ווענדונג צו כלל ישראל: דרייווט אידישע קאר סערוויסעס!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

ווענדונג צו כלל ישראל: דרייווט אידישע קאר סערוויסעס!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אין די יעצטיגע טעג פארט גאנץ כלל ישראל אויף ׳רעדער׳... יעדער ראש בית אב וואס האט אין זיין באזיץ א פיר רעדעלדיגס ׳זיץ אפען ראוד און טוט ׳קאר סערוויס׳...

דא טראגט מען סווייב שאפינג... מגייט אין גראסערי.. פיקט אויף שרי׳ס רייף.. די שיכעלעך פון מושי איז שוין רעדי... און אזוי ווייטער...

די ראודס איז פיל מיט שווערע טויזענטער פרישע קאר סערוויס דרייווער וואס באקומען נישט באצאלט... אדרבה מען הערט נישט אויף באצאלן...

פרעגט מיר א חבר, פאר וועלעכע קאר סערוויס דרייווסטו? זאג איך כווייס נישט.. אבער רוב אידן ארבעטן פאר די רוסישע קאר סערוויס.. געב א קוק ווען מקומט אן צו א אינטערסעקשאן... יעדער פייפט, יעדער איז גערעגט.....

וויל איך אפעלירן צו כלל ישראל: וחי אחיך עמך!! גייט ארבעטן אין א אידישע קאר סערוויס!! שעלט נישט רעג דיך נישט, וועסט אנקומען צו דיין ציהל מיט מתינות..

א פרייליכען יו״ט..
געשריבן אין אלעניש ציווישן איין סטאפ און צווייטן...
על "טעם וריח" אין להתווכח
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

טאקע א קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כ'הא געהערט פון מיינס א חבר פון מאנסי וואס ער דינט אלס א דיספעטשער ביי איינע פון די אידישע לאקאלע קאר סערוויס אז יעדע צופרי ווען די מאמעס קאלן אריין פאר א טעקסי צו שיקען די קינדער אין חדר / סקול זאגט ער אפ כאטשיק 100 קאלס יעדע אינדערפרי !!!! דאס איז אלעס צליב מאנגל אין דרייווערס - און די מאמעס האבן מורא צו שיקען מיט די גויאישע דרייווערס -
און בכלל במשכ'ן טאג זאגן זיי אפ גאר אסאך קאללס
עס מוז זיין עפעס א נארמאלע לעזונג צו דעם
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ'הא געהערט פון מיינס א חבר פון מאנסי וואס ער דינט אלס א דיספעטשער ביי איינע פון די אידישע לאקאלע קאר סערוויס אז יעדע צופרי ווען די מאמעס קאלן אריין פאר א טעקסי צו שיקען די קינדער אין חדר / סקול זאגט ער אפ כאטשיק 100 קאלס יעדע אינדערפרי !!!! דאס איז אלעס צליב מאנגל אין דרייווערס - און די מאמעס האבן מורא צו שיקען מיט די גויאישע דרייווערס -
און בכלל במשכ'ן טאג זאגן זיי אפ גאר אסאך קאללס
עס מוז זיין עפעס א נארמאלע לעזונג צו דעם


עס איז טאקע א וויכטיגע זאך צו האבן טעקסי דרייווערס אבער דער פותח האשכול ברענגט ארויס אז מען זאל זיך אויפפירן ווי אידן ווען מען דרייווט אלס א טעקסי פארן בני בית און סתם אזוי און נישט ווי רוסישע וואס זענען ווילד און פייפן און שרייען ביי יעדע אינטערסעקשאן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”