אמעריקא'ס מאגינאט ליין - BUILD THAT WALL

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

אמעריקא'ס מאגינאט ליין - BUILD THAT WALL

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

נאכן צוזעהן די חורבן וואס דייטשלאנד האט געמאכט ביים ערשטן וועלט קריג, האט פראנקרייך באשלאסן אז מ'קען פאר קיין געלט נישט לאזן עס זאל זיך איבערשפילען.

און כדי מקדים צו זיין די רפואה פאר די מכה האבן זיי אונטערגענומען א מאסיווע פראיעקט, גערופן די 'מאגינאט ליין' א פראיעקט וואס אלע מיליטערישע מומחים האבן מורא'דיג באוואונדערט.

די ציהל: אזויווי פראנקרייך גרעניצט זיך מיט דייטשלאנד, און כדי אפצוהאלטן דעם דייטש פון נאכאמאל אריימארשירן קיין פראנקרייך, האבן זיי ביים גרעניץ געבויעט א מיליטערישע מויער אפצוהאלטן סיי וועלעכע שונא פון אפי' פראבירן עס צו דורכברעכן.

די מאגינאט ליין איז געווען געבויעט אויף א וועג צו קענען בייקומען לופט באמבאדורונגען טאנק פייער א.א.וו.
עס האט געהאט אונטערערדישע טונעלן און רעילראוידס און נאך פולע מאסיווע איינריכטונגען עס איז געווען באצייכנט אלץ "work of genius".

איין קליינע פראבלעים.... פראנקרייך גרעניצט זיך מיט בעלגיע וואס בעלגיע גרעניצט זיך מיט דייטשלאנד, און דייטשלאנד האט פלעין און פשוט אריינמארשירט און פראנקרייך דורך בעלגיע....

ענדליכס האט פאסירט די וואך ביים אמעריקאנער גרעניץ.
און א פארזוך אפצושטעלן די קאראוואנען פון יונגע געבויטע אומלעגאלע אימיגראנטען, האט פרעזידענט טראמפ איינגעשפאנט די מיליטער ביים טעקסעס גרעניץ מיט מעקסיקא, די פירער פון די גרופע האבן פשוט דירעקטירט דעם ציבור קיין קאליפארניע.... וואו זיי זענען מיט 30 פיסיגע לייטערס רואיגערהייט איבערגעקראכן דעם צוים.

ווען איינער קומט אריין אין אמעריקא אפגעזעהן פון וואו און פארוואס ער קומט, וועט מען סיי אים, אין סיי זיינע באגאזשען, אויסטאפן און שטרענג דורכקוקן,
פון די אנדערע זייט, איז פאראן א 2,000 מייל ברייטע טיר פאר כל דיכפון יתי ויאכל, ווער די ביסט, פון וואו די קימסט, וואס די ברענגסט מיט, אלעס איז וועלקאם.
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

צום משל, איך פארשטיי נישט וויאזוי פראנקרייך האט פארזען דעם מעגליכקייט אז דייטשלאנד וועט אינוואדירן דורך בעלגיע, ביים ערשטן קריג זענען אויך אריין צום ערשט פון דארט.
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

די דייטשן זענען אריינגעקומען פון א וואלד וואס מהאט געגלייבט אז טאנקען קענען דארט נישט פארן
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

ווי אויך האבן זענען די פראנצויזן געוען זייער נאנט מיט בעלגיע און זיי האבן נישט געוואלט בויען א וואנט צווישן זיי זיי נישט צו צוקלאפן, און בויען א וואנט אין בעלגיע גופא וואלט די בעלגיער אנגעקוקט ווי א פראנצוזישע אינוואזיע.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”