חג הממוניות - משיח'ס צייטן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

חג הממוניות - משיח'ס צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

[align=center]
חג הממוניות - משיח'ס צייטן
[/align]
די גאנצע משפחה זיצט ארום דעם שיין געדעקטן טיש ווען אויבנאן זיצט דער ראש המשפחה ר' ראובן. דער טיש איז אנגעפילט מיט אלערליי יום-טוב'דיגע מאכלים, די לעכט פינקלען און די בעכערס זענען אנגעפילט מיט וויין. אויף יעדנס געזיכט זעהט זיך אן אזא סארט צופרידענע שמייכל ווי מענטשן וועלכע זענען גענצליך זאט און גארנישט אויף דער וועלט פעלט זיי. זייער הארץ רינט איבער פון פרייד און זיי זינגען שירות ותשבחות צום אויבערשטן. די היינטיגע נאכט גיבן זיי אפ א לויב און דאנק צום אויבערשטן אז זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אויסגעוועלט פאר זיין איינציג פאלק וועלכע אנטפלעקט זיין כבוד אויף דער וועלט.

ר' ראובן שיקט אריין א מעסעדזש אין קאך אז מען קען שוין אויפגעבן די 'דאללענאטס'. מען ברענגט אריין אזא סארט איינגעזויערטע געמויזאכטס, וועלכע באשטייט הויפטזעכליך פון גרינע בלעטער, שארף און ביטער אין טעם, דער פארעם דערפון איז ווי א דאללער און מען שטעלט עס אוועק אינמיטן טיש. ר' ראובן טיילט פאר יעדן א כזית דערפון און אינצווישן הייבט ער אן פארציילן דעם 'סיפור הנס' צוליב וועלכע מען פייערט היינט דעם ספעציעלן יום טוב – 'חג ה ממ ו ני ות'.

"ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה" – פאנגט ער אן זיין ערציילונג ווען זיינע פייכטע אויגן זענען אויפגעהויבן צום הימל – געלויבט איז דער גרויסער הייליגער באשעפער אז עס איז דורכגעגאנגען נאך א יאר פון פרייהייט. אין די היינטיגע נאכט – פאר ניינצן יאר צוריק – איז דאס געווען ווען דער אויבערשטער האט געטון מיט אונז געוואלדיגע חסדים און אונז געשיקט משיח אונזער הויכגעשעצטע קעניג זאל לעבן צו לאנגע יארן, וועלכער האט אונז אויסגעלייזט פון
דעם לאנגן כמעט צוויי טויזנט יאריגע גלות.

מיינע טייערע לעכטיגע קינדער, איך וועל פרובירן אייך צו פארציילן אונטער וועלכע שווערע באדינגונגען מיר האבן געלעבט דארטן אינעם גלות, און ווי מיר האבן באוויזן – מיט די געוואלדיגע רחמנות פון אויבן – דאס אלעס איבערצולעבן – טראץ די שרעקליכע שוועריקייטן וואס מיר זענען דארט אויסגעשטאנען – און ארויסגיין אויף דער פריי ווי מיר געפונען זיך היינט צוטאג.

ווי איר ווייסט אלע, עסן מיר די היינטיגע נאכט די ביטערע 'דאללענאטס', דאס עסן מיר אלץ זכר צו די גרינע דאללערס אונטער וואס אונז און אונזערע עלטערן זענען געווען פארקנעכטעט און צוגעקייטעלט. כאטש איך בין דעמאלט נאך געווען א אינגע בחור'ל פון זעכצן יאר וואס דערפאר געדענק איך נישט אזוי גוט יעדן דעטאל, אבער פונדעסטוועגן דאך, דאס ביסל וואס איך געדענק יא, ליגט מיר אזוי טיף איינגעקריצט אין די ביינער, אז איך קען אייך געבן צו פארזוכן אויפן שפיץ גאפל עטוואס פון וואס מיר האבן מיטגעמאכט אינעם שווערן גלות.

איך געדענק נאך ווי אין יענע פינסטערע צייטן פלעגט זיידי – מיין טאטע – אהיימקומען פארנאכט פון די ארבעט, זייענדיג גענצליך איינגעטונקען אין א געיעג נאך דעם גרינעם 'דאללער'. צומאל האט ער זיך אפילו אויפגעהאלטן לענגער אין די ארבעט, ער האט געקענט פארבלייבן דארט ביז גאר שפעט ביינאכט, און דאס אלעס איז נישט געווען געצוואונגענערהייט – נאר פון זיין אייגענע ווילן ]![. דארט אין די ארבעט האט ער אריינגעלייגט זיינע אלע כוחות און ענערגיע, ווייל דאס איז דעמאלט געווען אן אנגענומענע זאך ביי יעדן איינעם, אז מיט אסאך פלאג און מיה קען מען עררייכן
אסאך געלט. ווען ער איז שוין ענדליך יא אהיימגעקומען, פון וואס האט ער גערעדט? ער האט
גערעדט איבער זיינע חלומות אז איין טאג וועט ער מצליח זיין מיט דעם און דעם ביזנעס און מיר וועלן אפשר זיין צווישן די רייכע מענטשן. איך פלעג הערן ווי ער רעדט אויפן טעלעפאן צו זיינע נאנטע פריינט, פון וואס האט ער גערעדט מיט זיי? ווייטער וועגן געלט! איבער יענער חבר וואס איז זייער סוקסעספול אין די ביזנעס, איבער דעם אנדערן חבר וואס וויל מצליח זיין, איבער די עקאנאמישע צושטאנד אין לאנד א. א. וו. ענק קענען זיך פארשטעלן? ענקער זיידע וואס ער גייט
אויס פאר נאנטקייט צום אויבערשטן, ער האט דאך נישט קיין אנדערע שטרעבן אויף דער וועלט אויסער מאכן כבוד פארן אויבערשטן, דער זיידע איז דעמאלט געווען פארנומען א גאנצן טאג מיט איין זאך: זיך איינהאנדלן א גרויס פארמעגן. ער איז נאכגעלאפן דעם דאללער ווי משוגע.

קינדערלעך, מאכט נישט קיין טעות, מיינט נישט אז מיר זענען געווען די פויערן פון שטאט, די אויסגעשפיגענע פון די קהלה, ניין! ניין! בכלל נישט! מיר זענען געווען חשוב'ע אידן, מיר האבן געלערנט, געדאווענט און געפירט א פרומע ערליכע לעבן, נאר דאס 'געלט' איז געווען די מערסט ארויפגעקוקטע זאך אין אונזער לעבן. פארשטייט זיך, מיר האבן עס אריינגעלייגט אין תירוצים פון אידישקייט, אבער די עכטע אמת איז געווען: געלט איז געווען די שפיץ גליק אין אונזער דעמאלטסדיגע געדאנקענגאנג.

יאסל – דער עלטסטער זון – וויל ארויסהאבן קלאר דעם בילד וויאזוי דער גלות האט דעמאלט אויסגעזעהן. ער פרעגט: "טאטע, עס הערט זיך אביסל ווי א פאנטאזירטע מעשה צו הערן אזעלכע זאכן אויף זיידי, איך קען מיר בכלל נישט פארשטעלן אפילו אין דמיון אזא מין זאך אויף אים. וויאזוי האט ער געקענט נאכלויפן נאך די עבודה זרה פון געלט? איך פארשטיי נישט, זיידי האט נאך דעמאלט נישט געטון די הייליגע עבודה – וואס ער טוט היינט צוטאג – פון אויפהייבן די געטליכע 'ניצוצות' פון טשיינא? און פון אנטפלעקן דעם אויבערשטנס כבוד אין טיילאנד?".

"מיין טייער קינד, דו פארשטייסט נישט אונטער וועלכע אומשטענדן מיר האבן דעמאלט געלעבט, יא, זיידי האט טאקע דעמאלט געהאט דעם זעלבן עמעזאן- ביזנעס וועלכע ער האט נאך ביז היינט, און ער האט טאקע דעמאלט אויך אימפאטירט סחורה פון טשיינא און טיילאנד, אבער דעמאלט אין גלות האט ער בכלל נישט געוואלט טראכטן און גלייבן אז ער הייבט אויף דערמיט די 'ניצוצות', זיין גאנצע קאפ און מוח איז נאר געווען פארנומען צו מאכן אסאך געלט, דאס האט ער געגארט און געשטרעבט א גאנצן צייט. איך געדענק נאך וויפיל צייט און כח ער האט אוועקגעגעבן פאר דעם ציל פון מאכן געלט".

דער עלף יעריגער מושי האקט איבער מיט א תמימות'דיגע שאלה: "אבער טאטי, וואספארא שייכות האט אריינלייגן כח און צייט מיט מאכן געלט? ענק האבן נישט געזעהן בחוש אז דאס האט נישט איינס מיטן אנדערן? עס איז דאך פארהאן אזויפיל מענטשן וואס ארבעטן שווער און קיין געלט האבן זיי נישט, ווידער איז פארהאן מענטשן וואס האבן באקומען אסאך געלט אן זיך מוטשען דערויף ווי צום ביישפיל א ירושה אדער א אויסטערלישע הצלחה פון קליינע פעולות? ענק האבן נישט אויפגעכאפט אז עס איז דא איינער וואס פירט די וועלט? וויאזוי קען מען מאכן אזעלכע גראבע טעותים? וואס, אין יענע צייטן האט קיינמאל נישט פאסירט אזעלכע סארט זאכן?".

דער טאטע צושמייכלט זיך: "יא טייערע מושי, אודאי איז עס דעמאלט אויך געשעהן פונקט ווי היינט, מיר האבן עס טאקע געזעהן מיט די אויגן און אפילו גערעדט דערפון פון צייט צו צייט, אבער וואס זאל איך דיר זאגן? עס האט זיך געענדיגט ביים רעדן, עס איז נישט געגאנגען ווייטער פון דעם, עס איז כאילו שטעקן געבליבן אויפן וועג צום הארץ, דארט אין הארץ איז פארבליבן די זעלבע אימפעט צו שוויצן פאר געלט, עס האט אויסגעזעהן כאילו דאס איז עפעס א גזירת הכתוב – וואס מען דארף נישט פארשטיין – אז: 'ווי מער מען ארבעט - אלץ מער עררייכט מען'. כדי צו מאכן געלט דארף מען ארבעטן שווער אן קיין זינען, אן איבערטראכטן צי עס שטימט טאקע מיט די ריאליטעט אדער נישט.

ענק ווילן דאס אביסל פארשטיין?! נעמט א משל פון "ווייטאג". ענק געדענקן? איך האב ענק אמאל מסביר געווען וועגן 'ווייטאג', אז מיר האבן געהאט אין גלות אזא סארט באגריף וועלכע רופט זיך: "ווייטאג". וואס דאס טוט גאר שטארק וויי. . . "ניין, מיר געדענקן נישט! וואס איז דאס "ווייטאג"? אזא סארט אומבאקוועמליכקייט? עפעס אזא מין זאך?".

"יא, בערך אזוי, דאס איז א מין געפיל אין הארץ וואס ווען דו לייגסט דאס צוזאם מיט סיי וועלכע אומבאקוועמליכקייט, מאכט עס דיר פיל מער אומבאקוועם. למשל, פרובירט צו טראכטן פון עפעס אן אומבאקוועמליכקייט, ווי קאפ שמערצן, א בריה, א וואונד. יעצט פרובירט זיך אויסצו'משל'ן כאילו דו ליידסט דעם אומבאקוועמליכקייט פאר סתם, אן קיין שום סיבה, עס גייט דיר נישט ברענגן אין ערגעץ, עס טראגט נישט קיין שום ציל און גוטס, נאר סתם אזוי איז געשעהן און דו ליידסט. ענק קענען זיך פארשטעלן ווי שטארק דאס טוט וויי, עס איז טויזנט מאל מער פיינפול. אט דאס רופט זיך "ווייטאג". די עצם אומבאקוועמליכקייט איז כמעט גארנישט אנטקעגן דעם געפיל פון 'ווייטאג' וואס מיר האבן געפיהלט אין גלות זייענדיג אונטער די איינפלוס פון טבע, די הארץ האט אזוי וויי געטון שפירנדיג אז מען ליידט פאר גארנישט".

דאס קינד כאפט נאך אלץ נישט אזעלכע טיפע באגריפן מיט וועלכע ער באגעגנט זיך נישט אין ריאליטעט, עס איז נישט גענוג טאפעדיג פאר אים: "אבער טאטי, וויאזוי קען זיין א זאך אן קיין שום ציל, ענק האבן דעמאלט נישט געגלייבט אז דער אויבערשטער פירט די וועלט? וואס האט עטץ געטראכט? ווער האט באשאפן אזא וועלט? ווער פירט עס און האלט עס? ענק האבן געהאלטן אז די 'געלט' האט באשאפן די וועלט?".

"אה, דו זעהסט? אט דאס האב איך געוואלט ענק זאלן פארשטיין, מיר האבן אלע געוואוסט איבער א באשעפער, מיר האבן אמת'דיג געגלייבט אין אים אז ער פירט אלעס און מיר האבן אפילו געדאווענט צו אים, אבער, אבער, עס איז מיר זייער שווער מסביר צו זיין מיט ווערטער, ווייל ברוך השם מיר לעבן נישט דארט, עס איז זייער שווער ענק זאלן קענען פארשטיין וויאזוי מען קען לעבן אין אזא סתירה, וויאזוי דער נפש קען זיין צוריסן אין אזעלכע קעגנזייטיגע הנחות. פון איין זייט גלייבט מען, אבער פון די אנדערע זייט שפירט מען עס נישט עכט, ענק ווייסן נישט וואס דאס מיינט אז עפעס בלייבט שטעקן צווישן די שכל און הארץ, אז די הארץ פיהלט נישט מיט די זאך וועלכע מען פארשטייט, ווייסט און רעדט. אפשר קען מען דאס אנרופן אז עס האט אונז געפעלט די 'דעת' וואס זאל באהעפטן צווישן די זאך וואס מיר ווייסן אין קאפ ביז צו די געפילן פון הארץ. . . ".

פלוצלינג הערט זיך א בת קול פון אונטערן טיש. . . די זעקס יאריגע דבורי זיצט דארט און שפילט זיך מיט אירע שפילצייג ווען מיט איין אויער האלט זי מיט דעם שמועס פון די עלטערע. זי מישט זיך אריין: "טאטי", יא צדיקת'ל, וואס זאגסטו? "איך האב דאס געלערנט די וואך אין סקול! מיין טיטשער האט אונז געזאגט אז אויב מען פיהלט נישט די זאכן וואס מען לערנט, איז עס פונקט ווי א שטיקל עסנווארג וואס גייט נישט אראפ אין מאגן נאר בלייבט שטעקן אין האלז. . . ".

"וואוו וואוו. . . דו זאגסט אזוי שיין, מיין זיס קינד, דו ביסט א לעכטיגע אידישע טאכטער". דבורי גייט צוריק צו אירע שפילצייג.

"וואו האב איך געהאלטן? וואס האב איך געוואלט מסביר זיין? אה! יא, מיר האבן דעמאלט געליטן אויף אזא זאך וואס הייסט "ווייטאג", יעדעס מאל וואס מיר האבן געהאט עפעס א זאך אין לעבן וואס איז נישט געגאנגען לויט אונזער ווילן, האבן מיר געפילט אין הארץ א ווייטאגליכע געפיל, אזויווי עפעס דארט אינעווייניג איז נישט מסכים דערצו. . . ".

"אבער טאטי, פארשטייט נישט יאסל, ענק האבן דעמאלט נישט געהאט די אלע ספרים וואס ערקלערן די אמונה אין אויבערשטן און זיין גוטסקייט?".

"אוי יאסל, וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט נאך קיינמאל נישט פארזוכט א טעם פון צו לעבן אן א בית המקדש – אפילו איין טאג, טא וויאזוי ווילסטו בכלל פארשטיין אידן וואס האבן שוין געלעבט צוויי טויזנט יאר (!) אן קיין בית המקדש? דו כאפסט דען וויאזוי אידישקייט אן א בית המקדש זעהט אויס? דו האסט בכלל נישט קיין השגה וואספארא טעותים, קרומקייטן און שוואכקייטן עס האט זיך – דורכאויס די אלע דורות – אנגעלייגט אין אונזער אידישקייט. קוק אהער, מיר זענען היינט זוכה צו קומען יעדע שטיק צייט אין בית המקדש, מיר זעהן דארט דעם אויבערשטנס כבוד, מיר זעהן דארט מיט די אויגן ווי דער אויבערשטער וואוינט צווישן אונז און האט אונז ליב, עס איז נישט א זאך וואס שטייט אין א ספר, נאר מיר לעבן עס מיט לעבעדיג, דעריבער איז אונזער הארץ פול מיט די דאזיגע נאנטקייט צו אים. אבער דעמאלט האבן מיר געלעבט אין א וועלט וואו מיר האבן קיינמאל נישט געזעהן דעם אויבערשטן און קיינמאל נישט געהערט ארויסזאגן זיין פולע נאמען, דו קענסט זיך פארשטעלן וואספארא טרוקענקייט מיר האבן געהאט אין אידישקייט? דו פארשטייסט? אפילו געהויבענע אידן וואס האבן געלערנט ספרים און פרובירט צו לעבן מיט אמונה, איז זיי אויך בכלל נישט איינגעפאלן אז מיר קענען לעבן מיטן אויבערשטן ממש ווי קינדער צו א טאטע! זיי האבן נישט געקענט פארדייען אז די ספרים מיינען דאס טאקע פשוט פשט. . . זיי האבן געמיינט אז עס איז עפעס א ווייטע בחינה. רוב ערליכע אידן איז זייער באציאונג מיטן אויבערשטן געווען ווי א וואוילע בירגער אונטער א שטרענגע קעניג וועלכע באשטראפט הארב אויף יעדע פארלעצונג פון זיין ווילן. . . צום בעסטן פאל איז עס געווען א באציאונג ווי א געטרייע סאלדאט צו א געעהרטע קעניג וועלכ מען דינט מיט גרויס יראת הכבוד, אבער נישט מער פון דעם,

שוין יאסל, וויפיל איך וועל רעדן וועסטו נישט קענען פארשטיין וואספארא מין אידישקייט דאס איז
געווען. . . לאמיר בעסער נישט רעדן צופיל. . . ".

