נוי יארק חסידישע הויכע ספענדעריי אלץ סטענדארד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג נובעמבער 11, 2018 10:59 am

ראספשע האט געשריבן:צווייטנס פארוואס אז פאר דיר פארגינסטו א פיפציגער פאר א העמד, מוז דיין שכן גיין א סעקאנד הענד צוויי דאלערדיגע שמאטע? בלויז ווייל דער רבוש"ע האט עם נישט געגעבן עושר וכבוד ווי פאר דיר, מיינט נאך נישט יעצט אז ער מוז זיך אנטוהן אז מען זאל קענען טייטלען אויף עם פון דערווייטנס, אה!! יענער נעבעעעעעך שנארער קבצן......

אז דו האסט ב"ה עושר ונכסים, לאז יענעם אויך עפעס הנאה האבן פון זיין וועלט, וואס ביזטו אזא צר עין??


קאמאניזם בתפארתו!

און פון דעים רעדט מען דאך דא

יא, אז דער רבוש״ע האט מיר געגעבן עושר וכבוד (הלוואי) מעג איך קויפן א 50 דאלערדיגע העמד, און אז דער רבוש״ע האט פאר מיין שכן געגעבן נאר האלב מעג ער קויפן פאר 25, און אויב דער רבוש״ע האט אים געגעבן ׳גארנישט׳ , און ער קען קויפן א העמד פאר 2 דאלער דארף ער ׳דאס׳ טוהן.

דעיס איז מיין דעת בעה״ב

און אזוי איז געווען ביי אידן אין אלע דורות

מצות צדקה איז פאר אן עני אויף צום לעבן לויט ׳זיין׳ סטענדערט (אויסער ביי א יורד)

אויסצוגראדן סטענדערטס איז ריין קאמיניזם וואס איז היפך אידישקייט.

(און אז דו פרעגסט נאך די קשיא מיט אזויפיל קוועסשן מארקס, דאס איז נאך די גרעסטע ראי׳ ווי געשלאגן אונז זעמיר ליידער)

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6239
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:17 am

ווערעצקי האט געשריבן:
זייער קלוג האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך בין שוין כמעט אויף אלעם מוותר, אבער די רויבעריי פון כמעט $300 טאלער א היט האט זיך שוין געמוזט נעכטן אויפהערן.

קר"י בחורים גייען אין גאס מיט חאלאטן אנשטאט רעקליך, ווען וועט זיך אויפשטעלן איינער וואס וועט מאכען א סוף צו די היטן רויבעריי?!

יא א נארמאלע הויכע ביבער הוט קאסט $240 דאס מיינט אז ווען א טאטע מאכט בר מצוה א קינד אין ער קויפט איים א וואכן מיט א שבת הוט קאסט עס $480 אין פאר ווי לאנג האלט עס שוין א הימעל געשריי ווי זענען די עסקנים


האמיר געמאכט א חשבון, א בר מצוה היינט צו טאג, קאסט קרוב צו 10 אלפים ביי א געווענליכע משפחה. מ'קען אביסל שפארן וועט עס זיין בערך 8 אלפים.
תפלין $2000
בר מצוה סעודה $2500
2 הוטן $500
קלאודינג $1000
דריי גוד $500
2 פאר שיך $250
תפלין בייטל $100
כ'האב געשריבן בערך, נישט פונקטליך, אבער דאס איז בערך די מינימום, און מ'האלט שוין כמעט ביי 7 אלפים.
יעצט לייג צו די אנגעטועכץ פאר די גאנצע משפחה, וואס דארפן אויסקוקן "נארמאל" ביי א ברודערס בר מצוה, אפגערעדט די "מחותנת'טע", די מאמע פון די בר מצוה בחור, דארף דאך זיכער האבן עפעס א "לייטישע" קלייד פשוט צו אויסקוקען "מענטשליך", מיין איך אז 8 טויזענט איז גארנישט קיין גוזמא.
שוין נישט צוגערעכנט א "בר מצוה מתמידים כתה" וואס איז היינט כמעט ווי "נארמאל", און קאסט אפאר מאות, א "פשעטל" וואס איינער זאל מאכן, טייפן און דרוקן, וואס "יעדער" טוט אזוי, ועוד ועוד.
און אויב איינער איז אביסעלע ברייטער, רופט מער קאפעלס (די משפחה איז בליעה"ר גרויס, און מ'קען דאך קיינעם פארשעמען ח"ו), מיניטשורס ביי די פרויען, מזונות מיט אווע"ר ניי"ט קוגל ביי די מענער (פאר די גוטע פריינט), קומט מען אן אי-זי צו 10 אלפים.
נו, פרעגט זיך די שאלה: פון וואו נעמט מען דאס געלט?????
לעזער קרויס וויל מ'זאל חתונה מאכן פאר 15 אלפים, זאל ער אונז קודם אויסלערענען ווי אזוי צו בר מצוה מאכן פאר 2 אלפים, אז נישט ווייסעך נישט וויאזוי א חתונה קען קאסטן נישט מער ווי אנדערהאלבן מאל אזויפיהל וויפיהל א בר מצוה.

וואו קומסטו אן 1000 דאלער צו קלאדינג? GG האט פאר 500 א בר מצוה פעקעזש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:18 pm

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:צווייטנס פארוואס אז פאר דיר פארגינסטו א פיפציגער פאר א העמד, מוז דיין שכן גיין א סעקאנד הענד צוויי דאלערדיגע שמאטע? בלויז ווייל דער רבוש"ע האט עם נישט געגעבן עושר וכבוד ווי פאר דיר, מיינט נאך נישט יעצט אז ער מוז זיך אנטוהן אז מען זאל קענען טייטלען אויף עם פון דערווייטנס, אה!! יענער נעבעעעעעך שנארער קבצן......

אז דו האסט ב"ה עושר ונכסים, לאז יענעם אויך עפעס הנאה האבן פון זיין וועלט, וואס ביזטו אזא צר עין??


קאמאניזם בתפארתו!

און פון דעים רעדט מען דאך דא

יא, אז דער רבוש״ע האט מיר געגעבן עושר וכבוד (הלוואי) מעג איך קויפן א 50 דאלערדיגע העמד, און אז דער רבוש״ע האט פאר מיין שכן געגעבן נאר האלב מעג ער קויפן פאר 25, און אויב דער רבוש״ע האט אים געגעבן ׳גארנישט׳ , און ער קען קויפן א העמד פאר 2 דאלער דארף ער ׳דאס׳ טוהן.

דעיס איז מיין דעת בעה״ב

און אזוי איז געווען ביי אידן אין אלע דורות

מצות צדקה איז פאר אן עני אויף צום לעבן לויט ׳זיין׳ סטענדערט (אויסער ביי א יורד)

אויסצוגראדן סטענדערטס איז ריין קאמיניזם וואס איז היפך אידישקייט.

(און אז דו פרעגסט נאך די קשיא מיט אזויפיל קוועסשן מארקס, דאס איז נאך די גרעסטע ראי׳ ווי געשלאגן אונז זעמיר ליידער)

שקר וכזב!!
מצות צדקה איז צו געבן פארן עני לויטן סטענדערד, און נישט אים מבייש צו זיין ער זאל גיין אנגעטוהן מיט שמאטעס, און דער עושר פריץ זאל גיין גאלדענע קנעפ,
אזוי ווי דו פארשטייסט 'קאמעניזם בתפארתו' איז דא דאס פארקערטע 'קאפיטעליזם בתפארתו'
די דרך התורה, איז דער דרך הזהב, דער דרך האמצעי

וכבר אמרו חז"ל בפרקי אבות, לא יתן ולא יתנו אחרים, עינו צרה בשל אחרים
כ'בין זיכער הונדערט פראצענט, אז דו אלע וועלכע פארפירן דא מיט אזא ווילדע עקסטרעמיזם, האבן זיך קיינמאל נישט צופיל אנגעשטרענגט ארויס ציהעלפן א צווייטן יוד....

דיי וועלכע ווילן כלומר'שט 'העלפן דעם ציבור' מיט עצה'נען אז 'נאר' דער ארימאן זאל זיך אראפלאזן ביז טיעף אין דער ערד, נאך טיפער פון יעדען, נאר פארן חטא ווייל ער האט נישט, בעת דער עושר זאל זיך מעגן אויפרייסן מיט משוגע'נע איבערגעטריבענע לוקסוס'ער להראות העמים והשרים את רוב עושרו וגודל תפארתו, בלויז ווייל ער ווייסט שוין נעבעך נישט וואס צו טוהן מיט זיין געלט...., דער זאל מיר מוחל זיין, ס'יז א שאד די שפייעכץ, ס'גייט קיינמאל נישט זיין און ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן, אין די גמרא טרעפט מען אזא בחינה ווי 'שלא לבייש את מי שאין לו', ואס די גמרא זאגט אז מען האט איינגעפירט א סטענדערט 'ביי עשירים' נישט ביי ארימעלייט
אויב וויל מען איינפירן לויערן דעם סטענדערט, דאן אי 'אדער יעדער, אדער קיינער'!

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:44 pm

ראספשע האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:צווייטנס פארוואס אז פאר דיר פארגינסטו א פיפציגער פאר א העמד, מוז דיין שכן גיין א סעקאנד הענד צוויי דאלערדיגע שמאטע? בלויז ווייל דער רבוש"ע האט עם נישט געגעבן עושר וכבוד ווי פאר דיר, מיינט נאך נישט יעצט אז ער מוז זיך אנטוהן אז מען זאל קענען טייטלען אויף עם פון דערווייטנס, אה!! יענער נעבעעעעעך שנארער קבצן......

אז דו האסט ב"ה עושר ונכסים, לאז יענעם אויך עפעס הנאה האבן פון זיין וועלט, וואס ביזטו אזא צר עין??


קאמאניזם בתפארתו!

און פון דעים רעדט מען דאך דא

יא, אז דער רבוש״ע האט מיר געגעבן עושר וכבוד (הלוואי) מעג איך קויפן א 50 דאלערדיגע העמד, און אז דער רבוש״ע האט פאר מיין שכן געגעבן נאר האלב מעג ער קויפן פאר 25, און אויב דער רבוש״ע האט אים געגעבן ׳גארנישט׳ , און ער קען קויפן א העמד פאר 2 דאלער דארף ער ׳דאס׳ טוהן.

דעיס איז מיין דעת בעה״ב

און אזוי איז געווען ביי אידן אין אלע דורות

מצות צדקה איז פאר אן עני אויף צום לעבן לויט ׳זיין׳ סטענדערט (אויסער ביי א יורד)

אויסצוגראדן סטענדערטס איז ריין קאמיניזם וואס איז היפך אידישקייט.

(און אז דו פרעגסט נאך די קשיא מיט אזויפיל קוועסשן מארקס, דאס איז נאך די גרעסטע ראי׳ ווי געשלאגן אונז זעמיר ליידער)

שקר וכזב!!
מצות צדקה איז צו געבן פארן עני לויטן סטענדערד,
ווי ווערט דערמאנט אין חז״ל, שו״ע, אז ס׳דא אזא זאך ווי איין סטענדערט פאר יעדעם? אדער ווי האט מען געזען אזאנס אין די היסטאריע פון כלל ישראל ביז 50 יאר צוריק? אדרבה מ׳זעט קלאר אז נישט
און נישט אים מבייש צו זיין ער זאל גיין אנגעטוהן מיט שמאטעס,
ח״ו, אוודאי טאר מען נישט מבייש זיין, מ׳רעדט פון נארמאל אויפן ביליגסטן אופן, שמאטעס איז אין מיינע אויגן געווען א גוזמא, און אז היינט איז געווארן א בושה נישט צו גיין אויפן טייערסטן אופן ווי דעם עושר, דאס איז א מחלה אשר לא כתובה בתורה, וואס מ׳דארף אויסרייסן ווי אמשנעלסטן
און דער עושר פריץ זאל גיין גאלדענע קנעפ,
דער עושר מעג גיין וויזוי ס׳שמעקט אים ווילאנג ס׳נישט נגד התורה, און ווער ס׳גליסט זאל גיין צום דאקטאר, וועגן גאלדענע קנעפ ווייסיך נישט

אזוי ווי דו פארשטייסט 'קאמעניזם בתפארתו' איז דא דאס פארקערטע 'קאפיטעליזם בתפארתו'
קאפיטעליזם מיינט לאזן יענעם אויסגיין פאר הינגער
די דרך התורה, איז דער דרך הזהב, דער דרך האמצעי
דהיינו געבן פארן עני לפי ׳מדרגתו׳, ס׳איז לכאו׳ קלאר מבואר אין שו״ע, כ׳האב נישט נאכגעקוקט יעצט

וכבר אמרו חז"ל בפרקי אבות, לא יתן ולא יתנו אחרים, עינו צרה בשל אחרים
וועגן דעם האט קיינער נישט גערעדט פון נישט געבן
כ'בין זיכער הונדערט פראצענט, אז דו אלע וועלכע פארפירן דא מיט אזא ווילדע עקסטרעמיזם,
ווייסיך נישט פון וועם די רעדסט
האבן זיך קיינמאל נישט צופיל אנגעשטרענגט ארויס ציהעלפן א צווייטן יוד....
א נביא ווי דיר בינעך נאכנישט, באט איי דאונט טינק סאו

דיי וועלכע ווילן כלומר'שט 'העלפן דעם ציבור' מיט עצה'נען אז 'נאר' דער ארימאן זאל זיך אראפלאזן ביז טיעף אין דער ערד, נאך טיפער פון יעדען,
ח״ו נישט ממש, נאר זיין א חכם המכיר את מקומו
נאר פארן חטא ווייל ער האט נישט, בעת דער עושר זאל זיך מעגן אויפרייסן מיט משוגע'נע איבערגעטריבענע לוקסוס'ער להראות העמים והשרים את רוב עושרו וגודל תפארתו, בלויז ווייל ער ווייסט שוין נעבעך נישט וואס צו טוהן מיט זיין געלט...., דער זאל מיר מוחל זיין, ס'יז א שאד די שפייעכץ, ס'גייט קיינמאל נישט זיין און ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן, אין די גמרא טרעפט מען אזא בחינה ווי 'שלא לבייש את מי שאין לו',
נו ווען מ׳טרעפט עס טרעפט מען עס, האט עס א סיבה, וועגן דעם שטייט עס נישט אויפ׳ן טאג טעגליכן לעבנס שטייגער
ואס די גמרא זאגט אז מען האט איינגעפירט א סטענדערט 'ביי עשירים' נישט ביי ארימעלייט
אויב וויל מען איינפירן לויערן דעם סטענדערט, דאן אי 'אדער יעדער, אדער קיינער'!
אה, פון דעם האמיר גערעדט ׳קאמאניזם בתפארתו׳
גראדע האביך יעצט נאכגעקוקט, ס׳איז כדאי זאלסט אריינקוקן, יור״ד סי׳ ר״נ סעי׳ א׳ די מחסורו אשר יחסר לו כיצד הי׳ רעב מאכילו וכו׳ קוקט דארט אויס אז די עשירים פלעגן טאקע רייטן אויף פערד ועבד רץ לפניו, און די עניים פלעגן זיך somewho נישט שעמען עס נישט צו האבן, בדרך אפשר קען מען עס מדמה זיין צו גאלדענע קנעפ, וצע״ג


ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:58 pm

אז דו קומסט שוין מיט בלויע אותיות, העליך ענטפערן בקיצור ווייל כ'האב נישט קיין כוחאון נישט קיין צייט צו די ענדלאזע וויכוחים,

דער נושא איז שוין איבער געקייט און מעלה גירה געווען צענדליגער מאל דא אויפן וועלטל, און חזר'ט זיך כסדר איבער און איבער שוין א שיינע פאר יאר, ומשם תדרשנו לטובה
יעדע פאר חדשים שווימען נאכאמאל ארויף די זעלבע ענליכע ענדלאזע וויכוחים....... מער ווייניגער די זעלבע טענות קומען ארויף נאכאמאל און נאכאמאל,
און מ'האלט שוין ביי חוזר חוזר חזרה מיט דריטע חבירים

נוסח אייוועלט, גייט בערך אזוי,
איינער איז קיצוני אהער, און דער אנדערער איז קיצוני פונקט קאפויער,
און אזוי ציען זיך בלעטער מיט בלעטער מיט זינלאזע ענדלאזע וויכוחים, יעדער באקט מעשיות לצידו, וואס בדרך כלל איז אפשר א קליינע פראצענט אמת, און דאס איבריגע געזאלצענע גוזמאות, וכל המרבה להגזים הרי זה משובח און געוויס אויך גערעכט .......
ע"ע ערך חתונה תקנות, וואקסינען, אליעזר קרויס, ארטסקרול, קנאות, טראמפ......

לענינינו, אינטערשטע שורה איז:
א שאד די אלע וויכוחים, ווייל מער ווייניגער גייט איר דעך עניוועי אלע אויך אזוי טוהן אי"ה, צו ווייל די ווייבער [ווער דען?] גייען דאך אראפדרייען דעם קאפ, אדער סתם אזוי ווייל איר וועט אויך נישט וועלן זיין אנדערש פון יעדעם....
סאו וואסעפעס זיך טענה'ן??
סאו סי יו אגעין ביי די נעקסטע בר מצוה אינדערהיים אין דיינונג רום, מיט לעקעך און ברוינפן, אי"ה....., און שפעטער אי"ה ביי די חתונות אין בעסמעדרעש......
ביי ביי

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:20 am

עטליכע טיפס - פון אייגענע עקספיריענס - ווי איר קענט שפארען ביי א בר מצווה

הקדמה: דרייצן יעריגע קינדער וואקסן זייער שנעל אויס זייערע קליידער.

געקויפט נאר איין ביבער היט (הרבו נוהגים כן, וכן יש לנהוג אויב גייט מען מיט א ביבער היט אינדערוואכען)

נישט געקויפט קיין נייע רעקיל פאר'ן בר מצווה בחור, די בחורים גייען קיינמאל נישט דערמיט נאר צו א חבר'ס בר מצווה, פאר דעם איז די אלטע אינגעל רעקיל אויך גוט. (הג"ה וכן נוהגים) די וואס גייען שבת מיט א רעקיל קענענן עס זיכער טיען.

געקויפט נאר איין טיש בעקיטשע,, אינדערהיים שב"ק עסט מען מיט "וואלדמאן'ס הערליכע חאלאטן" (הג"ה, וכן אני נוהג למעשה, איך פאר מיר נוץ אויך דאס ביי די סעודה, זייער פראקטיש און שיין, איך האב אפילו די זעלבע קאליר ווי די גרויסע רבי'ס, א זילבערנע און א בלויע)

באשטעלט נאר 25 קאפיל ביי די סעודה, נישט געריפן קיין בחורים און חתונה געהאטע נעפיוס צו די סעודה, געהאט איין פאטעיטע קוגעל, דריי געקויפטע טעצער קעיק, די סעודה האט געקאסט הכל בכל מכל אינטער צוויי אלפים טאלער.

א בר מצווה נעמט לכן היותר צוויי שעה, איך האב מיר נישט געקויפט פאר מיר קיין נייע רעקיל הוט און שיך, נאר אלעס שיין געקלינט. און אפגעפיצט.

מיין ווייב האט געהאט א קלייד פון קלאזעט.

געקויפט גאר מהודר'דיגע תפילין אין אר"י, מיט א גיטע הכשר, א חשוב'ע סופר, געצאלט דרייצען מאות, א חבר דארט האט מיר געטיען די מעקלעריידארט איז די זעלבע כשר'ע און חשוב'ע תפילין היבש ביליגער.

עמזאן האט צוגעשטעלט פאר מיין בחור צוויי נייע שיינע שוך פאר די מינעמאלע פרייז פון איינס פאר זעכציג טאלער.

געקויפט פאר'ן בחור נאר איין טל"ק, די וואלענע שבת'דיגע פון אלץ יונגעל איז נישט פסול געווארען ווערענדיג דרייצן יאר.

געקויפט צוויי שיינע העמדער פאר שבת, די איבריגע ביליגער.

לסיכום, איך האב מיר געשפארט בערך דריי אלפים, מיין שמחה איז נאך געווען עני טיים אזוי שיין ווי א צווייטענס, און מיין בחור נאך אזוי העפי ווי זיין חבר.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:32 am

ראספשע האט געשריבן:אז דו קומסט שוין מיט בלויע אותיות, העליך ענטפערן בקיצור ווייל כ'האב נישט קיין כוחאון נישט קיין צייט צו די ענדלאזע וויכוחים,

דער נושא איז שוין איבער געקייט און מעלה גירה געווען צענדליגער מאל דא אויפן וועלטל, און חזר'ט זיך כסדר איבער און איבער שוין א שיינע פאר יאר, ומשם תדרשנו לטובה
יעדע פאר חדשים שווימען נאכאמאל ארויף די זעלבע ענליכע ענדלאזע וויכוחים....... מער ווייניגער די זעלבע טענות קומען ארויף נאכאמאל און נאכאמאל,
און מ'האלט שוין ביי חוזר חוזר חזרה מיט דריטע חבירים

נוסח אייוועלט, גייט בערך אזוי,
איינער איז קיצוני אהער, און דער אנדערער איז קיצוני פונקט קאפויער,
און אזוי ציען זיך בלעטער מיט בלעטער מיט זינלאזע ענדלאזע וויכוחים, יעדער באקט מעשיות לצידו, וואס בדרך כלל איז אפשר א קליינע פראצענט אמת, און דאס איבריגע געזאלצענע גוזמאות, וכל המרבה להגזים הרי זה משובח און געוויס אויך גערעכט .......
ע"ע ערך חתונה תקנות, וואקסינען, אליעזר קרויס, ארטסקרול, קנאות, טראמפ......

לענינינו, אינטערשטע שורה איז:
א שאד די אלע וויכוחים, ווייל מער ווייניגער גייט איר דעך עניוועי אלע אויך אזוי טוהן אי"ה, צו ווייל די ווייבער [ווער דען?] גייען דאך אראפדרייען דעם קאפ, אדער סתם אזוי ווייל איר וועט אויך נישט וועלן זיין אנדערש פון יעדעם....
סאו וואסעפעס זיך טענה'ן??
סאו סי יו אגעין ביי די נעקסטע בר מצוה אינדערהיים אין דיינונג רום, מיט לעקעך און ברוינפן, אי"ה....., און שפעטער אי"ה ביי די חתונות אין בעסמעדרעש......
ביי ביי

האביך פראבירט צו זיין אקוראט אן קיין איין גוזמא

וואס איך גיי טוהן ווייס איך נישט, אבער כ׳האלט צו וויסן דעם אמת איז א גוטע זאך פאר זיך

אבער דעיס איז אמת, א שאד צו טענה׳ן (כ׳בין לכאו׳ נישט טויגליכער ווי דיינע ערשטע צוויי חבירים..)
סאו האמיר און זיימיר.. אינדזשוי לייף

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:44 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:עטליכע טיפס - פון אייגענע עקספיריענס - ווי איר קענט שפארען ביי א בר מצווה

הקדמה: דרייצן יעריגע קינדער וואקסן זייער שנעל אויס זייערע קליידער.

געקויפט נאר איין ביבער היט (הרבו נוהגים כן, וכן יש לנהוג אויב גייט מען מיט א ביבער היט אינדערוואכען)

נישט געקויפט קיין נייע רעקיל פאר'ן בר מצווה בחור, די בחורים גייען קיינמאל נישט דערמיט נאר צו א חבר'ס בר מצווה, פאר דעם איז די אלטע אינגעל רעקיל אויך גוט. (הג"ה וכן נוהגים) די וואס גייען שבת מיט א רעקיל קענענן עס זיכער טיען.

געקויפט נאר איין טיש בעקיטשע,, אינדערהיים שב"ק עסט מען מיט "וואלדמאן'ס הערליכע חאלאטן" (הג"ה, וכן אני נוהג למעשה, איך פאר מיר נוץ אויך דאס ביי די סעודה, זייער פראקטיש און שיין, איך האב אפילו די זעלבע קאליר ווי די גרויסע רבי'ס, א זילבערנע און א בלויע)

באשטעלט נאר 25 קאפיל ביי די סעודה, נישט געריפן קיין בחורים און חתונה געהאטע נעפיוס צו די סעודה, געהאט איין פאטעיטע קוגעל, דריי געקויפטע טעצער קעיק, די סעודה האט געקאסט הכל בכל מכל אינטער צוויי אלפים טאלער.

א בר מצווה נעמט לכן היותר צוויי שעה, איך האב מיר נישט געקויפט פאר מיר קיין נייע רעקיל הוט און שיך, נאר אלעס שיין געקלינט. און אפגעפיצט.

מיין ווייב האט געהאט א קלייד פון קלאזעט.

געקויפט גאר מהודר'דיגע תפילין אין אר"י, מיט א גיטע הכשר, א חשוב'ע סופר, געצאלט דרייצען מאות, א חבר דארט האט מיר געטיען די מעקלעריידארט איז די זעלבע כשר'ע און חשוב'ע תפילין היבש ביליגער.

עמזאן האט צוגעשטעלט פאר מיין בחור צוויי נייע שיינע שוך פאר די מינעמאלע פרייז פון איינס פאר זעכציג טאלער.

געקויפט פאר'ן בחור נאר איין טל"ק, די וואלענע שבת'דיגע פון אלץ יונגעל איז נישט פסול געווארען ווערענדיג דרייצן יאר.

געקויפט צוויי שיינע העמדער פאר שבת, די איבריגע ביליגער.

לסיכום, איך האב מיר געשפארט בערך דריי אלפים, מיין שמחה איז נאך געווען עני טיים אזוי שיין ווי א צווייטענס, און מיין בחור נאך אזוי העפי ווי זיין חבר.


איך בין היינט איבערגעגאנגענן די חשבונות, אלעס אלעס אריינגערעכענט האט עס געקאסט 5050, פינף טויזענט מיט פופציג טאלער.

מען קען שפארן, מען דארף נאר וועלן שפארן.

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:38 pm

וויפיל קאסט א בר מצוה אין מנחה ושמחה?
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:45 pm

הרב קאנסילמאן, מהודר'דיגע בתים פון ארץ ישראל קאסט לערך צווישן טויזנט און דריי טויזנט, אבער פרשיות קאסט וויפיל?, האסט עס ריינגערעכנט?

דיין חשבון איז זייער אויסגעהאלטן, בפרט די נקודה וואס מען כאפט נישט אז ס'לוינט זיך נישט אויסצישטאפירן א ב"מ בחור'ל ווי אן 18 יעריג'ס, ווייל ביז א האלב יאר פלאצט אלעס

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3239
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:57 pm

Wow a1 האט געשריבן:וויפיל קאסט א בר מצוה אין מנחה ושמחה?

איך מיין $1600
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:02 pm

ראספשע האט געשריבן:הרב קאנסילמאן, מהודר'דיגע בתים פון ארץ ישראל קאסט לערך צווישן טויזנט און דריי טויזנט, אבער פרשיות קאסט וויפיל?, האסט עס ריינגערעכנט?

דיין חשבון איז זייער אויסגעהאלטן, בפרט די נקודה וואס מען כאפט נישט אז ס'לוינט זיך נישט אויסצישטאפירן א ב"מ בחור'ל ווי אן 18 יעריג'ס, ווייל ביז א האלב יאר פלאצט אלעס


איך האב געקויפט גאר כשר'ע בתים בהכשר העדה, גדולים וטובים נוצען עס, געמאכט דורוך א סאטמאר איד, דאהי קאסט די זעלבע בתים מיט עטליכע הונדערט טאלער מער ווייל א בראקער ברענגט עס און מאכט געלט דערויף, דארט בעט מען פאר עס $700 און די פרשיות איז פון א חשוב'ע סופר פון תו"א פאר זעקס מאות.

___

מען דארף וויסען זיך נישט צו פארלירען און ספענדן געלט אין די וועלט אריין ביי א שמחה,
די בחורים ווערן עלטער און מען קען אלץ שפעטער נאכקויפן וואס מען האט פארפאסט צו קויפן אין די פיר וואכען בעפאר די בר מצווה.

בפרט דארף מען לייגען דגוש נישט אויסשטאפירען אלע ברידערס פונעם בר מצווה בחור מיט נייע שיך און מלבישים, קיינער קוקט נישט צו די שוועסטער און ברידערס האבן נייע שיך, און צו דער טאטע האט א נייע רעקל, אויב די אלטע איז גאנץ און נישט אפגעריבען, קויפט מען נישט, און אזוי אז מען שפארט א דאלער דא און א דאלער דארט קומט אן צו טויזענטער דאלער,
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:08 pm

אהא, פריער האסטו געשריבן 'גאר מהודר'דיגע'...., דעריבער האבעך געפרעגט
'גאר כשר'ע' איז שוין אן אנדערע מייסע

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:11 pm

ראספשע האט געשריבן:אהא, פריער האסטו געשריבן 'גאר מהודר'דיגע'...., דעריבער האבעך געפרעגט
'גאר כשר'ע' איז שוין אן אנדערע מייסע


ניין עס איז גאר "מהודר'דיגע"

די PR בתים מהודר וואס מען פארקויפט דאהי וואס קןמט פון דארט איז ווייניגר מהודר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:12 pm

איבער אויסברענגען ווען מ'האט גענוג און נאך האב מיר שוין געברענגט

עכ"פ אפילו ווען ס'נעמט נישט ארויס ביי די עניים [עניים'טעס] די אויגן און ברענגט זיי נאכצוטאן איז עס נישט גלייך, פאר איינער וואס פארופט זיך א חסיד'ישער איד זיכער נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:18 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אהא, פריער האסטו געשריבן 'גאר מהודר'דיגע'...., דעריבער האבעך געפרעגט
'גאר כשר'ע' איז שוין אן אנדערע מייסע


ניין עס איז גאר "מהודר'דיגע"

די PR בתים מהודר וואס מען פארקויפט דאהי וואס קןמט פון דארט איז ווייניגר מהודר

אילו יכולת, העסטו ווען געדארפט אויך גאטשעס און העמדער דארטן קויפן, און אפשר אויך א קאפעליטש, וואלסטו געקענט קאטן נאך אן אלפ'ל....

בבל
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:04 pm

לשבח דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עטליכע ת''ת אין קרית יואל לאזן נישט בר מצוה בחורים קויפן די טייערע נייע סארט לעדערנע תפילין בייטל. כדי די סטענדארט ביי די בחורים זאלן נישט ארויף גיין

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:58 pm

בבל האט געשריבן:לשבח דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עטליכע ת''ת אין קרית יואל לאזן נישט בר מצוה בחורים קויפן די טייערע נייע סארט לעדערנע תפילין בייטל. כדי די סטענדארט ביי די בחורים זאלן נישט ארויף גיין

:lol: :lol:
ממה נפשך... איז עס ״אלע דריי״ שרייב ״אלע״... מוז מען זאגן איר מיינט נאר צוויי פון דריי... נו וועלעכע צוויי?! מיעוט ״עטליכע״ שנים...

צדקה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:15 pm

טעם וריח האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:לשבח דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עטליכע ת''ת אין קרית יואל לאזן נישט בר מצוה בחורים קויפן די טייערע נייע סארט לעדערנע תפילין בייטל. כדי די סטענדארט ביי די בחורים זאלן נישט ארויף גיין

:lol: :lol:
ממה נפשך... איז עס ״אלע דריי״ שרייב ״אלע״... מוז מען זאגן איר מיינט נאר צוויי פון דריי... נו וועלעכע צוויי?! מיעוט ״עטליכע״ שנים...

זייער טיף...

אגב: דער עולם האט פארגעסן פון בלומען, יא, איר הערט גוט, ווייסעך פון עמיצן וואס האט געצאלט א טויזענטער דערפאר. זיין רעבעצין האטעס פארלאנגט.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג מאי 17, 2019 1:18 am

בבל האט געשריבן:לשבח דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עטליכע ת''ת אין קרית יואל לאזן נישט בר מצוה בחורים קויפן די טייערע נייע סארט לעדערנע תפילין בייטל. כדי די סטענדארט ביי די בחורים זאלן נישט ארויף גיין


נישטא קיין ביליגע זאל פאר בר מצווה'ס, קיין בר מצצוה תקנות, אבער די תפילין בייטעל, דארט שפארט מען די פופציגער, נייס.

בבל
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 17, 2019 8:57 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:לשבח דארף ארויסגעברענגט ווערן אז עטליכע ת''ת אין קרית יואל לאזן נישט בר מצוה בחורים קויפן די טייערע נייע סארט לעדערנע תפילין בייטל. כדי די סטענדארט ביי די בחורים זאלן נישט ארויף גיין


נישטא קיין ביליגע זאל פאר בר מצווה'ס, קיין בר מצצוה תקנות, אבער די תפילין בייטעל, דארט שפארט מען די פופציגער, נייס.


יעדע מנהל רוחני מאכט זיין אייגענע תקנות. און יעדע מנהל גשמי( אדמיניסטראטער)מאכט זיין אייגענע. מנהלים פון כיתה ח ט האבן גראד געשמעקט אז יעדער גייט עס מיזן האבן( נאך א 100$)און האבן עס תיכף אפגעשטעלט

אגב אז די רעדסט וועגן ביליגע בר מצוה זאלן עס איז לעצטנס צי געקומען א ביליגע בר מצוה זאל אין איינע פון די ק'' י מוסדות

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » פרייטאג מאי 17, 2019 9:41 am

יאך גלייב נישט אז דאס האט מיט שפארן געלט, ליבערשט זעהט עס אויס ווי א סייג אין ובחוקותיהם לא תלכו, זינט דאס זענען גוישע תפילין בייטלעך, וואס גוישע בר מצוה בחורים נוצען פאר זייערע תפילין.

בבל
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 17, 2019 9:45 am

צד תמות האט געשריבן:יאך גלייב נישט אז דאס האט מיט שפארן געלט, ליבערשט זעהט עס אויס ווי א סייג אין ובחוקותיהם לא תלכו, זינט דאס זענען גוישע תפילין בייטלעך, וואס גוישע בר מצוה בחורים נוצען פאר זייערע תפילין.

:lol: ;l;p-
איך וויל נישט פארפירן די אשכול
נאכדעם קימט א 2 רעדילדיגע בייק פין דארט גייט עס צי קויפן די וואך פין דארט א קאצן שפרינג צי סאשי..

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 17, 2019 10:06 am

בבל האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:יאך גלייב נישט אז דאס האט מיט שפארן געלט, ליבערשט זעהט עס אויס ווי א סייג אין ובחוקותיהם לא תלכו, זינט דאס זענען גוישע תפילין בייטלעך, וואס גוישע בר מצוה בחורים נוצען פאר זייערע תפילין.

:lol: ;l;p-
איך וויל נישט פארפירן די אשכול
נאכדעם קימט א 2 רעדילדיגע בייק פין דארט גייט עס צי קויפן די וואך פין דארט א קאצן שפרינג צי סאשי..

קיין דמיון. די געדאנק פון מאכן תפילין בייטלעך פאר א ״סטייל״ איז נישט גוט. דאס איז א גוישע געדאנק. והיינו טעמא של בעקיטשעס אד״ג, מען ברענגט אריין די גוישע געדאנק פון נאכגיין א ״סטייל״.

צדקה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » פרייטאג מאי 17, 2019 10:07 am

בבל האט געשריבן:
צד תמות האט געשריבן:יאך גלייב נישט אז דאס האט מיט שפארן געלט, ליבערשט זעהט עס אויס ווי א סייג אין ובחוקותיהם לא תלכו, זינט דאס זענען גוישע תפילין בייטלעך, וואס גוישע בר מצוה בחורים נוצען פאר זייערע תפילין.

:lol: ;l;p-
איך וויל נישט פארפירן די אשכול
נאכדעם קימט א 2 רעדילדיגע בייק פין דארט גייט עס צי קויפן די וואך פין דארט א קאצן שפרינג צי סאשי..

;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט