארן חתן. ס'ווענד זיך באמת צו מ'האט די איבריגע פאר טויזנט רייניש. אבער כ'מיין אז א קליינע מנורה אדער א זילבער-פילד איז אביסל "טשיעפ". איך זאג נישט אז מען דארף קויפן די לעצטיגע ריזיגע מנורות, און איך זאג נישט אז מ'מוז בכלל קויפן. אבער אז דו קויפסט יא, און דו ווילסט נישט באגעגענען דיין פרישן קאפל א שיינעם טאג אין זילבער סטאר דאס איינצוטרעידן, דאן דארף דאס זיין א 24 אינטש, דאס איז קיין פינטל נישט העכער ווי דאס וואס ליגט ביי דיר אין טשיינע קלאזעט.

ובכלל, איז ראטזאם צו מאכן א באשטימטע מאס געלט, א שיינעם טשעק, וואס מען געט פארן צד החתן וואס מיט דעם קען ער קויפן מה שליבו חפץ. אז נישט א מנורה זאל זיין א מגילה. די סיבה דערצו איז נישט אזוי ווייט אז דאן וועט דער חתן קענען אליינס אויסוועלן זיינע געברויכן, די איידיע איז מער פארן צוועק פון די טובה פונעם אבי-הכלה, אלס אראפשטעלן א געוויסע לימיט, און דאך קענען בלייבן שיינער מחותן. און די זעלבע סיבה איז שייך ביים צד החתן ווי אויבנדערמאנט.

פוירניטשער.
די ערשטע זאך צו קענען מאכן א קאנסטראקטיווע דיסישען וועגן פורניטשער, דארף מען וויסן אין וועלכע סארט סייז דירה גייט די קאפל וואוינען. איך בין גראדע א שטיקל חסיד פון פורניטשער, אבער די שאלה איז, צו ס'איז בכלל אן אייטעם פאר א אינגע קאפל.

די ערשטע כלל איז, מען קויפט נאר וואס מען נעמט יעצט ארויס. מען לייגט נישט אויס קיין געלט אויף זאכן וואס גייען אפשר צושטאנד קומען פינעף יאר ארום. די צווייטע כלל איז, אויב איז די דירה א דריי רומיג לעכל, אדער אפילו א קליינע פיר רומיגע, קויפט מען נישט קיין דיינינג רום פורניטשער. עס איז טשיילד אביוז… די דריטע זאך איז, בעדרום פורניטשער. אויף דעם גייט מען שאפן פרייזן. אויב געפינען מיר שיינע איטאליענע שטיקער נישט צופיל טייערער ווי שיינע געסט-רום סטייל, געגאנגען. אבער עס מאכט זיכער נישט קיין סענץ צו צאלן דאבל די פרייז פאר כמו-איטאליע פארמייקע.

זאל מען גיין מיט די חתונה מאהל?
די תירץ אין קורצן: יא און ניין.

דו קענסט זיך שפארן שווערע אלפים ווען די גייסט מיט די מאהל, אבער די קענסט זיך מעגליך פיל מער שפארן אז די גייסט בכלל נישט מיט די מאהל. די מעלות פון די פעקעדזשע'ס איז אז דו דארפסט נישט ארומלויפן אין געשעפטן, אלעס איז אויף איין פלאץ, האסט נישט די קאפ ווייטאג פון זיך פארגלייכן מיט די מחותנים, און נאך.

אבער… געדענק! דו קויפסט וואס זיי געבן, נישט וואס דו ווילסט! איינמאל דו ביסט דארט, איז דיין געלט ביי זיי אין די האנט, און די באקומסט וואס ס'ליגט אין די פעקעדזש. צו עס שמעקט דיר צו נישט. אז דו ווילסט עפעס אראפנעמען באקומסטו דערפאר צוריק א שיבוש. אז דו ווילסט באקומען עפעס מער ווי די דינע בלענקעט לעוועל, ברויכסטע צוצאלן תבין ותקילין.

און דא קומט אריין פורניטשער וואס איז די גרעסטע טיקעט אייטעם פון די מאלל'ס. אין דעם דארף לכאורה זיך ווענדן די דעצידירנדע באשלוס צו ס'לוינט זיך צו גיין מיטן מאל. קודם צו מען האלט בכלל ביים קויפן די איטאליענע פוירניטשער, סיי דיינינג רום און סיי בעדרום, און אפילו ווען יא, וואספארא סארט פוירניטשער און וועלכע קוואליטי, פארקויפט די מאהל, און פאר וועלכע פרייז. פרעג דיך גוט נאך אויף די פורניטשער פרייזן צו ס'מאכט סענץ. מאך זיכער אז דו בוסט נישט פון די מאיאריטעט וואס פאלט אריין מיט שוואכע אימיטעישאן פורניטשער מיטן עקסקיוז אז דו צאלסט דאך במילא נאר א מאלל פרייז….

אויב האט מען די תירוצים אויף דעם אלעם, איז פיל גרינגער צו מאכן א דיסישאן וועלכע קען שפארן שווערע טויזנטער, און מען וועט פיל מער הנאה האבן פון די אויסגעהארעוועטע געלט.

איך האב דאס געלט, אויף וואס זאל איך דאס שפענדן?
טיילמאל אז מען האט יא דאס געלט אוועקגעלייגט, קען עמיצער שפירן אז וויל דייקא יא שפענדן אויף א געוויסע זאך. געזונטערהייט. אבער די בעסטע וועג איז אז מען קומט אליין אויף מיט עפעס וואס מען האט הנאה פון.

איך וואלט א שטייגער געשפענדעט נאך א פינעף הונדערט ביז טויזנט דאללער צו אפגרעיטן די מעניו ביי די סעודת החתונה און צושטעלן גוטע האט-פוד לרחצה. דאס איז פאר מיר פיל מער מאסגעבנד ווי צענדליגער זאכן אויף וואס מענטשן גיבן אויס שווערע טויזנטער פאר גארנישט, און סאך מער ווערט ווי די צוואנציג אלפים חתונה אין א ברענד-נעים זאל וואס די עסן איז נישט אין מויל צו נעמען...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זייער שטארקע און קליגע דיבורים

די מציאות וועגן פירנוטשער איז אז נאך אפאר יאר ווען דאס פארפאלק מופט אריין אין א נייע אייגענע דירה נעמען זייער אסאך נישט מיט די גרויסע טייערע שטיקער פירנוטשער

עס איז א שאד די געלט
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

זייער שטארק
זיי דיך מסביר פארוואס די ביסט א חסיד פון פורניטשער?

עס איז שפוך חמתך על עצים ואבנים, עס איז צעהן טויזענט דאללער עקסטער וואס פעהלט בכלל נישט אויס
גארנישט אנדערש ווי די מנורה מיט די זייגער
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

דעס איז דאך לעזער קרויס'עס איידיע מאך חתונה וויאזוי די קענסט אין ספענד דיין געלט ווי די ווילסט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”