לאמיר צוקומען צום נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן, איז פונקט ווי מיר האבן געשפירט ווייטאג פון יעדע אומבאקוועמליכקייט, טראץ וואס מיר האבן געהאט אמונה האבן מיר אבער למעשה געפיהלט ווי די אלע זאכן וואס מיר ליידן זענען אן א חשבון און א ציל, עס איז סתם אן אנשיקעניש. אט דאס זעלבע איז געווען מיט דאס צוגעבינדענקייט און געלויף נאך געלט, עס האט אונז בכלל נישט אויסגעזעהן ווי א סתירה צו די אמונה, די אמונה איז געבליבן אינעם 'עולם הדיבור', אבער אינעם פאקט האט אונז אויסגעזעהן אז אלעס וואס מען וויל עררייכן קען מען נישט אן געלט. מיר האבן געמיינט אז מיט געלט קען מען לעזן סיי וועלכע פראבלעם. און אויב דער פראבלעם איז נאך גרעסער, מיינט דאס אז מען דארף דא האבן נאך מער געלט און דאן וועט דאס אויך מסודר ווערן. . . ".

"אבער וואס קען מען שוין עררייכן מיט געלט?" דערגרינטעוועט זיך דער טיפזיניגער בחור יאסל.
דער טאטע צושמייכלט זיך און ענטפערט הומאריסטיש: "וואס רעדסטו? דו ווייסט וואס מען קען אלס קויפן מיט געלט? מיט געלט קען מען אלעס עררייכן, מען קען קויפן א גרויסע שיינע הויז, שיינע מעבל, הערליכע קליידער און צירונג, גוטע עסן און אלעס וואס די מאטריעליסטישע וועלט האט צו פארקויפן. . . ".

ספאנטאניש ברעכט די גאנצע פאמיליע אויס אין א הילכיגע געלעכטער פון דעם געלונגענעם וויץ, "ענק האבן דאן געהאט א סטאר פון לעבנס פרייד? א געוועלב פון אפענע הארץ? א פאבריק פון ליבשאפט און קשר? א געשעפט פון אמונה און בטחון? וואס בענעפעטירט מען פון די שענסטע זאכן אין די וועלט טאמער די הארץ איז פארמאכט אן שפירן א צוגעבינדענקייט צום באשעפער? אן פיהלן א נאנטקייט צום אויבערשטן?".

"טייערע קינדער, עס הערט זיך אפשר ווי א ווערטל, אבער מיר זענען געווען אזוי אריינגעטון דערין אז מיר האבן אליינס נישט געכאפט ווי מאדנע דאס איז. איך קען ענק זאגן איין זאך: ווען ענק וואלטן ווען דארט געווען וואלטן ענק אויפגעהויבן די קליידער כדי צו קענען לויפן שנעלער און כאפן מער געלט. . . אזא עבודה זרה איז דאס געווען.

אפילו קליינע קינדער, למשל, איך דערמאן זיך אז ווען איך האב בר מצוה געהאט, איז געווען א פארמעסט צווישן די בחורים'לעך ווער עס האט באקומען מער געלט ביי די בר מצוה, איבער די ספרים און מתנות האבן מיר בכלל נישט גערעדט, נאר איבער די געלט, יעדער האט זיך געהאלטן גרעסער פונעם צווייטן. און טאמער ווילט עטץ וויסן וואס איך האב געטון מיט דאס געלט? גארנישט! עס איז אזוי לאנג אפגעזיצן ביז מיינע עלטערן האבן עס מן הסתם גענומען.

טאמער איין אינגל האט געהאט א רייכע פעטער האט ער זיך ארומגעדרייט מיטן קאפ אין דער הייעך, ער האט זיך געשפירט עפעס חשוב און ספעציעל אז ער איז דער פלימעניק פונעם גרויסן גביר. איך זאג אייך דאס איז ממש געווען ווי אן עבודה זרה וואס יעדער איז נאכגעלאפן אן אויפהער, קליין און גרויס.

נאך א ביישפיל: בשעת א איד האט געמאכט עפעס א שמחה אדער א לחיים, האבן זיך אלע ברכות און וואונטשן געדרייט הויפטזעכליך ארום געלט, למשל ביי א שמחה פון א ניי געבוירן קינד, קודם האט מען אנגעוואונטשן די מקובל'דיגע נוסח "דו זאלסט זוכה זיין מגדל צו זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים", דערנאך האט מען אזוי פארשטארקערט דעם קוועטש אויף יענעמס האנט און דערביי צוגעלייגט עטליכע ווערטער "מיט אסאך אסאך געלט. . . ". די דאזיגע ווערטער זענען ארויסגעקומען פון טיפן הארץ. ווייל דאס איז געווען די מציאות דעמאלט, טאמער איינער פארגינט יענעם אמת'דיג און וואונטשט אים זיינע בעסטע וואונטשן, מיינט דאס: 'געלט'. טאמער איינער האט אנגעוואונטשן "דו זאלסט זוכה זיין צו אלעס גוטס" האט עס קלאר געמיינט: דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א גרויסער עושר.

שטעלט אייך פאר, מען האלט אינמיטן א ברית, מען ברענגט אריין א קינד אינעם בונד פונעם אידישן פאלק, און דארט בשעת מעשה וואונטשט מען אן פארן טאטן אז ער זאל אים גרינג ערציען, און וויאזוי? מיט אסאך געלט! אזא פשטות איז דעמאלט געווען אז מיט געלט קען מען לעזן אלע פראבלעמען און אנקומען צו אלעס גוטס אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, וואס דאס וועט העלפן דעם טאטן ערציען דאס קינד גרינגערהייט.

אפילו שבת און יום טוב האט מען זיך נישט געשעמט צו רעדן פון געלט, צי איז דאס פאר תקיעת שופר אדער נאך מגילה ליינען און אזוי ביי יעדע געלעגנהייט, צי אין מקוה צי אין בית המדרש. עס איז געווען זייער א נארמאלע זאך בשעת עס איז געשטאנען א קופקע מענטשן אוון געשמועסט שטותים און דברים בטלים, ביים ענדיגן דעם שמועס ווען דאס הארץ האט געגעבן א ציפ אז מען האט פאר'בטל'ט א שעה צייט מיט מאלן וואסער, פלעגט מען ענדיגן בערך אזוי: "דער עיקר איז דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן אסאך געלט". ווי גלייך אז יעצט האט מען שוין דערמאנט עפעס אן ערנסטע זאך, עפעס א תכלית אין לעבן. . . עס פלעגט דעמאלט קורסירן סטעיטמענטס און לאזונגען ביי יעדן איינעם ווי: "געלט איז נישט אלעס – אבער אלעס איז געלט", אדער: "צייט איז אויך געלט". א. א. וו.

יעדער מענטש האט זיך ארומגעדרייט אין קאפ מיט אזא חלום אז איין טאג וועט ער נאך ווערן א גרויסער עושר. דאס האט אים געגעבן א חיזוק אנצוגיין אין לעבן. איך געדענק, עס איז דעמאלט געווען אזא סארט געים פאר ערוואקסענע, מען האט דאס גערופן: "לאטערי", דאס האט געארבעט אזויווי אזא גורל, מען צאלט א דאלער צוויי, און מען באקומט א שאנס צו געווינען מיליאנען דאלער, איך געדענק מענטשן פלעגן פאנטאזירן און חלומ'ן אז זיי האבן דאס געווינען און זיי האבן שוין אסאך געלט. . . אט דאס האט זיי געגעבן די חיזוק"
.
"חיזוק? איך כאפ נישט? וואס האט געלט מיט חיזוק איינגעלייגט?" פרעגט די ניין יאריגע רבקי. "איך האב ענק שוין מסביר געווען, ענק דארפן פארשטיין, אזא כלל איז געווען אנגענומען דעמאלט
ביי יעדן, אז דורך געלט קען מען לעזן אלע פראבלעמען אין דער וועלט. . . ".

"און פון וועלכע וועלט זענט עטץ אפירגעקומען מיט אזא לעכערליכע שיטה? ענק פלעגן טאקע זעהן אז די רייכע מענטשן זענען פרייליך און צופרידן? די עשירים פלעגן טאקע נישט האבן קיין שום פראבלעמען?".

"עה, וואס פאלט דיר ביי? עס איז גארנישט געווען אנדערש ווי היינט, די וועלט איז געפארן די זעלבע וועג ווי עס פארט היינטיגע צייטן, איך האב אייך שוין מסביר געווען, מיר האבן געזעהן פונקטליך די זעלבע זאך וואס מיר אלע זעען היינט צוטאג, נאר דער קאפ איז געווען פארדרייט, די פארגרעבטקייט פון די גשמיות'דיגע וועלט האט אזוי באהאלטן און פארהוילן די אמת'ע פאקטן. דוכט זיך מיר אז אין א געוויסע זין האבן מיר דעמאלט געהאט מער מסירת נפש פאר אידישקייט ווי היינט, ווייל היינט זעהט מען שוין אלעס אפן און גראד, דעמאלט איז דאס נישט געווען, מען האט גארנישט געזעהן".

"מאמע – ווענדט זיך ר' ראובן צו זיין אשת חיל וועלכע זיצט ביים טיש און הערט זיך צו מיט אינטערעסע – פארצייל דו אויך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן ביי ענק אינדערהיים, פארצייל וואס דו געדענקסט, זאלן די קינדער הערן, זיי דארפן דאס וויסן, מיר גייען שוין באלד זאגן דעם הלל אלע אינאיינעם, זיי דארפן זיין פריייליך און דאנקן אמת'דיג, די היינטיגע נאכט איז דא א חיוב אויף יעדן איד באזונדער: "זיך צו באטראכטן און אנקוקן כאילו מען איז טאקע פאקטיש ארויסגעגאנגען פון דארט".

זי שמייכלט, "טאטע, יעצט אז מען רעדט פון יענע צייטן כאפ איך זיך אז בעצם אונזער שידוך וואלט קיינמאל נישט געקענט צושטאנד קומען אין גלות, האסט שוין אמאל געטראכט דערוועגן? זי דרייט זיך אויס צו די קינדער און איז מסביר אירע ווערטער: צוליב מיין משפחה וועלכע איז געווען גאר רייך, מיר האבן זיך ממש געהאלטן פאר א העכערע קלאס מענטש, ענק פארשטייען ווי ווייט דאס איז געגאנגען? די עשירים האבן זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט סתם א מענטש וואס האט נישט קיין געלט, כאילו זיי זענען עפעס בעסער און געהויבענער ווי דער סתם עמך איד.

פון די אנדערע זייט זענען אויך געווען מיטל קלאס מענטשן וואס האבן אזוי שטארק ליב געהאט געלט, אזש זיי האבן נישט געוואלט צו טרעטן צו א שידוך איידער די אנדערע זייט האט זיך אונטערגענומען א געוויסע סומע געלט, זיי האבן ניטאמאל געוואלט אויסהערן איינצלהייטן פונעם שידוך טאמער יענער איז נישט געווען גרייט אראפצולייגן א גרויסן סכום געלט!".
"
מאמע, דו טרייבסט איבער? וואס האט שידוכים צו טון מיט געלט?".

"יא, יא, ענק פרעגן זייער גוט, היינט קען מען דאס בכלל נישט פארשטיין, וויאזוי קען זיין אז בשעת מען רעדט וועגן אויפשטעלן א אידישע שטוב, בויען א משכן פארן אויבערשטן דרייט זיך אלעס ארום געלט, אבער הער אויס, זיי האבן עס געמיינט ערנסט, זיי האבן זייער שטארק געוואלט אויפשטעלן א תורה'דיגע שטוב, א שטוב פון השראת השכינה, זייער שטרעבן איז געווען אז דער חתן זאל קענען זיצן און לערנען רואיג אן קיין דאגות, און לויט זייער פאנאטישע בליק זענען זיי געווען זיכער אז טאמער עס וועט זיין געלט אין שטוב, וועט נישט זיין דארט קיין שום דאגות, און
טאמער נישט – נישט".

די קינדער לאכן שוין נישט אזוי שטארק ווי פריער, זיי הייבן שוין אן רחמנות צו האבן אויף די מענטשן וועלכע זענען נעבעך געווען אין אזא ביטערע גלות אונטער אזעלכע שווערע קליפות.

"איך בין אויפגעוואקסן אין א רייכע שטוב, אנדערש ווי טאטי'ס משפחה, וואס למעשה – צוליב זייער ארימקייט – פלעגן זיי בעטן דעם אויבערשטן זאל זיי געבן זייערע געברויכן, פארשטייט זיך אז עס איז ווייטער געווען ארום געלט, אבער נאך אלעם האבן זיי כאטש גערעדט צום אויבערשטן. אבער ביי אונז איז דאס אויך נישט געווען, מיר זענען געלעגן אין א פיל טיפערע בלאטע, קיין שום מאטריעליסטישע זאך האט אונז נישט געפעלט, יעדע שפילצייג, טשאטשקע און קלייד וואס איך האב נאר געבעטן האב איך באלד באקומען, וואס איך האב נאר גע'חלומ'ט האב איך באלד עררייכט. אין שולע האב איך געהאט אזויפיל פריינד, אלע האבן זיך גע'חנפ'עט צו מיר, ווען איך זאג 'אלע' מיין איך אפילו דעם טיטשער און פרינציפאל.

פון צייט צו צייט האט זיך מיר אריינגע'גנב'עט א מחשבה אז קיינער איז מיר נישט עכט א חבר'טע זיי האבן פשוט הנאה זיך צו דרייען ארום מיר ווייל מיר האבן אסאך געלט. אבער גאנץ שנעל האב איך זיך צוריק געכאפט און ווייטער הנאה געהאט פון מיין פאפולערע שטאנד, פון דאס וואס אלע דרייען זיך ארום מיר און זענען מיר מכבד.

די עשירים זענען געווען ווי א געטשקע, מענטשן האבן זיך כמעט ווי געבוקט צו זיי, די ארימע האבן שטענדיג געזוכט זיי צו מהנה זיין, מען האט זיי געברענגט מתנות וואס זיי גלייכן מען האט זיי געגעבן גוטע ווערטער לויט זייער געשמאק, שטענדיג האט מען זיי געברענגט גוטע גריסן פון זייערע קינדער, און מענטשן האבן שטענדיג פרובירט צו באדינען און העלפן עפעס דעם עושר, עס איז געווען ממש א זכיה צו האבן שייכות מיט אים, אפילו מען האט נישט באקומען דערפאר קיין איין פרוטה! עס איז געווען אזויווי להבדיל צו האבן שייכות מיט א צדיק. איך געדענק אז פורים האבן מיר באקומען משלוח מנות פון די גאנצע שטאט.

יעדער איינער האט געהאט פאר אונז אזא מין דרך ארץ און רעספעקט, אלע טויערן זענען געווען אפן פאר אונז. איך האב דעמאלט געהאט אזא מין געפיל אז מיין טאטע האט די מאכט אויסצופירן סיי וועלכע משוגעת עס פאלט אים נאר ביי, ווייל יעדער איינער פלעגט אים אויסהערן און געבן גערעכט אין יעדן פאל, אלעס צוליב זיין געלט. דאס אלעס האט געברענגט דערצו אז איך האב קיינמאל נישט געקומען צום אויבערשטן אים בעטן עפעס פון טיפן הארץ אדער אים צו דאנקן אמת'דיג, נאכמער, איך האב קוים געטראכט פון אים בכלל".

יאסל ציהט זיין טאטן ביי די ארבל און פרעגט אים שטילערהייט – כדי נישט צו שטערן די מאמע פון איר ערציילונג: "טאטי, טאמער זיי האבן נישט בענעפיטירט קיין איין פרוטה פון דעם עושר, טא וואס איז געווען זייער כונה מיטן נאכלויפן דעם עושר? זיי האבן שוין דעמאלט געוואוסט דעם סוד פון "אוהבי עשיר רבים הם" )משלי י"ד( אז דער עושר האט א הויכע נשמה און דעריבער האבן זיי זיך געוואלט דרייען נעבן אים כדי צו באקומען אביסל פון זיין נשמה'דיגע אור?".

ר' ראובן צולאכט זיך הויך, ער האקט איבער די מאמע אינמיטן אירע ווערטער: "מאמע, דו הערסט וואס יאסל פרעגט? ער וויל פארשטיין פארוואס זענען זיי אזוי נאכגעלאפן די עשירים? ער פרעגט צי זיי האבן געהאט די זעלבע כונה פון רבינו הקדוש וואס האט מכבד געווען די עשירים?".

"וואס? – פרעגט זי מיט א געלעכטער – דו מיינסט אז זיי האבן געקוקט אויף געלט ווי עפעס וואס האט שייכות מיט א נשמה? עה, בכלל נישט, ווייט ווייט דערפון! זיי האבן געקוקט אויפן פראסטן דאללער און געגארט דערצו, א גאנצן טאג האבן זיי נאר גע'חלומ'ט און געשטרעבט צו האבן געלט, אזש אז די געלט איז ביי זיי געווארן א תכלית פאר זיך, דעריבער ווער עס האט געהאט מער פון דעם תכלית – וואס הייסט געלט – איז געווען ביי זיי מער ארויפגעקוקט און געשעצט, כאילו יענער איז שוין אנגעקומען צו עפעס א געוויסע תכלית אין דער וועלט. דאס איז די פשוט'ע סיבה פארוואס זיי האבן אונז גע'חנפ'עט און זיך געלעקט צו אונז מיט אזא ביטול.

און חוץ פון דעם איז עס אויך געקומען פון א האפענונג וועלכע איז געווען באהאלטן פון זיי אליינס, עס איז געלעגן אונטער זייער באוואוסטזיין אזא דמיון אז די עשירים האבן אזויפיל געלט אז זיי קענען רייך מאכן יעדן איינעם וואס דרייט זיך נאר אין זייערע ד' אמות, כאילו דער עושר זוכט פאר וועמען אוועקצוטיילן זיין פארמעגן, דעריבער האט אין זיי געטליעט אזא פונק פון האפענונג: אפשר איין טאג וועט עס געשעהן, נאך יארן פון זיך דרייען ארום אים, אים לעקן און דינען, וועט ער נעמען א גרויס שטיק פארמעגן און מיר אוועקגעבן במתנה. . .

יא, יא, איך ווייס אז דאס הערט זיך ווי אן אויפגעטראכטע מעשה, איך פארשטיי ענק זייער גוט קינדערלעך, ווען איך וואלט נישט דארט געווען וואלט איך אויך געהאלטן אז דאס איז איין שטיק פאנטאזיע. . .

נאר וואס זאל איך טון אז איך רעד פון זאכן וואס איך האב מיטגעהאלטן טאג טעגליך.

"מאמי – פרעגט מושי א סענסעטיווע שאלה – ווען קעניג משיח שליט"א איז געקומען און ענק אויסגעלייזט פון גלות און מענטשן האבן ענק אויפגעהערט נאכלויפן און זיך לעקן צו ענק, האסטו געפיהלט אנטוישט און אפגעפאטשט? האסט געפיהלט אז מען האט צוגענומען פון דיר דיין גאנצע כבוד און סוקסעס?".

"אוי, דו ווייסט נישט וואספארא ביטערע רחמנות איך בין געווען איידער משיח איז אנגעקומען. איך בין באמת געווען א צוקלאפטע מיידל, אין מיין הארץ האט געהערשט א שרעקליכע ליידיגקייט, איך האב געשפירט אז איך האב נישט קיינעם אויף דער וועלט, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיר, איך מיין צו זאגן: אין מיין אינערליכע נפש, קיינער אקצעפטירט מיר נישט בעצם, מען נוצט מיר נאר אויס, מען דארף מיין געלט – נישט מיר! כאטש איך האב געהאט אלעס וואס איך האב נאר געדארפט, האב איך אבער געשפירט אז איך האב גארנישט אין מיין לעבן.

נישט נאר חבר'טעס האב איך נישט געהאט, נאר בכלל עפעס א טעם אין לעבן האב איך נישט געהאט. ענק קענען זיך נישט פארשטעלן וויאזוי עס קוקט אויס א מענטש וואס קומט קיינמאל נישט צום אויבערשטן, נישט בעטן, נישט דאנקן און נישט סתם פארציילן, גארנישט. וואספארא טעם האט אזא לעבן? די געלט האט דערשטיקט דעם נאטורליכן געפיל פון א באשעפעניש צו שטיין פארנט פון זיין באשאפער און רעדן צו אים, בעטן אויף א פראבלעם, דאנקן אויף א ישועה. איך בין געווען ממש פארמאכט און פארקנאקט אין מיר. אלעס צוליב דעם פארשאלטענעם עבודה
זרה.

די שרעקליכע קרענק וואס דאס געלט האט אונז געברענגט צו שפירן 'כוחי ועוצם ידי', אז איך טו אלעס און אלעס איז מיין קרעדיט, דאס האט ממש אונטערגעברענגט אונזער גאנצע איידלקייט און הכנעה, עס האט אונז צוגע'גנב'ט די ווייכע הארץ מיט וואס א איד איז נאטורליך באשאפן געווארן. טאמער איז מיר אמאל אויסגעקומען צו ליידן א קליינע דורכפאל ווי למשל באקומען א 99 צייכן אויף די פארהער – אנשטאט א 100 – האב איך דאס נישט געקענט אויסהאלטן, איך בין נעבעך געווען אן אויפגעבלאזענע בעל גאוה וועמען עס קומט זיך אלעס אין דער וועלט.

אסאך מאל שטיי איך און איך פרעג מיר אליינס, וויאזוי קען זיין אז איך האב דאס בכלל איבערגעלעבט? א מענטש איז דאך נישט מער ווי א כלי צו אנטפלעקן דעם אויבערשטנס כבוד אויף דער וועלט, טא פון וואנעט האב איך באקומען לעבן און לעבהאפט טאמער איך האב דאס נישט געדענקט? טאמער איך האב געמיינט אז איך לעב דא פאר מיר, דער עיקר איז מיין מציאות, מיין כבוד און פרעסטידזש, טא אין וועלכע זכות האב איך באקומען צו אטעמען? איך האב געשפירט דעמאלט אזוי ווייט און אפגעהאקט פון מיין נאטורליכקייט, אזוי פארטרוקנט און אפגעקילט פונעם קוואל פון לעבהאפט, פונעם לעבעדיגן באשעפער, אז עס איז א נס אז איך האב עס דורכגעלעבט.

די געלט האט אונז צוגענומען די גאנצע געשמאק אין לעבן, עס האט אונז צוגענומען די רואיגקייט און צופרידנקייט, מיר האבן קיינמאל נישט פארזוכט פון די מדה פון זיין צופרידן און פרייליך מיט וואס מען האט, ווייל די גאנצע וועלט איז דאך געווען אפן פאר אונז, מען קען דאך אלעס באקומען, טא די וועלט איז צי גרויס צו קענען אפמאכן אז אט דאס וואס איך האב איז די בעסטע און שענסטע און מען קען זיך שוין אפשטעלן ביי דעם און זיין צופרידן, דער רייץ נאך עפעס אנדערש האט קיינמאל נישט נאכגעלאזט. דאס האט געפירט דערצו אז ביי אונז אינדערהיים האט געהערשט איין גרויסע צוקוועטשקייט. . . די אנזעץ איז געווען גרויס, מיר זענען געווען ארומגענומען מיט נעגאטיווע געפילן, גאוה און אומפארגינערישקייט. אין די היינטיגע וועלט עקזיסטירט בכלל נישט אזעלכע סארט געפילן, עס קומט מיר ארויף א קעלט אין די ביינער ווען איך דערמאן זיך נאר פון יענע צייטן".

"נו אויב אזוי – פרעגט רבקי – טא פארוואס האסטו נישט מתפלל געווען דערויף צום אויבערשטן? דו האסט פריער געזאגט אז דו האסט נישט געהאט קיין פראבלעם אויף וואס צו קומען צום אויבערשטן בעטן.
דו האסט דאך שוין איינמאל געהאט א פראבלעם? א צוקלאפטע נפש איז נישט גענוג א גרויסע פראבלעם אויף וואס צו קומען צום אויבערשטן מיט א צובראכן הארץ?".

"ווייל איך האב בכלל נישט געכאפט וואס עס גייט פאר מיט מיר, פארוואס איך שפיר אזא לאך אין הארץ, איך האב נישט פארשטאנען וואס עס פעלט מיר, איך האב נישט געוואוסט אז עס איז דא עפעס אן אמת אויף דער וועלט, איך האב נישט גע'חלומ'ט אז עס איז דא עפעס וואס קען אנפילן מיין ליידיגקייט. נאכמער, איך האב אפילו נישט געוואוסט צי איך בין נארמאל אז איך שפיר אזוי, איך האב זיך נישט געגעבן גערעכט דערויף, ווייל איך האב באקומען פון יעדן איינעם א געפיל אז איך בין די גליקליכסטע מענטש וועלכע דארף זיין זאט פון צופרידנקייט. דעריבער האב איך נישט געוואוסט צי איך מעג זיין אזוי צוקלאפט און צובראכן, ווי פארשטענדליך האט דאס צוגעגעבן צו פארמאכן מיינע געפילן נאכמער.

אלע מיידלעך האבן מיר מקנא געווען, אבער אינ'אמת'ן האב איך געברענט פון קנאה אויף זיי, יעדע זאך האט מיר אזוי געשטערט און אויפגערעגט, און איך האב ניטאמאל געקענט אידענטיפיצירן די אורזאך פון מיין אומצופרידנהייט וואס איך האב געשפירט א גאנצן טאג. איך האב געמיינט u1488 אז מיטן קויפן נאך א קלייד פון די נייעסטע מאדע און סטייל וועל איך באפרידיגט ווערן, אבער די גליק איז נישט אנגעקומען. אוי! אזוי האב איך איבערגעלעבט דעם גלות, איך בין דורכגעגאנגען שבעה מדורי גיהנם, יעדן טאג פרישע ווייטאג און פיין".

די קינדער זיצן היפנאזירט פונעם ווייטאגליכן געשיכטע וואס זיי האבן דא נארוואס געהערט. דבורי – וועלכע איז שוין ארויסגעקומען פון אונטערן טיש און זיך געזעצט אויף די פאדלאגע נעבן איר מאמע – קען זיך נישט איינצוהאלטן פון ארויסגעבן אירע רחמנות געפילן צו איר ליבע מאמע: "אוי מאמי, עס איז דיר געווען אזוי שווער, איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט מיטגעמאכט אזא שווערע יוגנט. . . ".

"ריכטיג, אבער דאס איז געווען שווער פאר אונז אלע, גאנץ כלל ישראל האט געליטן דערפון, איינער אויף אזא אופן און דער צווייטער אויף אן אנדערן אופן, יעדער איז געווען צופליקט און צוריסן, נישט געוואוסט פון זיין לעבן צו זאגן, נאר דער קעניג משיח זאל לעבן האט באוויזן אונז ארויסצונעמען פון דארט, ער האט אונז אויפגעוועקט פון טיפן שלאף, ער האט אונז געגעבן שכל צו זעהן דעם פשוט'ע פאקט אז עס איז דא איינער וואס פירט און באלעבט די וועלט, ער איז דער קוואל פון לעבן, נאר ער איז די לעזונג צו יעדן פראבלעם, נאר ער איז דער וואס פילט אן דעם ליידיגקייט מיט ליכטיגקייט, ער פארשטייט אונז און הערט זיך איין צו אונז, עס איז דא צו וועמען זיך צו ווענדן, און וועמען צו דאנקן. יא דבורי? גוט פארשטאנען?".

אירע אויגן האבן זיך באגעגנט מיטן זייגער, זי גיבט א שפרינג אויף: "אוי וויי טאטע, גיב א קוק וויפיל א זייגער עס איז, מיר דארפן נאך עסן די פלייש פונעם קרבן תודה פאר חצות און זאגן הלל, לאמיר זיך צואיילן. . . ".

"קינדערלעך, אפשר ווילט עטץ זינגן א ניגון ביז ווי לאנג איך ברענג אייך אריין די פארציע קרבן?".
אלע צוזאמען האבן אנגעפאנגען זינגען מיט פרייד "מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי. שהוציאנו מעבדות לחירות, משעבוד לגאולה, מאפילה לאור גדול".

בַּיּוֹם הַהוּא, יַשְׁלִיךְ הָאָדָם, אֵת אֱלִילֵי כַסְפּוֹ, וְאֵת אֱלִילֵי זְהָבוֹ--אֲשֶׁר עָשׂוּ-לוֹ לְהִשְׁתַּחֲוֺת, לַחְפֹּר פֵּרוֹת וְלָעֲטַלֵּפִים (ישעיה ב' כ'(.
". . . קיינער זאל נישט מיינען אז ווען משיח וועט קומען וועט זיך טוישן עפעס פון די וועג וויאזוי די וועלט פארט, אדער עס וועט צוקומען עפעס א נייע זאך אין דער וועלט, ניין! די וועלט וועט אויסזעהן די זעלבע ווי יעצט...
דעמאלט וועט נישט זיין קיין הונגער, נישט קיין מלחמות, נישט קיין קנאה און פארמעסט, די גוטס וועט
זיך גיסן אין די מאסן, די בעסטע עסנווארג וועט זיין צו באקומען ווי די זאמד, די גאנצע וועלט וועט נישט האבן קיין שום אנדערע באשעפטיגונג נאר צו וויסן און קענען דעם אויבערשטן; ווי דער פסוק זאגט: "כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים" (רמב"ם מלכים ומלחמותיהם פרק י"ב(.


(באקומען אין אימעיל - ווערט ארויס געלייגט לתועלת הרבים)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

זייער זייער שיין גוט מעורר עס קומט זיך דיר א קניפ אין בעקל

איך מיין אז די האסט עס שוין אמאל ארויף געלייגט נאר מיט א אנדערע נאמען
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

קען איינער עס ביטע פדפ'ן ?

אה, שיעור פארגעסן, יישר כוח, ס'איז אן הערליכן ארטיקל.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

קען איינער עס ביטע פדפ'ן ?

אה, שיעור פארגעסן, יישר כוח, ס'איז אן הערליכן ארטיקל.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kosher phone »

נישט דא קיין ווערטער....!
אויב איינער קען עס פליז PDF'ן, כ'וויל עס אהיים נעמען שנעל פאר קעניג משיח שליט"א קומט אהן....
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

kosher phone האט געשריבן:נישט דא קיין ווערטער....!
אויב איינער קען עס פליז PDF'ן, כ'וויל עס אהיים נעמען שנעל פאר קעניג משיח שליט"א קומט אהן....

yalah האט געשריבן:קען איינער עס ביטע פדפ'ן ?


פי די עףף
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

יישר כוח גדול מאוד
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

kosher phone האט געשריבן:נישט דא קיין ווערטער....!
אויב איינער קען עס פליז PDF'ן, כ'וויל עס אהיים נעמען שנעל פאר קעניג משיח שליט"א קומט אהן....

טראג עס נאר נישט קיין 770...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זייער קלוג האט געשריבן:זייער זייער שיין גוט מעורר עס קומט זיך דיר א קניפ אין בעקל

איך מיין אז די האסט עס שוין אמאל ארויף געלייגט נאר מיט א אנדערע נאמען

א צווייטער האט דאס דארט ארויפגעלייגט (הרב להודיע), איך האב דאס ניטאמאל באמערקט

נאר נאכן ארויף לייגן דא, האט מען מיר צוגעוויזן אהין

שוין זעהט אויס אז צוויי מאל איז שטערקער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

דאס איז געוואלדיג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”