ש'פשוט'ס פורים ערפארונג \ (•◡•) /

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

ש'פשוט'ס פורים ערפארונג \ (•◡•) /

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג מארטש 08, 2019 10:04 am



יעפטשיג, מהאלט שוין חודש אדר 2...! און ס'זינגט זיך ווי פון זיך אליינס, מי שע מי שע מישעה נעכנננהאס אדר מרבים מרבין מרבים בשמחה!!!
אדר איז א עקסטער-העווי-דאָטי חודש....! מ'קען עס נישט פארפאסן אפי' מ'וויל, מ׳קען עס ממש שפירען ! אלעס איז כעפי, אלעס פרייט זיך, אנגעהויבן ביי די קליינווארק אין סקול\חדר אלעס סעלברעט אדר מיט אַרט'ס און קרעפ.... ביז די סיקסדיס (60)ביים לחיים נאכן דאווענען ביי תיקון, ברעכן אראפ די קארנער פונעם המן טאש, און לאזן איבער אינטער זיך רויטע דשעלי פארשמירט אינעם קאנטענער.

די בחורים (מיט א פליפ פאון) דיילען אויף ספיד דייל קולצע וואסער. אפשר דאך ארבעט שוין ענדליך די מישענעכנאסאדער אפטיילונג. - פאר כוילמעבאסייר דריקט איינסץ.... פאר יאָסלע דריקט צביי.... כי כי כי... זוי פאני..... (כאילו איך קאל נישט...). די מער פלייסיגע לערנען מסכת מגילה. (אנדערע לערנען נאר לשמ"ה פאר די כלה'ס נאמען.) (איך מאך חלילה נישט אוועק, מתוך שלא לצורך..... בא לשמה)

אין אלע היימישע פלעי רומס, גראגערט די פורים טעפס, וואו ושתי'לע מיטן גרויסן שווארצע סקאנק וויידל, און וויל צום ערשטען מאל אין היסטאריע, זיך "נישט" אריין שטיפען ביי די אנדערע זייט מחיצה. (אייתי דאתי להכי אז מ׳רדעט שוין פון דע מאנקיס'טע, פארוואס האט זי זיך נישט געשעמט ביי די פרויען זייט? דארט איז אקעי מיט די גראבע טין עדזש פיפמפעלס? און טאנצעדי'גע וויידעל ? ונשאר בצע"ג). ביי די גרעסערע קינדער זינגט די, קינדערגארטן לחיים פורים, ביי די גאר גרויסע די מער שעדליכע, (יא, צו וועם מ'דארף אהיים קומען פון ס׳מעדריש ביינאכט) הערן פורים מיט די אינטערן חברייא. אלעס איז פאר אדער'ט...

די אמת איז פורים סיזען, הייבט זיך שוין א ס א ך א ס א ך פאר ראש חודש ... ס'הייבט זיך שוין אן ביי מאנכע חמשה עשר בשבט! פון דעמעלטס איז מען שוין נערוועז פאר די פורים. און נאכדעם די פרעשער, וועגן א גויטע פאר די פסח'דיג מאכן סינדראם. מ'קאלט אהער מ'קאלט אהין.

ס'איז נעבעך גאר קאמיש מיט צוהאלטן, ווי מ'האלט אויף א גויטע א גאנץ יאר, אז "שבת מברכים ניסן" זאל די גויטע זאגן: עההה.. סארי מיי לעדי: מי מעבי נאו קאם עני מאר....!

פאָפפס......! ווייֵ?

בִּיקאז מיי חאָסבענד סעי, ווי חעוו טטאָ, כעוו טא גאוי, יע...טאָ חאַנדאָרס....! כפרות! יעֶההה... מיי באדער איז בֶערי בֶערי סִיק! (מיט א שטיקעדי'גע קול....)
אוילסאוי איי גא טא בי מערי....! באט יא נאוי, איטס נאט שאר...! מעבי.... איי דאנט גאוי....! איי דאנט קנאוי פאר שאר... איי לעכט יא סי.
( פאר ווער ס'פארשטייט (נישט), ד.ה. הער זיך איין מיס: אדער הייבסטו די געהאלט מיט נאך א דאלער-צוויי, א שעה ! אדער האב איך א בעסערע אָפפער אראונד די קארנער פון מיסיס מאסקאפיטש....

***


די סימן פון ר"ח אדר ביי די שלא עשני אשה זייט איז, אז מ'דערקענט די עולם עסט זיך עפעס געפערליך אָן ביי די וואכטנאכט׳ס און טיי פארטיס. וואס איז? וואס עפעס עסט מען אדר זוי סַך?! האב איך געפרעגט א יונגערמאן ביי א וואכנאכט, זאגט ער מיר: מ'מאכט נישט קיין סאפער'ס ביי מיר יעצט!
וואסי?
ווילאנג ס'סווייסט נישט וואזוי די פארשטעלאכטץ גייט אויס קומען מיט די פשלוח מנות, איז אלעס אויף פּאזז!!! קענסט זיך שטעלן אויפן גולגולת.

ס'איז געפערליך אפגעמוטשעט, אזש אז די הייליגע יודישע מאמעס קענען ממש נישט איינשלאפן ביינאכט.... מ'לויפט ארום א גאנצן טאג, מ'איז שוין געווען באזוכן יעדע סטאָר, אנגעהויבן ביי די גויש'ע (וועך) גענדיגט ביי די יודישע (מחי'). פון ביליגע ביז טייערע, ס'הייסט? מ'דארף דאף מאכן פשלוח בנות....! און פיינעלי נאכדעם וואס זיי האבן שוין א "שטיקעל השגה", טוישן זיי עס עשרת מונים ווי פעטער לבן. די אימענזנעישן-סיסטעם, הערט נישט אויף צו "קראכן" פאר גרויס אנגעשטרענקייט. אבער אדר קענסטו נישט סטאפן. אבער דעס אלעס האט מיט אדר זילטזש! סוי וואס וויל איך דא? באזעצט זיך די קשיא . די זאך איז, אז מ'דארף אביסל אויף-וועקן די אמת'ע אדר, די אמת'ע שמחה! איז וואזוי קען מען ארויף ברענגען די אמת'ע שמחה ? הא? !

אממממ... האוי אבַּאויט ארויף צו שלעפן די קינדער'ישע יארן פון חדר....? וואזוי מ׳פלעגט חלום׳ען פון די פורים שפיל ביים רבי'ן אינדערהיים?! און ווי מ'רייסט זיך מיט די הויפט בולי פון קלאס, וועלכע פאזיציע מ'גייט באקומען ביים פורים שפיל ! און ווער ס'גייט זיין די פורים רב. געווענדליך איז די "דיין" די בעסטע יונגל, אבער ער איז נישט געווען גענוג פעהיג צו מאכן די "געריבענע....." דזשאקס פון די רבי, סוי קען ער נישט זיין פורים רב, איז ער דיין. און ווער ס'גייט זיין גבאי, גבאי פון די גבאי, ראש הקהל, מתנגד, מענדזשער, און ווער איז א פלענע חסיד....! אלץ איז געווען די תירוץ פאר די יאנטשי קינדער: ס'מוז זיין חסידים אויך!!!! ס'קען נישט זיין א קהילה נאר פון טיטלען..... ס'איז אבער קיינמאל נישט בייגעפאלן פארן בולי, אז "ער" זאל זיין פון די חסידים...!

אויך דארפן מען דיסיידען וועלכע אומניצבארע מתנה מ'גייט קויפן פאר די רבי'. (שששששש...... זאג נישט אויס, א וויין פלאש.... ששששש......) און וויאזוי מ'גייט גיין אנגעטהון ביי די גרופ...! מ׳רייסט זיך ארום מ'שרייט, ס׳גייט פייער און טענער. און ווער ס'גייט פארשאפן א סידי פלעיר מיט א צוקריצטע קלעבעדיגע חתונה פון זיין קאזין, ווי סהאאאאטטט געבאמממממפערט....!!! (וואסי ס'שלעכט צו טאנצען פורים אויף עוד ישמע?!)
און ווער ס'קען ברענגען א הענד טראק מיט צופאָפטע רעדער, אין ווער ס'גייט עס שלעפען מיט די ספיקער. (אויב איז די ספיקער נישט גענוג שווער דארף ער נאך מיט שלעפען א הענד טראק צודערזייט.) העסט קוקן העסטו זעהן, אז ס'קומט אלץ אויס אז די זעלבע יונגל וואס נעמט צוזאם די סידורים נאך קידש לבנה, איז די "זוכה" בגורל.

דעס איז נישט קיין אפציע! נאפ! נאוי וועי... איך בין נישט גרייט אויס צוזעהן ווי יאנקי!
וואס איז די מעשה מיט יענקי? הער אויס, מיין מלמד זאל ווערן געזונט און שטארק, האט געזען ווי די קינדער חלום׳ן אויפן דאך וואכערהייט ביים פארלערנען די חומש, און די קינדער מיקסען די טיישט פון וארגמן צו בלוי וואל, און תכלת צו פורפיל און די תחש. האט ער פארשטאנען אז מ'פלאנט שוין העפטיג פאר פורים, האט ער גערופן די מנהל, זאל מאכן א גזירה, אז פאר א וואך פאר פורים, איז פורים רב א מיאוס׳ע ווארט..... און אך ווי שיין, אך ווי שיין אך ווי שיין, ווען משיח וועט קומען אפפס... נישט אזוי... אזוי: אַך ווי שיין וועט זיין ווען מ׳וועט איינעם כאפן רעדן.

די מנהל ווי א צוווילדעוועטער אראבער - מיט זיין שרעקעדיגע צורה און צושוידערטער לאנגע בארד, די טונקעלע גרויסע אויגן, שטייט מיר נאך פאר די אויגן - האט געווואאאארעענט מיטן לעבן ווער ס'טראכט נאר פון טראכטן אפי', (הרהורי עבירה קשין....) און וועט באקומען מנה שתים ושלש, נו ווי גייט נאר די ניגון: כפים ידים....

יאנקי האט געטראכט, די מנהל קענישט ליינען זיין שטערן, נאפ מיין שטערן קען ער נישט ליינען!!! גיי פארשטיי זיין חשבון.. אפשר ווייל זיין איז צו שטארק אראפגעשלעפט, אדער איז ער גאר גרייט געווען צו טעסט'ן די מנהל'ס פעהיגקייטן אויף זיינע בארד-לאזע באקן און אויבערשטע טייל פיסעלעך.
צו זיין אייביגע שווארץ קאפעלדי'גע מזל - האט די מנהל אים געכאפט מיט א צעטל. ......המממ..... וואףףףףף....... האט ער האט דעמאלטס געכאפ.. געשינדעטע! איך ווארף מיך נאך יעצט פארשרעק. שוין, וואס איז יעצט א חילוק?! אבער איך קען פשוט נישט שרייבן פון יענע טונקעלע זמנים, איך בין פשוט נאך טראמאזירט.....

איז פון ישיבה קטנה?! נעה...! אויך נישט אינטערסאנט, גראדע דארט לאזט די מנהל שוין "צוויי וואכן פאר פורים" ווייל דארט האט די "מנהל" מורא. אבער איך דענק שוין גארנישט פון דעמאלט׳ס.
שיבע גדולה? דעסט טא מאטש פאר מי....! מ'דארף זיין סערטפייד צו קענען אריין גיין אין די 1000 פיס ארום מיט עפעס וואס האט די זעלבע נאמען ווי פורים רב ..... און בכלל בין איך ברוגז אויף די בוכררים. אמת ס'טאקע אדר, און די בחורים שפירן אז מ'מיינט זיי מיט דעם חודש ס'איז זייערריגע'ס! מסכים! אבער ווער דארף דיר ביי חתונות? ביסט טאקע אינגאנצן צוקאאקט? ! ! !!! זיי נעמען איבער די חתונה זאלן, זיי שפירן זיך ממש ווי די הויפט מחותנים אליינס!

איינער, פון די הויפט כיטרע גבאים, שיקט א שליח צום שפילער, דער בחור ווייזט א בינטל פון 6 פינגערס פארן שפילער.. זיי מיינען זיי זענען זיס? ס'זעט אויס ווי די קלאציגער יונגעל פון כיתה א ביים חומש סעודה... זיי זענען זיך נישט(?) ווערד א עקסטערע (גע)הענגל.


איז וואס יא ? איז כ׳על רעדן פון מיר, כ׳על שרייבן פון פורים ביי מיר אינדערהיים. דארט ווי איך בין בעל בעל הבי... אממ...... יא! כהאב נישט מורא! (איך ציטערררררר) דארט ווי איךךךךך בין בעל בית! (נאר יעצט, און אויך נאר פאר א משל)

וואאא? וואס....? זי האט געהערט?! ס'מער גוט....! אהה... אקעי, איך העל שוין כאפן פארדעם ! ווא קעמענטהון, שוין, אבער געזאגט איז געזאגט. למעשה נאך אלעם, האב איך די לעצטע ווארט אינדערהיים! זי זאגט וואס צו טוהן, און איך זאג: אקעי!
העלך פרובירן צו שרייבן וואזוי ס'איז צוגעגאנגען פורים פאריאר ביי מיר, און פרובירען צו אויף-וויקלען און שרייבן וואס ס'ליגט מיר נאך אין די מח קעמערלעך. מ'העמער אנהייבן פון תענית אסתר צופרי, ביז שושן פורים צופרי אונטער די דאכענע 5 מינוט נאך סוף זמן קרישמע.
***

איז ווי הייבט מען אן?! הא?! גיי געדענק.....! ס'ליגט טיף באגראבן אינעם פליישיגען באלי אויפן האלדז.

איך קראץ מיר די קאפ, און גלעט די שטערן.... איך ריק אראפ די קאפל ביזן לעצטע קנייטש אינעם שטערן, איך קען ממש נישט קומען צום ווארד.... און אנ'אמת, נישט מיר נישט דיר, ס'נישט פשוט..... צו קענען ארויף שלעפען אזא גראבע פייל פון פאריאר פורים.. אבער לאמיר פראבירען זיכען,
לאמיר גיין שטייט: סי > יאזערס > ש'שפשוט > דאנלאודס > טעווענטי-עטין> אדר .... אהה.... הער יא גאוי.

אקעי, איך זעה דא אסאך פאלדערס, די שאלה איז וועלכע איך זאל עפענען. איך מוז קודם עפענען די פיילס ארום און ארום, צו קענען געהעריג אראפ ברענגען די זאך. לאמיר זענען דעיטס, אין ווי וויל געט טָא איט מערצעשעהם. לאמיר אריין קריכען אין דעי פייל.

די טייטעלל איז: "תענית אסתר סמעדרעש". (איך קען נאר ארויף ברענגען די מערסט פאני'סטע זאכן, נאר דעס כאפט עס אויף...) אקעי דא זעה איך א גרויסע פייל. לעטס קליק איט אהה... ס'איז א ווידאוי פייל לאמיר זעהן וואס כקען קעפטשערען און אראפשרייבן.

פלעי..... וו-א-א-א-א-ף-ף-ף-ף..... וואס דא טוט זיך נישט....! אקעי, איך כאפ די זאך, ס'איז צוויי טעג פאר תענת אסתר אין סמעדריש. אקעי לאמיר מישן אביסל !!! אקעי, לעטס פאז איט. אהה.... ס'נייפע סייעס.

צו האבן א שטיקל בילד פון די מצב דארט, לאמיך ענק מסביר זיין. מיין בית-מדרש'ס וויין שטיבכ'ל, איז בערך אזוי ווי די פארברענגען צווייגל דא, א געמיש פון אשכולת, און האט יעדע פופצן מינוט, א אנדערע אויסזען, יעדע מינוט האט עס א צווייטע קאליר, בערך אזוי ווי די וואסער פון די מקוה! בעסעקלי ווענד זיך ווער ס'דריידט זיך יעצט דארט און ווער ספריער'ד דארט געווען.

(לייג וועלעכע ניק די ווילסט ביי די פינטליך) למשל אויב ........ ........ איז דארט, איז די מצב מער צו פרייליכע זייט, אויב ..... מיט ......... איז דארט, איז עס וועגן טראפ, יא געזאגט, נישט, געמיינט. און ........ פארענפערט. צומאל איז די מצב מער הייס, ס'טענערט זיך אריין ווי משוגע, אבער יאך גיי געווענדליך ארויס, ווייל איך פארנעם נישט ווען איינער האלט אנדערש ווי מיר אויף זאכן וואס זענען שווארץ אויף ווייס, נאר "די שיטה" וועט מאכן פאקטן. עכ"פ איך בין נישט זייער אויסגעקאכט עניוועי און די פאליטעקע וועלט, און איך ווייס נישט ווער ס'טראכט און ווער ס'מאכט נייעס.

און מקוה, דארט האבן מיר די געווענליכע שמוסער, מיר האבן דארט ...... ער שמועסט אויפן באנק מיט ........ און ......... אין בור געט א הסבר אויף עפעס, סאיז ממש א נחת צו פארבענגען דארט, אמאל איז דא דארט ......... מיט זיינע שפיציגע ווערטער. און ............ לאזט פאלן זיינע קלוגע פלאקאן. אמאל קומט אריין ניקלעך אין פלאטשקענען אין מאכן גערודער. אבער לאמיר נישט פארקריכן, אזוי איז מיין בית מדרש.

לאמיר זעהן וואס טוט זיך אינרויסן אויפן האלוועי. די האלוועי הייסט "די פלאץ" וואס איז צווישן: מקוה, סינק, קאווע, טוילעט, סטעפס, טישלעך, בעגס, קאט רום, השבת אבידה, הענגערס, (יעדע הענגער איז באמת א וועלט פאר זיך, אז די העסט זיך צובייגען צו איין בעג, קענסטו הערן ווי זיי שישקען און שמוזען צווישן זיך.) און וואס נישט. די "האלוועי" איז פארוואנדעלט שוין פון א וואך פאר פורים, "אלץ א חלק פון די וויין קאבינע". די שמש נעמט איין די גאנצע שטאק, אלעס ווערט אריין געשלעפט אין זיין טערעטאריע, ער לאדענט אן זיינע וויינען אויף די וועגענער און שיקט זיי ארויס.
מ'וואקט אזוי צווישן הויכע טורעמ'ס פון באקסעס, און ליידיגע אויסגעשאסענע באקסעס, וואס זענען אקארשט אנגעקומען פונעם דעסטריבטער.

די גאנצע שמש טיר מיט די ארומיגע ווענט ווערד באהאנגען מיט וויין ס'פעשעלס!!! אויב איז די שמש א גוטזאגער אויך, שפירט מען עס אויף די צעטלעך, עפעס א גוט'ס, ממש א 1000 יעריגע וויץ. ווער רעדט נאך אויב ער פארשטייט צו גראפיקסיס.....! דעמאלטס איז פיינע נייעס , ווי צו דערהייבן די געמיטער, לייגט ער א קלאני מיט א רויטע נאז.. יוייי זויפאני....! א שאד ער איז נישט און די מארקעטינג ביזנעס, ער האט דאך עלעקטראנישיע כילגיראישיגע מעסיווגע בליציגע ריעונת!! א בליק אויף די לינק זייט, איז דא די "באלק ספעשילס"....! דעס הייסט גאנצע קעיסעס.... ער גריסט יעדעם איינעם וואס געט נאר א בליק אויפן ריכטונג פונעם וויין סעקשען... (איך בין נישט ברוגז.. ענדערש ווי צו מאכן די גאנצע געגענט זויער, כאטש איז עס פורים'דיג געשטומט)

נאכן האבן א שטיקל בליק, ווי איך געפין זיך, לאמיר אייך מיט טיילן וואס ס'איז דעמאלטס פארגעקומען אינעם שולכ'ל.

ס'בערך 10'נע אינדערפרי, מ'האמיר געפערטיג מיט'ן שחרית. כ'האב פיין אייגעריסן ביי סליחות. ס'סווייבל האט געגעבן טרויבן פאר סאפער נעכטען, ממילא פאסט איך ב"ה מורא'דיג גוט.... נו ס'איז שוין העכסט צייט, צו זיך איינצוהאנדלען עפעס זויערס פארן יאמטעוו, נא אז מ'ברויך קויפן, איז פארוואס נישט געבען דעם ששמש'ן די מקח?! איך שפאציר אריין אין די שטובכ'על. ס'איז געווען היפש ליידיג, נישט קיין סאך חכמים, און קול מבשר ריפיטערס...

(ס'ווינדערט מיר, אויב די קענסט מיר עס מסביר זיין, העט איך זיך שטארק געפרייט. די כלל איז אז ווי ווייניגער מ'שפירט די אלקעהאל, אלץ גרינגער איז עס, און טרינקט זיך בעסער און פארשטייצעך, אלץ טייערער קאסט די וויין! וואס העט זיין, ווען מ'זאל ווען נישט שפירען די אלקהאל בכלל! וואלט געווען די בעסטע וואס קען נאר זיין, איא? טא פארוואס דארף וויין הייסן א גוטע זאך?! קום מיר נישט יעצט, ס'דארף האבן א שמעק פון אלקעאהל....! דעמאלטס וואלט די פינעף פראצענטיגע וויין געדארפט זיין די בעסטע?! אתממה! גראדע האב איך ליב געוויסע ברויפען אבער "וויין"? כאן דמר שמיה?! אפשר אביסלע טשאמפען, מאקס! עני וועי, מן הסתם בין איך צו נאריש צו פארשטיין די "שפיצנעס" שבו. איך גיי נישט זאגן אז אלע טרינקערס, זענען טויט פארוקט, אדער שיכו"ר ווייל איך האב נישט ליב קיין וויין, אבער א הסבר איז נייטיג. מדארף זיך מוטשענען ביז מ'קומט צו צום טעם, איך זאג ענק..! א שמציגע מקוה איז פון די בעסטע זאכן אינעם כדור הארץ...!!! עקעלסט זיך? ביסט נאך נישט געקומען צום טעם..! איך האלט נישט ביים זיך מוטשענען 2 3 4 יאר צו קומען צום "טעם"...).

עני וועי לאמיר זעהן וואס דארט טוט זיך. ברויך מיר דאך אויך א גלעזעלע משקה צו פייערען המן'ס מפלה! כאטש זאל איך דעי מצוה, מקיים זיין ווי א חסידיש איד. איך וויל נישט זיין ווי יענע "מסודר'דיגע" שוואגער.... ער וואטש זיך....! ער קוקט אויס ווי די 18 יערגע בחור, ביי חתונות. ער פחד'נט מען וועט זעהן ווער ער איז באמת מיטן בכוסו טריק. ער כאפט נישט, אז מיטן "נישט טרונקען" זעהט ער אויס ווי סאאך א גרסערע נער!! גיי זיי מסביר פאר א "קלוגע קאפקעיק".

איך שפאציר אזוי שעמדיגערהייט צו צום גרויסן שאנק, ס'אויסגעשורה'ט גאנצעט'ע רייעס פון באטלעך.. איך קוק ארויף און אראפ, און נאכמאל ארויף און אראפ, למעלה למטה. איך קוק אויף זיי, און זיי אויף מיר ! איך פיל זיך ווי א וויין באטעל, אין שושן פורים. קיינער וויל נישט רעדען צו מיר, זיי ווינקן צו מיר גיי! ווי ביסטו א גאנץ יאר? הא? יעצט דארפסטו מיר, נעמסט מיר אראפ פון שעלף?!. איך זיך עפעס א היימיש באטל וואס דרענקעט מיר יא, איך זיך פאר פרייזן, סאיז אבער נישטא! צו פארמישן די שטן...! (שששש די שמעף בי איי זאל נישט כאפן....)

אזוי זיכענדיג א וויין, קומט פלוצלינג ארויף א פאפ אפ!!!!! א גוטן, דעס בין איך דיין געטרייע מאגן: " ביטע טוהו נישט איבער וואס האסט געטהון צו מיר פאריאר..... און פארקויף נישט דיין גוף און נשמה צום שטן"... קולה לא ישמע, אבל הגעדערים הרחיש בקרבי. אזוי שמסוענדיג מיט מיין מאגן, זאגט ער, איך געדענק נאך גוט, וואס די און דיין ברודער, האבן געטהון צו מיר, און אלע אנדערע רמ"ח אברים. די נירן, געדערעם, אין אלע ווייכע ארגאנען טיף אין דיין בעקיטשע האבן מיט געמאכט דעמעלטס.....
וואס איז די מעשה פרעג איך אים ?

מאכדיר נישט יעצט מאטע וואטע, געדענדקסט טאקע נישט? די האסט מיר געגעבן יא ! יא...! יענע..... וואטש אוט !!

אקעי אקעי...

ווילסט אוודאי וויסן די מעשה, כ'העדער דערציילען..

פאריאר (אין קעלענדער צוויי יאר צוריק.) פאר די משתה היין סעודה אזוי בשעת'ן זיך פריפערן צו די געטענצעדיגע סעודה, האב איך געטרינקען פון מיין וויין וואס כ'האב מיר געקויפט, א ליכטיגע 12 פרסענטיגע ווייסע וויין, דענק איך שוין נישט די נאמען, לאמיר זאגן עםםם... סאטרען. און מיטן זיך גרייטען, איז מיר ביי געטראסקעט אז ס'וואלט כלל נישט שלעכט געווען איך זאל מיר אריבער כאפן צום ברודער אינדערהיים, מיטן באטעל, און דארט זיך פולשטענדיג מסדר זיין, אזוי העל איך שוין קומען "געמאכאטערהייט" צום סעודה.

אומר ושותה, איך לענד אריין אין מיין ברודערס הייזקע, איך פאר אריין אין דיינוג רום, מיט'ן שלוכח מנות אין איין הענט, און ס'סוויין אין די אנדערע.

ווי נאר ער זעט מיין גראבע באטאל וויין! נעמט ער זיך שרייען ווי א שיכור !! דעס?! דעס ? ! דעס טרינקסטו? ! ביסט א קינד?! די גייסט נישט שיכור ווערן שעפעלע(?איך האב נאך נישט גזעהן אזאלעכע גרויסע שעפעלעך) פון דעם....!. די ברויכסט טרינקען דייקא א שמאלע באטעל! (און שטייצעך מיט א מאדנע נאמען דעראויף!) און ס'מוז זיין רויט ווי מילגרוים זאפט!

זאג איך אים, איך בין א ברייטער..... האב איך גענומען א ברייטע באטעל! (מבושל ? העכסענס העל איך שוין זיין דער מבשל!)
זאג: די ביסט נאריש?! קאם אן,... קום ...איך העדיר געבען.

אקעי.... דער ברענגט מיר פון "זיין" וויין ! און ער לייגט צו: ס'איז טאקע טריקען און זויער, אבער..... ! ! ! ס'ססססספיין ! ! וועסט זיך בכיייעה זיין מיט דעם !
אקעי, אקעי לאמיר זעהן די בכיה מיט וואס כעל זיך מכייע זיין.

איך פיל אן א גרויסען גלאז, כטוב לב המלך בגרעפ דזשאס, און...... באריךאטעההשעםעלויקיינימעליךהעולאוםבוירייפריהגאפען....... וואםםםםםם.... ולא הגיעה עד חצי ההר, און דאס בעכער איז טיף צווישן גארגעל און די טיפע פינסטערנישטקייט פון מיין קערפער. אקעי.... שווער געווען! אבער.... וואס טוט מען נישט פאר אביסלע שמחה.

איך זויבער אויס די איבריגע פלעשעל אריין אין גלאז, די פלאש איז געווארן "אינגאנצען" לערר. מיט א ירדיה לצורך עליה, אדריי איבער די בעכער מיטן קאפ ארויף צוזאמען, צום די דאך...... און ווווואאאאםםםםםם........ ...... ........ ........... .............!!!!

ווי פרעה מיטן פראש אין בויך, געגעב איך א שפרינג אויף......... וועעעךךךךךךךךךך..... ככככככככ..... חחחחחחחח..... פעע.....עעעע.......ההההה !!!!!!!

ס'האט געשפריצט וויין אין די גאנצע דיינוג רום, אבער נישט סתם! אלעס! אלעס איז געווען באפרעקעלט, אלעס האט געהאט וויין פויקעדאצעס...! (אזוי ווי ווען די עסט קאקש מיט מילך, און איינער זאגט א גוטץ, אין די טרייסט זיך איינצוהאלטן, אבער די נאכפאלגענדיגע עפטער שאק שמייכעל וואס פאלואט אפ, שטייגען איבער די מילצען, און ווי א שאווער געט די גאנצע חומר א שפריץ אויס מיט א קראפט.....! יעצט מאך עס 10מאל פא"כיגער.)
פון די שטארקע שטויס קראפט, האט זיך אנגעהויבן א רייע האפטצשאס פון וויין, נאכגעפאלגעניג מיט טרערן אין די אויגען. ס'האט זיך נישט געענעגט דא ...! די גאנצע ערשטע סעודה געווען אין פארענט פון מיר אין א שיסל. צוזאגעמיטש ווי חרוסת זאפ!

נאכן קומען צו זיך פרעג איך אים... וואס איז דעס..... ?! שיטק ... ש-ט-י-ק-ל-ע-ך-ך-ך-ך-ך לעך חחחחחחח ככככככעעעעךךךךך ! ! שארלאכטץץץץץץץץ וועך...... !

פוי ....איז עס גוט געווען! אזאנס צו טרינקען?! וועלכע לץ האט אויס געטראפן ווין מיט שטיקלעך? א נקמה און אלע וויין פארשטייערס, זיך צו שטיקען מיט דעם! ווען איך קען ווען, געב איך צען באקעסעס פאר היטלער יאכחשמוי צו טרינקען פון דעם. (באט .... ס'קאסט א פלעשעל פיפטי פייף טאלער און כאָפ, ס'מיז זיין גוט....!)

שוין, פארשטייסטו וואס די מאגן האט געוואלט? איז דעי יאר ווייסעך שוין "וואס נישט" צו קויפן.
***


איז וואס יא? העמיר פרעגען די מבין! שמעלקע דער שמש.

פססס... שמש. דער שממ מיט זיין ריזיגען בינטעל שליסליך קומט מיר אנטקעגען מיט א שמייכל .

שמעלקע טייערע... הער מיר איין, איך דארף א לייכטע וויין..... נישט זיס, נישט זויער, נישט ביטער, נישט געשמאק, נישט גראב, עפעס וואס איך, און יעדער ארום מיר, וועלען הנאה האבן. א ירא שמים, מיט א לב טוב, און גיטע מדות! ווייסט וואס כ'מיין, יא?! האסט עפעס אזאנס פאר מיר?!
שאר !!! קום, כ'האב א ריזיג"ע וויין קעלער, קום ששפושט.

ער שלעפט מיר אריין טיף אין זיין קליינע שטיבעלע. און שלעפט אראפ, א 70 דאלערדיגע באטאל .... אממממ.... ניי ניי ניי ניין, די האסט נישט פארשטאנען! איך דארף עקנאמיש, בכלל נישט, עפעס הא הא, רבי!
נישט, עפעס הא הא, רבי!
ער הייבט אן שלעפן אנדערע באטלעך, און דערביי גיסט זיך מבינות ווי וויין. איך, אפי' אלץ נישט-פארשטייער.... בין געווארן גאר נערוועז, ווי דער רעדט צוזאם וואס אפי' ביים דור המבול האט קייינער נישט גרעדט, אזעלעכע שטותים. ס'געפלויגן, הנחות מיט עקירות, גזרה שוה'ס, מה מצינו'ס פון איין באטעל צום צווייטען. אויף א זיסע באטל, איז געווארן ארויס געברענגט, די מעלות פון זיסע וויין, און דעס איז דע, "טא גאוי" באטעל. אויף א זויערע באטעל איז געווען די מעלה, אז ס'איז אנדערש ווי די אנדערע באטעל. דעס איז סעמי דריי. דעס איז סעמי סוויט, נעם דעס. דעס איז סוויט און סאווער נעם דעס! דעס, דעס איז מוראדיג גוט! איך זאג אים איך דארף נישט וואס איז גוט, איך דארף וואס מיין פליישיגע מאגעל'ע וועט זיך פרייען.

איך צייג אן אויף א איידעלע באטעל, האי אבאוט דעם שטקיעל?!
יא! דעי וויין איז זייער גוט! יעדער נעמט עס! יעדע מינוט הער איך אויף א אנדערע וויין: פאריאר האב איך גערונקען די וויין! און א קארקע 3 מינוט האט ער מיר רעקאמענדירט, א ערך פון 12 וויינען..
א וויין סוחר מיט שמשות, איז ווי קאלאזשן צווישן טראמפ מיט מולער ניטמאל רוסלאנד ...! פינטעל.

ס'דוירט נישט לאנג, און איינער קומט אריין, ער איז מיר אויך א "מבין"..! ויפתח את פיו בכחמה, ס'האט אנגעהויבן פליסען חכמה פאר פרי, דע וויין איז זייער א פראכטי'גע, סא קאליפארניע..! (מיט די פאקסן שטייצעך) ס'ליגט אין אוק..... (ער מיינט אוק איז לאנד) דע וויין, ס'איז טאקע זויער.. אבער ס'פיין....! ס'איז בעסט מיט ביף! (טשאלענט מיאיט לכאורה), דע וויין.... א איזרעלי וויין, ממש האלב די פרייז וואס די וואלסט געצאלט ביי פארטיגעזישע וויין !!!
דעס, דעס איז א קארבנע, לאז עס אויסלופיטערן, פאר א שעה, און נאכדעם פאר נאך א שעה.... (דער האט צאמגערעט פאר פינט באדער און מילך און אלעס אן פרעגען.)

נאך א פאר מינוט קומט אריין, א ברענד-נאָי שנה-רשאונה יונגערמאנשיקל, כאפט א "גאנצע באטעל" בערטנורה....! הער אויס זיך צו מאכן שיכור... איז די בע"ט אויך גוט. (פארוואס נישט א רמב"ם? גיי ווייס.)

אזוי שטייענדיג דארט אין מיין קלעם, וואס נעמיך דא טאטע זיסע ?! איך שעפשעה א תפילה מאין יבאו עזרו.... פלוצלים, קומט אריין א יודל, געמאכטע פאות, א צוגעמאכטע שיינע רעקעל, מיט א שטארקע פרישקייט. אן קיין שאלות צו קיינעם, יאגט ער זיך צו צום שענקעל, נעמט אראפ א ליכטיג רויט טשייניז הערצאג, א דרייצען פרעסעניגער וויין. ער זאגט פארן שמש: צוויי קעסטעלך פון דעם....!

410 זאגט דער שמש מיט פרייד.

ער שלעפט ארויס א פעקלע פון 20'ערס געקניישט אין האלב, צוגטשעפט צו א קליינע צאל קארטלעך מיט ראבער בענד. א סווייפ דעם דעיבט קארטאל.

פיפ. זזזמממ....... קוקט איבער די רעסיט, א לייג געטהון די הענט אויפן מזוזה, און א קיש געטהון דעם האנט. ופרח לו האיש האמת.

ויאר ששפושט, און שושפשוט האט פארשטאנען. איך שלעפ אראפ פון די זעלבע סחורה פיר באטלעך, צוויי אין ס'רעכטע און צוויי ס'לינקע. באצאלט. אריין אין קאר.
האמיר שוין אויף וואס קידש צו מאכן.

***

וואס איז נעקסט? ס'איז דאך א פאסט טאג! קיין סאך ארבעט מען נישט היינט, עממ....לערנען אביסל? אממממ..... נעעע, קיינער לערענט נישט היינט. תהלים .... ? .... ס'איז דאך נישט אזוי שווער!
אקעי.


איך הייב אן זאגן תהלים. די מחשבות זענען ערגעץ, צווישען אינדיע און אפאניסטאן ביי די בערג פון דיזשאן. איך האב גאנץ ווייניג פון די נערווען מנאציאן, און די נערווען אייקאון איז שוין רויט...יעדע מינוט קוק איך וויפול כ'האב שוין געזאגט, און נאך צוויי מינוט אודך, יא, ס'שוין מיט דריי פעדיזשעס דיקער אויף די געזאגטע זייט.

אזוי בערך ביי קאפיטל מ"ב, האב איך באקומען א לייכטע גרעפס, פונעם מאגן, ווי צו זאגן, וואס איז מיט דיר, געסט מיר גארנישט היינט? איך שיק צוריק א שליקעץ מיט א הודעה, ס'איז "תענית אסתר" היינט, האסט "שוין" פארגעסען ?! איך הייב אויף די פייל בלעטער צו ס'איז שוין דא א שטיקל קצבה, יא! ס'איז גאנץ דיק, און מ'קען טראכטן פון "יוצא געווען" (# שוואכע דורות) א בליק צו זייגערעל, זאגט ס'איז: 1 פינעף אין פעהמצוויג. אההה..! ס'שפעט, לאמיר אהיים גיין זעהן, וואס מ'דארף נאך מסדר'ן פארן הייליגע יא"מ טוב פורים.

ארויס גייענדיג פון סמעדריש, בינעך שוין געווען זייער פרייליך, איך האב מיר שוין געפילט ווי די קינדער וואס טאנצען ארום, ביי די קבלת פנים בשעת דער חתן ווערדט באגראמט.
ס'שמעקט שוין פורים, די קינדער לויפן ארום מיט א שמייכל פון לעפעל צו לעפעל. די מער מעכטיגע קינדער זענען ביזי מיט פארטין טשענלס. משרייט, מלויפט, ס'טוטסצעך..... איינער לויפט צו די תהלים חדר פון מרדכי ואסתר, איינער לויפט אוועק פון דארט. אז מקוקט ארויף קען מען זעהן, ווי די פורים הענגט ממש אין די לופטן....! סהאלט שוין כמעט אינטען, ביים זיך זעצען אפן ערד קוגעל.




שפאצירענדיג אהיים, זעה איך, א פיצי מיידעלע מיט איר דראטשקי ברודער, ארבעטן עבודת הפרך ארויף צו פושן א בארג א קערידזש. די קערידזש איז צוויי מאל זייער הייט, אין זיבן מאל זייער וואג. זי דארף זיך בייגען צו דערזייט, צו קענען זעהן ווי צו פארן...
די גאנצע קערידזש איז לארעד מיט בעגס פון א ריזיגע גראסערי ארדער, וואס זייער מאמע האט זיי מכבד געווען. (יויי.. האב איך זיי אזוי געשוינט.) ביי יעדע שטיינדעל, האט זיך די קערידזש פארהאנקעט מיט א שאקל צודערזייט,אז די גליטשעגע בעגס, זענען פריש ארויף געלייגט געווארן ביי יעדע אזא אינצידענעט....
די עלטערע מיידעלע איז נעבעך געווען גאר פראסטרעטד, און די קליינע יונגעל האט נישט צופיל רוהאיגער געמאכט. איך שטעל זיך אפ.. יונגעלע די קענסט זיך א עצה געבען ? ווי וואוינסטו?
ב"ה ער האט געזאגט אז יא.
וואסי? די מאמע תליט"א, איז זייער פאריאגט! זי דארף יעצט "וויכטיג" אויפנייען, א ציקערדי'גע פארבאשטעלאכטץ, פאר די נארוואס 5 חדשמידי'גע צדיק'ל\צדקית'ל.! איי ס'גייט וויינען דעראין א גאנצע צייט ?! גיי זיי מזביר פאר א פרוי בעטנהורה..

גייענדיג ווייטער זעה איך א טראק! אבער נישט סתם א טראק, נאר משוגע ווי א טראק....! אההאה.... די מאביל! יאפ... ! וואסענייעס חברה....! מיר האבן עס! קיש מיך!. די בוחרים סעלברעטן זייער פורים הכנות פאבליק! . אלע גאונות'דיגע פלענער זייט בך בטחו, גייט\דארף יעצט ארויסקומען מן המוח אל הכוח.

מושי שרייט. טאלי רייכערט. סאנייקעס..... מפליפט פון פאון צו די צוגערטעל צו די טראק. מזעצט זיך אריין ביי די דרייווערס זיץ ...! אוי יעעעעע...! און א שוואכע מניט געט מען נאך א פאר פייפעס.... וואאאאההףףףף,.... ממש ווי א א. א..... א.. . הצלה מעמבער !
טאלי שוויצט ווי א מאנקי, אזוי ווייט אז צוויי קנעפלעך זענען אפען, אזוי ס'זאל זיין נראה לעוף השמים די גארגעל, מיט די שעפ פון די טשעסט און ביינער. א האדי דזשעקעט...... (ווי שטימעט עס?!) ער שרייט, מוישי: איך קריך ארויף! ענד וואנס איך בין אנטאפ, געב מיר די סטריפ'ס!! קעי?! שרייט ער ווי קאמנדיר אויף זיינע סאלדאטן ! אקעי, ראגירט מוישי ווי א קנעכט.

אבראמי, די הויפט פון די מייקס, אויך א הויפט גבאי, אין די קאלעוואסער אפלוימענט, + פון די בארד פון חק"ס!!! איז אויך שיגע ביזי. ער לייגט ארויף די "אויערן פארטייבער" ריזעגע הערנער, בארי הארנס. וואס גייט קווינשענען ווי די שבתדי'גע בעלל.... אדער ווי א לויה.. סגייט ראקען! (מיין אויער גריצעלט נאך יעצט!)

די מער פארגעשריטענע חברעה.... לייגען א ליילעך מיט א זיסע סלאגאן ווי ....... אדער ......... חחחחח.... דעס איז גוט, פייעע פריקע פאפגאשיגע פלאכס!! די נאך מער עטווענסט חברה, די "אלטרא סמארט". לייגן על אי די סטריפ לייטס! אוי יעההה....! יא בעטטער בעליוו! מיט א ריזיגע סמיילי, צו סיבאלזירען קלוגשאפט!
די מאסט עלסטע עדזש, זיי האבן שוין גרעדזשיעט די בעבי טראק'ס ! זיי האבן א פארטי באס ! ס'האקט יונתן, אויף גראבע דזשע בי עלל, עקס פי אר ספיקער ! רעפ.....! כמו ... נצבו כמו נד !



*******************************************************************




ביי ששפוט אינדערהיים.

אינדערהיים, ווי נאר איך האב א דריי געטהון די קלאמקע, ענפאנגט מיר דאס רעבצין מיט א גאר-גרויסע שמייכעל. כ'האב באַלד פארשטאנען עפעס פרייליכ'ס קומט יעצט...! (נחום עדיף מנביא....)

יוי... נאכ-א-מ-א-ז-ל ביסט שוין דא, ווי א "מלאך פון הימל" ! פרעג נישט.(ווי למשל ווען איך פרעג האט זי תריצים) ס'לעבדיג קעניינע הארעה..... ס'טוט זיך דא, די קינדער, די פארשטאלאכטץ, יוי, איך דארף דיין העלפ, פליז.... (מיט א געמאכטע פרוישע קרעכטץ.)

אקעי....(מיט א אתנחתא) .... אממ... כ'האב ג'עטראכט פון זיך אראפ לייגען שלאפען ....! אמממ... לאמיר הערן, וואס דארפסטו?

איך דארף נאר (?) אפאר קליינע זאכן, און נאכדעם העל איך זיי וואטשטען, זאלסט קענען שלאפען.

אקעי, וואס דארפסטו? ס'ויכיטיג פאר יעצט?

איי ניד יא טא ביי סאם רבען עט דעה שמאנצעס סטאר, און א דראפ אףף ביי מיין מאמע, און אויפן וועג, אויף פיקען פון מיין שוועסטער די בעגס, און טוישען דע טישטעך צו א גרסערע סייז אין די מאלל.
........................................................!!!!!!!!!!!!!!

.... .......... ............... ..........וואסי ? ווילסט נישט גיין? איך האב שוין גערדט צו זיי, זיי האבן געזאגט אז.. מקען עני טיים קויפן א אנדערע. ס'פאר יענטי דעוואשיס ארעדזשמענט!

אקעי, וואזוי די צווינגסט! איך פאלג ווי א (שמ)אטעלע. (איך בין נישט גרייט פאר די ווינטען וואס גיין בלאזן גאנץ פורים.)

קעי, גיי צו די סטאר, און קויף א ריבען. א מעראן 4 אינטש ברייטע ריבען, מיט א לעס. און ס'זאל אויך האבן א פינקי'ש ברוני'ש רויטע ראיפלעקשען, מיט גאלד ספרינגלס און די זייט. קעי, ?! און מאך עס פליז שנעל...! טענק יא סאמאטש. !

אן קיין פינעף צען ברירות, זאג איך אקעי. דעס מיינט קריכען אין סטאר צווישען קינדער מאמעס, און וואס נישט. ס'פיל מיט קינדער, ווי פליגען אויף א הארסי! איך ווייס גאנץ גוט, אין וואָסאַראַ מעליגע טעמעטע איך בייס יעצט אריין. א מין רשע דער המן ! איך בין דיר קיינמאל נישט מוחל.....!

מיטן גאנצע צוקלאפקייט גיי איך צום קאר. (אינדערהיים: זי זאגט א קאפיטל תהלים, אלץ דאנק פארן באשעפער פאר די פיינע שליח. אין קאר: זאג איך א קאפיטל אז זי זאל נישט אזויפיל מוטשענען.)

ס'נאך נישט א דורך א שיער חימץ, און די טעלעפאן קלינקט און טאנצט.

העלאוי.....
יא, וואס מאכסטו?
יא יא! וואס דארפסו ? זאג שנעל..... איך דרייוו יעצט ! איך וויל נישט א פאליס זאל מיר אפשטעלען (דעס איז די איינציגסטע וועג זיי אפצושטעלען).....

איך דארף נאך אפאר קליינע פיקאפס, געב מיר אקאלל ווען די קענסט.

אוי קעיייייי, ביי. הויייייי טאטע.

מעפארט און ענדליך איז מען שוין אט אט ביי די סטאר. פון צוויי גאסען ארויף איז שוין דא טרעפיק, מ'זיצט און זיצט און צוזעצט. איינער טרייט צו הייזיעריג מאכן זיין פייפער אויף א טראק. ענדליך זעט מען זיך שוין פארנט פונעם סטאר, נאכן זיכען א האלבע שעה טרעף איך פיינעלי א פארקינק ספאט.

איך שטארים די סטאר ווי א פארברעכער, ס'לאורעד, איך האב מיר געפילט ווי א זויער פיקעל אינעם קאנטענער. איך פאש מיר דורך צווישן טויס, סחור'ס, קינדער, קאטס, מאמעס און קערידזשעס. ס'טראסקעט פון די האקס און איבערגעפילטע שעלפעס זאכן, יעדע צוויי מניט דארף איך מאכן די עגלא ערופה חשבון ווער ס'שילדיג אינם טראסק, שטייצעך האט עס גארנישט מיט מיר. מיט יעדע אטעם צו גיין פאראויס, איז געווען א ב"ן קול : טשאלדיג טשאלדיג! א שנעלע איבעציילונג האט געוויזען אז בערך טויזעט מאל האב איך געשטלדיגט מיט מיין אויסגעטריקענטע מויל !!! ( אפשר נישט ממש טויזעט... אבער צוויי הונדעט פינעף זיבציג זיכער!) און 396 מאל עקסיאזמי פאר וועם טשאלדיג ארבעט נישט. איך מיין סאיז צייט צו לייגען פאפערס אויף די קרעיזשיס.

על כל Pנים נאכן מאכן די זיבען הקפות מעומד, בין איך פיינעלי אנגעקומען צו די סרוחו"ת! ס'איז געווען דארט אלע מינע משוגענע סחורות ריבענס אלע, אבער אלע...... חוץ, דעס וואס מיין אסתר המלכה האט זיך דערחלומ'ט ! אפי' תחש הויט איז דארט געווען.

יעצט הייבט זיך עס אן! ......וואס מיינט "מעראן מיט גאלדענע טרמיניג"?! און ס'דארף נאך האבן א לעס אינדערמיט פון לייט גרין געפלאכטן פירפעל !!!! נאך זיבען טעלעפאן קאלס אהין און קריק וואס מעראן מיינט, דארק ליכטיג ברויני'ש רויט, האב "איך" דיסיידעד וועלכע ריבען, וועט האבן די זכיה צו ארום הענגען די געבענשטע פששלואאאחחח מנות!

אז איך בין שוין יא דא אין סטאר איז מיר ארויף געקומען א ריינע מחשבה אין קאפ, לאמיר געבען עפעס פאר מיין נשמה אויך....! מ'גיימער זיך איינהאנדלען א קאפ-צודעק פארן הייליגען יומ"ט! די קאפ-צודעק שרייבט זיך גרינג, אבער איז עבודה קשה שבפיקנא"ש, צו מאכן די רייט פיק!

אזא ריזיגע ברייטע שטרויענע היטל לאז איך פאר די קיען נאכרוימער, איך זיך עפעס וואס איז נישט צו אויפאלנד, פאסיג און שמייכלד'יג, ס'זאל זיין געשמאק אויף מיין קעפעלע אמן סלה. כ'האב זיך ענדליך דערקלויבט אזא קליינטשיקע געבויגענע קאשקעטעל. ערגעץ לעבן די אמאליגע חזנים היטלעך, מיט א שמעק פון די אמאליגע פויערן און אביסל צו די פאשאס.

איך טוהו אים אן אין א ווינקעל, זוי...! א שטיקעל קוועטש, אביסעל העכער אהה...א מחי', ס'פאסט גוט מיט די פאות, די בארד פון אינטען און הויכע ברייטע קאטשעקע באקען. אהה.... א פיינער אנהויב,אקעי, א היטל און וויין האבן מיר שוין, מ'דארף עס נאר באצאלן, מיט די אנדערע זאכן און גיין פון דא.

איך שטעל זיך אין די 9 פאכיגע-ליין ווי ביים דזשי דאבעל יא. אפציעל דארף עס גיין שנעלער, ווייל מ'האט אינפארטירט נאך קעשערס פאר די יעצטיגע "ביזי סיזען" ס'זאל גיין שנעלער.... אבער, אבותינו חאטו ואינם ואנחנו בשטיין-בליין סבלנו. שוין מ'קומער ענדליך אן צום קאשיר, ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז עס א "זי" פרעזאן, קעי..... ...

ס'נעמט מיינע זאכן מיט א שנעלקייט, און מאכט שנעל מיסטעקס, #געשיגט! שטייצך אז אזוי ווי זי איז א אמממ...עקספריענס קעשיר ווייסט זי אלעס... און יעדע מינוט פרעגט זי די זייטיגע קעשיר: וואס איז דעס שיידי? (זי האט געהאט א פארשטאבטע נאהסז) הא מבאטש היז דיס ? האו דא איי קאנט זיס? נאכן פיינעלי עס (פא)רעכענן די ערשטע אייטעם, פרעגט מען די נעקסטע אייטעם די אנדערע זייט קעישיר. די נעקסטע אייטעם איז די .... יא! פון ווי האסטו געוויסט?! די "פארגעבענטשטע ריבען"! זי קוק מיר אן מיט א אזא בליק ...(נישט אז כהאב קוקט אויף איר..! מיין חבר האט מיר געזאגט.... ! ס'זיין שוועסטער) פארוואס אין די עולם ומלאו האסטו פונקט אויסגעקלויבט די ריבען ? ? ? קיינער ווייסט נישט די טעג פרייז ! ! ! . (איך פרעג די זעלבע קשיא, אבער אויף א צווייטען)

הקיצר, נאך א קליינע עפסאויד וואזוי צו רעכנען צווישן די צוויי קעשירס, קען איך שוין באלד זיין א עקספירענסט קעשיר. אקעי שרייט זי מיט פעטעטס, יאר טאטאל איז פארי ניין ענד סערי פאררר סענטס. . . איך ווארף אראפ א פינקע-פיפציגער, און געמאכט א ויברח פון שטח.

איך גיי ארויס, איך זיך אויף מיין אייזל אשר רכב עליו המלך, נאך א צען פיפציג מאל עס פייפען, זעה איך ווער בלינקט מיר צוריק מיט די געלע אויגן. וישב איך זעץ זיך אריין, טאדא דא דא האממממממ.... איך וויל אנהייבן פארן... אבל..... תולה ארץ על בלימה, נאט סאוי פעסט "ווי מיינסטע גייסטע"? הא ?... כבעלו כך פלטו ! ! ס'האט געדוירט א האלבע שעה, זיך ארויס צו זעהן פון מיין פארקינג ספאט, וואס אזי די מעשה ?, אלץ הכרת הטוב וואס איך האב זיכער געמאכט קיינעם נישט צו בלאקען ביים זיך פארקן, האט לכבוד דעם איינער געהאט גענוג און נאך פלאץ זיך דארט צו קובע מקום זיין, זיין גראבע סובבערבין. און אלץ סימן אז ער קומט {נישט} שנעל צוריק, האט ער אנגעצינדען די העדזערד בלינקערס. איך שריי און שעלט אין פייף ווי א בענע אויף מיר אליינס. ז"י תורא ואני....

אז גמרתי בליבי, נעקסט סטאפ איז האָום....! זאל זיך סדום און חרבונה איבערדרייען, איך גיי נישט יעצט מער און ערגעץ מעצעשעהם.... זאלן האגלן און דינערען, פון תענית אסתר ביז פורים איך גיי מער נישט און ערגעץ.
***

פיינעלי בין איך אנגעקומען אהיים, מיט א ריזיגע בעג און דריי פיצלע זאכן דעראין.

אהה... ביסט דא...! wאָט טאק יא סאוי לאנג ?

מיט א שמייכל זאג איך איר, עהההםםםם… איך האב געדארפט עפעס צו-בייסן!

די פאַסט נישט....?......! (דא געדענקט זי אז איך דארף פאסטן..) איז געקומען ספאנטאניש די קשיא אין געזיכט!

ניין, שעפעלע טייערע איך האב געדארפט "צו בייסן מיין נעגעל " נישט צו ווערן א שטיק כעס, איך געב איר צו פארשטיין, , און איך געב מיר א באזאעץ אויפן קאטש די בעג פלינעדיג.
באט, וואס האט גענומען זוי לאנג?! איך האב געוואלט זאלס'ט נאר געבען א טראג אפ צו חני און פאר מיין מאמע די באקסעס, פאר די פורים סעודה....!
הער אויס אשת חיל.... די סטארס איז יעצט די אייגענטומרשאפט פון ווייבליך\מאמעס מיט קינדער, אלעס איז יעצט סלאוי ווי משוגע, די פארשטייסט ? סאיז פשוט נישט פאר מיינע כוחות.. כאפסט?

אבער..... אבער אפשר קענסטו נאך גיין צו. . . . . .

איך גיי יעצט "שלאפן" געפעלטיך יא געפילטע פיש ! אז די ווילסט זוי שטארק און ס'איז דיר זייער וויכטיג, גיי די, און איך וועל וואטשן די קינדער. (ונתכבדה מיט כאשר זממם לעשות...)
נעם דא מיין ככ און זיי מצליח, איך האב נישט קיין כוח, סארי.

אקעי, זיי געזונט, כ'האף עס צו מאכן שנעל. (זי ווייסט דאך יא, למעשה איז עס טאקע נישט וויכטיג און ער פאסט יעצט)
אקעי שכח. זיי מצליח.

ויהי כשאר יצא אצתה אשתי, קינדער: טאטי גייט יעצט שלאפן, יעדער זאל זיין שטאק שטיל. איך שלעפ אראפ 10 באקסעס טויס פאר די חברה, זוי דא האטעטס... און איך וויל נישט הערן קיין פיפס.
וטראָסי טראַסקי אין קאטש אריין, נאכפאלגענכיג מיט אזא הויכע מקוה קרעכטץ אההההה..... די קישעלע אונטרען קעפעלע, די שיכעלע'ך שפאצירן אראפ פונעם פיס איינער נאכן אנדערע, טאָ, אביסלע פרישע לופט! יעצט ארויף די רעכטע פיס אויפן לינקע, אזוי..... אהה... ס'דרענעקט אריין אביסל'ע פרישע לופט צווישן די פיס פינגער, א מחי'. מיטן פלאן אז ס'קומט א געשמאקע דרימל ביז זי קומט צוריק\מנחה-מעריב.

בִקש ש'פושט לישב בשלוה…… ויבא יענקעלע, יאנקי קומט, ער זאמממממט אריין אין מיין פנים, אזוי אז איך זאל שפירען זיין אטמעטן, (ס'איז פונקט די גיטע הייט פאר אים) בזזזז...... ששש... אזוי שטילערהייט וועגט ער מיר אויף: די ששששלאאאאפסט?! בזזזז... טאטי..... טאטי צינד אן רבי ווייס....
אקעי, אבער נאך דעם איז אלעס פערטיג ?

יא ! ........... !
איך צינד אן א טעיפ, און טריי צו כאפן די חלום פון די אויסגעקלאפטע זאנגען פון פרעה.

א סקונדע פארן זיך טרעפן שוועבען, הייבט פלוצלינג אן צו באמבערן, טייערע קינדער ... מהאלט שוין ביי וארא.... וארא.. אין איך האב מיר באוויזן.. די חברה האבן געמאכט די וואליאם די העכסטע וואס די פלעיר קען נאר. נאפס, דעס קען נישט אזוי אנגיין!!! : קינדער! מ'קען נישט מאכן אזוי הויך...! טאטי קען נישט שלאפן, ס'איז אזוי הויך!

נאך פינעף מוניט: דאדי.... דאדי.... יוטעלע דארף אין טוילעט.... אקעי וואס קען מען טהון? (ענדערש זיך צו הייבן יעצט ווי שפעטער!) שוין נאכן ווערען א מאמע, האב איך צוריק אריין געטראסקעט אין קאטש...
ולא עבר כמה רגעים : קניק, קנאק,קניק, טיק טאק טאק, הערט זיך זעצעס פון שיך, קוואדער'ס און פישקעס. (איך וואלט ווען נישט געפענט די טיר, און געלאזט קלאפן, אבער איך ווייס אז זיי געבען נישט אויף! (זיי זענען ווי פיצי אינשארענס פאליסי עזשענטס.)
צעדקעה! ! ! הערט זיך א קווייער. קינדער מיט פישקעס, הויכע קאנטענערס מיט א לאך, בעגס, פענסל-קעיסס, יעדער שטרעק מיר אויס זייער קלאפ געצייג. נאכן טוישען פון קוואדערס צו ניקעלס, האט יעדער באקומען א קלינג אין פישקע, און זייטס מצליח פאטעראנאייסיק.

צוריק אין קאטש.
דינד דינג דינג דיייי דינדדדדדדגגגגגג דינדניגנדיגנידנגידניגנ........ איינער האט זיך צושפילט מיטן בעל, און קראצט מיין דזשעילי אין קאפ! נאכן אים געבען א מוסר לעקציע, ויאר כי לא יכול לו איך האב געזעהן אז מיין שלאף איז פארטיגער! אז נישט איז נישט. לעטס סי וואס מ'קען טהון פאר פורים.
נאכן זיך מאכן ביזי אין קאך, און די אשת חיל איז דא מיט א "בעג פון רעסיטעס" ! יעדע סטאר וואס ס'איז געשטאנען פאר איר גלעZר האט געהאט א סווייפ פון מיין קרעדיט קארד. (מיין קרעדיט קארד סטעטמענט יענע סוף 28 פיריעד, האט אויסגעזען מער ווי א ביזנעס דירעקטערי, ווי א סטעטמענט.)

בלינקענ'דיג צום זייגער, אהההה.... ס'איז שפעט געווארן. ס'איז 5 טוועניטי פאר, כ'דארף דאווענען מנחה...! כאפטי עס רעקלי והיטי. א קוועטש אריין די פיס אין די שיך, און מיט פאר שטויסעס זיצט ער ענדליך אינדערווייניג און מ'פארט אראפ אין סמעדריש.
לעצט פאראכטן דורך נישט פשוט אום זונטאג מארטש 10, 2019 2:40 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » פרייטאג מארטש 08, 2019 10:05 am

אין בית מדרש ווייסטו אליין וואס טוט זיך וואס דארף איך דיר זאגן ? בעסעקלי, די סיקזדיס רעגען זיך נא... ס'עשפעט..! זיי קוקען פון זייגער צום גאבי'ן אהין אין צוריק. (קענסט מיר זאגן ווי זיי יאגען זיך?!) וכו' וכו'. די שול איז אנגעפיקעוויט מיט קינדער, ווי בין הזמנים מיט טראצקי בוחרים אין בית מדרש ביי שחרית, זיי נעמען הויפענס צוקער, און צו קענען אראפשלינגען די צוקער נעמען זיי אויך א קאווע \מילך. פארכאפן די פלאץ אין מקוה. עני וועי די שול איז דזעם פעק.

ביי די משפחות ברכות ילדים, איז די טאטע פארנומען צו שלום מאכן צווישן די חברה, און בארהוגען די פיצי פאליס. (ער קומט אין שול ווייל ער קען שוין קמץ און ציירי.)

א בליק ארום סמעדרש זאגט מיר, אז אלעס איז כמעט די זעלבע ווי פאריאר, די זעלבע פאליס יוניפארם פון פאריאר ביי משפחת שטייכעמיטש איז דע יאר אויף די יונגערע ברודער, (די יונגערע ברודער איז טאקע אביסל מער דזשאבי ווי זיין עלטערע, סאוי ספלאצט אביסל, באט אפטער אלל איז ער א פאליס!

אויף די אנדערע זייט, האב איך מיין שכן, זיי פארשטעלען זיך ווי א, כהן גדול, אדער א דוד המלך. פאר דודי, (ער איז אביסל מער א פארלאנגעדיגע קינד, ער איז א אחשוורוש). אויף די אנדערע זייט, איז דא א איד וואס ארבעט שווער, און די פארפארטע מאמע האט נישט קיין צייט צו אויף נייען קאסטיאמ'ס, און געלט האט ער, (זייער ווייניג) ממילא מאכט מען עפעס אויפן פלאץ, למשל א ארבער מיט א שמאטע אויפן קאפ, און א קושען אין די בויך אנגעשמירט מיט קאקאוי, וכנה וכהנה.

הקיצר, נאכן מנחהנ'ן, כאפ איך מיר אריבער אינדערהיים נעמען מיין מגילה. די קינדער וויינען דארט סגייט א עשן: איך האב נישט ליב מיין פארשטלאכץ, עכפיטניש, סאיז צו גרויס, ס'קליין, ס'עקיעלדיג.. רעגעליער צג"ב. איך לאז אלעס איבער פארן ידיה שילחה בכישור, איך נעם מיין מגילה, און מיט א שנעלקייט בין איך די אנדערע זייט מזוזה.

נאך מעריב שלעפט יעדער ארויס זייער מגילה, געוויסע העלן אייביג זיכען פאר א חומש, און שטייצעך נאר טרעפן אן מגילת אסתר, און ווען ממאכט שוין שטיל וועלן זיי טרעפן עפעס. די בעל קורא מיט נאך געוויסע חברה גייען צום גרויסן בלעמער. די בעל קורה געט א צוויי טיפע היסען, און די עולם ווערט שטיל.

די בעל קורא איז אלטע בעל קורא, מיט יארן גרייזן עקספערטיז, ער קען ליינען פיין (א מחניים ביכל מיט פינטליך אפשר... !) זיגנען קענען ער ווי איך קען מאכן וויצען. ווער רעדט נאך פון די אטעם-כאפן נאך די ערשת בני המן..... ווווואףףף מאכט ער דעמאלטס א גרידער! מקען מיינען ער האט זיי איינגשילנגען אין זיך.... ציען ציט ער ווי קאסטעמער סערוויס עדזשענט, אקעי שוין צופיל אינפא. העסט נאך באלד וויסן....

און אזוי מיט דע בעל קורא זענען מער פארטייב געווארן. ב"ה מהאלט שוין ביי וכלעזערוי. אשר הניא! נישט? יא?! ! ? יעצט נישט?! נאר צופרי! אַ הַא. אקעי.

מרוילט צוריק די מגילה, און מדרייט עס מיט די פינגער פון אויבן צו מאכן טייטער, ס'זאל אריין פיטען אינעם שמאלן האלטער, אזוי, צוזאם געפאקט מגייט.

אלעס איז פרייליך, סוטטצזיך...! (ווער ס'נישט..... מעג זיך מאכן!) עפ"ר איז די עולם גאר פרייליך, און א פורימדי'גע שטומונג. אפי' וועם מ'גריסט נישט א גאנץ יאר, באקומט יעצט א פייליכעם פורים מיט א שמייכל. די מער פרייליכע\אנגעזעצטע מאכן א ריקוד אין סמעדריש להידים לייהידיים אויסעה עורהההה..... קלעבעדיג.......!!!! עני וועי מיר גייען אהיים.
אינדערהיים



מיט א סמייכעל איז מויס'לע מיר מקבל פנים: טאטי ! ! ! קוק מיך אן, איך בין א א א א עכטע נעפקיען סיל ! שעפלע, א נעווי סיל יא?! יא, א נעביסיל. יא !
נאכען בארהוגען די צוויי יערעיג'ס פון די ילולות פון א שווארצע בער וואס שטייט ביים טיר, אזאש די קולות האבן געקענט אויפוועקן מרדכי און אסתר, גייט מען ענדליך אויספאסטן און זיך גוט אנשטאפען, און שפעטער זיך גוט רעגען!

אזוי ווי איך בין נאך נישט גענוג עדזשעקטעד צו מאכן אליין'ס א פורים סעודה, גייען מיר צום שווער! (כאילו ער איז יא?!) טא מעק איט שאורט, מ'קומער אן צום שווער, ס'איז די איינציגסטע מאל א יאר וואס די מוזיק ארבעט דארט אויך נאר נגיני סקולען, און אויך נאר שטיל, און אן די טאמענע בעס bass.... שוין לאמיר קאוטן די סעודה, (סאיז צו גוט צו געבען אזא כאפ לאפ.) און לאמיר זיך גיין לייגען.


ויהי ממחרת ...

פורים איז א גרויסע טאג! (געוויסט....?! פון ווי ?) טרייען מיר אויסצוזאגן די תהלימ'ל און פוילען אונגארען פאר מיר און פאר כלל ישראל בכלליות, אלע זייער באדערפענישן.
דערנאך איז שחרית. בערך זיבעלע אדער אכטע, ווענד ווען ס'איז דא א גוטע מנין (ליין בעל תפלה). ביי שחרית איז מען בעסעקלי שטארק פארנומען, מ'ביזי צו צוקראכען צוואנציגערס און פון דארט צו פינעווערס וואס ווערד עדווענטשלי דאלערס, און פון דארט איז עס אויס און א צעקאנדע. מ'באטראכט אלע מאדנע ענוועלאפס וואס קינדער און טאטעס האבן געמאלן, אנדערע האבן געפרינטע ווי כל הפושט יד.

אנדערע מאכן זיכער צו שרייען אויף די קינדער, אנדערע ווערן טויב און שטום, און די קינדער שטייען און ווארטן פאר א קלינג אין פישקע. (די וואס האבען א זיידע זיי פארשטייען אביסל סיקסדיס שפראך..) יונגעלע טייערע, אז איינער געט דיר נישט ביים ערשטען קלאפ, פלי ווייטער, סאיז א שאד די צייט ! (גיי זיי מסביר, ער לערנט נאר חומש, און דעס קען ער אויך נישט, פרעג אים וואס טיישט, ואת הפדר ?! ער העט דיר אנקוקן ווי א זאמד טראק.)

ביי הויך שמו"ע ביי חסדה חסיד המוחלעלי צוברעכט מען זיך דערציין. און יאפ, מ'איז פערטיג מיט הויכע, און מגייט זיך ב"ה אריבער כאפען פאר א האלבע שעה קיין שושן, יא יא, קומסט מיט? אפשר העסטו נאך קענען זעהן ווי המן ווערט באזאלבט מיט די נארוואס פארפאסטע הכנות, וואס זרש האט אקוראשט פאברציערט, און זיין "געלונגענע" טאכטער, מאכט זיכער אז ס'לאנדעט אויף איר טאטעס קעפעלע, מא מאמיא.

ביים אנגרייטן מיין מגילה , האב געזעהן אז מיין פחד ביי קרי"ש, ווערדט אקטיוועל, יא, איך גיי באקומען א פאר נייע חבירים וואס ווילן מיר העלפן מישן די מגילה.

הממממ.....איך קען .

שאר.. איך בין מקדים די מכה פאר די רפואה. ניין.. מיין שווער האט עס מיר נישט געקויפוט, יא ס'איז א המלך מגילה און איך קען נישט די סופר. נאך שווער עפעס? (ווער מיר נישט נייגעריג יעצט... איך קען דיר נישט, און די נישט מיר! אז די ווילסט קענסטו אריין קוקען אין מיין מגילה. פעלט נישט אויס צו זיך צו ווערען מיין חבר. איך געב נישט יעצט קיין היטשעס!)

די בעל קורא איז נישט עפעס עקסטער גרויס און סייז, גראדע היפש א קליינער, וקולו נעים ומעורב בין הציבעל.
ער קוויטשעט די ברכות ווי די שממש ביי קוואטער. פאק... האק.... ששששש..... יוצא זיין .... בלא בלא ... לזמן הזה...

ויהי. און.... יא ! שוין ביי די ערשטע ווארט הער איך, ווי מיין נייע חבר "הערט נישט גוט"...... דער גייט דא אוי-סי-די'ען די גאנצע מגילה, ס'מיר גוט, שוין, נאך א מצוה צום טאג. ווען איך ווייס ווען, וואלט איך עס אינזינגעהאט ביי די ברכות פון מצות היום, שוין, נעקסט יער.

נאכדעם וואס דער האט נישט אויפגערד צו זויענע"ן אין סאמעכען" אין מיין אויער, האלט מען שוין ביי קאפיטל ג' ... די גאנצע עולם גייט ארויף א גי"ר מיטן בעל קורא. פילע נעזער ווערן צוזאמגעצויגן, און קורצליך דערנאך צושפרייט מיט א געדיכטע ארויסבלאז. מ'האלט שוין א סעקונדע פאר "המן" ... און... די בעל קורא זאגט שנעל המן.... טראךךךךךך די קראכערס הייבן אן קראכן, די סאלדטאן האקן מיט די באטץ ווי ביי א מארטש, די פאליס שיסט אויס א גאנצע רונדע באלעטס כאילו ער איז יעצט אויף א מעסיוו טעראר שאטינג סצענע.

איינער מיט איבערגעגאסנע הומער, קלאפט מיט זיין הענט אויפן טיש ווי ביי יעלה ויבוא, פאק! פאק ! די גאנצע טיש טאנצט מיט, און אזוי אויך אלע ספרים לאזן זיך ארויס אין ט טאנץ, די שטייענדיגע מגילה האלטערס טראסקענען און קולערן זיך. א סיקידי אויפן זעלבען טיש, אטעמט פון די אויערן מיט גערעגשאפט, און מיט קענטליכע כעס, קוקט ער ארויס פון די גלעזער, זיין האלדז טיף איינגעקנייטש אריין ביז צו די צווייטע קנעפעל, און קוקט מיט די נא? פנים!

נאך שווערע שישקערייען, הייבט די בעל קורא אן ווייטער צו ליינען. אווער אלל פארט די מגילה זייער געמיטלך, פזר'ס, תעלישה'ס אראפ און ארויף, קליינע און גרויסע. אהה... א מחי' ס'ערוועקט שמחה און געפיל, מ'קען שפירען ווי אחשוורוש ברענט פאר כעס אויף וושתי, כ'האב ממש געקענט הערן, ווי התך רעדט צו מרדכי, און מרדכי צו אסתר'ן, און אסתר צום גראבן אחשוורוש מיט זיין פאפם פאם שיך, און קייטלעך וואס הענגען פון זיינע אקסלען ביז צו לענדען, מיט די רידינדכיע פורפילע קושען אויפן קאפ וואס זיצט אריין ביזן אויער. (עיין בספר עזרת לילד ותמצא נחת)

ווי א קאפיטל שפעטער, ווערן די המן געקלאפאכצער שוואכער און מילדער, אבער נישט איבראל, ביי די פרויען זייט האקט מען מיט גרויס פארזיכטקייט ביי יעדע המן! אפי' ווען די בעל קורא זאגט איבער המן, אויב איינער האט זיך פארקלאפט בשעת מעשה, זיי העלן נישט מוותר זיין, פאר יעדע המן קומט א פרישע שטויס אינעם פאדליגע.

נאך בערך א 40 מניט האבן מיר געפערטיגט צו דערהייבן המן גאר הויך, מ'האט אים צוהו'קט צוזאמען מיט זיינע קינדער ער זאל האבן קאפעני.

ס'איז אביסל שווער געווען אים צו זעהן פון אינטהון ווארום ער איז נישט געווען זייער הויך, זיין הייט איז געווען בערך די הייט פון א בעזעם שטעקען. איך מיין אז זרש האט מען נישט געהאנגען, אלץ מורא אז די תליה וועט זיך איבעברעכען צוליב די שווערע וואג, זי איז געווען די סייז פון א פראנט לאדער וואש מאשין.

קאפיטל י' .
איש יהודי היה בשושן הבירה ושמו............ודובר שלום לכל סערוי.... מ'טוט אויס די תפילין וואס קראצט שוין אביסל, און מנעמט אראפ די טלית, (און פלוצלים ווערן נעלם מיינע גבאים.) נאכן דאוונען גרייט מען זיך אהיים צו גיין בשעט"ולצלאכעס.

אינדרויסן פאלט א לייכטע שניי מיט א שיינע ווארימערי'שע פירעמדיגערי'שע וועטער. אינעם אינטערגרונד הערט זיך שוין שטילע מוזיק פון די זריזין מקדימין. אנקומענדיג אהיים, איז הויך לעבדיג, די טעיפ זינגט ותוסף אסתר ותדבר... (אלטע טעפ ... הא ?)
די די קינדער זענען ב"ה פרייליך. די גאנצע לופט שמעקט פריש. די קאך שמעקט פון חלה וואס ווערט אקוראשט איבער-געבאקען. פרישע חריף ווערט געמאלן אויפן פלאץ. די אויליגע קראכאכעצער פון סעמען פיש וואס פרייט זיך אין פענדעל מאכט א גוט'ן אפטיט....

ס'איז א מין יאמטעוו וואס האט נישט קיין פאר!! חנוכה איז טאקע אויך א וואכענדי'גע יאמטעוו, אבער ס'מער אורה זו תורה ס'טייל, מיטן חשבון אז די יונים האבן געדארפט די נשמה, נא... אויב אזוי, דא איז דאך די גופים, נו ... צו מאכן גשמיות הייליג...... איז גאנץ א באטאמטער שטיקל, ווער רעדט נאך מיט משקה?! .....ס'נאך נישטא יעצט קיין סך וואס צו טהון, אהה.... נישטא קיין דאגות, נישטא קיין דזשאב.

די קינדער זענען ביזי צו געבען זייער קענדי משלוח מנות פאר די נעבערס.
איך בין ב"ה פיין אויסגערוהט, און אזוי ווי איך קען אביסל זינגען, און רעדען הויך, אןן אביסל עברי רעכען עס צוזאם, איקוואלז, א שטיק(ל) בעל קורא. ס'קומט פיינעלי קומט צוניץ וואס כ'האב געפרעקטיסט די מגילה אין ישיבה איין מאל און נאכאמאל.

מיט די פורימדי'גע היטל אויפן קאפ, און א איבערגעדרייטע טוי באקס וואס דינט יעצט פאר א בימה, זינגט מען אראפ די מגילה. די ערשת בני המן טשלענדזש איז מיין פעוורידט, די גרשים'ס מיט די פזר'ס איז אויך פיין, און די איכה קוועטשעס איז אויך נישט בעד. נאכן ליינען קען איך עפענען א גאנצע פארמעסי פון אייגענע טראפן מיט נייע פריש פאבריצערטע, האלב בשוגג און מער במיזיד. נאך א קנאפע 25 30 מיניטס ס'מערפערטיג מיט די מגילה.


אסדר לסעודתא בצפרא דפוריא.
צוועלעף אזייגער, מגייט מאכן די פורים סעודה. די רעבצין האט די זכיה צו מכבד זיין איר מאן, און ברענגט אריין די הייסע חלה. די קינדער מאכן זיך פרייליך, וכו' ס'איז הפנים נישט קיין גרויס נפק"מ וואזוי ס'גייט צו מיין סעודה, מ'עסט בערך אזוי, המן טאשן פון די משלוך מנות, ביז מ'וואשט זיך. איבערגעווארעמטע ראפגאש איז קינג, געווענדליך איז דא אויך סמאקאוד פיש פון איינעמס משלוך מנות.(מיט זכר בונדלך פאר ווער ס'דארף) חוץ ביינער מיט הויט אין שמעק געבט עס גארנישט צו, אפי' נאכדעם וואס די בני בית האט פראבירט און שיין ארויס געשלעפט די ביינער, ס'זאל ענדלען די טיש מיט די מזל אדר סיין, אבער די סעמען פיש געווינד צום סוף. זיפ. מים אחרונים. (אויב ס'איז נישטא איז עס פלענע וואסער אויך כשר) א הייסע על הניסים פארענדיגט די סעודה.

נעקסט אין סקעדזשוועל איז "פארשעלטאכץ"....
זאל זיין אזוי. אקעי. נישט ממש שעלטאכץ...... מ'קען נישט אוועק מאכן אזא הייליגע מנהג, אבער דעס האט מיט די מנהג גארנישט..... ווייל ? ווייל אזוי.! האלב צו רוב פארשעלטעלטאכץ, (ס'איז אזא לאנגע ווארט ...... פון יעצט און ווייטער רוף איך עס שטעכאץ...) מפארשטעלט מען זיך ווי אמאליגע קעכער, אדער ווי א פויער, אדער א מאשקע , אדער א פארצייטעשע לעדי. פרעג איך דיר.... די האלסט אז אונזערע זיידעס האבן זיך אזוי פארשטעלט .....?! קלאר אז נישט ! לא ! מיט א ענדע פיי ! , עני וועי לאמיר זיך נישט אויפעסן #אבר מן החי. (דיסקלעמיר, ווער ספארשטעלט זיך נישט זאל זיך ביטע יא עפעס אנטהון, אבער אלעס מיט א גבול)

איז אזוי, מיט "פנים-שמירן" פנים חלשות. בין אני הקטן, מכובד געווארן!
פאר צוויי סיבות, אויב ס'געגעלאנגט פיין ב"ה, איז זי דאך שיגע מעכטיג....! ווייל זי האט א געלונגענע מאן. ווידער אויב ס'זעט אויס ווי פורים נאכמיטאג, בין איך שילדיג נישט זי ! (און די חשבון איז אלץ גילטיג.) מה עשה הקב"ה, ס'איז ביי געטראסקעט פאר איר הויך-לעוועלדיג'ע שוועסטער. אויב יוטע'לע זעט עס ווי א באני רעביט.... איז עס שאגער......! יא קענ נאט אימעדזשען. איטס סוי סוויט.... איטס פארדעבעל.... איךךך מיין אדארבעל.... יוווווייייי פרעעעעסי.........!

ווילסט באני רעביט?! זיין באנירעביט! ווי זוי די צווינגסט.

מ'לייגט איבער דאס פיצעל 'בעבי רעביט' אויפן שויס, מ'הייבט אן רייבן און קוועטשען, און שמירען און מעקען. רויט, שווארץ, ווייס, באליס, ליינס. ביז ס'ווערט נשתנה צורה'לע. (איך העל דיר זאגן די אמת ס'איז טאקע געווען זייער קיאיט.)
נעקסט און די רייע איז מוישי. א ענגלענדישע סאלדאט...! קעי, סאלדאטן אין ענגלאנד האבן, געדרייטע וואנצען אויף די באקן יא ?! (מיט דעם איז ער ענדליך צו זיי, ביידע זענען פארשטעלט).
נעקסט פליז. יצחק, א פאליס...! אההה, א טראפער... טרופערס קומען מיט שווארצע אויגן ברעמען, מיט א געפערפעלטע שווארצע בארד. אקיי פיניקיס.


שוין ס'ווערד צוביסליך פרי, (צו מנחה) ס'צייט צו זיך איין גארטלען, און זיך אריין לאזען אין די "משלוח טרעפיק מנות". 'סאמע פרייליכסטע זאך פון טאג'. נאכן גיין צו די גארביזש זיכען א זויבערע ביצים באקס, אריין צו לייגען די הערליכע סאוי קיאט משלוך מנות..... האב איך נאר געטראפן א וואסער באקס, שוין ס'וועט מוזן זיין גוט אין א וואסער באקס. מ'הייבט אן חשבונ'ן צו וועם אפצוטראגן קודם די שלאך מאנציות. פון די משפחה, ארבעטס, חברים, און די רבי'ס מיט די טישערס..

זי חשבונ'ט זיך שנעל וויפל זי דארף פאר אירע חברה'טעס, און קלויבט אויס די 'מער שנערע' פאר זיי. פאר מיר איז גוט די מער צופאטשקעטע (א געשעפט....! כאילו מיין חבר דארף און קאפ אריין, די מעכטיגע טשידז באלי מיט די משיגע פענצי קאקיס!!)

נאכען עס אריין לייגען אין באקס און אויס גראדען זיבן מאל, שלעפ מען אלעס אראפ צו די אויטא.

מתחיל בגנות, צו זיך אריין זעהן אין קאר איז יענץ וויץ.... די קינדער זענען אום קאנטערליבאר. איך טריי צו אויסליידגען די קאר פון '1000ער שמאנצעס ס'זאל זיין עפעס פלאץ.

וואטש.....! א קאר ! אהה.. ממש ניסים.!! איך זאג דיר די קינדער..... יצחק'ל לויפט ארום ווי א למשל'ל שיכור. יאולי וויינט, יוטל'ע דארף פונקט יעצט אינטוילעט, (ווי אייביג) וכו' וכו' סארא צער גידול בנים.
אקעי גענוג !! שטיפץ ענק אריין און פערטיג. מאך אים פלאץ מושי! ... אקעי, קריך אינטער..... גיי שוין.....נא! מוישי ! ! ! נא...... . סטראפטס ענק צו, יאולי: איך קעניש.... קענסט יא! שלעפ און כאפ אן מיט דיין אנדערע הענט, יא, יא, אזוי... יעצט שלעפ... נא... וואס גייט נישט? שלעפ שטאט... נישט אזוי ווילד. אקעי מושי העלף אים.. הווווייייי..... הוי כ'האב נישט קיין כוח צו דעם, אקעי הייב אן נאכאמאל, אה ס'שוין גוט?! ב"ה.! פערטיג מאך צו די טיר
.
נאך'ן צוריק גיין א צען-פוצען מאל אהיים בעק און פארט צו די קאר, איז "כמעט" אלעס אין קאר. אקעי... א ריק אריין די שיפטער אין דרייוו, הממממ.... העעעםםםם.... מפארט...! אקעי ווי גייט מען ערשט?

עממממ.... גיי קודם צו שיינדי'ס טישער. ווייל זי נעמט נאר פון..
אקעי.

פיפ פיפ !!!
העי. העי! ש'שפשוט! ס'טוטצ'זיך? (מאטי מיין מצוה חבר.....) איז דא....! ער ברענגט מיר שלאך מנות פאפעס....! הממממ..... איך האב זיך בכלל נישט גערישט דעראויף.....

אההההה...... אזא גאסט ?! וואאא מאכסטעעעעע???????? !!!!! נאך א מזל איך טרעף דיר דא, אזוי שפאר איך זיך צו דארפן פארן צו דיין הויז! (גראבע ליגענט.)
איך געב אים א שלויעך פנוס, און מאטי איז אין עלאן מאסקס אסטראנאטן גרופ, דער שוועפט שוין אין די הימלן. אקעי צוויי מצוה'ס האבן מיר שוין אויפן וואג שטול. (אז די האסט אזא מין חבר טוהו א מצוה און טראג אים א משלוח מנות!)


מ'פארט...... ווי פארט מען? הא? אריין אין די טרעפיק! אקעי, דעס קעניש ארבטען אזוי, איך צינד אן שמחת החיים 7# היבש הויך, נישט צו הערן די פאפאעריין פון די קארן ארום, און אזוי אויך, נישט געבען קיין צייט פאר די קינדער צו טראכן פון זיך אנהייבן קריגען מיט די ברודער, (אז מקע'ן פשוט נישט הערן די אייגענע קול איז נישט שייך זיך צו קריגען.) אקעי. ווי וואוינט זי ?

איך ממיין אז .....

פון מיינען ביז וויינען איז נישט אזא גרויסע חילק, אפשר איז זי יעצט ביי איר מאמע ?!

עמממ... פארקודם אהין אז זי וועט נישט דארט זיין, וועט מען פארן צו איר מאמעס הויז.

(מעכטיגע עצה, דעס איז די בינה יתירה?). אקעי, אויפן וועג. וואוינט מנחם מיין שוואגער, לאמיר מאכן א סטאפ. איך קום אן צו זיין ביידל, מ'זעהט דער איז נארוואס אהיים קומען פון שול. איך לויף אים אנטקעגן מיט מיין שלאך מנעס טעצעלע, ער זאגט מיר איין מניט נאר, איך ברענג דיר שוין... ער איז נעמט נישט פלען משלוח מנות, א גאנצע בי"ד האט מען דארט אויף געשטעלט, איך שליח, יעצט די שליח, בקיצער דיין זין איז מיין שליח, אזוי ס'זאל זיין לכתחלה אריבער. די צוויי יעריג'ס כאפט עס און לויפט דערמיט. (וואס לכבוד דעם איז די ווייבל אויף געווען די לעצטע פאר נעכט, באקן, שמירן, אין באפיצען, אז ער זאל עס קענען געבען פאר זיין צוויי יעריג'ס. כ'האף נאר, אז זי האט נישט געזען. וחמת המלך שככה)

נעקסט. שיינדי'ס טישער. שוין מ'האט געכאפט די טישער, שיינדי וואס האט שוין אזוי אויך רויטע באקען, איז יעצט פרייליך ביז טרערען.

נעקסט איז יאוילי'ס רבי'. יולי האט זיך שוין אויף געסראפט די סיט בעלט דריי מאל, ווייל מ'פארט יעצט צו זיין רבי...... ער שרייט איבער די טעפ, אז ער וויל עס האלטן, מ'זאל אים עס 'שוין' געבען, שוין משלעפט ארויס די צעטעל ביז וויפל אזייגער די רבי נעמט אריין, וואס? שוין אזוי שפעט?! אקעי, לאמיר גיין שנעל. מ'קומט אן צום רבי'ן שטייצעך די רבי האט נישט קיין אנננננהההנווווג ווער ער איז.

מ'שלעפט אראפ די שאל, די רבי נעמט איבער דאס קינדעל, ער עפענט די זיפער פונעם קאוט, אבל דא עקא, ס'וויל נישט. סגייט נישט ווייטער! ער ציט, שלעפט, ס'גייט נישט....! ס'איז ווי צו להכות געווארן פארכאפט, אבער די רבי מוז דאך זעהן זיין פארשטעלכאץ כ'מיין וואס..........?! פאר רויטלטערהייט נעם איך איבער די לייצעס. א פליג שלעפ. ס'גייט נישט! אקעי, מציעט אראפ די קויט ווי א הויזן. יאלוי ווערט ארויסגעשטראלט, די רבי געט אים א גאנצע קאפ גרעפ דזשאס.... בליוו איט אר נאט.... מיט א גאנצע דאלער! יאולי געט די משלוח מנעס, און די רבי איז זייער חעפי צו די משלוחמנות, נעהה נישט צו די באנדלעך. צו די ענוועלאפ. מיט א תפילה ס'זאל זיך יערן ווי ביי רחל אמנו. (זעה אים נישט צו דיספונטען, ס'יערט נישט פון זיך אליין. לייג אריין ווי מער.)

נאכן פארן פארשידענע פלעצער פארט מען צו די ברודער, #משפחה ומשפחה. מ'פעקעלט זיך ארויס מיט די משפחה. ווייל....? דארט גייט מען אביסל טאנצען! און אויך מאכן א קליינע לאנטש סעודה. טא מעיק איט שארט. לאמיר גיין ווייטער.

נאך דעם איז דא אויף די אזדשענדע, א סטאפ ביי א קרוב מיינער, נעבעך א גרושה, (געווען) און אנ'אמת, איך בין נישט דער נישט שעמעדיגער, און ווער רעדט נאך פון יענעם משמח זיין, אבער והתעלמתה איז דאך אסור, ממילא גייען מיר אריבער. איך צינד אן די טעיפ ריקרדער. ליין די מוזיק הויך, אזוי איז בעסער..און מ'מאכט זיך אביסל שיכור. מ'שלעפט אריין די קינדער אין א טאנץ, די קליינע שטעלען א העפטיגע בושה פרטעסט, אבער די זאך גייט שנעל אריין אין א פרייליכע אטמספארע, מ'שלעפט זיי ביז ס'איז א גרעסערע בושה נישט מיט צו טאנצען, און נאכדעם טאנצעט עס שוין ווי פון זיך אליינס. די קלענערע הייבט מען אויף הויך ביז די דאך! די געסערע געט מען א גאנצע פינפער, יוי זענען זיי העפי. אין מיט א שמייכלע פאר יעדעם באזינער, איז די טאג שוין געפארן אסאך בעסער ביי זיי, און שטייצעך ביי מיר.

נאך א מצוה וואס איז אויפן אזדשענדע, א עלטערע פרוי, דארט איז נעבעך פינסטער ווי די פינסטערנישקייט אויפן לבנה. נישטא קיין מאן. נישטא קיין נחת. א אנזעץ וואס אפי' מיינע שונאים זאלן נישט האבן. א שלעכט געביידל, ווי די מחנים ביכלעך. שטייצעך נישטא קיין פעני געלט דארט, א סערטעפייד עניה. סאוי האבן מיר חזקה צו טאנצען ליהודים דארט, און איבער לאזן א משלוך מנעס. מער ווייניגער איז די משלוח מנות געטראגאכטץ פערטיג. יעצט פארט מען אהיים.



די זין איז שוין מער צו 4 פינע זייט. מ'הייבט אן טראכטן פון 'קידש' מאכן. די הויך פונקט פון די מצות היום.... ! מ'גייט טוישן פון ברוך מרדכי צו ברוך ישעי. די וויין באטלעך שטייען שוין אומגעדילדיג אויפן טיש ווי די כפרות און שטייג, זיי זיצען שוין דארט פון צופרי. איין באטעל איז אנגעטהון מיטן היטל, און די אנדערע שטיין אויך דארט גרייט צו ווערען אויף געשטאפט און זיך פליסען אין מיר און ווערן מתוק"ן.

רעד דיר נישט איין אז ס'גייט אזוי איינס צוויי! עהההה, כלל נישט! אמאל האב איך געקענט טרינקען וואס ס'האזט זיך נאר געלאזט, אנגעהויבן ביי עפעל סאוס, ביז אראנדז דזושאס. שפעטער אפי' ביר, און אלץ גרויס"ע בחור אפי' האַט-פעיפער זאפט. (פרעגסט וואזוי ?! א בחור קען אלעס.... ער קען שטיין אין די גרסטע פרעסטען און חוץ א שאל גארנישט!) די מעשה איז, אז כל זמן שמזקנין דעתי מתיישבת, און היינט ברויך איך טרונקען לייכטע געטראנקען.

והנה, און, אז, טאמער, אויב, ווייל, איך שלעפט ארויס די שבת קודש בעכער, מיט שטילע 'נייע תחינה' דערביי, בעט איך די באשעפער אז ס'זאל זיין א סוקסעס.
מיט א שמייכעל פון דא ביז די ספאנישע אמבעסאדע אין אוגאנדא, מיט גלאנציעדיגע פינקעלדיגע אויגן, לייג איך עס ארויף אויפן מזבח, און מגייט מאכן ניסך היין. א באפעל ווערט ארויס געגעבן צום רעבצין : ברענג מיר די וויין אפענער ,(אפפסס... ביטע! ), די שליחות געט זי איבער פאר די סאלדאט, און די סאלדאט שיקט עס ווייטער פאר די יונגערע פאליס, די פאליס ברענגט מיר עס.

לשם יחוד, א שטאך אריין און מ'הייבט אן דרייען. ער איז שיין אריין געפארן אינעם פינזעם האלץ, און זיך נישט גענומען ברעקלען. איינס צווויי און אהההה... אאאאזוי. ס'קלינקט זיך אפ, בבלאאאאפפפפ....... אין די דעקעל איז דרויסען. (פלאס אביסל וויין).

קדש.... מגיסט אן די ערשטע כוס, בלאבפבפ בלאבפ בלאבפ.. סגיסט זיך אריין די פיינע ליכטיגע רויטליכע וויין אין די בעכער.
123 הגפן. צו נישט מאכן קיין שאלות פון רוב כוס, מאכט מען מיט איין שאס ס'גאנצע, כאילו מ'נעמט איין א טיילענאל. שתי מי יודע, שני אני יודע, אראפ.
2+ 1 איז דרייי, יעצט לאמיר עס לאזן זידן און אויף קאכן פאר אביסל. ס'מיר געווארן אביסל שווער אויפן פאסיג, אבער נאך א צוויי פולע הויכע טיפע גרעפטשיס איז די מצב געוואן אסאאאאאך לייכטער.

איך האב דיסיידעד צו מאכן א קליינע ריקד פון די קאך ביז די עק דיינוג-רום, אזוי אהין און צוריק, נאך דעם אביסל ארום די טיש, זינגענדיג דערביי ליהדים ליהדים הוי הויתה אורה ושמחהוששוןויקקקקאאאר....

אזוי ווי איך בין מער די יאקען סייז מענשט, איז די פארלאנג פאר די גאז אסאאאאך מער ווי דריי כוסת, אפי' א באטעל צווויי ארבטען נישט ביי מיר... איך קען נישט פארן פון 11211 ביז שושן מיט צוויי באטלעך נאוי וועי, קוים אנהייבן די ראן וועי, סאוי איך האב געמאכאט די באטעל ריסייקעביל, און נאך אביסל צייט האב איך געטרונקען האלב פון די צווייטע, יעצט איז שוין דא א קליינע סווימינג פול מיט וויין אין מיר, און די גיטע מאלכים זענען צוביסלעך-ווייז אנגעהויבן זיך צו באהעפטן אין מיר.

איך האב מחליט געווען סאיז צייט צו מאכן די טאשן זויבער ווי א חתן אינטערן חופה. (ס'איז אינטערעסאנט ווען איך וועל עפעס ארויס נעמען פון טאש קומט אייביג ארויס טישאס...! ביי דיר אויך ?, וויפיל איך זאל נאר אויסליידיגען די טישאס זאפאס פון מיין טאש, וועט נעקסטע מאל ביים ארויס שלעפן די גארטעל ארויספאלן נאך טישאס.)

איך פאק צוזאם די אנדערע באטעלעך און ויסעו, מ'גייט צום טאטען. אזוי ווי די יודן אין מדבר, מיט די פיס, אבער די מאלכים העלפן ארויס. נאך א קליין ביסל וואק, איז געווען א ויחנו, און נאכן נעמען נאך געז. איז געווען א לאנגערע ויחנו מ'איז אריין צום חבר, אין דארט געמאכט די טאש גרינגער אין די מאגן שווערער, כ'האב אים געגעבן א סעט פון זעקעס גלעזלעך אלעס צוזאמען. נאך גאנצע צוויי פיצי פעסלעך, איז שוין די מצב געווען עטוואס לייכטער, און די געז ווייזער'ל מער העכער. כ'האב אבער נאך נישט געפילט די עכטע שמחה ...... איך האב שוין געקענט זאגן: איך בין נישט שיכור..... ככככככחחחחח..... שוין ערגעץ אינדערמיט האב איך געמכט די דריטע באטעל פסחדיג.

ביים טאטען איז ישמחו. (ביים טאטען איז די אטמעספער ב"ה גאר הויך) די טיש איז ביי איין זייט, די ספיקער ביי די אנדערע זייט, אזוי אז די רקידים זאלן קענען אנגייען ווי הערינג, קודם האביך געגבן שלויעך מנות פארן טאטען מיט די גאנצע פעקידזש וואס קומט מיט. און פארן מאמע א פעקעל בילדער פון אירע נחסלע'ך, די מצב איז היבש הייליג, און הויך.
פונקליך וואס דארט האט זיך אפגעטהון איז נישט באקאנט, יא העיוו טא עסק די צד שכנגד, ס'אבער פיין געווען ב"ה, (גראדע געדענק איך היבש.... אבער מ'מער עס האלטן לעבען די אנדרע סודות, יא יא, דארט ווי די בישאו סודות ליגען, די זעלבע פאלדער.)

בערך 9 דרייסיג, פי עם. האב איך צוריק געגעבן אלעס וואס כ'האב באקומען מיט ריבות, מיט א שמו"ץ אריבער אין פארום פון א נארוואס אום פארקנעטענע שמחה קוגעל אדער עמלק קוגעל, ווענד זיך אין וועלכע צענע, ס'איז געווען דריי פארברעכן צענעס, ס'האט געהייסן "אינטערן טיש".

זאל שוין זיין תמחה זכר עמלק. אין מ'זאל שוין איינמאל פאר אלמעל דעליווערן משיח. השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן.



לעצט פאראכטן דורך נישט פשוט אום פרייטאג מארטש 08, 2019 3:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מארטש 08, 2019 10:43 am

איך האב שוין אויפגעהערט ליינען... מיין בויך הייבט שוין אן וויי טון.. באלד וועל מיר ממשיך זיין.
o-h?e o-h?e o-h?e

איך קען ממש נישט קומען צום ווארד.... און אנ'אמת, נישט מיר נישט דיר, ס'נישט פשוט..... צו קענען ארויף שלעפען אזא גראבע פייל פון פאריאר פורים.. אבער לאמיר פראבירען זיכען,
לאמיר גיין שטייט: סי > יאזערס > ש'שפשוט > דאנלאודס > טעווענטי-עטין> אדר

:lol: :lol: :lol:
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג מארטש 08, 2019 1:46 pm

חברה! דא איז דא גוטע סחורה! שוין לאנג נישט געליינט מיט טרערן פון געלעכטער!

ס'נישט פשוט!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » פרייטאג מארטש 08, 2019 2:10 pm

מאין יבא עזרי? איך האב נישט קיין כח אזוי פיל אויף איין מאל, רבש"ע!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג מארטש 08, 2019 2:32 pm

ערשטע האלב פערטיג, כ'האב געמיינט סגייט זיך נישט ענדיגן

גדול מרבן "שמו" נישט פשוט...... אדער בלשון חיבה ש'פשוט
. . . . . . .

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » פרייטאג מארטש 08, 2019 3:29 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

איינער קען עס פליז PDF'?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג מארטש 08, 2019 3:34 pm

ארויסגעפרינט.

פשיהא. 22 בלעטער.

[איך בין נישט נישט קיין מענטשעלעך לייגער ביפארן ליינען]
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג מארטש 08, 2019 4:42 pm

גיימיר עס אריספרינטען לכבוד דעם ערשטן שבת אין אדר שני

דערמאן מיר נאך שבת צו שרייבן א פייוו סטאר ריוויו
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מארטש 10, 2019 12:00 am

די האלאו! ווי ז׳ער?.. קום שוין צוריק!!.. די גייסט נאך כאפן פון מיר!!! נישט פשוט!!!!

חברה, אזאנס מאכט זיך וויינוג דא, סלוינט זיך א טריפ פון איבעראל!!!

[ס׳איז רייטזאם נישט צו עסן אין די שעות ביפארן ליינען, שלא תמות כדרך שמת פלוני...]
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » זונטאג מארטש 10, 2019 6:21 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

איינער קען עס פליז PDF'?

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג מארטש 10, 2019 11:11 am

שמערלער האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

איינער קען עס פליז PDF'?

Audiobook please
:wink:

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג מארטש 10, 2019 11:52 am

שמערלער האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-

איינער קען עס פליז PDF'?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג מארטש 10, 2019 12:59 pm

נאט אייך.

איך בין נישט קיין גרויסע מומחה אין די זאכן, כ'האף ס'איז גוט.

ארויפלאודן דא איז נישט געגאנגען, שטייצעך.. מאקסימום סייז... וכו'.
הוי מחשב...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג מארטש 10, 2019 1:10 pm

מחשב האט געשריבן:נאט אייך.

איך בין נישט קיין גרויסע מומחה אין די זאכן, כ'האף ס'איז גוט.

ארויפלאודן דא איז נישט געגאנגען, שטייצעך.. מאקסימום סייז... וכו'.


פארוואס נישט ? צוקוועטש עס אביסל.

ש'פשוט'עס-compressed.pdf
(255.85 KiB) דאונלאודעד 133 מאל


אויף שבת העל איך טרייען צו לייגען א שנערע פארמאט,(ווער סקען מיר אויסכאפן ביז שבת, וואלט איך הנאה געהאט.)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג מארטש 10, 2019 1:24 pm

נאכנישט גענדיגט דורכליינען, גאר א לאנגע ארטיקעל ממש זיך צו באלעקן די פינגער א וואך אין א ציה!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג מארטש 10, 2019 1:28 pm

אפפסס... איך האב פארגעסן צו זאגן, אלץ והייתם זויבער, די אנהאלט פונעם ארטיקל איז אויסגעזויגן און איז נישט אמת קיין מלה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מארטש 10, 2019 1:36 pm

וואס, דיין קרעדיט קארד סטעיטמענט קוקט דען נישט אויס ווי א ביזנעס דיירעקטארי?..
אויב מיין תגובה געפעלט אייך נישט קענט איר צוריק גיין אהין פון ווי איר קומט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 10, 2019 1:47 pm

נישט פשוט האט געשריבן:נאכדעם וואס דער האט נישט אויפגערד צו זויענע"ן אין סאמעכען" אין מיין אויער, האלט מען שוין ביי קאפיטל ג' ... די גאנצע עולם גייט ארויף א גי"ר מיטן בעל קורא. פילע נעזער ווערן צוזאמגעצויגן, און קורצליך דערנאך צושפרייט מיט א געדיכטע ארויסבלאז. מ'האלט שוין א סעקונדע פאר "המן" ... און... די בעל קורא זאגט שנעל המן.... טראךךךךךך די קראכערס הייבן אן קראכן, די סאלדטאן האקן מיט די באטץ ווי ביי א מארטש, די פאליס שיסט אויס א גאנצע רונדע באלעטס כאילו ער איז יעצט אויף א מעסיוו טעראר שאטינג סצענע.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג מארטש 10, 2019 2:41 pm

ש׳פשוט, געליינט דעם שבת, גאר שטארק הנאה געהאט, אבער סוף פורים האסטע שוין געכיפערט.... נאט נייס, מיין רבי לאזט נישט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » זונטאג מארטש 10, 2019 3:40 pm

גאר שטארק געלאכט! דו ביסט נישט פשוט!

אזאנע איידיע'ס!! צאמגעלאכט און אויסגעפלאצט! דו ביסט ריזזזזזזיג!!

כ'מיין אז יעצט קומט עס אריין.. נאט אייך אפאר גרינע:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אוועטאר
יש בו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג מארטש 10, 2019 4:48 pm

ס'נייייייעס, וואף אידעס גוט, הפּּוׁלצים בפֶּלֶץ בפליצה מפצלים.
אילו לא באנו אלא בשביל זה, דיינו,
א שיינעם דאנק
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג מארטש 10, 2019 9:33 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וואס, דיין קרעדיט קארד סטעיטמענט קוקט דען נישט אויס ווי א ביזנעס דיירעקטארי?..

נישט יעדע חודש, דיינס יא ?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג מארטש 10, 2019 11:54 pm

נישט פשוט האט געשריבן:אפפסס... איך האב פארגעסן צו זאגן, אלץ והייתם זויבער, די אנהאלט פונעם ארטיקל איז אויסגעזויגן און איז נישט אמת קיין מלה.

אקעי, וואזוי די צווינגסט!

--

ערענסט גערעדט, עס איז אלעמאל געווען די שטייגער פון בדחנים חוזק צו מאכן פון זייער שלום בית, / באלעבוס ביי די ארבעט/ שוויגער וכדו' עס איז קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר א נארמאלע מענטש אז דער בדחן האט ערענסטע אישוס.

תנוח דעתך.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג מארטש 11, 2019 12:00 am

כ'ברויך האבן א וואך צוויי דורך צוליינען די אשכול.
נאר צו בליקן צווישן די שורות האבן מיינע מילצן זיך איבערגעארבעט...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט