אלעס ארום די ליבערטעריען שיטה

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און וועגען דעם האב איך געזאגט אז איך שטיץ נישט די ליבערטעריען'ס (און זיך אפגעשאקעלט דערפון), נאר האלט אז דער יסוד פון ליבערטעריוניזם איז דאס בעסטע פאר אידישקייט אין אמעריקע.

עהני נארישקייט שטיפעכץ פון ליבערטעריען'ס בין איך הארט דערקעגען.

לאידך גיסא פראגרעסיוויזם קען מען נישט אפטיילען נארישקייט פון דער רעסט פון איר פלאטפארם, ווייל נארישקייט איז דער עיקר שבעיקר און איז דער יסוד דערפון פינקט און אקוראט ווי העלעניזם.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

Inequality אין פארמעגען איז א טובה פאר די מענטשהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

It is only because people need money that is in the possession of others that they are willing to do things. Money is thus the incentive to for doing all the things that men need [to do] for each other. The inequality in the distribution of wealth is one of the great benefits that Hashem provided to mankind.

— Ohr Avigdor Shaar Habechinah

דאס איז הגאון רבי אביגדור מיללער'ס ענטפער צו Mitigating Income Inequality

צו פארשטיין פון וואס ער רעדט ברענג איך דא די "גרויסע חכמים" וואס האלטען זיך קלוגער פון דער באשעפער

https://en.wikipedia.org/wiki/Income_in ... ted_States
https://en.wikipedia.org/wiki/Wealth_in ... ted_States
https://en.wikipedia.org/wiki/Tax_polic ... ted_States
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לאמער נאכאמאל פראבירען און עס לייגען אין קורצע ווערטער און גיין צום שורש.

דער חילוק צווישען פראגרעסיוויזם און ליבערטעריוניזם איז קריסטאל קלאר אין דער נאמען.

פראגרעסיוויזם וויל אימפלומענטען social reform בקום ועשה און מיט צוואנג, און זאגט אז ווער עס האלט אנדערש איז ריגרעסיוו און צוריק געשטאנען און מען דארף אים ארויס שטיפען פון וועג אדער איבער פארען.

ליבערטעריוניזם זאגט liberty, פרייהייט, לאז צורוה יעדען, שב ועל תעשה און לאז יעדען טוהן ווי ער פארשטייט.

דא זענען די אפיציעל דעפינישען'ס :
pro·gres·sive
adjective: progressive

1. happening or developing gradually or in stages; proceeding step by step.

2. (of a group, person, or idea) favoring or implementing social reform or new, liberal ideas.
---------------------------------------------
lib·er·tar·i·an
noun: libertarian

1. an adherent of libertarianism.

•a person who advocates civil liberty.

2. Philosophy
a person who believes in the doctrine of free will.
----------------------------------------------
free will
noun: free will

1. the power of acting without the constraint of necessity or fate; the ability to act at one's own discretion.

synonyms: self-determination, freedom of choice, autonomy, liberty, independence

"they take for granted their blessed right to free will"

•voluntarily, willingly, readily, freely, without reluctance, without compulsion, of one's own accord, of one's own volition, of one's own choosing
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ליבערעליזם
ליבירטעריוניזם
דעמעקראטיע

זאגען הענדס-אוף דער סיטיזען; אז מען זאל צורה לאזען א מענטש צו זיין ווי פריי ער וויל און ווי פרום ער וויל; און דאס איז נישט פאר דער רעגירונג צו באשליסען.
---------------
קאמיוניזם
סאשאליזם
פראגרעסיוויזם

זאגט אז מען זאל ארויף צווינגען וואס "סאסייעטי" האט באשלאסען איז ריכטיג אויף יעדען, און אויב פעלט אויס איז מיט צוואנג, אדער נאך ערגער.
---------------

פראגרעסיוויזם זאגט אז מען זאל נישט טארען מל זיין א קינד ביי די אכט טאג, נאר מען זאל ווארטען בי ער איז 18 און נאכדעם זאל ער אליין באשליסען צו ער וויל זיך מל זיין.

פראגרעסיוויזם זאגט אז מען זאל נישט טארען לערנען מיט א קינד רעליגיע, נאר מען זאל ווארטען בי ער איז 18 און נאכדעם זאל ער אליין באשליסען צו ער וויל זיין רעליגיעז.

פראגרעסיוויזם זאגט אז אויב ארבעט זיך נישט אויס דער עידז פון 18 און צופיל ווערען יא רעליגיעז, איז דענמאלט דארף מען זיין פראגרעסיוו און העכערען דער עידז צו 21. און אויב העלפט נישט 21 זאל מען עס טוישען צו 41 ווען מען איז שוין למעלה מארבעים און מען האט שוין דער דעת.

ואין לדבר סוף פון פראגרעסיוויזם; ווייל עס קען פראגרעסען און פראגרעסען, פארען און פארען, פארפארען און איבערפארען, און אלעס אין דער נאמען פון פראגרעסיוויזם!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

והעיקר שכחתי

פראגרעסיוויזם זאגט (און אויב זאגען זיי נאך נישט, וועלען זיי אין גיכען זאגען) אז מען "מוז" לערענען מיטן יעדען קינד פון די דריי יאר אפיקורסות ווייל אזוי האט סאסייעטי (סדום עמורה אדמה וצבוים) וואס פארשטייט דאס בעסטע צו אייער קינד באשלאסען. און אויב לאזט מען זיך נישט, וועט מען דערקלערען דאס קינד "טרוענט" און צו נעמען די קינדער פון אזעליכע "אומפאראנטפוליכע" עלטערען.

רבותי איי רעסט מיי קעיס, ואידך (אויב ס'פעלט נאך איינעם אויס) זיל גמור.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

SPUSMN האט געשריבן:פראגרעסיוויזם קען מען נישט אפטיילען תואבה פון דער רעסט פון איר פלאטפארם, ווייל תואבה איז דער עיקר שבעיקר און איז דער יסוד דערפון


קענסט איבער זאגן צען מאל עיקר שבעיקר שבעיקר שבעיקר... די מציאות איז אז ביידע האבן די זעלבע סיבה פאר'ן שטיצן נארישקייט, און נארישקייט איז די זעלבע אומאפטיילבאר פון ביידע, נעמליך, ווייל זיי האלטן אז קיינער האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין א צווייטנ'ס ביזנעס ווען ס'פעלט נישט אויס.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

ליבערטעריענס האלטן אז קיינער האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין א צווייטנ'ס ביזנעס ווען ס'פעלט נישט אויס, ליבעראלן האלטן אז די רעגירונג זאל זיך יא אריינמישן און פארזיכערן אז קיינער ווערט נישט דיסקרימינירט צוליב נארישקייט פראקטיצירונגען, זיי ווילן מער און מער אוועקנעמען די רעכטן פון מענטשן זיך ארויסצושטעלן קעגן נארישקייט צוליב רעליגיעזע סיבות אדער סיי וועלכע סיבה.
ליידער האלט די מצב היינט צוטאגס אין אמעריקע אז אפילו קאנסערוואטיוון דערוואגן זיך שוין נישט אפילו פארצושלאגן אוועקצונעמען רעכטן פון מתועבים, מען קריגט זיך נאר ווי ווייט די רעגירונג זאל גיין צו פארזיכערן זייערע רעכטן און אוועקנעמען די רעכטן פון אנדערע ארויסצוזאגן א ווארט אקעגן זיי.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:פראגרעסיוויזם קען מען נישט אפטיילען נארישקייט פון דער רעסט פון איר פלאטפארם, ווייל נארישקייט איז דער עיקר שבעיקר און איז דער יסוד דערפון


קענסט איבער זאגן צען מאל עיקר שבעיקר שבעיקר שבעיקר... די מציאות איז אז ביידע האבן די זעלבע סיבה פאר'ן שטיצן נארישקייט, און נארישקייט איז די זעלבע אומאפטיילבאר פון ביידע, נעמליך, ווייל זיי האלטן אז קיינער האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין א צווייטנ'ס ביזנעס ווען ס'פעלט נישט אויס.

אלע נארישקייט'ניקעס שטיצען נארישקייט נישט קיין חילוק וועליכע פארטיי אדער שיטה, און פארשטייט זיך ווילען אז עס זאל זיין א חלק פון דער פלאטפארם פון זייער פאליטישע באוועגונג; און ווי הרב פארשער האט געזאגט איז דער רעפאבליקאנער פארטיי און אפילו די קאנסערוואטיוון אויך נישט אימיון פון דער קרענק.

דער חילוק איז אבער צווישען געבען זיי רעכטען אויפען חשבון פון צונעמען אונזערע רעכטען, אדער געבען זיי רעכטען "אן" צו צונעמען אונזערע רעכטען; א גרויסע חילוק. ווען זיי נעמען צו אונזערע (מאראלישע און רעליגיעזע) רעכטען בקום ועשה טוהען זיי עס מיט צוואנג, און דאס איז דער אישו דא, צו מען שטיצט דער רעגירונג צו גיין מיט צוואנג.

אין איין ווארט, די פראגערסיווע זענען פאר דער רעגירונג זאל גיין מיט כח צו "באצווינגען" די באפעלקערונג אן צו נעמען נארישקייט מיט אפענע ארימס, און די ליבערטעריען'ס נישט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 2:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

די פשוטע חילוק צווישן די ליבערטעריען און פראגרעסיווע שיטות בנוגע נארישקייט איז סימפל, אזוי ווי געוויסע האבן שוין דא ארויסגעברענגט.

דער פראגראסיווער הייסט יעדעם איינעם אננעמען אז עס איז נייע צייטן, קיינער טאר נישט טון קיין שום אקט וואס ווייזט אז ער אקצעפטירט נישט דעם געדאנקן גאנג.

משא"כ דער ליבערטעריען מיט זיין ליוו ענד לעט ליוו שיטה זאגט אז יעדער מעג טאן וואס ער וויל ווילאנג ער שעדיגט נישט פיזיש קיינעם. דער נארישקייט'ניק זאל טאן מה שלבו חפץ און דער גלויביגער האט אלע רעכטן זיך צו אנטזאגן פון באקן א קוכן פאר די צערעמאניע אפילו וועדינג קעיקס איז זיין ביזנעס.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

שטיגליץ האט געשריבן:דער פראגראסיווער הייסט יעדעם איינעם אננעמען אז עס איז נייע צייטן, קיינער טאר נישט טון קיין שום אקט וואס ווייזט אז ער אקצעפטירט נישט דעם געדאנקן גאנג.

משא"כ דער ליבערטעריען מיט זיין ליוו ענד לעט ליוו שיטה זאגט אז יעדער מעג טאן וואס ער וויל ווילאנג ער שעדיגט נישט פיזיש קיינעם. דער נארישקייט'ניק זאל טאן מה שלבו חפץ און דער גלויביגער האט אלע רעכטן זיך צו אנטזאגן פון באקן א קוכן פאר די צערעמאניע אפילו וועדינג קעיקס איז זיין ביזנעס.


ווען די רעדסט פון א וועדינג קעיק ביזנעס רעדסטו פון א ביזנעס וואס די רעגירונג העלפט מיט קליינע-ביזנעס טעקס קרעדיטס? הייסט דאס אז די רעגירונג מישט זיך נישט אריין אדער אז די רעגירונג פינאנצירט דיסקרימינאציע קעגן עושי נארישקייט?

ס'איז זייער געשמאק צו האבן סימפאטיע מיט ליבערטעריענ'ס ווען מ'קוקט זיי אן ווי די וואס מישן זיך נישט אריין ווערסוס פראגרעסיוון וואס לאזן נישט טוהן קיין שום אקטן אבער די מציאות איז אז דו וועסט נישט טרעפן דעם "פראגרעסיוו" וואס לאזט דיר נישט מאכן קעיקס נאר פארוועם דו ווילסט ווען דו שטעלסט דיך נישט אוועק אלס געשעפט וואס שטעלט זיך אהער אלס איינער וואס פארקויפט פאר יעדן און באקומט טעקס קרעדיטס אויפ'ן חשבון פון אלע שטייער צאלער צוגלייך (פרומע און עושי נארישקייט).
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

SPUSMN האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:פראגרעסיוויזם קען מען נישט אפטיילען נארישקייט פון דער רעסט פון איר פלאטפארם, ווייל נארישקייט איז דער עיקר שבעיקר און איז דער יסוד דערפון


קענסט איבער זאגן צען מאל עיקר שבעיקר שבעיקר שבעיקר... די מציאות איז אז ביידע האבן די זעלבע סיבה פאר'ן שטיצן נארישקייט, און נארישקייט איז די זעלבע אומאפטיילבאר פון ביידע, נעמליך, ווייל זיי האלטן אז קיינער האט זיך נישט וואס אריינצומישן אין א צווייטנ'ס ביזנעס ווען ס'פעלט נישט אויס.

אלע נארישקייט'ניקעס שטיצען נארישקייט נישט קיין חילוק וועליכע פארטיי אדער שיטה, און פארשטייט זיך ווילען אז עס זאל זיין א חלק פון דער פלאטפארם פון זייער פאליטישע באוועגונג; און ווי הרב פארשער האט געזאגט איז דער רעפאבליקאנער פארטיי און אפילו די קאנסערוואטיוון אויך נישט אימיון פון דער קרענק.



אלע נארישקייט'ניקעס שטיצען נארישקייט, אבער יעדע פארטיי סערווירט פאר א אנדערע קלייענטעל, פונקט אזויווי ליבערטעריענ'ס שטיצן היינט געוויסע פראגרעס וואס סאסייעטי האט שוין אנערקענט אז דאס מוז מען, שטיצן קאנסערוואטיוון נארישקייט אויף א מינימאלע פארנעם ווייל זיי קענען זיך אויך נישט קעגן שטעלן די מציאות, אבער קאנסערוואטיוון זענען נאך פארט אפיציעל, און שטיצן פאר געזעצן וואס זענען, קעגן נארישקייט, און נארישקייט'ניקעס שפירן זיך נישט באקוועם דארט משא"כ לוחמי נארישקייט יא, ס'איז גאר מאדנע וויאזוי איינער באשליסט צו רעדזשעקטן קאנסערוואטיזם אבער זיין פראבלעם מיט פראגרעסיוו'ס איז גאר אז זיי שטיצן נארישקייט... (אין פאקט איז זייער שטיצע פאר נארישקייט ניטאמאל א פראגרעסיווע זאך, ס'קומט פשוט פון זייער ליבעראליזם קעגן קאנסערוואטיזם וואס ליבערטעריענ'ס האבן פונקט אזוי...)
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”