א נייע משוגעת ביי חתונות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

א נייע משוגעת ביי חתונות

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:15 pm

איך ווייס נישט אויב עס בלאנגט פאר אליעזר קרויס קעהר צו נעמען, הלואי !!!!

אבער אידער וועי איך מוז ארויסברענגען מיין אויפרעגעניש ווי אונזערע משוגעתן ווערן נעבעך נתרבה מיום ליום ואין פוצה פה

מיר זענען שוין גענוג געשלאגן מיט משוגעתן עד אין שיעור וחקר צו צופרידנשטעלן יעדן שמויגער וואס קומט צו די חתונות און על הראשונים אנו מצטערים. אבער זעט אויס עס איז נישט גענוג- מאנכע זוכען זיך נייע משוגעתן און טאמער וועלן מיר נישט זאגן הרף וועט עס נאר גיין ווייטער חלילה.

שוין אפאר חתונות האבעך מיטגעהאלטן וואס ווען דער חתן קומט אריין שטייען אפאר חברה לייט מיט איזי גאנ'ס וואס אנשטאט פולווער ליגט דארט אזעלכע שטיקעלעך קאלירטע פאפירלעך און ווען דער חתן ערשיינט שיסט מען ארויף דעם ערשטן שאטל, און מען רייסט אויף איין באמבע נאכן צווייטן און עס נעמען זיך מבולען טויזענטר פיצלעך שטיקער פאפיר אויף יעדן איינעם, יעדער ווערט באגאסן מכף רגל ועד ראש, יעדער פיצט זיך אפ איינער דעם צווייטן, מען הייבט זיך אן גליטשן אויף די פאפירלעך מען קען גאר נישט טאנצן נארמאל, דער גוי קומט מיט א גרויסען בעזעם און שארט ארונטער די פאפירלעך פון איין פאר פוס צום צווייטען ביז נאך 20 מינוט קען מען ענדליך אביסל טאנצען, אבער די חברה דערשרעקען זיך נישט, מיט מסירת נפש וועלן זיי פארזעצן, זיי האבען נאך באמבעס על כל אויפקלינעכץ שלא תבא און והנה זיי שיסן ווידערמאל אן יעדן איינעם, מען ווערט באגאסן מיט השפעות פון פאפירלעך ווי משוגע,

עס איז דאך אזוי מין צעדרייט אז נאר!!!! א חילול השם פאר די קלינינג גויים אפשר אויך. אבער א חילול השם פאר די אידן זיכער!!! וואס אין די ענין דערפון??? כהאף אז קיינער האט נישט געטראפן עפעס א מקור דערצו אין עפעס א אלטע חסידיש ספר'ל ווייל אויב יא ווער איך שוין אויס חסיד :evil: :twisted:
צוגעלייגטע
wedding mess.jpg
wedding mess.jpg (299.99 KiB) געזעהן 2100 מאל

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:25 pm

נאך א נייע אויסטרעף אז אינמיטן טאנצן ווען די חברים זענען אין זאל ריפט די זינגער די חתן. אין אויפן סטעטש זעצט מען די פארשוויצטע חתן אנעם שטריימל אין מען איז מכבד די חתן צי זינגען א ניגון אויפן מייק

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:26 pm

עס האט דאך א מקור אין גמרא אז מ'האט געווארפן חטים וקליות.
אמת עס איז דא רמזים און טעמים פ"וו דווקא קליות, אבער דער עצם זאך איז שוין גאר אן אלטע מנהג של שמחה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:26 pm

איזי גאנ'ס איז די פראבלעם? אין װאסי מיט פלענע Poppers?
װען מ׳װארפט אין שול פעקלעך בײם באװארפען איז עס אױך א חילול השם אז די גױ ברויכט יעצט קומען מיט א גרויסען בעזעם?
אפשר טארן מיר נישט װארפען זאכן אין מיסט װעגען ס׳איז א חילול השם אז די גױשע סעניטאציע ארבעטער װעלן ברױכן שװערער ארבעטען בײם נעמען די מיסט

פלעסטיק גלעזער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:05 pm

תגובהדורך פלעסטיק גלעזער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:35 pm

בבל האט געשריבן:נאך א נייע אויסטרעף אז אינמיטן טאנצן ווען די חברים זענען אין זאל ריפט די זינגער די חתן. אין אויפן סטעטש זעצט מען די פארשוויצטע חתן אנעם שטריימל אין מען איז מכבד די חתן צי זינגען א ניגון אויפן מייק

סא וואסי שלעכט? די חתן קען אביסעל זוך אויסגעיבען אין זונגען אביסעל?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:36 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:עס איז דאך אזוי מין צעדרייט אז נאר!!!! א חילול השם פאר די קלינינג גויים אפשר אויך. אבער א חילול השם פאר די אידן זיכער!!! וואס אין די ענין דערפון??? כהאף אז קיינער האט נישט געטראפן עפעס א מקור דערצו אין עפעס א אלטע חסידיש ספר'ל ווייל אויב יא ווער איך שוין אויס חסיד

קענסט ווערן אויס חסיד. זאג מיר אבער נאר נאכדעם וואס מ'ווארפט ביי די נישט חסידים....
טאקע פון דארט קומט עס

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:42 pm

נעעבעך

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:45 pm

#גאן קאנטראל

בבל
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:48 pm

פלעסטיק גלעזער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נאך א נייע אויסטרעף אז אינמיטן טאנצן ווען די חברים זענען אין זאל ריפט די זינגער די חתן. אין אויפן סטעטש זעצט מען די פארשוויצטע חתן אנעם שטריימל אין מען איז מכבד די חתן צי זינגען א ניגון אויפן מייק

סא וואסי שלעכט? די חתן קען אביסעל זוך אויסגעיבען אין זונגען אביסעל?

100% עס איז מיר זייער געפאלן א קיאט איידיע. די קעניג זינגט מיט די פארפעשנאל שפילער אין די זינגער לייגט אויך צי ווי א שטיקל קווייער.

פרץ
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

תגובהדורך פרץ » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:55 pm

אז מרעדט שוין
וויסט אפשר איינער וואו איז דער מקור אז מהאט געטראפן א קריגל צוקער חנוכה?
לכאורה עסט מען מער צוקער ווי אויל

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:55 pm

בבל האט געשריבן:נאך א נייע אויסטרעף אז אינמיטן טאנצן ווען די חברים זענען אין זאל ריפט די זינגער די חתן. אין אויפן סטעטש זעצט מען די פארשוויצטע חתן אנעם שטריימל אין מען איז מכבד די חתן צי זינגען א ניגון אויפן מייק

מיך באדערט מער װען מען איז מכבד די פארשוויצטע ברונע קעיק מיט א קאלטע אײז קרים ס׳גײט שױן אן יארן בײ חתנות אין ס׳איז נישט אין מױל צי נעמען

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:59 pm

abeg האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נאך א נייע אויסטרעף אז אינמיטן טאנצן ווען די חברים זענען אין זאל ריפט די זינגער די חתן. אין אויפן סטעטש זעצט מען די פארשוויצטע חתן אנעם שטריימל אין מען איז מכבד די חתן צי זינגען א ניגון אויפן מייק

מיך באדערט מער װען מען איז מכבד די פארשוויצטע ברונע קעיק מיט א קאלטע אײז קרים ס׳גײט שױן אן יארן בײ חתנות אין ס׳איז נישט אין מױל צי נעמען

כ'בין דיך חושד אז דו האסט נאכנישט געגעסען קיין סאשי :wink:

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:04 pm

איך וואלט באטיטלט א דורכשניטליכע חתונה אלץ איין גרויסע משוגעת. חוץ די חופה איז עס מלא משוגעתן פון אנפאנג ביזן סוף אז דע נייע משוגעתן שטערט מיך שוין נישט.

ביים קבלת פנים קוקט מען איינער אויפ'ן צווייטן און מ'ווייסט נישט וואס מ'דארף יעצט טון
סעודת החתונה, ס' איז בכלל נישט נארמאל צו עסן סאפער אום ניין אזייגער אדער שפעטער. יעדער ווערט הינגעריג 6-7 אזייגער און בלית ברירה עסט מען קיכן כאטשיג ס'איז אנגעגרייט א רייכע מאלצייט אויף שפעטער
די צעדרייטע וועג פון טאנצן אז מ'לויפט מיט'ן חתן ארויף און אראפ
מ'פארדרייט נגונים ווייל עפעס א בנשקל קען נישט די ביעט נאר אויף איין געוויסע ניגון
טאנצן פאר צוויי שעה ווען קיינער האט נישט קיין כח פאר דעם די משפחה וואס דארפן נעבך דארט בלייבן זיצן און קלאצן אויף די טאנצערס
דאס פעניענען פאר'ן בענטשן א האלבע שעה אדער מער.

מצוה טאנץ וואלט יעדער געדארפט טאנצן צוזאמען אין א רינג פארנט פון די כלה אין פערטיג.

ודוק כי קצרתי

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:15 pm

דריידל האט געשריבן:איך וואלט באטיטלט א דורכשניטליכע חתונה אלץ איין גרויסע משוגעת. חוץ די חופה איז עס מלא משוגעתן פון אנפאנג ביזן סוף אז דע נייע משוגעתן שטערט מיך שוין נישט.

ביים קבלת פנים קוקט מען איינער אויפ'ן צווייטן און מ'ווייסט נישט וואס מ'דארף יעצט טון
סעודת החתונה, ס' איז בכלל נישט נארמאל צו עסן סאפער אום ניין אזייגער אדער שפעטער. יעדער ווערט הינגעריג 6-7 אזייגער און בלית ברירה עסט מען קיכן כאטשיג ס'איז אנגעגרייט א רייכע מאלצייט אויף שפעטער
די צעדרייטע וועג פון טאנצן אז מ'לויפט מיט'ן חתן ארויף און אראפ
מ'פארדרייט נגונים ווייל עפעס א בנשקל קען נישט די ביעט נאר אויף איין געוויסע ניגון
טאנצן פאר צוויי שעה ווען קיינער האט נישט קיין כח פאר דעם די משפחה וואס דארפן נעבך דארט בלייבן זיצן און קלאצן אויף די טאנצערס
דאס פעניענען פאר'ן בענטשן א האלבע שעה אדער מער.

מצוה טאנץ וואלט יעדער געדארפט טאנצן צוזאמען אין א רינג פארנט פון די כלה אין פערטיג.

ודוק כי קצרתי

און די בני המשפחה וועמען מען טרייבט ארויס אינמיטן די סעודה פאר... ני זאג... "פיקטשערס"... אלס וואס? לאכטס אליין פאר ענק...
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:25 pm

צום פותח האשכול, איך פארשטיי אייער ווייטאג, סמאכט טאקע נערוועז די מענטשהייט .
ווענד זיך וויפל מווארפט, ווער סווארפט, ווי מעווארפט, אויב קראכט עפעס א .... איינס צוויי ביים עק זאל, גייט מיר נישט אן אז די גוי מיטשעט זיך אביסל, ער באקומט באצאלט.
(א נקמה פארן צונעמען מיין טעלער)
באט לאז אויז די ווערטער אז די ווערסט אויס חסיד...

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 3:33 pm

בבל האט געשריבן:
פלעסטיק גלעזער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:נאך א נייע אויסטרעף אז אינמיטן טאנצן ווען די חברים זענען אין זאל ריפט די זינגער די חתן. אין אויפן סטעטש זעצט מען די פארשוויצטע חתן אנעם שטריימל אין מען איז מכבד די חתן צי זינגען א ניגון אויפן מייק

סא וואסי שלעכט? די חתן קען אביסעל זוך אויסגעיבען אין זונגען אביסעל?

100% עס איז מיר זייער געפאלן א קיאט איידיע. די קעניג זינגט מיט די פארפעשנאל שפילער אין די זינגער לייגט אויך צי ווי א שטיקל קווייער.

ארויס פון בבל !

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:06 pm

פון ווי קומט די מנהג צו ווארפן קאנפעטטי אויפן חתן תיכף נאכן באדעקן? לכאורה פון דארט שטאמט דער נייע מנהג וואס דניאל בייזערט זיך.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:16 pm

דאס א נוסח ר' יואל ראטה חתונה?
וואס ליגט דארט אויף דער ערד אינטן רעכטס?, הייב עס אויף, זיי מוחל, לאמיך עס זעהן...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:23 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:עס האט דאך א מקור אין גמרא אז מ'האט געווארפן חטים וקליות.
אמת עס איז דא רמזים און טעמים פ"וו דווקא קליות, אבער דער עצם זאך איז שוין גאר אן אלטע מנהג של שמחה.

גאר אלטע??? אינטערעסאנט אז די מנהג האט מען קיינמאל נישט געזען ביז לעצעטנס!!!
איך רעד נישט פון די קאנפעטי וואס מען ווארפט פאר די חופה וואס דאס איז טאקע א אלטער מנהג מיט ענינים
איך רעד פון די ביים טאנצן וואס מאכט משוגע די מענטשהייט

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:25 pm

חיטים וקליות שטייט אין די גמרא, די סיבה איז צו ווייזען אז זי איז א בתולה, ביי א אלמנה וגרושה ווארפט מען עס נישט.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:25 pm

דריידל האט געשריבן:איך וואלט באטיטלט א דורכשניטליכע חתונה אלץ איין גרויסע משוגעת. חוץ די חופה איז עס מלא משוגעתן פון אנפאנג ביזן סוף אז דע נייע משוגעתן שטערט מיך שוין נישט.

ביים קבלת פנים קוקט מען איינער אויפ'ן צווייטן און מ'ווייסט נישט וואס מ'דארף יעצט טון
סעודת החתונה, ס' איז בכלל נישט נארמאל צו עסן סאפער אום ניין אזייגער אדער שפעטער. יעדער ווערט הינגעריג 6-7 אזייגער און בלית ברירה עסט מען קיכן כאטשיג ס'איז אנגעגרייט א רייכע מאלצייט אויף שפעטער
די צעדרייטע וועג פון טאנצן אז מ'לויפט מיט'ן חתן ארויף און אראפ
מ'פארדרייט נגונים ווייל עפעס א בנשקל קען נישט די ביעט נאר אויף איין געוויסע ניגון
טאנצן פאר צוויי שעה ווען קיינער האט נישט קיין כח פאר דעם די משפחה וואס דארפן נעבך דארט בלייבן זיצן און קלאצן אויף די טאנצערס
דאס פעניענען פאר'ן בענטשן א האלבע שעה אדער מער.

מצוה טאנץ וואלט יעדער געדארפט טאנצן צוזאמען אין א רינג פארנט פון די כלה אין פערטיג.

ודוק כי קצרתי

דו זאגטס דאך אזוי גוט שפתיים יישק !!!!!
נאר כהאב שוין טאקע געשריבן על הראשונים אנו מצטערים. גענוג וואס מען האט שוין פונעם עבר בקבלה פון די לעצטיגע פאר דורות (יאר) מען דארף נישט נאך !!!!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:26 pm

נישט פשוט האט געשריבן:צום פותח האשכול, איך פארשטיי אייער ווייטאג, סמאכט טאקע נערוועז די מענטשהייט .
ווענד זיך וויפל מווארפט, ווער סווארפט, ווי מעווארפט, אויב קראכט עפעס א .... איינס צוויי ביים עק זאל, גייט מיר נישט אן אז די גוי מיטשעט זיך אביסל, ער באקומט באצאלט.
(א נקמה פארן צונעמען מיין טעלער)
באט לאז אויז די ווערטער אז די ווערסט אויס חסיד...

די ווערטער אויס חסיד איז געווען א ווערטל, נעם נישט ערנסט....... כעל מיר נישט אויסטון מיין אשיק אזוי שנעל........ איינמאל מען האט דעם פלעק.... ווייסטאך :smile:

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:26 pm

abeg האט געשריבן:איזי גאנ'ס איז די פראבלעם? אין װאסי מיט פלענע Poppers?
װען מ׳װארפט אין שול פעקלעך בײם באװארפען איז עס אױך א חילול השם אז די גױ ברויכט יעצט קומען מיט א גרויסען בעזעם?
אפשר טארן מיר נישט װארפען זאכן אין מיסט װעגען ס׳איז א חילול השם אז די גױשע סעניטאציע ארבעטער װעלן ברױכן שװערער ארבעטען בײם נעמען די מיסט

לול + פאר די נקמה........
מיך באדערט נישט אזוי ווייט דער גוי'ס ארבעט ווי דאס אז ער דרייט זיך ארום אינמיטן די רונג פון טאנצען מיט דעם בעזעם, ער באלאנגט נישט דארט............

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:28 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס בלאנגט פאר אליעזר קרויס קעהר צו נעמען, הלואי !!!!

אבער אידער וועי איך מוז ארויסברענגען מיין אויפרעגעניש ווי אונזערע משוגעתן ווערן נעבעך נתרבה מיום ליום ואין פוצה פה

מיר זענען שוין גענוג געשלאגן מיט משוגעתן עד אין שיעור וחקר צו צופרידנשטעלן יעדן שמויגער וואס קומט צו די חתונות און על הראשונים אנו מצטערים. אבער זעט אויס עס איז נישט גענוג- מאנכע זוכען זיך נייע משוגעתן און טאמער וועלן מיר נישט זאגן הרף וועט עס נאר גיין ווייטער חלילה.

שוין אפאר חתונות האבעך מיטגעהאלטן וואס ווען דער חתן קומט אריין שטייען אפאר חברה לייט מיט איזי גאנ'ס וואס אנשטאט פולווער ליגט דארט אזעלכע שטיקעלעך קאלירטע פאפירלעך און ווען דער חתן ערשיינט שיסט מען ארויף דעם ערשטן שאטל, און מען רייסט אויף איין באמבע נאכן צווייטן און עס נעמען זיך מבולען טויזענטר פיצלעך שטיקער פאפיר אויף יעדן איינעם, יעדער ווערט באגאסן מכף רגל ועד ראש, יעדער פיצט זיך אפ איינער דעם צווייטן, מען הייבט זיך אן גליטשן אויף די פאפירלעך מען קען גאר נישט טאנצן נארמאל, דער גוי קומט מיט א גרויסען בעזעם און שארט ארונטער די פאפירלעך פון איין פאר פוס צום צווייטען ביז נאך 20 מינוט קען מען ענדליך אביסל טאנצען, אבער די חברה דערשרעקען זיך נישט, מיט מסירת נפש וועלן זיי פארזעצן, זיי האבען נאך באמבעס על כל אויפקלינעכץ שלא תבא און והנה זיי שיסן ווידערמאל אן יעדן איינעם, מען ווערט באגאסן מיט השפעות פון פאפירלעך ווי משוגע,

עס איז דאך אזוי מין צעדרייט אז נאר!!!! א חילול השם פאר די קלינינג גויים אפשר אויך. אבער א חילול השם פאר די אידן זיכער!!! וואס אין די ענין דערפון??? כהאף אז קיינער האט נישט געטראפן עפעס א מקור דערצו אין עפעס א אלטע חסידיש ספר'ל ווייל אויב יא ווער איך שוין אויס חסיד


וואס באדערט אייך, פינקטליך, אז מענטשן ענדשויען זיך יעדער לויט זיין שטייגער?!

משוגעת איז איט ווען אנדערע דארפן האבן זייער שמחה לויט ווי א צווייטער שלאגט פאר.

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 4:38 pm

ראספשע האט געשריבן:דאס א נוסח ר' יואל ראטה חתונה?
וואס ליגט דארט אויף דער ערד אינטן רעכטס?, הייב עס אויף, זיי מוחל, לאמיך עס זעהן...

...I SPY


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: .onion, Bing [Bot], Potus, פיצי קעפעלע און 34 געסט