מיין טשאטשקעלע שידוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

מיין טשאטשקעלע שידוך

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:30 pm

הער זיך איין טייערע פריינד, מיר גייען בעז"ה איין טאג א שידוך טאן בשטומ"צ. טאקע נאך נישט יעצט, אבער חלום'ען מעג מען, נישט אזוי?
נו וויאזוי פאנג מיר אן, וועלכע סארט שידוך איז דאס מערסטע פאסיג פאר אונזער טייערע רייזעלע לעבן?

אזוי צוקוקנדיג וואס דער עוילעם טוט, און נאכפארשנדיג וויאזוי די שידוכים מארקעט לויפט היינט, האבן מיר באקומען אנפלעקט א בילד פון דאס פאלגענדע:

דער מדובר:
ער דארף זיין א יוקל מושלם וברוך כשרון - א מתמיד תמים עפעס גאר ספעשל.
דאס אפרוח שנפתח קינד טאר נישט עלטער ווי ניינצן יאר - ווייניגער איין טאג.
שיעור ג' זאלסטו נישט דערוואגן אפילו אנצוטראגן, נישט קיין נפקא מינא די סחורה.
אפגערעדט שיעור ד' ער מעג זיין דער בעסטער בחור. "שדכן לעבן, מיר זענען אלעס גרייט צו פארקוקן, אבער מיין רייזעלע איז נישט צום פארקויפן!..שטאנען?" [דייעל טאון].
חוץ אויב ער איז אוועקגעפארן זיך עלטערן און קונה שליימע זיין אין עפעס א דריטע וועלט ישיבה 'למצויינים' און "זיי וועילן זיך".
זיין דרגא דארף זיין 'מציון' - אין 'ישיבה-משגיח שפראך'. אפילו ס'האט נישט קיין שייכות און טיילמאל אפילו אין קעגנזאץ צו הנהגת הבית כשרונות.
זיין נאמען האט שוין פיגורירט ערגעץ אין איינע פון די מערכת גליונות.
שכל אין זיין צינגל א פלאס. א מעורבב בין המצרים.
ס'מוז נישט זיין פאסיג צו מיין רייזעלע'ס השגות און נאטורן. פארקערט, דאס ווילן מיר דאך טאקע, אז ער זאל משפיע זיין אויף איר...
דער עיקר אז ער איז א "לערנער", עס מוז נישט זיין ער לערנט בפועל, ער ברויך אבער זיין דער לערנער 'טייפ'.
ח"ו נישט איינער וואס קען אפילו טראכטן יעצט פון גיין ארבעטן. טאר נישט וויסן בכלל וויאזוי צו שפענדן א דאללער.
ער קען זיין דער טיפישער געוועזענער הייפער חיה וואס האט איבערגעדרייט די כיתה אין חדר ליידנדיג אויף עפעס א דיסעבילעטי,
אבער ווען ער איז אויפגעוואקסן האט ער סוקסעספול טראנספארמירט זיין שארפע ענערדזשי-איבערפלוס אין ווייסע-קאלער קריים פראיעקטן.
בקיצור דער איינדרוק פונעם עולם ביי די תנאים וואס שישקען וואספארא קנאקיגע מציאה מיר האבן איינגעהאנדלט דארף געדענקט ווערן פאר א גאנץ לעבן!
די הילכיגע מזל טוב'ס אין שול שבת דארף נאכקומען מיט א "פשש... פשיהא 'שיינע שידוך'...."


די משפחה:
'באלעבאטיש' א מאסט. תורה וגדולה בקרן זווית.
דער ראש המשפחה אויף אן עקזעקעטיווע פאזיציע ביי די ארבעט, און אויך א בכבוד'דיגע קאפ-דרייעניש אין שול.
ער האט ארויס די תכסיסי הכללים זיך צו פירן מיט די קאליווער סטאנדארדן ווי אזוי עס פאסט בנימוס,
אבער נאכמער ווייסט ער וויאזוי צו מאכן יענעם שפירן אז מען פארשטייט נאך נישט גענוי די לעצטע סודות אפ-טו-דעיט מנהגים.
ער קען באווייזן קבצנות אן לאזן סיי וועלכע פינגער אפדריקן...
ער ווייסט גענוי וועלכע שפראך צו וועם רעדן, און זיין צינג ווערט רויט פון לעקן.
אויב ער זעלבסט איז נישט א בר הכי, אבער ער האט א פריערדיג קינד פארקויפט פאר א בונה ומקים וואס האט שוין 'באגאשעט' א האלבן שטאט איז אויך אקעי.
נישט פארגעסן אז די 'טרים' פון די מאדעל קאר קען אויך אין געוויסע פעלער צולייגן אביסל ספייס,
אבער בלויז דאס אז זיי פאפן ארום די גאס מיטן אנטוען די קינדער 'מעטשינג' איז שוין היינט נישט גענוג מאסגעבנד.
'יחוס' האט היינט א נייע גרינע באדייט, אבער בלויז אויב ס'קומט באגלייט מיט א סארט אומהיימליכן עקסלוסיוון קנייטש.
א פארט-טיים מרביץ תורה איז אקעי, בתנאי אז די גאס שושקעט מיט עפעס א געלט-זיידע אדער געהיימניספולע ירושה.
בדוחק גדול אין פאל מען מוז פארקוקן, קען מען רעדן פון עפעס א ריטייערטן (ארבעטסלאזן בלע"ז) איש מכובד,
אדער איינער פון א אנדערע שטאט וואס זיין נאמען איז ווילד-פרעמד ביי די היזיגע ציוויליזאציע איז אויך אן איזי-וועג-ארויס אפשען.
אבער סתם א לאקאלער מחיה-וכלכלה ארבייטער איז זיכער נישט אין האנט צו נעמען, דערצו אויב די גאנצע שטאט ווייסט זיין פשטות'דיגן צושטאנד..


איז שדכן לעבן, זייט מוחל און טראגט מיר נישט אן קיין 'יאנטשי' שידוכים פון א צו 'פלעינע' משפחה. וואס הייסט פלעינע? עם...מממ.. דו ווייסטוואסיכמיין.
מיר דארפן א 'שיינע' משפחה פאר אונזער רייזעלע. מיר ווילן א אכטצן יעריג צאציק, איך קענען נישט קומען א טאג נאכן שידוך אין שול און "מזל טוב ר' יאנטעב !!, אוואו לערנט דער חתן? וואס!! אין... שיעור דאלעט.???..."
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ואב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:35 pm

נאטעד
מען האט פארשריבן און די ביכעלע
הערסט שוין אויס? ווייל לעצטע וואך און שוהל האסטו מיר געזאגט אז זי איז נאך זייער אינג
נאר 17.9

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:47 pm

דער מאכט מיר דא יאנטעף אינדערוואכן...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 01, 2019 3:53 pm

אנטשולדיגט פארן איבער האקן דיינע חלומות, אבער עס איז נישט דא אזא בחור מיט דע אלע מעלות וואס דו זוכסט.....
לעצט פאראכטן דורך א נייער אום דינסטאג ינואר 01, 2019 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

looking forward
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:01 pm

די טאפשיניינטין האט זיך פיין אנגעהויבן.
גאר גוט.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:03 pm

אלס איינער וואס טוט אין די ליין קומט מיר נישט צו שמייכלען מיט דיין ארטיקל, דיין ארטיקל איז געוואלדיג גוט ארויס געברענגט די גאנצע פראבלעם פארוואס שידוכים זענען היינט אזוי שווער, נישט קיין מאנגל אין שדכנים איז דער פראבלעם, ווען מענטשן וואלטן געווען אביסל מער אויפן און אויפריכטיג מיט זייער מציאות אין די מארקעט וואלטן געווען מער שדכנים, מען קען אין די נושא נאך אסאך שרייבן, אפילו איינער וועט טראכטן אז ער איז נישט אזוי ווי ר' יום טוב לייגט עס אראפ, וויל איך אייך זאגן, עס מיז נישט זיין אזוי פינקטליך ווי ער שרייבט, עס איז דא אין דעם אסאך דרגות וואס די צד השוה שבהם מען שאצט זיך מיטן/אדער דעם קינד איבער, און מען שאצט אינטער גיטע זאכן צילוב מינערוויכטיגע נארישקייטן.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:26 pm

וואףף איז דאס א ארטיקעל, געהאט א ברייטע מילצן אויסשטויס.

שאץ מאץ ביטע קום אריין קלאר.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג ינואר 01, 2019 4:54 pm

ווי זעסטו דא שאץ מאץ

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:00 pm

ער איז טאקע נישט דא, וועגן דעם האב איך אים אריינגערופן.

שאץ האט שוין זייער אסאך געשריבען איבער די נושא אויף פארשידענע אופנים.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:08 pm

זייער זיס !
לעצט פאראכטן דורך האסט נייעס אום דינסטאג ינואר 01, 2019 5:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 01, 2019 5:34 pm

;l;p- ;l;p-
איך רייס מיר פאר געלעכטער דא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
וזרח השמש
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש

תגובהדורך וזרח השמש » דינסטאג ינואר 01, 2019 6:08 pm

פון ר' בערל טויבער זאגט מען נאך, אז היינט א בחור וואס איז ממש א מושלם ברויך גיין פאר העלפ. ווייל סאמטינג פישי עבאוט-איט :cry:

נ.ב. און א יישר כח פאר ר' יום טוב פארן אריינקומען אזוי אבנערמאל קלאהר!.
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:17 pm

מפי הרב מלאך. ווען א מענטש זיכט אן איידעם ברויך ער אן "חיים".
דהיינו. פארן שידוך זאל ער זיין א ר' חיים קניעווסקי. לערנען 24 שעה א מעת לעת.

נאכן שידוך זאל ער זיין א ר' אברהם חיים נאה. א בעסרע ת"ח.

נאך די חתונה זאת ער זיין א חיים יענקל. ער זאל מוחל זיין און דיין ארבעטן. נישט קוואקן אין כולל...

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג ינואר 01, 2019 8:17 pm

איך וואלט זיך פארגינט א שמייכל אבער ליידער איז דאס די מציעות


הא הא הא די ביסט פיינע נייעס
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:45 pm

טענקס יאמטי!!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:55 pm

nmi האט געשריבן:מפי הרב מלאך. ווען א מענטש זיכט אן איידעם ברויך ער אן "חיים".
דהיינו. פארן שידוך זאל ער זיין א ר' חיים קניעווסקי. לערנען 24 שעה א מעת לעת.

נאכן שידוך זאל ער זיין א ר' אברהם חיים נאה. א בעסרע ת"ח.

נאך די חתונה זאת ער זיין א חיים יענקל. ער זאל מוחל זיין און דיין ארבעטן. נישט קוואקן אין כולל...

מער פונקטליך:
פאר דעם שידוך: א ר' חיים קנייבסקי
צו די חתונה זאל ער זיין א ר' חיים נאה...
און נאך'ן חתונה א ר' חיים עוזר...

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:03 am

פיינע נייעס

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:27 am

א נייער האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן איבער האקן דיינע חלומות, אבער עס איז נישט דא אזא בחור מיט דע אלע מעלות וואס דו זוכסט.....
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך ינואר 02, 2019 9:55 am

הַא וואס? דו לאכסט?

איך וויין, ס׳איז נעבעך אזוי אמת, יעדע׳ס ווארט.

ר׳ יאנטעוו לייגט עס אייזן אראפ מיט אלע פרטים.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
יעדע רגע איז אפן די גרוב, און אז אז איך בין אריבער נאך א טאג
׳אודך ה׳ בכל לבבי כי חסדך גדול עלי והצלת נפשי משאול תחתי׳! אין אזא שווערע וואקלדיגע וועלט. דאך ׳איך בין ווייטער דא׳!


אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:09 pm

זאג נאר ר' יומטי דו זוכסט א ''איידעם''? אדער א ''מאן'' פאר דיין טאכטער? הא? זאג אויס דעם ריינעם אמת.

ווער איז דער פרישער אינגערמאן דארטן ר יוםטוב? וואס הייסט? דו ווייסט נישט? דאס איז דאך ''מיינס'' אן ''איידעם'' ער מאכט א פיינעם רושם, הא?

מעכטיג צולייגט!!
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום מיטוואך ינואר 02, 2019 1:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך ינואר 02, 2019 1:11 pm

.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט