בלאט 1 פון 1

חריין, דאס אידישע ליכט מיט ווישי וואסער.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 1:05 am
דורך פרעזידענט
פיטער ברויט קען מען רעכענען אלץ א מוז, פיש מיט פלייש אויך, דאס לעבן באשטייט פון בעיסיקס וואס מען מוז אין בעיסיקס וואס מען מוז נישט, דאס איז אלעס פאר די עקסטרעס מיט די לוקסוס ווי למשל וועקאציע, רעסטאראנטען, טרעוול, מעבעל מיט אפלייענסעס.
די שאלה איז וואס מען טוט מיט די דיפס, ליין מאטריאל אין צוגארעטלאך?

דער שפארזאמער ארבייט שווער אבער עס צאלט זיך אויס, דער ספענדער זאל אויפהערן ספענדן איז טיילמאל שווערער ווי צו מאכן דעם סליוו, עס איז היינט א וועלט ווי עס איז גרינגער צו איינקויפן, ווי נישט צו קויפן; האסט גערעדט פון באצאלן? אה! דארט איז פונקט פארקערט, דער קרעדיט קארטל איז דיין פינאנציאלע יצר הרע, ער מאכט דיך טראכטן פון יעצט, ער זאגט טראכט נישט יעצט פון די ביל, סווייפ (אנטשולדיגט: טשיפ) עפראווד, נעקסט. קומט זיך דיר טאקע פוינטס, פאר זיין סטודנט אף די דעי, גוט געשאפט! יעצט צום נעקסטן געשעפט, נאר פאר א קלייניגקייט,פון א נאדל קען ווערן א פולער וואגן.

אינגל: מיין טאטע שפילט אויך א קארד געים, מיט פוינטס, אין ביים סעטלען איז ער גאר דער געווינער!

אונז ווילן דווקא יעצט רעדן פון די שפארזרמע בודשעטירטע באפעלקערונג, נישט פון די אויבערדערמאנטע ספענדער, דער שפארער, ער האלט דאך חשבון אויף יעדן צענט, אין מיט רעכט, ווען ער קויפט איין זיין ארדער, אויפן וועג צום גראסערי ווייסט מען שוין כמעט בערך וויפיל דער ארדער וועט זיין, אין מען האט גרייט גרינע אדער א טשעק מיטן סכום.

די נייע הויכע פרייזן פון דער מינימום וועידש העכערונג וועט יעצט מיינען אז אדער גייט מען ספענדן מער ביים איינקויפן, אדער וועט מען מוזן שפארן אין נישט נעמען אלעס וואס מען פלעגט קויפן אין געשעפט
איין ליין מאטריאל אנשטאט צוויי אדער איינמאל אין צוויי וואכן
די קלענערע סייז דיפ, אראפנעמען א דיפ אדער נאר א דיפ שבת מברכים
דער רויכערער וועט מוזן אויפגעבן אפאר שאכטלען
סעלצער אנשטאט קאלאר סאדא
א פעקל פלעינע לאליס איז אויך כשר יוצא צו זיין מנהג שבת פארטי

אגב: הוצאות שבת ור״ח זענען עקסלודעט פון די ארטיקל

מיר זענען ארויס נאכן קריג נאר מיט חריין, דאס אידישע ליכט מיט אביסל ווישי וואסער, זויערע פיקל האט נאכגעפאלגט אלץ א לוקסוס,
אז דער מינימום וועידש איז נישט ארויף צו אסאך האט מען זיך דאס געקענט ערלויבן

די שאלה איז, וואס וועט דיין ;l;p- העלפן אז דער שפארזרמער איינקויפער זאל נישט דארפן שניידן שטיקער פון זיין אויסגערעכענטע וועכענטליכער גראסערי ארדער צוליב דער נייער מינימום וועידש הייק?

ארבייטער וועלן קאסטן טייערער, שיפינג גייט ארויף, אריינברענגן סחורה פון כיניע וועט ווערן שווערער, וואס איז דער חשבון פון די פאליטיקאנטען?
אלע אייטעמס וועלן ארויפגיין אין פרייז, וואס איז דער חשבון?
מהיכן ירק זה חי׳?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 1:11 am
דורך זייער קלוג
נא וואס זאגט דער פרעזידענט אליין?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 1:21 am
דורך ווישוואש
:evil:

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 5:41 am
דורך פליגל
אה, דאס קומט אויך פון נישט טראכטן ווייטער, ארויף מיט'ן וועיזש איז א סטעיטמענט וואס פארלאנגט פון די באשלוסער א גוטע פאר סעקונדן עס אונטערצושרייבן מיט א פעדער וואס קאסט נישט זיין טאש די טינט.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 10:47 am
דורך קלוגער
פארוואס וועקסטו אויף די עולם פונקט אינמיטען די זיסע חלום? אט אט געהאלטען ביי טשיפען די קארטעל פאר א נייע וואלוואו, טראך! אלעס צאמגעלייגט אויף איינמאהל!

געשריבן: פרייטאג יאנואר 04, 2019 11:05 am
דורך Gevald Geshrigen
זייער קלוג האט געשריבן:נא וואס זאגט דער פרעזידענט אליין?


partial shutdown

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 05, 2019 9:14 pm
דורך maybeeynot
פרעזידענט האט געשריבן: וואס איז דער חשבון פון די פאליטיקאנטען?
אלע אייטעמס וועלן ארויפגיין אין פרייז, וואס איז דער חשבון?
מהיכן ירק זה חי׳?

די פאליטיקאנטען טראכטן אין דארפן איין זאך וואס הייסט. שטימען
די ארימע ארבייטער וואס קומט אהיים מיט א גרעסערע טשעק אין האט נישט קיין שכל צי כאפן אז זיין ליווינג גייט יעצט ארויף גיין מער ווי זיין פעי. וועט גיין ווי א נער שטימען פאר אים