וואס גייען מיינע אייניקלעך דערציילן אויף זייער זיידע?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

וואס גייען מיינע אייניקלעך דערציילן אויף זייער זיידע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

פון ווען זיין בחור׳ל איז אלט געווען דריי יאר האט ער אלטס געהאט צוטאן מיט אים, ער פלעגט זיך ארומדרייען מיט מאדענע געדאנקען אין קאפ, זיך אויפפירן אנדערש פון יעדעם, א געוויסע סארט ביהעיווערל אישו וואס אונעם היינטיגן געזונטהייט עפאכע וואלט ער באקומען עפעס א טיטל אויף א ר״ת, וואס דאס וואלט ערלויבט זיינע עלטערן צו געניסן פון פארשידענע שטאטישע פראגראמען, זיין טאטע וואלט געהאט א הענדיקעפ פארקינג פערמיט ביים פאדערשטען פענסטער פון זיין קאר, אויפן פליגער וואלט מען זיין משפחה ארויפגעלזאט די ערשטע..

די טאטע זיינע איז געווען א געזונטער חברה׳מאן, ער האט אנגעפירט א געשעפט ביי זיי אין שטעטל ווי ער פלעגט פארקויפן געוויסע פראדוקטן, ס׳איז געווען א פארנומענע ביזנעס, ס׳געשעפט איז אלץ געווען ביזי, קאסטעמער׳ס געקומען אינגעגאנגן, געקויפט, באצאלט... אין דאס איז געווען זיין פרנסה.

ער - דער געשעפט׳ס מאן, און פאטער פון אונזער גרויסע מציון איז אויך געווען יענע חברה׳מאן, זיין געשעפט וואס ער האט אנגעפירט איז בעצם געווען א בעלאוני. ער פלעגט פארקויפן נערישקייטן, פאלטשע סחורה אויף וואס ווען איינער זאל ווען טראכטן צוויי מאל פארן קויפן וואס און פארוואס ער גייט צאלן געלט וואלט ער געקענט פארמאכן ס׳געשעפט. וואזשע דען, ער איז געווען א געזונטער סוחר, גוט פארשטאנען צו מארקעטינג, ער האט זיך אויפגעבויעט א ברענד, און פון דארט אין ווייטער האט ער געמאכט א לעבן אויפן עולם גולם. עפעס וואס היינט איז אונעם היינטיגן צודרייטע וועלט נישט קיין חידוש בכלל, מענטשן זענען גרייט צו צאלן שווערע געלטער פארן ״לעבל״.. פארוואס? ווייל ס׳איז א ״ברענד״... אקוצר, כ׳וויל נישט פארקריכן, אבער בערך דאס איז געווען זיין ביזנעס, און ער האט שיין מצליח געווען.

ווען זיין בחור׳ל איז אביסעלע עלטער געווארן האט ער אין ישיבה שטייצעך נישט געוואלט גיין, בכלל איז נישט כדי געווען צו שיקן א בחור מיט אזאנע פראבלעמען אין א ישיבה זיך צו דרייען מיט נארמאלע בחורים, הגם בעצם איז ער געווען א נארמאלע מענטש, פארט איז דארט זיין פלאץ נישט געווען, (אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען די ישיבות געאייגנט פאר ספעציעלע בחורים אווי היינט) טאלאנטן האט ער נאכאלע מעשה׳ס געהאט גוטע, האט ס׳פאטער זיינע באשלאסן אים אריינגענעמען צי זיך אין געשעפט ווי ער זאל פארברענגען דורכן טאג, ער האט זיך שנעל דערלערענט, און נאך א קורצע צייט געווארן די מעין סעילס פערזאן אונעם געשעפט, די ביזנעס האט געזאלט באָאָמען.

למעשה איז דורך א שטיקל צייט און דער פאטער האט איינגעזעהן אז ער באגאנגען פארדריסליכער טעות. נאכן איבערגיין די פאפירן און געלט חשבונות האט ער באמערקט אז זייט ער האט אריינגענומען זיין סייקאו ביי זיך אין געשעפט גייט זיין ביזנעס מיטן פיטום אראפ. סעילס זענען דראסטיש געפאלן, לאנגיעריגע קאסטעמער'ס קומען אהער דא מער נישט אריין, די פאליציעס זענען איבערגעפילט מיט סחורה וואס וואלטן שוין לאנג געברויכט זיין אויספארקויפט...

יענעם טאג גלייך נאכן שפארן ס׳געשעפט האט די בעל הבית, די טאטע פונעם ארבעטער אפגערופן א געסקעדזשעלטע מיטינג מיט איינע פון זיינע ווענדערס, ער האט געבעטן זיין הויפט ארבעטער זיין זין ער זאל מיט אים אהיימקומען, ער וויל מיט אים זיך אדורכרעדן עפעס בנוגע די ביזנעס.

ביים זיך אוועקזעצן אינדערהיים ביים דיינונג רום טיש האט זיין טאטע גלייך צו געטרויטן צום ענין, מיין טייער קינד, מיין געטרייע ארבעטער... כ׳וועל דיר זאגן דעם אמת, כ׳בין דיר נישט אויף חושד אויף גארנישט, אבער זייט די פירסט דעם געשעפט גייען זאכן בארג אראפ. אלטע קאסטעמער׳ס קומען מער נישט אהער, די שעלפס בלייבן פיל, ס׳איז געקומען צו א פוינט אז היינט איז מיטוואך נאכט, די באנק איז נישט געקאווערד פארן מארגענדיגן טאג!.. וואס איך וויל פון דיר וויסן איז, אויב ווייסטו פון וואס איך רעד, און ווי די לאך איז, און וואס די סיבה צו דעם איז, און מיט וואס מ׳ברויך זיך פארעכטן.

טאטע טייערער, וואס זאל איך דיר זאגן. כ׳האב דיר דאס געהאט געזאגט פארדעם, און די האסט זייער גוט געוויסט. איך האב א פראבלעם, איך קען נישט פארקויפן באבקעס פאר מענטשן! אויב קומט איינער אריין מיר פרעגן וועלכע פון די סארט וואס די פארמאגסט איז גוט פאר דאס און יענס, זאג איך אים אויס דעם ריינעם אמת, ״אינז האמער נישט״!.. די עדס וואס פראקלאמירן דיינע פראדוקטן זענען טאקע זייער שיין און אויג פארגאפענד, ס׳רופט טאקע אהער מענטשן דא קויפן, איך קען אבער נישט זיין דער וואס זאל איינרעדן מענטשן שטותים והבלים, כ׳קען נישט, און די האסט גוט געוויסט מיין פראבלעם. און יא טאטע טייערע, ווען א קליענט האט ביי מיר זיך נאכגעפערגט אויף די און די אייטעם, אויב דאס איז גוט פאר דאס און יענס, און אויב ס׳איז ווערד ס׳געלט וואס מ׳בעט דערפאר, איז מיין ענפער צו אים געווען דעם קלארן אמת אז נישט.

זיין טאטע זיצט אויף זיין בענקל, און הערצעך אזוי צו צו זיין בחור, און טראכט.. יעפ, איך אנערקען זייער וואספארא חרבן כ׳האב מיר אליין אנגעווערטשאפט מיטן אריין נעמען מיין ערליכע בחור אנצופירן מיט מיין גניבה שטיק, אבער אזאנס קען איך נישט פארשווייגן. פארמאכן ס׳ביזנעס איז נישט קיין אויסוואל, כ׳וועל אויף א געוויסע אויפן זיך מיזן ארויסדרייען פונעם פראבלעם, און צוריק ארויף ארבעטן די קאסטימער סערוויס אזוי ווי אין די גוטע צייטן ווען איך פלעג אליין סערוויסן קאסטעמער׳ס.

יעצט אבער, האט ער זיך קודם פראבירט זיך איינצוטענה׳ן מיט אים, און זיך גענומען שרייען ווי א הונט; כ׳פארשטיי נישט, פארוואס זאגסטע אז ס׳איז פאלטש, נישט ווערד, ס׳איז א בלאף.... ווילסט מיר איינרעדן אז די ביסט דער ווייסעך וואספארא מבין, די פארשטייט בכלל וואס ס׳טוצעך מיט דיין לעבן!?.. די פארשטייסט צו גארנישט! ביסט א חעלעמער, א שלימזל׳דיג סעילס׳מאן, טויגסט אויף כפרות!.. הער אויף מיט דיינע משוגעת׳ן, העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין צו ביזנעס. יעצט זיי מוחל, מארגן צופרי גיי צוריק אין געשעפט כרגיל, ווען א קאסטעמער בעט הילף זאלסטע אים צופרידן שטעלן געהעריג, און האק נישט אינטער דיין אייגענע טאטעס פרנסה!.. כ׳וויל נישט הערן פון קיין מעשה׳ס, גוטע נאכט!

אויפצומארגען׳ס איז זיין בחור / ארבעטער אנגעקומען און געשעפט ווי נארמאל, אנ-טיים, 9:00 איז די געיט געווען ארויפגעצויגן, ער איז טאקע אנגעקומען צו די ארבעט, אבער נישט נישט מיטן כוונה וואס זיין פאטער וויל...

ער שפאצירט אריין אין געשעפט, און שפארט דעם טיר אינטער זיך. צינד אן די לעקעטער, און גייט אריין אינעם אפיס׳ל וואס איז געווען ביים ווינקל מיט א קליינע טעיוועלע וואס זאגט, ״נאר ארבעטער״.. אויפן פאליציע הערן קאמפיאטער דעסק איז געליגן א שאכטל טולס. זיין טאטע, ווען עפעס איז געווען צובראכן האט ער עס פראבירט צו פארעכטן אליינס, צו שפארן געלט.

ער האט פון דארט ארויסגעשלעפט א גרויסע קראובאר, אראפגעקומען פונעם לייטער׳ל אויך וואס ער האט זיך אויפגעשטעלט, צוריק אריין אונעם געשעפט, זיך ארויפגעשארט די ארמעל, געזאגט א לשם יחוד, און זיך גענומען האקן רעכטס און לינקס, אלעס אראפגעשליידערט אויף דער ערד, און געשמיסן שטיקער, אפילו קיין איין זאך זאל נישט בלייבן גאנץ!..

נישט דורך קיין גאנצע צען מינוט, און די גאנצע געשעפט האט אויסגעקוקט ווי א טערנעידאו!.. שטיקער גלאז, נעגל, שטיינער, האלץ און וואס נישט זענען געווען אויסגעשפרייט אויף דער ערד.. נישט געווען ווי צו שטיין און גיין.. און?.. ער עפענט צוריק די טויער׳ן פונעם סטאר, ער האט אפילו אויפגעהאנגען אינדרויסן דעם רויט בלינקע׳דיג טאוועל ״מיר זענען אפען״.

גייט נישט אדורך קיין צוויי מינוט, א קאסטעמער שפאצירט אריין אין געשעפט..... הע!?

א גיטן, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

עם עם.... וואס!?.. וואס פונקטליך גייט דא פאר?.. עפעס איז געשען!?... א גניבה!?.. א איינברעכעריי!?... און וואס איז מיר די מערסט מאדענע דא איז, פארוואס שטייסטו דא אינמיטן געשעפט ווי א בהמה אווי אלעס איז ווען אינארדענונג!?..

זארגט אייך נישט, זארגט אייך נישט... אלעס איז בסדר, אלעס נארמאל פונקט אווי נעכטן. קיין גניבה, קיין גזילה, קיין איינברעכעריי.... גארנישט! ווי צו יעדעם באקאנט פארקויפן מיר דא די בעסטע, שטערקסטע, גרעסטע, טייערסטע געטשקעס!..

און אזוי ווי יעדן טאג זענען מיר דא אייך צו סערווירן מיט א פארברייטערטע סטעף, אייך צופרידן צושטעלן אויפן בעסטן און שענסטן אויפן וואס נאר מעגליך, זיכער צו מאכן אז אונזערע קאסטעמער׳ס גייען ארויס צופרידן, און באקומען גענוי דאס וואס זיי האבן געזיכט.

פאר אונזערע שעות קענט איר ליינען די קאלענדער וואס הענגט דא אויפן וואנט, אויב ברויכט איר א רעסט רום, מיר האבן דאס אויך... עני טינג עלס!?..

ס׳איז געווארן א איבערקערעניש אין שטאט, למעשה האט זיין טאטע תרח אים גע׳מסרט פאר נמרוד׳ן, נמרוד האט צוזאמגענומען די גאנצע וועלט, והיפילו לתוך כבשן האש, השי״ת האט באוויזן ניסים, ער איז ניצל געווארן. אברם האט מקדש שם שמים געווען, יעדער האט איינגעזעהן כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו.


* * * *



וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ.. וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ..

עשרה ניסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם. א מחלוקה די פרקי דר׳ אליעזר, רמב״ם, רבינו יונה, און נאך... פינקטליך וואס די ניסיונות זענען געווען, לכ״ע איז ״לך לך מארצך״ געווען איינע פון די עשרה ניסיונות, אפילו די כבשן האש איז נישט לויט יעדעם געווען געווען פון די 10..

ס׳איז מיר שווער געווארן א קשיא, וואס פינקטליך האט פאר אברם געבאדערט דאס זיך אוועק ציען פון זיין טאטן? אזוי שווער איז דאס פאר אים געווען, אויף אזוי ווייט, אז אויף דעם שטייט אז דאס וואס אברהם האט בייגעקומען די עשרה ניסיונות, דאס האט געגעבן כוחות פאר די שפעטער׳דיגע דורות עד ביאת הגואל זאלן קענען מלחמה האלטן און בייקומען זייערע ניסיונות. לויט דאס וואס די מדרש אגדה דערציילט אונז וואס אברם איז אלטס אדורך מיטן טאטן תרח, ווי שווער קען שוין זיין דאס אז השי״ת בכבודו ובעצמו באווייזט זיך צו אים און באפעלט ״לך לך מארצך״ גיי אוועק פון דיין גהינום. איז דאס בכלל א ניסיון!? ווער רעדט פון דעם אז דאס איז גאר פון די ״עשרה ניסיונות״ שנתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם.

צו פארשטיין די בחינה וואס כ׳וויל ארויסברענגען, איז כדי צו לערנען איינס פאר די לעצטע רש״י פון פארגאנגענע וואך פר׳ נח.

וימת תרח בחרן. רש״י מאכט א חשבון אז באמת האט נאך תרח געלעבט לאנגע געזונטע יארן, לאחר שיצא אברם מחרן ובא לארץ כנען והיה שם יותר מששים שנה.. וואזשע דען, זאגט רש״י צוויי פשטים, איין פשט זאגט רש״י, הקדים הכתוב מיתתו של תרח ליציאתו של אברם שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו.

איז שווער צו פארשטיין, זייט ווען רעכענט זיך די תורה מיט אזעלכע חשבונות? פארקערט, ווען רבקה האט געזעהן ברוח הק׳ און באפוילן יעקב צו אנטלויפן פון עשו, דארט איז יעקב באשטראפט געווארן פארן פאלגן זיין מאמע, וקפץ עליו רגזו של יוסף, 22 יאר איז יוסף געווען אין מצרים. דא ווען יעדער זעהט און פארשטייט אז אברהם אבינו פאלגט דעם באשעפער און גייט אוועק מבית אביו, און צוגאב אז זיין טאטע האט געדינט עבודה זרה, און אז ער האט אים פאר׳מסרט פאר נמרוד וואס האט אים פאקטיש אריינגעווארפן בכבשן האש, וועם וואלט בייגעפאלן מוציא שם רע צו זיין אויף אברהם צו זאגן לא קיים אברהם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו ?

וואזשע דען, אברהם אבינו האט געוויסט איין זאך, דער רבוש״ע איז אים דא מבטיח ואעשך לגוי גדול, ס׳גייט קומען א כלל ישראל וואס גייען זאגן יעדן טאג אלקי אברהם, איך אברהם איז דער וואס טרעט זיי אויס דעם וועג, ווי ס׳שטייט עטליכע א מאל דערוועגן אין חז״ל, אמר רב קיים אברהם אבינו כל התורה כולה, שנאמר עקב אשר שמע אברהם בקולי וגו'..

ס׳גייט זיין א כלל ישראל וואס גייט הערן מפי הגבורה אנוכי ולא יה׳ לך און די עשרת הדיברות בדיבור אחד. וואס גייען מיינע אייניקלעך טראכטן אויף זייער זיידע ווען איינע פון די עשרת הדיברות איז כבד את אביך? ער האט האט אויך געהאט א טאטע, ער האט זיך געזארגט, וואס וויזוי גייט מיין אוועק גיין פון מיין טאטע אויסקוקן פאר מיינע אייניקליך? זיי גייען זאגן לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו!?..

אברהם איז געווען א ״פערפעקשעניסט״! אמת, פון מיין טאטע קען איך ״אנטלויפן״, זיין טאטע לעבט נאך!?, סמוך צו דעם שטייט ויאמר ה׳ לך לך, נו, ווי די שפתי חכמים ברענגט, אז דאס אליין איז א שוין א גוטן תירוץ, פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין טאטן תרח!? ווייל דער באשעפער האט געהייסן. כיבוד אב האם האב איך אבער נישט מקיים געווען בשלימות, וואס גייען מיינע אייניקליך אויף דעם זאגן? קיים אברהם אבינו כל התורה כולה, איך וויל ס׳זאל זיין א דבר השלם!

דאס איז פשט, וימת תרח בחרן, הקדים הכתוב מיתתו של תרח וגו׳ שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו וגו׳.

השי״ת האט זיך גערעכענט מיט ״דעם״. מיט אברהם אבינו זארג איבער וואס מ׳גייט אויף אים דערציילן, ״דאס״ איז געווען אברהם׳ס נסיון ווען השי״ת האט אים באפוילן לך לך מארצך. נישט דאס עצם אוועק גיין, און נישט ח״ו דאס צו ער זאל יא פאלגן השי״ת צו נישט.

מ׳קען אלץ טרעפן גוטע תירוצים פארוואס דא איז אנדערש, פארוואס איך בין אנדערש, פארוואס איך מעג אין דעם פאל טאן אזוי און אזוי, הגם ס׳איז בעצם נישט דאס ריכטיגע. ווייל אפילו מ׳קען זיך אליין דן לכף זכות זיין, מיז מען אין באטראכט נעמען אז וואס אימער מ׳טוט נאר לאזט נאך אלע מעשה׳ס איבער א פלעק, שפעטער וועט מען קענען צייגן, קוק אן, אפילו מיין ״זיידע״ האט געטאן אזוי און אזוי.. דאס איז געווען די גרעסטע זארג וואס אברהם אבינו האט געהאט. וויזוי גייען זיי זיך מיינע אייניקליך ספראווען מיט א זיידן וואס האט איבערגעלאזט זיין א אלטע טאטע והלך לו?..

מיינע טייערע פריינד אחי׳ ורעי׳. מיר זענען אלע דא אויסצופירן דעם זעלבן פליכט, און דאס איז, אז אינזערע קינדער זאלן עכ״פ נישט אויסקוקן ערגער ווי וויזוי מיר קוקן אויס, ס׳וועט בעזהשי״ת קומען א טאג וואס אונזערע אייניקלעך וועלן ניצן אינזערע מעשים טובים, די הלוך ילך אונזערע פאר א GPS אויסצופירן זייערע פליכטן, מאכט זיכער פאר איר טוט א זאך אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן און שטאלצירענד, מ׳זאל זיך קענען מיט דעם גרויסן, ״מיין זיידע״ האט געטאן און זיך געפירט אזוי און אזוי, נישט ח״ו מיין זיידע האט געטאן דאס און יענס ״מיט דעם תירוץ און מיט דעם אויסגעהאלטענעם היתר״...

און אויב וועלן מיר דאס האלטן פאר די אויגן, וועלן מיר בעזהשי״ת קענען ביישטיין שווערערע ניסוינות, און השי״ת וועט זיך מיט דעם רעכענען אויך, אווי ער האט געטאן מיט אברהם, מקדים געווען מיתת תרח ליציאתו, און בזכות זה וועלן אונזערע אייניקלעך זיך מיט אונז קענען גרויסן און צייגן, ״אונזער זיידע פלוני ופלוני קיים כל התורה כולה, און דאס וועט זיי העלפן און זייערע מצבים עד ביאת הגואל בב״א
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

וואףףף... הערליך!!!
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

WOW
אין מילים!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

wow wow wow

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

wow עס איז נישט דא קיין ווערטער דערויף אזא מוסר השכל איך בין נאכאלץ אין שאק איין זאך ווינדער איך זיך נאז אזא דרשה פארוואס זיצטו נאך דא נעם אן א מגיד שיעור פאזציע
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זייער שיין אראפגעלייגט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

מעכטיג!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

זיי גייען פארציילן אז איינמאל איז געווען א טשאדעלע באדעלע און זיי גייען ניטאמאל וויסן אז מ'רעדט פונעם זיידען..
כאפסט?

נ.ב.
כ'האב אמת'דיג הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, א מעסטער פיעס..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

שכח טשאדעלע, ארויסגעפרינט צו איבערפארציילן פאר די קינדער לכבוד שבת.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

איש האשכולות האט געשריבן:כ'האב אמת'דיג הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, א מעסטער פיעס..
אני ישנה ולבי ער
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

הערליכע מגידות'דיגע שטיקל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

עמירעס פרינטן לכבוד שב"ק.
אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאץ קשיא »

אדער יא האט געשריבן:עמירעס פרינטן לכבוד שב"ק.

כ׳האב געטאן די זעלבע. דאס איז א געהעריגע גוטע דרשה. געאייגנט צו ליינען שבת
בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע טינט »

גוט איז אונטערגעשאצט!...
און וואס טוט זיך מיט יעדע וואך, ס'וואלט נישט געשאדט צו קענען איבערפארציילן פאר די אייניקלעך אז זיי זאלן האבן וואס צו זאגן אויפן זיידן...
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

הערליך!! מעסטער!

#אריין אין היימישע דזשורנעל!
...
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פון ווען זיין בחור׳ל איז אלט געווען דריי יאר האט ער אלטס געהאט צוטאן מיט אים, ער פלעגט זיך ארומדרייען מיט מאדענע געדאנקען אין קאפ, זיך אויפפירן אנדערש פון יעדעם, א געוויסע סארט ביהעיווערל אישו וואס אונעם היינטיגן געזונטהייט עפאכע וואלט ער באקומען עפעס א טיטל אויף א ר״ת, וואס דאס וואלט ערלויבט זיינע עלטערן צו געניסן פון פארשידענע שטאטישע פראגראמען, זיין טאטע וואלט געהאט א הענדיקעפ פארקינג פערמיט ביים פאדערשטען פענסטער פון זיין קאר, אויפן פליגער וואלט מען זיין משפחה ארויפגעלזאט די ערשטע..

די טאטע זיינע איז געווען א געזונטער חברה׳מאן, ער האט אנגעפירט א געשעפט ביי זיי אין שטעטל ווי ער פלעגט פארקויפן געוויסע פראדוקטן, ס׳איז געווען א פארנומענע ביזנעס, ס׳געשעפט איז אלץ געווען ביזי, קאסטעמער׳ס געקומען אינגעגאנגן, געקויפט, באצאלט... אין דאס איז געווען זיין פרנסה.

ער - דער געשעפט׳ס מאן, און פאטער פון אונזער גרויסע מציון איז אויך געווען יענע חברה׳מאן, זיין געשעפט וואס ער האט אנגעפירט איז בעצם געווען א בעלאוני. ער פלעגט פארקויפן נערישקייטן, פאלטשע סחורה אויף וואס ווען איינער זאל ווען טראכטן צוויי מאל פארן קויפן וואס און פארוואס ער גייט צאלן געלט וואלט ער געקענט פארמאכן ס׳געשעפט. וואזשע דען, ער איז געווען א געזונטער סוחר, גוט פארשטאנען צו מארקעטינג, ער האט זיך אויפגעבויעט א ברענד, און פון דארט אין ווייטער האט ער געמאכט א לעבן אויפן עולם גולם. עפעס וואס היינט איז אונעם היינטיגן צודרייטע וועלט נישט קיין חידוש בכלל, מענטשן זענען גרייט צו צאלן שווערע געלטער פארן ״לעבל״.. פארוואס? ווייל ס׳איז א ״ברענד״... אקוצר, כ׳וויל נישט פארקריכן, אבער בערך דאס איז געווען זיין ביזנעס, און ער האט שיין מצליח געווען.

ווען זיין בחור׳ל איז אביסעלע עלטער געווארן האט ער אין ישיבה שטייצעך נישט געוואלט גיין, בכלל איז נישט כדי געווען צו שיקן א בחור מיט אזאנע פראבלעמען אין א ישיבה זיך צו דרייען מיט נארמאלע בחורים, הגם בעצם איז ער געווען א נארמאלע מענטש, פארט איז דארט זיין פלאץ נישט געווען, (אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען די ישיבות געאייגנט פאר ספעציעלע בחורים אווי היינט) טאלאנטן האט ער נאכאלע מעשה׳ס געהאט גוטע, האט ס׳פאטער זיינע באשלאסן אים אריינגענעמען צי זיך אין געשעפט ווי ער זאל פארברענגען דורכן טאג, ער האט זיך שנעל דערלערענט, און נאך א קורצע צייט געווארן די מעין סעילס פערזאן אונעם געשעפט, די ביזנעס האט געזאלט באָאָמען.

למעשה איז דורך א שטיקל צייט און דער פאטער האט איינגעזעהן אז ער באגאנגען פארדריסליכער טעות. נאכן איבערגיין די פאפירן און געלט חשבונות האט ער באמערקט אז זייט ער האט אריינגענומען זיין סייקאו ביי זיך אין געשעפט גייט זיין ביזנעס מיטן פיטום אראפ. סעילס זענען דראסטיש געפאלן, לאנגיעריגע קאסטעמער'ס קומען אהער דא מער נישט אריין, די פאליציעס זענען איבערגעפילט מיט סחורה וואס וואלטן שוין לאנג געברויכט זיין אויספארקויפט...

יענעם טאג גלייך נאכן שפארן ס׳געשעפט האט די בעל הבית, די טאטע פונעם ארבעטער אפגערופן א געסקעדזשעלטע מיטינג מיט איינע פון זיינע ווענדערס, ער האט געבעטן זיין הויפט ארבעטער זיין זין ער זאל מיט אים אהיימקומען, ער וויל מיט אים זיך אדורכרעדן עפעס בנוגע די ביזנעס.

ביים זיך אוועקזעצן אינדערהיים ביים דיינונג רום טיש האט זיין טאטע גלייך צו געטרויטן צום ענין, מיין טייער קינד, מיין געטרייע ארבעטער... כ׳וועל דיר זאגן דעם אמת, כ׳בין דיר נישט אויף חושד אויף גארנישט, אבער זייט די פירסט דעם געשעפט גייען זאכן בארג אראפ. אלטע קאסטעמער׳ס קומען מער נישט אהער, די שעלפס בלייבן פיל, ס׳איז געקומען צו א פוינט אז היינט איז מיטוואך נאכט, די באנק איז נישט געקאווערד פארן מארגענדיגן טאג!.. וואס איך וויל פון דיר וויסן איז, אויב ווייסטו פון וואס איך רעד, און ווי די לאך איז, און וואס די סיבה צו דעם איז, און מיט וואס מ׳ברויך זיך פארעכטן.

טאטע טייערער, וואס זאל איך דיר זאגן. כ׳האב דיר דאס געהאט געזאגט פארדעם, און די האסט זייער גוט געוויסט. איך האב א פראבלעם, איך קען נישט פארקויפן באבקעס פאר מענטשן! אויב קומט איינער אריין מיר פרעגן וועלכע פון די סארט וואס די פארמאגסט איז גוט פאר דאס און יענס, זאג איך אים אויס דעם ריינעם אמת, ״אינז האמער נישט״!.. די עדס וואס פראקלאמירן דיינע פראדוקטן זענען טאקע זייער שיין און אויג פארגאפענד, ס׳רופט טאקע אהער מענטשן דא קויפן, איך קען אבער נישט זיין דער וואס זאל איינרעדן מענטשן שטותים והבלים, כ׳קען נישט, און די האסט גוט געוויסט מיין פראבלעם. און יא טאטע טייערע, ווען א קליענט האט ביי מיר זיך נאכגעפערגט אויף די און די אייטעם, אויב דאס איז גוט פאר דאס און יענס, און אויב ס׳איז ווערד ס׳געלט וואס מ׳בעט דערפאר, איז מיין ענפער צו אים געווען דעם קלארן אמת אז נישט.

זיין טאטע זיצט אויף זיין בענקל, און הערצעך אזוי צו צו זיין בחור, און טראכט.. יעפ, איך אנערקען זייער וואספארא חרבן כ׳האב מיר אליין אנגעווערטשאפט מיטן אריין נעמען מיין ערליכע בחור אנצופירן מיט מיין גניבה שטיק, אבער אזאנס קען איך נישט פארשווייגן. פארמאכן ס׳ביזנעס איז נישט קיין אויסוואל, כ׳וועל אויף א געוויסע אויפן זיך מיזן ארויסדרייען פונעם פראבלעם, און צוריק ארויף ארבעטן די קאסטימער סערוויס אזוי ווי אין די גוטע צייטן ווען איך פלעג אליין סערוויסן קאסטעמער׳ס.

יעצט אבער, האט ער זיך קודם פראבירט זיך איינצוטענה׳ן מיט אים, און זיך גענומען שרייען ווי א הונט; כ׳פארשטיי נישט, פארוואס זאגסטע אז ס׳איז פאלטש, נישט ווערד, ס׳איז א בלאף.... ווילסט מיר איינרעדן אז די ביסט דער ווייסעך וואספארא מבין, די פארשטייט בכלל וואס ס׳טוצעך מיט דיין לעבן!?.. די פארשטייסט צו גארנישט! ביסט א חעלעמער, א שלימזל׳דיג סעילס׳מאן, טויגסט אויף כפרות!.. הער אויף מיט דיינע משוגעת׳ן, העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין צו ביזנעס. יעצט זיי מוחל, מארגן צופרי גיי צוריק אין געשעפט כרגיל, ווען א קאסטעמער בעט הילף זאלסטע אים צופרידן שטעלן געהעריג, און האק נישט אינטער דיין אייגענע טאטעס פרנסה!.. כ׳וויל נישט הערן פון קיין מעשה׳ס, גוטע נאכט!

אויפצומארגען׳ס איז זיין בחור / ארבעטער אנגעקומען און געשעפט ווי נארמאל, אנ-טיים, 9:00 איז די געיט געווען ארויפגעצויגן, ער איז טאקע אנגעקומען צו די ארבעט, אבער נישט נישט מיטן כוונה וואס זיין פאטער וויל...

ער שפאצירט אריין אין געשעפט, און שפארט דעם טיר אינטער זיך. צינד אן די לעקעטער, און גייט אריין אינעם אפיס׳ל וואס איז געווען ביים ווינקל מיט א קליינע טעיוועלע וואס זאגט, ״נאר ארבעטער״.. אויפן פאליציע הערן קאמפיאטער דעסק איז געליגן א שאכטל טולס. זיין טאטע, ווען עפעס איז געווען צובראכן האט ער עס פראבירט צו פארעכטן אליינס, צו שפארן געלט.

ער האט פון דארט ארויסגעשלעפט א גרויסע קראובאר, אראפגעקומען פונעם לייטער׳ל אויך וואס ער האט זיך אויפגעשטעלט, צוריק אריין אונעם געשעפט, זיך ארויפגעשארט די ארמעל, געזאגט א לשם יחוד, און זיך גענומען האקן רעכטס און לינקס, אלעס אראפגעשליידערט אויף דער ערד, און געשמיסן שטיקער, אפילו קיין איין זאך זאל נישט בלייבן גאנץ!..

נישט דורך קיין גאנצע צען מינוט, און די גאנצע געשעפט האט אויסגעקוקט ווי א טערנעידאו!.. שטיקער גלאז, נעגל, שטיינער, האלץ און וואס נישט זענען געווען אויסגעשפרייט אויף דער ערד.. נישט געווען ווי צו שטיין און גיין.. און?.. ער עפענט צוריק די טויער׳ן פונעם סטאר, ער האט אפילו אויפגעהאנגען אינדרויסן דעם רויט בלינקע׳דיג טאוועל ״מיר זענען אפען״.

גייט נישט אדורך קיין צוויי מינוט, א קאסטעמער שפאצירט אריין אין געשעפט..... הע!?

א גיטן, מיט וואס קען איך אייך העלפן?

עם עם.... וואס!?.. וואס פונקטליך גייט דא פאר?.. עפעס איז געשען!?... א גניבה!?.. א איינברעכעריי!?... און וואס איז מיר די מערסט מאדענע דא איז, פארוואס שטייסטו דא אינמיטן געשעפט ווי א בהמה אווי אלעס איז ווען אינארדענונג!?..

זארגט אייך נישט, זארגט אייך נישט... אלעס איז בסדר, אלעס נארמאל פונקט אווי נעכטן. קיין גניבה, קיין גזילה, קיין איינברעכעריי.... גארנישט! ווי צו יעדעם באקאנט פארקויפן מיר דא די בעסטע, שטערקסטע, גרעסטע, טייערסטע געטשקעס!..

און אזוי ווי יעדן טאג זענען מיר דא אייך צו סערווירן מיט א פארברייטערטע סטעף, אייך צופרידן צושטעלן אויפן בעסטן און שענסטן אויפן וואס נאר מעגליך, זיכער צו מאכן אז אונזערע קאסטעמער׳ס גייען ארויס צופרידן, און באקומען גענוי דאס וואס זיי האבן געזיכט.

פאר אונזערע שעות קענט איר ליינען די קאלענדער וואס הענגט דא אויפן וואנט, אויב ברויכט איר א רעסט רום, מיר האבן דאס אויך... עני טינג עלס!?..

ס׳איז געווארן א איבערקערעניש אין שטאט, למעשה האט זיין טאטע תרח אים גע׳מסרט פאר נמרוד׳ן, נמרוד האט צוזאמגענומען די גאנצע וועלט, והיפילו לתוך כבשן האש, השי״ת האט באוויזן ניסים, ער איז ניצל געווארן. אברם האט מקדש שם שמים געווען, יעדער האט איינגעזעהן כי ה׳ הוא האלקים אין עוד מלבדו.


* * * *



וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ.. וְאֶעֶשְׂךָ לְגוֹי גָּדוֹל וַאֲבָרֶכְךָ וַאֲגַדְּלָה שְׁמֶךָ..

עשרה ניסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם. א מחלוקה די פרקי דר׳ אליעזר, רמב״ם, רבינו יונה, און נאך... פינקטליך וואס די ניסיונות זענען געווען, לכ״ע איז ״לך לך מארצך״ געווען איינע פון די עשרה ניסיונות, אפילו די כבשן האש איז נישט לויט יעדעם געווען געווען פון די 10..

ס׳איז מיר שווער געווארן א קשיא, וואס פינקטליך האט פאר אברם געבאדערט דאס זיך אוועק ציען פון זיין טאטן? אזוי שווער איז דאס פאר אים געווען, אויף אזוי ווייט, אז אויף דעם שטייט אז דאס וואס אברהם האט בייגעקומען די עשרה ניסיונות, דאס האט געגעבן כוחות פאר די שפעטער׳דיגע דורות עד ביאת הגואל זאלן קענען מלחמה האלטן און בייקומען זייערע ניסיונות. לויט דאס וואס די מדרש אגדה דערציילט אונז וואס אברם איז אלטס אדורך מיטן טאטן תרח, ווי שווער קען שוין זיין דאס אז השי״ת בכבודו ובעצמו באווייזט זיך צו אים און באפעלט ״לך לך מארצך״ גיי אוועק פון דיין גהינום. איז דאס בכלל א ניסיון!? ווער רעדט פון דעם אז דאס איז גאר פון די ״עשרה ניסיונות״ שנתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם.

צו פארשטיין די בחינה וואס כ׳וויל ארויסברענגען, איז כדי צו לערנען איינס פאר די לעצטע רש״י פון פארגאנגענע וואך פר׳ נח.

וימת תרח בחרן. רש״י מאכט א חשבון אז באמת האט נאך תרח געלעבט לאנגע געזונטע יארן, לאחר שיצא אברם מחרן ובא לארץ כנען והיה שם יותר מששים שנה.. וואזשע דען, זאגט רש״י צוויי פשטים, איין פשט זאגט רש״י, הקדים הכתוב מיתתו של תרח ליציאתו של אברם שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו.

איז שווער צו פארשטיין, זייט ווען רעכענט זיך די תורה מיט אזעלכע חשבונות? פארקערט, ווען רבקה האט געזעהן ברוח הק׳ און באפוילן יעקב צו אנטלויפן פון עשו, דארט איז יעקב באשטראפט געווארן פארן פאלגן זיין מאמע, וקפץ עליו רגזו של יוסף, 22 יאר איז יוסף געווען אין מצרים. דא ווען יעדער זעהט און פארשטייט אז אברהם אבינו פאלגט דעם באשעפער און גייט אוועק מבית אביו, און צוגאב אז זיין טאטע האט געדינט עבודה זרה, און אז ער האט אים פאר׳מסרט פאר נמרוד וואס האט אים פאקטיש אריינגעווארפן בכבשן האש, וועם וואלט בייגעפאלן מוציא שם רע צו זיין אויף אברהם צו זאגן לא קיים אברהם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו ?

וואזשע דען, אברהם אבינו האט געוויסט איין זאך, דער רבוש״ע איז אים דא מבטיח ואעשך לגוי גדול, ס׳גייט קומען א כלל ישראל וואס גייען זאגן יעדן טאג אלקי אברהם, איך אברהם איז דער וואס טרעט זיי אויס דעם וועג, ווי ס׳שטייט עטליכע א מאל דערוועגן אין חז״ל, אמר רב קיים אברהם אבינו כל התורה כולה, שנאמר עקב אשר שמע אברהם בקולי וגו'..

ס׳גייט זיין א כלל ישראל וואס גייט הערן מפי הגבורה אנוכי ולא יה׳ לך און די עשרת הדיברות בדיבור אחד. וואס גייען מיינע אייניקלעך טראכטן אויף זייער זיידע ווען איינע פון די עשרת הדיברות איז כבד את אביך? ער האט האט אויך געהאט א טאטע, ער האט זיך געזארגט, וואס וויזוי גייט מיין אוועק גיין פון מיין טאטע אויסקוקן פאר מיינע אייניקליך? זיי גייען זאגן לא קיים אברם את כבוד אביו שהניחו זקן והלך לו!?..

אברהם איז געווען א ״פערפעקשעניסט״! אמת, פון מיין טאטע קען איך ״אנטלויפן״, זיין טאטע לעבט נאך!?, סמוך צו דעם שטייט ויאמר ה׳ לך לך, נו, ווי די שפתי חכמים ברענגט, אז דאס אליין איז א שוין א גוטן תירוץ, פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין טאטן תרח!? ווייל דער באשעפער האט געהייסן. כיבוד אב האם האב איך אבער נישט מקיים געווען בשלימות, וואס גייען מיינע אייניקליך אויף דעם זאגן? קיים אברהם אבינו כל התורה כולה, איך וויל ס׳זאל זיין א דבר השלם!

דאס איז פשט, וימת תרח בחרן, הקדים הכתוב מיתתו של תרח וגו׳ שלא יהא הדבר מפורסם לכל ויאמרו לא קיים אברם את כבוד אביו וגו׳.

השי״ת האט זיך גערעכענט מיט ״דעם״. מיט אברהם אבינו זארג איבער וואס מ׳גייט אויף אים דערציילן, ״דאס״ איז געווען אברהם׳ס נסיון ווען השי״ת האט אים באפוילן לך לך מארצך. נישט דאס עצם אוועק גיין, און נישט ח״ו דאס צו ער זאל יא פאלגן השי״ת צו נישט.

מ׳קען אלץ טרעפן גוטע תירוצים פארוואס דא איז אנדערש, פארוואס איך בין אנדערש, פארוואס איך מעג אין דעם פאל טאן אזוי און אזוי, הגם ס׳איז בעצם נישט דאס ריכטיגע. ווייל אפילו מ׳קען זיך אליין דן לכף זכות זיין, מיז מען אין באטראכט נעמען אז וואס אימער מ׳טוט נאר לאזט נאך אלע מעשה׳ס איבער א פלעק, שפעטער וועט מען קענען צייגן, קוק אן, אפילו מיין ״זיידע״ האט געטאן אזוי און אזוי.. דאס איז געווען די גרעסטע זארג וואס אברהם אבינו האט געהאט. וויזוי גייען זיי זיך מיינע אייניקליך ספראווען מיט א זיידן וואס האט איבערגעלאזט זיין א אלטע טאטע והלך לו?..

מיינע טייערע פריינד אחי׳ ורעי׳. מיר זענען אלע דא אויסצופירן דעם זעלבן פליכט, און דאס איז, אז אינזערע קינדער זאלן עכ״פ נישט אויסקוקן ערגער ווי וויזוי מיר קוקן אויס, ס׳וועט בעזהשי״ת קומען א טאג וואס אונזערע אייניקלעך וועלן ניצן אינזערע מעשים טובים, די הלוך ילך אונזערע פאר א GPS אויסצופירן זייערע פליכטן, מאכט זיכער פאר איר טוט א זאך אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן און שטאלצירענד, מ׳זאל זיך קענען מיט דעם גרויסן, ״מיין זיידע״ האט געטאן און זיך געפירט אזוי און אזוי, נישט ח״ו מיין זיידע האט געטאן דאס און יענס ״מיט דעם תירוץ און מיט דעם אויסגעהאלטענעם היתר״...

און אויב וועלן מיר דאס האלטן פאר די אויגן, וועלן מיר בעזהשי״ת קענען ביישטיין שווערערע ניסוינות, און השי״ת וועט זיך מיט דעם רעכענען אויך, אווי ער האט געטאן מיט אברהם, מקדים געווען מיתת תרח ליציאתו, און בזכות זה וועלן אונזערע אייניקלעך זיך מיט אונז קענען גרויסן און צייגן, ״אונזער זיידע פלוני ופלוני קיים כל התורה כולה, און דאס וועט זיי העלפן און זייערע מצבים עד ביאת הגואל בב״א

מה נאמר ומה נדבר, אזא אמת, איך דאנק דעם רבוש"ע פאר צושיקען מיך צו דעם אשכול,
מיין פעטער הרב החסיד ר' שלמה יצחק ניימאנן ע"ה איז נפטר געווארען אפאר יאר צוריק, האט מיר אן אייניקל דערציילט אז איבערקוקענדיג די ספרים זענען זיי נבהל ונשתומם געווארען, איבעראל האט ער צוגעצייכענט עפעס, זיי האבען נישט געוואסט אז איז אזוי ווייט געלעגען אין לערנען, האב איך באשלאסען אז איך וועל אויך אזוי טון, איבער לאזען פינגערפרינטס וויא מער איך קען, פאלט עפעס ביי שרייב איך עס אויפן גליון, איך הייב אן א ספר שרייב איך אויפן שער בלאט היום התחלתי וכו', הקיצור אז די קינדער און אייניקליך זאלען זעהן אז דער זיידע האט געלערנט און פארשטאנען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

What a great job by @chadele badele
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Wow!

(וויאזוי זאגט מען Wow אין אידיש?)
---
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

זייער גוט !
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

בשבילי נברא האט געשריבן:Wow!

(וויאזוי זאגט מען Wow אין אידיש?)
העלאו
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

הערליך זיער שיין
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

צוקער וואסער האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:Wow!

(וויאזוי זאגט מען Wow אין אידיש?)

wow אין אידיש קען מען זאגען אסאך מינע וועגען דא מיינט עס
עס איז נישט דא קיין ווערטער שרייב נאכאיינס
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

געוואלדיג גוט אראפגעשריבן די פרשה!
#וואונדערבאר.


(כ'האב געטראכט קודם אז דו גייסט שרייבן איבער פהאקעהאנטעס און טשעראקיס.....)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

שמאטע האט געשריבן:(כ'האב געטראכט קודם אז דו גייסט שרייבן איבער פהאקעהאנטעס און טשעראקיס.....)


huh?
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

צוקער וואסער האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:(כ'האב געטראכט קודם אז דו גייסט שרייבן איבער פהאקעהאנטעס און טשעראקיס.....)


huh?

וואס איז פשט פין די ווערטער רוסלאנד האט זיך אריין געהעקט אוין אייוועלט?
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”