א ניטל ערפארונג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

א ניטל ערפארונג

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג ינואר 06, 2019 10:10 pm

אז ס'דאך ניטל, איז דאך ניטל. איין מאל א יאר האט יאשקע געזיגט, ווען מ'מוזמיר אויפגעבן די ביינאכט חברותא, און זיך לייגן אין בעט מיט א הונגעריגער מח.

איין זאך ווייס איך אבער, מיין איישעסכייעל טאר חס מלהסקיר נישט געוואר ווערן אז היינט איז ניטל נאכט, ווייל אז יא וועליך טראגן אזא פנים ווי פאראיאר ניטל, און דאס וויל איך שוין נישט.

וואספארא פנים האסטע געטראגן שמעלקא'ניו, הא?

פרעגט בעסער נישט... איך האב דערציילט אין שטוב אז "מארגן קום איך אהיים פריער מיט צוויי שעה, מארגן לערנט מען נישט".

"וואס מיינט דאס מארגן לערנט מען נישט?" הייבט זיך אן די מוסר שמועס. "אזוי גייט עס? פאר דעם דארף איך מיר צופליקן מיטן געזינדל, אז דו זאלסט מיר אפמאכן אז מארגן לערנט מען נישט? און וואס וועט מיין מאמע זאגן אז זי וועט הערן דו האסט אויפגעגעבן די חברותא? און די באבע האפקאוויטש, זי וועט דאך ממש קריעה רייסן! איך וועל מיר שעמען צו באווייזן מיין געזיכט אויפן גאס, און דאס וועט ברענגען צו דערפרעסיע, וואס דאס וועט ברענגען צו באהאנדלונגען, וואס וועט אונז אויסזעקלען פון געלט, און דאן וועסטו טאקע נישט קענען זיין נארמאל, איך בעט דיר ברחמים - גיי 'יא' לערנען מארגן נאכט!"...

"מרת זאפטיגער, געזונט זאלסטו מיר זיין מיט דיין שנעל-פליענדע מח-שטורעמדע קעפעלע, אבער עס איז נישטא פון וואס צו רעדן, איך וועל מארגן מיט מיין נאכט חברותא נישט גיין לערנען!".

כ'באמערק שוין ווי ס'טאשנטיכל הייבט זיך ארויס ארויסצוגליטשן... די אויגן פינקלען, אבער פארפאלן. א גוטע זאך קומט אן שווער, איך וועל מוזן אראפשטעלן א פיס און ווייזן ווער ס'איז באלעבאס!

נאכן זען אז אט אט לאזט זיך אראפ א זאלצענע רעגנשטורעם, האב איך ענדליך ארויסגעגעבן דעם סוד: "מארגן איז ניטל, מ'טאר נישט לערנען".

"אויב אזוי, אידאך אנאנדערע מעשה! הערזשע אויס, איך האב א ליסטע מיט זאכן וואס ווארטן שוין חדדדדדדדדשים לאנג צו ערלעדיגט ווערן, יעצט אז דו וועסט נישט לערנען, קענסטע דאך בעיביסיטן אין שטוב, און איך וועל קענען ארויסגיין פאר אזא פיר-פינף-זעקס-זיבן-אכט-פופצן-אכצן שעה"...

"גראדע ביינונז אין סאטמאר" האב איך באשלאסן צו גיין ווייטער מיט די ווערטלעך , "האט מען נישט צו שטארק מקפיד געווען דערויף. גמרא לערנט מען טאקע נישט, אבער עס איז א גרויסע ענין צו לערנען אום ניטל די הייליגע ספר כצפוחית בדבש, דאס איז געמאכט געווארן דורך דער גרויסער גריידיצער פון האדאנאנאשפישפעקלעדיין, און דאס איז א סגולה קעגן קאקארוטשעס"...

"דריי מיר נישט קיין קאפ, העסט שיייייייינערהייט בעביסיטן".

גוט, אז מ'הייסט בעביסיטן, העט מען בעביסיטן, ווער האט מיר געבעטן צו פארציילן איבער ניטל?

די ניטל האט זיך אנגעהויבן, און וואס זאל איך אייך זאגן? חז"ל האבן געוויסט וועלכע נאכט אויסצוקלויבן פאר ניטל, אזא מיט כמורענע נאכט, הוי גאטעניו מיינער!

די טיר ווערט פארקנאקט אונטער מאמי, און באלד האצעך אנגעהויבן ישמחו, אלע שלאפענדע קינדער זענען ארויסגעוואקסן פון די בעטן, ווי גלייך זיי האבן יעצט געענדיגט א פערצן שטונדנדיגן דרימעלע...

"טאטי דארף! טאטי דארף! טאטי דארף!". האצעך אנגעהויבן א גאנצע קינדער כאאר, וואס איז געווען די 'יונגערליך' בשעתו...

"נישטא גארנישט" האבעך אויסגערופן. כ'האב מיך אנגעגרייט א שטויס מיט נפשי'ס וואס כ'בין קיינמאל נישט אנגעקומען צו לייענען ווייל כ'בין דאך ביזי, און אט אזא מאנסע! "יעדער איינער גייט שיין צוריק שלאפן, שששששששששששששששששש"....

אבער זעט אויס אז צום דופן עקומה האב איך ווען ענדערש געזאלט הערן, ווייל ער וואלט כאטש נישט געענפערט חוצפה'דיג... "אבער טאאאאטי"... איינס צוויי האבן זיי זיך מיר ארויסגעשליכט פון די בעטן, ביז א מינוט האט שוין ברוך'ל געשלעפט שיך באקסעס, גיטעלע האט געעפנט א יאגורט, און אברהם חיימ'ל האט געפאטשקעט אין דעם וואסער-שטוהל מיט א שמחה רבה.

אוי באשעפער. באלד האט זיך אנגעהויבן א דור הפלגה, פון אלע זייטן זענען געפלויגן שפילצייגן, איך האב געזאגט "אפלאזן", און זיי האבן "געטראסקעט". איך האב געזאגט "גיין שיין שלאפן", און זיי האבן געהאפקעט אויפן מאטראץ, איך האב געהייסן "שטיל זאל זיין", און די קולות האבן דערגרייכט עד לב השמים.

אפאר מינוט שפעטער באקום איך א היסטערישע רוף פון די שוויגער: "שמעלקא! אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר? ווייל א שכן האט מיר גערופן זאגן אז ס'זעט אויס ווי שטורעמווינט האט אריינבלאזן א גייסט פון די דריטע וועלט קריג ביי דיך אין שטובץ זאלעכקומען דיך העלפען?"...

"ניין שוויגער, ס'איז אונטער קאנטראל".

"אקעעעי! דו ווייסט איך בין דא צו העלפעעען"... האקט זי אראפ ס'טרייבל מיט א טיפן אטעם. אה יעס, זאגסט מיר?!

אזוי האט זיך עס געצויגן פאר א שיינע פאר שעה. ווען די מאמע איז אהיים, האט זי געטראפן שווארצע פודינג אנגעשמירט אויף די ווייסע וועש וואס איז געווען שיין אויסגעלייגט אויפן קאוטש; באנאנעס וואס נישט נאר זענען זיי פלאך געווארן, נאר אויך געווארן פארמירט אלס א קלעבעדיגע באנאנע דזשוס סובסטאנץ; אלע טויס צעווארפן און צעשלאכעט; די מאטראצן מיט גרויסע לעכער; די קישענעס הויערן אויפן טשענדעליר; די קיפעלעך פון פריזער זענען פארשוואונדן; און איך זיץ איינגעזינקען אין מיינע נפשי'ס...

"איך מיין אז ס'איז שוין בעסער אז זאלסט יא גיין לערנען" האט זי גע'פסק'נט. "און ביידעוועי שמעלקא, אויף מארגן העליך מוזן באשטעלן א גויטע, קוק וואס דו האסט מיר אנגעמאכט דא"... ווי גלייך ווען נישט, איז נישטא דא א גויט'ע מארגן...

ביז אפאר מינוט איז יעדער געשלאפן... אבער איך בין שוין נישט געשלאפן, דער יאשקע וועט נאך כאפן פון מיר.

און יא, דאס יאר איז מיר עס געלונגען, אנשטאט זיך צו ספראווען מיט די קינדער, כאפ איך מיך ארויס. קיין נאכט חברותא איז טאקע נישט דא, אבער אן ארטיקל עקסקלוסיוו פאר אייוועלט?

אה יעס. טאלק טא מי אבאוט ניטל, איך דארף שוין גארנישט אראפשטעלן א פיס און ווייזן ווער ס'איז באלעבאס...
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג ינואר 06, 2019 10:19 pm

עט ליעסט ווייסטו וואס וואס דיין מרת טוט אלץ אויף

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג ינואר 06, 2019 10:57 pm

געב איבער דיינע "יונגערליך" א דאנק אין מיין נאמען.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג ינואר 06, 2019 11:01 pm

כאמאזל סיז ניטל

WOW
כשמ"ו כן הוא

גיט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג ינואר 06, 2019 11:16 pm

בעסער ווי גוט!! ;l;p-

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:14 am

wow wow wow דאס מוז זיין אז עס קומט פון א זאפטיגער
בד'וו יעצט קענסטו שוין ארויס רייסען פון הויז גיין לערנען
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:53 am

ערשטקלאסיגער שרייבער.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג ינואר 07, 2019 1:22 am

אזוינס און אזעלעכס!!!
שכויח שמעלקא פארן אונז דערפרייען דא פון צייט צו צייט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג ינואר 07, 2019 1:26 am

סופער דופער!
ווען די נער איז נישט מיין....
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג ינואר 07, 2019 1:47 am

Wow,
פלצתי בקול נמוך מאוד.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מאנטאג ינואר 07, 2019 2:45 am

אזא גוט'ס איז שוין לאנג נישט געווען
כ'פארגינעסנישט פאר יאשקען

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:32 am

אה סע האט זיך געלוינט אויפצושטיין 3am פאר אזוינע קולות פון די יונגערליך... דרך אגב זיך נישט ברוגז אז איך האב גערופן דיין שוויגער. דיינע קינדער האבן מיר נישט געלאזט שלאפן.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:38 am

סא דאנק סשמעלקע סזאפטיג
. . . . . . .

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג ינואר 07, 2019 1:17 pm

איך בין דיין שכן פון די אנדערע זייט,און איך האב נישט גערופן דיין שוויגער, אבער שלאפן האב נישט געקענט פון דיינע קינדער,
נעקסט טיים גיי איך גלייך רופן , וויל איך זעה אז זי איז די איינציגסטע פון וועם דו האסט מורא.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג ינואר 07, 2019 2:37 pm

זאפטיג... ;l;p-
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

קארפענטער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 05, 2017 10:56 am
לאקאציע: ווייט אוועק

תגובהדורך קארפענטער » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:52 pm

איך רייב זיך די אויגן שוין א שטיקל צייט! וואאאסססס שמעלקא איז דא??!?? אבער נישט סתם אזוי דא, ביג טיים דא! זעה צו בלייבן מיט אונז פאר א וויילע, מ'האמיר נאכנישט אויפגעגעבן אויף די טאשקע!

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מאנטאג ינואר 07, 2019 4:30 pm

אההה!
שמעלקע,
שמעלקאם בעק!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג ינואר 07, 2019 6:34 pm

ווער איז דאס ?????
אה!! יעצט גענדיגט ליינען גאס מוז זיין ..... שמעלקא דאס זעלבע אלטע פעדערל...
יאפס דערמאנסט אונז די אלטע צייטן ווען דיין פעדערל האט זיך צוגאסן...
טענקס
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טימבל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 4:11 pm

תגובהדורך טימבל » מאנטאג ינואר 07, 2019 7:59 pm

יישר כחך! געשמאקע דזשוס!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:44 pm

מ'מעג עס ליינען א נאכט נאך ניטל?

זייער געשמאקע רייזע צום עולם הדמיון!
טענקיו דרייווער
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מאנטאג ינואר 07, 2019 8:46 pm

#no words

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1807
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג ינואר 07, 2019 10:14 pm

:lol: :lol:
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דינסטאג ינואר 08, 2019 12:16 am

ברעיקינג! שמעלקא האט אריינגעלייגט נייע בעטעריס אין זיין פעדערל... נהנתי מאוד!

א שאד נאר כאבעס ערשט געליינט נאך ניטל
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דינסטאג ינואר 08, 2019 12:35 am

שמועסער האט געשריבן:ברעיקינג! שמעלקא האט אריינגעלייגט נייע בעטעריס אין זיין פעדערל... נהנתי מאוד!

א שאד נאר כאבעס ערשט געליינט נאך ניטל

סע קיינמאל נישט צו פרי זיך צו גרייטן אויפן נעקסטן ניטל..
שמעלקי יא דע בעסט!!!

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג ינואר 08, 2019 1:03 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:מ'מעג עס ליינען א נאכט נאך ניטל?

זייער געשמאקע רייזע צום עולם הדמיון!
טענקיו דרייווער

ביי מאנכע איז דאס גאר רעאליטי...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosher Travel און 19 געסט