מען שלאגט רעכטס און לינקס! וואס וויל מען?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

מען שלאגט רעכטס און לינקס! וואס וויל מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

עס כאפט א פחד און א שרעק, יעדן טאג הערט מען נאך א מעשה, א אינגע פרוי איז אוועק ל"ע נאכן ליידן פאר א שטיק צייט פון די ביטערע מחלה ה"י, איבערלאזענדיג א שטו מיט קליינע יתומים'לעך... א אינגערמאן א טאטע פון קינדער איז אוועק ל"ע איבעלאזענדיג א שטוב מיט קינדער, און א צובראכענע אלמנה אן קיין מקור פון פרנסה... וויפיל מאל קומט מען צו א חתונה און די שמחה איז נישט בשלימות, ווייל איינער פון די מחותנים ליגן ליידער אין שפיטאל מיט יסורים נוראים... ווי אפט דארף מען גיין מנחם אבל זיין א פרישער אינגערמאן וואס האט נעבעך פארלוירן זיין זיסער בעבי....
איך מיין אז איך דארף נישט שרייבן מער משלים, ווייל רוב מענטשן האבן עס שוין ליידער מיטגעהאלטן ביי גאר נאנטע, אדער ביי אביסל ווייטערע...
די פארגאנגענע סוף וואך אליין איז אוזער ברוך דיין האמת אשכול געווארן פולער מיט אפאר נעמען פון אינגע מענטשן וואס יעדער פאר זיך וואלט געדארפט אויפשטורעמען א וועלט! איך האב פערזענליך געקענט צוויי פון זיי להבחל"ח, טייערע לעכטיגע אידן...
איך רעד כסדר מיט א איד וואס טוט אסאך אין ביקור חולים, ער זאגט מיר, די האסט נישט קיין השגה וואס טוט זיך אין שפיטאל! די מצב איז איום ונורא!
מען קען נאך מאריך זיין פון די תפיסות, פון די וואס מוטשענען זיך מיט נאך אסאך שווערע פראבלעמען, אבער עס רייט מיר ביים הארץ! איך קען נישט צופיל מער שרייבן.
די שאלה איז, וואס וויל דער אייבישטער פון אונז? מיר האבן נישט קיין נביאים, מיר האבן נישט קיין אורים ותומים, מיר מוזן אליינס פרובירן צו זען, וואס דארפן מיר טון?
איך בין נישט קיין דעת תורה, אבער איך וויל צוטירן א משל דאכט זיך אז עס איז פונעם הייליגן חפץ חיים זי"ע: עס איז אמאל געווען איינער וואס איז געשטאנען אויף א דאך, און ער האט געווארפן הונדערטערס, די פארבייגייערס האבן זיך אראפגעבויגן און גענומען די געלט און ווייטער געגאנגען. פאר די מענטש האט עס זייער פארדראסן, היתכן קיינער קוקט נישט ארויף צו זען ווער עס ווארפט דא די געלט, האט ער מחליט געווען אז ער גייט ווארפן שטיינער, וכך הוה, ער הייבט אן ווארפן שטיינער, און די פארבייגייערס קוקן ארויף צו אים, די ביזט משוגע?! די ווארפסט שטיינער אויף מענטשן?! האט ער געזאגט, ווען איך האב געווארפן געלט איז דיר נישט איינגעפאלן צו זען ווער ווארפט דא געלט! עס איז דיר נישט איינגעפאלן אז עס איז דא עפעס א טוב ומטיב וואס ווארפט געלט! ממילא האב איך גמוזט ווארפן שטיינער, אז די זאלסט כאפן אז איינער שטייט דא פון אויבן...
איך מיין אז די נמשל איז מובן לכל, דער גרויסער טוב ומטיב הקב"ה שטייט פון אויבן און ווארפט הונדערטערס... ער געבט געזונט, פרנסה, נחת, און כל טוב וטוב, און ער ווארט אז אונז זאלן ארויפקוקן צו אים! שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה! ער איז גוט, און ער וויל אונז משפיע זיין נאר גוטס! אבער מיר מוזן ארויפקוקן און מכיר זיין אז ער געבט אונז דאס אלעס!
וואס טוט ער אויב ח"ו מיר קוקן נישט ארויף, מיר הייבן נישט אויף אונזערע אויגן און מיר זען נישט אז ער געבט אונז דאס אלעס, דאן הייבט ער אן ח"ו צו ווארפן שטיינען ה"י! און עס ווערט אומבאקוועם, עס טוט וויי, און ער ווארט אז יעצט זאלן מיר אויפהייבן די אויגן און כאפן אז יש מנהיג לבירה, מיר זאלן כאפן אז הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, מיר זאלן פארשטיין אז אי אפשר לבירה בלא מנהיג! אויב כאפט מען דאן הרי טוב, אבער אויב ח"ו כאפט מען נאכאלץ נישט, הייבט ער אן ח"ו צו ווארפן רעכטס און לינקס! ער לייגט אריין דעם צדיק הדור אין א מצב קשה, ער מאכט קראנק אינגע טאטעס און מאמעס, ער נעמט אוועק קליינע קינדער יונקי שדים שלא חטאו! קיינער קען נישט זאגן זכיתי לבי, ווייל אויב יא וואלט ער נישט געהאט די צער און פחד פון הערן טעגליך אזאנע מעשיות! לאמיר זיך צאמקלויבן און לאמיר זאגן און שרייען פון טיפעניש פון הארץ, טאטע! מיר פארשטייען וואס די ווילסט! מיר ווילן צוריקקומען צו דיר! מיר גייען אנדערש צוגיין צום דאווענען! מיר גייען מער מדקדק זיין במצוות! אבער נישט ווייל מיר זענען געצווינגען, נאר ווייל מיר אנערקענען אז די הונדערטערס קומען אויך פון דיר!
זאל דער אייבישטער העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו אמת'ע אמונה און אמת'דיג זען דעם אייבישטער אויף יעדן טריט און שריט! ונראהו עין בעין בשובו אל נוהו ככתוב כי עין בעין יראו בשוב ה' ציון!!!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קיינער קען נישט זאגן זכיתי לבי, ווייל אויב יא וואלט ער נישט געהאט די צער און פחד פון הערן טעגליך אזאנע מעשיות!

אפשר טאקע די וואס הערן נישט און זעען נישט טעגליך אזוינע מעשיות, זענען טאקע נישט שולדיג...ודי
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

מוראדיגע ווערטער אבער נישט אינגאנצן ריכטיג אויסגעפירט די נמשל, השי״ת וויל מיר זאלן אים לויבן און דאנקן פאר אלע זיינע חסדים, נישט זיך איינרעדן אז כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה. די באשעפער האט באשאפן די וועלט כדי להיטיב לברואיו אבער ער פארלאנגט הכרת הטוב.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:קיינער קען נישט זאגן זכיתי לבי, ווייל אויב יא וואלט ער נישט געהאט די צער און פחד פון הערן טעגליך אזאנע מעשיות!

אפשר טאקע די וואס הערן נישט און זעען נישט טעגליך אזוינע מעשיות, זענען טאקע נישט שולדיג...ודי

עגרי
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די אלע פאסירונגען דינט ווי א וועיק אפ קאל.
אפשר דארפן מיר זיך מער באמיען צו בלייבן אויף, אזוי ארום מען זאל אונז נישט ברויכן אזויפיל אויפוועקן.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

נישט דא די ווערטער!!!
אזוי קלאר ארויס צו ברענגען א נקודה.
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

איך האב געהערט די משל בשם הגאון ר' אביגדור מיללער ז"ל, אביסל אנדערש אבער די זעלבע נקודה.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מאן יימר אז מען וויל עפעס פון 'אונז' בלשון רבים? הלמאי די פטירות זענען לכאורה א צרת יחיד, איטליכע פאר'ן באטראפענעם.

נאר וואס, יעדעס מאל א יוד הערט פון א פאסירונג איז עס פאר א סבה, און ער דארף נעמען דערפון א מוסר. דאס איז אבער א פערזענליכע רוף, און יעדער פאר זיך מוז מאכען א חשבון הנפש.

כנלע"ד.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אנעים עס איז ביידע סיי צרת יחיד אבער אויך א צרת רבים, און מען טאר נישט זאגן אז עס איז א צופאל, ח"ו, ווי באקאנט די טייטש "ואם תלכו עמי בקרי" ח"ו קומט די תוכחות ה"י.
יא עס איז זיכער א וועיק אפ קאל פאר יעדן. מיר טרייען צי זיין בשמחה אין אדר אבער דער רבש"ע שיקט אונז קלאפעס אז עס איז נישט אזוי פשוט,

עס איז דא סור מרע און עשה טוב.
סור מרע איז נכלל שמירת עינים און ערליכע מחשבות. אוועקשטיין פון מחלוקת בכל אופן שהוא סיי פריוואטע סיי חסידישע (אויך שלום בית ואכ"מ). נישט בארעדן אידן נישט פארשעעמען פון רייכע נגידים ביז ארעמע שנארערס. האנדלען מיט יושר און נישט מיט גניבה שטיקלעך. נישט רעדן ביים דאווענען.

עשה טוב איז חיזוק אין אמונה. דביקות אין גאט ב"ה, רעדן צו אים, דאנקען און בעטן אויף מאמע לשון. ליב האבן און פארגינען אנדערע אידן. טוהן חסד און צדקה. דאווענען מיט אביסעלע מער כוונה. לערנען לשמה ווייל דער רבש"ע האט געייהסען נישט נאר ווייל די קהילה האט א סיסטעם. אריינלייגען א גוטע ערליכע חינוך אין די קינדערלעך מיט אהבת ה', רעדן דערפון נאכאנאנד.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פארוואס רופסטו עס א צרת רבים? ווען א פריוואטע מענטש ווערט נפטר איז עס א צרת יחיד. א צרת רבים ה"י איז ווען א צדיק שמגין על דורו ווערט נפטר, אדער א גזירה אויפ'ן ציבור.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אפעטיט
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפעטיט »

(איך ווייס נישט צי ס'קומט אריין דא. אבער דעס איז געווען מיינע געפילן ווען איך בין אריין אין דעי אשכול.)

די אייבערשטער האט ליב יעדע איינציגסטע איד מער פין וויפיל מיר קענען זיך נאר פארשטעלן.

ווען זאכן פאסירן און מיט אינזער פיצי אויגן זעהט עס נישט אויס גוט. דארפען מיר וויסן אז די אייבערשטער האט אונז ליב אין טוט מיט אונז נאר גיטס. די רחמנות'דיגע טאטע פארגעסט נישט פין זיינע באליבטע קינדער אפילו פאר א רגע.

מיר פארשטייען עס נישט? ניין! מיר פארשטייען עס נישט!
די וועלט איז א וועלט פין הסתר.
אבער מיר גלייבן!!

וויאזוי קומט מען אן באמת צי לעבן אזוי אין צי טראכטן אזוי?
אמונה!!!

די וועג צי אמונה? "רעדן צום באשעפער ווי א קינד צי א טאטע". בעטן. דאנקן. אויסרעדן. אויסשמיסען. דערציילן. אין אזוי ווייטער....
יא. ווען א קינד רעדט צי זיין טאטע מיט הארץ הערט אים די טאטע אויס מיט הארץ.
די אייבערשטער הערט אויס אפילו ווען מען רעדט צי אים אין קאר אינמיטן דרייווען. אינמיטן צאמלייגן וועש. אינמיטן ארבעט. אינמיטן קאכן נאטמאהל. אא"וו.

אין אפילו אין א וועלט פין הסתר זעהן מיר זייער אסאך מאהל ווי די אייבערשטער הערט אונז אויס אין געט אונז וואס מיר בעטן למעלה מדרך הטבע.
אין ס'דא אמאהל וואס מיר זעהן נישט גלייך קיין ענפער. גלייבן מיר אבער אז די אייבערשטער הערט אונז אויס אין ער ווייסט וואס ס'איז באמת גוט פאר אונז אין וואס מיר דארפן באמת.

פארשטייט זיך א קינד וואס איז נאנט מיט זיין טאטע וויל טיען אין שטרענגט זיך אן צי טיען זיין טאטעס רצון.
ווען מען לעבט אזוי וויל מען טיען דעם באשעפער'ס רצון. דאווענען. לערנען. שמירת ענים. מדות טובות. אחדות. שמחה. פארגינען. וכ"ו. אלעס קומט אן אסאך גרינגער.

גיטע באשעפער. הראנו ה' חסדך. מאך טאקע מיר זאלן זעהן אין פארשטיין דיינע חסדים וואס די האלט'ס אונז אין איין געבן.
מיין גאול איז נישט צו זיין בעסער פין א צווייטן, נאר צו זיין בעסער פין וואס איך בין געווען נעכטן
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

איך האב געשריבן די שורות שטייענדיג אין א מצב פון שרעקליכע צובראכענקייט, נאכן באגלייטן צוויי טייערע לעכטיגע אידן, אינגע מענטשן, וואס זענען נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז נאכן ליידן פון די ביטערע מחלה ה"י. איך האב זיך געזעצט טראכטן אביסל "פארוואס אזויפיל אויף אמאל?" איך בין געווען איבערגענומען און פארביטערט, ביז איך האב געכאפט די נקודה...
מיר דארפן פארשטיין, אז ווען עס פאסירט ח"ו א צרה אין האצענפלאצע, און מיר הערן די נייעס, זענען מיר נישט אזוי קרובים אל החלל, און ממילא קען מען זיך פרובירן צי פארמאכן די אויגן און זאגן אז מען מיינט נישט מיר. אבער ווען עפעס פאסירט ביי אונז אין געגנט (לכ"א במקום מושבו און ביי מיר אין נ.י.) און בפרט ווען מען קען די צרה פון דער נאנט, איז עס נישט קיין צרת יחיד, עס איז א צרה פאר יעדן יחיד! ובפרט ווען עס קומט דורך א חולי וואס כמדומה אז יעדער קען לכה"פ איינעם וואס ווייסט ליידער גאר גוט פון וואס מען רעדט, און קיינער איז נישט פארזיכערט, דארף דאס שיקן א שטארקע מעסיד"ש צו יעדער יחיד!
זאל דער אייבישטער העלפן...!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך מיין אויך מיך, אז מ'זאל פרובירן אנהייבן צו געבן גוטע אויגן פאר מענטשן, ברכות וכו'. ולא יהיה בהם נגף בפקוד אותם, 'זעה' יתנו... א גוט אויג...
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14693
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

און איין פאל איז עס ליידער א ברודער און שוועסטער וואס זענען אוועק און בלויז 3 חדשים אפגערוקט
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

נעמט אויך אין אכט אז עס איז פערהאן א צווישנשייד אין די יאהרגענג. אריבער די כרת יאהרען קאן נאך אויך זיין אינג, אבער נישט אזוי ארג אוואו אונטער די זעכציג. א ברודער און א שוועסטער איז וואס? ווי אלט די ברודער און ווי אלט די שוועסטער? איז עס פשוט ווייל עס איז שווער פאר די איבעריגע געשוויסטער צו זיצען אזויפיל מאל א א יאהר ל"ע?
יעדער זאל טראכטען פאר זיך וואס דאס מיינט פאר זיך זעלבסט און שוין!
לאמיר רעדן פון די אנדערע זייט. דאנקען דעם הייליגען באשעפער על כל הטוב אשר הוא גומל אתנו, און אז עס זאל שוין נאר זיין גוט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

תשובה
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

חסידישער קאך האט געשריבן:תשובה

דאס איז זייער א כלליות'דיגע ווארט.
קענסט זאגן פונקטליך אויף וואס און ווי אזוי?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ניין ער קען נישט זאגן.

און אז ער וועט יא זאגן? וועסטו וויסן? מאן יימר אז דאס? אפשר עפעס אנדערש?

נאר וואס, יעדער איינער דארף תשובה טון פאר זיך, אויף וואס ער ווייסט אז ער דארף א תיקון, און דאס איז פשט אינעם קורצן ווארט "תשובה".
וואס? וואו? ווען? דאס דארף יעדער פאר זיך אליין קעיר נעמען.

הרואה שיסורין באין עליו יפשפש במעשיו....

פארשטייט זיך אז מ'רעדט פון אזוינע, וואס ווען יונגע מענטשן גייען אוועק איז פאר זיי יסורים.....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנטשולדיגט, 3 אינגע מענטשן אין איין טאג אין איין קהלה וסביבה איז בלויז א צרת יחיד?

איז שוין דאס הארץ טאקע אזוי פארפרוירן?

---

אין א גוטע רואיגע ערליכע מינוט ווייסט יעדער ביי זיך אויף וואס ער דאנקט נישט גענוג און וואס ער דארף אלס זיך פארבעסערן און משלים זיין, לאמיר זיך אביסל צוזאמענעמען לעשות רצון אבינו שבשמים ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

3 אינגע מענטשן פון די זעלבע קהילה און איין טאג? ווען האט דאס פאסירט?

עדיט, כהאב יעצט אריינגעקוקט אינעם בד''ה אשכולת פארשטיי איך שוין וואס מען רעדט

נישט דריי נאר פיר, ה"י.
רודף שלום
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רודף שלום »

חבלי משיח?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

farshlufen האט געשריבן:אנטשולדיגט, 3 אינגע מענטשן אין איין טאג אין איין קהלה וסביבה איז בלויז א צרת יחיד?

איז שוין דאס הארץ טאקע אזוי פארפרוירן?



דאס גייט קלאר אריין בגדר ידאגו כל בני החבורה. עס איז אבער נישט קיין כלליות'דיגע פאסירונג פאר גאנץ כלל ישראל.

וואס יא, יעדע זאך וואס מען הערט איז א פערזענליכע רוף פונ'ם אייבערשטער, אבער עס איז א פערזענליכע רוף צו יעדער יחיד באזונדער. דאס איז נישט א גזירה אויפ'ן ציבור, וואס דער רבים as a whole דארף מתקן זיין.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

עס איז א רוף! נישט אזוי ווייט א רוף ווי א קלארשטעלונג. דער זיסער באשעפער וויל אונז סך הכל נאך אמאל קלארשטעלן אז 'ער' און נאר ער איז דער וואס פירט דער וועלט, יש מנהיג לבירה! א מענטש טראכט און גאט לאכט, מענטשן האבן פלענער אבער דער באשעפער שטעלט אויס זיין אייגענע פלאן.

צומאל זענען מיר נישט זוכה אז מיר זאלן דאס אנערקענען אויף א חסד הנגלה'דיגער אופן, וויל ער אונז דאס ווייזן אויף אנדערע אופנים. עס איז פאר אונז א טובה דאס צו וויסן און מכיר זיין, לעבן אין עולם הדמיון איז פיל ערגער. אסאך מאל פרעגן מיר צו זיך אליין, וווי אזוי זאל איך האבן די כח צו ביישטיין נסיונות ווען עס איז אזא עולם ההסתר? אלעס איז פארהוילן, מ'זעט נישט יד השם. איצט געט אונז דער באשעפער דער געלעגנהייט דאס צו טיף כאפן און פארשטיין.

איז דער באשעפער וויל נישט דווקא ספעציפיש פון אונז עפעס אין תיקון המעשים. ער וויל אונז נאר קלארשטעלן די ריכטיגע ווארהייט פון זיין הנהגה. מיר וועלן שוין אליין וויסן וואס צו טוען דערוועגן. צו טוען מצוות מיט מער חשק טוענדיג מיט דעם דער רצון פונעם בורא ומנהיג וואס וועט אונז זיכער צוריק באצאלן, "מדה טובה מרובה". צו סתם א חיזוק אמונה ובטחון. און אוודאי אויב איז דא עפעס צו פארריכטן, וועט דאס אוודאי ברענגן א תיקון מעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”