גייען מיר דאווענען ותיקין די נעקסטע צוויי וואכן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

גייען מיר דאווענען ותיקין די נעקסטע צוויי וואכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כידוע די גרויסע מצוה און סגולה פון דאוונען כוותיקין.
שיטת ריף ורמב"ם אז תפילת ותיקין איז א חיוב גמור!
אין שלחן ערוך (או"ח סי' נ"ח סעיף א') ווערט ג'פסק'נט: ומצוה מן המובחר לקרותה כוותיקין (פי' תלמידים. ורש"י פי' אנשים ענוים ומחבבים המצות) שהיו מכוונים לקרותה מעט קודם הנץ החמה (פי' יציאת החמה כמו הנצו הרמונים) (שיר השירים ו, יא; ז, יג) כדי שיסיים קריאת שמע וברכותיה עם הנץ החמה ויסמוך התפלה מיד בהנץ החמה. ומי שיוכל לכוין לעשות כן שכרו מרובה מאד.
חז"ל הקדושים זאגן אונז צו "כל הסומך גאולה לתפילה כ'ותיקין' אינו ניזוק כל היום כולו" (ברכות ט, ב, ותוס' שם).
דער משנה ברורה דארט שרייבט: (ס"ק ח') "ומובטח לו שהוא בן עוה"ב ולא יוזק כל אותו היום".
פונעם הייליגן בעל שם זי"ע ווערט געברענגט אין צוואת ריב"ש
"ולכל הפחות יזהר להיות התפלה בין בקיץ בין בחורף קודם הנץ החמה, דהיינו יהיה רוב התפלה עד קרוב לק"ש קודם הנץ והחילוק בין קודם הנץ לאחר הנץ כרחוק מזרח ממערב. כי אז עדיין יכולין לבטל, וסימנך והוא כחתן יוצא מחופתו ישיש כגבור וכו' ואין נסתר מחמתו אל תקרי מחמתו אלא (מחימתו, כלומר, כשכבר השמש יצא על הארץ אזי אין נסתר מהדינים הבאים ממלאכי חימה. על כן אל יהא בעיניך דבר זה קטן כי גדול הוא ובעל שם ז"ל הוה מדקדק גדול ע"ז ולפעמים כשהיה עת שלא היה לו מנין היה מתפלל ביחיד."
מוראדיג!!

דער רבי ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל שרייבט אין אלון בכות איכה ג' מ"ד אז א תפילה כוותיקין מוז אנגענומען ווערן. אין אויב וואלטן יידן גדאוונט ותיקין אין טאג פון חורבן ביהמ"ק וואלט דער ביהמ"ק נישט חרוב ג'ווארן.

על כן טייערע פריינט, אין די צוויי וואכן ביז וואנעט מ'ריקט דעם זייגער קומט אויס דער הנה"ח נאך 7:00, איז דאך דער זמן גאר שפעט און גאר לייכט זיך צוצוכאפן צו אזא הערליכע און חשוב'ע מצוה.
אין יעדע יידישע ישוב איז שוין היינט דא מנינים פאר תפילת ותיקין.
לאמיר זיך משתדל זיין איש כפי כחו אז לכה"פ אין די צוויי וואכן צו דאווענען א גוטע תפילה כוותיקין.
און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין אז אונזערע תפילות וועלן נתקבל ווערן איש כפי משאלות לבו לטובה.
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מוצ"ש אקטאבער 20, 2018 11:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כרוז פון אמאל אין ארה"ק
אטעטשמענטס
כרוז.jpg
כרוז.jpg (178.37 KiB) געזען 5372 מאל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קונטרס בעניני השכמה מאת הג"ר שלום לופס זצ"ל
דא
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יישר כח פאר די התעוררות

אפשר איז טאקע א גוטע צייט אריינצוכאפן, ויהא הזכות על ראשך
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח פאר די התעוררות

אפשר איז טאקע א גוטע צייט אריינצוכאפן, ויהא הזכות על ראשך

איך בעט ווער עס איז נתעורר געווארן, זאל ביטע שרייבן דא אז ער פלאנט זיך משתדל צו זיין אויפצושטיין און דאוונען כותיקין. וממנו יראו וכן יעשו אחרים יראי ה' וחושבי שמו.
זכות הרבים בידכם!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

איך גיי אי"ה דאווענען וותיקן
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

קען מען דא לייגן מקומות פון מנינים?
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

יישר כוח פאר די התעוררות!

מגיימיר טאקע משתדל זיין צי דאווענען וותיקין בע"ה
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יישר כוח פאר די התעוררות, טאקע א געוואלדיגע געלעגנהייט צו אריינכאפן תפילה מן המובחר, וועל מיר פרובירן בלי"נ צו דאווענען אזוי אין די קומענדיגע טעג.

אגב ווייס איך פון איינע פון די חשוב'ע רבנים בדורינו וואס דאווענט יעדן טאג כוותיקין, און למעשה שטעלט זיך ארויס אז ס'קומט עם אן זייער שווער צו אנהייבן דעם סדר היום אזוי פרי ספעציעל אין די זומער וואכן, צוליב דעם וואס ער נעמט אויף אידן ביז שפעט ביינאכט, און צופרי האט ער אסאך מאל שמחות ביי וועלכע ער דארף זיך משתתף זיין, וכו' וכו'.

און וויפיל מאל זיינע זיינע שטוב מענטשן האבן שוין פרובירט עם משכנע צו זיין אז ער זאל זיך אפלאזן פון דאווענען וותיקין, ווייל ס'שטערט אים זייער מיטן סדר היום דורכן טאג, אבער הוא באחת אז ער וויל עס נישט אויפגעבן, ווייל עס שטייט קלאר אז איינער וואס דאווענט וותיקין הערט מען אים אויס די תפילות, און אזוי ווי אסאך אידן זענען זיך מזכיר ביי אים וואס דארפן געהאלפן ווערן זה בכה וזה בכה, מילא האט ער נישט קיין ברירה נאר ער מוז אנהאלטן זיין מנהג פון דאווענען כוותיקין.
---
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ווען שטעלט מען זיך ברכות מארגן?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

מנינים ביטע
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

ברכות מארגן 6:50
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5443
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

רעסטאראנט האט געשריבן:מנינים ביטע

געגענט ?
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

monsey

vosikin minyan

satmar 1 monsey blvd
25 Phyllis Terrace, visnits
morthen metropolitan 225 maple ave
kumada 161 maple ave
ohr chaim 20 forshay
breslev 70 main st
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

רעסטאראנט האט געשריבן:מנינים ביטע

עס זענען פאראן כמה מנינים אין אלע געגנטער.
אבער אין די נעקסטע צוויי וואכן גייען כמעט אלע בתי מדרשים וואס האבן מנינים שחרית האבן א מנין ותיקין. בערך 6:45 - 6:50 מנינים.
קען זיין אז מ'דארף אמאל מעורר זיין דעם בעל תפילה צו גיין א משהו שטייטער צו כאפן דעם זמן.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

נאך וויכטיגער מעורר צו זיין אז דאווענען פאר׳ן נץ החמה איז א דיעבד. יעצט קומט אויס אז די מנינים וואס זיך 6:30 דאווענען שמו״ע פארן נץ
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ב"ה ג'מקוה'ט און ג'דאוונט. האף איך אי"ה מארגן וועט זיין מיט מער כוונה...
די צייט און די וועטער האבן געגעבן אזא סליחות'דיגן געפיהל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

הוי וואס האסטו געטאן מיט אונז, אונזער רואיגע געמיטליכע מנינ'דל איז פלוצלינג געווארן רוישיג..
ODOM
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ODOM »

בראשית ברא האט געשריבן:הוי וואס האסטו געטאן מיט אונז, אונזער רואיגע געמיטליכע מנינ'דל איז פלוצלינג געווארן רוישיג..

ברוב עם הדרת מלך...
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

חמרא האט געשריבן:נאך וויכטיגער מעורר צו זיין אז דאווענען פאר׳ן נץ החמה איז א דיעבד. יעצט קומט אויס אז די מנינים וואס זיך 6:30 דאווענען שמו״ע פארן נץ


אזוי ווי נאך סוף זמן תפילה.
נאר האט מען נישט קיין ברירה. מ'האלט שוין נאכען זמן.
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

לעכטיגער האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:נאך וויכטיגער מעורר צו זיין אז דאווענען פאר׳ן נץ החמה איז א דיעבד. יעצט קומט אויס אז די מנינים וואס זיך 6:30 דאווענען שמו״ע פארן נץ


אזוי ווי נאך סוף זמן תפילה.
נאר האט מען נישט קיין ברירה. מ'האלט שוין נאכען זמן.


להלכה איז נאך סוף זמן תפילה לכו' ערגער (ע"פ חסידות אפשר נישט)
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

בשם הרה''ג מאיר צוויבל שליט''א:
די גמרא זאגט אין ברכות אז איינער האט געדאווענט ותיקין און דערנאך געשמייכלט אגאנצן טאג, זאגט ער בדרך צחות, ווייל דער וואס דאווענט שפעטער בלייבט נאר איבער מיט א האלבע טאג צו שמייכלען...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

זמנים פאר מאנטיג וירא הבעל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קרית יואל
7:17:24 AM

ברוקלין
7:15:31 AM

מאנסי/סקווער
7:16:38 AM

מאנטרעאל
7:21:03 AM

לאנדאן
7:37:21 AM
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

לעיקוואוד?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

יישר כח האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:נאך וויכטיגער מעורר צו זיין אז דאווענען פאר׳ן נץ החמה איז א דיעבד. יעצט קומט אויס אז די מנינים וואס זיך 6:30 דאווענען שמו״ע פארן נץ


אזוי ווי נאך סוף זמן תפילה.
נאר האט מען נישט קיין ברירה. מ'האלט שוין נאכען זמן.


להלכה איז נאך סוף זמן תפילה לכו' ערגער (ע"פ חסידות אפשר נישט)

ס׳איז ערגער אלס ברכת ק״ש, אויב זאגט מען ברכת ק״ש נאך ארבע שעות (עכ״פ אויב איז מען נישט געווען קיין אונס) איז עס א ברכה לבטלה לויטן פסק פון שו״ע און רוב פוסקים
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”