והוי מתפלל בשלומה של מלכות!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:45 pm

אמביציע האט געשריבן:עפעס נאר ווען ס'קומט צו טראמפ טאר מען נישט שרייבן קעגן א פרעזידענט, און נאר ביי טראמפ דארף מען זייער וויכטיג ארויס שרייבן אדער זאגן יר''ה

נארישקייטן

מ'מעג אפשר שרייבן אמאל א רעספעקטפול אפיניען, אבער וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? ווער האט באפרייט דיין ברודער? אפשר אויב מ'וועט וויסן איבער די וועלט אז די חרד'ישע אידן האבן א כמעט בלינדע הכרת הטוב צו איינעם וואס טוט אזאנס, וועט עס העלפן באפרייען אונזער ברודער ר' מרדכי יצחק? אולי ואולי? פאר איין פערטל פון א פראצענט אז ס'וועט העלפן פאר ר' מרדכי יצחק וועל איך זאגן אויף טראמפ ירום הודו ויתנשא מלכותו וישפיל אוביו לפניו ובימיו ובימינו תוושע יהודה וירושלים!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:07 pm

אוי גולם האסט עס דער'הרג'ט!
זאגסט דאך אזוי גוט, אבער האסט אריינגעמישט פאליטיקע (צו מרצונך אדער נישט ווייס איך נישט)

עס איז נישט קיין נייע זאך און גייט לכאורה צוריק אזוי לאנג ווי אידן זענען אין אמעריקע, אבער די שארפע היץ קען מען זאגן גייט פאראלעל מיט די גויאישע גאס וואס האט זיך היפש פארשארפט ווען אבאמא איז געווארן פרעזידענט, און האלט אן עד היום

אלא מאי, וואס זאגסטו אזוי גוט, אה דער ענטפער איז אז מען דארף קענען מבדיל זיין, אין אמעריקע (אפשר מיט טראמפ איז אנדערש?..) איז בכלל נישט קיין דיסרעספעקט צו קריטיקירן א פרעזידענט, דאס איז זייער שטאלץ, פרידאם אויף ספיעטש. און אוודאי און אוודאי פארלאנגט זיך נישט קיין פינטעלע רעספעקט

נאר וואס דען, פערזענליך אטאקירן איז יא זייער אומבאטעמט ווייל דער פאליטישאן ווערט אנגעווייטאגט, און אפילו אין די פאליטישע וועלט (פלעגט זיין?..) אז גארנישט איז נישט גראב, עס ווערט פארשלייערט מיט דיפלאמאטיע,

יעצט אין ביהמ"ד (נאר אין קאווע שטיבל פארשטייט זיך) קענסטו רעדן וואס דו ווילסט, אבער אין פאבליק ווי טוויטער וכדו' איז זייער נישט ריכטיג זיך צו צולאזן אבער מיט איינגעהאלטנקייט איז כלל וכלל נישט קיין פראבלעם

מיין איינציגסטער ספק איז נאר, צו די קרעטשמע האט א דין ביהמ"ד אדער א דין טוויטער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 5:48 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ווילאנג מען גייט נישט אין פובליק מעג מען רעדן אויף אים וויפיל מען וויל. ער איז נישט א איד מיט הלכות לשון הרע.

דאס איז א ראיה ווי מענטשען שרייבען און זאגען זאכען וואס זענען נוגד מפורשע דברי חזל
דא האט איר א שטיקעל גמרא אין מסכתא בבא בתרא דף ג' עמוד ב:
מ'רעדט דא פון דעם רשעותדיגן מלך הורדוס וואס האט אויסגעהארגעט אלע חכמים און איבערגעלאזט נאר בבא בן בוטא, און אויסגעשטאכען די אויגען, דערנאך האט הורדוס געטרייט אז בבא בן בוטא זאל רעדען צו עים בגנותו, און איז געקומען צו בבא בן בוטא און אנגעהויבען א שמועס מיט איהם, אט לערענט אפ דעם שמועס:

יומא חד אתא ויתיב קמיה אמר חזי מר האי עבדא בישא מאי קא עביד אמר ליה מאי אעביד ליה א"ל נלטייה מר אאמר ליה [כתיב] (קהלת י, כ) גם במדעך מלך אל תקלל אמר ליה האי לאו מלך הוא א"ל בוליהוי עשיר בעלמא וכתיב (קהלת י, כ) ובחדרי משכבך אל תקלל עשיר ולא יהא אלא נשיא וכתיב (שמות כב, כז) ונשיא בעמך לא תאור א"ל בעושה מעשה עמך והאי לאו עושה מעשה עמך א"ל מסתפינא מיניה א"ל ליכא איניש דאזיל דלימא ליה דאנא ואת יתיבנא א"ל כתיב (קהלת י, כ) כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר.

עיי"ש המשך הסיפור

(דער עולם האקט)

איר זאגט דאך אזוי ריכטיג. איך האב אויך געלאכט ווען מען האט געזאגט אז מען דארף שרייבן איינגעהאלטן אין די היימישע צייטונגען, ביז... ביז די פרשה מיט די צייטונג און בין לאדין. דאס האט געמאכט אזא רעש אז עס איז אנגעקומען אין די גרעסטע מידיע נעצן, די דעמאלס'דיגע סעקרעטערי אף סטעיט פרוי קלינטאן (וועמענ'ס בילד מען האט ארויסגעשניטן) האט גערעדט קעגן אפגעטיילטע באסעס, און עס האט געהאט א גרויסע יד אין די פראבלעמען וואס די היימישע באסעס זענען דאן דורך.
און עס איז היינט נישט דא ווייניגער מכם ובכמ'ניקעס ווי דאן נאר פארקערט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:02 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ניין אידן געהערן נישט ביי פראטעסטן. סתם ארויסברענגן די מיינונג קעגן א קעניג אפילו האט מען אייביג געמעגט. כבוד, דארף מען געבן לפנים

קעגן א קעניג? האסט עפעס ביישפילן?

קעגן צער ניקאליי ימח שמו למשל, נישט אז טראמפ איז ניקאליי, מיינסטו אז מען האט נישט גערעדט

עניוועי, די "הכושי ילך הביתה" פון מב"ד איז טריליאן מאל ערגער ווי גאנץ אייוועלט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:03 pm

lebediger berel האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:עפעס נאר ווען ס'קומט צו טראמפ טאר מען נישט שרייבן קעגן א פרעזידענט, און נאר ביי טראמפ דארף מען זייער וויכטיג ארויס שרייבן אדער זאגן יר''ה

נארישקייטן

מ'מעג אפשר שרייבן אמאל א רעספעקטפול אפיניען, אבער וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? ווער האט באפרייט דיין ברודער? אפשר אויב מ'וועט וויסן איבער די וועלט אז די חרד'ישע אידן האבן א כמעט בלינדע הכרת הטוב צו איינעם וואס טוט אזאנס, וועט עס העלפן באפרייען אונזער ברודער ר' מרדכי יצחק? אולי ואולי? פאר איין פערטל פון א פראצענט אז ס'וועט העלפן פאר ר' מרדכי יצחק וועל איך זאגן אויף טראמפ ירום הודו ויתנשא מלכותו וישפיל אוביו לפניו ובימיו ובימינו תוושע יהודה וירושלים!

נעוואדע, פאר דעם האמיר דאך אלע געשריבן פאר טראמפ וו גוט ער איז.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:19 am

צל עובר האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ניין אידן געהערן נישט ביי פראטעסטן. סתם ארויסברענגן די מיינונג קעגן א קעניג אפילו האט מען אייביג געמעגט. כבוד, דארף מען געבן לפנים

קעגן א קעניג? האסט עפעס ביישפילן?

קעגן צער ניקאליי ימח שמו למשל, נישט אז טראמפ איז ניקאליי, מיינסטו אז מען האט נישט גערעדט

עניוועי, די "הכושי ילך הביתה" פון מב"ד איז טריליאן מאל ערגער ווי גאנץ אייוועלט.

אין זיינע צייטן? אפשר באהאלטענערהייט בחדרי חדרים, אבער דאס איז לכאורה יא קעגן דעם פסוק אין משלי.

הכושי ילך הביתה האב איך נישט געוואלט ברענגען, ווייל יעדער נארמאלער מענטש האט עס טאקע פארדאמט.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:25 am

די גרויסע רביס פלעגן האקן קעגן די קעניגן מיט זייערע כוחות הטומאה. און נאכאמאל, א פרעזידענט איז נישט א קעניג. דאן טאר מען אויך נישט האבן קעגן סענאט, סופרים קאורט ווייל זיי שעירן די מאכט און אמעריקא. אוודאי דארף מען היטן זייער אויף וואס מען רעדט צו עס קען ארויסגיין.

און אזא צוטיילטע לאנד, אז מען ווייסט אז דו קושט דעם פרעזידענט'ס פיס, האבן דיר די שווארצע, היספאנישע, און מוסלעמענער וואס קענען איבערמארגן באקומען די מאכט פיינט.

מיר דארפן האבן א נאמען אלס שטילע לאיעלע מענטשן געטריי צום רעגירונג יעדע צייט צו זיי האלטן פונעם פרעזידענט צו נישט, נישט פאליטיש געשטימט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 7:40 am

אוי ביסטו גערעכט גולם (אינעם קאנצעפט)!

לעניות דעתי הקטנה, די אבאמא אדמיניסטראציע האט געוויזן א גרויסע פייג צו חסידישע אידן ווען מהאט געהאנדלט איבער אידישע ארעסטאנטן, טאקע צוליב אט דער סיבה, די טרויעריגע בלאק וואוט פון 95% וואס האט געוואוט א קעגן אבאמא אין 2008 און 2012 אין כמעט אלע היימישע געגנטער האט זיכער געמאכט אז אלע טויערן זענען פארהאקט.

די שנאה כבושה פון היימישע כלפי אבאמא האט זיך אנגעזעהן אין אלע עקן פון לאנד, ווי פארשעמנט איז געווען אין 2016 ווען צענדליגע טויזענעטע אידן איבער ניו יארק האבן געשיקט א בקשה צו אבאמא זאל באפרייען רובאשקין, און בו בעת האט די חבד שליח אין וואשינגטון, בשעתן צינדן חנוכה מנורה אויף די גאס בפני השרים והעמים, זיך גענומען האקן שטיקער אויף אבאמא איבער די איראן דיעל, וואס האט מען דאן געטראכט?! אבאמא גייט זיך דערשרעקן און שענקן א פארדאן פאר רובאשקין? איז איינעם דאן בייגעפאלן צו שרייבן אזא ארטיקל?! נו שוין.

כלפי טראמפ איז עס נישט ממש אזוי, סאיז טאקע דא וואס האקן אויפן פרעזידענט, אבער סאיז באלאנסירט, יש ויש, סאיז האלב אדער 60%/40% , סגייט נאך אריין אין די גדר אז אונז זעמיר "נארמאלע" מענטשן.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:08 am

דא איז פונקט פארקערט, רוב היימישע אידן זענען טראמפיסטן, עס זענען דא אביסל וואס האקן אויך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:44 pm

ליידער בינעך פאריאגט אין פארפלאגט, האבעך נישט קיין צייט צו מגיב זיין אויף יעדע תגובה, אסאך האבען באכאשעם פיין געזאגט און צוגעלייגט,
באמת האב איך אנגעהויבען שרייבען וועגן די פאליציי געשעעניש, און כהאב געוואלט רעדען וועגען לאקאלע פאליטיק, אבער מענין לענין האטצעך עס אריינגעצויגען אין אלגעמיינע פאליטיקע, למעשה האב איך נישט חרטה דערויף ווייל כהאלט קלאר אז סאיז תלוי הא בהא, כדאפרש להלן
יעצט קוידעם קאל, איך בין נישט אזוי מומחה אין פאליטיקע, כגלייב אז סיי וועלכע פון די פאליטישע קארפען קעפ זענען אסאך מער אויסגעקאכט די נושאים, נישט אז איך בין די גרויסע מבין, אבער אסאך מאל לייען איך דא אשכולות אין פאליטישע נייעס וכדו' און סזעט מיך אויס אז די שרייבערס דא טויגען אסאך בעסער ווי די היימישע צייטונגען...
אבער איך רעדט פשוט פון די "אידישע" צוגאנג ווי אזוי מברויך צוגיין צו א מושג פון א גויאישע רעגירונג אין א לאנד וואס מיר וואוינען, וואס ווי כאב אנגעהויבען פון דער אנהויב, ס'איז צוויי נושאים וואס איז בעצם איין נושא.
די איין נושא איז, די תורהדיגע צוגאנג צו פאליטיקע. איך גיי נישט דא אריינגיין אין קיין לאנגע דרשות מיט מקורות ווייל כפארמאג נישט די צייט און כח פאר דעם, אבער די פשוטע יסודות מיין איך מעג מען נאך דערמאנען. והוא אז אידישע קינדער זענען לעת עתה אין גלות ליידער, אין אונז זעמיר געסט אין סיי וועלכע לאנד ווי מיר וואוינען, קיין חילוק צו ס'איז ניו יארק אדער טערקיי, בארזיל אדער איראן.
אונז זעמיר געסט, איז טייטש אז מיר זענען טאקע אמערקאנער בירגער לעגאל, און מיר זענען געטריי דאס לאנד אין אירע געזעצען, אבער אין הארצען זעמיר אידען און אינז האפמיר אז בקרוב ממש זאל משיח צדקנו אינז ארויפנעמען בכנפי נשרים קיין ירושלים עיה"ק בב"א.
די מהלך המחשבה איז א יסוד פון אידישקייט, אין אויף דעם האט רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע אזוי שטארק פארפירט אלע זיינע יארען, די גזירת הגלות גייט אן אויף סיי וועלכע איד אין די גאנצע כדור הארץ, אינז דארף מער טראגען די עול הגלות וואו אימער אינז גייען!
אין אנדערע וערטער מיינט דאס אז אונז וואוינען דא אבער די לאנד באלאנגט נישט פאר אונז, די פאליציי באלאנקט נישט פאר אונז, די מעיאר באלאנגט נישט פאר אונז, און די פרעזידענט באלאנגט נישט פאר אונז, מיר זענען זיינע אינטערטאנען און מיר ברויכען אים הארכען, אפילו ווען ער וואלט זיך נישט אויפגעפירט שיין צונונז, ווייל "מיר האבען נישט קיין ברירה" אונז זעמיר דא אין גלות, לך נא ראה פון אלע דורות ווי אידען האבען זיך געווארפן אונטער די פיס פון קעניגען און שולטים וואס זענען געווען אמתע רוצחים, ווייל זיי האבן פארשטאנען אז סיז נישטא קיין ברירה, דאס מיינט דאך גלות, אז אונז זעמיר אונטערגעווארפן אונטער די מדינה, אויב אונז קענען אריינלייגען א אייגענע מעיאר און אייגענע פרעזידענט איז דאך עס נישט גלות...
יעצט אויסער דעם איז דא אזא מידה פון הכרת הטוב, וואס איז שייך אפילו ביי א גוי און אפילו ביי א בור מים, ממילא ווען א פאליטיקאנט איז גוט צו די אידען ברויך מען ארויסווייזען א שטארקע שעצונג און הכרת הטוב, בפניו ושלא בפניו.
די פארבלעם איז אז אונז האמיר זיך אנגעהויבען איינווארצלען דא און אונז רעדמיר זיך איין אז די גאנצע לאנד באלאנגט פאר אונז, מילא הייב מיר אן טראכטען, יא פאר די אידען איז ער גוט, אבער איז דאך אזא מ....! ער קען נישט פירען א לאנד! (גראדע מיך זעט אויס אז די לאנד פארט פיין, מיין גארבעזש קאלעקטאר נעמט נאך אפ די גארבעזש און די איי אר עס נעמט נאך אפ אירע שטייערן עהרליך)
יעצט אויף א אמעריקאנע בירגער פארשטיי איך פארוואס ער איז פרעזענליך ברוגז אויף א פרעזידענט ווייל סאיז זיין לאנד, נעמט ער עס פרעזענליך, אבער א איד האט נישט וואס צו זיין פרעענליך ברוגז אויף א פרעזידענט! די אלע הויכגעשעצטע מבינים וואס "פארשטייען" אז די פרעזידענט איז א מ... צו וואס, זאלען וויסען אז זיי האבען אזא פנים ווי א אמעריקאנע גוי זאל זאגען דעות ווער זאל פירן טיש אין בית מדרש צו וועלכע מסכתא מען זאל לערנען... פשוט ס'האט נישט מיט אונז.
און יאך וועל זאגען נאכמער, דאס גייט אן אויכעט פאר די "הייסע חסידים" פון די פרעזידענט. אנטשולדיגט! א איד רעדט נישט מיט קעלבערנע התפעלות פון א נישט איד, זאל ער אפילו זיין די פרעזידענט פון אמעריקע, מיר ברויכען רעדען און שרייבען וועגען אים מיט רעספעקט און דרך ארץ, נישט ווי א חסיד רעדט פון זיין רבי!
יעצט אוודאי איך פאשטיי מענטשען ווילען וויסען נייעס, קודם מדארף עס וויסען פאר די ביזנעס וכדו' און פשוט צי זיין א מענטש צוישען מענטשען, ווי אויכעט האט א מענטש בטבע נייגער, איז אוודאי בעסער מזאל ליינען היימישע צייטינגען ווי די גוישע וואס זענען אנגעפילט מיט ניבול פה און דברי כפירה על כל גדותם (יא אפילו די צייטונג ארטיקלעך).
איז דארף מען גדעקענען איטליכע זאכענעס:
א. א איד איז נישט א מתנגד און נישט א חסיד פון א פרעזידענט, ער איז א פשוט'ע בירגער וואס געהארכט דעם פירער פון די לאנד און די געזעצן וואס די לאנד געבט ארויס
ב. מען טאר נישט רעדן דברי קללה אויף א פרעזידענט (ווי למשל עים אנרופען שמוציגע לשונות ווי א מ.... וכדו'), אפילו ער וועט קיינמאל נישט וויסען דערפון, כמו שהבאתי לעיל בגמרא
ג. ווען מ'קריטיקירט א פרעזידענט דארף עס זיין אויף די איידעלסטע אופן וואס שייך און אויף א וועג וואס קען נישט ארויסקומען א חילול השם, די בעסטע איז אז משרייבט די קריטיק אין נאמען פון א צווייטען, למשל סענאטאר זשאני פיקל סאוס האט שטארק קריטיקירט דעם פרעזידענט'ס שטייער ביל, זאגענדיג וכו'.
איך האף אז יאך האמיך גוט מסביר געוועזען, און פאר די יחידים וואס ווילען נישט פארשטיין אפילו אויב מ'איז זיי מסביר צוואנציג מאל, ליהוי ידיע אז כהאב וואס צו טון מיט מיין צייט אויסער ענטפערן די ליצני הדור מיט זייערע חכמה'רישע קאמענטארען ווען סהאנדלט זיך פון ברענענדיגע נושאים וואס איז נוגע אינזער טאג טעגליכע אידישקייט און מהלך החיים. הצלחה רבה

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:12 pm

דו זאגסט גוטע און קלוגע פונקט, אבער אויב אזוי איז אלעס אויך שייך ביי סענעטארן און ריכטער.א פרעזידענט איז נישט א קעניג און ער דארף שעירן זיין מאכט. אזא געהאסטע פיגור ווי טראמפ וואס העלפט לאנד האט ממש פיינט איז קלוגער צו ווייזן הכרת הטוב און נייטראלקייט ווי איינער בלינדע שטיצע וואס ברענגט נישט קיין גוטע געפילן ביי העלפט בירגער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

גולם פון וואשינגטאן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:04 am

Goodmorning האט געשריבן:די גרויסע רביס פלעגן האקן קעגן די קעניגן מיט זייערע כוחות הטומאה. און נאכאמאל, א פרעזידענט איז נישט א קעניג. דאן טאר מען אויך נישט האבן קעגן סענאט, סופרים קאורט ווייל זיי שעירן די מאכט און אמעריקא. אוודאי דארף מען היטן זייער אויף וואס מען רעדט צו עס קען ארויסגיין.

וועלכער רבי האט געהאקט קעגן זיין אייגענע קעניג?
אדרבה, אין די עסטרייך-אונגארישע מלוכה האט מען נאכאנאנד געגעבן דרשות צי שטיצען און מכבד זיין דער קיר"ה און נישט האבן קיין מחשבה אפילו פון בגידה.

אגב, אונזער קעניג איז נישט מער משוגע ווי די אמאליגע קעניגען, וואס זענען געווען אויסגעפאשעטע מגושמים, משוגע ביז טויט פאר כבוד.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:24 am

ליין די מעשיות ווי דער צאר אדער פראנץ יאזעף איז דער אבי הטומאה. בכלל איז מען אמאל געווען א מורד במלכות. אנדערש ווי היינט ווען מאכט טוישט זיך יעדע פאר יאר און איז צוטיילט צווישן די פאלק. היינט צו זיין א בלינדער שטיצער רעגסטו אויף אסאך אנדערע וואס וועלן מארגן זיין די פירער און האבן למשל לאקאל יא די מאכט. אין פובליק דארפן מיר מכיריים טוב זיין און זיכער ווייזן אז מיר זענען געטריי די לאנד נישט קיין חילוק ווער די פרעזידענט איז. היינט איז די מאכט ביים פאלק און מיר דארפן זיין ארענטליך און נייטראל.

ווען סאטמאר רבי זי''ע האט געזאגט אז ניקסאן איז א שלעכטער מענטש, מיט געמיינע מידות, נאך פאר מען האט געוואוסט פון וואטערגעיט, האט ער לויט דיר נישט געטארט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:23 am

lebediger berel האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:עפעס נאר ווען ס'קומט צו טראמפ טאר מען נישט שרייבן קעגן א פרעזידענט, און נאר ביי טראמפ דארף מען זייער וויכטיג ארויס שרייבן אדער זאגן יר''ה

נארישקייטן

מ'מעג אפשר שרייבן אמאל א רעספעקטפול אפיניען, אבער וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב? ווער האט באפרייט דיין ברודער? אפשר אויב מ'וועט וויסן איבער די וועלט אז די חרד'ישע אידן האבן א כמעט בלינדע הכרת הטוב צו איינעם וואס טוט אזאנס, וועט עס העלפן באפרייען אונזער ברודער ר' מרדכי יצחק? אולי ואולי? פאר איין פערטל פון א פראצענט אז ס'וועט העלפן פאר ר' מרדכי יצחק וועל איך זאגן אויף טראמפ ירום הודו ויתנשא מלכותו וישפיל אוביו לפניו ובימיו ובימינו תוושע יהודה וירושלים!

יא, איך האלט אז מען דארף ווייזן הכרת הטוב, און גלייב מיר אויב טרעף איך טראמפ וואלט איך אים פערזענליך באדאנקט מיטן גרעסטן רעספעקט סיי צוליב וואס ער האט באפרייט רעבאשיקין און סיי צוליב וואס איך וואלט גארנישט געהאט פון אים קריטיקירן עס וואלט נאר געקענט ארויסקומען שלעכטס דערפון.

אבער ווי איז די בלינדע הכרת הטוב פארשוואונדן ביי הילערי?!

זי האט פארלוירן אין אלע היימישע געגענטער צוליב וואס יונגעלייט זענען ארויסגעקומען אין די מאסן שטימען קעגן איר פאר גארנישט אין פארנישט אין די ליבעראלע ניו יארק.

פארוואס אין די וועלט?! וואס איז תירוץ אויף דעם אויסער דעם באקאנטן הא לן והא להו?! ווילסט איר נישט שטיצן בלייב אינדערהיים!

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:23 pm

יש ברירה האט געשריבן:

א. ס'יאז נאך נישט געווען קיין אייוועלט,
ב. ס'איז אינו דומה די רובאשקין קעיס צו די הילערי, אבער פארט האב איך געוואויט פאר איר, און זי האט פארדינט אונזער שטיצע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:37 pm

וויפיל היעט האט קלינטאן געכאפט פארן פארדענען סקווער? נאכמער ווי טראמפ היינט, ווייל טראמפ טוט רוב צייט זאכן ארויס פון נארם, פארגעסט מען שנעל. וויפיל טובות האט קלינטאן געטון אין סטעיט דעפט און אלס סענעטאר, און דאך זענען דא היימישע אינגעלייט מיט זייער שיינע בילד אלס חסיד אויף טוויטער,וואס האבן פאר די וואלן זיך געשלאגן מיט קלינטאן'ס טאכטער דארט, פארשעמענדיג איר טאטע גאר מיאוס און פערזענליך, זיך נאך פאררופענדיג אלס פארטרעטער פון צענדליגער טויזענטער היימישע אידן וואס הערן אים און שטיצן אים. א שטיל שווייגעניש האט דאן געהערשט....גארנישט התגרות וכדומה. איך מוז זאגן אז זעענדיג די בלינדע שטיצע צו א גויאישע פארטיי האט עס מיר געמאכט אנהייבן טראכטן פון פאליטיק, וואס איך פלעג בעפאר נישט נאכגיין, פשוט אלס עקל פון די מצב ביי אונז ווי יונגעלייט זענען פארגלייבט אין גוים ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות זייער רבי זי''ע איז צוריק פון הימל.
פלוצלונג יעצט, ווען געציילטע דיסקוסירן נעגעטיוו טראמפ אויף א אידישע פלאטפארמע, און נישט אין פובליק ווי מען פלעגט פארשעמען אבאמא, איז געווארן א פראבלעם מיט כבוד המלכות.

איך האב א פראבלעם עס אפצוקויפן ווען נאר יעצט זענען די אישוס רעלעוואנט.

איך האב געשיקט א שיינעם בריוו צו באדאנקען טראמפ נאכן קאמיושען פון רובאשקין. אז ער קומט באזוכן מיין שטאט, וועל איך אים מקבל פנים זיין מיט פאקלען. אבער די כבוד המלכות איז אבסורד.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:41 pm

נאכדערצו אז אפילו היינט האבן די דעמאקראטן גענוג מאכט, און ווען עווענטועל אויך זיין אין שפיץ, אז אלס אידן אין גלות דארפן מיר פונקט אזוי אכטונג געבן זיי נישט צו ווייזן א האס וואס וועט צוריק קלאפן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:56 pm

קודם כל דארף מען זיין רעספעקטפול אויפן פארום ווייל מ'ווייסט קיינמאל נישט ווי זאכן וועלן אנקומען.
איך וועל בל"נ מער נישט ענטפערן מיין פוינט בנושא זה ווייל דער עולם איז זייער נישט ערוואקסן און ערפארן אין אזעלכע הינזיכטן.
צו טראמפ האלט איך דארף יעדער איד האבן א פנימיות'דיגע הכרת הטוב נאך וואס ער האט געטון פאר רובאשקין, וקצת גם לביל והילערי קלינטאן,
אבער וווער ספארשטייט די מצב פון קלינטאן און די מצב פון טראמפ און אויך די מצב פון רובאשקין לעומת די מצב פון די דעמאלטסדיגע אנגעקלאגטע פארשטייט אז צען מאל מער קומט זיך א הכרת הטוב פאר טראמפ
און בערעלע האט עס
נ.ב. כ'האב טאקע געשטימט פאר קלינטאן אלץ יו עס סענאטאר כאטשיק פאליטיש בין איך געווען הונדערט פראצענט אויף די זייט פון איר קעגנער.
(איר געדענקט נאך זי האט געהאט איין שטימע אין בארא פארק. דזשאסט קידינג)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:16 pm

בערל, איך קען נישט פארשטיין די חילוק פון רובאשקין צו סקווער, לענ"ד איז סקווער געווען מער קאנטרעווערשאל און געטון געווארן בכוונה דוקא צו עררייכן אונזער הכרת הטוב

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:20 pm

lebediger berel האט געשריבן:.
איך וועל בל"נ מער נישט ענטפערן מיין פוינט בנושא זה ווייל דער עולם איז זייער נישט ערוואקסן און ערפארן אין אזעלכע הינזיכטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:22 pm

אז נישט איז נישט, אבער זיי מיר נישט חושד אז איך האב פארזען די שורה, איך האב עס יא געזען, און פארשטאנען אז ר' בערל מיינט דערמיט די נקודה פון נוהג כבוד זיין במלכות אבער נישט אין די דעטאלן וועלכע פארדאן פארלאנגט מער אדער ווייניגער הכרת הטוב

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:26 pm

lebediger berel האט געשריבן:..........ווייל מ'ווייסט קיינמאל נישט ווי זאכן וועלן אנקומען.
......... ווייל דער עולם איז זייער נישט ערוואקסן און ערפארן אין אזעלכע הינזיכטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:31 pm

lebediger berel האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:.
איך וועל בל"נ מער נישט ענטפערן מיין פוינט בנושא זה ווייל דער עולם איז זייער נישט ערוואקסן און ערפארן אין אזעלכע הינזיכטן.

מיטן פולסטן רעספעקט, וואס איך האב באמת צו אייך, האט איר נגיעות (פאליטישע מיינונגען) ווייל אויב נישט פארוואס קענט איר נישט ענטפערן וואס דער חילוק איז ביי סקווער און רובאשקין אויסער אראפרייסן דער עולם אלס נישט ערוואקסן?

רוב וואס קענען נישט דערליידן טראמפ ביי אונזער עולם, וואס איך קען, זענען דייקא די עלטערע אידן פון 60 יאר און ארויף, בשעת ביי די אינגערע גייט מען פייער פאר אים. איך רעד פון אידן וואס ליגן און תורה און חינוך, קלוגע און דורכגעטראכטע, מיט א פארשטאנד צו פאליטיק און באקאנטשאפט אין היסטאריע,, וואס ליגן טאקע בכלל נישט אין פאליטיק אבער פארשטייען נישט וויאזוי נארמאלע מענטשן האלטן פון אים.

דערפאר פארשטיי איך נישט וויאזוי איר זאגט אז יעדעס אנדערע מיינונג האט צוטון מיט אומערוואקסענקייט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:37 pm

נאכאמאל האלט איך הונדערט פראצענט אז מען דארף ווייזן אז אידן זענען נייטראלע בירגער, געטריי צו יעדן פאליטישאן וואס העלפט אונז, און אן אגענדעס קעגן קיין איין פארטיי, פשוט מיר ווילן היטן די תורה און לעבן רואיג.

אויך אמת, אז אפילו אויף אייועלט דארף מען היטן די שפראך עס זאל נישט גיין נידעריגער. מען מעג אבער נארמאל דיסקוסירן פאליטיק אויף ביידע זייטן. מען דארף טאקע נישט שרייבן דעמא''ראטן'' ווי טייל דא, אדער אראפרייסן א סענעטאר ווי מעקעין, אבער נארמאל רעדן אן יר''ה און ארויסברענגן ווען ער טוט נישט נארמאלע זאך, איז קיין שום פראבלעם.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:39 pm

lebediger berel האט געשריבן:..........ווייל מ'ווייסט קיינמאל נישט ווי זאכן וועלן אנקומען.
[/quote]

מיטן פולסטן רעספעקט, וואס איך האב באמת צו אייך, האט איר נגיעות (פאליטישע מיינונגען) ווייל אויב נישט פארוואס קענט איר נישט ענטפערן וואס דער חילוק איז ביי סקווער און רובאשקין אויסער אראפרייסן דער עולם אלס נישט ערוואקסן?

רוב וואס קענען נישט דערליידן טראמפ ביי אונזער עולם, וואס איך קען, זענען דייקא די עלטערע אידן פון 60 יאר און ארויף, בשעת ביי די אינגערע גייט מען פייער פאר אים. איך רעד פון אידן וואס ליגן און תורה און חינוך, קלוגע און דורכגעטראכטע, מיט א פארשטאנד צו פאליטיק און באקאנטשאפט אין היסטאריע,, וואס ליגן טאקע בכלל נישט אין פאליטיק אבער פארשטייען נישט וויאזוי נארמאלע מענטשן האלטן פון אים.

דערפאר פארשטיי איך נישט וויאזוי איר זאגט אז יעדעס אנדערע מיינונג האט צוטון מיט אומערוואקסענקייט.[/quote]
אז מ'לעבט דערלעבט מען

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פעטער שמואל און 17 געסט