כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
עס איז דא א פאלק געשאצט צווישען 10 און 20 מיליאן מענטשען (כינע זאגט 11 מיליאן און די וויגערס אליין זאגען 20); זיי הייסען "די וויעגערס" (Uyghurs) מען זאגט עס ארויס Veegers.
https://en.wikipedia.org/wiki/Uyghurs
https://en.wikipedia.org/wiki/History_o ... hur_people
https://en.wikipedia.org/wiki/Xinjiang_conflict
(אכטונג! די וויקיפעדיע ארטיקלען געברענגט דא אויבען איז קאנטראלירט דורך כינע און איז זייער ווערשען און נישט דער אמת. אלעס איז מינימיזירט. אזוי פיל איז עס גוט פאר א התחלה)
איך ווייס זייער ווייניג וועגען זיי, און בין ווינציג אינטרעסירט ווער זיי זענען, אבער דאס וואס מען טוהט מיט זיי, איז זייער וויכטיג צו וויסען, ווייל אויף זיי ווערט יעצט גענוצט (און אויס פראבירט) יעדען טעכנאלאגישען מיטעל זיי אינטערצודריקען און ארויס שטיפען פון וועג פון כינע.
זיי זענען א טערקישע פאלק מבני יפת; וואס איז געצווינגען געווארען אן צו נעמען די איסלאמישע גלויבען מיט הונדערטער יארען צוריק, און ווערען פארעכנט ווי מעסיגע מוסלומענער.
זייי וואוינען אין דער Xinjiang region פןן כינע, וואס גרעניצט אכט לענדער; דאס זענען: מאנגאליע, רוסלאנד, קאזיקסטאן, קירגיסטאן, טאדזיקיסטאן, אפגאניסטאן, פאקיסטאן, און אינדיע.
בקיצור זיי שטייען אין דער וועג פון כינע צו האבען טאטאל קאנטראל איבער די 8 בארדערס, און חוץ פון דעם האבען זיי א טוץ מיט טענות צו כינע פאר צונעמען זייער זעלבסטשטענדיקייט און זיי אינקארפערעיטען אין כינע. דערובער האט זיי כינע קאנטראלירט מיט א אייזענעם פויסט ביז די נייע טעכנילאגיע האט זיך אנטוויקעלט.
מיט די נייע טעכנילאגיע איז זיי געלונגען צו האלטען קאנטראל איבער 11 מילאן מענטשען אנשים נשים וטף, און צו וויסען וואס יעדער טראכט, רעדט, און וויל טוהן!
איבער א מיליאן פון זיי האלטען זיי אין קאנסענטרעישען קעמפס. צענדליגע טויזענטער פון זיי זענען אדער געהארגעט געווארען אדער זיצען אין תפיסה.
מען הערט אינטער אלע זייער טעלעפאן קאלס, און מען re-educate זיי! און אויב פעלט אויס (און עס פעלט אויס) שטעלען זיי צו בחנם א "גארדיען" א פאליציי מיט א פארטוך, וואס זאל וואוינען ביי זיי אין שטוב און זיי אויס לערענען ווי צו זיין כינעזער!
וכל זה איננו שוה להם, נאר זיי צווינגען די וויעגרס אויף דער פרייע וועלט צוריק צו קומען (מען האלט האסטידז די משפחה ביז זיי האבען רחמות און קומען צוריק); ווייל זיי ווילען מאכען זיכער אז עס בלייבט נישט קיין איין וויעגער וואס זאל מאכען א געשריי אויף דער וועלט.
און דער וועלט איז שא שטיל.

לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
איין מיליאן מענטשען, אדער 11 מיליאן, אדער 20 מיליאן?
אין דער וויקיפעידע ארטיקעל שטייט אז "according to the World Uyghur Congress, the Uyghur population is believed to number 1.0–1.6 million"
קוק איך נאך וואס דער ווארלד וויגער קאנגרעס זאגט אז: "There are an estimated 20 million Uyghurs living in East Turkestan and abroad, though Chinese sources put the number at 11.2 million"
כינע איז מודה פאר דער וועלט 11.2 מיליאן, אבער דער קאנטראלירטע וויקיפעדיע בלעטעל שטייט שוין חדשים אויב נישט יארען איין מיליאן, און קיינער ווייגט זיך נישט עס צו טוישען.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
farshlufen האט געשריבן:וואס האלט אייך אפ פון צו טוישן די וויקיפידיע בלעטל?
וועט מען דאך וויסען מיין וויקיפעדיע נאמען.
(כ'מיין, אז כינע וועט וויסען...)
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 4:13 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
וויי-פיי האט געשריבן:ברענג בילדער פון די אלע קעמרעס, עס איז די מערסטע באוואכטע פלאץ,
According to The Economist, in 2016 Uyghurs faced difficulties travelling within Xinjiang and live in fenced-off neighborhoods with checkpoint entrances. In southern Urumqi, each apartment door has a QR code so police can easily see photos of the dwelling's authorized residents.
קען מען זעך עס פארשטעלען אין אמעריקע?
דעס איז QR code
https://en.wikipedia.org/wiki/QR_code
און דאס איז נאר דער התחלה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6413
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
לערנען מיט די אייגענע קינדער רעליגיע איז אפיציעל פארבאטען אין גאנץ כינע. פארשטייט זיך אז אויב איז מען געטריי, פארקוקט מען דא און דארט לעת עתה, ווייל זיי קענען עס נישט אויס ראטען מיט איין מאל. און דערפאר
While rules proscribing religious activities were enforced in southern Xinjiang, conditions were comparatively lax in Urumqi
Human Rights Watch describes a "multi-tiered system of surveillance, control, and suppression of religious activity" perpetrated by state authorities
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
צל עובר האט געשריבן:איך שטעל מיר פאר אז עס לייגט אביסל פרעשור, ער איז יעצט בעיקר ביזי צו שטופן די אדמיניסטראציע קעגן ווענעזועלע און אנדערע דרום אמעריקע דיקטאטורן, ווען עס וועט זיין מסודר, קומען די וויגערס, אין אמת'ן אריין ברויך זיין דארט פון זיי א כאמאס א חיזבאלא, א BDS וכולי.
היות כינע רופט זיי אלע אן טעראריסטען און מיט דעם "פארענטפערען זיי זיך" פאר האלטען א מיליאן מענטשען אין קאנסענטרעישען קעמפס, איז דערובער שווער צו וויסען וויפיל אמת עס איז דא אין דעם און וויפיל זענען באמת טעראריסטען.
כינע וויל זיי ארויס פון וועג; און רופען זיי טעראריסטען איז נאר דער עקסקיוז.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
הייסט עס אז אייוועלט האט שוין געוויסט דערפון און 2018 און ער יעצט שטורעמט די וועלט אז דאס וואס גייט דארט פאר איז ממש רציחה
וואו איז די וועלט געווען ביז איצט ?!
וואו איז די וועלט געווען ביז איצט ?!
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
דארט ווי ס'איז יעצט, שלאפט א טיפן שלאף, זעט אויס איין שלאף ברענגט דעם אנדערן...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
פנחס גלויבער האט לעצטנס געגעבן א שמוס איבער דעם, סאיז האר אויפשטעלנד וואס ווערט אפגעטון היינט אין יארע 2020
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
נאך אפאר תגובות דא, און אייוועלט גייט ארויף אויך כינע'ס שווארצע ליסטע! מ'וועט זיך צאמליידן פון זייערע העקערייען, מעקערייען און אלעס ארום. ראו הוזהרתם!
#מאשרום אלערט...
--
אין אן ערנסטן נאוט/טאון:
וויפיל כ'האב צאמגעלייענט און צאמגעהערט אויפן האלאקאסט פון אונזערע אור-עלטערן, און וויפיל שלאפלאזע נעכט כ'האב געהאט אין מיינע יוגנט יארן געוואויר ווערנדיג וואס דארט האט זיך אפגעשפילט; איז דאך דא א געוויסע סאפט-ספאט און סענסיטיוויטעט אין מיין הארץ, פאר מענטשן וואס גייען אדורך גרויזאמע ברוטאליטעט "יעצט, עז ווי אר טא(ל)קינג", בשעת אונז זיצן דא על סיר הבשר.
צפון-קארעא, כינע און אוודאי רוסלאנד (נישט סטאלין, כ'רעד פון פוטין) האבן מיר שוין פאראורזאכט א געוואלד עגמת נפש בעבר ובהווה.
ווי זאגט אונזער חכם-מכל-אדם? "דאס לעבן איז שווער, אבער טייל פרובירן עס צו מאכן שווערער".
#מאשרום אלערט...
--
אין אן ערנסטן נאוט/טאון:
וויפיל כ'האב צאמגעלייענט און צאמגעהערט אויפן האלאקאסט פון אונזערע אור-עלטערן, און וויפיל שלאפלאזע נעכט כ'האב געהאט אין מיינע יוגנט יארן געוואויר ווערנדיג וואס דארט האט זיך אפגעשפילט; איז דאך דא א געוויסע סאפט-ספאט און סענסיטיוויטעט אין מיין הארץ, פאר מענטשן וואס גייען אדורך גרויזאמע ברוטאליטעט "יעצט, עז ווי אר טא(ל)קינג", בשעת אונז זיצן דא על סיר הבשר.
צפון-קארעא, כינע און אוודאי רוסלאנד (נישט סטאלין, כ'רעד פון פוטין) האבן מיר שוין פאראורזאכט א געוואלד עגמת נפש בעבר ובהווה.
ווי זאגט אונזער חכם-מכל-אדם? "דאס לעבן איז שווער, אבער טייל פרובירן עס צו מאכן שווערער".
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
עפעס הער איך אז סאנגעקומען קיין אמעריקא באר פאר שייטלעך וואס מען האט חושד געווען אז עס איז פון דארט און אמעריקא האט געלייגט א יד דערויף
כינע בכלל שטייט ווייט פון די מוסלעמענער, אפעציעל מיט די טענה אז זיי ווילן נישט טערור אין זייער לאנד
לדעתי העט כינע יעצט פארשטערקערן די באהאלטענקייט פון די קעמפס אין מאכן זיכער קיינער הערט נישט דערפון
א פלא וויאזוי סהאט געליקט קליפס
כינע בכלל שטייט ווייט פון די מוסלעמענער, אפעציעל מיט די טענה אז זיי ווילן נישט טערור אין זייער לאנד
לדעתי העט כינע יעצט פארשטערקערן די באהאלטענקייט פון די קעמפס אין מאכן זיכער קיינער הערט נישט דערפון
א פלא וויאזוי סהאט געליקט קליפס
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
מאנכע מיינען אז דיקטאטורשאפט "קען נישט ארבעטן", דאס איז א ריזיגע טעות!
ריינע קאמוניזעם קען טאקע נישט ארבעטן, אבער טשיינע איז לאו דוקא א עכט קאמוניסטיש לאנד, זיי זענען ארגאנט און דיקטאטוריש אויף א שרעקליכע פארנעם און גארנישט שטייט זיי נישט אין וועג פון מיניפולירן און גנב'נען בכדי צו גרייכן זייער ענדגילטיגע ציל, זיי האבן א ערנסטע עתיד, זייער עקאנאמיע איז ממש אזוי גרויס ווי אמעריקע, אין אנדערע ווערטער זיי זענען פונקט אזוי שטארק און מאכטפול ווי אמעריקע, די שורש פון א שטארקע מיליטער איז געלט און דאס האבן זיי פונקט ווי אונז, זאל דער אויבערשטער אפהיטן.
אין מיינע אויגן איז רוסלאנד א קינדער שפיל קעגן טשיינע, אז סאיז נישטא "די" געלטער איז טעכניש גארנישט דא.

לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנערשטאג יולי 23, 2020 10:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אזוי גאר!
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6331
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע: עולם השפל
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
חוח בין השושנים האט געשריבן:, בשעת אונז זיצן דא על סיר הבשר.
אינמיטען די ניין טעג?!?
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
די ווידיאו פון וואס טשאדעלע האט גערעדט אין דעם אנדערן אשכול, איז שוין פון 2019. די שאלה וואס יענע דעפארטאציעס באדייטן, מיינט דאס ממש אז מען טראגט זיין אין די מאסן צו די שחיטה, אדער עפעס אנדערש?
אזויפיל איז זיכער, אז מיר האט דאס אויפגעברענגט האלאקאסט קאשמארן..

עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
פעיק ניוז האט געשריבן:די ווידיאו פון וואס טשאדעלע האט גערעדט אין דעם אנדערן אשכול, איז שוין פון 2019. די שאלה וואס יענע דעפארטאציעס באדייטן, מיינט דאס ממש אז מען טראגט זיין אין די מאסן צו די שחיטה, אדער עפעס אנדערש?
אזויפיל איז זיכער, אז מיר האט דאס אויפגעברענגט האלאקאסט קאשמארן..
מיך אויכעט,
סאיז ווערד צו הערן די שמוס פון פנחס גלויבער איבער דעם, ער רעדט פון דאס ערגסטע מיט א קאלטע אייזערנע לאגיק אז מקען שפרינגען.., איך האב וואס צו שרייבן דא אבער כקען מיך נישט מצמצם זיין מיינע הרגשים ס'טרעט מיך פשוט צו.
הישמע כזאת? מיר זענען דאך אייניקלעך פון אזא ברוטאלן רעאליטעט!
און לא זו אף זו, טשיינע איז אויפן וועג צו איבערנעמען אמעריקע פון די אויבן אן אלץ וועלטס מאכט.
די כינעזער פאלק איז א פאלק פון ברעטער, נישטא קיין בעיסיק הרגשים דארטן, נישטא ביי זיי די באגריף פון ווערן אויפגעשוידערט, ער קען הערן און צוזעהן דאס ערגסטע און סוועט זיין כאילו סמיינט נישט אים.
למשל, רוסלאנד איז א לאנד פון הארטנעקיגע פאטריאטן, פארשטיי איך כאטשיג וואס ס'דרייווד זייער שטיצע צו דעם פוטין, אבער טשיינע?! א באנדע בעלי חיים!
אגב, טשיינע האט א אומפראפארציאנאלע נאמבער פון אוטיזעם ביחס צו די איבעריגע חלק וועלט (כדענק נישט פונקטליך די סטאטיסטיקס) און די אמת איז אז זייער גאנצע ווירטשאפט זאגט דאס.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4069
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
די יאפאנעזע זענען אויך אזוי פונעם זעלבן קאלטבלוטיגן צאמשטעל נאר צו מזל זענען זיי כהיום אין א שיינע סוט
- אויף געבלאזן
- שר האלף
- תגובות: 1049
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:58 pm
Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט
ווי קען מען זעהן די ווידיא?
שכח פאר אלעם ביז אהער דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער