פארדעם ביסטעך דא! ניין..???

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פיצי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:44 am

פארדעם ביסטעך דא! ניין..???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי »

....

סימער פייגעבאלן א קשיא!!

איבוזעי האחיילי...

אן אינטערעסאנטע דינסטאג איזעס געווען.. ווייסטו וואס? לאמיר עס מאכן פאר דינסטאג.. ס'שטימט בעסער ס'מעשה. עכ''פ (מעגסט אמאל רעדן ווי א נארמאלע מענטש. אקעי?) אקעי סא די פוינט איז אזוי..

ווי באקאנט ווען מ'ליעסט אדער מ'קויפט א קאר, אחוץ די ליעס\פיינענס וואס מ'צאלט, צאלט מען א איבריגע פאר דאללער פאר אינשורענס. (דער אינשורענס מאחארייקע בעציך שטארק פאר פעטש) עניוועי.. דער אינשורענס איז בעצם א שטילער, מ'הערט נישט קיין סאך פונעם. אבער ווען מ'חלום'ט צו שטארק אינמיטן דרייוון, קען ער זיך אריינמישן אין אנמאכן חורבנות.

פאר אינסטענס: ר' קלמן, א אינגער תלמוד חכם, 3 יאר נאך [נישט מער געדאכט] די חתונה, האט זיך איינגעהאנדלט א ווהיקל (א וואס??), זיך מסדר געווען אינשורענס, (שטייצעך ביי יודי.. זיין לעיטעסט געשמאקע פרענד) און שוין!
ויהי היום, ער פארט (אין די שטאט ג.) אויפ'ן רט. 59, אויפן וועג צום ביהמ"ד, א טעיפ שפילט יאסעלע'ס ערשטע קאסעטע (א טעיפ איז די לכאורה די איינציגע זאך וואס ארבעט נאך אין אט דעם וואגן), און אזוי איז ער פארטראכט אין זיינע מאכשאוועס רואיגערהייט. אזוי בערך זיבן מינוט אינעם וועג, והנה.. דער מנוול האט פוגע געווען אין אים, און ער וויל פארן ערגעץ אנדערש... בלעס בריירע טראכט ר' קלמן 'גיי מיר אים פאלגן..' נעמען די נעקסטע רעכטס...!!

שמעריש מער, ער רוקט זיך אריין אינעם טורנינג לעין, אמער.. מגייט זיך דרייען רעכטס..! ער קומט אן צום אינטערסעקשאן... ר' קלמן אידאך א וואוילער איד, נו, ס'שטייטעך "משכהו לביהמ''ד".., האטער באשלאסן די לעצטע רגע אויסצושפילן דעם מנוול, און צוריק גיין לינקס, און.. בום.. קרראאאךךךך...!!

ר' קלמן קומט ארויס פונעם קאר האלב אריענטירט, און ס'איז אים פערצופאל נישט געווארן שווארץ פאר די אויגן... (בד''וו ווער ס'קען מיר פארציילן וויאזוי מ'זאגט "אריענטירט" אין ענגליש, באקומט נישט גארנישט) ער קוקט זיך אום אויף זיין טוי, און דאנקט דעם בוכ''ע ששפך חמתו אויף א איינציגע העדלייט, און דרייט זיך אויס...

"העי אר יו קרעיזי?? וואהטס גאואינג אן ווהיט יו?? יו וואהר אין א טורנינג לעין!! יו היעוו טו טורן רייט!"

"לוק עט מיי קאר דע האול סייד איז וואן ביג דענט.. ענד איטס א ברענד ניו קאר"

ר' קלמן שטייט צוטומלט, פארנט פון אים שטייט א ריזיגע לעדי, אויפגעברויזט ביזן פלאר, איר "עס. יו. ווי." זעהט אויס ווי ס'האט באקומען מיזעלס אויף די זייט, און זי מאכט הכנות פאר א ריזיגע פראטעסט אויפן פלאץ... ער פרובירט צו ענטפערן אהער און אהין, אבער זי וויל נישט הערן פון גארנישט.

אדהכי והכי, שטעלט זיך אפ א אידל מיט א בלו-טוט, די ערשטע זאך בארואיגט ער ביידע, נאכער זאגט ער פאר ר' קלמן "די ערשטע זאך מאך זיכער אז מ'רופט נישט קיין לעלאס, איינמאל זיי קומען מאכט מען שוין א רעפארט און די אינשורענס גייט ארויף... בלא.. בלא... א קיצור, מ'פארהאנדלט ארויף און צו די זייט.. נאך אלעם פאר די סומע פון גאנצע" אכט הונדערט" מאות האטצע באשלאסן אז זי מאכט א שווייגעניש און פארטיג.

און דא קום איך אריין..!

אמער.. מ'צאלט דאך אינשורענס אז אויב מ'גייט זיך אמאל פארחלומ'ען זאלסטו נאך קענען באצאלן די מקוה, די פרישטאג, וכדו', נו פארוואס ווען איך וועק אויף דעם אינשורענס איינמאל א יאר, הייבט ער אן ארויפצוגיין? ער אידאך פארדעם געמאכט רבש''ע. ניין??

האב איך געפרעגט די גרעסטע חכמים.. ובלא, קיינער ווייסט נישט די סוד, פארוואס ווען דער אינשורענס טוט ממש זיין אויפגאבע ווערט ער זוי צולאזט...

כ'וועל פרובירן זיך בעסער ארויסברענגען, ווען איך זאל ווען האבן רוה''ק ביים נעמען א קאר, און זעהן אז איך וועל זיך קיינמאל פארכאלעמען, העט איך ווען קיין אינשורענס נישט געדארפט! נאר ווא דען? ברוב חלומותינו האבעך ליידער מאכשאוועס זארעס אינמיטן דרייוון, און מ'געפינצעך צומאל אין א גארטן בשעת מ'פארט אויפן 17, און צוליב דעם ברויך מען אינשורענס... אבער ווען נישט דעם [חלום] וואלטעכים נישט גענומען (דעם אינשורענס), נו פארוואס ווען מ'נוצט אים פאר אט די סיבה פארוואס איך האב אים גענומען גייט עס ארויף??? פארדעם ביסטו דאך דא טאטע אין הימל!!! אטא פאר אזעלכע מצבים, און ממש פאר אזא מצב האב איך באצאלט ביז היינט. ניין?! אז דו ביסט דעס אויך נישט ווערט, גיי דיר צו אלדאס בייזע...!!! און ער האט נאך טענות אז איך נוץ אים..! ער איז אויפגעברויזט!!! אמער... פארדעם איזער דאך דא..!!! נא!! (מיט א פתח)

נו שוין, די הכנות מחיצה דא צוברעכטס זיך שוין פון די קלאפערייען, העל איך לאזן אנדערע שרייבער איבערנעמען מיין ווארימע זיץ...!!

האטס מיר א לעכטיגס אידן!!
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

גארנישט אזא פיצי...
פיין פיין
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

דער קליינער קומט אריין געשליפן זיס

סדערמאנט די ארגיניעלע קרעטשמע ארטיקלען

קיפאיטאפ ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

שכויח!!! זייער פיין ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שמואל הלוי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל הלוי »

;l;p- ;l;p- נאדיר צוויי גרינע
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אין ישיבה האטמענעם גערופן פיינע פלוכעס. היינט הייסטער פיצי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

כא כא

ערנס גערעדט בלע"ז, האבער געהעריג געקלעימט מיין אינשורענס, און עס איז געבליבן ביים זעלבן ביליגן פרייז, בערך $840 א יאר.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

ס'באדערט מיר שוין לאנג די קשיא

אבער פאר דיר קומט זיך א גוטס
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שקויעח פיצי!!

העטעך געוואוסט העטעך נישט אזוי געהאקט..
# חכם אחר המעשה
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די שפרעכע איז פיין!
...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

דער פיצי גייט צוריקקערן דעם קרעטשמע צום אמאליגן חן....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

ווי אזוי וואלטען די בחורים געזאגט "פיצי די קומסט אריין קלאר"

בד"וו איך בין סתם נייגעריג אויב די קענסט שרייבן א גאנצע ארטיקעל נאר מיט נארמאלע ווערטער?
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זייער קלוג האט געשריבן:ווי אזוי וואלטען די בחורים געזאגט "פיצי די קומסט אריין קלאר"

בד"וו איך בין סתם נייגעריג אויב די קענסט שרייבן א גאנצע ארטיקעל נאר מיט נארמאלע ווערטער?

סטאפ איט!

דא גענוג און נאך נארמאלע געשרייבעכצער דא (יא, אויך פון ציפי) !
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

נודה לך האט געשריבן:דער פיצי גייט צוריקקערן דעם קרעטשמע צום אמאליגן חן....

לעטס מעיק די קרעטשמע גרעיט עגען! -a;-
פיצי פאר ראש הקהל!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

זייער קלוג האט געשריבן:בד"וו איך בין סתם נייגעריג אויב די קענסט שרייבן א גאנצע ארטיקעל נאר מיט נארמאלע ווערטער?

דאס לאז פאר א צווייטן די קרעטשמע איז פון אייביג אהן געגאנגען אויף דעם סטיל.
אזוינע מענטשן ווי דיר נעמען אוועק דעם חן פון וואס די קרעטשמע איז עכט געעפענט געווארן פאר....
אנטשולדיגט איך מיין נישט דיר איך מיין די קאנצעפט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פיצי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי »

חברה.. עטס זענטס געבראטענע נחת!!!

לאמיר רעדן ערנסט א סעקונדע, איך בין באמת נייגעריג פארוואס די סיסטעם ארבעט אז ווען מ'נוצט אינשורענס גייט עס ארויף. כ'מיין.. פאר א סיבה צאלט מען געלט א יעדע חודש. ניין?

ו עס-כעלם הא? -תליחו!
לעצט פארראכטן דורך פיצי אום מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 8:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

רבותי סקומט צירוק די גוטע צייטן!!! אונז האמער חברה!!! שכח פיצי.

איך הא שוין אמאל געקלעימט אינשארעס פאר קרוב צי 2 אלפים און סיז נישט ארויף, נארמאלערהייט פאנגט עס אן ארויפגיין ווען מען קלעימט מער פון 2 אדער 3 אלפים
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:ווי אזוי וואלטען די בחורים געזאגט "פיצי די קומסט אריין קלאר"

בד"וו איך בין סתם נייגעריג אויב די קענסט שרייבן א גאנצע ארטיקעל נאר מיט נארמאלע ווערטער?

סטאפ איט!

דא גענוג און נאך נארמאלע געשרייבעכצער דא (יא, אויך פון ציפי) !

אייך ווייס נאכנישט פארוואס די טראכסט אז איך האב נישט ליב ווי אזוי פיצי שרייבט. נאר פינקט פארקערט איך ווער מש.... ווי פיצי שרייט
איך בין סתם געווען נייגעריג אויב ער קען אויכט שרייבן נארמאל
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

הענדימען האט געשריבן:אין ישיבה האטמענעם גערופן פיינע פלוכעס. היינט הייסטער פיצי

אינערעסאנט די אחראים האבען עס נאכנישט אויסגעמעקט אלס גילוי
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

קנקן חדש מלא ישן
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

נודה לך האט געשריבן:דער פיצי גייט צוריקקערן דעם קרעטשמע צום אמאליגן חן....
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”