הייקער'ס קרעטשמע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

צדקה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:57 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אפשר ארגעניזירן עפעס אויף חול המועד?

I'm in

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך אפריל 03, 2019 7:03 pm

עס איז מעגליך דא מער. מיר האט איינער געפרעגט פריוואט צו איך קום מיט הייקן דעם חוה"מ. ווייסעך נישט צו ער וויל מ'זאל וויסן. זאג, דו ניק דארט, איך מעג זאגן דיין נאמען? יא יא, טאקע דיר מיינעך.

אַה. ער'יז פון די בייקערס קרעטשמע...

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך אפריל 03, 2019 9:25 pm

הו הא!! אפשר טאקע גיימער מיט בייקס?
. . . . . . .

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

לכבוד חוה"מ

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:43 pm

HIKING TIPS YIDDISH1.JPG
HIKING TIPS YIDDISH1.JPG (78.14 KiB) געזעהן 2004 מאל
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:44 pm

.
צוגעלייגטע
HIKING TIPS YIDDISH2.JPG
HIKING TIPS YIDDISH2.JPG (88.41 KiB) געזעהן 2004 מאל
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:45 pm

.
צוגעלייגטע
HIKING TIPS YIDDISH3.JPG
HIKING TIPS YIDDISH3.JPG (84.48 KiB) געזעהן 2002 מאל
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:40 am

חברים פון מאנסי האט ארויפגעלייגט א גאר אינטערסאנטער שמועס אלעס ארום הייקן דעם חוה"מ אויף קומא. 114. שמעו ותחי נפשכם.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

breackneck ridge איז פארשלאסן

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:57 am

breakneck ridge איז א קורצע אבער גאר שיפע קריך ארויף מיט הערליכע פאנאראמישע סצענעס. די חסרון איז נאר אז עס איז געווענליך אנגעלייגט. יעצט האבן זיך דארט אראפגעקוילערט שטיינער אויפן וועג און מען האט צוגעמאכט די טרעיל.
צוגעלייגטע
breakneck closed.JPG
breakneck closed.JPG (101.54 KiB) געזעהן 1788 מאל
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג אפריל 29, 2019 11:00 am

די סיין ביים אריינגאנג צו דעם טרעיל

breakneck ridge sign.JPG
breakneck ridge sign.JPG (79.44 KiB) געזעהן 1784 מאל
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך מאי 01, 2019 9:13 pm

אברך האט געשריבן:טיילווייז אינספירירט פון @היימישע הייקער האב איך זיך ארויס געלאזט דעם חול המועד אויף א הייק אין הערימאן סטעיט פארק.

דא

https://scenesfromthetrail.com/2017/05/ ... tate-park/


שיין! איך האף אז דאס איז נישט דיין ערשטער הייק, עס איז נישט קיין גרינגע אינטערנעמונג פאר א פרישע הייקער. מען דארף צופיל טוישן פון איין טרעיל צו די צווייטע.

די טרעיל קוקט אויס הערליך. דעם מינע האבעך נאכניש באגעגנט, ארויף אויף מיין ליסט!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » מיטוואך מאי 01, 2019 11:45 pm

דאס איז מיין ערשטע הייק.

איך האב דאס געטראפן אויף א עפפ all trails, זיי באצייכענען דאס אלס easy, אויך האבן זיי אסאך רעוויוס וואו הייקערס געבן איבער זייער עקספיריענס אויף דעם טרעיל.

איך בין געגאנגען 2 מאל, דעם ערשטן טאג בין איך געגאנגען געשיקט, איך האב געמאכט דעם לאאפ 2.8 מייל אין א שעה מיט 20 מינוט.

דעם צווייטן טאג בין איך געגאנגען מיט א חבר, ביים לעצטן דריי ווי מען דארף טוישן פון געל צו גרין האב איך פארפאסט דעם צייכן... מיר זענען אפגעגאנגען איבער א מייל ווייטער אויפן געלן טרעיל! ביז איך האב געכאפט אז איך בין צי ווייט, חסדי השם אז דארט הויעך האט איך געהאט א סיגנאל, אויפן פריער דערמאנטן עפפ האב איך געזען ווי איך בין אויפן טרעיל און מיר האבן געמאכט דעם וועג צוריק, עס האט גענומען ארום 4 שטונדן!

עס איז געווען א פיינע חול המועד האלטן....
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 4:26 pm

סתם צו וויסן, דאס וואס ווערט באצייכענט easy מיינט אז עס איז נישט צו בערגיג און עס איז גרינג צו וואקן. עס האט נישט צוטוהן מיט ווי שווער/גרינג ע איז צו טרעפן דעם וועג.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג מאי 03, 2019 12:05 pm

נעכטן בינעך געווען אביסעל ארויס פון די מאנסי געגנט, פלוצלינג באמערק איך אויף די GPS אז עס איז דא א סטעיט פארק אין די געגנט. High Tor State Park

נו, איך וועל אויסלאזן א סטעיט פארק וויזיט?! ח"ו! איך בין אהין געלאפן און געכאפט א קורצע שפאציר. עס שטעלט זיך ארויס אז עס האט א הערליכע פיצילע שפאציר. די פראבלעם איז נאר, אז די אריינגאנג צום שפאציר איז אויכעט א פארקינג לאט פאר א שווים באסיין הארט נעבן די פארקינג לאט. יעצט איז עס געווען גענצליך ליידיג, אבער אין די זימער איז מסתמא א גרויל אהין צו גיין.

די שפאציר קען מען מאכן אין ווייניגער פון א שעה אהין אין צוריק, און די וויא (view) איז הערליך שיין! די אייגענארטיקייט פון דעם שפאציר איז אז נאך א גרינגע שפאציר פון 25 מינוט, קומט מען שוין אהן צו א הערליכע וויא וואס געוענליך נעמט עס אסאך לענגער.

דיסקלעימער: די בילדער זענען גענומען געווארן פון א בעיסיק פאון.

די סיין ביים אריינגאנג

בילד




מען פאלגט נאך דעם סיין

בילד



עס איז נישט קלאר אנגעצייכנט דעם אריינגאנג. עס איז ביים עק פון די פארקינג לאט, קעגן איבער פון ווי מען קומט אריין.

בילד



נאכן גיין א מינוט, באגעגענט מען דעם אפענעם געיט

בילד



די ערשטע פאר מינוט פון די שפאציר, גייט מען נעבן א קליינע וואסערל וואס גיבט ארויס א שיין קול פון רינעדיגע וואסער.






מען דארף אין אכט נעמען אז ווען מען גייט נעבן וואסער איז דא אסאך פליגען וכדו' דארף מען אפמאכן צו עס איז ווערט צו ליידן פון די פליגן צוליב די וואסער. איך פערזענליך טוה אמאל אזוי און אמאל אזוי.



די ערשטע חלק פון די טרעיל איז גאנץ ברייט, האט נישט קיין טרעיל מארקס און איז זייער נישט גוט מענטעינד. עס איז דא אסאך אלטע אראפגעפאלענע ביימער אויף דעם טרעיל.

בילד




אויף איין פלאץ איז געפאלן אזוי פיל סחורה אז מען קען ניטאמאל דערקענען די וועג.



דארט דארף מען וואקן צו א הינדערט פיס פאראויס צו לינקס, און דערנאך קען מען דערקענען ווי די טרעיל גייט ווייטער אויף די רעכטע זייט.



נאכן וואקן א צען מינוט, באגעגענט מען די צוויי שטעקענעס וואס טוט אנדייטן אז דא גייט די לאנג פעטה טרעיל





דא מאכט מען א רעכטס און מען גייט אויף די לאנג פעטה וואס איז אנגעצייכנט מיט א ליכטיג בלויע גרינע קאליר.






נאכן גיין נאך א פינעף מינוט אויך די לאנג פעטה, זעט מען אויף א בוים אז עס דרייט זיך דא א ווייסע טרעיל צו לינקס





די אנהייב פון די ווייסע טרעיל






נאכן גיין א פינעף מינוט, הייבט זיך אהן די הערליכע וויא'ס

בילד







דערנאך מאכט מען א בואי בשלום, און מען גייט צוריק פון ווי מען איז געקומען. אויפן וועג צוריק קומט מען נאכאמאל אהן צו די פלאץ ווי די טרעיל איז באוואקסן.


דארט האט שוין איינער געמאכט א צייכן דורך לייגן א שטיין אויף א שטיין אז מען דארף גיין רעכטס ביז מען זעט די וועג אויף די לינקע זייט.




פאקטן פון דעם הייק
פלאץ: א האלבע שעה פון מאנסי
לענג: בערך א מייל אהין אין צוריק
צייט: 40 מינוט
שוועריקייט: לייכט
מעלות: שיינע וויוס
חסרונות: אין די זימער איז דאס לכאורה איבערגעפילט מיט אלע סארטן. אפי' אינעם וואלד איז געווען אסאך שטיינער אנגעפירקלט פינקט ווי אויפן סובוועי פאר דזשוליאני... (פאר דער וואס געדענקט נאך!)
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום דינסטאג מאי 07, 2019 9:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג מאי 03, 2019 12:10 pm

דרך אגב, זעהט איר די הויז דארט אויף די רעכטע זייט? טאקע יענע מיין איך. אויפן צווייטן שטאק ביי די פערטע פענסטער זיצט דארט איינער אין א צומער בשעת זיין לאנטש ברעיק, איבערגעבויגן איבער א סקרין, קוקט א בארינג ווידיא צום דריטן מאל, רייבט זיך שוין די אויגן פאר מידיקייט, און ער מיינט אז ער ליפטערט זיך אויס...

איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » פרייטאג מאי 03, 2019 12:27 pm

ביסט פיינע נייעס!

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג מאי 03, 2019 12:31 pm

הייקער!

יישר כח פאר די געשמאקע טי או אר הייק.
דיין שפראך איז מתוק מדבש.
דיין לעצטע הוספה..!
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג מאי 03, 2019 1:52 pm

זייער אינטערסאנט איך פיל ממש ווי איך וואק מיט דיר צוזאמען.. איין זאך האב איך נאר געוואלט וויסען ווי שנעל די וואקסט אז איך זאל דיך קענען נאך לויפן...

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מוצ"ש מאי 04, 2019 10:54 pm

הר גריזים האט געשריבן:ביסט פיינע נייעס!
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג מאי 05, 2019 1:04 pm

צוקאש!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג מאי 06, 2019 3:48 pm

האסט נייעס האט געשריבן:זייער אינטערסאנט איך פיל ממש ווי איך וואק מיט דיר צוזאמען.. איין זאך האב איך נאר געוואלט וויסען ווי שנעל די וואקסט אז איך זאל דיך קענען נאך לויפן...


דרך אגב, נארמאל וואקט א מענטש דריי מייל א שעה אין גאס און צוויי מייל א שעה אין וואלד. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר דורכשניטליך און עס ווענדט זיך אין א אסאך פאקטארן.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג מאי 07, 2019 10:25 am

נאך אן אינטערסאנטן בילד פון דעם הייק. א קליינע שטיינדעלע האלט אויף זיך א ריזיגע שטיין. וויבאלד דאס איז אויפן שפיץ פון בארג, איז דאס לכאורה נאך פון תחלת הבריאה!

בילד
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג מאי 07, 2019 12:37 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:דיסקלעימער: די בילדער זענען גענומען געווארן פון א בעיסיק פאון.


זייער שיינע בילדער וועלעכע בעיסיק פאון האסטי ?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג מאי 07, 2019 12:42 pm

LG Exalt VN220V verizon 4g

איך בין אליין געווען סופרייזד ווי קלאר די בילדער זענען. אויפן פאון קוקט עס נישט אויס אזוי קלאר.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג מאי 07, 2019 1:53 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:LG Exalt VN220V verizon 4g

איך בין אליין געווען סופרייזד ווי קלאר די בילדער זענען. אויפן פאון קוקט עס נישט אויס אזוי קלאר.

איך טענה שוין לאנג אז ס'איז א סמארטפאון

נישטאמת
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג מאי 07, 2019 2:11 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:נאך אן אינטערסאנטן בילד פון דעם הייק. א קליינע שטיינדעלע האלט אויף זיך א ריזיגע שטיין. וויבאלד דאס איז אויפן שפיץ פון בארג, איז דאס לכאורה נאך פון תחלת הבריאה!

בילד


וואס האט דאס זיין אויפן שפיץ פון בארג מיט תחלת הבריאה?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, בר דעת און 21 געסט