בלאט 6 פון 9
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:47 pm
דורך היימישער הייקער
דו מיינסט אפשר אינדיען היל?
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:51 pm
דורך היימישער הייקער
לכאורה מיינסטו דאס. ניין איך בין נאכניש דארט געווען אין עס ציט מיר נישט צו שטארק... עס איז צו נאנט צום שטאט און איז ע"פ חשבון פיל מיט מענטשן. יעצט אז דו זאגסט אז עס קוקט אויס צו זיין אינטערסאנט, וועל איך אפשר גיין אמאל.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:53 pm
דורך היימישער הייקער
IH איז אינדיען היל. די געלע.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:56 pm
דורך היימישער הייקער
געריבענער סוחר האט געשריבן:און איך זוך דיר נישט סתם צי טשעלענדשען, איך וויל באמת וויסן.
נאכאמזל. איך האמעך שוין שיעור באליידיגט...
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 1:57 pm
דורך היימישער הייקער
האמיר געשמאק פארברענגט, צום ווידער זעהן.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 2:05 pm
דורך געריבענער סוחר
היימישער הייקער האט געשריבן:געריבענער סוחר האט געשריבן:און איך זוך דיר נישט סתם צי טשעלענדשען, איך וויל באמת וויסן.
נאכאמזל. איך האמעך שוין שיעור באליידיגט...
איך האב דיר טאקע נישט געוואלט ממש אינגאנצן באליידיגן, נאר שיעור..
הער זיך איין, איך פאנג אן צי קומען צום טעם, איך האף צי גיין אויף א הייק דעם זומער אי''ה, און וועל גיין רואיגער ווען איך ווייס אז סדא וואלאנטירן אויב איך פארליר זיך ח''ו.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 2:34 pm
דורך היימישער הייקער
טו א טובה און פארליר זיך נישט. די וועג זיך נישט צו פארלירן איז זייער פשוט. גיי קיינמאל נישט ווייטער ווי די קענסט 'זעהן' די וועג צוריק. אדער דורך זעהן די עק פון די וואלד, אדער דורך זעהן טרעיל מארקס. סתם גיין אויף א וועג וואס קוקט אויס מער ווייניגער אויסגעטרעטן איז א זיכערע וועג זיך צו פארלירן.
נ.ב., אויב דו ווילסט זיך דווקא יא פארלירן, ביטע טוה עס אויף א שיינע ווארימע טאג דורינג ביזנעס אוערס...
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 2:44 pm
דורך האסט נייעס
היימישער הייקער האט געשריבן:נ.ב., אויב דו ווילסט זיך דווקא יא פארלירן, ביטע טוה עס אויף א שיינע ווארימע טאג דורינג ביזנעס אוערס...
דעס איז דיין job ?
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 2:47 pm
דורך היימישער הייקער
זיך ארויסצודרייען פון ארבעטן איז נישט ממש מיין דזשאב, אבער אויב איך האב א גוטע תירוץ טוה איך עס.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 8:52 pm
דורך עסקן נמרץ
היימישער הייקער האט געשריבן:איך האב אמאל געגומען א גרינעם הייקן. יענער האט געוואלט דוקא א גרינגע הייק. האבעך געוואלט גיין אויפן בלא דיסק, מאכן א לינקס אויפן ווייסן, דערנאך אויפן אראנדזשען און צוריק אויף דזשאנסען. אזוי ווי בייגעלייגט.
איינמאל געגאנגען אויף אראנדש און גאמאכט א לינקס, מ'קומט אן דארט ממש העכר'ן טראוועי,
זייער אינטערעסאנט געווען.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 9:03 pm
דורך עסקן נמרץ
היימישער הייקער האט געשריבן:IH איז אינדיען היל. די געלע.
מיין שווערסטע קריכן הייק איז געווען ארויפגייענדיג די AT פון old rt 17 אקעגן ארדען וועלי רד.
דאכצעך מיר סהאט א עפעס א נאמען, עפעס grind.
כאפ מיר נישט ביים ווארט, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי ברעקנעק.
געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2019 9:22 pm
דורך קריפטוגרף
עסקן נמרץ האט געשריבן:היימישער הייקער האט געשריבן:IH איז אינדיען היל. די געלע.
מיין שווערסטע קריכן הייק איז געווען ארויפגייענדיג די AT פון old rt 17 אקעגן ארדען וועלי רד.
דאכצעך מיר סהאט א עפעס א נאמען, עפעס grind.
כאפ מיר נישט ביים ווארט, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי ברעקנעק.
Agony grind
געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:52 pm
דורך היימישער הייקער
דעם וועג בינעך נאכנישט געגאנגן. אבער איינע פון מיינע ערשטע הייקס איז געווען פון דעם עלק פען פארקינג לאט אויף ארדען וועלי ראוד.
איך בין געגאנגן אויפן AT די אנדערע זייט, מזרח צו, צום לעמאן סקוויזער. איך בין שוין זייט דאן אפאר מאל צוריק געקומען צו דעם פלאץ, ספעציעל ווען איך גיי אווערנייט.
די פארקינג לאט איז ווייט פון סיי וואסערע ליכטיקייטן אין מען קען דארט זעהן שטערנס הערליך שיין. אפי' איינער וואס גייט נישט הייקן לוינט זיך אהין צו גיין צו וויסן וויפיל שטערנס מען קען זעהן ווען נישט די לייטס וואס שטערן.
די הימעל קוקט אויס ווי א הערליכן טעפיך באצירט מיט הינדערטע דיימאנטן. עס איז הערליך!
איינע פון די שייינע זאכן וואס מיר האבן פארלוירן אין אינזער פארגעשריטענע וועלט.
געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 3:03 pm
דורך היימישער הייקער
ב"ה, מען האלט שוין ביי א שיינע קבוצה הייקערס!
@מייזל
@עין טובה
@נו גוט נו שוין
@עסקן נמרץ
@קריפטוגרף
@רעסטאראנט
ווער ווייסט וויפיל נאך רופן זיך נישט אהן
געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 10:54 pm
דורך עסקן נמרץ
יא! לעמען סקוויזער איז זייער אינטעריסאנט,
אביסל פארדעם איז דא א שטח נישט אזוי געדעכט מיט א לעיק אינדערזייט, און די סטריעם וואס לויפט צום לעיק, א רואיגקייט נעמט מיר ארום נאר טראכטנדיג פונעם פלאץ.
לעמאן סקוויזער
געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 5:23 pm
דורך היימישער הייקער
דאס איז א בילד פון אויבן. מען גייט דורך די שפאלט וואס מען זעט אנגעצייכנט מיטן עראו.
דעם קוק ווינקעל פון די בילד מאכט עס אויסקוקן שמאלער ווי עס איז עכט, אבער עס איז שמאל גענוג.
געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:31 pm
דורך Gevald Geshrigen
עולם השקר האט געשריבן:היימישער הייקער האט געשריבן:רעסטאראנט האט געשריבן:וואס איז די באשעפעניש ? געזען געווארן אין מאנסי אומגעגענט די לעצטע צייט
זיי זאגן עס איז א קאיאטי
דאס בילד איז פון נעכטן נאכמיטאג
יא! לויטן סייז קוקט עס אויס ווי א קיאטי. אויך קוקט אויס ווי די וויידעל איז שווארץ ביים שפיץ וואס איז אויך א סימן פון א קיאטי.
איז דאס א סכנה'דיגע חיה ? ביי מיר זעט עס אויס ווי א וואלף
עס האט דעם ׳׳שניט׳׳ פון א וואלף אבער היפש קלענער.
א קעצל, א קליין הינטל וכדומה קען זיין אן אישו אויב כאפט ער זיך אריין אינעם בעקיארד
געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:40 pm
דורך Gevald Geshrigen
היימישער הייקער האט געשריבן:ב"ה, מען האלט שוין ביי א שיינע קבוצה הייקערס!
@מייזל
@עין טובה
@נו גוט נו שוין
@עסקן נמרץ
@קריפטוגרף
@רעסטאראנט
ווער ווייסט וויפיל נאך רופן זיך נישט אהן
איך אליינס ענדזשוי א גוטן שפאציר אין וואלד אבער איך בין נישט קיין אקטיווער ׳׳הייקער׳׳
אין קאנטרי האב איך שוין עטליכע מאל גענומען מיינע קינדער אין וואלנאט מאונטען (סוואן לעיק/ליבערטי) און אויך אין ביער מאונטען עס איז נישט דומה צו די טרעילס אבער פארט א שיינער שפאציר פאר א גוטע שעה
ווען איך האב גענומען מיינע חברה דעם ערשטן מאל בין איך געווען זיכער אז יעדע מינוט וועט איינער אנדערש קוועטשן אז די פיס טוט וויי און אז מען איז מיד אבער דערווייל א נעכטיגן טאג.
קינדער ענדזשויען עס אויך א געוואלד.
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 2:17 pm
דורך ראפאט קראמפלי
איך וויל זיך זייער באדאנקען פאר הרב הייקער, איך האב געלייענט דיינע תגובות אין די 2-3 אשכולות אין וואו דו שרייבסט, איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות,
ס'איז אינטערעסאנט און שיין אראפגעשריבן,
און אין איינוועגס וויל איך דיר געבן נאך א קאמפלימענט,
די נאטור פון געוויסע מענטשן איז ווען איינער איז א מומחה אין א נושא און שרייבט דערוועגן וועט אים עס טיילמאל נישט אזוי שמעקן ווען אנדערע קומען אויך אריין שרייבן, ס'קען געבן די פילינג אז מ'נעמט אוועק אים אוועק די מייק, אנדערע מאל וועט מען אפילו פראבירן אפצופרעגן וואס א צווייטער שרייבט אויף צו ווייזן אז איך ווייס בעסער..
אבל לא כן הוא הרב הייקער, איך האב נישט געזען ער זאל איינעם פראבירן אוועקצומאכן,
אדרבה, פארברענגט דא מיט א געשמאק!
קיפ איט אפ!!
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 2:38 pm
דורך היימישער הייקער
שכח פאר די קאמפלימענט!
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 4:18 pm
דורך היימישער הייקער
צען יאר צוריק, ווען איך האב אנגעפאנגן צו הייקן, פלעג איך זיין א יחיד. ב"ה אז דאס ווערט מער און מער.
איך שטופ יעדעם איינעם וואס טראכט דערפון, זאל נעמען א וואנדער שטעקן און כאפן א שפאציר.
פארברענגן צייט אין וואלד בארואיגט מער ווי סיי וואסערע מעדעצין אדער טערעפי. עס העלפט 'ריסעטן' די מח.
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 4:25 pm
דורך היימישער הייקער
איין זאך בעט איך ברחמים וברצון לאזט נישט איבער קיין שמוץ אין וואלד! איך קום אין וואלד צו זעהן נאטור, נישט וואס דו האסט געגעסן לעצט...
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:28 pm
דורך עין טובה
היימישער הייקער האט געשריבן:ב"ה, מען האלט שוין ביי א שיינע קבוצה הייקערס!
@עין טובה
ווען גיימיר....?
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:40 pm
דורך נו גוט נו שוין
אפשר ארגעניזירן עפעס אויף חול המועד?
געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:57 pm
דורך צדקה
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אפשר ארגעניזירן עפעס אויף חול המועד?
I'm in