הייקער'ס קרעטשמע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

הייקער'ס קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שלום עליכם אנ"ש. אויב ווען דיין אשת חיל זאגט דיר 'גאו טעיק עי הייק', נעמסטו דעם וואנדער שטעקן און שפאצירסט אריין אין וואלד, איז דא דיין פלאץ. לאמיר זיך צענויפרעדן!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

א בילד פון א בער מיט זיין בעיבי געכאפט אין וואלד.
bear and cub.JPG
bear and cub.JPG (66.18 KiB) געזען 7478 מאל
.
דא איז די בעיבי אליין. נישט זיס?
בונ.JPG
בונ.JPG (22.01 KiB) געזען 7478 מאל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אי"ה מארגן עמיר דערציילען איבער אן אינטערסאנטער הייק.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דרך אגב, די בילד פונעם אוועטאר איז פונעם זעלבן שפאציר אין הערימען סטעיט פארק. דאס איז פון די מאמע. זי איז בכלל נישט געווען אנטציקט פון מיינע בילדער מאכן...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

wow! דו האסט קוראזש, אינטערעסאנט.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

הייקער טייל מיט מיט אונז דיינע עקספיריענסעס ס'שמעקט אינטרעסאנט.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

היימישער הייקער האט געשריבן:אי"ה מארגן עמיר דערציילען איבער אן אינטערסאנטער הייק.

מיר ווארטן מיט שפאנונג!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

בעטעך איבער. בינעך געווען ביזי מיט נארישע זאכן ווי ארבעט וכדו'. כ'אף זינטאג איה.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

מחשב האט געשריבן:wow! דו האסט קוראזש, אינטערעסאנט.


די ווארט איז נישט קוראזש, מען דארף פשוט וויסן ווי אזוי צו האנדלן מיט נאטור. שווארצע בערן זענען בכלל נישט אזוי שרעקעדיג. זייער עיקר עסן איז קליינע בעריס וכדו'.
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

ווען איז מארגן? אפשר די מארגן פון היינט???
די ביזט גוט!!!
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

א קורצע געשמאקע הייק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פארגאנגענעם ניי יאר האבעך געהאט אפאר שעה צו גיין אויף א הייק. אזוי ווי איך בין געגאנגען מיטן ב"ב, האט עס נישט געקענט זיין צו א שווערע הייק. אויך האב איך געזוכט א הייק וואס וועט האבן שיינע וויוס (views). געווענליך זענען די צוויי זאכן א סתירה, ווייל צו אנקומען צו א שיינע וויו, דארף מען דאך ארויף קריכן צו א הויכע פלאץ. אבער ב"ה יגעת ומצאת תאמין. איך האב געטראפן די הייק אין Ramapo Mountain State Forrest וואס איז בערך א צוואנציג מינוט פון מאנסי.דאס איז די מאפע פון די געגנט
Capture.JPG
Capture.JPG (79.42 KiB) געזען 7245 מאל

מען פארט אויפן 287 סאוט ביז עקזיט 57. מען קומט אהן אויף skyline drive. גלייך איז דא א פארקינג לאט אויף די לינקע זייט. מען פארט ווייטער גייט די ראוד זייער שטארק בארג ארויף אין נאך דעם איז דא נאך א פארקינג לאט אויף די לינקע זייט. אט איז די וועג וואס איך האב גענומען.
Capture2.JPG
Capture2.JPG (86.46 KiB) געזען 7245 מאל

איך האב אנגעפאנגן אויף די רויטע און ווייסע טרעיל. דאס טרעפט זיך בערך אינמיטן פונעם פארקינג לאט. צום סוף פונעם פארקינג לאט איז עיקר אריינגאנג, אבער דאס איז די געלע טרעיל. דארט איז געווען אביסעל מאראסטיק, אבער דאס איז געווען נאך אפאר טעג שווערע רעגן. נאכן ענדיגן די רויטע און ווייסע טרעיל האבעך געמאכט א רעכטס אויפן רויטן אין א לינקס אויפן ווייסן. ווען איך בין אנגעקומען צום ערשטן שטערן אויפן מאפע, האט מיין הארץ פארפעלט א קלאפ. א הערליכער פאנעראמע האט זיך אנפלעקט, עפעס מורא'דיג. מען האט געקענט זען די Wonoque Reservoir מיט די בערג ארום. זייער שיין. אזוי איז אויך געווען ביי די אנדערע שטערנס.
Capture3.JPG
Capture3.JPG (45.53 KiB) געזען 7245 מאל

פון דארט בינעך ווייטער געגאנגען, האבעך באגעגענט אזא שטיינערעם טורעם. ווי עס ווייזט אויס האט זיך איינער געבויט דא א פאלאץ, אין דעם טורעם האט געזאלט זיין צו האלטן די וואסער. המשך יבוא...
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דאס איז די בילד פונעם וואסער טורעם
water tower.JPG
water tower.JPG (27.28 KiB) געזען 7245 מאל
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

קוקט אויס זייער אינטערסאנט...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אינטערעסאנט, איך גיי אפט שפאצירן, קיינמאל נישט אנגעקומען די געגנט... געווענליך נוץ איך די 118-119 מאפעס.
גיימיר מעיין זיין אביסל אין די מאפע..
...
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

סעים היר. אבער אזוי ווי געזאגט, די מעלה פון די הייק איז אז מען גייט די בארג ארויף מיט די קאר.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

נישט נאר דאס, עס איז מיר געווען א חידוש אז עס איז דא א הייוועי צען מינוט פון מיין הויז וואס איך בין קיינמאל נישט געפארן דערויף! 287
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

287 south
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

האסט נייעס האט געשריבן:קוקט אויס זייער אינטערסאנט...
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

א קורצע געשמאקע הייק - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

המשך

אביסעל ווייטער אויפן טרעיל האבעך באגעגנט א סווימינג פון וואס די זעלבע גביר האט זיך געלאזט בויען
swimming pool.JPG
swimming pool.JPG (29.75 KiB) געזען 7091 מאל

זעט אויס אז די שווארצע לויפן נאך די גבירים ביז אין וואלד אריין צו אנצופירקלען זייערע זאכן...

נאך אביסעל ווייטער איז דא די פאלאץ אליין. עז איז אמאל געווען א מעכטיגע פאלאץ מיט א גאראדזש פאר אפאר קארס, א הויף מיט העליכע וויוס, וכו' וכו'. עס שרייט ארויס דעם פסוק 'ביום ההוא אבדו עשתונותיו'. עס איז מער ווייניגער גארנישט געבליבן דערפון אויסער די שטיינערנע ווענט. מען קען דערקענען אז עס איז געווען דארט א מעכטיגע שריפה.
Castle.JPG
Castle.JPG (30.37 KiB) געזען 7091 מאל

עס איז געווען אינטערסאנט צו באמערקן גאנץ פארגעשריטענע פלאמבינג אינעווייניג
plumbing.JPG
plumbing.JPG (36.17 KiB) געזען 7091 מאל

אויך קען מען באמערקן אויף דעם בילד ווי אזוי עס וואקסן שוין גאנץ דיקע ביימער אויפן פלאץ ווי עס איז אמאל געווען א הויז.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די רויטע טרעיל איז א חלק פון די לענגערע cannonball trail וואס די אמעריקאנע ארמיי האט געניצט צו ליפערען מיליטערישע געצייג טיף אין וואלד דורכאויס די מלחמה פאר זעלבסטשטענדיקייט.

צום שליס, דאס זענען די פאקטן פון די הייק:
    פלאץ: 20 מינוט פון מאנסי
    צייט: בערך א גוטע שעה וואקן
    שוועריקייט: פארהעלסמעסיג לייכט
    מעלות: שיינע וויוס מיט אפאר אינטערסאנטע זאכן אויפן וועג צו באטראכטן
    חסרונות: עס קוקט אויס צו זיין מער א פולע פלאץ. די פארקינג לאט איז געווען איבערגעפילט
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זייער שיין! יישר כח!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אינטרעסאנטע ידיעות!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

מחשב האט געשריבן:זייער שיין! יישר כח!
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

מערצע שם וועט מען מארגן נעמען א הייק'ל. וועט מסתמא זיין דא באשריבן אנהייב קומענדיגע וואך
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

היימישער הייקער האט געשריבן:מערצע שם וועט מען מארגן נעמען א הייק'ל. וועט מסתמא זיין דא באשריבן אנהייב קומענדיגע וואך

ווי אזוי גייסטו אין דע קעלט?
איך ווייס נישט וואס
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

היימישער הייקער האט געשריבן:מערצע שם וועט מען מארגן נעמען א הייק'ל. וועט מסתמא זיין דא באשריבן אנהייב קומענדיגע וואך

בינעך אריינגעקומען צום הייקער אין קרעטשמע צו זען אויב איז דא עפעס פרישע נייעס, בינעך כמעט דערשראקן געווארן אז עס איז נישטא קיין נייעס, למעשה האמיר זיך אביסל בארואיגט מיט די ברעיקינג ניעס אז..... נעקסטע וואך וועט זיין נייעס...
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”