האט נאך די רעפובליקאנער פארטיי א קיום ?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

האט נאך די רעפובליקאנער פארטיי א קיום ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אקעי לאמיר אויסשמועסן די נושא ערענסטערהייט נישט געפיליש.
און פאקט א גרויסע פראצענט (נישט באקאנט פונקטליך וויפיל אבער א גרויסע רוב) פון די אינגע וויילער גייען לינק און ווערן דעמאקראטן אפילו ווען די עלטערן זענען רעפובליקאנער.
און אזוי אויך אלע שווארצע און היספאנישע וואס באקומען מער און מער רעכטן און מער און מער סטעיטס גייען אויך כמעט יעדער צו די דעמאקראטן.
טא איז מיין קשיא פשוט גייט נאך די רעפובליקאנער פארטי האבן א קיום און בערך 20 יאר ????
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קען איינער אריינקומען מיט נומבער'ס וויפיל פראצענט פרישע רעפובליקאנער און דעמאקראטן זענען אריינגעקומען אין די לעצטע פאר יאר ???
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

די צווייטע דור אימיגראנטן ווערן אסאך רעפובליקאנער אפילו פון מינאריטעטן.
וועגן דעם דארפן די דעמאקרטן כסדר נייע
וויאזוי עס גויאישט זיך..
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

לענ"ד איז נישט שייך צו רעדן קיין נאמבערס ביי דעם
היסטאריע האט געוויזן אז אמעריקע איז א 2 פארטיי לאנד, געממינט האבן דזשאנסאן און די דעמאקראטן אין די 1960גער יארן אז מיט די פרא שווארצע אגענדע וועלן זיי באגראבן די רעפובליקאנער פארטיי, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז דאן האבן זיי פארלוירן די דרום שטאטן
איך בין בשיטה אז דאס איז פון נפלאות הבורא, אז עס זאל בלייבן א 2 פארטיי לאנד, צו פארזיכערן א באקוועמער פלאץ פאר אונז אין גלות, אן איין פארטיי לאנד, קען זייער שנעל פארוואנדלט ווערן אין א דיקטאטורשאפט
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

די פאליטיק האלט זיך אין איין טוישן, אוממעגליך פאראויסצוזעהן, קוק וויאזוי די לאנד האט זיך געדרייט די לעצטע פופציג יאר.

ניו יארק סטעיט זעהט אויס אצינד אז עס האט נישט קיין אויסזיכט פאר רעפובליקאנער אין די נאנטע צוקונפט, אבער ווי געזאגט גארנישט איז נישט זיכער אין פאליטיק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די רעפובליקאנער פארטיי קען ארומדרייען זייער מהלך און ווערן מער פראגמאטיש ווי אידיאלאגיש דאן קענען זיי האבן מער אויסזיכטן
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פעיק נוז האט געשריבן:די רעפובליקאנער פארטיי קען ארומדרייען זייער מהלך און ווערן מער פראגמאטיש ווי אידיאלאגיש דאן קענען זיי האבן מער אויסזיכטן

דעמאקראטן זענען פראגמאטיש?

איר קענט עליזאבעט ווארען?
יאפ! זי איז דאס נייע פרצוף פון סאשעליסט-אמעריקע.

נעבן פראגמאטיזם קיינמאל געשטאנען
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך האב גערעדט פון די רעפובליקאנער, אויב וועלן זיי לאזן הערן א מער פראגאמאטישן טאן וועט עס ציען מער מענטשן צו ווערן רעפובליקאנער, עס אפעלירט מער צום פאלק
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

אויב טראמפ איז מצליח אריין צולייגן א דריטן ריכטער אין סופרים קארט אנשטאט מרת. גינזבורג שר''י, און אוודאי אויב א פערטער און א פיפטער אדער גאר מער, דינענדיג אן אכט יעריגע טערמין אינעם ווייסן הויז, דעמאלטס וועט עס האבן א שטארקן אפעקט צו דרייען גאנץ אמעריקע אויפן רעכטן ליניע און וועט מיט די צייט פאבריצירן מיליאנען רעפאבליקאנער.
כנלע''ד.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

הרב עללער האט גע׳חלומ׳ט מכלומרשט עפעס אז די רעפובליקאנער פארטיי האט נישט קיין קיום און איז געקומען צום אלעם באליבטען וועלטעל צו פותר חלום זיין די בייזע חלום
הה״ד פון וואס מטראכט בייטאג חולם׳עט מען זיך ביינאכט
טראכט פון די לאטערי ליבערשט...
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

צוויי זאכן צו געדענקען
איינס, די יונגע וויילער בלייבן נישט אייביג יונג, און ווען זיי ווערן עלטער טוישן אסאך פון זיי זייטן.
צוויי, מיניראטעטן בלייבן אויך נישט אייביג מינאריטעטן, אמאל איז די אמעריקאנער מאיאריטעט נאר געווען ענגליש אפשטאמיגע פראטעסטאנטן, און היינט נעמט עס אריין אלע ווייסע מענטשן.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פעיק נוז האט געשריבן:די רעפובליקאנער פארטיי קען ארומדרייען זייער מהלך און ווערן מער פראגמאטיש ווי אידיאלאגיש דאן קענען זיי האבן מער אויסזיכטן

עס איז זינלאז און נישט קיין נייע פארשלאג. עס איז דא וואס פרובירן דאס שוין צו טוהן פאר יארן אבער אן ערפאלג.

זיי וועלן פארלירן די קאנסערוואטיוון וואס זענען די פאקטישע רוקנביין פון די רעפובליקאנע פארטיי.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

אומאפיציעל האט געשריבן:די פאליטיק האלט זיך אין איין טוישן, אוממעגליך פאראויסצוזעהן, קוק וויאזוי די לאנד האט זיך געדרייט די לעצטע פופציג יאר.

ניו יארק סטעיט זעהט אויס אצינד אז עס האט נישט קיין אויסזיכט פאר רעפובליקאנער אין די נאנטע צוקונפט, אבער ווי געזאגט גארנישט איז נישט זיכער אין פאליטיק.

וויאזוי האבן זיי געהאט א רעפ. גאווערנער מאיאר און סענאט פאר יארן?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

לענ"ד וועט דאס בלייבן אזוי שטענדיג,

די קאנצעטראציע פון לינקע זענען אין גרויסע שטעט, און די רעכטע אין די דערפער.

די עלעקטארעל קאלעדש, צוויי סענעטארען פער סטעיט פארזיכערט א באלאנס פון רעכטס און לינקס.

באקוקט די מאפע פון קאנגרעס, וועט איר זעהן אז כמעט גאנץ אמעריקא געאגראפיש איז רויט, וואס דאס איז דער באלאנס כנ"ל
שבעה מי יודע!?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אומאפיציעל האט געשריבן:די פאליטיק האלט זיך אין איין טוישן, אוממעגליך פאראויסצוזעהן, קוק וויאזוי די לאנד האט זיך געדרייט די לעצטע פופציג יאר.

ניו יארק סטעיט זעהט אויס אצינד אז עס האט נישט קיין אויסזיכט פאר רעפובליקאנער אין די נאנטע צוקונפט, אבער ווי געזאגט גארנישט איז נישט זיכער אין פאליטיק.

וועסט נאך זיין סורפרייזט.. איבער ניו יארק.

איך האב אויך אזוי אמאל געטראכט, ביז ס'איז אמאל געקומען א רויטע כוואליע.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לאלתר לחיים האט געשריבן:אויב טראמפ איז מצליח אריין צולייגן א דריטן ריכטער אין סופרים קארט אנשטאט מרת. גינזבורג שר''י, און אוודאי אויב א פערטער און א פיפטער אדער גאר מער, דינענדיג אן אכט יעריגע טערמין אינעם ווייסן הויז, דעמאלטס וועט עס האבן א שטארקן אפעקט צו דרייען גאנץ אמעריקע אויפן רעכטן ליניע און וועט מיט די צייט פאבריצירן מיליאנען רעפאבליקאנער.
כנלע''ד.

ריכטער קענען בסה"כ פארטייטשן די געזעצן מיט א קאנסערוואטיווע בליק אבער וויאזוי וועלן זיי איבערדרייען מענטשן צו ווערן רעפאבליקן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:די פאליטיק האלט זיך אין איין טוישן, אוממעגליך פאראויסצוזעהן, קוק וויאזוי די לאנד האט זיך געדרייט די לעצטע פופציג יאר.

ניו יארק סטעיט זעהט אויס אצינד אז עס האט נישט קיין אויסזיכט פאר רעפובליקאנער אין די נאנטע צוקונפט, אבער ווי געזאגט גארנישט איז נישט זיכער אין פאליטיק.

וויאזוי האבן זיי געהאט א רעפ. גאווערנער מאיאר און סענאט פאר יארן?


עס איז נישט אלעמאל געווען אזוי דעמאקראטיש, עס ווערט אלץ מער און מער, קודם איז די סיטי געווארן מער און מער דעמאקראטיש, היינט אז עס זאל געווינען א דזשוליאני אדער בלומבערג אויף די רעפובליקאנע ליניע איז ע"מ שתעלה לרקיע, קיינער פרובירט אפילו נישט, ווער עס וויל עפעס געווינען לויפט לכתחילה אויף די דעמאקראטישע ליניע (אפגערעדט פון דעם וואס ביידע דערמאנטע האבן שטארק לינקע ליבעראלע אנשויאונגען - כאטש זיי רופן זיך "רעפובליקאנער").

די סיטי איז היינט פאקטיש פיל מער ליבעראל און דעמאקראטיש ווי פאר צען יאר צוריק, אויך ראקלענד, אראנדזש, וועסטשעסטער קאונטיס ווערן מער און מער ליבעראל געשטימט, צוליב די שטראם מענטשן וואס ציען זיך ארויס אהין פון די סיטי. מען זעהט דאס אויף אן א שיעור פאליטישע פארמעסטן, וויאזוי די דעמאקראטן נעמען צוביסלעך אוועק איין זיץ נאכן צווייטן פון די רעפובליקאנער. אדרבה, צייג מיר אין די לעצטע זעקס יאר וועלכע רעפובליקאנער האט געווינען א ליידיגע זיץ (כ"ש א זיץ פון א דעמאקראט) אין די סיטי אדער איינע פון די דערמאנטע קאונטי'ס (איך רעד נישט פון קאונטי לעגיסלאטורן, איך רעד פון סטעיט אדער פעדעראל לעוועל פאליטיקאנטן), עס גייט אלץ נאר פארקערט, ווי אויך די מארדזשין מיט "וויפיל מער" די דעמאקראטן געווינען ווערט אלץ גרעסער. קוק אויך מיט וויפיל די דעמאקראטן האבן אויסגעברייטערט זייער מאיאריטעט אין די סטעיט אסעמבלי אין די לעצטע צען יאר, זיי האבן היינט בהרחבה "מער פון צוויי דריטל". אפגערעדט פון די סיטי קאונסיל וואו איך ווייס נישט צו עס איז נאך היינט געבליבן "אפילו איין" רעפובליקאנער.

אין די סטעיט סענאט האבן די רעפובליקאנער אלץ געהאט א רוב, אבער אין די לעצטע צוועלף יאר שטייען זיי שוין אויפן שוועל פון פארלירן די סענאט, אפאר יאר האבן זיי עס טאקע פארלוירן (מיט געציילטע זיצן) ביז עס איז געקומען א בלויע כוואליע ביי די ערשטע מידטורם פון אבאמא, דאן האבן זיי באקומען א קארגע רוב, און פון דעמאלטס ביז היינט סטראגלן זיי שטארק דאס אנצוהאלטן, יעצט האבן זיי דאס אבער אזוי מיאוס פארלוירן, אז עס איז ממש נישטא קיין וועג צוריק.

הגע בעצמך, "קיין איין" דעמאקראטישע זיץ איז נישט געווען באטראכט אלץ א ענגע פארמעסט אין די פארלאפענע וואלן, אנטקעגן "צען" רעפובליקאנע וואס זענען געווען באטראכט ענג, און "זיבן" דערפון האבן די דעמאקראטן צוגענומען (אויסער נאך איינס וואס זיי האבן שוין צוגענומען א האלב יאר צוריק). כמעט קיין איינס פון די זיבן איז "נישטא קיין וועג צוריק" לפי די צורת הפאליטיק פון יענע געגענטער. זיכער נישט אין ברוקלין, אדער אראנדזש קאונטי, אדער וועסטשעסטער קאונטי.

בקיצור, ווי איך האב געשריבן, לפי וואס עס זעהט אויס פארן אויג, איז כמעט שלא כדרך הטבע אז די רעפובליקאנער זאלן נאך קענען געווינען עפעס פאוער אויף א סטעיט לעוועל.

עם כל זה - וואו איך האב אויסגעפירט - אין פאליטיק קען מען נישט אויסרעכענען. אל כל אשר יחפוץ יטנו. מען האט שוין געזעהן חידושים נפלאים אין פאליטיק וואס דער שכל האט קיינמאל נישט געקענט פארשטיין - זיכער נישט פאראויסשאצן.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

צ/ק.
די זעלבע שאלה איז שוין געפרעגט געווארן פאר 30 יאר צירוק, אויף דערווייל איז דער תירוץ: יא!

ביזדערווייל שטייען ביידע פארטייען פעסט.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קרייסלער האט געשריבן:הרב עללער האט גע׳חלומ׳ט מכלומרשט עפעס אז די רעפובליקאנער פארטיי האט נישט קיין קיום און איז געקומען צום אלעם באליבטען וועלטעל צו פותר חלום זיין די בייזע חלום
הה״ד פון וואס מטראכט בייטאג חולם׳עט מען זיך ביינאכט
טראכט פון די לאטערי ליבערשט...

חלום, חלום איך ווי כהאלט שוין לאנג נאכן געווינען די לאטארי...... וואס רעדסטו.. :roll: :wink:
איך רעדט פון אמתע חששות אז די נערמאלע מענטשען (לייען רעפובליקאנער) גייען זיין א קליינע פראצענט...
און רוב קאלעדזשעס לערנט מען זייער שטארק צו גיין לינק און גאר א גרויסע רוב פון די יונגע סטודענטען ווערן לינקס.

און פאר די וואס זאגן אז אמעריקע איז אייביג געווען 2 פארטייען דאכט זיך אז אמאל איז געווען אין אמעריקע נאך גרויסע פארטייען וואס עקסעסטירען נישט. (אויב איינער ווייסט מער אינפא זאל ביטע אריינקומען מיט עס. א דאנק)
קען זיין אז ס'גייט ווערן די דעמאקראטן מיט די ווארקינג פעמעלי די מעסיגע און די גאר לינקע....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

מאן יימר אז עס וועט בכלל זיין צוויי ערנסטע פארטייען? אין ניו יארק סיטי קאונסיל איז געבליבן בלויז איין פארטיי, און עולם גולם כמנהגו נוהג.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך ווייס נישט אין וועסטשעסטער קאונטי.

אבער מארק מיי ווארדס: אין אראנדזש - סאליווען - אלסטער -פאטנעם גייט נאך איין טאג זיין אזא רויטע וועיוו וואס גייט מאסיוו אויפשאקלען פון קאנגרעס (18 -19 )ביז סטעיט סענאט (39 און 42) און אלעס אינדערמיט.
אפשר נישט אין צוויי יאר ארום, באט איין טאג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די סיטי איז אלעמאל געווען סאליד בלוי, שוין איבער הונדערט יאר האט דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט געווינען די סיטי, איי דזשוליאני בלומבערג, דאס איז אזוי ווי טשארלי בעיקער, די סיטי קאונסיל איז שוין מסתמא אין דעמאקראטישע הענט פון אייביג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לגבי נאציאנאל איז דא צוויי מהלכים, איינס אז טראמפיזם זאל בלייבן די רעפאבליקען ברענד, אין אזא פאל וועט טאקע די סאוט און סאוט וועסט באקומען מער און מער בלויע סטעיטס, אבער פון די אנדערע זייט וועלן די ווייסע סטעיטס ווערן מער און מער רויט, קודם די ראסט בעלט, נאכדעם אפילו ניו אינגלענד און די נארטוועסט, אויף די מהלך קען די פארטיי זיין קאמפעטעטיוו אין סענאט און די עלעקטארעל קאלידש פאר נאך צענדליגער יאר, הגם איך האלט אז מיט די צייט וואלט געשען א רעוואלט פון אמעריקע קעגן דעם סענאט מיטן עלעקטארעל קאלידזש.

די צווייטע מהלך איז אז נאך טראמפ זאל די פארטיי אויפהערן אינגאנצן פראמאטן ביגעטרי, און די יעצטיגע מינאריטעטן וועלן ווערן געהעריג א חלק פון די זאך, אזוי ווי די קאטאליקן פון אמאל, וואס גראדע זענען די שווארצע און היספאנישע מער קאנסערוואטיוו ווי די ווייסע, און דעמאלטס פארשטייט זיך זענען ביידע פארטייען קמפעטעטיוו.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

@אומאפיציעל.

איך בין מער ווייניגער מסכים מיט דיר.

דזשאסט פאר די רעקארד, פאטאקי איז נישט געווען קיין זשוליאני רעפאבליקען, ער איז געווען פיל מער קאנסערוואטיוו.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

צל עובר האט געשריבן:די סיטי איז אלעמאל געווען סאליד בלוי, שוין איבער הונדערט יאר האט דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט געווינען די סיטי, איי דזשוליאני בלומבערג, דאס איז אזוי ווי טשארלי בעיקער, די סיטי קאונסיל איז שוין מסתמא אין דעמאקראטישע הענט פון אייביג.

די סטעיט לכאורה נישט, איך בין נישט אזוי אלט צו געדענקן די פארד-קארטער פארמעסט
אבער עס דארף צו הייסן אז ניו יארק האט געקאסט די פרעזידענטשאפט פאר פארד נאך וואס א צייטונג העדליין האט געהאט א שארפן אויסדרוק פון פארד איבער ניו יארק (עפעס ווי "פארד צו ניו יארק: גיי באנקראט")
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”