וויפיל אמת'ע עשירים בתוכינו??

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

וויפיל אמת'ע עשירים בתוכינו??

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:41 pm

אזוי ווי עס איז שוין מערערע מאל אריינגעקומען די פראגע ביי פארשידענע נושאים אין אנדערע אשכולות, איבער וויפיל פראצענט עשירים עקזיסטירן אין אונזער קאמיוניטי, וואלטן מיר געוואלט הערן וואס דער עולם'ס מיינונג איז דערוועגן.

קודם מיין מיינונג:
איך בין שטאנדהאפטוג מיט מיין שטעלונג אז די היימישע קאמיוניטי איז בדרך כלל א מיטל-קלאס ביז ארימע קאמיוניטי. עס מיינט נישט אז ס'נישטא קיין עשירים. ס'איז זיכער יא דא. אבער זיי באשטייען בלויז פון צווישן 5 ביז 15 פראצענט, ווענדט זיך וועם מען רעכנט. די רעשט 85 פראצענט זענען מענטשן וואס זייער גראס אינקאם איז ווינציגער ווי הונדערט טויזנט א יאר.

מאנכע ווילן אנצייגן וויפיל אידן ס'דא וואס האבן שווערע בלאקן ריעל עסטעיט, שארן גאלד פון נוירסינג האומס, אדער טוען עמעזאן. און אזוי אויך וויפיל עס רייסן זיך אויף מיט ביליאנערישע פאלאצן און רייכע שמחות. איז עטליכע פונקטן:
- א גרויס חלק פון זיי זענען בכלל נישט עשירים, זיי זענען מיינסטנס בעלי חובות, אדער משפחה מיט עשירים (אדער ביידע..). מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווער איך כסדר שאקירט איבער וויפיל אזויגערופענע עשירים-בעלעבאטים איך ווער כסדר געוואויר אז זיי זענען פשוט'ע בעלי חובות... און ווער ווייסט וויפיל נאך איך ווייס נישט.
- זייער אסאך פון די קענען באווייזן זיך אנצובארגן גרויסע סכומים צו פיינאנצירן זייער לעבנסשטייגער, ווייל זיי אוינען א ביזנעס אויף וועלכען זיי קענען ארומרייען מיט גרויסע קרעדיט ליניעס וכדו'. עס מוז נישט זיין אז די עצם ביזנעס איז מצליח.
- עס איז קלאר אז עס הערשט א רייץ ביי מאנכע אין די מעינסטריעם פון די קאמיוניטי צו שפילן עושר. ד.מ. אז סיי וויאזוי קען מען קיינמאל נישט באמת אידענטיפיצירן די ריכטיגע ציפערן.
- עס איז פאראן א קלא דלא פסיק אז רוב עשירים ביי אונז זענען נישט נתעשר געווארן פון דרויסענדע לעגיטימע ביזנעסער. די עיקר זענען זיי נתעשר געווארן פון מעלקן די היימישע עקאנאמיע (ואכמ"ל), און אפשר דערנאך אויך אנגעהויבן טאן ביזנעס אינדרויסן.
- אפילו די וועלכע מאכן מער ווי הונדערט טויזנט א יאר זענען אויך נישט קיין ריכטיגע עשירים, זיי האבן נישט קיין סאך איבריגע געלט אין סעיווינגס, נעמענדיג אין באטראכט די דורכשניטליכע לעבנסקאסטן פונעם היימישן לעבנסשטייגער, נאך בעפאר לוקסוס.

איך זאג נישט אז עס עקזיסטירן נישט קיין עשירים, עס איז קלאר יא פאראן, אין סינגל-דיזשיט פראצענטן. איך זאג בלויז פאר די וועלכע זינגען אז ס'האט זיך אראפגעלאזט א שפע די לעצטע 10 יאר, אז איך זעה דאס נישט.

אלזא וואס האלט דער עולם.?
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:48 pm

כ'ווייס נישט צו ס'איז אפילו דא איין גאנצע פראצענט עכטע עשירים ביי אונז.
#איזהו עשיר השמח בחלקו :smile:

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:50 pm

=מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווער איך כסדר שאקירט איבער וויפיל אזויגערופענע עשירים-בעלעבאטים איך ווער כסדר געוואויר אז זיי זענען פשוט'ע בעלי חובות... און ווער ווייסט וויפיל נאך איך ווייס נישט.=



אזוי האלסטו איך ווייס נישט דערפון ווייל וואס א טאג עס גייט אריבער הער איך פין דעם אז יענעם'ס עמעזאן גייט גוט יענער האט געפיפט אפאר הייזער. וואס אז זיכער אז פראצענטואל האבן היינט אידן מער געלט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:59 pm

ר' יום טוב, יישר כח פאר די חיזוק.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:04 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אלזא וואס האלט דער עולם.?


כולם פה אחד ענו ואמרו "ווייניגער צייט אויף אייוועלט, מער צייט אין די ארבייט"

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:07 pm

פאר יעדע געמאכטע עושר וואס די ווייסט איז דא 2 עשירים וואס די ווייסט נישט פין זיי ווייל זיי ווילען נישט מען זאל וויסען.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:08 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אלזא וואס האלט דער עולם.?


כולם פה אחד ענו ואמרו "ווייניגער צייט אויף אייוועלט, מער צייט אין די ארבייט"
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:20 pm

זייער קלוג האט געשריבן:וואס א טאג עס גייט אריבער הער איך פין דעם אז יענעם'ס עמעזאן גייט גוט יענער האט געפיפט אפאר הייזער. וואס אז זיכער אז פראצענטואל האבן היינט אידן מער געלט


אדרבה; קום נאר אהער מיטן ׳עשירים ליסטע׳... פורים איז דאך שוין אויפן וועג, כ׳האב אפאר ערענסטע צוועקן, כ׳קען זיי ניצן.....
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:27 pm

בס"ד

נאכ'ן ענדיגן דא א פונקטליכע עקסעל שיעט, קען מען עס אריינשיקן צו די פעיק ניוז אויספלעטשקען גלאבאל, אויב שוין סיי ווי, זאל זיין.
#מבהיל הרעיון.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג פאברואר 12, 2019 3:35 pm

וואס מיינט ביי דיר אן ׳׳עכטער׳׳ עושר?
משל: ער האט געלט אין סטאקס לעטס סעי פופציג מעלאנעס אין סאליד קעש אבער ער טרעיד אויף מארדזשין?
צו ער האט געלט אין ריעל עסטעיט פופציג מעלאנעס קעש וועליו אבער ער נעמט ארויס מארטגעדזשעס צו קויפן נאך פראפערטי?
אויב סאליד מיינט פיקסד אינקאם אנלי קען מען נאר רעדן פן איינעם וואס איז אין א סערוויס ביזנעס אדער וואס האט זיצן מייאנען אין באנדס אדער סטאקס מיט דיווידענדס רעכנענדיג בלויז דיווידענדס און מען נישט רעכענען גוגל אדער עמעזאן סטאק

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:15 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:וואס מיינט ביי דיר אן ׳׳עכטער׳׳ עושר?
משל: ער האט געלט אין סטאקס לעטס סעי פופציג מעלאנעס אין סאליד קעש אבער ער טרעיד אויף מארדזשין?
צו ער האט געלט אין ריעל עסטעיט פופציג מעלאנעס קעש וועליו אבער ער נעמט ארויס מארטגעדזשעס צו קויפן נאך פראפערטי?
אויב סאליד מיינט פיקסד אינקאם אנלי קען מען נאר רעדן פן איינעם וואס איז אין א סערוויס ביזנעס אדער וואס האט זיצן מייאנען אין באנדס אדער סטאקס מיט דיווידענדס רעכנענדיג בלויז דיווידענדס און מען נישט רעכענען גוגל אדער עמעזאן סטאק


Assets - Liabilities, I am sure you know that.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:33 pm

מיליאנערן און די אלגעמיינע וועלט מיינט פארמאגן א מיליאן דולר קעש אדער אויסגעצאלטע פארמעגן למשל א דירה אפילו מאכסט א יאר נאר 100 טויזענט הייסטו שוין א מיליאנער פון די מיליאנערן איז דא ביינונז גאר אסאך

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » דינסטאג פאברואר 12, 2019 4:45 pm

עיין משנה פאה ח ט
מי שיש לו חמשים זוז והוא נושא ונותן בהם, הרי זה לא יטול.
פירוש רבינו שמשון - הרי זה לא יטול. בירושלמי (הלכה ח) אמרינן הכי חמשין דעבדין טבין ממאתים דלא עבדין כלומר ממאתים חסר דינר דהתם יטול והכא לא יטול:
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג פאברואר 12, 2019 6:56 pm

דברים אלו האט געשריבן:מיליאנערן און די אלגעמיינע וועלט מיינט פארמאגן א מיליאן דולר קעש אדער אויסגעצאלטע פארמעגן למשל א דירה אפילו מאכסט א יאר נאר 100 טויזענט הייסטו שוין א מיליאנער פון די מיליאנערן איז דא ביינונז גאר אסאך

אנטשאלדיגט פארן זיך קריגן מיט דיר אבער איינער וואס מאכט 100 טויזענט א יאר הייסט בכלל ניישט קיין מילינער מען הייסט א בעל בתישע איד אין מען קען עפארדן די באדשעט אין נישט צו סאך מער
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג פאברואר 12, 2019 7:03 pm

בר דעת האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:וואס מיינט ביי דיר אן ׳׳עכטער׳׳ עושר?
משל: ער האט געלט אין סטאקס לעטס סעי פופציג מעלאנעס אין סאליד קעש אבער ער טרעיד אויף מארדזשין?
צו ער האט געלט אין ריעל עסטעיט פופציג מעלאנעס קעש וועליו אבער ער נעמט ארויס מארטגעדזשעס צו קויפן נאך פראפערטי?
אויב סאליד מיינט פיקסד אינקאם אנלי קען מען נאר רעדן פן איינעם וואס איז אין א סערוויס ביזנעס אדער וואס האט זיצן מייאנען אין באנדס אדער סטאקס מיט דיווידענדס רעכנענדיג בלויז דיווידענדס און מען נישט רעכענען גוגל אדער עמעזאן סטאק


Assets - Liabilities, I am sure you know that.


עס איז דא זייער א סאך עססעטס וואס זענען ליקוואד וה׳׳ה זייער אסאך וואס אפילו מיט די לייעביליטיס מיינט עס אויך גארנישט און פאר דעם האב איך געגעבן צוויי משלים איינס וואס איז בדרך כלל מער סטעיבל און איינס וואס נישט
אדערווייז אז מען רעכנט נאר אונטער די מאטראץ איז עפעס אנדערש

Haklal
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג פאברואר 12, 2019 7:09 pm

זייער קלוג האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיליאנערן און די אלגעמיינע וועלט מיינט פארמאגן א מיליאן דולר קעש אדער אויסגעצאלטע פארמעגן למשל א דירה אפילו מאכסט א יאר נאר 100 טויזענט הייסטו שוין א מיליאנער פון די מיליאנערן איז דא ביינונז גאר אסאך

אנטשאלדיגט פארן זיך קריגן מיט דיר אבער איינער וואס מאכט 100 טויזענט א יאר הייסט בכלל ניישט קיין מילינער מען הייסט א בעל בתישע איד אין מען קען עפארדן די באדשעט אין נישט צו סאך מער


איך האב נישט קיין אהנונג ווי די וואינסט אבער מיט 100 אלפים איז מען זייער ווייט פין זיין אפילו בעל בתיש

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג פאברואר 12, 2019 9:02 pm

שווער צי ענטפערן אזא דששענערעל שאלה, אבער עס איז דא אסאך, איך וועל עס ציטיילן.

סעלף מעיט עשירים: זייערע עלטערן און געשוויסטער זענען ארים און זיי האבן זיך אליין אויפגעבויעט. פון דעים איז בעיקר די עלטערע בעל באטישע אידן וואס זיי האבן אנגעהויבן פון סקרעטש. נאכדעם איז דא אינגעלייט אין די זעלבע מצב, אן קיין שום ריקן ביין, וואס זענען עשירים אדירים.
די קלאס רייסט זיך וויניגער אויף און איך קיק אויף זיי די מערסטע ארויף אלס א סעמפל פיס וואס יעדער קען נאכמאכן, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, אז מען וויל עכט קען מיטן באשעפערס הילף אין מיטן רבי'נס כח אנקומען.

קינדער פון עשירים, זיי זענען טאקע רייך, אבער בכלל נישט קיין סעמפל. וויזוי זאגט מען אויף יענעם, אז ער האט שוין געמאכט פדיון הבן 10 מאל, די חברה נעמען די עלטערנס געלט און טוען פאריג0קטע אינוועסמענטס, און ביי די צענטע מאל געלונגט עס. אויך זענען בעיקר די חברה א באנדע אויפרייסערס מיט הייזער, קליידער, און שמחות, עכ''פ מיט א גרעסערע פערסענט ווי אייגן געווארענע עשירים.

שטילע עשירים: איז דא היבש אסאך. זענען שטילע קלוגע חברה, און געריבענע סוחרים.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דינסטאג פאברואר 12, 2019 9:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג פאברואר 12, 2019 9:06 pm

Haklal האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיליאנערן און די אלגעמיינע וועלט מיינט פארמאגן א מיליאן דולר קעש אדער אויסגעצאלטע פארמעגן למשל א דירה אפילו מאכסט א יאר נאר 100 טויזענט הייסטו שוין א מיליאנער פון די מיליאנערן איז דא ביינונז גאר אסאך

אנטשאלדיגט פארן זיך קריגן מיט דיר אבער איינער וואס מאכט 100 טויזענט א יאר הייסט בכלל ניישט קיין מילינער מען הייסט א בעל בתישע איד אין מען קען עפארדן די באדשעט אין נישט צו סאך מער


איך האב נישט קיין אהנונג ווי די וואינסט אבער מיט 100 אלפים איז מען זייער ווייט פין זיין אפילו בעל בתיש

ביסט גערעכט 100 אלפים איז א זשאוק בי אינז יודן אבער פרעג גוגל ווער סהייסט א מיליונער וועסטו זעהן איינער וואס האט נכסים צו קעש און טאוטל א מיליון דולר איז א מיליונער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:07 pm

[quote="געריבענער סוחר"]שווער צי ענטפערן אזא דששענערעל שאלה, אבער עס איז דא אסאך, איך וועל עס ציטיילן.

סעלף מעיט עשירים: זייערע עלטערן און געשוויסטער זענען ארים און זיי האבן זיך אליין אויפגעבויעט. פון דעים איז בעיקר די עלטערע בעל באטישע אידן וואס זיי האבן אנגעהויבן פון סקרעטש. נאכדעם איז דא אינגעלייט אין די זעלבע מצב, אן קיין שום ריקן ביין, וואס זענען עשירים אדירים.
די קלאס רייסט זיך וויניגער אויף און איך קיק אויף זיי די מערסטע ארויף אלס א סעמפל פיס וואס יעדער קען נאכמאכן, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, אז מען וויל עכט קען מיטן באשעפערס הילף אין מיטן רבי'נס כח אנקומען.

קינדער פון עשירים, זיי זענען טאקע רייך, אבער בכלל נישט קיין סעמפל. וויזוי זאגט מען אויף יענעם, אז ער האט שוין געמאכט פדיון הבן 10 מאל, די חברה נעמען די עלטערנס געלט און טוען פאריג0קטע אינוועסמענטס, און ביי די צענטע מאל געלונגט עס. אויך זענען בעיקר די חברה א באנדע אויפרייסערס מיט הייזער, קליידער, און שמחות, עכ''פ מיט א גרעסערע פערסענט ווי אייגן געווארענע עשירים.

שטילע עשירים: איז דא היבש אסאך. זענען שטילע קלוגע חברה, און געריבענע סוחרים.[/quot

סערנסטע שאלה פון גילו....
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:16 pm

;l;p- 0
Haklal האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:מיליאנערן און די אלגעמיינע וועלט מיינט פארמאגן א מיליאן דולר קעש אדער אויסגעצאלטע פארמעגן למשל א דירה אפילו מאכסט א יאר נאר 100 טויזענט הייסטו שוין א מיליאנער פון די מיליאנערן איז דא ביינונז גאר אסאך

אנטשאלדיגט פארן זיך קריגן מיט דיר אבער איינער וואס מאכט 100 טויזענט א יאר הייסט בכלל ניישט קיין מילינער מען הייסט א בעל בתישע איד אין מען קען עפארדן די באדשעט אין נישט צו סאך מער


איך האב נישט קיין אהנונג ווי די וואינסט אבער מיט 100 אלפים איז מען זייער ווייט פין זיין אפילו בעל בתיש
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

yid
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:29 pm

look rich
צוגעלייגטע
look rich 1.jpg
look rich 1.jpg (56.54 KiB) געזעהן 2653 מאל
look rich.jpg
look rich.jpg (85.16 KiB) געזעהן 2672 מאל

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך פאברואר 13, 2019 3:05 am

ר' זעקל האט געשריבן:פאר יעדע געמאכטע עושר וואס די ווייסט איז דא 2 עשירים וואס די ווייסט נישט פין זיי ווייל זיי ווילען נישט מען זאל וויסען.

איך מיין דו זאגסט א שטארקע פוינט. איך קען עטליכע אידן עשירים מיטן ע הידוע, אבער קיינער חלומט נישט אז זיי האבן באמת אזויפיל געלט, ווייל זיי זענען נישט אינטרעסירט אין דיין אטענטשן, משא''כ די וואס זייערע נאז לעכער בלאזט א ווינט פון געלט, איז לאוו דווקא א סימן פון אן עושר, צומאל דאס אז זיי האבן א דראנג זיך צו באווייזן צווינגט זיי צו אויסגעבן מער ווי זענען ביכולות און דאס אליין באגראבט זיי אינעם חובות לאך.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך פאברואר 13, 2019 10:52 am

עשירות איז נישט שייך צו זאגן וויפל ווייל בי יעדן מיינט עס עפעס אנדערש
מיליונערן איז דא אסאך אריינגערעכנט די אייגענע דירה אויב סאיז פולי אויסגעצאלט
מולטי מיליונערן איז דא ווייניג צווישן אינז אבער פיל מער פראצענטאאל ווי די גוים ב"ה

Deals
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 19, 2013 4:32 pm

תגובהדורך Deals » מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:32 pm

וויאזוי געט זיך א שטילע עושר אן עצה וועגן צדקה (חוץ אז ער געט נישט ציפיל)

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך פאברואר 13, 2019 12:48 pm

Deals האט געשריבן:וויאזוי געט זיך א שטילע עושר אן עצה וועגן צדקה (חוץ אז ער געט נישט ציפיל)

וועגן דעים איז ער דאך שטיל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט