קליימעט טויש. - איז עס אמת?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

קליימעט טויש. - איז עס אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בס"ד

אין דעם ארטיקל וועלן מיר בעז"ה עטוואס פארשטיין געבן אויפן שפיץ גאפל וואס איז פאטאל נישט ריכטיג מיט די ' קליימעט-טשענדזש' טעאריע, וועלכע טוט אומאויפהערליך אלארמירן אז די וועלט טעמפראטור טוישט זיך אנדערש ווי איר נאטורליכע גאנג.

עס איז פאראן א אומגעהויערע צאל הארבע פראגן אויף די 'קליימעט-טויש' קאנספיראציע וועלכע איז נישט מעגליך צו דעקן אין די ראמען פון איין ארטיקל. דעריבער וועלן מיר נישט אריינגיין אין די קאמפליציטע חשבונות און טערמינען וואס רוב מענטשן וועלן נישט האבן קיין געדולד מיטצוגיין מיט, הגם דארט איז פאראן זייער אסאך וואס צו באהאנדלען.

און אט צום ענין. לאמיר עס מאכן אין פארמאט פון א שאלה ותשובה סעסיע. און פארעטנטפערן די קשיות וועלכע עגבערן דעם עולם.

אויף וועלכע זייט געפינען זיך רוב סייענטיסטן?
לויט ווי ווייט מיר זענען נאכגעגאנגען, געפינען זיך רוב עליטע סייענטיסטן וועלכע זענען נישט עמפלויעט ביי די אפיציעלע אינסטיטוציעס אויף די זייט פון סקעפטיציזם. דאס מיינט אבער נאכנישט אז מען מוז זיין א דרויסנדיגער קאנספיראטאר צו קענען געבן א זעלבסט-שטענדיגע מיינונג. דער אומאפיציעלער הויפט פירער פון די קליימעט-סקעפטיקער אין אמעריקע איז זעלבסט א לאנגיעריגער NASA סיניאר קלימאט סייענטיסט, דר. ראי ספענסער, וועלכער איז געווען די גרינדער און פירער פון די נאס"א ספעיס גלאבאלע טעמפראטור מאניטערינג, ער פירט אצינד אן די גרעסטע און עלטסטע סעטילייט דאטא צענטער, די UAH, ער איז דער פירער פון די יו.עס. סייענס טיעם צו פארבעסערן די סקענינג מעטאדן פון די סעטילייט'ס. און ער האט עררייכט די סאמע העכסטע נאס"א דיפלאמע מיט זיין שותף פראפעסאר דזשאן קריסטי, אויך א סקעפטיקער. ער האט עטליכע מאל אויפגעטרעטן פאר קאנגרעס ביי עדות'שאפט קעגן די קליימעט טשעינדזש קאנספיראציע, און ער האט א נאכפאלגערשאפט פון טויזנטער סייענטיסטן איבערן גאנצן לאנד, און איז רעספעקטירט ביי אלעמען צוגלייך.

כאטש נישט אלע סקעפטיקער זענען אויפן זעלבן שטעלונג בנוגע די אומצאליגע שטאפלען פון די קאמפליצירטע היכי תמצא קליימעט-טויש פאזעל, א דוגמא ווי דר. ספענסער וואס האלט גראדע יא אז די וועלט ווערט עטוואס ווארימער און איז גאר שארף ארויס קעגן טאטאלע לייקענער, זענען אלע ביים זעלבן סך הכל, אז קליימאט טויש - אפילו עס עקזיסטירט - איז א מוטער-נאטורליכע סייקל, עס קומט נישט (אדער כמעט נישט) אין רעזולטאט פון אונז קליינע מענטשעלעך אדער קארבאן דיאקסייד, און מיר קענען גארנישט טאן דאס אפצושטעלן.

פאקטיש, האט די גרעסטע אויספרעג פון אלע סייענטיסטן געוויזן, אז בלויז 52 פראצענט פון זיי גלויבן אז מיר מענטשן ביישטייערן עפעס צו קליימעט טשענדזש. אלזא, ווען איר הערט פון די מידיא אדער סיי וועם מעלה גירה זיין אז 99 פראצענט סייענטיסטן זענען 99 פראצענט זיכער אין די טעאריע פון קליימעט טשענדזש איז ריכטיג, האלט פאר אייערע אויגן אז איר זענט נישט מער ווי די ציל פון א פאסטקע.

מען דארף אויך פארשטיין, אז סייענטיסטן און סטודענטן באקומען צוגעטיילט פעטע צוקערלעך פון די פרא-קליימעט אינסטיטוציעס, און זענען אויטאמאטיש אויסגעשטעלט צו פאלן אונטער די השפעה פון זייערע לאפעס. עס איז היינט גאר שווער צו זיין אן אקטיווער זעלבסטשטענדיגער סייענטיסט לשמה. עס איז א גרויסע הוצאה, און נישט קיין הכנסה. נאר אויב מען ארבעט אויף א געוויסן שטאפל פאר די רעגירונג און אירע אפהענקיגע קארטעלן, וועלכע טוען דאס פיינאנצירן. אויטאמאטיש באקומען די פרא-קליימאט סייענטיסטן פארצוג צו קענען שטייגן אין ראנג און באקומען צוטריט צו אלע נויטיגע ריסארסן. פונדעסטוועגן דאך מאנגלט נישט אין טויזנטער קוראזשפולע סייענטיסטן וועלכע זענען אומאיינשטימיג מיט די אפיציעלע ווערסיעס.

און מיר באטאנען "קוראזשפולע סייענטיסטן" ווייל זיי ווערן נאכאנאנד פארפאלגט דורך פארשידענע רייכע ליבעראלע גרופעס וועלכע דערגייען זיי די יארן. מען רייסט זיי אראפ גאר ביליג אויף זייערע זייטלעך, שפאטישע אינטערנעט עדס ווען מען סוירטשט זייערע נעמען, מען צאלט גרויס געלט פאר מיסטעריעז געשאפענע סייענטיסטן זאלן אפווענדן יעדע סטעיטמענט וואס זיי זאגן, און זיי באקומען נישט באצאלט פאר זייער ארבייט פון א רעגירונג קערפערשאפט.

ווערט טאקע די וועלט טאקע ווארימער?
כדי צו פארענטפערן די פראגע, ברויך מען צוערשט וויסן וויאזוי מען מעסט מען די וועלט טעמפראטור. איז דא דערויף צוויי מהלכים. די ערשטע איז, דאס וואס ס'איז שוין אין קראפט די לעצטע בערך הונדערט און דרייסיג יאר, זייער פשוט. מען קלויבט כסדר צוזאם דאטא פון פילע טויזנטער וועטער מעסטער אין אלע עקן וועלט, און מען מאכט א דורכשניט. אלע אפיציעלע גרופעס ווי נאס"א און די פראגרעסיווע IPCC (די יו. ען. קלימאט אגענטור) טוען זיך אמערסטנס באנוצן מיט די מהלך, עכ"פ אפיציעל, און די רעזולטאטן פיגורירן פראמינענט אויף זייערע זייטלעך מיט שרייעדיגע גראפישע טשארטס אז קליימעט טשענדזש איז 'ריעל'.! דער פראבלעם מיט די דאזיגע אלטמאדישע סיסטעם איז פילפאכיג.

צוערשט איז בכלל נישט פאראן איינגעשטעלט א סיסטעם וואס זאל זיכער מאכן צו פארגלייכן אז די אלע און גענוי זעלבע וועטער צענטערן וואס האבן באריכטעט פאראיאר זאל אויך באריכטן היי יאר. לדוגמא איז פאראן פילע וואס ווייסן צו פארציילן, אז ווען די סאוויעטישע פאראיין איז געווען ביי די מאכט, זענען געווען אסאך מער וועטער מעסטער באריכטער אין די סיביר ראיאן, וואס האט זיינערצייט אויטאמאטיש אויפגעהויבן דעם עווערידזש. צווייטנס, איז פאראן זייער ווייניג לאנג יעריגע רעקארדס פון אזויפיל ווי 71 פראצענט פונעם ערד קוגל וואס איז אומבאוואוינט אדער באדעקט מיט וואסער וועלכע מען פלעגט נישט מעסטן ביז מיט עטליכע צענדליגע יארן צוריק. דריטנס, איז פאראן די 'אוירבען היעט אפעקט' פון סענסארס וועלכע זענען פלאצירט אין גרויסע שטעט. און פערטענס, האט מען אויפגעהערט מיט די יארן אריינצורעכענען סענסארס וועלכע זענען פלאצירט אויף הויכע בערג. פיפטנ'ס, איז אומצאליגע מאל געשאפן געווארן "קליימעט-געיט" סקאנדאלן, ווען איינגעשטעלטע אין די אפיציעלע אינסטיטוציעס האבן געקאכט די ביכער אויף הויכע טעמפראטורן. וכהנה וכהנה.

דעריבער ווערט די צווייטע וועג פון מעסטן ערד-קוגל טעמפראטור - דורך סעטעלייט - באטראכט אלס די איינציגסטע אקוראטע און פארלעסליכע וועג. סעטעלייט מעסט די וועטער גאר פונקטליך - אויף 98 פראצענט פון די וועלט - דורכן קאמפיוטערייזד מעסטן מיט מאדערנעזירטע אינפרארעד טעכנעלאגיע די ראדיאציע שטאפלען. די ערשטע צייט ווען מען האט אנגעהויבן מעסטן די טעמפראטור מיט סעטעלייט, איז געווען אין יאר 1979, דאס איז גאנץ א קורצע תקופה צוריק אז מען זאל קענען עפעס זאכליך דעצידירן. אבער לאמיר טאקע א בליק געבן וואס די סעטילייט טעמפראטור מעסטער ווייזן משך די פאר יאר.

עס איז פאראן עטליכע פירמעס וועלכע זאמלען גלאבאלע סעטילייט טעמפראטור דאטא. און אלע צייגן א היבש אומקלארע בילד אויב די וועלט ווערט ווארימער. די UAH, די עלטסטע און אנגענומענסטע פירמע, האט אין די ערשטע תקופה גאר געוויזן סימנים אז די וועלט ווערט עטוואס קעלטער. די סך הכל פון אלע סעטילייט סענסארס צייגן אן עווערעדזש פון 0.09 דעגרי העכערונג אין ערד טעמפראטור פער 10 יאר פעריאד, אין מארדשין אוו עראר. דאס צו נישטיג סטאטיסטיקלי צו ציען צו סיי וועלכע מסקנא, און עס ווייזט כמעט נישט קיין טויש אין ים-טעמפרעטור. די לעצטע פאר יאר צייגט עס אז עס פאלט צוריק צו נאך נידריגער.

איין אויסנאם איז די קאליפארניע באזירטע RSS פירמע אנגעפירט ביי א געוויסן פרא-קליימעט אקטיוויסט 'קארל מיערס' פון ווי נאס"א און די גאנצע רעגירונג עסטאבלישמעט נעמען זייער דאטא. משך 18 יאר נאכאנאנד האט די פירמע נישט געוויזן קיין שום ממשות'דיגע ענדערונג אין די וועלט טעמפראטור. אבער אין יארע 16', האט די פירמע מיסטעריעז געמאלדן אז זי טוישט גענצליך איר פארמולא, און לויט די נייע מאדיפיצירטע פארמולא איז יא געווען א קליינע הויב אין די וועלט טעמפראטור אין די דאזיגע 18 יאר למפרע... פון 0.126 דעגרי… די גאנצע מידיא האט דאן זיגרייך געפייערט מיט פאמפע און פרייד אז יעצט איז 'איינמאל פאראלעמאל' אויפגעוויזן געווארן דעם 'אמת', און אפילו די סעטילייט'ס ווייזן שוין גלאבעל-ווארעמונג…..

זייער אסאך סייענטיסטן, און אלע אנדערע וועטער-סעטעלייט פירמעס האבן אבער אנגעוויזן איבער לעכער און פראבלעמען וואס די נייע פארמולע פון RSS האט געהאט. עס איז אפילו דאן פארגעקומען עטליכע הירינגס אין קאנגרעס אין סענאט ווי מען האט אויסגעפארשט די אנגעבליכע סיבות און געטוישטע מעטאדן אלס מעגליך אגענדע געטריבן און קרימינאל מאנעוורירט. דר. ספענסער - וועלכער האט אין די ענדע נאך גרויס מיה באקומען צוטריט צו די אינפארמאציע וויאזוי די אפדעיט איז דורגעפירט געווארן - האלט אז א געוויסע טעכנישע פארמולא פון מעסטן קלימאט סענסיטיוויטעט איז בכוונה פארזען געווארן בשעת'ן מאכן די אפגרעיד, מיטן איינעם ציהל צו מאניפולירן די ענדגילטיגע דאטא. וואס אויב וואלט מען דאס יא צוגעלייגט, וואלט מינימום צוויי דריטל פונעם העכערונג אנולירט געווארן.

אנדערע מער מעסיגערע אין די אינדוסטריע ווי צ.ב.ש.טשיפ קנאטענבערגער, דער טשיף סייענטיסט פון "קאטאו" אינסטיטוט און אדמיניסטרעיטער פון 'ווארלד קליימעט ריפארט' האט אראפגעשפילט די פרישע עדזשאסטמענט מיטן אנצייגן אז ס'איז נאך אלץ גאר א מילדע ציפער אין פארגלייך צו די שוידערליכע נבואות'ן פון די לעצטע יארן, אבער האט דאך אויסגעדריקט זארג אז די פרישע דאטא איז קאנטאווערסיאל. לויט אים איז אומפארשטענדליך דאס עצם גענצליך טוישן פארמולע, עפעס וואס איז כמעט אוממעגליך אז ס'זאל אריבערגיין אן קאנסעקווענצן.

אין די סייענטיפישע וועלט איז זינט דאן אריין אין קראפט א נייע טערמינאלידזשי מיטן נאמען "קארליזעישאן". דאס ווערט גענוצט אויב א שטודיע ווערט בכוונא מאניפולירט לטובת איין צד דורך איינזייטיג אויסקלויבן א געוויסע טאקטיק, רופט זיך דאס "קארליזעישאן" על שם דער אויבנדערמאנטער 'קארל' מיערס….

עס ברויך אנגעצייגט ווערן אז זינט די פרשה איז שוין פאריבער כמעט דריי יאר. אין די 3 יאר האבן אלע סעטאלייט מאדעלן אן אויסנאם געצייגט אז די עווערידזש טעמפראטורן האט זיך צוריק אראפגעריקט צו די רענדזש פון 20 יאר צוריק.

טאקע פאר די סיבה האט די פרא-קליימעט קאמיוניטי אויפגעהערט עס אנרופן "גלאבעל-ווארעמונג", נאר אנשטאט געגעבן א מער צוגעפאסטע נאמען "קליימעט-טשענדזש". מיטן ציהל בעסער צו פארקויפן זייער טעאריע, האבן זיי נאכגעלאזט פון זייער רעטאריק אז די וועלט ווערט ווארימער, נאר דערווייל לויטעט די טעאריע אז די אנווארעמונג האט גענומען אן אזויגערופענעם "פויזע". דעריבער האבן זיי אויסגעדרייט דעם דאשיק אז די פראבלעם איז "קלימאט טשעינדזש". ד.ה. עס ברענגט עקסטעמע קלימאטן אויף די וועלט.


קארבאן דיאקסייד ווארעמט טאקע אן די וועלט?
די גרעסטע און הארבסטע פראגע איז, וויאזוי מען קען פאקטיש דערגיין צו די העכערע קארבאן דיאקסייד CO2 שטאפלען מאכן פאקטיש די וועלט ווארימער. לו יצור אז די וועלט ווערט ווארימער, ווער זאגט אז דאס איז אין רעזולטאט פון די קארבאן דיאקסייד סוירטש, די קארבאן דיאקסייד וואוקס איז אזוי נישטיג ביי בערך פופציג פארטיקעלס פער מיליאן, אז עס לייגט זיך פיל מער אויפן שכל אז די וועלט איז אין א נאטורליכע ערהוילונג פון די 1970'גער אייז-עידזש. עס איז אזוי ווי מען זאל זאגן אז קארבאן דיאקסייד מאכט עפלעך וואקסן, ווייל זינט די קארבאן דיאקסייד שטאפלען הייבן זיך, איז פאראן מער עפלעך….

נאכמער, עס איז דא א וואקסענדע מיינונג ביי פילע סייענטיסטן, אריינגערעכנט דער אויבנדערמאנטער דר. ספענסער, אז אפילו קארבאן דיאקסייד זעלבסט וואלט געווארעמט די וועלט, טוען אנדערע פאקטארן דאס באלאנסירן. (די קלאוד עפעקט - לייענט באלד).

הערשט אזוי שפעט ווי אין 2006 האט די IPCC (די פאליטישע יו.ען. קליימעט ארגאנעזעישאן) זיך געבראכן צו די פולע דרוק און געמאכט א דירעקטע שטודיע איבער די מעגליכע פארבינדונג פון קארבאן דיאקסייד אויף די טעמפראטור. די טעסט ארבייט דורך מעסטן די לענג פון היץ אין אינפרארעד שטראלן דירעקטירט צו די ערד-קוגל. שטייט זיך אז די טעסט האט געוויזן אז…. ווי העכער די מאס קארבאן דיאקסייד, אלס לענגער האט געהאלטן די היץ. אבער….. פון וואנעט ווייסט מען אז קארבאן דיאקסייד ווארעמט פאקטיש די וועלט.???.. דערווייל איז דאס בלויז אן אילוזיע. און ווי געשמועסט איז פאראן צענדליגער אנדערע פאקטארן וואס קען ברענגען אז די אטמעספערע זאל האלטן אדער ארויסלאזן די היץ. און אויב האלט איינער אז גאזן זענען די עקסקלוסיווע איינציגסטע גורמים פאר די וועלט טעמפראטור, דאן גייט יענער מיטן קאפ אין וואנט.

וואס איז דאס קליימעט סענסיטיוויטעט? - און די 'קלאוד אפעקט'.
איינע פון די שטארקע סיבות אויף וואס די אפיציעלע מיינונג פון קליימעט-טשענזש איז באזירט, איז די הנחה אז די וועלט'ס 'קלימאט סענסעטיוועט' איז גאר הויך. און אויף דעם ארויף ווערן פאראויסגעשאצט אין גרויסטייל די ערווארטעטע אנווארעמונגען. למעשה איז פאראן שטארקע חילוקי דיעות אין די גאנצע זאך פון קליימעט-סעסיטיוויטי, און עס ווערט אנגעצייגט אז ס'איז דערווייל נישטא קיין שום קראנטע וועג צו מעסטן די קלימאט סענסעטיוויטי פונעם ערד-קוגל,ווי אויך איז פאראן א צאל אנדערע פאקטארן וועלכע טוען רעאגירן צו באהיטן די וועלט פון עקסטרעמע קלימאטן, און קענען זעלבסט אנברענגען א נאטורליכע קליימעט סייקל. איינע פון די איז 'די קלאוד אפעקט'. דאס איז די 'וואלקענעס' פארמאציע וועלכע שפילן מעגליך א דעצידירנדע ראלע אין די וועלט'ס טעמפראטור סענסיטיוויטעט. א צווייטע פאקטאר, איז די….. וועטער זעלבסט..! יא, אזוי ווי איר הערט. קיימאל נישט בייגעפאלן וואס?..די 'על נינא' סיסטעם איז עפעס וואס אונזערע קאוועמאסער וועטער עקספערטן וועלן וויסן צו פארציילן, אבער די געשפריצטע אקעדעמישע אקטיוויסטן אין די IPCC וועלן אין זייער לעבן נישט וויסן וואס דו רעדסט.

איז מעגליך צו שפירן אויב די וועלט ווערט ווארימער (אדער קעלטער)?
אפילו לויט די סאמע פרא-קליימעט סייענטיסטן, איז די וועלט ביז היינט געווארן ווארימער מיט ווינציגער ווי 1 דעגרי (בערך 0.7) פונעם אזויגערופענעם עווערידזש . זיי זאגן בלויז, אז אויב דאס האלט ווייטער אן און עס שטייגט נאכמער, וועט דאס ברענגען א חורבן. טא, איז וויאזוי האלט מען אין איין הערן קלארע באווייזן ווי מענטשן פון אלאסקע זאגן עדות אז די וועלט ווערט ווארימער, און כסדר הערט מען אין די מידיא אז די אין יענע געגנט איז היינט צוטאגס מכלומרשט נישט פאראן די שטארקע ווינטערס פון אמאל, אמער, די גאנצע חילוק לשיטתם - אויב עס זאל זיין אמת - איז דאך ווינציגער ווי 1 דעגרי, דאס איז עפעס וואס א מענטש וואלט אונטער נארמאלע אומשטענדן נישט געקענט אידענטיפיצירן. ד.מ. אז אויב אין מאנטריאל איז געווען אין מיטן ווינטער פון יארע 69' אן עווערעדזש פון 5 דעגרי, איז אין ווינטער פון 2019 געווען 5.7 דעגרי…


צום שלוס איז ווערט אראפצוברענגען עטליכע פון דר. ספענסער'ס מאמוארן און סטעיטמענטס, וועלכע קלארט אביסל אויס די וואסערן איבער די נושא כמים קרים.
און אט זענען זיי:

-האלט די כלל פאר די אויגן אז "קיינער", אריינגערעכנט איך, ווייסט נישט קלאר די קאמפליצירטע פאקטן ארום קלימאטן טויש. אלעס וואס מיר רעדן איז בלויז א בליק אריין אין שפעקולאציע, און ווי מער מען ווייסט, אלס מער ווייסט מען אז מען ווייסט נישט…. און אויב עמיצער זאגט דיר מיט א זיכערקייט אז ער ווייסט יא קראנט אז ס'איז אזוי, דאן איז א סימן אז יענער האט גאר אן אנדערע אגענדע.

- ווען מאנכע זאגן מיט א בלינדע זיכערקייט אז 'קליימעט-טויש איז די מענטשן'ס שולד', טראכט איך 'וואס נאך קען עס מעגליך זיין?'

- איך זיך נישט צו איבערווייזן קיינעם אז קלימאטן טויש איז אומריכטיג. איך זיך צו האלטן אפן די דעבאטע און זיין אויפריכטיג.

- "איך בין אפן צו דעבאטירן, אבער צוערשט לאמיר מאכן קלאר: דו זוכסט אפצושפארן א האלבע עקענאמיע ווייל עס גייט פארמיידן דאס ווערן ווארימער מיט ווינציגער ווי א הונדערט'סטל פון א דעגרי קומענדיגע 10 יאר…."

- וואס זיי האבן איגנארירט, איז די מעגליכקייט אז קליימעט-טשענדזש פאסירט א דאנק….. קליימעט טשענדזש! עס איז סימפל וואזוי די מאכטפולע קאמפליצירטע וועלט סיסטעם ארבעט.

- די נאטורליכע קוואל פון קארבאן דיאקסייד איז 20 מאל אזויפיל ווי די פון מענטשליכע עמישאנס. אלזא, אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, איז נישט מער ווי א מינדערוויכטיגע אומבאלאנס אין די נאטורליכע גאזן צו באלאנסירן די אנטראפאדזשעניק קוואל.

- איך האב די קוראזש צו זאגן עפענטליך וואס מיינע קאלעגעס טראכטן: קארבאן דיאקסייד איז א גוטע זאך פאר די וועלט!



פאלגענד זענען נאך פראגן וואס מיר האבן נאכנישט בארירט. מיר האפן נאך אי"ה צוריקצוקומען דערצו:

פארוואס איז כמעט אוממעגליך פאר פרישע סייענטיסטן וועלכע זענען נישט פארקויפט פאר די טעאריע צו שטודירן קליימאט?
וואס איז די אמת אונטער די אנגעבליכע ציפער פון 97 פראצענט? און ווער האט די פאטענציאל צו ווערן א סייענטיסט?
אויף וועלכע הנחות זענען באזירט די פרא-קליימעט שטודיעס, און וואס ווערט יא אדער נישט גענומען אין חשבון?
וואס זענען די היסטארישע גלאבאלע טעמפראטור קלימאטן?
טוט אפילו עקזיסטירן א געוויסע סארט מיטל-טעמפראטור, וואס אזוי דארף צו זיין?
פארוואס איז א העכערע מאס קארבאן דיאקסייד מעגליך א גוטע זאך?
וויפיל פראצענט פון די קארבאן דיאקסייד איז צו פארדאנקען די מענטשהייט?
וואס איז באמת די סיבה פון די קארבאן דיאקסייד העכערונג?
פארוואס געפינען מיר די העכסטע מאס קארבאן דיאקסייד אין פוסטע ווייט פארווארפענע ערטער?
קענען בכלל די אקאן וואסערן זיך פארמערן?

און אויך….
וואס זענען די פאליטישע און עקאנאמישע אויסווירקונגען אדאנק די קליימעט-טשענדזש טעאריע און אירע טראגישע נאכפאלגן?
פארוואס זענען 40 מיליאן קינדער געשטארבן אין אפריקע פון מאלאריע?
וואספארא דעטאלן פון די קליימעט-טויש שיטהות זענען באזירט אויף זאכן וואס זענען א סתירה צו די אמונה בה' און בריאת העולם? (פון דעם וועלן מיר בל"נ נישט שרייבן)

המשך יבא בעז"ה.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

קליימעט טשעינדזש איז אמת און who cares?

מען זאל גארנישט טוהן.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

לייג צי א וואל אנקעטע ביי די ערשטע תגובה
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער אינפארמעטיוו ארטיקעל, זאג, האסטו געהאט היימישע עדיוקעישאן??? שיק נאר דאס אריין פאר דעם מאסטער :P :P

ר' יום טוב האט געשריבן:קענען בכלל די אקעאן וואסערן זיך פארמערן?

דאס איז א שאלה?? פארוואס דען נישט?? אויב די ריזיגע אייזבערג לאזן זיך אויף -- און זיי טוען טאקע -- קען דאס האבען א שטאררקע עפעקט אויפן ים..... נישט אזוי??
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29337
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לגבי אלאסקע, די נאמבערס וואס האבן זיך כמעט נישט געריקט פון וואס דו רעדסט איז די ווארלדווייד עוורידזש, עס איז יא דא פלעצער ווי די חילוק איז יווודזש.

שוין יארן - ביז די ווינטער, "ולא עד בכלל" - וואס ענקארעדזש איז ווינטער קוים קיל.

דאס איז איין טעות וואס איז האט געמאכט. אבער איר קומט אריין זייער זייער קלאר, ישר כח פאר אייערע באריכטן.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

wow wow
זייער שיין אזוי קלאר צו צינעמען זי ענין אז אפילו איינער וואס ליגט נישט אין דעם זאל פארשטיין.

יעצט האלט איך פינקט ווי דיר אבער שרייב אראפ די חשבון פון די סיינטיסטן פארוואס זיי האלטן יא פון קליימעט טויש
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:קענען בכלל די אקעאן וואסערן זיך פארמערן?

דאס איז א שאלה?? פארוואס דען נישט?? אויב די ריזיגע אייזבערג לאזן זיך אויף -- און זיי טוען טאקע -- קען דאס האבען א שטאררקע עפעקט אויפן ים..... נישט אזוי??

עס איז שווער צו זאגן גענוי, אבער עס איז זיכער נישט אזוי פשוט ווי מ'זאל נעמען אייז און צולאזן אין א טויטע וואנע…

עס איז ווערט נאכצוברענגען וואס שטייט אין ילקוט ספרים און ילקוט שמעוני און נאך פון פרקי דר"א, וז"ל:
ולמקוה המים קרא ימים - בשלישי היתה הארץ מישור כבקעה. והמים מכסין על פני כל הארץ. וכשיצא הדבר מפי הקב"ה יקוו המים. הרים וגבעות נתפרדו על פני כל הארץ. ונעשו עמקים עמקים על תוכה של ארץ. ונתגלגלו המים ונקוו המים. שנאמר ולמקוה הארץ קראו ימים. מיד נתגאו המים ועלו לכסות את הארץ כבתחילה. עד שגער בהן הקב"ה וכבשן ונתנן תחת כפות רגליו. ומדדן בשעלו שלא לפחות ושלא להוסיף, ועשה חול גדר הים כאדם שעושה גדר לכרמו. וכשהן עולים ורואין את החול לפניה' חוזרין לאחוריה' שנאמר (ירמי' ה') האותי לא תיראו נאם ה' וכו' אשר שמתי חול גבול לים חק עולם ולא יעברנהו ויתגעשו.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

צל עובר האט געשריבן:לגבי אלאסקע, די נאמבערס וואס האבן זיך כמעט נישט געריקט פון וואס דו רעדסט איז די ווארלדווייד עוורידזש, עס איז יא דא פלעצער ווי די חילוק איז יווודזש.

שוין יארן - ביז די ווינטער, "ולא עד בכלל" - וואס ענקארעדזש איז ווינטער קוים קיל.

דאס איז איין טעות וואס איר האט געמאכט. אבער איר קומט אריין זייער זייער קלאר, ישר כח פאר אייערע באריכטן.


איך האב געהאט די זעלבע שאלה לגבי מאנטריאל, און הגם איך הער יעצט איבער די נושא צום ערשטן מאל איז מיר דער ארטיקל שטארק געפעלן.
למעשה האב איך געקלערט אז דאס איז נישט קיין קושיא ווייל אויב אלאסקע, מאנטריאל אדער סיי ווי האבן זיך גאר שטארק געטוישט (huge) און עכ"ז איז אין דער וועלט אין עווערידזש דער חילוק מינינאל, דאן מיינט דאס לכאורה אז אין אנדערע מקומות ווערט גאר קעלטער און דאס באלאנסירט דעם עווערידזש און אויב אזוי איז דאך פונקט אזוי דא גלאובל קילינג ווי גלאובל ווארעמונג.

איך שיהי' האב איך הנאה געהאט צו ליינען פון ר' יו"ט און איך קוק ארויס אויף ווייטער. יישר כח
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

א גרויסן ישר כח!! האמער זייער הנאה געהאט פון די ארטיקעל!
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

איפה פייביש האט געשריבן:א גרויסן ישר כח!! האמער זייער הנאה געהאט פון די ארטיקעל!
א פשוטע איד.
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: קליימעט טויש. - איז עס אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

ארויף לאור די היינטיגע קאוד רעד פאר היומעניטי באריכט
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: קליימעט טויש. - איז עס אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אפשר קענט איר ברענגען א מקור צו דאס אז רוב סייענטיסטן זענען סקעפטיש איבער קליימעט טשעינדש?
אויף וויפיל איך ווייס איז דאס א קאנצענזוס ביי רובו ככולו אז די א.ד. איז א פאקט די מחלוקת איז נאר.
1) צו איז דאס man maid.
2) צו אונז קענען עפּעס טוהן דערפאר.
פוצה פה ומצפצף
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קליימעט טויש. - איז עס אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דער קאנצעזוס פון סייענטיסטן איז אויך אויף די 2 נקודות.

די תגובה איז ריכטיג כלפי די לייקענער (חוץ אפשר דער ציבור דא).
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”