מי כעמך ישראל - שובבי"ם!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

מי כעמך ישראל - שובבי"ם!!

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג דעצמבער 30, 2018 5:49 pm

א גוט יאהר טייערע ידידים!


לאמיר אייך מיטטיילן מיט מיינע דורכגעלאפענע מחשבות, און פארבייגייענדע הרגשים...

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת שמות שטיי איך אויף צופרי צו א געווענליכע גרינעם דאנערשטאג און צו א נארמאלען סדר היום, און מיט א פלעינע געמוט הייב איך אהן מיין טאג.

גייט אריבער א שעה - צוויי, און עפעס הייבט מיר אהן צו קוועטשן, איך פראביר צו כאפן וואס איז היינט? פארוואס זאגן מיר מיינע געפיהלען אז דער היינטיגער דאנערשטאג איז גארנישט אזוי גרין... און גארנישט אזוי געווענליך?!

ביז... מיינע געדאנקען הייבן אהן צו פליהען... צו א שיינע פאהר יאהר צוריק!

'אוי, וואו נעמט מען די בחור'ישע יאהרען?' טראכט איך אזוי צו מיר...

אוי... אוי... איך געדענק עס גוט!!! הייב איך זיך אהן צו בענקן...

יא! איך געדענק ווי ס'האבן געדינערט די חמש שעות רציפות!!

יא! איך געדענק ליל שישי פון שובבי"ם אויסזאגענדיג גאנץ ספר תהלים אין די מערה אין מירון!!!

איך דערמאן זיך ווי איך כאפ א קליינעם שפאציר אלס בחור פריה פארטאגס, דורך די מאה שערים – בית ישראל געסלעך אין ירושלים, און פון יעדען צווייטן בנין הערט זיך ארויס א קול תורה ס'קנאקט שטיקער!! אין יעדן צווייטן בית מדרש איז דא א מנין תהלים! וואס הייסט? ס'איז דאך ליל שישי?!!! ס'איז דאך שובבי"ם???!

דא אויף די רעכטע זייט איז דא אן אלטע קליינע קלויז, וואו עטליכע אנשי ירושלים של מעלה רעכטן אפ תיקון חצות בדמעות שליש...

דארט אויף די לינקע זייט געפונט זיך דער אור-אלטע ספרד'ישע שוהל וואו חכם ... שליט"א גייט באלד פראווענען א דערהויבענעם תיקון שובבים...

דא קומען ארויס די סאטמאר'ע בחורים, הערשט יעצט געענדיגט אויסהערן דעם טעי"פ פון די בכיות נוראות ביי סעודת רעוא דרעוין פון הגה"ק מסאטמאר זי"ע...

דא פארט ארויס א באס דאווענען ותיקין ביים כותל, און עס גייען ארויף צענדליגע יונגע בחורימ'לעך מיט'ן ירושלימ'ער חן וועלכע האבן נאר וואס געענדיגט לערנען פלייסיג דורכאויס די נאכט...

און אזוי ווייטער שווימען מיינע פאנטאזיע"ס און הייבן אהן זיך צו בענקען גאר שטארק צו דעם אמאהליגען ברען... צו די יונגע כוחות... צו די בחור'ישע פרישקייט...

נו, איז וואס? ווייל כ'האב חתונה געהאט? ווייל איך וואוין אין חוץ לארץ?? דעפאר טאהר איך נישט זיין קיין א חלק דערפון? אתמהה!

מיינע הרגשים האבן אהנגעהויבן מיר צו באנעמען, און כ'האב זיך אוועק געזעצט מיטן פעדער אין די האנט, זאל עס כאטש בלייבן... זאל עס כאטש נישט נעלם ווערן מיט די ערשטע בייזע ווינט...



און מדזכי לנפשיה זכי נמי לחבריה...



(אויפן ניגון פון רבונו של עולם - ר' אביש בראדט)

אוי רבונו של עולם, איינציגער באשעפער
כאפ א שפאציר אין אלע שטעט, און אין אלע דערפער
כביכול פון אויבן צו אונז אראפ קום
אויף דיין הייליג פאלק קוק דיך אום

אין יעדן פלאץ וואו ערליכע יודען שטייען
בכל אתר ואתר בכל מקומות מושבותיהם
בכל קצוות תבל אין אלע סביבות
אין שוהלען, אין חדרים, און אין ישיבות



וועסטו זעהן וואס טוט זיך, און וואס גייט פאהר
אין די וואכן פון שובבי"ם יעדעס יאהר
מען שטייגט און מען הארעוועט אהן א שיעור,
אין עבודת ה' אזויפיל גוטע פעולות
מען ליגט אין לערנען מ'רייסט איין תפילות
מיט א מסירות נפש געבט מען זיך אוועק פאר דיר,

אזוי פיהל ספרי תהלים ווערן אויסגעזאגט
יודען מאכן תענית דיבור א גאנצן טאג
יעדער אויף זיין אופן מיט זיינע שאיפות,
אנשי מעשה ליל שישי מאכן נישט צו די אויגן
אנדערע אפילו אויף פאסטן זיי טויגן
ס'ווערן דאך געלערנט טויזענטער שעות רציפות,

מען טוהט דורך סוגיות פלייסיג מיט א קלארקייט
די שבתים מען פראוועט אפ מיט א דערהויבנקייט
מען שטייט שוין אויף פארטאגס פריה באשמורת,
מען נעמט זיך צוזאם אין די בתי מדרשות
מען איז זיך מחזק מיט התעררות דרשות
מיט הייליגע תיקונים און מיט שובבי"ם תורות.



ותתנהג עמנו ה' אלוקינו
די מעשים טובים אהן א צאהל
פון גאנץ כלל ישראל
מיט א הארץ אזא ריינע,
אפילו אין אזעלכע שווערע צייטן
מיט מסירות נפש צום הייליגן טאטע'ן
רבונו של עולם האסט נאך א פאלק אזא שיינע

ס'זאל אהנגענומען ווערן
די אלע טרערן
און אזוי פיהל שעות,
ס'זאל ווערן א טימל
זאל אראפקומען פון הימעל
אלע גוטע השפעות
צו שיקן משיח האסטו שוין פאר וועמען
אזא לעכטיגע דור נישטא פון וואס זיך שעמען
רבונו של עולם, האב שוין אויף אונז רחמנות...
לעצט פאראכטן דורך סוואליעווער אייניקל אום מאנטאג דעצמבער 31, 2018 3:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:40 pm

הייליג
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג דעצמבער 30, 2018 10:59 pm

Wow

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:02 pm

אנבעליוועבעל!!!
ס'קומט מיך טרערן אין די אויגען....
מי יתנני ירחי קדם

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 9:17 am

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:נו, איז וואס? ווייל כ'האב חתונה געהאט? ווייל איך וואוין אין חוץ לארץ?? דעפאר טאהר איך נישט זיין קיין א חלק דערפון? אתמהה!

קודם כל, בארוהיג דיך...
איך ווייס אז די גאנצע שובבי"ם ביי די בחורים איז גאר א הכנה אויף די עלטערע יאהרן, וואס דעמאלס איז דער עיקר צייט צו מתקן זיין...
און זאג נאר, אין חוץ לארץ איז נישטא אידן וואס פראווען שובבי"ם? וואס שטייען אויף פרייטאג פארטאגס זאגן תהלים? וואס זענען אויף גאנץ ליל שישי און הארעווען בדת תורה תמימה? אא"וו.
"של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא..."
וכדברי הרה"ק רבי יוסף יאמאפלער זי"ע - יא"צ היינט ביינאכט:

ארץ החיים - ליבערזאהן.jpg
ארץ החיים - ליבערזאהן.jpg (152.08 KiB) געזעהן 724 מאל

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 3:58 pm

אה, יום זה מכובד...
האסט מיר ממש דערקוויקט און מחזק געווען!!
אי"ה ביי דיר...
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג ינואר 01, 2019 7:11 pm

אויש האסטו מיך דערמאנט זכרונות כמעט נאך פון דיין זיידע

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » דינסטאג ינואר 01, 2019 11:23 pm

איך וויל נישט זאגן אז אכשר דרא. נאר פארגאנגאנעם דאנערשטאג איז אין סאטמאר ביהמ"ד אויף ראדני סט. געווען א 'ריזיגער' מנין וועלכע האבן געליינט קריאת ויחל, איך וואלט געשאצט פאר עטליכע הונדערט אידן. דאס זעלבע מוצש"ק ביי די שובבי"ם תורה'ס איז דא עטליכע הונדערט אידן.
דאס זעלבע איז מסתם געווען אין אנדערע בתי מדרשים אויך.
איך בין נישט ארומגעלאפן.
כמעט אין אלע ישיבות זענען דא 'לימודים ברציפות אין די ימי השובבי"ם בפרט 'דענערשטאג און פרייטאג'.
אבער אין חו"ל קען מען טרעפן די אויר שובבי"ם אז מען זיכט דאס.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך ינואר 02, 2019 12:59 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:

(אויפן ניגון פון רבונו של עולם - ר' אביש בראדט)

[/b]

וואס איז די טאן?

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » פרייטאג ינואר 04, 2019 9:55 am

קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט