הייקער'ס קרעטשמע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

היימישער הייקער האט געשריבן:המשך

אביסעל ווייטער אויפן טרעיל האבעך באגעגנט א סווימינג פון וואס די זעלבע גביר האט זיך געלאזט בויען
swimming pool.JPG

זעט אויס אז די שווארצע לויפן נאך די גבירים ביז אין וואלד אריין צו אנצופירקלען זייערע זאכן...

נאך אביסעל ווייטער איז דא די פאלאץ אליין. עז איז אמאל געווען א מעכטיגע פאלאץ מיט א גאראדזש פאר אפאר קארס, א הויף מיט העליכע וויוס, וכו' וכו'. עס שרייט ארויס דעם פסוק 'ביום ההוא אבדו עשתונותיו'. עס איז מער ווייניגער גארנישט געבליבן דערפון אויסער די שטיינערנע ווענט. מען קען דערקענען אז עס איז געווען דארט א מעכטיגע שריפה.
Castle.JPG

עס איז געווען אינטערסאנט צו באמערקן גאנץ פארגעשריטענע פלאמבינג אינעווייניג
plumbing.JPG

אויך קען מען באמערקן אויף דעם בילד ווי אזוי עס וואקסן שוין גאנץ דיקע ביימער אויפן פלאץ ווי עס איז אמאל געווען א הויז.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די רויטע טרעיל איז א חלק פון די לענגערע cannonball trail וואס די אמעריקאנע ארמיי האט געניצט צו ליפערען מיליטערישע געצייג טיף אין וואלד דורכאויס די מלחמה פאר זעלבסטשטענדיקייט.

צום שליס, דאס זענען די פאקטן פון די הייק:
    פלאץ: 20 מינוט פון מאנסי
    צייט: בערך א גוטע שעה וואקן
    שוועריקייט: פארהעלסמעסיג לייכט
    מעלות: שיינע וויוס מיט אפאר אינטערסאנטע זאכן אויפן וועג צו באטראכטן
    חסרונות: עס קוקט אויס צו זיין מער א פולע פלאץ. די פארקינג לאט איז געווען איבערגעפילט

מאי פשט פון דעי הויז? ס'קוקט אויס ווי מ'האט עס געבויט אין די לעצטע 50-60 יאר. און דאס איז שוין פארלאזט אזא שיינע 30 יאר. איינער האט עס געבויט און אריינגעלייגט אזויפול געלד און 20-30 יאר דעראויף עס געלאזט אויף הפקר?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

עין טובה האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך גיי אפט שפאצירן, קיינמאל נישט אנגעקומען די געגנט... געווענליך נוץ איך די 118-119 מאפעס.
גיימיר מעיין זיין אביסל אין די מאפע..

מה זאת מאפע 118-119?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מענעמיין loop ח"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דעם מיטוואך האמיר געהאט אביסעל צייט, האמיר געזוכט צו גיין אויף א גרינגערע הייק פאר בערך דריי שעה. איך האב א בוך וואס באשרייבט לאקאלע הייקס, האבן זיי מציע געווען די פאלגענדע הייק.

בילד

פארקן ביי silver mine ski area. אראפגיין די 'מענאמיין' טרעיל וואס האט געלע טרעל בלעיזעס, (דאס איז א גוי'שע לעצטע נאמען. אסאך טרעילס הייסן נאך די מענטש וואס האט עס געמאכט,) דערנאך מאכן א רעכטס אויף די nawahunta fire road (ווארשיינליך פלעגן די פייער לעשער נעמען וואסער פונעם nawahunta lake דורך דעם ראוד), א לינקס אויף די long path וואס האט לייט בלא טרעיל בלעיזעס, א לינקס צוריק אויף די מענאמיין, אין צוריק צום פארקינג לאט. די בוך זאגט אז די הייק איז א לייכטע הייק.

אינז האמער זיך ארויסגעלאזט בערך 12:30 ווען עס איז געווען בערך דרייסיג דעגרי מיט א שיינע זין. די הייק איז געווען הערליך, די ליפט איז געווען 'קריספ' און אהן קיין ווינט, די שיינע שניי האט געמאכט עפעס אזא מין פרישקייט, אזש עס איז געווען א מחי'.

בילד

אפט האט די שניי אראפגעבויגן די זייטיגע ביימער ארייין אין די טרעיל, האט מען געדארפט אדער געבן א גוטן זעץ מיטן שטעקן אויפן ביימעל אז די שניי זאל אראפפאלן און די בוים זאל זיך צוריק אויפהייבן, אדער האט מען זיך סתם דורך געשטיפט.

בילד

אנפאנג וועג, נאך פאר די מענעמיין גייט אריבער די סעווען לעיקס גאס, האמיר באגעגנט די באגרעבעניש פלאץ פון איינער LEWIS מיט זיינע צוויי ווייבער. די שטח פון די הייק האט געהערט פאר אים. די פלאץ ווי עס איז יעצט דא די 'נאוואהונטא' לעיק איז געווען זיין פארעם.

בילד


אהה! די פרישקייט

בילד

בערך א 750 פיס אריין אינעם נאוואהונטע פייער (וואד'ס) ראוד, קען מען זעהן די איבערבלייבעניש פון א מינע

בילד

די זעלבע Lewis האט פרובירט זיין מזל מיטן ארויסגראבן אייזן פון דער ערד. עס קוקט נישט אויס ווי ער האט צופיל מצליח געווען, סיי ווייל די עפענונג איז גאנץ קליין, און סיי ווייל עס איז כמעט נישטא צו געפונען קיין זכר אויף די אינטערנעט ארכיווען פון די מינע. עס זענען דא פילע אנדערע מינעס אינעם הערימען סטעיט פארק וואס האבן יא מצליך געווען.

המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 5:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מענעמיין loop ח"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די וועג קוקט טאקע אויס שיין באדעקט מיט שניי


בילד

אבער אינטער דעם איז דא א פיינע שיכט פון אייז.

בילד

אוי האט מען זיך געקענט אויסגליטשן!

פארדעם האט מען געדארפט ספייקס אויף די שיך!

בילד
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 5:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מענעמיין loop ח"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פון דארט האמיר געמאכט א לינקס אויפן לאנג פעטה.

בילד
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דארט האט מען שוין יא געזען די פרישע פיס טריט פון אפאר כינעזער וואס האבן דארט געוואקט נישט צו לאנג צוריק?

פון ווי ווייס איך אז זיי זענען געווען כינעזער ווילסטו וויסן?


געב א קוק וואס זיי האבן אראפגעווארפן!





בילד


אזא חילול השם!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

הייקער די ביזט גוט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

היימישער הייקער האט געשריבן:דארט האט מען שוין יא געזען די פרישע פיס טריט פון אפאר כינעזער וואס האבן דארט געוואקט נישט צו לאנג צוריק?

אזא חילול השם!


;l;p- :lol: :oops:
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

wow! דו האסט זייער א געשמאקע פעדער! זיי ממשיך.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נעקסט טיים נעם מיך מיט
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

די ביזט גוט!!!
נו גוט נו שוין האט געשריבן:נעקסט טיים נעם מיך מיט

גא"מ נאר אויב עס איז נישט אזוי קאלט...
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מענעמיין loop ח"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אויך, וויבאלד עס איז געווען א שיינעם זין, האט זיך אסאך שניי צעלאזט. פארשידענע פלעצער אויפן טרעיל איז דורך געגאנגן א שטראם וואסער. איך האב ב"ה וואסער פרוף הייקינג בוטס, מיין שותף איז נישט געווען אזוי מזל'דיג. איך האב אים געדארפט העלפן איבערטאנצן די וואסער...


בילד

נאך עטליכע בילדער פונעם הערליכן דערפרישינדע הייק.

בילד

בילד


בשעת'ן גיין אויפן long path טרעיל האט זיך די וועטער צוביסלעך פארערגערט, די זין איז געווארן פארשטעלט מיט וואלקענעס, א לייכטע שניי האט אנגעפאנגן פאלן, א ווינטעל האט זיך צוביסלעך צובלאזן און פון מינוט צו מינוט איז עס געווארן ערגער אין ערגער.

נאך דערצו, זעמיר יעצט געווען נענטער צום שפיץ בארג. אפילו אין נארמאלע אומשטענדן שפירט זיך די שפיץ בארג ווי א שיינע 15-30 דעגרי קעלטער. יעצט האבן די פרעסט אנגעפאנגן צו ציפן.

איך האב מחליט געווען צו פראבירן צו נעמען די וואדס ראוד אלס א שארט קאט צוריק צום מענעמיין טרעיל. איך האב עס אבער נישט געקענט טרעפן. עס איז זייער מעגליך אז מיט אביסעל מער נישטערן וואלט איך עס געטראפן, אבער די קעלט האט מיך נישט געמאכט אין די גיסטע דערפון.

בלית ברירה האב איך מיך געשלעפט ווייטער צום שפיץ. ממש בערך א טויזענט פיס פארן שפיץ, האב איך מיר דערזען מיט א גאר שיפע, שטיינערנע, הונדערט-פיסיגע קריך ארויף. בעסער געזאגט, נישט שיף, נאר כמעט גראד ארויף.

מיט מיין פארפרוירענע פינגערס האב איך ארויסגעשלעפט מיין קעמרע צו כאפן א פיקטשער דערפון, אבער עס איז געווען צו קאלט פאר די קעמרע צו ארבעטן! חבל על דעבדין...
צו גיין צוריק איז נישט געווען קיין אפציע. האב איך ארויפגעקראכן דעם בארג.

יעצט האט שוין די ווינט, קעלט, און שניי געבלאזן אזוי שטארק, אז איך האב שוין נישט געפילט די שפיצן פון מיינע פינגערס.

ב"ה אז נישט צו לאנג דערנאך בין איך אנגעקומען צום שעלטער.

די שעלטער איז די stock bridge shelter

אזוי ווי געזאגט, האט מיין קעמרע נישט געארבעט. דא האט איר צוויי פיקטשערס פון די שעלטער אין בעסערע אומשטענדן

בילד

בילד

עס איז געווען הפלא ופלא צו זען וויפיל די ווינט און שניי מאכט אויס. ווי נאר איך בין אריין אין שעלטער האט זיך געפילט ווי דרייסיג דעגרי ווארימער. די דריי ווענט פונעם שעלטער האבן אפגעשטעלט די ווינט און איך האב מיך געקענט בארואהיגען און זיך צאמקלויבן.

נאך אפאר מינוט זיך אפרוען, האב איך מיך ארויסגעלאזט צוריק אויפן וועג. גייענדיג ווייטער איז געווען אן ענליכע גאר שיפע קריך ווי אויפן וועג ארויף, נאר דאס מאל איז עס געווען אויף אראפ.

נאך דעם איז שוין די וועג נאכאמאל געווארן גאר געשמאק. די שניי האט זיך אויפגעהערט, די ווינט האצעך בארוהאיגט, און די זין האצעך צוריק באוויזן. נאך בערך א שעה שפאצירן בינעך געווען צוריק ביים פארקינג לאט.


    פאקטן פון דעם loop
    פלאץ: א גוטע האלבע שעה פון מאנסי
    לענג: 5.2 מייל
    צייט: 3 שעה אינטער נארמאלע אומשטענדן. יעצט אין די שניי האט עס געדוירט פיר און אהאלב שעה.
    שוועריקייט: גאנץ לייכט, אבער אפאר פלעצער איז עס גאנץ שווער פאר א קורצע צייט
    מעלות: שיינע וויוס
    חסרונות: אין די זומער איז די פארקינג לאט איבערגעפילט מיט כל צרי וכל זב און עס איז דא א קליינע parking fee איינמאל מען שפאציר אריין אין וואלד, איז עס נישט צו פארנומען.
    אויך איז דא א פיינעם אפיציעלן בארג צו סלעדן נאנט צום פארקינג לאט. דאס איז אמאל געווען א סקי פלאץ.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ומכאן הקריאה יוצא, בינעך די איינציגסטע הייקער אויפן וועלטעל? איך ווער שוין אביסעל הייזעריק...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נע נע נאר נישט היישעריק, ס'איז גאר אינטערסאנט כ'פיל מיך ממש דארט
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

nmi האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך גיי אפט שפאצירן, קיינמאל נישט אנגעקומען די געגנט... געווענליך נוץ איך די 118-119 מאפעס.
גיימיר מעיין זיין אביסל אין די מאפע..

מה זאת מאפע 118-119?


די ארגענעזאציע וואס מאכט און מענטעינד די טרעילס הייסט new York new jersey trail conference. זיי געבן ארויס מעפס און דאס זענען די נאמבערס פון די מעפס.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

היימישער הייקער האט געשריבן:ומכאן הקריאה יוצא, בינעך די איינציגסטע הייקער אויפן וועלטעל? איך ווער שוין אביסעל הייזעריק...


בכלל נישט... כפלאץ פאר קנאה... כ'האב עס נאר כמעט נישט אויסגעפירט למעשה

אין גאנזאגא ביסטע שוין אמאל געווען??
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

היימישער הייקער האט געשריבן:ומכאן הקריאה יוצא, בינעך די איינציגסטע הייקער אויפן וועלטעל? איך ווער שוין אביסעל הייזעריק...

נע. אוודה נישט די איינציגסטער. מיר ווארטן מיט דארשט.

פארוואס קויפסטו זיך נישט א היטעד דזשעקעט מיט הענטשעך? אז דו זעהסט אינמיטן א הייק אז ס'פאנגט אן צו ווערן קאלט צינד אן דעם דזשעקעט און טוה דיר אן די הענטשעך און פטור אן עסק
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

היימישער הייקער האט געשריבן:ומכאן הקריאה יוצא, בינעך די איינציגסטע הייקער אויפן וועלטעל? איך ווער שוין אביסעל הייזעריק...

וואס איז געשעהן? דו גייסט שוין נישט הייקן אדער דו רעפארטסט עס שוין נישט אויפן וועלטן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך גיי נאך הייקן, אבער דא האב איך געוואלט הערן פון נאך הייקערס אויכעט. איז מיר נישט געלונגן. די COMMSAR אשכול איז מיר מער אינטערסאנט צו שרייבן. אבער דא האף איך אויכעט צו שרייבן פון צייט צו צייט אי"ה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נו אז ס'איז נישטא דא נאך הייקערס, קענט איר דארך נעמען די גאנצער קרעדיט פאר אייך, אייער שריפט איז עפעס מורא'דיג
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אינטערסאנטע אשכול דאס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
וזרח השמש
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש/יאהאנעסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וזרח השמש »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אינטערסאנטע אשכול דאס!


גא"מ! קיפ'איט'אפ!..
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

וזרח השמש האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אינטערסאנטע אשכול דאס!


גא"מ! קיפ'איט'אפ!..

אינעם אנדערן אשכול אויך. כ'וויל נאר נישט פירקלען סתם אזוי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ביידע אשכולות זענען גאר אינטערעסאנט. אבער צווישן די צוויי גלייך איך בעסער דיזע.

גיי אן!
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

מ'קען זיך איינשרייבן צו מיט קומען אויף א טרעיל?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”