מיין געזעגענונגס דרשה - בלייבט'ס געזונט און לעבט וואהל!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

מיין געזעגענונגס דרשה - בלייבט'ס געזונט און לעבט וואהל!

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 1:45 am

מיינע טייערע פריינט, הגיע הזמן! ס'איז געקומען די צייט צו מאכן דעם שריט. א איד דארף דאך שטענדיג זיין א הולך, מ'דארף האלטן אין איין גיין, אז נישט פאלט מען. מיר זענען יעצט אנגעקומען צו דעם שלב אז מ'גיימיר בע"ה איבערמישן דאס בלעטל, און איבערלאזן אייוועלט צו די פארגאנגענהייט, און פראבירן צו דינען דעם אויבערשטן מיט וואס מ'קען אינעם פרישן דרגה.

כ'האב ב"ה הנאה געהאט דא אויפ'ן וועלטל עידן ועידנים! מ'האמיר דא אין די לעצטע עטליכע יאר אסאך פארברענגט, געליינט, קאמענטירט און גע'טענה'ט, קאמפלימענטירט און אפי' מוחה געווען און מדווח געווען ווען ס'האט זיך געשפורט נויטיג... גענאשט וועלטליכע נייעס ווענגלייך תורה'דיגע חידושים און היסטארישע ווערק, און פארשטייט זיך זיך איינגעריבן און אויסגעלערנט פארשידענס, אבער ס'איז געקומען די צייט זיך צו געזעגענען..

ס'איז אן אינטערעסאנטע געפיל ווען פין איין זייט שפירט זיך א פארלייכטערונג אויפ'ן געמיט פאר'ן טון וואס ס'זעט אויס ריכטיג, וההכרח לא יגונה, אבער מצד אחר איז עס נישט גרינג. און כאטש מ'רעדט טאקע דא נאר פין א ווירטואלע פלאטפארמע, איז דאך פארט אזוי מקובל על הלב אז אונטער יעדע ניק קלאפט א הארץ פין אן לעבעדיגן מענטש אין ווירקליכן לעבן, און כאטש מ'קען זיך נישט ביים ריכטיגן אידענטיטעט, בויט זיך צוביסלעך אויף א געוויסע היימישקייט און געפיל איינער צום צווייטן, און מ'קוקט ארויס צו יענעמס אנטווארט, צומאל א קאמפלימענט און אנדערע פאלן קריטיק, אבער הצד השוה שבהן, מ'פארברענגט אינאיינעם.

מ'רעדט דא פארשטייט זיך פין אידן וואס מחמת איזה סיבה האבן זיי צוטריט צו די אינטערנעט (האפנטליך אויפן כשר'סטן אופן מעגליך) און זיי ווילן טאקע האבן א מקור פאר אביסל נייעס וכדו' אבער אין די זעלבע צייט זאל עס זיין די ריינסטע וואס ס'איז מעגליך. ווי נישט ווי ס'בויט זיך א געוויסע געפיל, ס'פארנעמט א געוויסע מקום אין הארץ, און דאס אלעס איז געקומען די צייט יעצט צו לאזן אונטער זיך... ס'איז נישט גרינג, בכלל נישט! און דעריבער וויל איך מיך אביסל אויסשמועסן מיט אייך טייערע חברים וידידים, און ארויסגעבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ.

אונז אלע ווייסן מיר אז א איד דארף שטענדיג זיך חזר'ן און געדענקן דעם 'מה חובתו בעולמו', אונז לעבן מיר אין א דור וואו מ'קען גאר גאר גרינג פארשוועמט ווערן אינעם הו-הא פינעם ארום, און זיך אינגאנצן פארגעסן. צדיקים פלעגן זאגן "וויאזוי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך" - פארשטייט זיך במידה מסיומת, אבער פארט, ס'דרינגט אריין די גאס. יעדער יחיד פארמאגט היינט אזויפיל צוטריט צו אינפארמאציע -זאל דאס זיין אפי' כשר'ע- וואס ס'איז לכאו' קיינמאל נישט געווען מאז אמר הקב"ה 'והי' העולם', און זייער אסאך דערפין איז וואס קומט אן צו א מענטש אפי' אן דעם וואס ער זאל באמת בוחר זיין אז ער וויל דאס, צווישן די אויסגאבעס און טעלעפאן ליניעס וכדו' וואס זענען אלס היינט פארהאן. די אונטערשטע שורה איז, אז אפי' אן נפגע צו ווערן פין דעות זרות, איז פשוט פראקטיש אסאך שווערער זיך אפצושטעלן און אריינטראכטן פאר זיך אליין און פרעגן די פשוט'ע אבער מרפסין איגרא'דיגע פראגע 'מה חובתי בעולמי'? אויף וואספארא צוועק און צו וואס בין איך אראפגעקומען דא זיך מוטשענען אויף די וועלט?

ס'איז נישט קיין סוד און די הייליגע חז"ל זאגן אונז קלאר אז 'אדם לעמל יולד', יעדער מוטשעט זיך מיט זיין פעקל, איינער מער איינער ווייניגער, און בפרט נאך רין אונזער דור וויאזוי דער רבוש"ע האט אונז דא אראפגעשטעלט דא אין דעם לעצטן פינסטערן גלות מיט אזא הסתר! אבער אונז גלייב מיר אז ס'איז נישט מעגליך אנדערש, ווייל דאס איז דער רצון ה', און ס'איז זיכער אז דאס האט א ציל פאר אונזער תכלית, ווייל דער רבוש"ע אונזער טאטע אין הימל איז דאך דער מקור הרחמים, 'ומאתו לא תצא הרעות'.

אונז ווייסן מיר אויך באשטימט אז יעדעס אידישע נשמה איז מקור מחצבתו מתחת כסא כבודו פין כביכול אליינס, וואו מיר האבן אלע נישט לאנג צוריק נהנה געווען מזיו השכינה, און די פשוט'ע טעם וואס אונז וויסן מיר פין רבותינו הק' פארוואס מיר זענען גרייט געווען אוועקצוגיין פין דארט אויבן און אראפקומען אויף אזא נידעריגע שווערע וועלט, איז (חוץ סוד הגלגול) פשוט ווייל מיר זאלן קענען פארדינען אונזער שכר מיט אונזערע מעשים און נישט זיין קיין נהנים מנהמי דכיסופא, אבער פארשטייט זיך דאס איז טאקע נאר אויב מיר וועלן צוריקקומען אהיים מיט מער ווי וואס מיר האבן אנגעהויבן, חלילה ווען נישט קומט דאך אויס אז מיר האבן ח"ו דערלייגט פין דעם געשעפט.

און חז"ל הק' לערנען אונז אז דאס האט מען אונז טאקע אין די זעלבע צייט באשוואוירן, אפצוהיטן די נשמה, אפצוהיטן די תורה, און נישט פארברענגן די יארן אויפ'ן עולם השפל און חלילה צוריקקומען שוואכער חלילה ווי פריער, און דעריבער האבן מיר אידן באקומען די תורה הק' מיט אירע מצוות וואס איז אונז מדריך און מחייב אויף יעדן טריט און שריט, אבער אין די זעלבע צייט ברענגט אונז שכר אויף זאכן וואס מיר טוען ממילא אויב נאר מיר טוען עס ריכטיג (וכידוע הפי' מא' מגדולי ישראל עה"פ 'ה' חפץ למען צדקו יגדיל תורה ויאדיר'), אזוי אויך לערנען אונז חז"ל אז 'לפום צערא אגרא' און 'לא עליך המלאכה לגמור' וואס דאס אלעס האט אונזער געטרייע טאטע אין הימל אוועקגעשטעלט אזוי אז יעדע אידישע נשמה אין יעדן דור און אין יעדן מצב זאל זיין ביכולת צו פארפילן איר תפקיד, אבער דאס האט אויך א תנאי 'ואין אתה בן חורין להיבטל הימנה', מ'דארף טון וואס מ'קען אז דער רבוש"ע דער יודע תעלומות זאל טאקע מעיד זיין אז מ'האט געטון לפי היכולת וואס מ'דארף, און דאס איז אונזער שווערע עבודה היינט אין אזא דור מיט אזעלכע נסיונות קשות אויף יעדן ריר.

ס'איז אודאי יעדן אויך קלאר און מקובל לנו מרבותינו חז"ל הקדושים אז 'אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו' און דערום זענען די כוחות הקדושה אויף דער וועלט אלעמאל גענוג שטארק אנטקעגן די פארקערטע כוחות, אז אויב נאר זאל א איד באמת וועלן, קען מען יעדער אויף זיין דרגא אנקומען צו וואו ער דארף - אפי' אויב מ'זעט עס נישט אויבנאויף, מ'דארף אבער דערצו טאקע וועלן, און אין אונזער דור ווען דאס גשמיות'דיגע לעבן איז אזוי באקוועם, הערשט א געוויסע עצלות, און די אמת'ע רצונות און כוחות פין א איד ווערן פשוט אונטערדרוקט פין גשם צומאל אזוי אומבאמערקט, און ס'איז דברים ידועים מרבותינו און ע"פ חז"ל אז די אלע שוועריקייטן און שרעקעדיגע צרות וואס קומען אויף די וועלט בכלליות און בפרטיות איז אויפצווועקן די אידן, און אריינצודרינגען אויסצוגלייכן די הערצער פין מענטשן, אראפשיילן אביסל דאס גשמיות דעם 'שאור שבעיסה' און ארויסברענגען דעם נקודה הפנימית פינעם נשמה וואס זאל אויסשרייען דעם ה' אחד ושמו אחד.

וואס אן אמת, דאס איז אלעס געשמועסט בכלליות, און זענען ענינים ידועים ומפורסמים. אבער וואס האט מיר פערזענליך מעורר געווען היום מיומים איז אזוי; יעדער האלט מיט און שפירט אז כלל ישראל גייט דורך די לעצטערע עטליכע יאר גאר שווערע תקופות ברוחניות און בגשמיות, און ווי ווייטאגליך ממש אין די זעלבע צייט פארלירן מיר אונזערע גענערעלער, די קדושי וגאוני ארץ, צדיקי אמת מדור הקודם וואס זענען געשטאנען אויפ'ן פראנט און זיך געשלאגן מיט מסי"נ און נישט געלאזט כלל ישראל בלייבן פאסיוו נאר לוחם געווען מבית און מבחוץ. און ניין כ'מיין ח"ו צו זאגן אז ס'איז נישטא מער קיין מנהיגי ישראל און ערליכע אידן וואס פירן ווייטער דעם דור, אבער ס'איז 'לב יודע מרת נפשו' יעדער ביי זיך קען אליינס אנווייזן אויף וועלכע צדיקים ער וואלט ווען געוואלט קענען ווייזן פאר זיינע קינדער און פאר זיך אליינס, אט זעט א איד מדור הקודם וואס האט נאך מיטגעלעבט א לעבן פין פשרה'לאזע אידישקייט פאר'ן ביטער'ן קריג און דאס מקבל געווען פין די קדושים וגאונים רבותינו הק' און האבן פראבירט בכל כוחותם עס איבערצוגעבן ווייטער דא פאר אונז, און זיי האבן זיך געשלאגן ווי לייבן אנטקעגן די גאס און באותו עת מחזק געווען ומעודד געווען אינעווייניג ווי געטרייע פאסטוכער, יעדער לפי מסורתו ותכונת נפשו, ס'איז עפעס צו וואס מיר זענען בעוה"ר ליידער ווייניגער און ווייניגער זוכה צו מיטלעבן אויף דעם פארנעם.

און כאטש ס'איז זיכער אז דער רצון ה' איז, זיך ווייטער צו קלאמערן מיט וואס מ'האמיר יא, אבער ס'פארשטייט יעדער וואס האט נאך מיטגעלעבט די סארט צדיקים, אז די חלל איז א מציאות, און ווי די יארן בלייבן נישט שטיין ווערט עס נאר גרעסער, און יעדער קען ליידער מעיד זיין מקרוב ומרחוק ווי ביטער שווער ס'איז היינט צו בלייבן ערליך בכלל ובפרט און בפרטי פרטיות נאך מחנך צו זיין א פרישן דור, און ווי גרויס און שטארק איז נעבעך די ווייטאג אויב אחרי כל התלאה ח"ו פאלט אוועק אן עפעלע פין בוים ה"י.

איז וואס וויל איך דא ארויסברענגען? כ'וויל צוקומען צו אן אבער! דער גרויסער אבער. אונז זעמיר דאך מאמין באמונה שלימה, אז אויב דער רבוש"ע האט אונז אראפגעשיקט דא אויף דעם עולם און דוקא אין דעם מצב, וויל ער - און ער האלט אז ס'איז מעגליך - מיר זאלן בעז"ה מחנך זיין א דור נאמנים לה' ולתורתו! דאס איז קלאר בלי שום ספק! איז וואסזשע טוט מען? וויאזוי איז דאס מעגליך?

נאכאמאל, כ'קען נישט רעדן פאר א צווייטן, כ'רעד צו מיר אליינס כ'רעד ארויס פין הארץ זאכן וואס זענען ביי מיר נאך אביסל בבחי' 'על לבביך' כדי ס'זאל טאקע ארייגיין אינעווייניג צו מיר אין הארץ, און ס'איז פונקט ווי פריער דברים פשוטים ומפורסמים און דעריבער שרייב איך נישט קיינע מראי מקומות נאר כ'שרייב ביני לבין עצמי און אפשר וועט א צווייטער אויך ארויסנעמען עפעס דערפין, והי' זה שכרי.

אין אמת'ן אריין האב איך שוין כמ"פ געקלערט, אפי' נניח אן קיין פראבלעם אלץ אינטערנעט, איז דאך עפעס דא אויך א פראבלעם אינעם ענין פין ביטול זמן?! יא, מיר האבן שוין באלד פארגעסן ווי די אידן פין פריערדיגן דור פלעגן זיך בייזערן אויף 'ביטול זמן', ווילסט נישט לערנען? איז ארבעט! אבער סתם פארברענגען צייט? לאמיר זיך נישט נער'ן, ס'גייען פאקטיש ביי יעדן שרייבער דא אוועק טייערע שעות ע"ג שעות אסאך פין זיי וואס ברענגען ממש נישט קיין תועלת פאר קיינעם, מ'טוט עס פאקטיש נאר ווייל "מ'איז שוין סייווי דא"..! איז דען דאס גענוג א תי'? און ווען ס'שטייט 'הרואה שיסורים באים עליו יתלה בביטול תורה' - לאמיר קוקן די פאקט אין פנים אריין, אן קיין פשעטליך, איז דען נישט דאס שרייבן דא רוב מאל אויך פשוט און פראסט ביטול תורה? און לאמיר זיך נישט נער'ן, ס'נעמט אויך אוועק פין א מענטש פשוט "קוואליטעט צייט"! דאס ביסל צייט וואס מ'וואלט ווען געקענט געבן פאר זיך אדער די ב"ב און די אייגענע קינדער!

און גייענדיג א טריט ווייטער, האט א ווירטואלע פארום נאך א גרויסע פראבלעם אז מ'קומט אין בארירונג מיט געוויסע מענטשן און השקפות וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט וואס מ'איז (יעדער לפי מצבו) אויפגעוואקסן, קען דען איינער זאגן אז ער ווערט נישט נשפע קיין האר? דער הייליגער רמב"ם שרייבט - און ס'איז פשוט אזוי - אז ס'איז דאך מטבע העולם אנדערש?!

אבער דאס איז אלץ נאר געשריבן אגב, אז מ'רעדט שוין. כ'וויל צוקומען צום עיקר נקודה, און צוליב וואס כ'האב זיך יעצט געזעצט שרייבן.

אונז שטיי מיר יעצט אין די פרשה ווי ס'האט זיך געענדיגט די תקופה פין יוסף הצדיק און די הייליגע שבטי י-ה, וואס זיי האבן דורכגעבראכן די קליפת מצרים אז אידן זאלן בכלל קענען האבן דארט א תקומה, אבער די דטערקסטע חלק די יסוד קדושתן של ישראל דאס האט יוסף הצדיק דארט אוועקגעשטעלט פאר כלל ישראל לדורות עולם, און ווי ס'ווערט געברענגט פין צדיקים, איז די גאנצע דורכברוך פינעם עמידה בנסיון געווען איין 'וימאן'! איינמאל אראפשטעלן א פוס און זאגן צו זיך אליינס אין דעם דעצידירנדן מאמענט, "כ'וויל נישט"! כ'וויל בלייבן ערליך! און ס'איז טאקע געווען א ביטערער מסי"נ, אבער ס'איז געווען דער דורכברוך! און דאס האט געראטעוועט כלל ישראל אויף שפעטער.

מ'דארף פארשטיין, אונז קוק מיר היינט צוריק און מיר זעהן ווי יוסף הצדיק איז געווארן דער שליט אויף גאנץ מצרים (און לויט געוויסע מפרשים עווענטועל גאר איבער די גאנצע וועלט), אבער מ'קען זיך פשוט מצייר זיין, אז ווען ער איז געווען אין דעם מצב הנסיון, האט ער די אלע זאכן נישט געוואוסט, פארקערט, אין פשוט'ן זין איז ער דעמאלטס געווען אין א מצב פין בלייבן מיט זיין "גוטן פאסטן מיט כבוד און געלט" אדער פארלירן אלעס, און אפשר קיינמאל מער נישט האבן קיין פרייע מינוט אויף די וועלט! און דאס אלעס און א לאנד פין שטיפי זימה ווי קיינער האט אים אפי' נישט געקענט (עכ"פ אלס היימישער באקאנטער איד), און ליתר שאת האט נאך אשת פוטיפר געמאכט מיט אים א גאנצן חשבון אז ס'איז גאר א הימל זאך אז זיי זאלן זיין צוזאמען כמבוא' בחז"ל, ואכמ"ל. אונז קליינע מענטשעלעך קענען זיך באמת נישט פארשטעלן וויאזוי א בו"ד זאל אזא לחץ קענען ביישטיין, אבער ווען ער האט געמאכט דעם דעצידירנדן 'לא אחד' איז דאס געווען וואס ס'האט אים געברענגט צו דעם גליקליכסטן שפיץ ברוחניות ובגשמיות, די צוויי שבטים צו וואס ער האט זוכה געווען וכו', די גשמיות'דיגע חלקים האט ער נאך טאקע נישט געזען ממש אויף די רגע דעמאלטס, אבער דאס איז אויך געווען פונקטליך אויסגערעכנט מן השמים, ווען נישט וואלט דאך קיין נסיון נישט געווען.

יעצט, כ'האב אמאל געהערט נאכברענגען אז דאס וואס שטייט אז בשעת הנסיון האט ער זיך דערמאנט 'דמות דיוקנו של אביו' באציט זיך אויף א נקודה פנימית, דהיינו אז ס'האט אים א בליץ געטון און ער האט איינגעזען ווי די 'מסלסל בשערו', זיין זיך צופוצן וכו' האט אים אריינגעשטעלט אין דעם נסיון (ווייל אז ער האט זיך אהערגעשטעלט שיין אנגעטון וכדו', האט אשת פוטיפר פין דעם - כאטש פאלש - געמיינט אז ער איז ח"ו דערביי צו זינדיגן) און מיט 'דמות דיוקנו של אביו' מיינט מען אז ער האט דענסמאל מחליט געווען דאס איז עס! מ'דארף נעמען דעם טאטנ'ס וועג, מ'קען נישט זיין קיין חכם ווען נסיונות פלאקערן ארום און ארום. אמת, מיר קענען נישט פארשטיין וואס די מעשה איז געווען אדער בכלל האבן אן השגה אין די הייליגע אבות און אין די שבטי י-ה, אבער די תורה הק' איז נצחיות, און אויב דאס איז וואס שטייט, איז דאס וואס מיר דארפן נעמען אלס לימוד פאר זיך און טאקע אויך אין תשע"ט.

לענינינו, ס'וואלט געווען אבסורד צו לייקענען אז מיט די טעכנאלאגיע היינט, און צפעציפיש די אינטערנעט, זאפט א מענטש אריין - ס'זאל אפי' זיין באונס ובשוגג ובעקיפין - אסאך מער ראיות אינן מותרות ווי ס'האט אמאל א ערליכער איד געקענט זען אין זיין גאנצן לעבן! אמת, מ'איז זיך מלמד זכות אז דאס איז עס, ס'איז שווער, ס'איז (כמעט) נישט מעגליך אנדערש סייווי, אבער דער מציאות קלאפט אין פנים! וויפיל מאל האב איך זיך געטראפן פשוט מקנה זיין דעם בן תורה וואס זיצט איבערגעבויגן איבער'ן גמרא ושו"ע, נאכנישט אפי' פאר די זכי' פין קענען זיצן און לערנען, נאר פשוט אז ער שעירט נישט און האט נישט קיין אמת'ע השגה אין די נסיונות פין די צווישן אונז וואס דארפן צוקומען צו די גרויסע נידעריגע וועלט - און צפעציפיש די אינטערנעט - אויף איין אופן אדער אנאנדערער צו מקיים זיין דעם קללה פין 'בזיעת אפיך תאכל לחם'!

לאמיר זיך נאר דערמאנען, מיר זענען אלע אמאל געווען אין חדר און אין ישיבה, מיר קענען זיך אלע ארויפגרענגן אין זכרון כאטש א געוויסע תקופה ווי מיר האבן געהאט א תמימות און חמימות אויף אידישקייט וואס איז בהכרח שוואכער געווארן ווען מ'האט אנגעהויבן פעיסן די נידעריגע וועלט יעדן טאג, און דאס שוין אויפ'ן בעסטן אופן, און ווער רעדט נאך ווי מיר רעדן דא פין א מצב פין ממש אפזיצן אויף די אינטערנעט א חלק ניכר פינעם טאג, וואס האט אין איר טונקעלערע זייט שוין אראפגעברענגט אזויפיל אידישע קינדער פין דרך הישר! ווי קענען מיר זיך אליינס דזשאסטיפייען? איז דען דאס אפי' אין חלום דער ציל פארוואס מיר זענען דא אויף די וועלט? יא! אויב מ'מוז, און וויפיל מ'מוז און מיט די ריכטיגע פילטער און מיט די ריכטיגע כובד ראש און דעת תורה, שוין! טוט מען עס כאטש 'כעבד ששפך עליו אדוניו קיתון של מים', אבער זיצן אויף די אינטערנעט לשם פארברענגן? יא איסור, נישט איסור, ס'מאכט דען אפי' סענס? אתמהה?!

און נעם נישט אויף מיינע רייד שלעכט חלילה, ווי געשמועסט איך מאך קיינעם נישט ח"ו אוועק, און איך בין דאך אליינס אויך דא געווען ביז היינט, אבער איך בין געקומען צו טראכטן, ס'האט מיר א בליץ געטון. ס'זענען לעצטנס אוועק פין די וועלט צוויי צדיקי הדור גרויסע לוחמים קעגן טעכנאלאגיע, ביידע -כאטש אנדערש אין פארשידענע אספעקטן- קען מען זאגן אז, נישט קיין נפק"מ וואס מ'האלט פערזענליך פין זיי און וויפיל מ'איז גרייט אנצונעמען זייער מהלך אינגאנצן, האבן עס געמיינט ערנסט בלתי לשם לבדו, און האבן געטון וואס זיי האבן געקענט במסירת נפש ממש! ס'האט זיי באמת וויי געטון עד דכדוכי נפשם, און זיי האבן זיך געשלאגן ווי לייבן בלתי לה' לבדו! כמעט אלעס וואס זיי האבן געקריגן דערפאר אויף דעם עולם איז געווען א צוזאמשטעל פין בזיונות און שונאים און אלעס ארום דעם, און מ'האמיר ליידער נישט זוכה געווען מער צו האבן דעם קאנטער באלאנס, מיר האבן דערלייגט.

ס'שטייט אין חז"ל אז דער 'בת קול יוצאת מהר חורב', גייט נאך אלץ אן יעדן טאג, פרעגן אלע ווי קען זיין אז קיינער עס נישט, ענטפערן די גדולי בעלי מוסר (אדער אפשר גאר ווער פין די ראשונים) אז מ'הערט עס יא! יעדער איד וואס קריגט אמאל א התעוררות, קומט דאס ווייל זיין נשמה האט דערהערט דעם בת קול!

דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז עפעס ארום די פטירה פין די צוויי צדיקים, איז געווען מיין בת קול, ס'האט מיך א שאקל געטון, און כ'האב אנגעהויבן טראכטן און אריינטראכטן, וויאזוי? רבוש"ע וויאזוי קען איך אויפציען מיינע קינדער ערליך?? אמת, קיינער איז נישט פארזיכערט, אבער וויאזוי קען איך אפי' פראבירן? איז דען מעגליך היינט עפעס צו טון? די קינדער זענען דאך היינטיגע, און די גאס איז אויך היינטיג, די אמאליגע ערליכע אידן זיך צו שלאגן פאר אונז שוין אויך נישט, איז וואס קען מען טון?

כ'האב געמאכט דעם באשלוס, אז כ'דארף טון מער! אפי' אויב מ'קען זאגן אז דאס גייט אריין אין די בחינה פין 'קדש עצמך במותר לך' (הלואי), מ'דארף עפענען דעם 'חודו של מחט', און דער ערשטער שריט אין דעם דירעקציע איז געפאלן אויף אייוועלט! יא, מ'איז טאקע ממילא אויפ'ן געוועב ווען און וויפיל מ'מוז, אבער "מוז" מען דען? מוז מען דען דערפאר אויך זיין אויף א פארום?יא! ס'איז געשמאק, ס'איז אפשר אפי' בענעפישעל אויף פארשידענע אופנים, אבער ס'איז פארט אויף די אינטערנעט! ס'איז פארט נישט קיין אבסעלוטע הכרח, און דעריבער דאס ביסל מסי"נ פאר אידישקייט מוז איך זיכער האבן, און אוודאי און אוודאי פראבירן!

אחכ"ז, כ'וויל מסיים זיין מעין הפתיחה. ווי פארשטענדליך האב איך דאך למעשה במשך די עטליכע יאר למעשה הנאה געהאט פין אלעס און פין יעדן דא, אמאל אויף איין אופן און אמאל אויף א צווייטע, אמאל ברבים און אמאל אין אישי, אבער הצד השוה מ'דארף אפגעבן א דאנק און רעספעקט פאר יעדן פאר'ן אריינלייגן דאס חיות דא! און בעיקר פאר די געטרייע חברי הנהלה כ"א בשמו הטוב יבורך וואס מאכן זיכער צו האלטן דעם ניווא דא מיט נישט ווייניג פלאג און מי, שלא אל מנת לקבל פרס, מ'רעדט דא פין א פלאץ, אפי' טאקע אויפ'ן געוועב, אבער דאך ריין ווי ווייט שייך פין אלע איבלען ארום און ארום, א פלאץ וואס אין תוכן קען זיך מן הסתם פארמעסטן מיט פילע היימישע קרעמלעך וואס שטעלט זיך פיזיש אוועק כאפן א שמועסל על דא ועל הא, ס'איז פארט א שטארקע חידוש אין די היינטיגע וועלט, ותשוחח"ל, ותהי משכורתם שלימה מעם ה'!

כ'וויל איבערבעטן יעדן, בטבע - אזוי צו זאגן - בין איך נישט קיין 'בלאגער', כ'האב טאקע דא געשריבן, אבער מיין מהות און חינוך איז נישט דער סארט כאראקטער (און כ'האב משום זה ממש אפשר נאר איינס אדער צוויי מאל אליינס געעפנט אן אשכול), און דעריבער קען אויך זיין אז כ'האב אמאל אויפגענומען געוויסע ענינים אויף א אנדערע אופן ווי ס'איז ערווארטעט אויף אזא פלאטפארמע, בעיקר צומאל אנבאלאנגט אידישקייט, איז כ'וויל מוסר מודעה זיין, אז איך האב גארנישט קעגן קיינעם פערזענליך, אין פאקט איך ווייס כמעט קיינעם נישט אין עכטן לעבן ווער זיי זענען, און ס'איז ממילא נישט שייך צו האבן באמת א טינה בלב אויף א ניק, אבער כ'וויל אודאי בעטן מחילה פין יעדן איינעם אויב כ'האב עמיצן אמאל וויי געטון. כ'קען זאגן כמעט בלי גוזמה אז פאר יעדע תגובה וואס כ'האב געשריבן האב איך בערך צוויי נישט געשריבן (אדער געשריבן און געלאזט לופטערן פאר'ן דרוקן שיק, און אזוי אויך איז נאך אפי' יעצט געבליבן ביי מיר אפגעשריבן עטליכע דרעפט'ס איבער אקטועלע ענינים וואס כ'האב אפגעשריבן במשך די צייט, און געהאט אין פלאן עווענטועל צו עפענען דערמיט אן אשכול, און ס'וועט ווארשינליך שוין נישט געשען..), און אפי' נאכ'ן שרייבן כמ"פ פארראכטן אויב כ'האב געשפירט אז ס'האלט נישט אויס כלפי עמיצן, אדער די נקודה קען קלארער פארשטאנען ווערן אביסל אנדערש. און איך בין אוודאי אויך מוחל יעדן אויב ס'איז עפעס וואס געווען, סוכ"ס זענען מיר נאר בו"ד און מ'מאכט אמאל טעותים.

לעבט וואהל מיינע ליבע פריינט, זאל אייך אלדאס גוטס באגליקען!! (קרעדיט: 'מנחם מענדל'), כ'וואונטש אייך אלע אסאך הצלחה אין אלע אייערע ענינים ברו"ג, און יעדער באזונדער זאל זוכה זיין צו זיין אליינס ערליך און אודאי מחנך זיין ערליכע אידישע דורות, און מיר זאלן אלע שוין זוכה זיין בקרוב ממש צו ביאת משיח בן דוד אמן!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:07 am

אבערוואס א תוכנ׳דיגער איד

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:32 am

א פייערדיגע שובבים תורה!!
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:45 am

הייליג און טייער
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:49 am

מוחההההה...
(יו בין איך הייזעריג). עההההה.... חחחח... פפפעה... מיר האט מען אויסגעלערנט עההחחח... אז ווי מ'איז קען מען דינען דעם אייבישטער און שטייגן. חחח..פפפ...עההה די אלע וואס זיכן זיך נייע וועגן זיי פאר פארן. אשר על כן איז מיין עצה עהחחח...פלפל. עהעע...ץ די זאלסט דא בלייבן ביי אונז און אין איין וועגס אונז מהנה זיין אזויווי ביז יעצט.

איך בעט אנטשולדיגונגס פארן רעדן מיט א הייזעריגע קול. ס'איז הייזעריג געווארן פון מוחה זיין למען שמו יתברך

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:52 am

אשאד די האסט נישט געשריבן אזא דרשה אסאך פריער
איך וואלט סאך מער ארויף געקוקט אויף דיר
הצלחה רבה
אין זאלסט זען א סימן ברכה אין וואס די טיסט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:06 am

זייער שיין און אינהאלטסרייך. הצלחה רבה!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:30 am

בנוהג שבעולם, אז ווען איינער גיט א געזעגענונגס רעדע, איז טייטש אז ער האט אמאל געגעבען אן איינצוגס רעדע, די שאלה איז, אויב דיין אויסצוגס און געזעגענונגס דרשה איז אזוי אינהאלטסרייך דאן ווי איז די איינצוגס רעדע? אונז זענען בשום פנים ואופן נישט מוותר דערויף.

עניוועי ביזט פון מיינע פעיוואריט ניקלעך געוועזען, און אויב דו שפירסט אז דו ווילסט נאך צירוק קומען ביסטע וועלקאם בעק, דארפסטעך נישט שעמען, העכסטענס העסטו געבן נאך א אפטריט רעדע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:52 am

זייער א תוכנדיגע תגובה

איך שעץ און רעספעקטיר דיין דעסיזשען

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:11 am

מצב כללי האט געשריבן:זייער א תוכנדיגע תגובה

איך שעץ און רעספעקטיר דיין דעסיזשען
עץ חיים הוא למחזיקים בה

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 12:00 pm

די בריוו גייט הענגען אין בהמ'' ד זרים אומרים. אין אינטען וועט שטיין אז די ארטיקל האט געסערטשט די שבת גויים פון פרא קליק

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:36 pm

שניידנדיג!! 'אבערוואס' האסט אריינגעשניטן אין מיין הארץ! כ'האף בקרוב צו גיין אין דיינע פיס טריט, יישר כח פארן מעורר זיין!
הוי 'מחשב'...

looking forward
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:36 pm

זייער שיין.
אממממ.. כבין צומישט זאל איך אויך גיין ? איך בין נאך ניי סאוי סאיז מיר נישט שווער צו גיין.
אבערוואס די מאכסט מיר טראכטן.
בילד

העלף א איד
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 07, 2018 12:07 pm

תגובהדורך העלף א איד » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:53 pm

אויב איינער קען מזכה זיין מיט PDF ביטע !

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 2:59 pm

גערעדט ווי א יוד דארף רעדען!

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:12 pm

העלף א איד האט געשריבן:אויב איינער קען מזכה זיין מיט PDF ביטע !

מיין געזעגענונגס דרשה.pdf
(44.69 KiB) דאונלאודעד 54 מאל

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:18 pm

דברים היוצאים מן הלב!!...
מוראדיג, די נחת רוח וואס דער אייבערשטער האט איז אין לשער, א יוד גייט אוועק פין דא ווייל ער וויל טוען מער פארן אייבערשטען, ער וויל פלעין האבן מער מסירות נפש
אשרי חלקך!

( האסט מיר געמאכט טשילס )
הצלחה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 5:13 pm

אבערוואס וואוו !!!
האסט מיר געברענגט טרערן אויף מיינע אויגן...
וואויל איז אז א איד שטארקט זיך אויף זיינע שווערקייטן.
אשריך ואשרי חלקך!!!
האסט מעורר געוועהן אסאך אידן דא, בלי שום ספק וועסטו האבן זייערע זכותים אויכעט...
זאל השי''ת דיר באגלייטן אויף יעדע שריט אין טריט..
参考专家

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:35 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:אבערוואס וואוו !!!
האסט מיר געברענגט טרערן אויף מיינע אויגן...
וואויל איז אז א איד שטארקט זיך אויף זיינע שווערקייטן.
אשריך ואשרי חלקך!!!
האסט מעורר געוועהן אסאך אידן דא, בלי שום ספק וועסטו האבן זייערע זכותים אויכעט...
זאל השי''ת דיר באגלייטן אויף יעדע שריט אין טריט..



גא"מ, פשוט אין לי מילים

אשריך ואשרינו שיש כמוך בישראל. חזקו ואמצו.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 7:46 pm

מאכסט מיר זיך ערנסט איבער טאכטן

אולי הגיע הזמן, כאטש אזוי פיל, זיך צו האלטן צום ענין שלשמה האב איך מיר אריין געסיינט
בל"נ וועל איך פרובירן זיך צו האלטן נאר צו די אקטועלע חלק און נוצן וואס איך זיך דא (ווי יארצייטן פון צדיקים א.ד.ג.) איך ווייס נישט צו כ'וועל קענען שטיין דערין, אבער דאס שרייבן אזוי ברבים, וועט מיר מער צווינגען זיך צו האלטן צו דעם.
והיה זה נזקף לזכותך.
אפשר צום סוף וועל איך דיר נאכטון אינגאנצן.

אשריך ואשרי חלקיך, דו ביסט א שטאלץ פארן כלל ישראל, אז בדורינו, א שר האלפיים מיט איבער 2 טויזנט תוכנ'דיגע תגובות, קען מאכן אזא U'טערן, איז זיכער אז עדיין לא אבדה תקוותינו.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:16 pm

מחשב האט געשריבן:שניידנדיג!! 'אבערוואס' האסט אריינגעשניטן אין מיין הארץ! כ'האף בקרוב צו גיין אין דיינע פיס טריט, יישר כח פארן מעורר זיין!
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

Borough Park
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:29 pm

וואס מיינסטו ער לאזט אינז איבער? ער עפענט א נייע ניק און ער בלייבט מיט אינז
איך בין pro shots

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:32 pm

Borough Park האט געשריבן:וואס מיינסטו ער לאזט אינז איבער? ער עפענט א נייע ניק און ער בלייבט מיט אינז


פארוואס זאגסטו אזוי
מיינסט אז ער וויל שפילען אויף אונז מיר קוקט עס אויס ווי ער מיינט עס זייער ערנסט...
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
参考专家

Borough Park
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:43 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
Borough Park האט געשריבן:וואס מיינסטו ער לאזט אינז איבער? ער עפענט א נייע ניק און ער בלייבט מיט אינז


פארוואס זאגסטו אזוי
מיינסט אז ער וויל שפילען אויף אונז עס קוקט אויס ווי ער מיינט עס ערנסט...

מ׳קען נישט וויסן איין זאך מ׳קען נישט האקן אויף אים ער קען נאך מיטהאלטן
איך בין pro shots

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:39 am

מ׳האמער עס אדורכגעליינט. מה נאמר ומה נדבר. ליידער ביסטו הייליג גערעכט. דברים היוצאים מין הלב. אמת׳דיג און שיין אראפגעשריבן. אסאך אידן וואלטן זיך געוויטשן אזאנע אייזערנע כוחות ווי דיר.

וואס בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשן פאר דיר איז, קודם ישר כח פאר דיין ארבעט בכלל, און פאר דיינע לעצטע פאר ווערטער בפרט. פון וועלכע פערספעקטיוון מ׳זאל דאס נאר ליינען נעמט מען פון דעם ארויס א מעכטיגע שטיקל דברי מוסר.

אפילו ס׳קוקט מיר אויס אז די ביסט קלאר ווי די טאג, בינעך זיכער אז ס׳וועט נישט אנקומען גרינג, ממילא ווינטש איך דיר סיעתא דשמיא, חזק ואמץ!

הכו״ח טשאדל.
לכבוד די צווייטע יאר טאג פון ווען דאנאלד טראמפ יר״ה איז געווארן איינגעשוואוירן אלטס דער פרעזידענט, האבעך דא קלענערע אויסצוגן פון עקספערטן און גרויסע מיינונג זאגערס, וואס האבן דורכאויס די לעצטע צוויי יאר פאראויסגעשאצט די פאלגענדע:

דראפבאקסגוגל דרייוו


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט