דער גויאישער בליק אויף מדינת ישראל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

איך האב שטארק הנאה אז מען האט געעפענט אן אשכול פאר דעם
ווייל לדעתי איז דאס איינס פון די גרעסטע סילופים בדעת רביה"ק מסאטמאר

די גאנצע סטעיטמענט וויאזוי מען זאל נישט דרייען איז ווייט נישט אונטערגעשטיצט היסטאריש, און אדרבה עס האט גאר שטארקע קושיות

איז יעדער אנטיסעמיט, אנטי מדינת ישראל?
איז יעדער פרא מדינת ישראל אן אוהב ישראל?

גיטס נאר א קוק אויף סטאלין ימ"ש
גיטס נאר א קוק אויף פרעזידענט טרומאן
גיטס נאר א קוק אויף פרעזידענט ניקסאן מיט זיין סעקרעטערי אף סטעיט קיסינדזשער

איז יעדער ארנטליכער גוי פרא מדינת ישראל?
שווער צו גלייבן אז דעתו הטהורה פון רביה"ק מסאטמאר איז געווען אזוי, ער האט דאך געשריגן אז זיי נוצן די "ישראל עזין שבאומות" אויף א שלעכטע פארנעם מיט זייער שרעקליכע התגרות באומות
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

האב איך איינמאל געהערט א נוסח פון די סטעיטמענט איז נולד געווארן ונחה דעתי, אז די מעשה איז אינגאנצן אנדערש

לפי די נוסח, האט א פאליטישאן אמאל בעת א באזוך ביי רביה"ק מסאטמאר, זיך אויסעדרוקט לטובת מדינת ישראל, און רביה"ק האט נישט מגיב געווען, שפעטער וון ער איז ארויס האט ער מסביר געווען פאר זיינע ארומיגע, אז דער פאליטישאן האט נאר זיך אויסגעדרוקט זיין אהבת ישראל מיט דעם אופן

ווי עס קוקט אויס קען מען אויף דעם נוצן די מאמר חז"ל, "לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר" דאס איז געווען ביי איין געוויסע מעשה, ווי עס איז געווען גילטיג אז יענער האט גערעדט (איז געווען) פרא מדינת ישראל, וועלנדיג ארויסברענגן זיין אהבת ישראל
אבער בכל אופן איז דאס ווייט נישט קיין כלל
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

אין כל חדש האט געשריבן:האב איך איינמאל געהערט א נוסח פון די סטעיטמענט איז נולד געווארן ונחה דעתי, אז די מעשה איז אינגאנצן אנדערש

לפי די נוסח, האט א פאליטישאן אמאל בעת א באזוך ביי רביה"ק מסאטמאר, זיך אויסעדרוקט לטובת מדינת ישראל, און רביה"ק האט נישט מגיב געווען, שפעטער וון ער איז ארויס האט ער מסביר געווען פאר זיינע ארומיגע, אז דער פאליטישאן האט נאר זיך אויסגעדרוקט זיין אהבת ישראל מיט דעם אופן

ווי עס קוקט אויס קען מען אויף דעם נוצן די מאמר חז"ל, "לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר" דאס איז געווען ביי איין געוויסע מעשה, ווי עס איז געווען גילטיג אז יענער האט גערעדט (איז געווען) פרא מדינת ישראל, וועלנדיג ארויסברענגן זיין אהבת ישראל
""אבער בכל אופן איז דאס ווייט נישט קיין כלל""

ווען ניצטו יא די ווערטער פין רביה"ק פאר א כלל אין ווען שרייבסטו אז דאס איז ווייט פין א כלל
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אין כל חדש האט געשריבן:האב איך איינמאל געהערט א נוסח פון די סטעיטמענט איז נולד געווארן ונחה דעתי, אז די מעשה איז אינגאנצן אנדערש

לפי די נוסח, האט א פאליטישאן אמאל בעת א באזוך ביי רביה"ק מסאטמאר, זיך אויסעדרוקט לטובת מדינת ישראל, און רביה"ק האט נישט מגיב געווען, שפעטער וון ער איז ארויס האט ער מסביר געווען פאר זיינע ארומיגע, אז דער פאליטישאן האט נאר זיך אויסגעדרוקט זיין אהבת ישראל מיט דעם אופן

ווי עס קוקט אויס קען מען אויף דעם נוצן די מאמר חז"ל, "לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר" דאס איז געווען ביי איין געוויסע מעשה, ווי עס איז געווען גילטיג אז יענער האט גערעדט (איז געווען) פרא מדינת ישראל, וועלנדיג ארויסברענגן זיין אהבת ישראל
אבער בכל אופן איז דאס ווייט נישט קיין כלל

viewtopic.php?p=1819201#p1819201
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

זייער קלוג האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:האב איך איינמאל געהערט א נוסח פון די סטעיטמענט איז נולד געווארן ונחה דעתי, אז די מעשה איז אינגאנצן אנדערש

לפי די נוסח, האט א פאליטישאן אמאל בעת א באזוך ביי רביה"ק מסאטמאר, זיך אויסעדרוקט לטובת מדינת ישראל, און רביה"ק האט נישט מגיב געווען, שפעטער וון ער איז ארויס האט ער מסביר געווען פאר זיינע ארומיגע, אז דער פאליטישאן האט נאר זיך אויסגעדרוקט זיין אהבת ישראל מיט דעם אופן

ווי עס קוקט אויס קען מען אויף דעם נוצן די מאמר חז"ל, "לאו בפירוש איתמר אלא מכללא איתמר" דאס איז געווען ביי איין געוויסע מעשה, ווי עס איז געווען גילטיג אז יענער האט גערעדט (איז געווען) פרא מדינת ישראל, וועלנדיג ארויסברענגן זיין אהבת ישראל
""אבער בכל אופן איז דאס ווייט נישט קיין כלל""

ווען ניצטו יא די ווערטער פין רביה"ק פאר א כלל אין ווען שרייבסטו אז דאס איז ווייט פין א כלל

כגון דא זאגט מען
ווי איידער אננעמען זיינע ווערטער ווי א כלל, און בלייבן בקושיא אז דאס הייבט נישט אן צו שטימען
נעם מיר אן אז דאס איז געזאגט געווארן אויף אן אינדיווידועלע פאסירונג והכל על מקומו יבא בשלום
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

כתמר יפרח האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ליינט!

ממש גערינען טרערן פינעם אויגן.. נעבעך.....
ברוך השם אז די אראבער האט נאך אן אוזן קשבת אויף דיין טוויטער אקאנט, וויבאלד קיינער פין זיינע ברודער אין לענדער ארום ווילן אים נישט אנקוקן אדער געב שוץ.

זאל זיין א מליץ יושר פארן אונז אלע.

איין מינוט, כ'האב געמיינט אז "די וועלט רעדט זיך אפ נאר אויף די עוולות פון מדינת ישראל"?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

ווען איך האב געהערט די מעשה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האב איך עס אנגענומען פשוט:

ווען די וועלט האט נאכ'ן קריג אנגענומען א גאר אומ'שכל'דיגע שריט (צו באשטעטיגן מדינת ישראל), צוליב א געשעעניש (די לעצטע חורבן) וואס האט צוגעברענגט אז מ'זאל אוועקלייגן דעם שכל און לאזן די געפילן לויפן און אננעמען נארישע באשלוסן דערביי, האט האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ (זיך קעגן צו שטעלן מדינת ישראל) אפילו אין אזא צייט (ווען אידן בעטן עס נאכדעם וואס זיי האבן אזויפיל מיטגעמאכט), געקענט קומען פון אנטיסעמיטיזם.

ווען א גוי ווייסט אז ס'זענען דא אידן קעגן דעם און ער איז אויף זייער זייט, אדער ווען א גוי פילט שוין נישט אז אידן דארפן באקומען וואס זיי בעטן ווייל זיי האבן שוין באקומען גענוג, זיי האבן שוין אויך געהאט די געלעגנהייט זיך אויפצופירן ווי חיות, און ווייל די שכל האט זיך שוין אויסגעקלארט נאכדעם וואס ס'איז שוין אריבער זיבעציג יאר, איז ער נישט קיין אנטיסעמיט.

גענוג פשוט?

שפעטער האב שוין געהערט אז די רבי האט עס קיינמאל נישט געזאגט, נישט אז ווער ס'איז קעגן איז א שונא ישראל, נישט אז ווער ס'איז פאר איז אן אוהב ישראל, בסך הכל האט ער געזאגט אז ווען איינער דרוקט אויס שטיצע פאר מדינת ישראל צו איינעם וואס איז נישט באקאנט אלס ציוני אבער איז יא באקאנט אלס איד, טוט ער עס מסתמא ווייל ער מיינט אז ס'גייט צוזאמען...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

פאראויס האט געשריבן:האסט יעצט גארנישט געזאגט לענין. דו ווייסט דערפון?...

פערצופאל האלט איך פונקט ווי דיר מיט דעם, איך זאג עם וואס איך דארף עם זאגן.. אבער איך בין נישט קיין אראבער ליבלינג און נישט קיין נטורי קרתא'ניק. די אראבערס זענען אן אכזריש און א נידעריגע פאלק. די פאקטן בלייבן אבער פאקטן. ליינט עס איבער נאכאמאל יעצט.

די ווילסט וויסן וואס איך וואלט גענפערט פאר דער וואס טוויטערט זיך מיט טראמפ אין סאטמערע חסידים?
עס איז דא ליידער אסאך קריגערייען אין מלחמות ארום די וועלט, לענד קאנפילקט איז נישט קיין נייע זאך, עס איז דא מיליאנער פליטים וואס אטלויפן אדער זענען פארטריבן פין זייער הייזער,
אבער די וועלט גייט ווייטער אן, מ'ברויכט אנגיין ווייטער.

מיין זיידע האט אויכט אמאל געהאט א הויז מיט שטוב ערגעץ אין אירופה, ער איז נישט געשטארבן פין שמעקן מאראנצן, אים האט מען גערצח'ט מיט א מיתה משונה, אבער אנשטאט צו צוריק גיין שרייען מ'זאל מיר צוריק געבען מיין זיידעס הויז האבן מיר זיך אריבער געצויגן צו א פרעמד לאנד אין אויפגעשטעלט פין דאסניי,
די אבער האסט פיפציג מוסלאמענער לענדער אים יעדע איינץ איז גרעסער ווי מד"י,
וויינען אויף עפעס וואס איז געשען זיבעציג יאר צוריק גייט גארנישט טוישן.
די ענגלענדער וויינען נישט אז מ'האט זיי צוגעכאפט רוב וועלט...
דיינע פירערס האבן דיר פארראטן, זיי האבן געהאט די זעלבע טשאנס אויפצובויען ווי מד"י אבער זיי האבן בוחר געווען צו שרייען.
גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

פאראויס האט געשריבן:ליינט!

ווער עס גלייבט אן אראבער איז א פשוט'ער נאר.

דער הייליגער רמב"ם שרייבט שוין אז מען קען נישט סובל זיין זייערע שקרים.

וואס טענה'נעט ער? אז בעפאר די מדינה האט ער נישט פיינט געהאט קיין אידן? דער קען פשוט נישט זיין אייגען פאלק היסטאריע.

צי ווייסט ער דען נישט פון די נאכאנאנדע פארגראמען וואס אידן אין ארץ ישראל האב געליטען פון די אראבער במשך די יארן? פון די בלוט בלבולים און די שחיטות בארצות ערב?

דער אוהחה"ק שרייבט שוין אז זיי זענען די ערגסטע פון אלע, און דער רמב"ם איז מאריך בגנותם, היינט איז עס פאר אונז אלע קלאר.

און ער קומט מיט א בלעכענע פנים און קראקאדיין טרערן זיך אויסוויינען, און נאך דא מתוכינו וואס גלייבען איהם?

בכלל, די גאנצע נושא פון פאלעסטינער פליטים איז די גרעסטע אבסארד, אידן נאכן קריג האבן נישט צי לאנג זיך געקענט אנרופען אלס א פליטף אבער די פאלעסטינער? אויב האט ער גע'חלום'ט אז זיין עלטע זיידע'ס באבע האט געהאט א בודקע אין ארץ ישראל, איז ער שוין א רעפיודזשי.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

לחם לשובע האט געשריבן:

אנטשודיגט, אבער אין די קריסטליכע לענדער האט מען א-ס-א-ך מער געליטן. אידן אין די אראבישע לענדער זענען בדרך כלל בעסער געשטאנען.

און דער ארעמער אראבישער שלעפער דא אויף טוויטער זעהט נישט אויס ווי ער האט אזוי זאפטיג געבאקן א מעשה. און אפילו אויב יא, אזאלכע מעשות זענען אין פאקט געשען.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לחם לשובע האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:אויבנאויף פארשטיי איך אזוי.

'אנטיסעמיטיזם' מיינט איינער וואס האט פיינט דער אידישער פאלק צוליב זיינע 'אידישע שטריכן' אפגעזעהן זיינע 'פעולות'. ער קען זיין דער איידעלסטער איד און דער אנטיסעמיט וועט אים פיינט האבן שנאת מות, כמ"ש הלכה, בידוע שעשו שונא ליעקב.

אויף 'מדינת ישראל' איז דא אסאך טענות, מענטשן רעכט אדער סתם אויפפירונגען וואס רעגן אויף דעם אלעמיינעם גוי, זעה איך נישט פארוואס ער דארף זיין א אנטיסעמיט פארדעם, אוודאי קען זיין אז זיין אלגעמיינע 'נישט גינסטיגע' בליק אויף אידן גיבט צו צו זיין האס, אבער לכאורה קען מען דאס נישט אנרופן 'אנטיסעמיטיזם'.

אפילו ער ווייסט נישט דער חילוק פון 'אידן' ביז דער 'מדינה', אבער אויב זיינע טענות זענען צוליב געוויסע 'פעולות' - 'הנהגות' וואס רעגן אים אויף אין גיבן אים א נישט גינסטיגע בליק אויף די מענטשן, איז עס אויך נישט קיין אנטיסעמיטיזים.

ווען א לאנד כאפט ראקעטן אויף איהר בירגער, פארשטייט יעדער אז זי מעג זיך פארטיידיגען, אויסער ווען עס רעדט זיך פון מדינת ישראל.

ווען כאמאס רצח'עט ביי איהרע מלחמות טויזענטער אייגענע פרויען אין קינדער דורך זיי צווינגען צי שטיין ביי די ציהלען פון וווי מען שיסט ארויס די באמבעס, זענן זיי נעבעכדיגע פארפייניגטע, אין מדנ"י זענען די מענטשן רעכט פארלעצער.

ווען סיריע באגייט הימל שרייענדיגע עוולות, אומברענגענדיג הונדערטע טויזענטע אומשילדיגע, און אזוי אויך אין פולע לענדער הערט מען נישט קיין פארדאמונג אין די יו ען מענטשן רעכט גרופע, אבער קעגן מדנ"י פארפאסן זיי נישט קיין געלעגנהייט צי פארדאמען.

ווען די יו ען אונרא גרופע לייקענט א זאך וואס (מיר גלייבען באמונה שלימה, אבער אפילו) רוב גויים דלייבען אין דעהם, און עס איז אויפגעוויזען דורך פארשער אז ירושלים האט אמאל באלאנגט פאר אידן, קומט דאס פון אהבת ישראל, נישט אזוי?

וועלעכע אנדערע לאנד האלט אונטערדריקט פינף מיליאן מענטשן?

וועלכע אונטערדריקטע פאלק מאכט נישט קיין טעראר?

דאס איז ווי אזוי יאך קוק אן די מדינה. דאס איז ווי אזוי איך האלט אז א נארמאלע גוי דארף עס אנקוקן. און איך האלט אז עס איז נארמאל אז א גוי זאל פארדעם פיינט האבן א איד, איבערהויפט א פרומען איד, וואס די פרומע זענען די רוקנביין פון די רעכטע רעגירונג. און פארדעם ברויך מען האבן נטרונא, אבער נטרונא פארקויפט בעצם ליגנט פאר די גוים, זינט רובא דרובא פרומע אידן שטיצן די אונטערדריקונג פון די ציונים.

קענסט מיר רופן וואס פארא טיטלעך דו ווילסט.

און מען פארדאמט גראדע סיריע. אבער עס קומט אפילו נישט אריין אין א וועלט "וואס אמעריקע איז מחפה אויף MBS פאר די אינטערעסן פון די מדינה".
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יונה כהן זאגט אויף קאלמע אז בוש41 איז געווען גוט פאר אידן, ער רעכנט אויס ספעסיפיקס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לחם לשובע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט

קען טאקע זיין אז עס איז דא שונאי ישראל, וואס זענען פרא-ציונים.
אבער אלע אנטי-ציונים זענען שונאי ישראל.

עס איז נישטא (ביי די גויים) קיין אוהבי ישראל וואס זענען אנטי-ציונים.

נישט אמת, זייער א סך ניו יארק סיטי פאליטישענס זענען גוט פאר אונז און שלעכט פאר די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:אה מען האט געטראפן נאך א וועג ווי אזוי אראפ צורייסן מדינת ישראל מיט א נייע נאמן פין א אשכול

עפעס דריקט אייך?

מען שמועסט עס אויס זינט בוש41 האט א נאמען פון נישט קיין אוהב ישראל ווייל ער איז נישט געווען גענוג א געטרייע דינער פאר די מדינה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ווען די וועלט האט נאכ'ן קריג אנגענומען א גאר אומ'שכל'דיגע שריט (צו באשטעטיגן מדינת ישראל)

אומ'שכל'דיג? איז עס דען נישט דאס יודישע לאנד?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לחם לשובע האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ליינט!

ווער עס גלייבט אן אראבער איז א פשוט'ער נאר.

דער הייליגער רמב"ם שרייבט שוין אז מען קען נישט סובל זיין זייערע שקרים.

וואס טענה'נעט ער? אז בעפאר די מדינה האט ער נישט פיינט געהאט קיין אידן? דער קען פשוט נישט זיין אייגען פאלק היסטאריע.

צי ווייסט ער דען נישט פון די נאכאנאנדע פארגראמען וואס אידן אין ארץ ישראל האב געליטען פון די אראבער במשך די יארן? פון די בלוט בלבולים און די שחיטות בארצות ערב?

דער אוהחה"ק שרייבט שוין אז זיי זענען די ערגסטע פון אלע, און דער רמב"ם איז מאריך בגנותם, היינט איז עס פאר אונז אלע קלאר.

און ער קומט מיט א בלעכענע פנים און קראקאדיין טרערן זיך אויסוויינען, און נאך דא מתוכינו וואס גלייבען איהם?

בכלל, די גאנצע נושא פון פאלעסטינער פליטים איז די גרעסטע אבסארד, אידן נאכן קריג האבן נישט צי לאנג זיך געקענט אנרופען אלס א פליטף אבער די פאלעסטינער? אויב האט ער גע'חלום'ט אז זיין עלטע זיידע'ס באבע האט געהאט א בודקע אין ארץ ישראל, איז ער שוין א רעפיודזשי.

אין אנדערע פריערדיגע ספרים שטייט פארקערט, לגבי ווער עס איז געווען ערגער פאר אידן, פשטות לויט די היסטאריע איז עס אפילו נישט קיין דמיון. און דער אראבער איז גארנישט שולדיג אז מען האט גע'הרג'ט דיין זיידע, קענסט פארדעם עפענען א מדינה אין א חלק וואס איז אמאל געווען דיטשלאנד.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אהרן הלוי האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ווען די וועלט האט נאכ'ן קריג אנגענומען א גאר אומ'שכל'דיגע שריט (צו באשטעטיגן מדינת ישראל)

אומ'שכל'דיג? איז עס דען נישט דאס יודישע לאנד?

2000 יאר צוריק איז היינט אירעלעווענט, און די גאנצע וועלט וואלט געווען סאך רואיגער ווען נישט די מדינה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כתמר יפרח האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:האסט יעצט גארנישט געזאגט לענין. דו ווייסט דערפון?...

פערצופאל האלט איך פונקט ווי דיר מיט דעם, איך זאג עם וואס איך דארף עם זאגן.. אבער איך בין נישט קיין אראבער ליבלינג און נישט קיין נטורי קרתא'ניק. די אראבערס זענען אן אכזריש און א נידעריגע פאלק. די פאקטן בלייבן אבער פאקטן. ליינט עס איבער נאכאמאל יעצט.

די ווילסט וויסן וואס איך וואלט גענפערט פאר דער וואס טוויטערט זיך מיט טראמפ אין סאטמערע חסידים?
עס איז דא ליידער אסאך קריגערייען אין מלחמות ארום די וועלט, לענד קאנפילקט איז נישט קיין נייע זאך, עס איז דא מיליאנער פליטים וואס אטלויפן אדער זענען פארטריבן פין זייער הייזער,
אבער די וועלט גייט ווייטער אן, מ'ברויכט אנגיין ווייטער.

מיין זיידע האט אויכט אמאל געהאט א הויז מיט שטוב ערגעץ אין אירופה, ער איז נישט געשטארבן פין שמעקן מאראנצן, אים האט מען גערצח'ט מיט א מיתה משונה, אבער אנשטאט צו צוריק גיין שרייען מ'זאל מיר צוריק געבען מיין זיידעס הויז האבן מיר זיך אריבער געצויגן צו א פרעמד לאנד אין אויפגעשטעלט פין דאסניי,
די אבער האסט פיפציג מוסלאמענער לענדער אים יעדע איינץ איז גרעסער ווי מד"י,
וויינען אויף עפעס וואס איז געשען זיבעציג יאר צוריק גייט גארנישט טוישן.
די ענגלענדער וויינען נישט אז מ'האט זיי צוגעכאפט רוב וועלט...
דיינע פירערס האבן דיר פארראטן, זיי האבן געהאט די זעלבע טשאנס אויפצובויען ווי מד"י אבער זיי האבן בוחר געווען צו שרייען.
גיי ווייטער אן מיט דיין לעבן

אויף אידיש זאגסטו אז ווייל דו האסט דיר געלאזט בא'גנב'נען פונעם נאצי ברויך ער זיך לאזן באגנב'נען פון דיר.

און דו ווילסט נאך ער זאל דיר נישט פיינט האבן.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אהרן הלוי האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ווען די וועלט האט נאכ'ן קריג אנגענומען א גאר אומ'שכל'דיגע שריט (צו באשטעטיגן מדינת ישראל)

אומ'שכל'דיג? איז עס דען נישט דאס יודישע לאנד?

דו מיינסט וועגן צוויי טויזענט יאר צוריק?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

'שכלדיג' האט דען אן עקספייערי דעיט?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מ'פארפארט דא פונעם ענין ווי שלעכט די אראבער זענען און ווי אומ'יושר'דיג די וועלט באשודיגט מדנ''י.

