בלאט 8 פון 9

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 2:33 pm
דורך היימישער הייקער
אז עס האט זיך נישט אראפגעקוילערט פון ערגעץ אנדערש.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:21 pm
דורך maybeeynot
היימישער הייקער האט געשריבן:דרך אגב, זעהט איר די הויז דארט אויף די רעכטע זייט? טאקע יענע מיין איך. אויפן צווייטן שטאק ביי די פערטע פענסטער זיצט דארט איינער אין א צומער בשעת זיין לאנטש ברעיק, ער עסט @הבל'ס קאקאש איבערגעבויגן איבער א סקרין, קוקט א בארינג ווידיא צום דריטן מאל, רייבט זיך שוין די אויגן פאר מידיקייט, און ער מיינט אז ער ליפטערט זיך אויס...


קענט איר טרעפן דעם פראש?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 11:51 am
דורך היימישער הייקער
דעם זינטאג אין וואלד. מה רבו מעשיך.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:11 pm
דורך צוקער וואסער
ניין.

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:12 pm
דורך היימישער הייקער
אויב ביז מארגן וועט עס קייינער נישט טרעפן, וועל איך ארויסגעבן דעם סוד...

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:19 pm
דורך איש האשכולות
20190520_121754.jpg
20190520_121754.jpg (610.74 KiB) געזעהן 3538 מאל

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 12:20 pm
דורך פראהביטש
היימישער הייקער האט געשריבן:דעם זינטאג אין וואלד. מה רבו מעשיך.

דאס?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:44 pm
דורך היימישער הייקער
יא!

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:46 pm
דורך יוראפ
WOW צוויי...?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 2:52 pm
דורך היימישער הייקער
ניין, ביידע זענען די זעלבע. די צוויי תגובות זענען געשריבן געווארן אין די זעלבע צייט.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:23 am
דורך פראצעדור
אינטרעסאנטער אשכול דאס

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 10:27 am
דורך פראצעדור
אידערזייט פון פאליסעידס לעבען די האדסען ריווער דארף אויך צו זיין שיינע טרעילס
דורךגעקוקט די גאנצע אשכול און נישט געזען איינער רעדען דערפון

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:07 pm
דורך היימישער הייקער
פון דער state line lookout איז דא עקסעס דערצו. עס איז טאקע הערליך שיין.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:08 pm
דורך HelpMe
זייער א שיין פלאץ
שוין געניצט עטליכע מאל

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 5:17 pm
דורך פראצעדור
בפרט די giant stones דארט איז זייער געשמאק עס רייבט גוט אויס די ביינער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 5:23 pm
דורך היימישער הייקער
דו מיינסט giant stairs. יאפ, דאס איז איינס אין אזאנס. מען זאל נישט גיין דארטן אהן הייקינג שטיוועל וואס גייט איבער דעם קנעכל. אז נישט איז מען זייער עלול צו אויסדרייען די פיס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:28 pm
דורך נו גוט נו שוין
ווער וויל קומען אויף א שפאנציר??

א מעסעדזש פון טראמפ גראד צום היימישער הייקער!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 6:41 pm
דורך היימישער הייקער


תנו כבוד לתורא!

איידער די טראמפיסטן אטאקירן, איך בין גראדע א שטיצער פון רוב פון זיינע פאליסיס. דאס איז בלויז צום שמייכלען, איך האב נישט געמיינט חלילה גארנישט פערזענליך.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 9:07 pm
דורך בעל דמיון
היימישער הייקער האט געשריבן:

תנו כבוד לתורא!

איידער די טראמפיסטן אטאקירן, איך בין גראדע א שטיצער פון רוב פון זיינע פאליסיס. דאס איז בלויז צום שמייכלען, איך האב נישט געמיינט חלילה גארנישט פערזענליך.

איך בין זיכער אז די געשוואוירענע אנטי טראמפערס וועלן טרעפן ווי צו קריטיקירן, אבער מיר ווייסן די אמת אז זיי זענען WRONG!
און אז כ'אב שוין די שופר אין די האנט מיז מען זיך באדאנקען פאר אונזער הייקער, מיר באלעקען זיך מיט אייערע באשרייבעכצער!
קיפיראפ!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 4:06 pm
דורך היימישער הייקער
ווען מען וויל 'הייקען' מיט א בעיבי קערידזש, איז ראקלענד לעיק גאנץ א שיינעם אויסוואל. די וועג אויס זייער שיין, ברייט און אויסגעפלאסטערט, דריי מייל לאנג, אינגאנצען פלאך, עס לויפט ארום דעם לעיק און האט ביימער ביי די זייטן. זייער שיינע וויא'ס. אויך איז דא אסאך בענק אויסגעלייגט אויפן וועג.

די וועג איז אויך גוט פאר בייקערס וכדו'. האמיר באגעגענט א יונגערמאן מיט געקראזעלטע פיאות, און א יוד מיט א גרויע בארד, ראלער סקעיטן. אשרי להם. עני טיים געזונטער, ברוחניות ובגשמיות, ווי זיין איבערגעבויגן איבער וואטסעפ.

בילד


געשריבן: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:57 am
דורך טרעף צו
צוויי פונקטען:
קודם ישר כח היימישער פאר די הערליכע אשכול! אהבתי!

צווייטענס, אזוי ווי די אשכול איז געווידמעט פארן ציבור וואס גלייכט די אוו"ט דא"רס, בינעך נייגעריג צו סאיז דא פון די סארט וואס גלייכען צו גליטשען אויף די שניי הנקרא סקיאינ"ג ? (אולי איז כדי צו עפענען א היימישער סקיער אשכול, שוין דא אויף טעלעגראם עס רופט זיך חסידישע סקי קלאב דוק ותשכח)

דריטענס, ווי קאן מען איינהאדלען גוט מאפעס פון די הייקס אין די מאנסי אומגעגנט? (שוין באזוכט איטליכע פון די דערמאנטע טרעילס, אבער דער אשכול האט אויפגעוועגט דעים רצון זיך צירוק אריין לייגן דערין פא"ל פאר"ס)

געשריבן: דינסטאג ינואר 14, 2020 2:01 am
דורך פריינד
טרעף צו האט געשריבן: ווי קאן מען איינהאדלען גוט מאפעס פון די הייקס אין די מאנסי אומגעגנט? (שוין באזוכט איטליכע פון די דערמאנטע טרעילס, אבער דער אשכול האט אויפגעוועגט דעים רצון זיך צירוק אריין לייגן דערין פא"ל פאר"ס)

ביי די בוק סטאר אויפן פאלעסיידס צווישען עקזיט 16 און 17, אדער ביי קעמפמאור וואס איז אויפן ניו דשערסי 17 נארט נאכן גארדען סטעיט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:09 am
דורך היימישער הייקער
קויף נאר די מאפעס פון NYNJ Trail Conference. זיי בויען און האלטן אויף די טרעילס, און זענען די מערסטע עקורעיט. מען קען עס אויך באשטעלן פון זיי אנליין.

לעיק - מקוה

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 4:00 pm
דורך נישטאמת
היימישע הייקער,

אזוי ווי די אינצטאנצן האבן פארשפארט די מקואת, האב איך געקלערט אפשר וואלט געווען א געדאנק צו כאפן א שפאציר (הייק) אין וואלד אין כאפן א טבילה אין א לעיק. אפשר ערעינדזשטע אזא הייק?

Re: הייקער'ס קרעטשמע

געשריבן: מיטוואך מארטש 18, 2020 8:51 pm
דורך היימישער הייקער
ס'נישט פשוט. געזעצלעך איזעס אסור, און מען דארף וויסן וואסערע לעיק .אסאך קענען האבן אייגענע באקטעריע וואס איז סכנה'דיג.