קאנספיראציעס אין די היסטאריע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

צפנת פענח האט געשריבן:Very informative, and very interesting to read the other side of the story,

Thanks,
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זייער הנאה געהאט צו לעיזן.

א שעינעם דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דו האסט א גוטע שפראך און א זאפטיגע פעדער.
מיר האבן זייער הנאה
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

א יישר כח פאר אלע באדאנקערס, נאר אזוי קען מען וויסן צו מען האט פארוואס צו שרייבן.

די לעצטע ארטיקל איז געשריבן אין איילעניש אן מגיה זיין ספעלינג און גראמאטיק, איך האף בלי״נ צו צוריקקומען פאררעכטן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

קאנספיראציעס אדער טעאריעס, ווייסעכניש!
אבער דאס איז קלאר נישט אמת!
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
(קלארשטעלונג:
איך בין נישט קיין פארשער, היסטאריקער, אדער אפילו ידען, און איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אויף די אינהאלט פון די מאטריאל וואס איך וועל דא אראפברענגען, איך האב בלויז צוזאמגענומען אויף א שנעלע אופן די עוועילעבל אינפארמאציע און זיי פרובירט צו מסדר זיין און איבערזעצן אויף א גרינגע אידיש, "פאר ענטערטעינינג פערפעסעס אנלי", איך שטעל בלויז פאר אן אלגעמיינע בליק איבער די הויפט פונקטן פון די באטרעפענדע נושא, און איך וועל זיכער אויסלאזן פילע פרטים, אלזא פאר די וואס ווילן ארויסהאבן די זאך בעיון גמור וועט דאס נישט זיין צופרידענשטעלנד.
שטייצעך אז פידבעק איז אייביג וועלקאם)



א מחי' צו ליינען!
שעקויעך נאכאמאל!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

זייער שיין א גרויסע שכח
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

א שיינעם דאנק (דער קעפל פונעם אשכול וואלט געווען מער בשלימות אזוי: קאנספיראציע טעאריעס אין די היסטאריע)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פינחס האט געשריבן:זייער שיין א גרויסע שכח
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

וואף, דאס איז משוגע צו ווערן, גיי נאר אן, אידן האבן א געוואלדיגע הנאה, וגם אני בתוכם, קלאר, שיין פונקטלעך, מסודר, און העכסט אינטערסאנט.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

לייפציק האט געשריבן:קלאר, שיין פונקטלעך, מסודר, און העכסט אינטערסאנט.

שכח!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

בריטישע קעניג-א דייטשע שפיאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

רעדנדיג פון וועלט פירער וואס האבן פארראטן זייער לאנד צוליב זייער אייגענע אגענדעס, קען מען נישט אויסלאזן די געשיכטע מיט קעניג עדווארד פון ענגלאנד, און די סומאטוכע וואס האט זיך אפגעשפילט אין ווינסדאר פאלאץ אין די יארן פאר די צווייטן וועלט קריג, וואס מאנכע האלטן אז עס איז געווען נאך פיל טונקעלער ווי עס האט אויבנאויף אויסגעזען.

אבער צום ערשט די פאקטן:

אין מאי 1940, האט היטלער אין א געלונגענע בליץ קריג, אינוואדירט זיין שכן פראנקרייך, אין בלויז 6 וואכן האט ער אראפגעברענגט די פראנצויזישע גרויסמאכט צו אירע קניען, צוזאמען מיט די דערנעבענדיגע לענדער, לוקסעמבערג, האלאנד, און בעלגיע.

נאך פון בעפאר דעם קריג איז פראנקרייך געווען באוואוסט מיט אירע פעסטע שוץ ליניעס ביי איר מזרח גרעניץ מיט דייטשלאנד, אנגעהויבן פון דרום ביי איר גרעניץ מיט שווייץ ביז ארויף אין צפון ווי די דריי אויבן דערמאנטע לענער טיילן איר אפ פון דייטשלאנד, די ליניע איז געווען פאררעכנט פאר לאנגע יארן אלץ נישט דורכברעכבאר.

ביידע, דייטשלאנד און פראנקרייך, האבן דאס געוואוסט, און מען האט פארשטאנען אז די שלאכטן וועלן פארקומען אויבן אין צפון ווי בעלגיע און האלאנד טיילן אפ פראנקרייך פון דייטשלאנד, און אויב די דייטשע ארמיי באווייזן איינצונעמען אט די קליינליכע לענדער האבן זיי א באקוועמע וועג אריין קיין פראנקרייך, צוליב דעם האט די פראנצויזישע ארמיי אראפ געשטעלט איר בעסטע ארמייען ביי די צפון גרעניצן צו זיין גרייט אין פאל פון א דייטשע אטאקע.

אבער ווען עס איז געקומען צו די פאקטישע שלאכטן, ווען די דייטשע ארמיי האט געהאלטן ביים פראנצוישן גרעניץ נאכן אייננעמען האלאנד בעלגיע און לוקסעמבורג, האבן זיי זיך טאקע באגעגנט מיט א העפטיגע ווידערשטאנד פון די פראנצויזישע דיוויזיעס, אבער נאך געציילטע וואכן איז די פראנצוישע ארמיי געווארן צופיצלט אויף שטיקער און די קריג איז געווען דערנאך.

וויאזוי האט דאס פאסירט אז די דייטשע אינגע ארמיי האט אזוי לייכט און שנעל בייגעקומען די מעכטיגע פראנצויזישע ארמיי וועלכע האט זיך שוין געבויעט און מושטירט פאר לאנגע יארן?

געוויסע פארשער טענה'נען אז זיי האבן געטראפן דעם שולדיגן:

געוועזענע קעניג פון בריטען, עדווארד דער אכטער, און דאן דער דיוק פון ווינסדאר.

לויט זיי האט עדווארד ארויסגעגעבן פאר די דייטשן קריטישע אינפארמאציע איבער די פאזיציעס פון די פראנצוישע ארמיי, און דאס האט ערמעגליכט די דייטשן צו סוקסעספול אינוואדירן פראנקרייך.

דאקטאר לין פיקענט, וועלכע פארשט שוין די ענגלישע 'ראיעל פעמילי' פאר לאנגע יארן, זאגט:
"עס קומט אלס א שאק, א קאמפלעטע שאק, אבער קעניג עדווארד האט אוועקגעגעבן מיליטערישע און סענסיטיווע אינפארמאציע פאר די נאציס, וואס אין רעזולטאט זענען טויזענטער אייראפעער געשטארבן".

צו פארשטיין וויאזוי די היסטאריקער שטעלן צו אזא פאררעטערישע אקט צו א מיטגליד פון די בריטישע קעניגליכע פאמיליע, דארף מען צוריקגיין אפאר יאר וואס עס האט זיך אפגעשפילט מיט דעם עדווארד אין די יארן פארן קריג.

עדווארד איז געווען פון גערמאנישע קעניגליכע אפשטאם (זיין טאטעס טאטע, עדווארד דער זיבעטער, איז געווען א זון פון פרינץ אלבערט, פון די דייטשע סעקסע-קאבורג מאנארכיע) און האט גערעדט א פליסיגן דייטש, און אין יאר 1933 ווען היטלער איז ארויף געקומען צום מאכט אין דייטשלאנד, האט עדווארד, אלס אינגע פרינץ, אפן אויסגעדריקט סימפאטישע געפילן מיט די נייע נאציאנאלע פירער פון דייטשלאנד און זיין נאצישע פארטיי (ער איז נישט געווען קיין אויסנאם, אין די ערשטע יארן פון היטלער'ס פירערשאפט האט ער געהאט פילע אנהענגער אין די בריטישע אריסטאקראטיע), לויט באריכטן האט דער דעמאלטסדיגע ענגלישע פרעמיער באלדווין שוין אויפגעברענגט זארגן איבער די אנשויאינגען פון די ציקונפטיגע מאנארך.

אין יאנואר 1936, נאכן טויט פון זיין פאטער קעניג דזשארדזש דער פיפטער, איז דער אינגער עדווארד געקרוינט געווארן אלס קעניג פון גרויס בריטען, אבער זיין מלוכה האט נישט אנגעהאלטן פאר לאנג.

קורץ נאכן ווערן געקרוינט האט ער זיך משדך געווען מיט אן אמעריקאנע פרוי, וואליס סימפסאן, וואס דאס האט אנגעברענגט איינע פון די גרעסטע קאנערווערסיעס ארום די קעניגליכע פאמיליע.

סימפסאן איז שוין געווען צוטיילט פון צוויי פריערדיגע הייראטן, און דאס האט ארויסגעברענגט א שטורעם צווישן די באפעלקערונג צו זי איז פאסיג צו זיין די בריטישע קעניגן (אן ענליכע קאנטערווערסיע נעמט ארום דעם היינטיגן קרוין פריץ טשארלס), די בריטישע עליטע האבן זיך שארף ארויסגעשטעלט קעגן אזא חתונה, און פרעמיער מיניסטאר באלדווין האט געסטראשעט מיט רעזיגנאציע אויב די הייראט גייט פאראויס, דאס איז חוץ פון דעם וואס די בריטישע מאנארך האט אויך די שטעלע אלס הויפט פון די ענגלישע קירכע וואס האט נאך דאן פארבאטן צו הייראטן א פרוי וואס די ערשטע מאן לעבט נאך, איינזעענדיג אז צו זיין קעניג מיט סימפסאן גייט נישט צוזאמען, האט עדווארד באשלאסן אויפצוגעבן די טראן און איז געבליבן מיט סימפסאן ביז זיין טויט.

עדווארד'ס שייכות מיט סימפסאן האט אויך אויפגעברענגט פרישע פאליטישע זארגן, צוליב וואס זי איז געווען פארדעכטיגט אלס נאצי סימפאטיקער און איז געווען באפריינדעט מיט נאצישע שישקעס ווי די דייטשע אויסערן מיניסטער פאן ריבענטראפ.
א דאקומענט פון די עף בי איי פארצייכנט אן אינטערוויו מיט א דייטשע גלח 'פאטער אודאו', דער דיוק פון עטענבורג און א מיטגליד אין די דייטשע קעניגליכע פאמיליע, וועלכע זאגט עדות אז פאן ריבענטראפ האט געשיקט געשאנקען צו סימפסאן'ס אפארטמענט אין לאנדאן.

קאנספיראציע טעארעטיקער האלטן אבער אז דאס איז געגאנגען פיל ווייטער, אז סימפסאן איז געווען די דירעקטע פארמיטלונגס פערזאן צווישן קעניג עדווארד און היטלער.

זיי זאגן אז די אפיציעלע אורזאך פון זיין אפטרעטן צוליב סימפסאן, איז בלויז געווען א קאווער-אפ צו וואס עס איז עכט פארגעגאנגען אונטער די קוליסן.

דאקטאר פיקענט:
"יעדער אין די רעגירונג האט שוין געוואוסט פון עדווארד'ס סימפאטיעס און אנשויאונגען, ער איז געווען א נאצי, וואליס סימפסאן איז געווען פאר זיי א באקוועמע וועג ארויס צו פטור ווערן פון א גאר מסוכן'דיגע קעניג".

און ווי מען ווייסט איז היטלער געווען שטארק שאקירט ווען עדווארד האט זיך אפגעזאגט פון די קעניגרייך.

די שאלה איז, צו דאס אראפשטעלן עדווארד פונעם שטוהל האט עפעס געהאלפן צו האט עס גאר ערגער געמאכט די סיטואציע...

נאך זיין רעזיגנאציע האט עדווארד טאקע געהייראט סימפסאן אין פראנקרייך, און שפעטער איז ער געגאנגען אויף א באזוך קיין דייטשלאנד אוואו זיי זענען געווען די פערזענליכע געסט פון היטלער.

ווען די קריג צווישן ענגלאנד און דייטשלאנד האט אויסגעבראכן, האט עדווארד באקומען א הויכע שטעלע אין די הארץ פון די בריטישע מיליטער, ער איז געווארן א 'מאיאר גענעראל' אין די בריטישע ארמיי, ער איז געשיקט געווארן קיין פראנקרייך, ווי זיין אויפגאבע איז געווען צו באקוקן די פראנצויזישע דעפענס ליניעס און דאס צו באריכטן צוריק קיין ענגלאנד, ער האט געמאכט גאר א גוטע ארבעט און האט אידענטיפיצירט פילע ווייכע פונקטן אין די שיץ ליניעס.

בלויז וואכן נאך עדווארדס רעפארט, האט די דייטשע ארמיי געשטורעמט די גרעניץ און דורכגעבראכן די פראנצויזישע שיץ ליניעס.

דאס איז גענוג פאר פיל היסטאריקער צו אנטשיידן די מיסטעריע איבער 'די שלאכט פון פראנקרייך'.

יארן נאכן קריג ווען פארשער האבן פרובירט צו פארשטיין די דייטשע זיג, האבן זיי איינגעשפאנט די היינטיגע סופער קאמפיוטער'ס אנגעלאדענט מיט אלע אינפארמאציע איבער די דייטשע און אליאירטע ארמייען, און די קאמפיוטער האט געוויזן אז סיי וועלכע אנדערע צוגאנג די דייטשע מיליטער וואלט גענומען, וואלט זיך עס געענדיגט מיט א קלארע פארלוסט פאר די דייטשן, עס איז קלאר אז די דייטשן האבן גענומען די איינציגע פערפעקטע סטראטעגיע וואס האט זיי געקענט פירן צו א זיג, איז וויאזוי האט די דייטש געהאט די שטוינענד פונקטליך אינפארמאציע?

לויט די טעארעטיקער, איז עדווארד נאך געווען דעמאלטס באפריינדעט מיט די דייטשן, און האט באהאלטענערהייט אריבערגעשיקט זיינע באריכטן אויך צו היטלער דורך זיינס א פראנצויזישע פריינד וועלכע האט געהאט פארבינדונגען מיט היטלער.

די טעאריע באקומט געוויכט נאכן זען וואס טשוירטשיל האט געטון גלייך נאכן ווערן פרעמיער אין ענגלאנד אין 1940.

ער האט פארארדענט עדווארד צו איבערנעמען די גאווערנאר בענקל אין די ווייטע באהאמעס אינזלען וואס האט נאך דעמאלטס געהערט פאר די בריטישע אימפעריע, עדווארד און סימפסאן האבן געשוימט אויף דעם גלות אורטייל, אבער קיין סאך ברירות האבן זיי נישט געהאט און זענען אהין געפארן ביז נאכן קריג וואס זיי זענען ערלויבט געווארן צוריקצוקומען קיין אייראפע, אבער האט מער קיינמאל נישט באקומען קיין פאזיציע אין די רעגירונג אדער מיליטער.

אינעווייניגסטע פארדאכטן אז עדווארד פארראט זיין היימלאנד וואלט שטארק געגעבן צו פארשטיין פארוואס טשוישטשיל האט זיך איינגעריסן מיט די געוועזענע קעניג.

די בריטישע קעניגליכע און רעגירונג עסטעבלישמענט לייקנט אבער אז עדווארד זאל האבן סיי וועלכע קאמיוניקאציע מיט נאצי דייטשלאנד זינט די קריג האט אויסגעבראכן, לויט זיי איז ער געווען א ריינע פאטריאט און גארנישט מער.





קעניג עדווארד דער אכטער.

Bundesarchiv_Bild_102-13538,_Edward_Herzog_von_Windsor.jpg
Bundesarchiv_Bild_102-13538,_Edward_Herzog_von_Windsor.jpg (60.57 KiB) געזען 2416 מאל



עדווארד ביים באזוכן א באטאליאן עס עס זעלנער אין דייטשלאנד.

Bundesarchiv_Bild_102-17964,_Ordensburg_Krössinsee,_Herzog_von_Windsor.jpg
Bundesarchiv_Bild_102-17964,_Ordensburg_Krössinsee,_Herzog_von_Windsor.jpg (79.13 KiB) געזען 2416 מאל



א מאפע פון די פראנצויזישע שוץ ליניעס.

1024px-Maginot_Line_ln-en_svg.svg.png
1024px-Maginot_Line_ln-en_svg.svg.png (165.1 KiB) געזען 2416 מאל
לעצט פארראכטן דורך נאך פונדערהיים אום מאנטאג יאנואר 21, 2019 5:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א רייכער אשכול, אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט.

ייש"כ פונדערהיים, דו האסט א גאר קלארע שריפט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

צו דער וואס האט געפרעגט אין אישי:

די היינטיגע קעניגן עליזיבעט איז א טאכטער פון דזשארדזש דער זעקסטער, דער ברודער און נאכפאלגער פון עדווארד דער אכטער.

נישט אויסמישן מיט זייער דריטע ברודער, דזשארדזש דער דיוק פון קענט, וועלכע האט געהאט א אייגענע קאנספיראציע טעאריע ארום זיך, ועוד חזון אי״ה.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

א גרויסן דאנק. פיינע סחורה. (קראון סיריעס...)

א בילד פון היטלער מיט קעניג עדווארד
קעניג עדווארד מיט היטלער ימ״ש
קעניג עדווארד מיט היטלער ימ״ש
9226BB83-BE57-439D-A03F-9C96FF2E463E.jpeg (380.48 KiB) געזען 2343 מאל
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פלטיאל האט געשריבן:א רייכער אשכול, אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט.

ייש"כ פונדערהיים, דו האסט א גאר קלארע שריפט.
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

הענדימען האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:א רייכער אשכול, אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט.

ייש"כ פונדערהיים, דו האסט א גאר קלארע שריפט.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: די קאלטע קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

וועלקאם בעק!


דורכאויס די צווייטע העלפט פונעם צוואנציגסטן יאר הונדערט, האט די וועלט אויסגעזען ווי אויפן שוועל פון צושטערונג, ווען אמעריקע און די סאוויעטישע פארבאנד בויען אלס מער און מער טויטליכע נוקלעארע וואפן, וועלכע זענען אומשטאנד צו איינווארפן די וועלט, כפשוטו, אין געציילטע מינוטן.

היינט זענען מיר שוין געוואוינט צום פאקט אז די וועלטס גרויסמאכטן פארמאגן צענדליגע טויזענטער שטיק פון אט די וואפן, אבער אין יענע צייטן, ווי אסאך פון אונז וועלן געדענקען, ווען עס האט אויסגעקוקט ווי אמעריקע און רוסלאנד זענען ביים שוועל פון קריג, אינדערצייט וואס יעדע פון זיי האנדלט איין וואס מער פון די טויט-קראפט, האט די וועלט געלעבט אונטער שרעק פון א נוקלעארע מלחמה, קינדער האבן געלערנט אין די שולעס וויאזוי צו רעאגירן אין פאל פון אזא אטאקע, און אלע רעגירונג אפטיילונגען האבן זיך נאכאנאנד געגרייט פאר אזא מעגליכקייט.

אט די עפאכע איז באקאנט אלס "די קאלטע קריג". וועלכע האט זיך געצויגן פון 1947 ביז נאכן אייינפאל פון די בערלין וואנט, אין 1991.

פארשטייט זיך אז אזאלכע אנגעצויגענע צייטן ציען צו זיך קאנספיראציע טעארעטיקער וועלכע טייטלען די פינגער אין אלע ריכטונגען, וועלן מיר כאפן א בליק אויף איינע פון די אינטערעסאנטע טעאריעס וועלכע פארוויקלט א צווייטע טייוולאנישע מאכט, צוגעטראפן? יאפ, די איבערבלייבענישן פון נאצי דייטשלאנד.

אבער צום ערשט אן אמת'ע געשיכטע.

מאיאר גענעראל ריינאלד געהלען, איז געווען די הויפט פון די מיליטערישע שפיאנזש פון די נאצישע מזרח קרעפטן וועלכע האבן געקעמפט קעגן רוסלאנד.

זינט ער האט איבערגענומען די שפיאנזש אפטיילונג אין 1942 האט ער דאס פונדאמענטאל איבערגעמאכט און אויפגעארבעט, ער האט צוזאמגעשטעלט א גרופע פון געלונגענע שפיאנען, און האט באוויזן אין די לעצטע יארן פון די קריג ציצושטעלן גאר אקוראטע אינפארמאציע איבער די רוסישע מיליטער פאר נאצי דייטשלאנד, געהלען איז נישט געווען אן אידיאלאגישע נאצי, נא ענדערש א געניטע מיליטערמאן מיט שטארקע אמביציעס פאר זיין היימלאנד און א טיפע האס צו קאמוניזם, מאנכע האלטן אפילו אז ער איז געווען טיילווייז פארמישט אין די מיליטערישע פוטש קעגן היטלער אין 1944.

הארט פאר די ענדע פון די קריג, אין אפריל 1945 האט היטלער אויפגעזאגט געהלען פון זיין פאזיציע, די היטלירעשע פראפאגאנדע האט געלויטעט אז די רויטע ארמיי באשטייט בלויז פון א.ג. אידישע באלשעוויקן, און געהלען'ס באריכטן איז נישט געווען אין איינקלאנג מיט דעם.

א מאנאט דערויף, מאי 1945, האט געהלען זיך איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע קרעפטן, אבער ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט ער שוין פלאנירט פון פאראויס וויאזוי צו בלעבן ביים לעבן און אויף דער פריי, אפילו נאכן געוווינס פון די אליאירטע.

שוין חדשים פריער האט ער פאראויס געזאגט וויאזוי די צוויי דעמאלטסדיגע אליאירטע, אמעריקע און רוסלאנד, וועלן נאכן קריג אויסדרייען די רוקן איינער צום צווייטן, און ער האט פארשטאנען אז די אינפארמאציע וואס ער האט אזוי מייסטערהאפטיג געזאמלט איבער די סאוויעטן וועט נאכן קריג האבן אן אומשאצבארן ווערד פאר די אמעריקאנער, האט ער צוטיילט זיין גאנצע שפיאנזש ארכיוו אויף אכט חלקים און עס צושפרייט אין בעהעלטענישן אויף די באווארישע אלפן בערג, נאר ער און זיין ענגע קרייז געהילפן האבן געוויסט ווי עס געפינט זיך.

נאכן קריג ווען די אמעריקאנער האבן אים אויסגעפארשט, האט ער פארגעשלאגן זיין שפיאנאזש זאמלונג ווי אויך זיין ווייטערדיגע מיטארבייט, אין אויסטויש פאר די באפרייאונג פון אים און זיין גרופע.

לויט קריג געזעצן האבן די אליאירטע אים געזאלט איבערגעבן פאר די רוסישע מיליטער, צוליב זיינע קריג פארברעכנס קעגן די מיליאנען רוסן געפאנגען ביי די דייטשן דורכאויס די קריג, אבער זיי האבן אנשטאט געטון גאר אן אויסנאמליכע שריט, די אמעריקאנע מיליטער האט אים געגעבן שריפטן אונטער א פאלשע נאמען, און אים איינגעשפאנט צו ארבעטן פאר די פענטאגאן.

מען דארף פארשטיין אז די אמעריקאנע רעגירונג האט אין יענע צייטן פארמאגט גאר ווייניג אינפארמאציע איבער די סאוויעטישע פארבאנד, און געהלען מיט זיין גרופע און נעץ פון אנטי-קאמוניסטישע קוועלער אינערהאלב רוסלאנד, האט געהאט גאר גרויס פאטענציאל, און עס איז געווען קלאר אז קיינער אנדערש וועט נישט קענען באווייזן וואס ער.

געהלען איז געווארן צוריקגעשיקט קיין דייטשלאנד, צוזאמען מיט 350 פון זיינע אויסדערוועלטע מיטארבעטער.

אלזא, האט געהלען אפיציעל געגרינדעט פון פריש זיין שפיאנאזש אגענטור גערופן "די געהלען ארגעניזאציע", אדער ווי עס איז געווען באקאנט אין די אמעריקאנע שפיאנאזש קארידורן אין קורצן: "די ארג".

די ארג האט זיך אוועקגעשטעלט נעבן די שטאט מינכן, און איז אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן מיט די שטיצע און געלט פון די אמעריקאנע רעגירונג, זייענדיג אפיציעל אפיליאירט מיט די סי איי עי, געהלען האט אפילו איינגעפירט אן אנשטענדיגע פענסיע סיסטעם פאר אלע זיינע חברה אינעם ארג, ביז ווען ער האט אין 1956 טראנספארמירט זיין ארענעזאציע אלס די אפיציעלע שפיאנאזש אגענטור פון מערב דייטשלאנד.

כאטש וואס א טייל פון געהלען'ס איינגעשטעלטע ביי די ארג זענען געווען קריג קרימינאלן, ווי אויך געוועזענע געסטאפאו און עס עס לייט, א שטייגער ווי פראנס סיקס ימ"ש, אן עס עס בריגעדע פירער וועלכע האט אומגעברענגט פילע אידן אין די סמאלענסק געטא אין רוסלאנד, און אלאוס ברוננער ימ"ש, אייכמאן'ס רעכטע האנט, האבן זיך די אמעריקאנע ווי נישט וויסנדיג געמאכט, און אים געלאזט אויסוועלן ווער עס זאל ארבעטן פאר אים.
עס איז זאגאר פארהאן באווייזן אז געהלען'ס ארגעניזאציע האט געהאלפן פילע געוועזענע נאציס צו אנטלויפן קיין סאוט אמעריקע.

די סי איי עי שטייט נאך אויס גרויס קריטיק ביז היינט פאר די פאקט.

עד כאן המעשה.

וועלן מיר איבערגעבן די ווארט פארן דאקטערשע לינעט נוסבעכער (DR LYNETTE NUSBACHER) אן אמעריקאנער היטאריקער:

"ריינאלד געהלען האט מצליח געווען צו טוישן די אמעריקאנע פארשטאנד איבער די סאוויעטישע פארבאנד, און צו פאבריצירן פחד פון די סאוויעטישע מעגליכקייטן, און מיט דעם האט געהלען פארמירט די קאלטע קריג"


לויט די גרופע פון היסטאריקער און פארשער האט געהלען קיינמאל נישט באטראכט זיין איבערגעבן זיך פאר די אמעריקענער אלס מפלה, נאר ענדערש ווי אן איבערגאנג, זייענדיג א הייסע אנטי-קאמוניסט האט ער געהאלטן פאר זיינע אויגן די הויפט ציל, נעמליך צו אינטערברענגען די סאוויעטישע פארבאנד, פריער ביי די דייטשן, און יעצט האט ער פלאנירט צו אנדרייען די אמעריקאנער זאלן דאס טון פאר אים.

זיין ארגענאזאציע איז לויט דעם געווען פיל מער ווי א באקוועמע וועג ארויס פאר אים און זיינע לייט פון צו ווערן געשטעלט פאר א געריכט, נאר איז געווען א מיטל וויאזוי צו פיטערן די אמעריקאנער באריכטן, אמת'ע און פאלשע, איבער די רוסישע מיליטער און זייערע פראוואקאציעס, און מיט דעם אנזייען פאניק ביי די אמעריקאנער און צוברענגען די צוויי גרויסמאכן זאלן גיין אין קריג.

און עס איז אים כמעט געלונגען.


די טעאריע איז געבויעט אין גרויס טייל אויף דאקומענטן פון 1955, ווי מען זעט אז "די ארג" האט געשיקט רעפארטס פאר אמעריקע וועלכע האבן געלויטעט אז די רוסן האלטן שטארק פאראויס מיטן אנטוויקלען אן אינטער-קאנטינענטל באליסטישע מיסיל.

אין יענע יארן האט די אמעריקאנע מיליטער נישט פארמאגט צופיל מיטלען צו קענען באשטעטיגן די באריכטן, האט מען דאס אנגענומען פאר גוט געלט.

עטליכע יאר שפעטער האט אמעריקע צום ערשטן מאל ארויסגעשיקט די נייע U-2 שפיאניר פליגער העכער רוסלאנד וועלכע איז געפלויגן ביי א הויכקיט פון 70 טויזענט פיס, און געקענט כאפן בילדער פון די סאוויטישע אינסטאלאציעס אן צו ווערן אויפגעכאפט.

אבער, פון אלעס וואס געהלען האט פארציילט, האבן די U-2 פליגער געטראפן, קיין שפיר, גארנישט.

די אמעריקאנע רעגירונג האט אבער ווייטער אנגעהאלטן די ליניע אז די רוסן פארמאגן יא די מיסילס, אבער לויט די טעארעטיקער איז דאס בלויז געווען צוליב וואס די דעמאלטסדיגע פרעזידענט, דזשאן קענעדי, האט שטארק קאמפיינט אז אמעריקע דארף זיך צואיילן מיט וואפן פראדוקציע צו קענען קאנקורירן מיט די סאוויעט יוניאן, און זיין פלאטפארמע איז געווען צו דראסטיש העכערן דעפענס ספענדינג, האט זיין אדמיניסטראציע געווען גרייט אפצוקויפן וואס געהלען האט נאר געקענט פארקויפן איבער רוסלאנד, אן פעסטשטעלן צו די אינפארמאציע איז אקוראט.

פראפעסער קריסטאפער סימפסאן, ארויסגעבער פונעם בוך Blowback "אמעריקעס רעקרוטמענט פון די נאציס און זיין אפעקט אויפן קאלטן קריג", ברענגט פון א סי איי עי קוואל וואס האט אים געזאגט: די אגענטור האט ליב געהאט געהלען, ווייל ער האט אונז געפיטערט וואס מיר האבן געוואלט הערן....

אפילו לויט די היינטיגע אפיציעלע ליניע פון די סי איי עי, איז קלאר אז "די ארג" האט פיל מאל געשיקט אומבאזירטע אינפארמאציע קיין אמעריקע, און טייל מאל האט זיך עס געהאנדלט פון גאנץ ערנסטע באריכטן, ווי אז די רוסן גרייטן זיך פאר א זאפארטיגע אטאקע קעגן אמעריקאנע קרעפטן, אבער אמעריקע האט אים ווייטער געשטיצט צוליב זיינע אנדערע גרויסע שפיאנזש סוקסעסן.

יעצט בלייבט נאר די פראגע, זענען די אלע פאלשע באריכטן געווען אומשולדיגע דורכפעלער פון די ארג, אדער איז דאס געווען די גאנצע ציל פון זייער אפעראציעס צו פיטערן פאר די אמעריקאנער אנשרעקנדע באריכטן איבער די סאוויעטן?

איז טאקע די קאלטע קריג, אין גרויס טייל, אנגעדרייט געווארן דורך איין מאן?


ריינאלד געהלען

220px-Bundesarchiv_Bild_183-27237-0001,_Reinhard_Gehlen.jpg
220px-Bundesarchiv_Bild_183-27237-0001,_Reinhard_Gehlen.jpg (21 KiB) געזען 758 מאל


ביים זיך אונטערגעבן צו די אליאירטע

220px-Bundesarchiv_Bild_183-27237-0001,_Reinhard_Gehlen.jpg
220px-Bundesarchiv_Bild_183-27237-0001,_Reinhard_Gehlen.jpg (21 KiB) געזען 758 מאל
אטעטשמענטס
300px-Reinhard_Gehlen_1945.jpg
300px-Reinhard_Gehlen_1945.jpg (20.49 KiB) געזען 758 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

זייער אינטערעסאנט!
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

וועלקאם בעק!
גאר אינפארמאטיוו און גאר גוט געשריבן
יישר כח!
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

@נאך פונדערהיים, א זייער שיינע און אינטרעסאנטע אשכול.
א דאנק!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

פראפעסער קריסטאפער סימפסאן, און זיין בוך Blowback

4be0c578f116dece35579d6cbc007e45-w204@1x.jpg
[email protected] (17.46 KiB) געזען 669 מאל

pic_christopher-simpson.jpg
pic_christopher-simpson.jpg (16.44 KiB) געזען 669 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
אויף געבלאזן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:58 pm

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף געבלאזן »

נאך פונדערהיים יעצט געליינט הערליך יישר כח
שכח פאר אלעם ביז אהער דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פעיק נוז האט געשריבן:wow א הערליכע ארבעט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:

זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט און זייער א קלארע שריפט
א גרויסן דאנק
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4623
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: קאנספיראציעס אין די היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:

הערליך הערליך! טאפיק, שפראך, אלעס.
קיפ אן!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”