למעשה, צום קעפל. יא. מען קען זענען קעגן די ציונים און נישט קעגן אידן. די רבי אליינס שרייבט עס
אטעטשמענטס
Screenshot_20181204-214111.jpg
Screenshot_20181204-214111.jpg (165.91 KiB) געזען 1924 מאל
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

פאראויס האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט

קען טאקע זיין אז עס איז דא שונאי ישראל, וואס זענען פרא-ציונים.
אבער אלע אנטי-ציונים זענען שונאי ישראל.

עס איז נישטא (ביי די גויים) קיין אוהבי ישראל וואס זענען אנטי-ציונים.

פארוואס זאל א אראבער וואס די ציונים האבן צוגעכאפט זיין זיידע'ס הויז דארפן זיין קעגן מיר?

צוליב די זעלבע סיבה פארוואס נאכן חורבן בית ראשון ווען אידן האבן געבעטן מען שאל זיי פירן צו די בני ישמעאל זיי וועלן זיכער רחמנות האבן און געבן עסן און טרינקען האבן זיי ״פארגאזט״ די אידן כמובא ברש״י פרשת וירא
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אהרן הלוי האט געשריבן:'שכלדיג' האט דען אן עקספייערי דעיט?

יא, אז נישט ברויך מען צוריק געבן אמעריקע פאר די נעטיווס, וכולי וכולי.

די אייציגסטע שכל'דיגע סיבה פארוואס ארץ ישראל איז דאס אידיש לאנד, איז די פסוק "לזרעך אתן את הארץ הזאת" אבער דאס גייט נישט אן היינט, די ערשטע רש"י גייט ביידע וועגן.

אסאך גלויביגע גוים האלטן גראדע אז עס געהערט פאר די אידן וועגן די סיבה.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

לפענ"ד וואלט איך עס געטיילט אזוי.
כ'רעד פון א געווענליכע ווייסע גוי, אמעריקאנער אדער אייראפעאר.
קאן אפשר געמאלט זיין אז א ווייסער גוי זאל זיין פרא מדנ"י אפילו בעצם האט ער פיינט אידען, צילוב זיינע רעליגיעזע אנשויאינגען
אבער צו זיין אנטי מדנ"י, איז די יסוד קלאר אנטיסמעטיזם.
קען אפשר אמאל זיין (ספעציעל א פאליטישאן לדוגמא 41) וואס בעצם איז ער נישט קיין אנטישמי, נאר האט א געוויסע טענה אין מ'מאלט אים אפ ווי א שונא ישראל אין דערנאך קען טאקע ווערען.. אבער די רוב אייראפעאר וואס זענען אזוי איבערגענומען פון רחמנות איבער די פאלעסטינער, איז קלאר שנאת ישראל.

נ.ב. כפי ראות עיני, איז די גאנצע פאלעסטינער קאוז, א ליגענט פון אנהייב ביזען ענד. כ'ווער נישט קיין ציוני פאר'ן האלטען אזוי.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

שם התלמוד האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט

קען טאקע זיין אז עס איז דא שונאי ישראל, וואס זענען פרא-ציונים.
אבער אלע אנטי-ציונים זענען שונאי ישראל.

עס איז נישטא (ביי די גויים) קיין אוהבי ישראל וואס זענען אנטי-ציונים.

פארוואס זאל א אראבער וואס די ציונים האבן צוגעכאפט זיין זיידע'ס הויז דארפן זיין קעגן מיר?

צוליב די זעלבע סיבה פארוואס נאכן חורבן בית ראשון ווען אידן האבן געבעטן מען שאל זיי פירן צו די בני ישמעאל זיי וועלן זיכער רחמנות האבן און געבן עסן און טרינקען האבן זיי ״פארגאזט״ די אידן כמובא ברש״י פרשת וירא

פארוואס זאל דיין פריינטליכע קריסטליכע שכן דיך פיינט האבן וועלן הארגענען? ווייל די קריסטליכע פאלאקן האבן געהאלפן די נאציס.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”