דער גויאישער בליק אויף מדינת ישראל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיגו
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

דער גויאישער בליק אויף מדינת ישראל

תגובהדורך מיגו » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:12 pm

ביי סאטמארע אידן איז באקאנט אז דער רבי האט געהאלטן אז נאר אידן מעגן זיין אנטי מד"י אבער גויים וואס זענען קעגן מדנ"י זענען פשוט'ע שונאי ישראל א בחינה ווי נכרי ששבת וכו' וזר לא יתערב.

יעצט געזען איינער שרייבט דא viewtopic.php?p=1818855#p1818855

מקווה איד האט געשריבן:ווי האט נאר רבינו מסאטמער געזאגעט אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז א שונא ישראל ווייל זיי ווייסען נישט קיין חילוק צווישען א ציוני און נישט


דאס איז איינע פון די שטארקסטע תורה שבע"פ וואס יעדער בר בי רב ווייסט און דאס איז כמעט פון די יסודות... אויב אזוי אפשר איז געקומען די צייט אראפצושרייבן די פרטים פון דעם כלל כדי אז עס זאל נישט פארדרייט ווערן אדער ח"ו פארגעסן ווערן היל"ת.

קודם, ווען און פארוועם האט עס דער רבי געזאגט?

האט עס עפעס א תוקף למעשה אדער איז עס סתם לידיעה בעלמא?

איז עס אויך נוגע נאכדעם וואס מ'איז מקיים דעם גרויסן חיוב פון מודיע זיין פאר די אומות אז זיי (די ציונים) פארטרעטן נישט כלל ישראל?

איך וויל נאר מציע זיין צו טוישן די אויבנדערמאנטע ווערסיע פונעם רבי'ן און די מעשה וועט האבן אביסל אן אנדער פנים

ווי האט נאר רבינו מסאטמער געזאגעט אז א גוי וואס האט פיינט אידן, האט געווענליך אויך פיינט די מדינה ווייל א שונא ישראל ווייסט נישט עפ"י רוב קיין חילוק צווישן א איד און א ציוני


און לפי"ז איז אפשר נישט יעדער אנטי ציוני א שונא ישראל און נישט יעדער פרא ציוני אן אוהב ישראל.

ס'קען גאר זיין אז וויבאלד הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב איז לייכט אנצונעמען אז זייער שנאה צו מדנ"י איז באמת שנאת ישראל, אבער עס איז נישט מוכרח עס קען מעגליך זיין אנדערע סיבות, ס'איז יתכן אז ער איז א שונא ישראל מחד און א שונא מדינת ישראל מאידך און ער ווייסט גאר יא דער חילוק ביניהם.

עכ"פ אויב אנדערע סימנים צייגן אז דער גוי פירט זיך נישט עפ"י הלכה האט נישט קיין פשט תולה צו זיין דעם גוי'ס קעגנערשאפט צו מדנ"י אין שנאת ישראל.

א פרייליכען חנוכה

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:47 pm

א ווידאו פון ר' יעקב שפירא פון נטרונא איבער דעם.
https://drive.google.com/file/d/1G5LrWe ... p=drivesdk

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:54 pm

צל עובר האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:ווי האט נאר רבינו מסאטמער געזאגעט אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז א שונא ישראל ווייל זיי ווייסען נישט קיין חילוק צווישען א ציוני און נישטת און ער האט פיינט געהאט די מדינה!!!!!


אזוי איז געווען ווען דער רבי האט געלעבט. היינט איז די מעשה אזוי אז אפילו דער אוהב ישראל טראמפ שטיצט די מדינה, טוט ער עס "נישט" פאר אהבת ישראל, נאר פאר זיין עווענדזשעליקעל בעיז, ווי ער האט געזאגט אז פון די אידן הערט ער נישט קיין סאך וועגן ריקן די עמבעסי, נאר פון די עווענדזשעליקעלס. און דער איד בערני האט פיינט די מדינה. ווי אזוי עס איז געווען אין בוש הראשון'ס צייטן, ווייסעך נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:01 pm

עס איז באוואוסט וואס אדאלף אייכמאן ימ"ש האט געזאגט: "ווען איך וואלט געווען א איד, וואלט איך געווען א פאנאטישער ציוני'סט" דאס האט ער געזאגט נאכ'ן באטראכטן די ציוני'סטישע אידעאלאגיע אז צו קעמפן פאר'ן אייגענעם אידעאל איז קיין שום זאך נישט אסור און מען דארף אפילו אפרוימען מענטשליכע לעבנס אנצוקומען צו דעם ציהל.
Adolf Eichmann: "If I Were a Jew, I'd Be a Fanatical Zionist" - Tikun Olam

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:11 pm

צל עובר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:ווי האט נאר רבינו מסאטמער געזאגעט אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז א שונא ישראל ווייל זיי ווייסען נישט קיין חילוק צווישען א ציוני און נישטת און ער האט פיינט געהאט די מדינה!!!!!


אזוי איז געווען ווען דער רבי האט געלעבט. היינט איז די מעשה אזוי אז אפילו דער אוהב ישראל טראמפ שטיצט די מדינה, טוט ער עס "נישט" פאר אהבת ישראל, נאר פאר זיין עווענדזשעליקעל בעיז, ווי ער האט געזאגט אז פון די אידן הערט ער נישט קיין סאך וועגן ריקן די עמבעסי, נאר פון די עווענדזשעליקעלס. און דער איד בערני האט פיינט די מדינה. ווי אזוי עס איז געווען אין בוש הראשון'ס צייטן, ווייסעך נישט.


און אזוי איז געווען אין די צייטן פון רבין אויך. איינער וואס איז געווען שטיצער פון די מדינה [אווי טראמפ היינט], איז נישט טייטש אז דאס איז ווייל ער איז אן אוהב ישראל.

בערני סענדערס האט פיינט דעם אידישן פאלק אזוי ווי אלע ליבעראל׳ן, אפילו ער זאגט דיר אז נישט, און אפילו זיי זענען די ערשטע וואס גיבן ארויס פארדאמונגען ווען אידן קומען אינטער אטאקע. דאס איז ס״ה א פאליטישע בעקיטשע וואס רופט זיך ״אידן פריינד״. ווייל אויב האסטו גוט ארויס די אידעלאגיע פון די היינטיגע פראגרעסיוו׳ס פארשטייסטו אז אהבת ישראל פיט דארט בכלל נישט אריין.

[אמאל האט א אנטיסאמיט געמיינט דוקא עימיצער וואס זאגט קלאר אז ער האט פיינט אידן. היינט קעמען זיין א נאמבער 1 שונא פאר אידן, און צו די זעלבע צייט רעדן זייער שיין.]

און די פאקט אז בערני איז ״דזשואיש״ געט נאר צו אויל צום פייער!

אויב ווילסטו איינקלאפן מיט עימיצן וואס די אידן וועלן האבן די קלענסטע פראבלעם, ברויכסטו נעמען א קאנסערוועטיווע ריפאבליקאנער. א שטייגער ווי בוש, קרוז וכדו׳, א גלויביגער, וואס רעספעקטירט דעם אידישן פאלק מצד זייער גלויבונג!

אדער ברויכסטו איינקלאפן מיט א ליידיגע שטריק, א ביזנעסמאן וואס האט א קנאפע פראבלעם מיט סיי וואספארא ריליגע. די שטעל מיר נאר צו מיין טעלער חזיר, און און איך רוק עמבעסי׳ס צו ווי די ווילסט נאר. און מיט דעם מיינעך טראמפ.

די לעצטע אפציע איז א ליבעראלער אנטיסאמיט וואס זאגט שיינע דרשות און שיקט ווארימע וויטשן פאר כלל ישראל ביי זייערע ימים טובים.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:20 pm

אודאי איז בערני נישט גוט פאר די אידישע אמונה, אבער זיין שנאה צו די מדינה קען נישט קומען פון די הלכה בידועה.

טראמפ האט לכאורה בעצם ליב אידן, די מדינה מסתמא נישט, ווער עס געדענקט פון די פריימערי'ס.

לגבי גלויביגע קאנסערוואטיוון ווענדט זיך ווער, קרוז למשל איז א אוהב ישראל, אבער עס איז שייך אז זיי זאלן פיינט האבן א איד אויך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:05 pm

עס איז דא א באקאנט ווערטל, וואס איז די חילוק צווישען א איד'ס אהבת ישראל אין להבדיל א גוישער.

פרעגסט א גוי וואס ער זאגט אויף כלל ישראל, דיס טשוז דעי מעיק טו מאטש פראבלעמס, איי דאונט לייק דעם, אויפן כלל האט ער פראבלעמען.
אבער ווען ער רעט פין יחידים וועט ער זאגן, איי נאו מיסטער וועבער, הי איז עי ווערי נייס גיי, רעביי גרואס היז קידס אר רילי גאאד.

משא"כ א איד, ווען ער רעהט פין כלל ישראל, הווווייי די עם סגולה, אה, אן הייליג פאלק, די אהבה איז עפעס מורא'דיגע.
פרעגסט אבער וואס ער זאגט אויף דער גרינפעלד זיין שכן, דער איז דאך א שלאנג , ווער דער גרינפעלד? אים מיז מען אינטערברענגען....
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 5:02 pm

סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט
לעצט פאראכטן דורך נו שוין אום מאנטאג דעצמבער 03, 2018 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 5:26 pm

נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"


ימח שמו וזכרו. ביטע אויסמעקן די טמא'נע קוואוט. (ס'ברענגט עניוועי נישט ארויס וואס האסט געוואלט זאגן)

והיתם נקיים
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

תגובהדורך והיתם נקיים » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 8:46 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גלויביגער, וואס רעספעקטירט דעם אידישן פאלק מצד זייער גלויבונג!

פונקט לעצטנס געזען א פאול אז בעת וואס 81% אמעריקאנער שטיצן רעליגיעזע פרייהייט פאר קריסטן, שטיצן בלויז 70% רעליגיעזע פרייהייט פאר אידן, און בלויז 61% שטיצן רעליגיעזע פרייהייט פאר מוסלומענער.

אויב איז אמת אז נישט גלויביגע ליבעראלן (וואס שטאמען בעיקר פון קריסטן און אידן) בעפארצוגן אזוי שטארק רעליגיעזע פרייהייט פאר מוסלומענער, מיינט עס רוב גלויביגע קריסטן (קאנסערוואטיוון!) שטיצן רעליגיעזע פרייהייט נאר ווען מ'רעדט פון זייער רעליגיע, אבער וואס קען מען טוהן אז זייער פראפעגאנדע ארבעט גוט...

זייער קלוג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:13 pm

אה מען האט געטראפן נאך א וועג ווי אזוי אראפ צורייסן מדינת ישראל מיט א נייע נאמן פין א אשכול
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:48 pm

אויבנאויף פארשטיי איך אזוי.

'אנטיסעמיטיזם' מיינט איינער וואס האט פיינט דער אידישער פאלק צוליב זיינע 'אידישע שטריכן' אפגעזעהן זיינע 'פעולות'. ער קען זיין דער איידעלסטער איד און דער אנטיסעמיט וועט אים פיינט האבן שנאת מות, כמ"ש הלכה, בידוע שעשו שונא ליעקב.

אויף 'מדינת ישראל' איז דא אסאך טענות, מענטשן רעכט אדער סתם אויפפירונגען וואס רעגן אויף דעם אלעמיינעם גוי, זעה איך נישט פארוואס ער דארף זיין א אנטיסעמיט פארדעם, אוודאי קען זיין אז זיין אלגעמיינע 'נישט גינסטיגע' בליק אויף אידן גיבט צו צו זיין האס, אבער לכאורה קען מען דאס נישט אנרופן 'אנטיסעמיטיזם'.

אפילו ער ווייסט נישט דער חילוק פון 'אידן' ביז דער 'מדינה', אבער אויב זיינע טענות זענען צוליב געוויסע 'פעולות' - 'הנהגות' וואס רעגן אים אויף אין גיבן אים א נישט גינסטיגע בליק אויף די מענטשן, איז עס אויך נישט קיין אנטיסעמיטיזים.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:00 pm

אויב די "געוויסע הנהגות" שטערט אים אויכט ווען אנדערע לענדער טוען דאס, א שטייגער ווי בענגלאדעטש, טערקיי, רוסלאנד, ווענזועליע, אין ווער נישט, דעמאלץ האסטו א טענה....
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:04 pm

זאגסטו מער ווייניגער, אז עס איז 'געטריבן' פון א 'שלעכטע בליק' אויף יודן. אויך נישט קייין אנטיסעמיטיזם.
הוי 'מחשב'...

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 1:32 am

מחשב האט געשריבן:זאגסטו מער ווייניגער, אז עס איז 'געטריבן' פון א 'שלעכטע בליק' אויף יודן. אויך נישט קייין אנטיסעמיטיזם.

וואס איז דער שלעכטער בליק אויב נישט אנטיסעמיטיזם?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 6:27 am

מחשב האט געשריבן:אויבנאויף פארשטיי איך אזוי.

'אנטיסעמיטיזם' מיינט איינער וואס האט פיינט דער אידישער פאלק צוליב זיינע 'אידישע שטריכן' אפגעזעהן זיינע 'פעולות'. ער קען זיין דער איידעלסטער איד און דער אנטיסעמיט וועט אים פיינט האבן שנאת מות, כמ"ש הלכה, בידוע שעשו שונא ליעקב.

אויף 'מדינת ישראל' איז דא אסאך טענות, מענטשן רעכט אדער סתם אויפפירונגען וואס רעגן אויף דעם אלעמיינעם גוי, זעה איך נישט פארוואס ער דארף זיין א אנטיסעמיט פארדעם, אוודאי קען זיין אז זיין אלגעמיינע 'נישט גינסטיגע' בליק אויף אידן גיבט צו צו זיין האס, אבער לכאורה קען מען דאס נישט אנרופן 'אנטיסעמיטיזם'.

אפילו ער ווייסט נישט דער חילוק פון 'אידן' ביז דער 'מדינה', אבער אויב זיינע טענות זענען צוליב געוויסע 'פעולות' - 'הנהגות' וואס רעגן אים אויף אין גיבן אים א נישט גינסטיגע בליק אויף די מענטשן, איז עס אויך נישט קיין אנטיסעמיטיזים.

ווען א לאנד כאפט ראקעטן אויף איהר בירגער, פארשטייט יעדער אז זי מעג זיך פארטיידיגען, אויסער ווען עס רעדט זיך פון מדינת ישראל.

ווען כאמאס רצח'עט ביי איהרע מלחמות טויזענטער אייגענע פרויען אין קינדער דורך זיי צווינגען צי שטיין ביי די ציהלען פון וווי מען שיסט ארויס די באמבעס, זענן זיי נעבעכדיגע פארפייניגטע, אין מדנ"י זענען די מענטשן רעכט פארלעצער.

ווען סיריע באגייט הימל שרייענדיגע עוולות, אומברענגענדיג הונדערטע טויזענטע אומשילדיגע, און אזוי אויך אין פולע לענדער הערט מען נישט קיין פארדאמונג אין די יו ען מענטשן רעכט גרופע, אבער קעגן מדנ"י פארפאסן זיי נישט קיין געלעגנהייט צי פארדאמען.

ווען די יו ען אונרא גרופע לייקענט א זאך וואס (מיר גלייבען באמונה שלימה, אבער אפילו) רוב גויים דלייבען אין דעהם, און עס איז אויפגעוויזען דורך פארשער אז ירושלים האט אמאל באלאנגט פאר אידן, קומט דאס פון אהבת ישראל, נישט אזוי?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 7:52 am

נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט

קען טאקע זיין אז עס איז דא שונאי ישראל, וואס זענען פרא-ציונים.
אבער אלע אנטי-ציונים זענען שונאי ישראל.

עס איז נישטא (ביי די גויים) קיין אוהבי ישראל וואס זענען אנטי-ציונים.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 8:52 am

לחם לשובע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט

קען טאקע זיין אז עס איז דא שונאי ישראל, וואס זענען פרא-ציונים.
אבער אלע אנטי-ציונים זענען שונאי ישראל.

עס איז נישטא (ביי די גויים) קיין אוהבי ישראל וואס זענען אנטי-ציונים.


. און די שונאי ישראל האט נאר צוטיין מיט א פארשמייליגטע גלויבען. זיי טוהען נישט פיזישע פעולות אקעגן חוץ פון מיסיאנערן.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:03 am

אינטערסאנט אז ביי די עפענונג צערעמאניע פון די מדנ"י אמבאסאדע אין ירולשים, האט אויגעטרעטן אז אנטיסימעטישע גלח, וואס האט געלאזט הערן הייסע ציוני'יסטישע סטעיטמענטס

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:07 am


פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:28 am

לחם לשובע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סאיז כדי אביסל אראפצוברענגן די אנטיסעמיטישע פרא ישראלים, א שטייגער ווי דזשאן העגי, די פירער פון די ארגעניזאציע "קריסטן פאראייניגט פאר איזראעל"

פארמעקט צוליב די גרויליקייט

קען טאקע זיין אז עס איז דא שונאי ישראל, וואס זענען פרא-ציונים.
אבער אלע אנטי-ציונים זענען שונאי ישראל.

עס איז נישטא (ביי די גויים) קיין אוהבי ישראל וואס זענען אנטי-ציונים.


פארוואס זאל א אראבער וואס די ציונים האבן צוגעכאפט זיין זיידע'ס הויז דארפן זיין קעגן מיר?

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:42 am

ליינט!
צוגעלייגטע
arab.jpg
arab.jpg (212.82 KiB) געזעהן 504 מאל

אוועטאר
כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:07 am

פאראויס האט געשריבן:ליינט!

ממש גערינען טרערן פינעם אויגן.. נעבעך.....
ברוך השם אז די אראבער האט נאך אן אוזן קשבת אויף דיין טוויטער אקאנט, וויבאלד קיינער פין זיינע ברודער אין לענדער ארום ווילן אים נישט אנקוקן אדער געב שוץ.

זאל זיין א מליץ יושר פארן אונז אלע.
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 10:15 am

האסט יעצט גארנישט געזאגט לענין. דו ווייסט דערפון?...

פערצופאל האלט איך פונקט ווי דיר מיט דעם, איך זאג עם וואס איך דארף עם זאגן.. אבער איך בין נישט קיין אראבער ליבלינג און נישט קיין נטורי קרתא'ניק. די אראבערס זענען אן אכזריש און א נידעריגע פאלק. די פאקטן בלייבן אבער פאקטן. ליינט עס איבער נאכאמאל יעצט.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 1:47 pm

זייער קלוג האט געשריבן:אה מען האט געטראפן נאך א וועג ווי אזוי אראפ צורייסן מדינת ישראל מיט א נייע נאמן פין א אשכול

עפעס דריקט אייך?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט