דער באשעפער האט געהייסען פריילעך זיין!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

דער באשעפער האט געהייסען פריילעך זיין!

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:28 pm

סדא אידן דא וואס טענהן איך מאך אידישקייט זייער "אנגעצויגען" כלשונם.
וויל איך יעדן איינעם מודיע זיין אז ב"ה מיין "אנגעצויגענע" אידישקיט האט באפוילן גאנץ כלל ישראל צו זיין פריילעך פאר אכט טאג, ניין טאג אין חוץ לארץ.
כידוע אז סשטייט פון גר"א אז ושמחת בחגיך איז די שווערסטע מצוה פון די תורה, ווייל מברויך זיין פרייליך די גאנצע צייט,
אקיצור, דאס איז זיכער אז מברויך זיין פרייליך,
וויל איך בעטן יעדען איינעם מזאל זיך איינקויפען פיינע וויינען און קאכען פיינע פליישען אויף יום טוב און מקים זיין די מצוות היום, זינגען א שיין לידעל און דערביי אינזינען האבען אז מאיז מקיים די מצוות עשה דאורייתא פון ושמחת בחגיך, די תורה וויל מ'זאל זיין פריילעך. יא, די זעלבע "אנגעצויגענע" תורה וואס הייסט אויפזוכן ארבע מינים און בויען א סוכה און ארומלויפן און זיך פלאגען פארען יום טוב הייסט אז יעצט זאל מען זיין פריילעך....
ווי אזוי ווערט מען פריילעך? די ערשטע זאך געבט א שמייכעל... שטייט פון עקספערטן אז אויב משמייכלט אסאך ווערט מען פריילעך אין הארץ, זאל יעדער געבען א שמייכעל און גריסן גוט יאנטעף פאר חברים און ידידים און דאס אליין וועט אים אריינברענגען אין א שמחה מאוד
נאכדעם פארשטייט זיך, מאיז מקיים די מצוות היום מען עסט און מטרונקט לכבוד יום טוב און "מלאזט זיך וואוילגיין" (כיודע די אלטע נוסח ביי שולחן עורך)
מזינגט שיינע ניגונים לכבוד יום טוב, מקען זינגען אלע סארטען ניגונים, מוז נישט האבען דווקא צוטון מיט יום טוב, (צמאה נפשי פון ירמי' דאמען איז גאר פאאפולער ביי מיר אין שטוב, כמיין אין סוכה...) האט נישט מורא אז די שכיינעם הערן ארויס, זיי מעגן אויך הנאה האבען...
ווער ספילט א עונג יום טוב מיט ליינען, זאל זען זיך אנצוגרייטען אינטרעסאנטע תוכנדיגע לייען מאטריאל וואס איר שפירט אז ספאסיג צוצוגיין דערמיט צו די הייליגע מצוות היום
ווער סהאט א העכערע באדייט זאל זען צו לערנען די חינוך אויף מצוות לולב, מוראדיג שטארק און פייערדיג, אדער א חסידיש ספר לכבוד יום טוב (אפשר גאר ביידע...)
אויב איינער איז א שטיקעל למדן קען ער דורכטון א סוגיא אין מסכת סוכה, וואס איז כידוע ממש א הערליכע מסכתא (נישט ח"ו אנדערע זענען נישט, נאר מזעט אז די אורות פון יום טוב שיינען אריין אין די לימודים פון יום טוב, דאכציך אזוי שטייט פון צדיקים).
מזאל זען די בני בית זאלען זיין צופרידען, האבען אלעס וואס מברויך, קליידער וכדו'. די קינדער זאל יעדער האבען עפעס אויף יום טוב, כאטש א קלייניקייט אויב מקען זיך נישט ערלויבען מער.
און די עיקר, מזאל פארגעסען פון אלע דאגות, נישט טראכטן פון די ארבעט, נישט פאוקאוסן אויף די עפל שטראדל וואס איז נישט גלונגען און אוודאי נישט זיך צעבייזערן וואס איז היפך השמחה,
די וואס גלייכען א שיינע דאווענען זאלען פרובירען צו גיין צו א בית המדרש וואו מברענגט א שיינע בעל תפילה, אפילו סנעמט אביסעל לענגער דאס דאווענען, סא חלק פון יום טוב און אייער בעל הבית ווארט נישט אויף אייך, די טאג איז לאנג.
מברויך זיך מתבונן זיין אין אלעס גיטס וואס מיר פארמאגען, א ווייב, קינדער, פרנסה, א קהילה א רבי וכו' אפילו אויב עפעס איז נישט אזוי איי איי איי זאל מען נישט טראכטען פון דעם נאר פאוקאוסען אויף די גוטס
מיר וועלען ענדיגן מיט א ווארט פון חתם סופר: ושמחת בחגיך והיית אך שמח. וואס ברויך שטיין צוויי מאל? שטייט פון חתם סופר, ושמחת בחגיך, אז א מענטש פרייט זיך מיט די יום טוב (און נישט מיט עפעס אנדערש) דעמאלט והיית אך שמח, וועט ער שטענדיג זיין פריילעך
(איך האב געטייטש בדרך צחות ושמחת "בחגיך", אז פון דעם לערענט מען ארויס אז ערב יום טוב איז א מנהג זיך צו בייזערן...... ודוק)
דער אייבערשטער זאל העלפען מיר זאלען מקבל זיין די אורות מיט די ריכטיגע כלים און מזאל שוין זוכה זיין צו שמחתן של ישראל בביאת גואצ במהרה בימינו אמן
יעצט לאמיר געבן א שמייכל לכבוד ערב יום טוב :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin:

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:51 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:57 pm

אונז האמיר נישט אזוי מקובל פון אונזערע רבי'ס!
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:22 pm

;l;p-

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:24 pm

גוט געזאגט מעשה ידי מהר"ל..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:26 pm

צו געזונט האט געשריבן:אונז האמיר נישט אזוי מקובל פון אונזערע רבי'ס!

כווייס נישט ווער אייער רבי איז, כזאג פשוט וואס סשטייט אין אלע ספרים און וואס כלל ישראל פירט זיך אזוי
אז אייער "רבי" הייסט אייך הוליען אין א קומזיץ א' סליחות און זיין דעפרעסט יום טוב ווייל ס'איז אזוי באורינג, קען איך אייך נישט העלפען
לעצט פאראכטן דורך גולם פון פראג אום זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:26 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:גוט געזאגט מעשה ידי מהר"ל..

יישר כח ;l;p-

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:23 pm

מקען שוין ווערן צוריק אנגעצויגען?

(חס ושלו', נאר א וויצל)

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:39 pm

ס'ווערט זיך אנגעצויגן.. מ'ווערט פרייליך... כאפ אים אן שטארק! דעם הערצעלע, ער איז הפקר מיינסטו?!! איך העל אים ווייזן פונקטליכע דירעקציעס, יעצט אזוי, א מינוט ארום פארקערט... יאלאה! ארויס אויף די רייזע... ויסעו.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:54 pm

און ווי באבי זאגט: "אז מ'מאכט זיך פריילעך, ווערט מען פריילעך"
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:43 pm

צו געזונט האט געשריבן:אונז האמיר נישט אזוי מקובל פון אונזערע רבי'ס!

וואס??

אוועטאר
מיאושדיגער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

תגובהדורך מיאושדיגער » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:13 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אונז האמיר נישט אזוי מקובל פון אונזערע רבי'ס!

אז אייער "רבי" הייסט אייך הוליען אין א קומזיץ א' סליחות און זיין דעפרעסט יום טוב ווייל ס'איז אזוי באורינג, קען איך אייך נישט העלפען

שטארק

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:19 pm

מיין רבי הייסט הוליען, און נאך וואו. זיין נאמען איז הר"ר ...... שליט"א, אב"ד קרית יואל, ואדמו"ר קהל יטב לב... (איך דענק אים נאר פאר די אלע טיטלען...)
אן עי סייד נאוט. באורינג איז נישט די פארקערטע פון פריילעך. און איך וואונטש דיר מעומק הלב האלב פון מיין שמחה פנימית, און אפילו נאר אן אכטל פון מיין שמחה חיצונית און עס וועט דיר בעז"ה זיין גאר גוט!

בכלל האב איך שוין עטליכע מאל אינאכט גענומען אז מענטשן זעהן מיך דא (טאקע צוליב מיינע קאמענטארן...) אלס א הוליער און א קומזיץ סטיל פארשוין. בעת, איך בין אזוי נישט דער סארט מענטש. נאר וואס דען, איך האלט פון לאזען מענטשן מאנעוורירן זייער אייגענע לעבן און זאלען זיי עסן די אויסקומען דערפון, אויב איז דא
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:30 am

נו פארוואס טאקע גייט איר נישט צי קיינע קומזעצען?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט