וויפיל אמת'ע עשירים בתוכינו??

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג מארטש 25, 2019 12:36 pm

אינטערעסאנט צו זען ווי ביי איינעם הייסט שוין הונדרעט טויזענט דאלער א יאר א עושר און ביי איינעם איז מען אונטער 235k אן ארימאן (מסתם דארף מען האבן 50 מיליאן צו זיין א עושר) קוקט אויס ס'האט צוטון אביסל אין וואספארא שטוב מען איז אויפגעוואקסן

מיין מיינונג איז אז מיט א משפחה פון לאמיר 8 קינדער צו קענען לעבן (מיט א חשבון) דארף מען מאכן כאטשיג 150k

איינער וואס מאכט $300k + א יאר, הייסט שוין בעלבעטיש (די פראבלעים ווערט ווען זיי מיינען אז זיי זענען שוין עשירים און זיי רייסן זיך אויף ווי די גרעסטע עשירים)

איינער וואס מאכט א מיליאן +, הייסט שוין אן עושר, און האלט עס איז דא א מיעוט, אבער א מיעוט הניכר פון ארום 1-2% (וואס איז זייער אסאך, איינס אדער צוויי פון יעדע 100 מענטשן) פראצענט וואס מאכט איבער א מיליאן יאר

א מיליאנער מיינט איינער וואס מאכט א שיינע פאר מיליאן דאלער א יאר און האט אוועקגעלייגט אפאר מיליאן דאלער קעש. פון דעים איז דא גאר א קליינע פראצענט

א טאוטעל פון אלע דריי קעטעגאריעס פון 150 און ארויף, איז דא מסתם ארום 10-15%
90-150k נאך ארום 10-15%
די איבעריגע 70-75% מאכט אונטער 90k

דעיס איז בלויז מיין שאצונג
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

משהגראס
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:06 pm

תגובהדורך משהגראס » מאנטאג מארטש 25, 2019 12:50 pm

אנהייבן צו טראכטן פון זיין א עושר מיז מען האבן א אינקאם פון א מיליאן דאלער א יאר און אוועקגעלייגט אין א זייט מינומום צוויי מיליאן דאלער.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג מארטש 25, 2019 12:54 pm

לעמעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט צו זען ווי ביי איינעם הייסט שוין הונדרעט טויזענט דאלער א יאר א עושר און ביי איינעם איז מען אונטער 235k אן ארימאן (מסתם דארף מען האבן 50 מיליאן צו זיין א עושר) קוקט אויס ס'האט צוטון אביסל אין וואספארא שטוב מען איז אויפגעוואקסן

מיין מיינונג איז אז מיט א משפחה פון לאמיר 8 קינדער צו קענען לעבן (מיט א חשבון) דארף מען מאכן כאטשיג 150k

איינער וואס מאכט $300k + א יאר, הייסט שוין בעלבעטיש (די פראבלעים ווערט ווען זיי מיינען אז זיי זענען שוין עשירים און זיי רייסן זיך אויף ווי די גרעסטע עשירים)

איינער וואס מאכט א מיליאן +, הייסט שוין אן עושר, און האלט עס איז דא א מיעוט, אבער א מיעוט הניכר פון ארום 1-2% (וואס איז זייער אסאך, איינס אדער צוויי פון יעדע 100 מענטשן) פראצענט וואס מאכט איבער א מיליאן יאר

א מיליאנער מיינט איינער וואס מאכט א שיינע פאר מיליאן דאלער א יאר און האט אוועקגעלייגט אפאר מיליאן דאלער קעש. פון דעים איז דא גאר א קליינע פראצענט

א טאוטעל פון אלע דריי קעטעגאריעס פון 150 און ארויף, איז דא מסתם ארום 10-15%
90-150k נאך ארום 10-15%
די איבעריגע 70-75% מאכט אונטער 90k

דעיס איז בלויז מיין שאצונג

זייער קלאר !!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט