וויליאמסבורג געשפאנט: מרת זאלצנפעפער גייט איינקויפן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4045
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

וויליאמסבורג געשפאנט: מרת זאלצנפעפער גייט איינקויפן

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג ינואר 27, 2019 10:40 pm

א געדיכטע שפאנונג האט ארומגענומען די שטאט וויליאמסבורג. די רוישיגע ליע עוועניו איז געקומען צו א גענצליכע אפשטעל. די גאנצע שטאט שטייט מיט א פארכאפטן אטעם, ווארטנדיג אז די קאשמאר זאל אריבערגיין.

וואס אזוינס האט פאסירט?

וואס הייסט וואס?! מרת זאלצנפעפער גייט איינקויפן!


-------------------------------

מרת זאלצנפעפער איז א אידענע איבער די ניינציג קע"ה, וואס איז נאך ב"ה געזונט און פריש. זי גייט אליין איינקויפן, באקט אליין קיכעלעך פאר די זיסע אייניקלעך (און אפי' פאר די נישט זיסע), און זינט איר מאן איז אוועק ל"ע שלאפט זי אפי' אליין, אפזאגנדיג קאטעגאריש סיי וועלכע אנטראגע פון אירע קינדער צו קומען שלאפן ביי איר אז זי זאל נישט זיין אליין. "עס פעלט נישט אויס" הענטפערט זי כסדר אירע געטרייע טעכטער, "איך קען זיך ב"ה אליינס באגיין, עס איז א שאד איר זאלט זיך אוועקרייסן פון אייער פארנומענע סדר היום בלויז מיר צו קיעפן קאמפעני."

כאטש זי איז גענצליך אומאפהענגיג, איז זי פארט נישט אזוי פלינק ווי אין די יונגע יארן, און די שטוב ארבעט דויערט איר פיל לענגער ווי עס פלעגט דויערן. אויך איינקויפן דויערט פיל לענגער, וויבאלד זי גייט שוין נישט אזוי ווי אמאל. פונדעסטוועגן דאנקט זי כסדר דעם באשעפער אז זי קען זיך נאך אליין באדינען, און קיינמאל הערט מען איר נישט חלילה זיך אפרעדן אויף כביכול.

מרת זאלצנפעפער וואוינט אויף די ערשטע שטאק פון אן אלטע, דריי שטאקיגע הייזל אויף לינטש סטריט, ביים ברעג פון אלט וויליאמסבורג. די זאלצנפעפער פארפאלק האט געקויפט דאס הייזל מיט א קארגע 30 יאר צוריק, ווען דאס געלט וואס זיי האבן אלע יארן געשפארט האט געגרייכט גענוג צו קענען קויפן א הויז ביים עק געגנט, ווי די פרייזן זענען געווען פיל נידריגער ווי אין צענטער פון שטאט. אריגינעל האבן זיי געוואוינט אויף די צווייטע און דריטע שטאקן און פארדינגען דאס ערשטע, שאפנדיג א שטיקל הכנסה. אבער ווען מר. זאלצנפעפער ע"ה איז געווארן שוואך האבן זיי זיך אראפגעצויגן צו די דירה אויף די אונטערשטע שטאק, און אזוי איז עס שוין פארבליבן אויך נאכדעם וואס ער איז אוועק.

אזויווי אלעס דויערט שוין היינט לענגער, האט מרת זאלצנפעפער זיך איינגעפירט א שטיקל סיסטעם; זונטאג רוימט מען אויף פון שבת, מאנטאג גייט מען איינקויפן, דינסטאג וואשט מען וועש א.א.וו. אזוי איז אויסגעקומען אז במשך די וואך איז זי אנגעקומען צו אלעס.

דעם יעצטיגן מאנטאג איז נישט אנדערש ווי אלע מאנטאגס. אויפגעשטאנען איז מרת זאלצנפעפער אכט אזייגער. נאכ'ן דאווענען געמיטליך און זאגן עטליכע קאפיטלעך תהילים, האט זי ארום 9:30 זיך געוואשן צו פרישטאג. 10 אזייגער האט זי שוין געהאלטן נאכ'ן בענטשן (וואס זי טוט, אגב, נאר פון אינעווייניג אין א בענטשער), און בערך 10:30 איז זי שוין געשטאנען ביים טיר מיט די שאפינג וועגעלע, גרייט צו גיין איינקויפן. נאכ'ן איינקויפן די נויטיגע גראסערי פראדוקטן אין קארנער גראסערי ביי ליע קארנער העיווארד, האט מרת זאלצנפעפער געוואנדן אירע טריט צו שרייבערס פרוכט געשעפט ביי ליע קארנער ראטלידזש.

און דאן האט עס פאסירט.

ווי דערמאנט גייט מרת זאלצנפעפער היבש שווערליך, איבערהויפט אין די קאלטע ווינטער חדשים ווען די קעלט דרינגט אריין אין די ביינער און פארשווערט דאס גיין. דאס האט געברענגט דערצו אז עס דויערט פאר מרת זאלצנפעפער אומגעפער איינס-א-האלב מינוט אריבערצוגיין פון איין זייט גאס צו די אנדערע. דאס ברענגט אפטמאל אז דרייווערס וואס ווארטן זיך איינצודרייען אויף העיווארד הייבן אן ווערן נערוועז, אבער מרת זאלצנפעפער ווייסט אז די געזעץ איז אויף איר זייט; קארס וואס ווילן זיך איינדרייען דארפן געזעצליך ווארטן אויף פיסגייער וואס גייען אריבער די גאס.

צו מזל איז היינט דער ערשטער דרייווער געווען גאר א רואיגער. מר. פראמאוויטש איז אויפ'ן וועג אהיים פון שחרית, און נאכ'ן ברייטן תיקון יאגט ער זיך בכלל נישט צום פרישטאג. ער ווארט געמיטליך אין זיין סובערבען אז מרת זאלצנפעפער זאל אריבערגיין די גאס, און הערשט דערנאך וועט ער זיך איינדרייען ארויף אויף העיווארד.

וואס מר. פראמאוויטש כאפט אבער נישט איז, אז ער איז נישט די איינציגסטע קאר אויף ליע עוועניו. אונטער זיין ברייטן סובערבען שלענגלט זיך א לאנגע רייע קארס, טראקס און באסעס, און אלע ווארטן מיט אומגעדולד אז די טרעפיק זאל זיך א ריר טאן. צוביסלעך ווערן מער און מער דרייווערס נערוועז, און פון מער און מער אויטאס הערן זיך ארויס שארפע פייפערייען. די פראצעסיע ווערט לענגער און לענגער, פארשטעלנדיג דערמיט די גאסן פון ראטלידזש, פענן, היוז, און ווייטער, ביז ארויף קיין ראס סטריט. די דרייווערס וואס פרובירן דורכצופארן די דאזיגע סטריטס ווערן צופלאצט אז זיי קענען נישט דורכפארן צוליב די טרעפיק אויף ליע עוועניו, און שטעלן זיך צו צום כאר פון פייפנדע אויטאמאבילן. די קולות ווערן העכער און העכער, די נערוון מער און מער אנגעצויגן, די כאאס גרעסער און גרעסער, און דאן ---





איז מרת זאלצנפעפער ענדליך אנגעקומען צו די אנדערע זייט גאס.

מר. פראמאוויטש האט זיך ענדליך געקענט איינדרייען, לאזנדיג פריי די וועג פאר די צענליגער אויטאס אונטער אים. צוביסלעך, צוביסלעך איז צוריק געווארן סדר אויף ליע עוועניו. צוביסלעך זענען די אינטערסעקשאנס געווארן ליידיגער, די סטריטס זענען געווארן דורכפארבאר, און ביז פופצן מינוט האט זיך מער נישט אנגעזעהן קיין זכר פון די אנשטויסעניש און כאאס וואס האט נארוואס באהערשט די געגנט.


-------------------------------------------


די דאזיגע געשיכטעלע איז בכלל נישט קיין משל; עס פאסירט צענדליגער מאל טעגליך ביינונז אין ווילי, אויף ליע, אויף בעדפארד, און אויף פילע אנדערע גאסן.

נו וואס איז די עצה? מען מוז דאך ווארטן פאר דוכגייער, ע"פ דינא דמלכותא און ע"פ מענטשליכקייט?

די תי' איז, אז עס איז אויך דא א דינא דמלכותא וואס לעזט דעם פראבלעם. און נישט נאר דעם פראבלעם, נאר פילצאליגע אנדערע פראבלעמען ווערן געסאלווד גאר גרינג, מען דארף בלויז צולייגן א טראפקעלע מחשבה.

ווען איך האב געמאכט לייסענס האב איך, אנדערש ווי רוב היימישע מאטאריסטן, דורכגעליינט דעם ביכל פן די DMV מיט דרייוון געזעצן און טיפס. איך געדענקט טאקע נישט אלעס, אבער גאר אסאך פשוט'ע טיפס וויאזוי צו פארגרינגערן דאס דרייוון עקספיריענס פאר מיר און פאר אנדערע זענען מיר אריין אין קאפ. נאכ'ן דורכליינעם דעם ביכל בין איך געקומען צו די מסקנה אז איין ענין ווי כמעט אלע ניו יארקער געזעצן זענען אויסגעהאלטן ע"פ שכל און יושר, איז דרייוון געזעצן. (איך רעד נישט פון פארקינג געזעצן וואס זענען געמאכט געווארן אויסצוקוועטשן די טאשן פון די היגע איינוואוינער, נאר דייקא פון די דרייווינג געזעצן.) גאר אסאך געזעצן זענען מיוסד אויף דעם יסוד וואס להבדיל דער הייליגער תנא הלל האט געזאגט צום גר אז דאס איז די יסוד פון די גאנצע תורה: דעלך סני לחברך לא תעביד. ווען די היזיגע דרייווערס זאלן טראכטן א רגע פון א צווייטן, וואלט די גאנצע טרעפיק סיסטעם אין די היימישע געגנטער אויסגעזען אנדערש.

איך רעד אפי' נישט פון די וואס שטעלן זיך אפ אינמיטן גאס שמועסן מיט א חבר און קימערן זיך קיין רגע נישט מיט די פייפנדע אויטאס פון אונטן. איך רעד פון אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי אנצינדן די בלינקערס, פשוט צו לאזן וויסן דעם דרייווער אונטער דיר אז דו ווילסט זיך איינדרייען און ער קען דיר פעסן. איך וועל דא אויסשמועסן עטליכע נקודות און די פראבלעמען וואס זיי שפארן, און האפנטליך וועט עס אנקומען צו די ריכטיגע אויערן. אויב וועלן מיינע ווערטער העלפן א איד אנקומען באצייטנס צו די ארבעט, ווער רעדט נאך אז א מגיד שיעור וועט אנקומען צעהן מינוט פריער אין ישיבה, והי' זה שכרי.

1) אין די ביכל שטייט א זאץ וואס ליינט זיך בערך אזוי: ווען דו ווילסט זיך איינדרייען רעכטס, רוק דיין קאר די מערסטע רעכטס וואס מעגליך בשעת די ווארטסט אויף א געלעגנהייט צו מאכן דעם דריי.
די פשט פון די טיפ איז טאקע צו פריווענטן דעם פראבלעם וואס ווערט דערמאנט אין אונזער געשיכטע. די גאסן - איבערהויפט די עוועניוס - זענען בדר"כ גענוג ברייט פאר צוויי קארס דורכצופארן, איבערהויפט אויב דער איינדרייענדיגע קאר רוקט זיך צו ביז דעם קראסוואלק. אויב זאלן ווען אלע וויליאמסבורגער דרייווערס זיך פירן מיט דעם כלל, וואלט מען זיך געשפארט גאר אסאך טרעפיק.
(שוין אפגערעדט אז מען זאל חלילה זיך נישט איינדרייען רעכטס פון די לינקע לעין אדער פארקערט, וואס קען צוברענגען צו גאר ערנסטע עקסידענטס.)


2) בלינקערס.
גאר אסאך (מ'קען זאגן רוב) סיטי דרייווערס צינדן נישט אן די בלינקערס ווען זיי דרייען זיך איין, און כאטש וואס געווענליך טיילט די פאליציי נישט קיין טיקעטס פאר נישט נוצן די בלינקערס אויף לאקאלע גאסן, טוט מען אפ בלויז דעם אייגענעם שכן/חבר/קרוב. אסאך מאל פאסירט אז איינער ווארט זיך איינצודרייען, אבער היות ער נוצט נישט די בלינקערס, מיינט דער דרייווער אונטער אים אז יענער שטייט פשוט ווייל די גאס איז אנגעלייגט, און ווארט מיט געדולד יענער זאל פארן ווייטער. אזוי ווערט געשאפן פילע אומנויטיגע טרעפיק דזשעמס, ווען מען קען גרינגערהייט אויסקרויזן די קאר וואס וויל זיך דרייען און איינשפארן די גאנצע ווארטעניש.

3) טראכטן פון יענעם ביים אפשטעלן.
גאר אפט פאסירט אז מען פארט ארום מיט די ווייב און/אדער קינדער ערלעדיגן פארשידנס, און אנשטאט זוכן פארקינג ביי יעדן סטאפ באזונדער בלייבט דער מאן/טאטע אין די קאר, און שטעלט זיך ביי א פאמפ, באס סטאפ אדער אנדערע נאו פארקינג ארט. גאר אפט מאכט זיך אבער אז דער דרייווער איז פויל זיך אריינצורוקן ביז'ן קוירב, בלייבט ער דעריבער שטיין האלב ארויסגערוקט. דאס איז גורם אז טראקס און באסעס דארפן פארן גאר לאנגזאם (נד"מ) אים צו קענען פארבייפארן אן שעדיגן ארומיגע קארס, אדער גאר קענען זיי בכלל נישט דורכפארן. ווער רעדט נאך ווען דער מאן גייט אריין אין געשעפט און לאזט די אידענע 'בעיביסיטן' די קאר, דאן קען זיך טון א פייפעריי פון דא ביז קאנארסי, אבער יש קול ואין עונה, די קאר רירט זיך נישט.
א באזונדערע בקשה פאר די חשוב'ע טראק דרייווערס: איר זענט טאקע עוסק אין ליפערן די לעבנסוויכטיגע פראדוקטן צו אונזערע געשעפטן, און דעריבער מעגט איר על פי חוק דאבל פארקן וכדומה, אבער ביטע טראכט א מינוט פון יענעם און פרובירט ווי ווייניגער צו שטערן די טרעפיק. פרובירט זיך צו רוקן וואס מער צו די זייט, און אויב זעהט איר א ליידיגע פארקינג ספאט אביסל ווייטער פון די געשעפט ביטע נוצט עס און טוט א חסד מיט אנדערע אידן. נאך אלעם האט איר הענד טראקס און היילאס און עס איז נישט אזוי געפערליך צו פארן דערמיט אביסעלע ווייטער.
די זעלבע זעה איך אפט מענטשן ווארטן אין די קאר אויף פאסאזשירן, ווען די קאר שטייט אין צענטער פון די קראסוואלק. איך פארשטיי אז מען יאגט זיך און מען שטעלט זיך אפ ביים ערשטן פלאץ וואס מען זעהט (כאטש מ'קען דן זיין אין די ריכטיגקייט פון די טענה), אבער פארוואס למען השם דארפט איר זיצן אויפ'ן קראסוואלק ווען הארט פאר אייער נאז איז דא דריי ליידיגע ספאטס? פארוואס דארף אן אויסגעמוטשעטע מאמע זיך אנשטרענגען ארויפצוזעהן דאס קערידזש אויפ'ן סייוואלק בלויז ווייל איר האלט נישט ביים רירן די שפיץ פינגער?


צום שלוס, הרבה יותר ממה שכתבתי איז דא צו שרייבן אויף די נושא, אבער דער עיקר שליסל איז: טראכט פון א צווייטן! טראכט וואס איר וואלט געוואלט יענער זאל טון ווען איר זענט ווען דער אויטא אונטער אייערס. טראכט וויאזוי איר קענט די ווייניגסטע שטיין אין וועג פאר אנדערע דרייווער און פיסגייער, ובשכר זה וועט אייך דער אויבערשטער באצאלן מיט הויפענעס השפעות און ישועות.
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום זונטאג ינואר 27, 2019 10:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Innocent until proven Republican

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג ינואר 27, 2019 10:43 pm

אההההה... זעך געוואונדערט וואס אזוינס דער טינק האט איינגענומען א שווייגעניש לעצטנס... אכן נודע הדבר, מר. טינק האט איינגעטינקען אין די זאלץ נ' פעפער, מען האט אנגעטאן די שטיוול און יאללא! ארויס אויף די יארכע.

גיימער ליינען
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג ינואר 27, 2019 10:49 pm

(איז ער דען משוגע?)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

Haklal
שר האלף
תגובות: 1025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 27, 2019 11:38 pm

זייער צי דער זאך אין א גיטן פעדער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג ינואר 27, 2019 11:50 pm

Haklal האט געשריבן:זייער צי דער זאך אין א גיטן פעדער
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:05 am

Think and Thank האט געשריבן:צום שלוס, הרבה יותר ממה שכתבתי איז דא צו שרייבן אויף די נושא, אבער דער עיקר שליסל איז: טראכט פון א צווייטן! טראכט וואס איר וואלט געוואלט יענער זאל טון ווען איר זענט ווען דער אויטא אונטער אייערס. טראכט וויאזוי איר קענט די ווייניגסטע שטיין אין וועג פאר אנדערע דרייווער און פיסגייער, ובשכר זה וועט אייך דער אויבערשטער באצאלן מיט הויפענעס השפעות און ישועות.

שקויעך שקויעך!!!

איך האב שוין אזוי לאנג געוואלט שרייבן דערוועגן אבער איך קען נישט. זאלסטע וויסן אז דו רעדסט אין מיין נאמען אויך

נאך א קלייניקייט (?) ווען מ'שטעלט זיך דאבל פארקד איז נישט קיין ענין צו שטיין נאנט צו א דאבל פארקד קאר אויף די אנדערע זייט. זייער אפט קען איך שטיין דאבל און איך האלט אין איין פארן און בעקן ווייל עפעס א חי' האצעך געשטעלט ממש נעבן מיין קאר און שטערט טרעפיק
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » מאנטאג ינואר 28, 2019 9:29 am

פיין געשריבן
שכוח
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:53 am

דיס איז סאמטינג עלס, און די מוסר השכל איז נאך די בעסטע!

דורך לויפענדיג לינטש, דענק איך נישט קיין ניינציג יעריגער אויפ'ן ערשטע שטאק, בכלל איז דא ווייניג אלטע דריי שטאקיגע אויף לינטש (אידיש באוואוינט)
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:14 am

הערליך און שטארקע ווערטער ר' טינק און דאנק!
און נאכאמאל מזל טוב פאר דיין ווערן א שר שלושת אלפים!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:36 am

א ריזיגע שקויעך פאר דיין באשרייבאכץ, דו רעדסט וואס ליגט מיר און נאך טויזענטער מענטשען אויפן געוויסן!!
הלואי זעהט מען שוין אונזערע אידעלעך זיך אויפפירען מער מענטשליך,
מה דעלך סני --- איי,,, דאס איז דאך די גאנצע תורה!!! ואידך פירושא זיל גמור

א עקסטרע גרינע קומט זיך דיר פאר די ציענדן קעפל פונעם אשכול..................

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:43 am

דערמאנט פון אייוועלט נאך בעפאר מיין ניק איז באשאפן געווארן...
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:54 am

אני הקטן האב אויך דורכגעליינט כמעט די גאנצע DMV ביכל בעפאר'ן נעמען לייסענס, און כ'עגרי אז ס'איז 100% שכל'דיג און מענטשליך. כ'וואלט רעקאמענדעד יעדער וואס מאכט לייסענס עס דורכצוליינען בעפאר. (שטופ עס נישט אפ אויף נאך דיין ראוד טעסט ווייל איינמאל סידערנאך וועסטו שויניש קוקן קיין איין אות דערין)
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:12 pm

און אויב האסט עס נישט געליינט, נוץ דיין דזשעלי - וואס דער באשעפער האט דיר געשאנקען - צי טראכטן, פלעין טראכטן, פון סעיפטי, זיך, און יענעם.

אריינכאפן א אינטערסעקשאן ווען איינער וויל שוין ׳כמעט׳ אנהייבן גיין, איז נישט געטראכט. און אויב גייסטו מאכן א שארט סטאפ, מיט קארס אונטער דיר ווען סשנייט, כדי צי נעמען איינעם פאר א היטש, האסטו ווידער נישט געטראכט.

עניוועי, ייש״כ פארן פותח האשכול פאר די שיינע געשריבענע שורות.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:23 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:
אריינכאפן א אינטערסעקשאן ווען איינער וויל שוין ׳כמעט׳ אנהייבן גיין, איז נישט געטראכט.

אפגערעדט ווען אויף די עוועניו איז עניוועי רויט, ניטאמאל צייט וועסטו שפאָרן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:32 pm

טינק, שכוח דו ביסט גוט, ;l;p-
איין זאך, די פרוי איז א קרוב מיט אונזער זאלץ וואסער פון איי וועלט?
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » מאנטאג ינואר 28, 2019 3:09 pm

גענאגלט רב טינק

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג ינואר 28, 2019 3:39 pm

כשר גערעכט, שיין צולייגט
פאר קריטיק דריקט דא

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 28, 2019 4:46 pm

טראכט אין דאנק ,
אויפריכטיגע רייד זאגט איר
איך האב באמערקט א צווייטע זאך אז מענטשן ברעיקן נישט בשעת זיי מאכן א טורן מ'שמייסט אריין אין דער פארבייגייער כאפט זיין נשמה די לעצטע מינוט
די ארגסטע איז נאך ווען מ'מאכט א שטערקערע טורן למשל פון בעדפארד צו הופער סטריט ווי ס'איז אוממעגלעך פאר פיסגייער צו באמערקן א קאר קומען
ס'גרענצט זיך מיט רציחה ממש!
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 28, 2019 4:50 pm

פארפרוירן האט געשריבן:אני הקטן האב אויך דורכגעליינט כמעט די גאנצע DMV ביכל בעפאר'ן נעמען לייסענס, און כ'עגרי אז ס'איז 100% שכל'דיג און מענטשליך. כ'וואלט רעקאמענדעד יעדער וואס מאכט לייסענס עס דורכצוליינען בעפאר. (שטופ עס נישט אפ אויף נאך דיין ראוד טעסט ווייל איינמאל סידערנאך וועסטו שויניש קוקן קיין איין אות דערין)

פאר ווער ס'האט עס נאכנישט געליינט
https://dmv.ny.gov/driver-license/drive ... tice-tests

פאר ווער ס'פארשטייט נישט קיין ענגליש (ברויך נישט דרייוון...)
https://www.dropbox.com/s/oas05pgou2z8w ... s.pdf?dl=0
קרעדיט 3X0
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:03 pm

שכח פאר די דברי התעורורות, נעקסטע מאל וועל איך מאכן די בלינקערס ווען באבי זאלצנפעפער קראסט אריבער העיווארד סטריט גייענדיג צי שרייבערס פרוכט געוועלב.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:34 pm

Haklal האט געשריבן:זייער צי דער זאך אין א גיטן פעדער

:wink:

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג ינואר 29, 2019 1:08 am

פארפרוירן האט געשריבן:אני הקטן האב אויך דורכגעליינט כמעט די גאנצע DMV ביכל בעפאר'ן נעמען לייסענס, און כ'עגרי אז ס'איז 100% שכל'דיג און מענטשליך. כ'וואלט רעקאמענדעד יעדער וואס מאכט לייסענס עס דורכצוליינען בעפאר. (שטופ עס נישט אפ אויף נאך דיין ראוד טעסט ווייל איינמאל סידערנאך וועסטו שויניש קוקן קיין איין אות דערין)


מ׳קען טאקע גרינג דערקענען ווער ס׳איז א טשידינג טעסט דרייווער, אין ווער ס׳איז א DMV בוך דרייווער

ווען א טארק אדער א קאמערצואלער קאר האט א How Is My Driving באמפער סטיקער פראביר איך צו אריינרופן, כ׳האף אז עס טוט אויף,
אין פריוואטע קארס וואלטן אויך געמעגט האבן אזא פראגראם.


מרת זאלצענפעפר שטארקט אייך, איר זאלט לעבן לאנגע געזונטע יארן און שטענדיג זאלט איר קענען באגליקן אייערע חשובע אייניקלעך מיט די פיינע געבעקסן וואס זיי באקומען פון אייך וועכענטליך.
איינלאדענונג: יולי דעם פערטן, א מעכטיגע פארדע צו צייגן די שטארקייט פון מיין מלוכה, וואשינגטאן עיר הבירה, רעזעווירט דעם דאטום!

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:15 am

אז מ'רעדט שוין פון דעם ענין פון דרייוון, איז אפשר כדאי אז דער עולם זאל משמיע זיין סיי וועלכע אינפארמאציע וואס קען צוניץ קומען פאר דרייווערס סיי וואוו. לדוגמא אויב איינער ווייסט פון א געוויסע קליינע טאון וווס די פאליציי דארט זענען הונגעריג, וכו' וכו'.
אפשר דארף מען עפענען א באזונדערע אשכול דערויף
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך ינואר 30, 2019 4:42 am

פיין געשריבן רב טינק, שטארק הנאה געהאט פון די משל און נאכמער פון די נמשל...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3063
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:33 am

Thanks for Think

זייער זייער שיין און שטארק צום זאך!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 11 געסט