הייקער'ס קרעטשמע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:56 am

זאגסט א געדאנק. אז עס וועט אויסקומען וועל איך דיר שיקן אן אישי. אדער וועט מען אפשר גאר מאכן אן אייוועלט הייק אין די זומער?! ווער ווייסט. ונזכה ונחי' ונראה.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:58 am

אויב ביסטו אינטערסירט זיך אריין צו לייגן אין די זאך און ארויסהעלפן קאמסאר, מאכן זיי פון צייט צו צייט הייקס פאר בעגינערס. האבעך נישט באקומען קיין רשות אויס צו פויקן ברבים, אבער אויב איינער איז ערנסט אינטערסירט קען מיר שיקן אן אישי.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

חידה סתומה

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:11 am

ביי דעם אויבן באשריבענעם הייק האבעך באגעגענט אן איטערסאנטע זאך.

עס איז נישט געווען קיין שום פיסטריט אויפן שניי, אבער אין די שניי איז געווען אזוי ווי אויסגעקריצט ליינס.

ווי אזוי האט דאס פאסירט? אן UFO? המן'ס נשמה? מניעות?

איך מיין איך האב עס אויסגעפיגערט. איך וועל געבן א געלעגענהייט פאר דערוילעם צו געסן פאר איך שרייב מיין הסבר.

בילד

בילד



נ.ב. לאמעך נאר אויסכאפן די קשיא פארן פרעגן, די פיס טריט וואס מען זעט זענען מיינע אייגענע.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:33 am

דאס איז מסתמא דורך א צווייג וואס די ווינט האט ארומגעבלאזן

ריכטיג?

וואו קענעך קומען אפנעמען מיין פרייז?
לעצט פאראכטן דורך הענדימען אום מאנטאג מארטש 11, 2019 10:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:17 pm

תגובהדורך בינע'ך ביזי » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:33 am

היימישער הייקער האט געשריבן:ביי דעם אויבן באשריבענעם הייק האבעך באגעגענט אן איטערסאנטע זאך.

עס איז נישט געווען קיין שום פיסטריט אויפן שניי, אבער אין די שניי איז געווען אזוי ווי אויסגעקריצט ליינס.

ווי אזוי האט דאס פאסירט? אן UFO? המן'ס נשמה? מניעות?

איך מיין איך האב עס אויסגעפיגערט. איך וועל געבן א געלעגענהייט פאר דערוילעם צו געסן פאר איך שרייב מיין הסבר.

בילד

בילד



נ.ב. לאמעך נאר אויסכאפן די קשיא פארן פרעגן, די פיס טריט וואס מען זעט זענען מיינע אייגענע.


צו מיר קוקט עס אויס ווי די צווייגן האבן זיך גערוקט פון די ווינט. בינע'ך גערעכט?
דעזיין איז מיין "האַבי". קאסטומערס זענען נאר פאר פרנסה.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:38 am

איך באמערק א קליין לעכל ביים עק פון די ליניע.

איז דאס א הייל פון א קליינע בעל חי וועלכע האט געמאכט די צייכנס איידער ער איז צוריק אריין אין זיין הייל?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:48 am

בינעך ביזי, כ'אב אויכעט קודם אזוי געטראכט, אבער עס זענען נישט געווען קיין צווייגן גענוג נידריג צו קראצן די שניי

האלבע שיך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:57 am

יש ברירה האט געשריבן:איך באמערק א קליין לעכל ביים עק פון די ליניע.

איז דאס א הייל פון א קליינע בעל חי וועלכע האט געמאכט די צייכנס איידער ער איז צוריק אריין אין זיין הייל?

זעט נישט אויס ענדערש וויא שלאנג?

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7929
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:00 am

א שלאנג איז אויך א קליינע בעל חי...

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:02 am

אויפן בילד קוקט עס טאקע אויס ווי א לעכעל, אבער למעשה איז נישט געווען דארט קיין לעכעל. עס איז מסתם א שטיין.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:07 am

יש ברירה, פאר דיר האבעך געסעיווט אנדערע שאלות... פון וועלכע חיות זענען די פיס טריט?

בילד

בילד

אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:17 pm

תגובהדורך בינע'ך ביזי » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:07 am

היימישער הייקער האט געשריבן:בינעך ביזי, כ'אב אויכעט קודם אזוי געטראכט, אבער עס זענען נישט געווען קיין צווייגן גענוג נידריג צו קראצן די שניי

אויף די ערשטע בילד זעהט מען קלאר צווייגן אויף די ערד. ניין?
דעזיין איז מיין "האַבי". קאסטומערס זענען נאר פאר פרנסה.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:10 am

גערעכט גערעכט, געדענק איך שוין נישט אזוי גוט, אבער איך געדענק אז עס האט נישט געשטימט מיטן מציאות אויפן פלאץ.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:12 am

וועל איך שוין נישט האלטן דעם עולם אזוי געשפאנט.

מיר דאכצעך אז וויבאלד עס איז געווען אביסעל ווארעם האט זיך אויפגעלאזט אייז וואס איז געווען אויף די הויכע צווייגן אין אזוי אראפגעפאלן גאנץ אויפן שניי.

די אויסלייג פון די קריצן האבן געשטימט מיט די מינע צווייגן וואס זענען געווען אויפן בוים.

אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:17 pm

תגובהדורך בינע'ך ביזי » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:15 am

און האסט געטראפן די אייז סטריפס אונטער די שניי צו קאנפירמען דיינע שפעקולאציעס?
דעזיין איז מיין "האַבי". קאסטומערס זענען נאר פאר פרנסה.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:54 am

ניין

אוועטאר
עסקן נמרץ
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 2:33 pm
לאקאציע: אין די צייטונגען, ביי שכח'ס וואס מ'גיט פאר אלע עסקנים וואס האבן געהאלפן...

תגובהדורך עסקן נמרץ » מאנטאג מארטש 11, 2019 6:29 pm

איך בין שוין איינמאל געגאנגן ממש דעם וועג געפארקט אונטן אקעקן איבער ביי די פיקניק עריע,
ממש פאר די שיפע בארג איז דא א אינטערעסאנטע הייל, אויב איך געדענק גוט.

א אנדערעס מאל האב געמאכט דעם וועג אביסל אנדערש, איך בין אריין פון די רט 6 לאנג פעט פארקינג, געגאנגן לאנג פעט ביז די שעלטער, און צוריקגעקומן פון די פייער רד.
טראכט נישט פארן דריקן די "שיק עס" קנעפל, גיב עס א דרוק!!

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:50 am

נעכטן זונטאג צו אינדערפרי האבן זיך א גרופע חברים מעמבער ארויסגעלאזט אויף א לענגערע הייק. די הייק איז געווען באזירט אויף צוויי באזונדערע פראקטיצירונגען,
1) א געווענטליכע הייק אין א נייעם וואלד וואו מען איז נישט געווען בעפאר,
2) סורווייוועל פראקטיצירונג

מען איז זיך צוזאמגעקומען 9:00 אינדערפרי ווי מען האט זיך ארויסגעלאזט צו איינע פון די הויכע בערג צווישן קרית יואל און מידעלטאון, מען האט אנגעהויבן ביי אן עלעוועישאן פון 612 און געגאנגען אזוי הויך ווי 1186, עס איז אויסגעקומען א קליימב פון 574 פיס (וואס דאס איז גאר אסאך פאר ווער עס קען זיך אויס).

קודם איז מען פשוט געגאנגען צווישן איין טרעיל אינעם צווייטן, פארשטייט זיך מיט גאר סאפיסטיקירטע מאפעס און קאמפאסעס אז מען זאל זיך ח"ו נישט פארלירן. אינמיטן דעם בארג האט מען זיך אפגעשטעלט אויף א גראדן שטח וואו מען האט קודם געבויעט א טענט מיט די מאטריאל וואס די מעמבערס האבן אין די באגאזשן וואס מען נעמט אייביג מיט ווען מען גייט ארויס הייקן, דערנאך האט מען זיך אראפגעזעצט פאר פת שחרית אין וואלד. נו וואס עסט א הייקער? טונא מיט וועדזשטעבלס? ניין! פראפעסיאנאלע הייקער ווייסן וויאזוי צו מאכן פיינע פרישע ווארעמע אייער שפייז אינמיטן אן עלנדע וואלד אן קיין רעזשאו און פארשטייט זיך אן א געז רענזש... מען האט געטראפן פארווארפן אין וואלד פון די ספעציעלע אייזנס וואס ווען מען רייבט דאס צוזאם וועט ארויסקומען א פינק פייער און דערנאך נעמט מען א דריטן אייזן וואס כאפט פון דעם פינק און מאכט דאס פאר א געהעריגן פייער צו קענען קאכן דערויף, און אזוי האבן זיך די הייקער מחי' געווען מיט די פריש געמאכטע פרישטאג אינמיטן א ליידיגן מדבר.

נאכן ערליך בענטשן האט מען אנגעהויבן מאכן דעם וועג אראפ, מען איז אנגעקומען אינדרויסן באלד פיר-א-האלב שעה נאכן אריינגיין, אנגעפילט מיט אסאך אינפארמאציע וואס וועט צוניץ קומען אין פאל פון נויט ח"ו.

בייגעלייגט איז בילדער פונעם סוקסעספולן הייק:

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:54 am

20190317_095613.jpg
20190317_095613.jpg (416.81 KiB) געזעהן 1081 מאל

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מאנטאג מארטש 18, 2019 11:56 am

20190317_100136.jpg
20190317_100136.jpg (459.42 KiB) געזעהן 1081 מאל

20190317_095626.jpg
20190317_095626.jpg (435.75 KiB) געזעהן 1081 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:04 pm

שלום עליכם מייזל! בואכם לשלום!

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:08 pm

20190317_104148.jpg
20190317_104148.jpg (355.29 KiB) געזעהן 1068 מאל

20190317_111513.jpg
20190317_111513.jpg (267.14 KiB) געזעהן 1068 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:21 pm

דאכצעך אז די פלאץ איז מיר קענטיג. איז דאס סקאנעמאנק מאונטעין?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:22 pm

אגב, די סענדוויטש מאכט מיר הינגעריג!

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מאנטאג מארטש 18, 2019 12:38 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:דאכצעך אז די פלאץ איז מיר קענטיג. איז דאס סקאנעמאנק מאונטעין?

Long path


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט