והוי מתפלל בשלומה של מלכות!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

והוי מתפלל בשלומה של מלכות!

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:07 pm

איך גיי דא רעדן וועגען א נושא וואס איז נישט עכט מיין באקאנטשאפט, ברוך ה' איך ליג נישט אין דיזע סארט זאכען, איך ליגט נישט אין פאליטיקע, האב מיך מיינע שיוערים און מיינע חברים מיט וועמען איך טויש אויס אביסל נייעס, איך גיי מיך צו די ארבעט אין איך קים אהיים אויסגעמיטשעט אן קיין כח פאר די הייסע דעבאטעס, אבער ההכרח לא יגונה און יאך מוז מיך אריינשטופען ווי איך באלאנג נישט.

איז אזוי, סדא דא צוויי נושאים וואס באדערט מיך זייער שטארק וואס איז בעצם איין נושא, אין דאס איז שלומה של מלכות.

יעדע ווייסט אז מיר זענען אין גלות, מיר זענען נישט קיין אמעריקאנע מענטשען נאר חסידישע אידען וואס וואוינען פערצופאל אין אמעריקא וועלכע האט אונז אריינגענומען מיט גרויס גענאדע נאך דעם ביטערען חורבן, ווען די מדינות אין אייראפע האבן ליידער אויסגעשאכטען (אדער געהאלפען אויסשעכטען) רוב מנין ובנין פון די אייראפעאישע אידענטום.

מיר האבען זוכה געווען צו אזא מלכות של חסד, וואס כמיין מקען נישט זאגען אויף קיין איין מדינה אין די גאנצע אידישע היסטאריע אז זיי האבען ממש קיינמאל נישט געטשעפעט קיין אידען. נישטא קיין איין לאנד איבער די כדור הארץ וואס קען שטאלצירען דערמיט! (עי' ערך גירוש אנגלי', גירוש ספרד, פרעות ת"ח ות"ט, די רוסישע פאגראמען, צאר ניקאליי, ועל כולם די ביטערע חורבן וואס רוב אייראפעער מדינות האבען אנטיילגענומען דערינען, ועוד ועוד)

אינזרע עלטערען האבען שטארק מכיר טובה געווען פאר די געוואלדיגע חסדים וואס אמעריקא טוט אפ מיט אונז, וואס זיי זענען אוואדע שליחים פון באשעפער אז מיר זאלען קענען סורווייווען אין די לעצטע סטאנציע פאר ביאת משיח צדקנו בב"א, אין רוב פון זיי האבען אפגעהיטען דאס געזעץ, אסאך פון זיי האבן נישטאמאל זיך ערלויבט צו נעמען די פראגראמען, נאר געהארוועט ביטער שווער פאר פרנסה, אין סאיז זיי געווען מער ווי גליקלעך אז די גאווערמענט טשעפעט נישט, דאס אז די גאווערמענט דארף טיילען מוציאס און אויסהאלטען אינזערע כוללים אין זיך צושטעלען צו אונזערע געברויכען מיט פאליציי ביי יעדע באגלייטן, איז נישטאאמאל איינגעפאלען אין ווילדסטען חלום.

איז אויפגעשטאנען א נייע דור, א דור וואס איז שוין זייער באקוועם אין אינזער לאנד, א דור וואס באטראכט זיך מער נישט אלץ געסט אין אמעריקא נאר אלץ ריכטיגע "אמעריקאנער". טאקע "אמעריקאנער אידן", אפשר אפילע "אמעריקאנער חסידישע אידען", אבער פארט אמעריקאנער.

און זייענדיג אמעריקאנער, נעמט מען טאקע א שטעלונג אין מ'טיילט דעות פאר דעם פאליטיקאנט און פאר יענעם מאכער. דאס קומט פאר סיי אין די סטעיט לעוועל אין סיי אין די פעדעראל. לאקאל האט מען באוויזען צו אויפקומען מיט די בלאק וואוט, אין מיר קענען אריינוועלן וועלכע פאליטישאנס מיר באגערען, דאס איז אוודאי א אמעריקאנער רעכט, אין מיר דארפען זיין דאנקבאר אן א שיעור אז מיר האבען די מעגליכקייט צו אריינשטימען קאנדידאטן וואס זענען אוהבי ישראל און פארשטייען די זעלטענע געברויכען פון א חסידישע קאמיוניטי, וואס די אלגעמיינע גוי פארשטייט עס נישט (וד"ל)

אבער דאס מיינט נאכנישט אז זיי זענען אונזערע פאליטישאנס! די פאליציי באלאנגט נישט פאר קהל ייטב לב דסאטמאר, און נישט פאר איחוד הקהילות דבארא פארק, עס באלאנגט פאר די מדינה, און ס'איז דא איינצושטעלן ארדענונג אין לאנד. מיר דארפען זיי מכיר טובה זיין אן א שיער אז זיי רעכענען זיך מיט אינזערע אויסערגעווענליכע געברויכען (עטץ פארשטייט דאך אליין אז נישט יעדע קאמיוניטי פראוועט א הכנס"ת יעדע שני וחמישי אין א כפרות שלאגען אין א באגלייטען עטליכע מאל א יאר). אבער זיי באלאנגען נישט פאר אינז, אפילו איר האט מפורש געזען א בילד אין א בליק ווי איצי וואלקנקראצער רייכט די הענט פאר א הויעכראנגיקע פאליציאנט אין מונדירען.
די זעלבע ווען סקומט צו פעדעראלע אנגעלעגענהייטען, וואס יעדער פארשטייט אז מיר לעבען אין א געוואלדיגע מלכות של חסד לעת עתה, און ממש די לאנדס פירער זענען באמת לטובתינו, אויב סדא אמאל א פאליטישען וואס שלאגט זיך מיט אונז, וועלען תיכף זיך צונויפלויפען אנדערע פאליטישאנס וואס וועלען זיך אננעמען פאר אונז. דערווייל ארבעט דער שפיעל אין דער אויבערשטער זאל העלפען אויף ווייטער.

אבער! פארגעס נישט אז מיר זענען אורחים דא!

מ'הערט היינט יונגעלייט רעדען א שפראך ואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט רעדען, יונגעלייט רעדען מיט פרעכע חוצפה קעגען דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען יר"ה, אין איך גיי נישט דא אריין אין זיין פאליטיקע ווייל סאינטרעסירט מיך ניטאמאל, אבער דאס אליין אז חסידישע אידען זאגען א פערזענליכע מיינונג אויף א הויעכראנגיגע לאנדס פירער, ווער רעדט נאך די פרעזידענט, איז א חוצפה אין אומדערהערט, פאר אונז דארף פאראינטרעסירט בלויז איין זאך: איז ער גוט פאר די אידען?
אויב יא, דארף מען אים אויסלויבען ביזען הימעל, אז נישט דארף מען פרובירען שתדל'ן ביי עים און גייען בדרכי נועם, וואס רוב מאל העלפט דאס טאקע.
ווער רעדט נאך ווען א פרעזידענט איז גיט פאר זיינע אידישע אורחים, אבער דער אויבער חכם האט געליינט אין די נוא יארק טיימס אז די פרעזידענט איז נישט גיט, קומט ער שוין אויספויקען אין בעסמעדרעש זיינע הבלים, און אויב פארמאגט ער נאך אביסעל איינגערעדטע טאלאנטען וועט ער נאך גיין שרייבען ארטיקלען און בלעבלען אויף עפעס א טעלעפאן ליניע וואסארא "דורעכפאל" דער פרעזידענט איז. רעב איד! איר כאפט וואסארא מסוכנ'דיגע שפיעל איר שפילט??? איר ווארט באמת אז עפעס א ליידיגייער זאל גייען צו טראמפ אין אים מסביר זיין אז חסידישע יונגעלייט האקען אויף עים?

מיר דארפען דאנקבאר זיין פאר טראמפ פאר באפרייען רובאשקין און פאר זיין גיט צו די אידען וואס געפינען זיך אונטער זיין שליטה. יעצט ארבעטען עסקנים צו באפרייען נאך היימישע ארעסטאנטען פון תפיסה אויף דעם אופן, אין א האר פעלט אויס, אז עפעס א ליידיגגייער זאל אריינשיקען צו די טראמפ אדימיניסטראציע אז א היימישע צייטונג איז אויסגעשפראכען קעגען אים, און דאס קען אלעס חרוב מאכען היל"ת!

שוין נישט רעדענדיג פון די אידישקייט שבו, וואו איז אייער שכל?

איי איר האט דאך א מוראדיגע קלוגע מיינונג אויף דעם פרעזידענט? נו אפשר קענט איר דאס האלטען ביי אייך, ב"ה די וועלט איז געבענטשט געווארען מיט א פארפלייצונג פון פאליטישע מבינים (וועלכע האבען אלע טאקע מוראדיג ריכטיג פארגעזאגט ווי טראמפ גייט קיינמאל נישט געווינען, נישטא ווער זאל לאכען...)

(איבעריג צו זאגען אז יאך וואלט געשריבען די זעלבע זאך אויף אובאמא בשעת ער איז געווען פרעזידענט, סהאט גארנישט מיט די פאליטישע מיינונגען וואס איך פארשטיי ניטאמאל דערצו, סאיז א פשוטע הבנה אז ווען מאיז א גאסט ביי איינעם און יעדער געט דיך צו עסען האסטו זיך נישט וואס אפצורעדען אז די אייער שפייז איז אביסעל קאלט, פריי דיך ער סערווירט דיך פרישטיג!)

איך מיין אז מקען זאגען אזוי ווי סגוישט זיך אזוי אידישט זיך, פינקט ווי די המוןעם האט פארלוירען די מינדעסטע רעספעקט פאר די רבנים און סאיז עקסיסטירט פשוט נישט אזא זאך ווי כבוד התורה, די זעלבע זאך האט מען נישט די משהו רעספעקט וואס מברויך האבען פאר א פירער פון אונזער מלכות של חסד.

איך וועל מסיים זיין מיט די מוראדיגע ווערטער פון די נביא ירמיה וואס ער האט געזאגט איידער די אידען זענען געגאנגען אין גלות בבל, לדעתי דארף מען דאס ארויפלייגען אונטער די לאגא פון יעדע צייטונג:

ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה והתפללו בעדה אל ד' כי בשלומה יהיה לכם שלום!

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:27 pm

אוי גולם ביסט אזוי גערעכט, ווען איך האב אמאל געשריבן וועגן דעם אז מע ברויכט צו רעספעקטן די פרעזידענט אפילו ער טוט נישט ווי די ווילסט, איז מען מיר באפאלן מיטן ערגסטן ווי כאילו איך ברענג ארויס ווייס איך וואס, מיט שטרענגע אישי פון פולע חושבע ניק'ס וואס האבן פראטעסטירט מיט שטארקע אנגסט, וואס דאס איז אין מיינע אויגן געווען א, גרויסע שאנדע.

איך האב אינטער געריסן אלע היימישע צייטונגען וואס דערוואגן זיך צו שרייבן אז די פרעזידענט טראמפ איז א....., אין ווילדע סטראשערייען אין יענע אשכול, אין מע האט געמעקט מיין תגובה, א שאנדע.

איך האב אינטער געריסן די רעדנער וואס שטעלן זיך אויף מיט גרויס קליגשאפט אויף... אין לייגן אראפ די פרעזידענט ירום הודו ווי די גרעסטע געפאר פאר די וועלט, מע האט געשריגן אז איך בין א שטארקע טראמפ סופארטער, א שאנדע.

אין מיין אז סע איז א גרויסע שאנדע ווי מע זעט אז קיינער קערט נישט אויף כבוד המלכות, נעכטן אין בארא פארק, איר קענט מיר מסביר זיין פארוואס מע נעמט נישט קיין פערמיט אין מע פייפט אויף די פאליציי וואס קומט מאכן אורדערונג? מע שרייט נאך נאצי? א שאנדע.

גולם, א שאד דיין צייט, דאס האט מיר אוועק געטריבן צו ווייטער שרייבן מיט חשק אויף אייוועלט, א שאנדע.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:41 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:גולם, א שאד דיין צייט, דאס האט מיר אוועק געטריבן צו ווייטער שרייבן מיט חשק אויף אייוועלט, א שאנדע.

:cry:
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:52 pm

ווילאנג מען גייט נישט אין פובליק מעג מען רעדן אויף אים וויפיל מען וויל. ער איז נישט א איד מיט הלכות לשון הרע.
שויתי ה' לנגדי תמיד

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:54 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:מ'הערט היינט יונגעלייט רעדען א שפראך ואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט רעדען, יונגעלייט רעדען מיט פרעכע חוצפה קעגען דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען יר"ה

:lol: ;l;p-

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:58 pm

לענ"ד דארף מען שרייבן מיט איינגעהאלטנקייט אויפן פרעזידענט אין פאבליק, אפי' דא אויף אייוועלט.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:58 pm

Goodmorning האט געשריבן:ווילאנג מען גייט נישט אין פובליק מעג מען רעדן אויף אים וויפיל מען וויל. ער איז נישט א איד מיט הלכות לשון הרע.

און וואס טוט זיך מיט הכרת הטוב?
שלמה המלך דער חכם מכל האדם זאגט: גם במדעך מלך אל תקלל כי עוף השמים יוליך את הקול
נאך פאר סאשעל מידיע, נאך פאר ווידיא, נאך פאר אינטערנעט, כ"ש היינט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:59 pm

;l;p-
דממה דקה האט געשריבן:לענ"ד דארף מען שרייבן מיט איינגעהאלטנקייט אויפן פרעזידענט אין פאבליק, אפי' דא אויף אייוועלט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:03 pm

דברים כדרבונות!
אויפגעוואקסן א דור פון געספאילטע חברה, אלעס קומט זיך מיר נארטורליך, און קיינער האט נישט וואס אריינצורעדן און מיר איינטיילן וויאזוי זיך אומצוגיין. מ'הערט כסדר מענטשן זיך פארענטפערן פארוואס מ'טוט געוויסע זאכן - ווייל די כינעזער טוט דאך אויך אזוי, דער שווארצער איז גארנישט בעסער.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלטן מנהיגים געשטורעמט אויף די הפקירות'דיגע התנהגות

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:04 pm

Goodmorning האט געשריבן:ווילאנג מען גייט נישט אין פובליק מעג מען רעדן אויף אים וויפיל מען וויל. ער איז נישט א איד מיט הלכות לשון הרע.

דאס איז א ראיה ווי מענטשען שרייבען און זאגען זאכען וואס זענען נוגד מפורשע דברי חזל
דא האט איר א שטיקעל גמרא אין מסכתא בבא בתרא דף ג' עמוד ב:
מ'רעדט דא פון דעם רשעותדיגן מלך הורדוס וואס האט אויסגעהארגעט אלע חכמים און איבערגעלאזט נאר בבא בן בוטא, און אויסגעשטאכען די אויגען, דערנאך האט הורדוס געטרייט אז בבא בן בוטא זאל רעדען צו עים בגנותו, און איז געקומען צו בבא בן בוטא און אנגעהויבען א שמועס מיט איהם, אט לערענט אפ דעם שמועס:

יומא חד אתא ויתיב קמיה אמר חזי מר האי עבדא בישא מאי קא עביד אמר ליה מאי אעביד ליה א"ל נלטייה מר אאמר ליה [כתיב] (קהלת י, כ) גם במדעך מלך אל תקלל אמר ליה האי לאו מלך הוא א"ל בוליהוי עשיר בעלמא וכתיב (קהלת י, כ) ובחדרי משכבך אל תקלל עשיר ולא יהא אלא נשיא וכתיב (שמות כב, כז) ונשיא בעמך לא תאור א"ל בעושה מעשה עמך והאי לאו עושה מעשה עמך א"ל מסתפינא מיניה א"ל ליכא איניש דאזיל דלימא ליה דאנא ואת יתיבנא א"ל כתיב (קהלת י, כ) כי עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר.


עיי"ש המשך הסיפור

(דער עולם האקט)

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:06 pm

יישר כח!
האסט געטוישט מיין געדאנקען גאנג,
עטליסט ביי מיר

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:08 pm

בכלל ליגן אין פאליטיק דארף מען געדענקן מיר זענען נאר געסט. אבער צו דו האלסט פונעם פרעזידענט, אדער דו פילסט אז די נאציאנאליסטישע געפילן וואס ער פארשטארקט איז אין לאנג ראן א סכנה פאר אידן אויך, האט גארנישט מיט אידישקייט צו טון. צו רעדן זאכן וואס קענען אנקומען צו די אלגעמיינע וועלט, ווי אויף טוויטער א.א.וו איז סטודיו און נישט אויסגעהאלטן.

אין א דעמאקראטיע ווי אמעריקע איז א פרעזידענט ערוויילט פאר בלויז אפאר יאר. ער איז נישט א קעניג ווי אמאל. נישט א מלך ווי הורדוס און נכובדנצר. אוודאי דארף מען געבן די פולסטן כבוד, אבער מען מעג לאכן פון א משוגענעם אפילו און ווייסן הויז.

אוודאי דארף מען זיין פארזיכטיג אפילו אויף אידיש. גערעכט.

איך בין אים מכיר טוב פארן באפרייען רובאשקין, איך גלייב אז אפשר נאר פאר דעם האט דער רבוש''ע אריינגעלייגט אינעם לאנד צו ערוועלן אזא אינטערעסאנטן כאראקטער.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:11 pm

גולם ענק זענען ביידע גערעכט, ע''פ הלכה איז לכאורה נישט קיין פראבלעם צי רעדן אויף אים.
ווי אזוי אידן האבן זיך געפירט אין אלע דורות ביסטו זייער גערעכט, אין דא קומט אריין די גמרא וואס דו האסט געברענגט.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:11 pm

איך האלט אינגאנצן נישט אזוי, דא איז אמעריקע , קיינעם גייט נישט אן וואס איינער רעדט אויף קול מבשר אדער שרייבט אויף אייוועלט, ווען מכן ארבעט צו שטערן א פרעזידענט אדער זיין אגענדע איז שוין אן אנדערע נושא, אבער ביזדערווייל ווייס איך נישט פון אזעלכע פעלער ביי טראמפ.

דעי מעשהלע וואס יעדע מלמד דערציילט אין חדר וועגן שלא עשני גוי אויפן אמעריקענעם פרעזידענט איז אויך א פראבלעם?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:12 pm

איך גלייב אז אידישקייט אויס איז א גרעסערע פראבלעם זיך צו הייס אידענטיפיצירן מיט איין פארטיי און מיינען אז זייערע קרומע אידעאלאגיעס וואס קומען אלע פון גויאישקייט האט עפעס מיט אידישקייט ווייל דו האלסט פון פארטיי און פון אידישקייט מוז דאך זיין אז דאס איז תורה רח''ל
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:14 pm

ניין אידן געהערן נישט ביי פראטעסטן. סתם ארויסברענגן די מיינונג קעגן א קעניג אפילו האט מען אייביג געמעגט. כבוד, דארף מען געבן לפנים
שויתי ה' לנגדי תמיד

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:18 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:מ'הערט היינט יונגעלייט רעדען א שפראך ואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט רעדען, יונגעלייט רעדען מיט פרעכע חוצפה קעגען דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען יר"ה,
[/b]

100 פראצענט גערעכט, איך האב געטענה'ט די זעלבע ווען אבאמא איז געווען פרעזידענט...
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:23 pm

Goodmorning האט געשריבן:ניין אידן געהערן נישט ביי פראטעסטן. סתם ארויסברענגן די מיינונג קעגן א קעניג אפילו האט מען אייביג געמעגט. כבוד, דארף מען געבן לפנים

קעגן א קעניג? האסט עפעס ביישפילן?

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:24 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:איבעריג צו זאגען אז יאך וואלט געשריבען די זעלבע זאך אויף אובאמא בשעת ער איז געווען פרעזידענט, סהאט גארנישט מיט די פאליטישע מיינונגען !

חחח.. נו פארוואס האסטו נישט געזאגט?!?!....

די קשיא איז נאך מער - יעצט רעדן שוין וויפיל מענטשן קעגן דעם פרעזידענט? א %5 היימישע? משא"כ דעמאלטסט איז עס געווען %90 קעגן אבאמא.. נו וויסטו ביזטו געווען?..

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:26 pm

Goodmorning האט געשריבן:ניין אידן געהערן נישט ביי פראטעסטן. סתם ארויסברענגן די מיינונג קעגן א קעניג אפילו האט מען אייביג געמעגט. כבוד, דארף מען געבן לפנים

קוק מיין תגובה אויבן, שלמה המלך האט אנדערש געהאלטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:27 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך האלט אינגאנצן נישט אזוי, דא איז אמעריקע , קיינעם גייט נישט אן וואס איינער רעדט אויף קול מבשר אדער שרייבט אויף אייוועלט, ווען מכן ארבעט צו שטערן א פרעזידענט אדער זיין אגענדע איז שוין אן אנדערע נושא, אבער ביזדערווייל ווייס איך נישט פון אזעלכע פעלער ביי טראמפ.

דעי מעשהלע וואס יעדע מלמד דערציילט אין חדר וועגן שלא עשני גוי אויפן אמעריקענעם פרעזידענט איז אויך א פראבלעם?

די מעשה איז געווען אין ארץ ישראל, נישט אין אמעריקע. אן ארץ ישראל'דיגער איד, לגבי דעם אמעריקאנעם פרעזידענט.
(כ'בין נישט קיין מלמד, אגב...)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:30 pm

עפעס נאר ווען ס'קומט צו טראמפ טאר מען נישט שרייבן קעגן א פרעזידענט, און נאר ביי טראמפ דארף מען זייער וויכטיג ארויס שרייבן אדער זאגן יר''ה

נארישקייטן

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:32 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:איבעריג צו זאגען אז יאך וואלט געשריבען די זעלבע זאך אויף אובאמא בשעת ער איז געווען פרעזידענט, סהאט גארנישט מיט די פאליטישע מיינונגען !

חחח.. נו פארוואס האסטו נישט געזאגט?!?!....

די קשיא איז נאך מער - יעצט רעדן שוין וויפיל מענטשן קעגן דעם פרעזידענט? א %5 היימישע? משא"כ דעמאלטסט איז עס געווען %90 קעגן אבאמא.. נו וויסטו ביזטו געווען?..

און יעצט רעדט מען זאכן וואס איז אנגענומען אין אמעריקע אז יעדער האט די פולשטענדיגע רעכט צו זאגן.
משאכ ביי אבאמא ווי זיין קאליר איז געווען היבש די נושא.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:36 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:איבעריג צו זאגען אז יאך וואלט געשריבען די זעלבע זאך אויף אובאמא בשעת ער איז געווען פרעזידענט, סהאט גארנישט מיט די פאליטישע מיינונגען !

חחח.. נו פארוואס האסטו נישט געזאגט?!?!....

די קשיא איז נאך מער - יעצט רעדן שוין וויפיל מענטשן קעגן דעם פרעזידענט? א %5 היימישע? משא"כ דעמאלטסט איז עס געווען %90 קעגן אבאמא.. נו וויסטו ביזטו געווען?..

און יעצט רעדט מען זאכן וואס איז אנגענומען אין אמעריקע אז יעדער האט די פולשטענדיגע רעכט צו זאגן.
משאכ ביי אבאמא ווי זיין קאליר איז געווען היבש די נושא.

אבער נאך ווי

שרייב ווערק
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

תגובהדורך שרייב ווערק » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:54 pm

מיר טוען טאקע אלע האפן אז דער אמעריקאנער גוי האלט נישט מיט וואס ס'טוט זיך אויף איי וועלט, די אידישע צייטונגען, און אויף קול מבשר, אבער ס'איז איבריג צו זאגן די סכנה פון זיך ארויסשטעלן און שטיצן א פרעזידענט וואס א גרויסע מערהייט אמעריקאנער זענען אויסשגעפראכן קעגן זיינע פאליסיס, און אפגערעדט אז אלס אן אינדעווידועל זענען דא גאר ווינציג ביי וועמען ער איז נישט אפגעפרעגט, און נישט צוליב וואס ער פירט זיך אויף צו איידל ווי ס'וואלט געפאסט נאר פאר א איד...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט