בשבילי נברא העולם - אה נאו, בשבילי!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3068
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

בשבילי נברא העולם - אה נאו, בשבילי!

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:26 am

אלס קינד אין חדר איז געווען אנגענומען אזא כלל

חיימ'ל [עכטע נאמען געהיט אין רעדאקציע] האט זיך גערעגט אויף חזקי: "איך בין דיר נישט מוחל - משוגעענעער"!!

אויב חזקי האט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ און "תוך כדי דיבור" צוריקגעשריגן "וואס דו ביזט"!!!, דאן איז חזקי געווען נקי מן האָלָה הזאת. ער איז צוריק א נארמאלער קינד. ער האט צייטליך אפגעשפראכן די שאנדע-טיטול פון זיך, און דאס סוקסעספול צוריק געווארפן אויפ'ן קאפ פון חיימ'ל, וועלכע איז אצינד אן אפגעסטעמפלטע משוגענער.

התינח, ווען חיימ'ל האט פארפארסט דעם תוך כדי דיבור שיעור. אויב אבער איז ער געווען עטוואס מער געריבן און תיכף עקספלאדירט "דו"!!!, דאן איז מפטירין כדאתמול: חיימ'ל - נארמאל. חזקי - משוגע ווי א בארג.

אזוי האט עס געקענט אנהאלטן א לענגערע וויילע, ביז דער רבי איז אריינגעקומען אין קלאס נאך ריסעס

- צודרייטער...

- וואס "דו" ביזט!

- (מיט א העכערע טאן) אה נאו דו!

- דו... דו... דו...

אזוי חוזר חלילה, עד מאה פעמים ואחד.

יעדעס מאל וואס די קינד האט געשריגן בשפה ברורה ולא נעימה, האט ער מאמין געווען באמונה שלימה, אז עקימת שפתיו הוי מעשה. ער האט זיך גענצליך ריינגעוואשן, און זיין חבר איז איצטערט באמת געווארן א לא לנו. אזוי איז ביי יעדע סטעיטמענט געווען א מציאות פון משנה הבריות.

------

גאר ענליך פלעגט זיין ביים נוצן דעם "יפה כח האב" ביים סטראשענען דעם געוועזענעם חבר

- מיין טאטע איז א שומרים, ער וועט דיר....

- מיין טאטע קען קראטי, ער וועט באבויקערן דיר! מיט דיין טאטע!!

- מיין טאטע האט א יו נעים איט...

דער קינד גלייבט מיט א פשטות, ווי מער מעכטיגע ווערטער, אלס שטערקער און מעכטיגער בין איך.

------

שוין א לאנגע צייט זינט איך האב גראדואירט פון חדר, אבער ליינענדיג אייוועלט אין די פארגאנגענע צוויי וואכן, איז מיר עטליכע מאל אויפגעשווימען די סארט זכרונות.

• גזירת החינוך אין ניו יארק סטעיט
• פריזאן רעפארם אין יונייטעד סטעיטס
• מציצה בפה אין ניו יארק סיטי


- האדמו"ר מ'ליטשעסא האט עס למעשה גע'פועל'ט אין אלבאני

- דו ביזט נישט באהאוואנט, יענץ האט בעקפייערד. די מיטינג פון רשכבה"ג מ'סערעווילץ האט למעשה עס געשטעלט אויף די רעלסן

- קראנט: די גרעסטע סומע האט מו"ר מ'פלודערייז געשאפן גלייך ביים ערשטע פאנעל

- לא דובים ולא דאלארן. זיי האבן זיך געבאדן אין חובות ביז קהל פיסיחיירא האט נישט קלאר געסטראשעט בלומבערג מיט א באיקאט אויף זיין נייעס סטאנציע

- ברעקינג: אונטער פארשלאסענע מיילער בבית נאוה קודש פון האדמו"ר מלענטיל האט דער באגאאבטער אדוואקאט געמאלדן אז ער וועט מארגן אויפברענגן א פרישע ביל (אינוואויס)

- די מיטינג איז געווען סתם להגדיל הטראסק. ווען וועט מען פאלגן די עלטערע פון די אנדערע קהלה, וועלכע האלטן איצט ביים שרייען "למה תתראו"?

- דער ראש הקהל אין מיין ביהמ"ד האט אומצוויידייטיג געמאלדן מיט פאטאס: היו לא תהי'! אונזער קהלה בזכותו של אותו נער, האט פאררופן די ערשטע אסיפה צו ראטעווען, און וועט בעז"ה באגלייטן די אויסגאנג ביז צום סוף.

------

זעהט אויס אז דאס איז די נאטור פון קינדער. מען שרייט און פירקעלט, און מען כאפט נישט אז באמת דער עולם ארום קוילערט זיך פאר געלעכטער.
לעצט פאראכטן דורך הלשון אום דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:01 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:30 am

טעגלאש טעגלאסאש טעגלאסאסאש וכו' וכו'
. . . . . . .

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 2:44 am

פיין געלאכט

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:12 am

זייער גוט א גרויסן יש'כ
טויגסטך יא
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 7:56 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:פיין געלאכט
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 8:04 am

חיים'ל וחיים ביד הלשון.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 8:05 am

גאר גוט! געהאט א גוטן לאך
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 8:30 am

גוט!!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 8:30 am

וואף! אריינגעשמאלצן צענדליגע בלעטער פון אונזער וועלטעל אין איין תגובה דאס טייטש להוציא יקר מזולל
אגב האב איך אין א עפענטליכע אומפארטייאישע פארצווייפעלטע רוף גערופן די מנהלים אפצושטעלן די פירקלערייען און ב״ה זיי האבן עס מוציא געווען מהלכה למעשה און כהאב הנאה אז הלשון איז איינשטימיג
יפה דברת

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:41 am

זייער גוט,
גאנצעטע בלעטער און געציילטע שירות!

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 11:01 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:פיין געלאכט
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 11:05 am

זייער קלוג האט געשריבן:זייער גוט א גרויסן יש'כ
טויגסטך יא

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:01 pm

ניינע פייעס הנאה געהאט
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:01 pm

ניינע פייעס הנאה געהאט
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:15 pm

הלשון, אייזן שטארק!!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:20 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:26 pm

זיס ווי ציקער

גראדע אויף אפאר נעמען וויל איך מאכן קאפירייט, ס'קוקט אויס, אז מ'וועט קענען אמאל פארקויפן די נעמען פאר גוט געלט
כשמ"ו כן הוא

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:44 pm

;l;p- :lol:

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:51 pm

שכוח הלשון, ;l;p- ;l;p-
עס קומט זיך דיא נאך אפאר, וועסט דיר נעמען אליינס יא......
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:59 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:טעגלאש טעגלאסאש טעגלאסאסאש וכו' וכו'

טעגלאשסאזשאטיסישיישעס ועוד ועוד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 1:11 pm

:oops:

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 1:46 pm

נשמה האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:טעגלאש טעגלאסאש טעגלאסאסאש וכו' וכו'

טעגלאשסאזשאטיסישיישעס ועוד ועוד.


דו האלטס שוין ביי די איר אייניקלעך......
. . . . . . .

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3068
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:45 pm

שכח פאר אלע שכח'ס!


מחייע! שפירט גאנץ גוט...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 7:11 pm

גאר גוט!

אוועטאר
KOLAK
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:19 pm

תגובהדורך KOLAK » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 7:22 pm

בעצם "דאס" איז אמאהל געווען א קרעטשמע פארברענגען
געשמועסט און פאליטיזירט על דא ועל הא מיט אזא מין שפראך אז ר'עולם האט געקייכט און געיאמערט פאר געלעכטער
בעיקר אויף נושאים פון מענטשליכע חסידישע פירונג שלעפשיץ וכדומה, און יעדער איינער האט זיך דארט געקענט אפשפיגלען
דאס האט קיינעם נישט פערזענדליך געמיינט, און ר'עולם פון אלע שיכטן און קרייזן האבן הנאה געהאט...
א שאד דאס גייט מער נישט אהן
אגב, סענדר מיט מוישע-איטשע האבן מחדש געווען די געדאנק אין שפילן, סענדר שפילט בעיקר אויס וואס ס'גייט פאר טאג טעגליך בין כותלי סמעדראשיינו
זאלן די גוטע פענעס ארויסגעבן און מהנה זיין דעם עולם, און מוחה זיין אויף די פירצות וואס גייען פאר בקרב המחנה, א שטייגער די גאנצע מקוה ווערטשאפט, איינקויפן, ימים טובים, קאנטרי, די אלטע ארטיקלעך איז געווען פאר תש-18 יעצט האלט מיר שוין כמעט תש-19 די גאנצע וועלט האט זיך שוין 15 מאהל געביטן, ברויך דאס א גרינטליכע אפהאנדלונג.
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבדזשעקטיוו, חאדאראם, יא איך און 18 געסט