קעמפ - אן אפענע בריוו צו די מנהלי המוסדות -

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

קעמפ - אן אפענע בריוו צו די מנהלי המוסדות -

תגובהדורך שכל הישר » מוצ"ש ינואר 19, 2019 11:55 pm

אופדעיט #1
עס קומט אריין די פאזעטיווע נייעס, נאכדעם וואס פאריאר האבן צוויי מוסדות אין בארא פארק - רחמסטריווקא און גור, אנגעהויבן צוצושטעלן דעי קעמפ אין שטאט פאר ביז כיתה ט׳. באטראכטן יעצט די מנהלים פון בעלזא די מעגליכקייט צוצושטעלן דעי קעמפ פאר אלע קלאסן אין שטאט.
מיר וועלן בל״נ אופדעיטן דעם עולם איבער אלע אנטוויקלונגען
************************
אמע"כ העסקנים החשובים והמסורים שיחי' העוסקים במלאכת הקודש לחנך ולגדל צאצאינו ני"ו

קודם כל וואלט איך געוואלט ארויסברענגען די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס עס קומט ענק אויף די איבערמיטליכע ארבעט וואס ענק לייגן אריין אין אונזערע קינדער שיחי' אז זיי זאלן קענען אויסוואקסן לתפארת בית אבותינו און אויפשטעלן א דור פון תלמידי חכמים און בעלי יראת שמיים.

איך וויל דא מיט עטליכע שירות מעיר זיין אויף א געוויסע ענין - ביטע נעמט אין אכט אז כאטש וואס די בריוו ווערט געשריבן דורך א יחיד, בין איך אבער זיכער אז עס איז א דעת רבים און עס איז זיכער דא אסאך וואס שפירן וואס איך שפיר. און וואו די כלל גייט ווען א פאלעטישן אדער מנהיג באקומט א טעלעפאון רוף מיט א בקשה אדער הערה דארף ער טראכטן אז דער אריינרופער פאטרעט אן ערך פון ארום הונדערט מענטשן, ווייל צווישן יעדער ציבור איז פארהאנען אסאך פארנומענע מענטשן. מענטשן וואס שעמן זיך צו רופן, מענטשן וואס ווייסן נישט צו וועמען זיך צו ווענדן א.א.וו. וממיילא ווענט איר לייננט די שירות – שטעלט אייך פאר אין מחשבה אז איר זיצט אין א צימער און באקומט א שיינע צאל טעלעפאון קאלס פון מענטשן וואס רופן אייך איבער דעם זעלבן ענין.

ב"ה אז מען לעבט אין א דור וואס עס איז ב"ה דא א געוואלד פון באקוועמליכקייטן און אלע הינזיכטן און די לעבן איז אסאך פארגרינגערט געווארן און די לעצטע הונדערט יאר אדאנק די פולע פארשריפטן און ערפונדינגען פון וועלכע מיר אלע געניסן.
איינער פון די זאכן וואס האט זייער נישט גוט אפעקטירט די היימישן ציבור איז די נושא פון דעם אז מען לעבט פאר יענעם און יעדער מיז געפעלן פאר יענעם און מער ווייניגער אלעס וואס מען טוט, טראכט מען און מען טוט לפי וואס די ארומיגע וועלן זאגן.
איך שטעל מיך פאר אז ליינענדיג די שירות וועט אייך ארויפקומען אויפן געדאנק די נושא פון חתונה מאכן וואו עס איז ליידער א מצב נורא ואיום אז עלטערן "מיזן" אויסגעבן ארום 50 אלפים פארן חתונה מאכן א קינד, בשעת ווען די טאטע מיטשעט זיך צו דעקן די טעגליכע שטוב געברויכן.

אויב וועט איר אריינטראכטן וואס איז די שורש הפראבלעם וועט איר זעהן אז די נושא איז אז עס איז נתבטל געווארן די מושג פון עני-ועשיר און יעדער מיז לעבן חיי עשירות עכ"פ כלפי דעם אנדערן.
וואו קאמיש עס הערט זיך וואלט מען לכאורה געקענט ענדיגן די גאנצע פראבלעם דורכן מאכן א כינוס און איינפירן אז מען גייט צוריק מישן דאס בלעטל מיט א הונדערט יאר און די בני עניים וועלן צוריק אנהייבן צו חתונה מאכן און ביהמ"ד און מען וועט אויפן פלאץ שחט'ן אפאר עופות, און משה דער נגיד וועט ווייטער חתונה מאכן אינעם שטאטישן קרעטשמע וואו מ'וועט געבן רינדער פלייש.

פארשטייט זיך אז דאס איז בדרך צחות [נישט אז מען קען עס נישט טוהן – נאר די איצטיגע בריוו איז נישט געווידמעט דערצו] למעשה איז און די לעצטיגע יארן אן אומדערהערטע מציאות, אז בני עניים וואס מיטשענען זיך אן ארבעטן שווער על המחיה ועל הכלכלה וואס עס איז זיי באשערט צו פארדינען ווייניג און בצומצום – מיזן זיך אהערשטעלן און אויסהאלטן א שטוב מיט קינדער אויף די זעלבע סטאנדארטן וואו דער גביר פון שטאט.

אצינד לאמיר אלע אינאיינעם טראכטן א מינוט איבער די מישוג וואס הייסט "קעמפ" – וויפיל משפחות טוהן זיך מיטשענען אגאנצע יאר און מיזן אויסגעבן די איבריגע טויזענטע דאלארן פונקט וואו די גביר פון שטאט אלס ווייל די חדר פארט ארויס אין "קעמפ" ? עס איז נישט קיין ספק אז די קינדער האבן עס "זייער" ליב און ניצן אויס יעדער מינוט ברוחניות ובגשמיות, אבער מיט וואספארא רעכט קען מען ארויפצווינגען אויף די בני עניים צו לעבן מעשי גביר און באצאלן איבריגע 10 אלפים פאר "קעמפ" ?

איי וועט איר טראכטן אז עס איז א פראבלעם פון יחידים און נישט קיין רבים – דאן בין איך אייך מציע איבערצוגיין די רשומה פון אלע טאטעס וואס האבן נאכנישט באצאלט זייער באלאנס אדער טראכטען איבער וויפיל מען האט געדארפט נאכלויפן די טאטעס פאר די באלאנס.

זאגט מיר א אינגערמאן א בעה"ב וואס פירט א שיינעם ביזנעס, אז די קעמפ איז פאר אים א זאך וואס ער קען פשוט נישט דערהייבן. און ער איז מסביר אגאנץ יאר דעקט ער ב"ה שיין די חודש און קלויבט זיך אפי' צוזאם אפאר דאלער אויף חתונה מאכן אבער ווען עס קומט די זומער סעזון געבט ער זיך פשוט נישט קייין עצה.

ער האט 3 קינדער און קעמפ און זאגט אז אחוץ פון די שכר לימוד קאסט עס אים קרוב צו טויזענט דאלער פער קינד פאר די זייטיגע הוצאות אריינגערעכענט "טריפס, טראנספעטאציע צום קעמפ, נייע וועש פאר קעמפ, קאנטין וכדומה
ער זאגט מיר אז אריינטראכטענדיג דערין איז איז עס ממש א גזירה שאין הציבור יכולים לעמוד בו און אפילו די מנהלי המוסדות זאגן עדות אז ווען נישט די קעמפ בודשעט וואלטן זיי נישט געדארפט צונויפזאמלן קיין נדרים ונדבות און די יערליכע בודשעט פון די מוסדות וואלט זיך שיין געדעקט.
צוריק צום הקדמה – די נקודה איז אז מען האט ארויפגעלייגט ( מיט גוטע כוונות) א חיוב אויפן ציבור צו לעבן אויף א הויכע סטאנדארד בשעת ווען רוב עלטערן שרייען אז זיי האבן נישט די געלט דערצו און מען איז מחייב די עניים און פשוטע פארדינער זיך אהערצושטעלן וואו א גביר און באצאלן טויזענטע דאלארן פאר די קעמפ הוצאות.
באמת קומט זיך קרעדיט פאר די מנהלי המוסדות פארן מבטל זיין אז כתה ו' זאל מער נישט מיזן פארן אין קעמפ – די שאלה איז נאר ווען וועט מען מבטל זיין די איבריגע טייל פון צווינגען די עלטערן און כיתות ז'-ט

[*]געווענדליך ווען מען איז דן א נושא האט מען ליב צו הערן די אנדערע צד ובכן העל איך אויסשמועסן די צווייטע צד: עס איז דא וואס זאגן אז די ברוקלין'ער קינדער לעבן היפש ענג און דארפן עס וויכטיג האבן פאר זייער ריהוגקייט – פאר די טענה קען איך נאר זאגן – ריבונו של עולם וויפיל ריהוגע טאטעס און מאמעס וואלט ווען געווען ווען נישט די איבריגע הוצאות וואס די מוסדות לייגט אן אויף די עלטערן און וויפיל מער צייט וואלטן די עלטערן געהאט פאר די קינדער ווען זיי דארפן ווען נישט נאכלויפן דעם דאלאר בכדי צו באצאלן די געשוואלענע קעמפ הוצאותת וויפיל מער שלום בית וואלט געווען אין היימישע שטובער ווען די עלטערן וואלטן נישט געדארפט טראכטן פון די הוצאות – און אט די ריהוגקייט וואלטן די קינדער געקענט באקומען פון די עלטערן דירעקט.

אוזי אויך דארף מען געדענקן אז עס איז דא פילע לענדער וואו מען לעבט אזןי וואו אין ברוקלין אריינגערעכענט פולע שטעט אין ארץ ישראל, אנטוורפן, לונדון און נאך.
עס איז זיכער דא פארשידענע געדאנקן לטובת די ראיון פון "קעמפ" אסער ווער זאגט אז מען דארף עס לאזן אזוי אפילו ווען עס קומט מיט די פרייז?!
די עיקר נקודה דא איז וויאזוי קען מען ארויפצווינגען סטאנדארטן אויף א יעדעם בשעת ווען נאר די עשירים קענען עס דערהייבן? וויאזוי קען מען זיך נישט אומקוקען און נישט וויסענדיג מאכן פונעם רוב הציבור וואס שרייט "מיר קענען עס נישט דערהייבן".

ובכן, בעהט איך דא אז איצט איז די צייט צו מאכן א קלארע חשבון הנפש און טראכטן צו איז דא יושר? לייגט אייך אריין אין די שיך פון די פשוטע פארדינער און באקוקט די סטעיטמענט פאר א משפחה מיט4-5 קינדער און הייבט אן צו טראכטן פון וואו וואלט איר גענומען די געלט?
צו איז טאקע נישט דא קיין אויסוועג?
עס איז קלאר אז עס נעמט צייט און כח אויפצוקומען מיט א וועג ארויס אין א גוטע אלטערנעטיוו, אבער די כלל איז "מען דארף נאר וועלן" און חזר'ט אייך אן אז די מוסדות איז א נחלת הכלל און מען דארף טוהן וואס עז איז גוט פאר רוב הציבור און די מציאות איז אז רוב הציבור קען דאס נישט דערהייבן. ( עס איז נישט קיין סוד אז אסאך מענטשן וואס ציען זיך קיין לייקוואד האבן אריינגערעכענט אין דעם אז אזוי שפארן זיי זיך 10 אלפים א יאר)

אויב קען מען נישט אינגאנצן שניידן קעמפ אויפאמאלת דאן אפשר צעטיילט מען די קעמפ און 2 חדשים און א יעדער כיתה קען ארויפקומען פאר 1 חודש אדער זאל זיך יעדער אליינס אויסוועלן איין חודש וואס ער וויל ארויסגיין [במשך די יארן העט מען דעיס אויך ענדיגן..

און אצינד די די וויכסטיגסטע פון אלעם איז
געבן אן אפציע פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן, צו לאזן די קינדער אין שטאט - דורך צושטעלן דעי קעמפ ביז כיתה ט'.

און דא העלן די זאכ-קענער שרייען – וואזוי קען מען וויי-טוהן די קינדער פון ארימע שטובער? די תירוץ איז" ווילאנג העלן מיר לעבן די קראנקע לעבן פון לעבן פאר יענעם? איז דאס געזינט פאר די קינדער? וואס איז די פראבלעם פון אויסלערנען א קינד אז דער עושר האט איבעריגע און אונז האמיר נישט. ואולי - אפשר אלס א דירעקטע רעזאלט העלן די קינדער עלטער ווערן מיט א נארמאלע חינוך און בעטן די עלטערן נישט אויסצוגעבן קיין איבריגע געלט ביי זייערע חתונות און מסכים זיין צו לעבן מיט פשוטע באדערפענישן אן קיין מוסרות כנהוג אצל בני העשירים.
עס איז קיינמאל לאורך די גאנצע אידישע היסטאריע נישט געווען אזא מושג פון צווינגן די עניים זיך צוצושטעלן צו די סטאנדארטן פון עשירים ביז אונזער דור און עס איז צו העכסט צייט צו ברענגן א טויש!


נאך איבער די נושא קענט איק ליינען דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=14223
לעצט פאראכטן דורך שכל הישר אום מאנטאג ינואר 21, 2019 10:45 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3007
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג ינואר 20, 2019 7:00 am

פון מיין קוק ווינקל.
דיין שכר לימוד פרייז גייט סייווי זיין די טאטעל פון די שכר לימוד + קעמפ, ווייל סיי גייען דארפען האלטן אפען די קעמפס פאר ווער עס שטימט יא איין צו גיין, נוץ עס כאטש אויס.
אין אנדערע ווערטער, די שכר לימוד 5000 א יאהר און די קעמפ נאך 5000 א יאהר (לייג אריין וועלכע פרייז דו ווילסט) איז ביי זיי א טאטאל פון 10 אלפים ואס דו גייסט סייווי דארפען באצאלען, נאר אונטער א אנדערע ליין אויף די אינוואויס. אויב וועסטו נישט וועלן קעמפ, וועט עס באקומען א אנדערע נאמען, צ.ב.ש. קרן ..... (נאמען פון קרן געהיטן אין רעדאקציע), חדר דיוס, אדער עפעס א התחייבות וואס דער רבי האט סייווי געוואלט איינפירן פאר'ן שטורץ, נאר והוא חולל מפשעינו ולא אסתעייא מילתא... א.ד.ג.
בוי זיך זעלבסט

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג ינואר 20, 2019 9:57 am

מה נשתנה הלילה הזה?
לערוך מכתב ארוך כזה?
הלא עת הנסיעות רחוקים מזה!?
אולי הגיע העת לשלם זה???......
. . . . . . .

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג ינואר 20, 2019 10:14 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מה נשתנה הלילה הזה?
לערוך מכתב ארוך כזה?
הלא עת הנסיעות רחוקים מזה!?
אולי הגיע העת לשלם זה???......

ווייל ער ארבעט 12 חדשים א יאר צו באצאלן די קעמפס, יעצט ענדליך איז א עיבור-יאר האט ער אן איבריגע חודש אפצושרייבן.

באמת יעדעס ווארט ריכטיג, די קעמפס קאסטן א הון רב, און ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיוו, מען מוז שיקן, און מען טוט אונז א בערישע טובה מיט קויפן נייע קעמפס און מען שרויפט ארויף די פרייז 3 מאל העכער.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג ינואר 20, 2019 10:36 am

צו געזונט האט געשריבן:דיין שכר לימוד פרייז גייט סייווי זיין די טאטעל פון די שכר לימוד + קעמפ

לאו דוקא (דוקא לאו) ס'איז נישט די זעלבע הנהלה. און אויב איזעס יא, זאל מען עס טאקע צוטיילן

דממה דקה האט געשריבן:באמת יעדעס ווארט ריכטיג, די קעמפס קאסטן א הון רב, און ס'איז נישטא קיין אלטערנאטיוו, מען מוז שיקן, און מען טוט אונז א בערישע טובה מיט קויפן נייע קעמפס און מען שרויפט ארויף די פרייז 3 מאל העכער.


ווען די צדיקים האבן איינגעפירט קעמפס (די סיבה ערפארונג איז א נושא פאר זיך) האט עס ווייט נישט געקאסט אזויפיל אין פארגלייך צו היינט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג ינואר 20, 2019 10:42 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:מה נשתנה הלילה הזה?
לערוך מכתב ארוך כזה?
הלא עת הנסיעות רחוקים מזה!?
אולי הגיע העת לשלם זה???......

נראה מתגובתכם שאין לכם כעת ילד בגיל ה'קעמפ', או שיש לכם ממון די והותר לשלם בעבור כל המותרות האלו. ואם כן אין האשכול נוגע בעבורכם.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג ינואר 20, 2019 11:33 am

אמת @אסדר, די ערשטע
די צווייטע זאל ביי אלע אידישע קינדער בקרוב מקוים ווערן.

אבער ס'איז מיר נאכאלץ אינטערסאנט מה היום מיומים, סליגט טאקע א גאנצן יאר אויף די אקסלען?
. . . . . . .

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג ינואר 20, 2019 11:36 am

ווען מ׳האלט שוין ביי זומער איז שוין צי שפעט צי רעדן דערפון, משא״כ יעצט ווען די צייט איז נאך רואיג קען מען ענדערשער טראכטן עפעס א נארמאע פלאן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג ינואר 20, 2019 11:37 am

די שאלה איז נאר וויפיל מנהלים פון מוסדסער דרייען זיך אויף אייוועלט.... אז די שרייבסט עס דא.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 20, 2019 11:46 am

קען איינער ביטע מאכן א PDF פונעם בריוו
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

בבל
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג ינואר 20, 2019 11:54 am

לויט ווי איך האב געלייענט פון די בראשית יארן אין אמעריקע נאכן קריג.
זימער איז אין די סיטי געווען ביטער הייס קיין עיר קאנדישן האט מען נאך נישט געהאט אין די מלמדים אין קינדער האבן נישט געקענט לערנען מען איז געגאנגען צי פראספעקט פארק אין בראקלין אין מען איז געווארן געשטערט פין גוים איז מען אויפגעקומען אז אין די קעטסקילס איז קעלטער ליפטיגער
אבער היינט מיט עור קאנדישן האט עס נישט קיין שום פשט די געלט אוסברענגעריי

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג ינואר 20, 2019 1:44 pm

לכבוד פ"ה
איך גלייב שווער אז איר האט באמת געקלערט אז איר גייט באוועגן די מנהלי המוסדות צו מאכן קעמפ optional און לאזן אפען די העכערע כיתות אין זומער דורכן שרייבן א שיינע תגובה אויף אייוועלט, אבער אז איר פיהלט אז דאס איז טעראפי פאר אייך, כל הכבוד! די איינציגע זאך וואס קען 'אפשר' האבן א עפעקט איז אויב 'אסאך' עלטערן וועלן גיין צום נשיא המוסדות, און צו די אדמיניסטראטארן און לייגן דרוק.

למעשה איז דא דריי הויפט מפריעים צום טויש

1) די פרומערע פראקציע וואס זארגט זיך פאר די שמירת עינים פון אייערע קינדער (אבער זיי אליין האבן נאכנישט געזעהן פאר וויכטיג זיך ארויסצוציען פון די אויסגעלאסענע ארטיסטן וויליאמסבורג און זיך פארשפארן אומצאליגע ראיות אסורות), און האלטן אין איין חזר'ן די 'הייליגע קעמפס' וואס דער מייסד המוסדות האט אויפגעשטעלט וכו' (וואס אויב מ'פארגלייכט די דעמאלטסדיגע מושגים פון קעמפ, וויפיל פראצענט פון די יערליכע הכנסה מ'האט געדארפט אוועקגעבן פאר דעם קעגן היינט איז עס עפל קעגן מאראנצן)

2) אונטערבאצאלטע איינגעשטעלט וואס געניסן פון א פרייע וואקאציע

3) די אדמיניסטראטארן זעלבסט וואס גייען האבן א דאגה וויאזוי מ'האלט אויס, און וואס מ'זאל טוהן מיט אזא גרויסע, קאסטבארע, אינסטיטוציע וואס גייט זיין 50-60 פראצענט ליידיג.

רץ כצבי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 12:39 am

תגובהדורך רץ כצבי » זונטאג ינואר 20, 2019 2:04 pm

איך האב די וואך באקומען א קאל פין קעמפ רב טוב, אז אזוי ווי מען מיז איבערמאכן די סאער סיסטעם אין עס קאסט מיליאנען, אין אזוי ווי מיינע קינדער האבעו מוראדיג הנאה פין די קעמפס בעטען זיי איך זאל געבען עפעס א שיינע נדבה...
האב איך אים גענטפערט, קודם כל, מיין טאכטער האט געהעט די קעמפ, נאך 2 וואכען איז זי געווען אינדערהיים, סא די איבעריגע געלט וואס איך האב נישט ציריק באקימען וועט זיין פאר די סאער, אין נאכדעם, ווער האט געהייסען איבערמאכען די סאער? העק מיט די קעמפס, קיינער דארף עס נישט, איך דארף עס זיכער נישט, איך האב נאר נישט קיין ברירה, ווייל מיין טאכטער האט נישט קיין סקול מיז איך איר שיקען אין קעמפ, זאג איך אים אדרבא, מאך א סארוועי פין אלע טאטעס וועל מיר זען וואס די רוב איז, איך זאג אים אז איך לעב יעדע וואך אויף מיין פעי טשעק, אין איך קען עס נישט אפפארדען, אין איך בין נישט דער איינציגסטער, הייבט ער אן טענענען וועגען שמירת עינים, האב איך אים געזאגט אז דאס איז נישט דיין געשעפט, וועגען א סערוועי, האט ער מיר נישט געוואלט ענטפערען, בקיצור די משטלתים על הציבור זענען דא נאר פאר זייערע פאקעטס אין נישט פאר אינזער טובה, אין עולם גולם פארט זיי נאך
וד"ל ודו"ק והמבין יבין

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 20, 2019 2:20 pm

רץ כצבי האט געשריבן:איך האב די וואך באקומען א קאל פין קעמפ רב טוב, אז אזוי ווי מען מיז איבערמאכן די סאער סיסטעם אין עס קאסט מיליאנען, אין אזוי ווי מיינע קינדער האבעו מוראדיג הנאה פין די קעמפס בעטען זיי איך זאל געבען עפעס א שיינע נדבה...
האב איך אים גענטפערט, קודם כל, מיין טאכטער האט געהעט די קעמפ, נאך 2 וואכען איז זי געווען אינדערהיים, סא די איבעריגע געלט וואס איך האב נישט ציריק באקימען וועט זיין פאר די סאער, אין נאכדעם, ווער האט געהייסען איבערמאכען די סאער? העק מיט די קעמפס, קיינער דארף עס נישט, איך דארף עס זיכער נישט, איך האב נאר נישט קיין ברירה, ווייל מיין טאכטער האט נישט קיין סקול מיז איך איר שיקען אין קעמפ, זאג איך אים אדרבא, מאך א סארוועי פין אלע טאטעס וועל מיר זען וואס די רוב איז, איך זאג אים אז איך לעב יעדע וואך אויף מיין פעי טשעק, אין איך קען עס נישט אפפארדען, אין איך בין נישט דער איינציגסטער, הייבט ער אן טענענען וועגען שמירת עינים, האב איך אים געזאגט אז דאס איז נישט דיין געשעפט, וועגען א סערוועי, האט ער מיר נישט געוואלט ענטפערען, בקיצור די משטלתים על הציבור זענען דא נאר פאר זייערע פאקעטס אין נישט פאר אינזער טובה, אין עולם גולם פארט זיי נאך
וד"ל ודו"ק והמבין יבין

מ'נוצט נאך היינט דעם תירוץ פון שמירת עינים?
שמירת עינים גייט אן נאר 2 חדשים פונעם זומער?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג ינואר 20, 2019 2:35 pm

די פראבלעם איז אז אויפהאלטן האלב ליידיגע מוסדות אין שטאט פאר נאך צוויי חדשים, וועט קאסטן אסאך געלט, און די הנהלת המוסדות האלט פשוט נישט דערביי.
בפרט אז די בעלי המאה זיצן דאך יא אין די קאנטריס, בלייבט נאר איבער דער ארימער עלעמענט, די פארגאטן פיפל, וואס בלוטיגט אויס אבער למעשה קענען זיי נישט צושטעלן די נויטיגע פאנדן אז ס'זאל זיך לוינען פאר די ישיבה צו אפן האלטן דעם מוסד.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג ינואר 20, 2019 2:57 pm

עס איז זייער א ווייטאגליכער טעמע און וואלט שוין לאנג געדארפט באהאנדעלט ווערן.

איך האב גע'ארבעט מיט אינגערמאן וואס האט געמאכט בדוחק צום לעבן, ער פלעגט יעדעס יאר פאר'ן קעמפ סווייפען די קרעדיט קארד, און א גאנץ יאר צאלן פעימענטס מיט ריבית.

דער אינגערמאן האט זיך אמאל אויסגערעדט צו מיר אז ער האט נישט קיין ברירה ער מוז שיקן זיין אינגל אין קעמפ.

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג ינואר 20, 2019 3:05 pm

קעמפ הוצאות איז איין זאך, די חוצפה איז, אז שכר לימוד פאר די מיידלעך צאלט מען געהעריג זומער אויך, כאטש עס קאסט נישט די ישיבה קיין איין גראשן.

(אז מ'רעדט שוין, די זעלבע איז מיט די עקסטערע חדשים וואס איז נישטא קיין שולע, אבער דאס דארף מען לייגן אין די אשכול ווי מ'באהאנדלט דאס נעמען געלט פאר טראנספארטעשן וואס די שטאט באצאלט אין פול)

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג ינואר 20, 2019 3:45 pm

מיט די חתונה סטאנדארט איז מען שוין פארטיג??

כ׳מאך נישט אוועק די נושא, נאר ס׳איז א טיפע איינגעווארצלטן פראבלעם וואס קומט ארויס אויף פארשידענע אופנים...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג ינואר 20, 2019 3:48 pm

לייפציק האט געשריבן:קעמפ הוצאות איז איין זאך, די חוצפה איז, אז שכר לימוד פאר די מיידלעך צאלט מען געהעריג זומער אויך, כאטש עס קאסט נישט די ישיבה קיין איין גראשן.

(אז מ'רעדט שוין, די זעלבע איז מיט די עקסטערע חדשים וואס איז נישטא קיין שולע, אבער דאס דארף מען לייגן אין די אשכול ווי מ'באהאנדלט דאס נעמען געלט פאר טראנספארטעשן וואס די שטאט באצאלט אין פול)

צאלן שכר לימוד פאר זומער איז איין זאך. מארטגעדזש און רענט צאלט די מוסד פאר 12 חדשים, אסאך איינגעשטעלטע צאלט מען 12 חדשים. (אגב, נאר סאטמאר בעט פאר 12 חדשים, די איבריגע מוסדות בעטן א דריטל מער שכ"ל ווי סאטמאר, מילא דארפן זיי נישט בעטן פארן זומער...)

אבער די קעמפס איז העכסט צייט אויסצוראטן. אויב מען וועט מאכן א ויצעקו וועט עס געהערט ווערן. יא, אייוועלט האט דעם כח צו מאכן דער אנהייב פון די ענדע. איך האלט אז עס גייט זיך ענדיגן און אייוועלט קען זיין די שליח עס צו ברענגען צו א סוף.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג ינואר 20, 2019 3:56 pm

דאס איז א יאר יערליכע דעבאטע,

דער פותח האשכול האט גוט געטיען אז ער האט יעצט געפענט א מדובר דערוועגן, נישט זומער ווען עס איז שוין צו שפעט.

אלץ ערשטע שריט זאל איינער מאכען א PDF פונעם ארטיקעל מיט פארעכטען די טעותים, און אינגעלייט וועם די נושא טרעט צו הארצען זאלן פארשפרייטען קאפיס אין די בתי מדרשים, יו נעווער קנאו ווי מען קען אמאל דריקען א ריכטיגע קנעפל.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום זונטאג ינואר 20, 2019 4:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג ינואר 20, 2019 4:29 pm

עס איז דא א מיסקאנסעפשאן, אז די גדולי ישראל וואס זענען געוועהן דא נאכן קריג האבן אראפגעלייגט דעם גרונדשטיין פאר די קעמפס.
נאך וואס מען האט די פאלשע הנחה, פרובירט מען לערנען פשט פארוואס זיי האבן דאס געטוהן, יעדער זאגט א אנדער הסבר זה בכה, וזה בכה.

די אמת איז, אז די קעמפס און קאנטריס האבן עקזיסטירט בעפאר אונזערע רביס האבן געטראטן על אדמת אמעריקא, און ווען די גדולי ישראל האבן געזעהן דעם חורבן פון די קאנטריס האבן זיי געהאט צוויי אפציעס, 1) פרובירן דאס אויסצורייסן. 2) פארעכטן די פראבלעמען. פארשטייט יעדער איינער אז זיי האבן גענומען אפציע נומבער 2.

די גדולי ישראל האבן אזוי שטארק מצליח געוועהן אין טוישן די אטמאספער, אז קיינער ווייסט שוין נישט ווי אזוי עס האט אמאל ליידער אויסגעזעהן.

בערך 18 יאר צוריק, האב איך גערעדט צו איד וואס האט נאך געזעהן די אמאליגע קאנטריס און ער האט דערציילט ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן, איך געדענק נישט אלע פרטים, אבער בתוך הדברים האט ער מיר דערציילט אז אין רוב קאנטריס האבן די אינגלעך נישט געלערנט קיין אידיש ווארט די גאנצע צוויי חדשים.

יעדער פארשטייט אליין אז א זאך וואס איז איינגעפירט געווארן וועגן אן אמאליגען פראבלעם האט נישט קיין שום זין איינצוהאלטן מיט א חדרת קודש, כאילו מען רעדט דא פון א תקנה וואס איז יסודתו מהררי קודש.

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג ינואר 20, 2019 4:38 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:קען איינער ביטע מאכן א PDF פונעם בריוו


איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג ינואר 20, 2019 10:39 pm

איך וויל פאריכטען עפעס אין מיין ארגינעלע תגובה
פארוואס זעה איך נישט די פאריכט אפציע?

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג ינואר 20, 2019 10:58 pm

און אצינד די די וויכסטיגסטע פון אלעם איז – געבן אן אפציע פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן, צו לאזן די קינדער אין שטאט - דורך צושטעלן דעי קעמפ ביז כיתה ט'.

חזק ואמץ
זכות הרבים תלו בך
Amazon Daily Deals
https://amzn.to/2RFPDUV

Ebay Daily Deals
https://goo.gl/Rrje39
יש"כ

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג ינואר 20, 2019 11:30 pm

א חלק פון די קעמפ ביל גייט צו געבן עסן פאר די איינגעשטעלט, איינער פארשטייט פארוואס עס קומט זיך צו באצאלן פאר די איינגעשטעלטע די גראסערי ביל פאר די צוויי חדשים?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט