THANK YOU HASHEM

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הערשקא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

אזוי ווי אלע גרופעס ביז אהער זענען שוין פיל געווארען עפענען מיר נאך א גרופ, אז נאך אידן זאלן קענען דאנקן דעם הייליגען באשעפער
שיקט עס ארום צו אייער משפחה און גיטע פריינד און כאפט אריין א זכות

Due to many requests from our dear members we are pleased to announce the launch of *Thank You Hashem Group #10* Share the link on your *Status* with your friends and family. https://chat.whatsapp.com/JVErzpy7nFcJcWRPA8B27J
Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

טאטלע האט געשריבן:זיי האבען א האטליין?

646-518-1100
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

זינגער האט געשריבן:איך ווייס פון זייער אסאך מענטשן וואס פלעגן שעלטן ווען עפעס פלעגט נישט גיין גוט און היינט זאגן זיי טענק יו האשעם.

און זיי זאגן אז זיי זעהן אפענע ניסים.

פאר איר זענט מוחה טראכט א רגע וויפיל מענטשן די גייסט קאלט מאכן לכבוד דעים.

די אלע מוחים דא טראכטן טאקע 24 שעה פון די אייבערשטער אבער ס'איז ליידער דא אסאך וואס דארפן חיזוק אין דעיע נושא, און דאס געבט זיי די שטופ.

זאגסט גראדע גוט.

אבער הערן ווילד פרעמדע מענטשן מיט זייערע געפילן -ברוחניות טאקע- כלפי האשע''ם- קען זיין א פראבלעם. מ'טאר זיך נישט נארן. א מענטש'ס מהלך המחשבה ווערט נשפע פון די מענטשן אויף זיין ווטסעפ''פ גרופע. און ווער ווייסט צו די מענטשן דארט וואס לאוו''ען האשע''ם, צו דו וואלסט געלאזט דיינע קינדער שטיין אין זיינע דל''ת אמות.

ס'ליידער א דור פון מענטשן מיט מיינונגען. פארקרימטע מיינונגען. יא, איך 35יעריגער דארף זיך היטן דערפון ווייל 'איך' קען -און וועל- באקומען א קרומע קאפ נאכן זיי הערן טעגליך. סוכ''ס כאפט זיך עס אן.

אייוועל''ט האט כאטש די מעלה אז ס'קומען אריין געזונטע מענטשן עם אפווענדן און צולייגן זיין קרומקייט. משא''כ אויף די לאווינ''ג גרופס איז דאס אסור בתכלית אלס ''נעגעטיוועט''י... און חלילה צו ווערן גע'לעבל'ט אלס 'מוחה'.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

פאראויס האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:איך ווייס פון זייער אסאך מענטשן וואס פלעגן שעלטן ווען עפעס פלעגט נישט גיין גוט און היינט זאגן זיי טענק יו האשעם.

און זיי זאגן אז זיי זעהן אפענע ניסים.

פאר איר זענט מוחה טראכט א רגע וויפיל מענטשן די גייסט קאלט מאכן לכבוד דעים.

די אלע מוחים דא טראכטן טאקע 24 שעה פון די אייבערשטער אבער ס'איז ליידער דא אסאך וואס דארפן חיזוק אין דעיע נושא, און דאס געבט זיי די שטופ.

זאגסט גראדע גוט.

אבער הערן ווילד פרעמדע מענטשן מיט זייערע געפילן -ברוחניות טאקע- כלפי האשע''ם- קען זיין א פראבלעם. מ'טאר זיך נישט נארן. א מענטש'ס מהלך המחשבה ווערט נשפע פון די מענטשן אויף זיין ווטסעפ''פ גרופע. און ווער ווייסט צו די מענטשן דארט וואס לאוו''ען האשע''ם, צו דו וואלסט געלאזט דיינע קינדער שטיין אין זיינע דל''ת אמות.

ס'ליידער א דור פון מענטשן מיט מיינונגען. פארקרימטע מיינונגען. יא, איך 35יעריגער דארף זיך היטן דערפון ווייל 'איך' קען -און וועל- באקומען א קרומע קאפ נאכן זיי הערן טעגליך. סוכ''ס כאפט זיך עס אן.

אייוועל''ט האט כאטש די מעלה אז ס'קומען אריין געזונטע מענטשן עם אפווענדן און צולייגן זיין קרומקייט. משא''כ אויף די לאווינ''ג גרופס איז דאס אסור בתכלית אלס ''נעגעטיוועט''י... און חלילה צו ווערן גע'לעבל'ט אלס 'מוחה'.


100 %
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

The guy who was arrested yesterday by the ask nooses sachnsas sifar Toyra tells on the group thanks. Shame to be released
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

עני כוירעס אוועילעבל?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Wow a1 האט געשריבן:The guy who was arrested yesterday by the ask nooses sachnsas sifar Toyra tells on the group thanks. Shame to be released

אוי האסטו צושטערט די ''הכנסת ספר תורה'' :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערשקא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז עס איז נאך נישט דא אן אשכול דערפון, שוין וועל איך גיין פתיחה.

און די אידישע וועלט טיט זיך און די לעצטע דריי חדשים ווי מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען איין זאך thank you hashem, thank you hashem, and again thank you hashem,

די זאך האט זיך אנגעהויבען ווען א חשובע אינגערמאן פון מאנסי ר' ארי ב. וואס דאנקט דער באשעפער שוין יארן לאנג אויף טריט און שריט, אויף גוטס און וואס קיקט נישט אויס גוט, און זעהט אדאנק דעם גרויסע ניסים שלא כדרך הטבע, האט דיסיידעד פאר בערך דריי חדשים צירוק אז ער וועט עפענען א וואטסעפ גרופ ווי מענטשן זאלן האבן די געלעגנהייט צי דאנקען על כל הטוב ברבים, (פארשטייט זיך נישט סתם אויף טעגליכע זאכן ווי שכוח באשעפער פאר מיין קאפי, צו שכוח באשעפער פאר די שיינע וועטער, דאס קען מען זאגן פאר זיך, נאר אינטערעסאנטע עפיזאדען וואס מען האט געהאט דורכען דאנקען און מען האט נאכדעם געזעהן א ישועה)

ווי א טאג עס איז אריבער האט זיך די גרופ מער און מער אנגעפילט ביז מען האט געדארפט עפענען נאך איינס, און א קורצע צייט איז עס אויך געווארן פיל, האט מען געעפענט נאך איינס אא"וו
נשים צדקניות האבן אויך געוואלט דאנקן די באשעפער, אבער די גרופס זענען אויסדריקלעך נאר פאר מענער, האט מען געעפענט א עקסטערע גרופ פאר פרויען, אז זיי זאלען אויך קענען דאנקן דער באשעפער,
עס האט אנגעקאלט א איד פון ארגעטינע און פון אנדערע מקומות מיט א געבעט אז היות זייער היים שפראך (מאמע לשון) איז ספאניש און זיי ווילען אויך דאנקען די באשעפער, נוי פראבלעם מען עפענט א גרופ און ספאניש מיטן נאמען GRACIAS DIOS
זענען געקומען אידן וואס זענען פארנימען א גאנצען טאג על המחיה ועל הכלכלה אויפן ראוד, דער א טראק דרייווער א סעלסמאן וכדו' זיי זאגן זיי האבן נישט קיין צייט א גאנצען טאג צו ליינען מעסעזשעס, אבער זיי ווילען אויך דאנקען דער הייליגע באשעפער, נישט קיין פראבלעם מען עפענט א גרופ ווי מען שיקט נאר וואוס נאוטס, אזוי קען מען עס הערן בשעתן ארבעטען און ווייטער קענען טין אנדערע זאכן אין די זעלבע צייט,
זענען געקומען אסאך ערליכע אידן און שרייען אונז האבן נישט קיין WhatsApp למה נגרע מיר ווילן אויך דאנקען דעם גרויסען טאטען און הימל, נישט קיין פראבלעם, אפאר גיטע אידן האבן זיך אריינגעלייגט דערין, און מען עפענט א טענק יא האשעם האטליין אזוי קען גאנץ כלל ישראל אינאיינעם דאנקען דעם הייליגען באשעפער

סה"כ האלט עס שוין היינט ביי צוועלעף אנגעפילטע גרופס, כמעט 3,000 אידן דאנקען דעם אויבערשטן טאג טעגליך און זעהן ישועת אויף טריט און שריט

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן מען וועט נאך אפשר און קומענדיגע געלעגנהייט ממשיך זיין, אבער איין זאך וויל איך ענק זאגן אידן, נעמטס אויך א טייל דערין keep on thanking"
hashem and you will see amazing miracles"

WhatsApp link
https://chat.whatsapp.com/JVErzpy7nFcJcWRPA8B27J

Hotline phone number (646) 518-1100



נישט אמת!!!!!!!
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פון צייט צו צייט מאכט זיך א 'אויסטערלישע' מעשה פון השגחה פרטית ווי מ'זעהט דעם יד השם באשיינפערליך און איז א שטארקע חיזוק פאר די גרופ מעמבערס, איינס אזא מעשה איז פארציילט געווארן דארט דעם פארגאנגענעם זונטאג דורך ארי בערקאוויטש דער איניאצטאר און אנפירער פון די גרופעס. האב איך געקלערט אז חברי האייוועלט וואלטן אויך הנאה געהאט דערפון.

געווען ארום צוויי וואכן צוריק ווען ס'איז פארגעקומעם דער פאראליזירענדער שניי וואס האט געברעגנט אלע וועגן און שטעגן אפסטעיט ניו יארק צו א האסטיגען אפשטעל, אין יוצא ואין בא, חוץ עסן ארבעס און כאפן א רקידה אויף די שניי איז נישט געווען וואס צו טוהן פאר עטליכע שעה. האט איינער פון די גרופ מעמבערס ארויפגעלייגט א קורצע קליפ פון ארום 10 סעקונדען ווי א קאר פארט אויף שניי, וויבאלד אויף די גרופעס זענען נישט ערלויבט ארויפצולייגן קיין בילדער/קליפס חוץ אויב ס'איז עפעס וואס איז א טייל פון א מעשה צו דאנקען דעם באשעפער וכו', האט אים ארי געשיקט א פריוואטע מעסעדזש אז ער זאל עס אראפנעמען וויבאלד ס'איז קעגן די תקנות החבורה, אבער ער באקומט נישט קיין אנטווארט, ער שיקט אים נאך איינס, ווייטער שטיל. האט ער געקלערט צו זיך אז פאר ער ווארפט יענעם אראפ פון די גרופ וועט ער אים געבן א רוף און רעדן צו אים פערזענליך מעגליך אז ס'איז טעות וכו'. ארי רופט אים אן און יענער אנטשולדיגט זיך אז ער האט נישט געזעהן זיינע מעסעדזשעס, ער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר זיין ארבעטער אז ס'שנייט און ער זאל זיין פארזיכטיג, און ער האט עס בטעות ארויפגעלייגט אויף די טענק יו השם גרופ, אבער אז מ'רעדט וויל ער אים פארציילן א מורא'דיגע מעשה וואס האט מיט אים פאסירט די לעצטע פאר חדשים און האט ב"ה א גוטע ענדע אין זכות פון די גרופע.

מיט עטליכע חדשים צוריק ערגעץ אינמיטן JULY נאכדעם וואס ער איז שוין געווען בערך א חודש צייט אויף די טשעט, בעט אים זיין ווייב איין אינדערפרי א אומגעוועליכע טובה, זי האט א וויכטיגע אפוינטמענט און זי קען בשום אין אופן טרעפן א בעיבי סיטער וואס זאל אבאכט געבן אויפן קליינעם, אפשר קען ער אים מיטנעמן אין ארבעט אויף איין טאג? ער טראכט אריין א מינוט, ס'איז עפעס וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געטוהן, אבער אז ס'איז נישטא קיין ברירה איז ער מסכים און נעמט אים גערן מיט. אומר ועושה ער בינדט אריין דעם קליינעם אין זיין קאר סיט אויף דעם הונטערשטן זיץ, און ער לאזט זיך ארויס אין וועג, ער מאכט עטליכע סטאפס אינמיטן צו ערלעדיגן זאכן, און ענדליך פארקט ער זיין קאר נעבן זיין ביורא, ער קוקט אין שפיגל צו זעהן אלעס איז בסדר, ער זעהט נישט גארנישט אויסערארדענטליך, פארלאזט און פארשליסט די קאר, און גייט צו זיין אפיס איבערלאזנדיג דעם קליינעם אין די קאר. יענעם טאג איז געווען פון די הייסטע טעג אין די יאר, צווישן 95-100 דעגרי אינדרויסן, און סאאאך הייסער אין די קאר.

דער אינגערמאן איז נישט געווען אזוי אויסגעארבעט אין עבודת התפילה, און ער פלעגט אפט אריינקומען אין אפיס אומגעדאווענט. יענעם אינדערפרי איז געווען עטליכע אינטערסאנדע מעשיות אויף די גרופ, און אזוי ליינענדיג די מעשיות האט אים געכאפט א שטארקע התעוררות צו גייט דאווענען ווי א מענטש, ער זאגט פאר זיין ארבעטער אז ער גייט יעצט דאווענען, דער ארבעטער בעהט זיך ביי אים אז ער זאל נאך צוענדיגן אפאר וויכטיגע זאכן פאר ער גייט און עס נישט אפלייגן, אבער ער האלט זיך ביי זיינס ער גייט יעצט דאווענען! ער נעמט זיין טלית ותפילין, און ער זעהט אז זיין סידור פעהלט אים, ער דערמאנט זיך אז ער א סידור אין זיין טראנק, ער לויפט אראפ, עפענט דעם טראנק, און ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן!, ערגעצוואו אויפן וועג איז דער קליינער איינגעשלאפן, און זיין קאפ איז געפאלן זייטיג, און איז דערפאר געווען אוממעגליך צו זעהן פון זיין שפיגל, און אזוי ליגט ער שוין דארטן 2 שעה!, ער לויפט צו צום קינד און ער זעהט אז דאס קינד אטעמט נישט!, ער פאלט אריין אין א פאניק אזש ער פארגעסט חברה הצלה'ס נאמבער, ער רופט שנעל 911 פאליציי מיט אמבולאנס זענען געקומען צו לויפן און אינצווישן איז הצלה אויך אנגעקומען און זיי נעמן זיך ארבעטן אויפן קינד, נאך צוויי שעה ארבעט האבן זיי מצליח געווען צוריקצוברענגן דאס קינד, די הצלה זאגט פארן טאטן אז די גראד אין די קאר האט געגערייכט 142 דעגרי! און אויב וואלט ער אנגעקומען מיט 40 סעקונדן שפעטער וואלט שוין נישט געווען אויף וועם צו ארבעטן!.

די מעשה איז נאכנישט פארטיג...

אזוי ווי די פאליציי איז געווארן אריינגעמישט, האט זיך אנגעהויבן א טשיילד אביוז קעיס, און די ACS האט אוועקגענומען די אנדערע קינדער פונדערהיים, מ'איז געגאנגען אין געריכט, און זיי האבן פארלוירן, אזוי איז געווען עטליכע מאל ביז זיי זענען אנגעקומען צו איין משפט וואס איז געווען בעיסיקלי א מעיק איט אר ברעיק איט. א טאג פארן געריכט, איז ער געלאפן על ציונו הקדוש פון הרה"ק מ'ריבניץ ז"ל און זיך דארט אויסגעגאסן דאס הארץ, און זיך אונטערגענומען אז אויב געווינט ער דעם משפט וועט ער עס פארציילן ברבים אויף די גרופ. ער קומט דעם נעקסטן טאג אין געריכט, און דער שופט זאגט, אז ער זעהט נישט פארוואס מ'דארף אוועקנעמן די קינדער, מ'זעהט נישט אז די עלטערן זאלן פארנאכלעסיגן די קינדער בדרך כלל, און ס'איז די איינציגע מאל וואס ס'האט זיך געמאכט. און ב"ה די קינדער זענען בשלום אהיימגעקומען!

דער אינגעמאן פיהרט אויס, ארי! האמת אגיד, איך האב מיך געשעמט ארויפצולייגן די מעשה, אבער איך זעה אז פון הימל האט מען געפיהרט אז דו זאלסט מיך רופן און דערפאר פארצייל איך דיר די מעשה.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איך מיין אז די אשכול זאל זיין געווידמעד פאר די וואס האבן נישט קיין וואטסעפפ און ווילען מיט טיילען זייער פערזענליכע געשיכטע ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארען דורך דאנקען די הייליגע באשעפער און בעטן אויף ווייטער
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מיין 2 יעריגע מיידל פלעגט זיך נישט אויפוועקן דורך די נאכט מיטאמאל האט זי זיך אנגעהויבן וועקן אין מיטן נאכט און בשו"א נישט געוואלט צוריק איינשלאפען, מען האט נישט געוויסט וואס צו טוהן (צו גיין צום דאקטער, מקובלים. טערעפיסטן א.ד.ג.) ביז איך האב מיר געכאפט אז איך דארף דאנקען די באשעפער אויף די צייט וואס זי פלעגט נישט וויינען , איך האב באלד גלויבט די באשעפער אויף די צייט וואס זי פלעגט נישט וויינען און געבעטען אויף ווייטער זינט דאן שלאפט זי דורך יעדע נאכט געלויבט די הייליגע באשעפער
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

is there a new link for the group?
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

דער מאיר עיני חכמים (על חנוכה) איז מבאר דעם יסוד וואס ווערט ארומגערעדט אין אלע חסידישע ספרים, אז אין חנוכה איז מען מתקן מידת 'הוד', איז ער דאס מסביר מיט א זוהר הק', אז די חילוק פון נצח ביז הוד איז, אז ביי גאולת מצרים איז געווען די גאולה בבחינת 'נצחון' דהיינו, אז פרעה האט נישט 'מודה' געווען אז השם אחד, נאר דער אייבערשטער ביד חזקה ובזרוע נטויה האט געגעבן מכות פאר פרעה אז ער האט -כביכול- 'באזיגט' פרעה און די מצריים האבן געמוזט מודה זיין אין מלכת שמים. און דאס איז געקומען ווייל די אידן זענען געווען ערום ועריה מן המצות און כאטש אז דער דער אייבערשטער האט רחמנות אויף זיין פאלק אפגעזעהן זייער רוחניותדיגן מצב ווייל נאך אלעם זענען מיר זיינע קינדער און קיינער פארלאזט נישט זיין קינד אפי' ער פאלט אוועק, איז אבער די גאולה נישט בשלימות. ווידעראום חנוכה איז א זמן וואס אידן ווערן אויסגעלייטערט און דאס איז גורם אז די גאנצע בריאה זאל לויפן טוהן דעם רצון השם און דינען דעם חלק אלוק' ממעל וואס ליגט באהאלטן ביי אידישע קינדער ממש אזוי ווי אדם פארן חטא וואס אפי' די חיות המזיקים האבן אים געדינט ווייל דינען דעם חלק אלוק' ממעל מיינט טוהן דעם רצון ה', דהיינו אז די גאנצע בריאה אפי' די גוים און די חיות ובהמות זענען 'מודה' אינעם אייבערשטען אן דעם וואס מ'זאל זיי דארפן 'באזיגן'.

מגלגלין זכות ע"י זכאי, דער בעגאבטער אנפיהרער פון די טענק יו השם גרופעס ארי בערקאוויטש, האט זוכה געוען צו מאכן א קידוש שם שמים חוץ פון זיין פערזענליכע ישועה וואס ער האט געהאט אין א זמן וואס די 'סעזאן' איז הודאה.

ארי פארציילט:

איך האב א שותפות אין א הויז וואס מיר האבן אויפגעבויעט אינאיינעם פאר אינוועסטמענט, און ווער ס'איז אביסל באקאנט מיט די ספרינג וואלי סיסטעם ווייסט, אז ס'איז אבנארמאל שווער צו באקומען פערמיטס און סי אף או'ס פאר נייע הייזער אין די ספרינג וואלי געגענט, די רעגירונגס קארידארן מיט די בילדינג דעפארטמענט קוקן מיט א קום אויג אויף די וואוקס פון די אידישע געמיינדע, וואס האט טראנפארמירט דעם אמאליגן רואיגן געגענט אין א שפרודלדיגן צענטער, געדאפלט די פאפולאציע 10-15 פאכיג, און עס געמאכט פאר א שטאט אנשטאט א סאבורבען געגענט.
מיר פראבירן שוין א לענגערע צייט צו באקומען א סי או אויף דעם הויז, אבער אלעמאל ווען דער אינספעקטאר איז אראפגעקומען האט ער געטראפן א פרישע פוילע תירוץ פארוואס מ'קען נישט, און מ'רעדט ממש פון שטותים, מיר האבן אויסגעגעבן שווערע טויזנטערס צו פארעכטן זיינע נאז קרומענישן, אבער ער האט אלץ געטראפן א פרישע עקסיוס. ער האט ארומגעשלעפט ביז פאריגן דאנערשטאג, און דעמאלטס רופט זיך מיין שותף אן צו מיר, ארי! דעטס איט! קוקט נישט אויס מיר וועלן אמאל קענען באקומען א סי או. ס'האט מיר געגעבן א כאפ!, איך זאג אים, מיר האבן שוין געטוהן אלעס, פון איצט אין ווייטער ליגט עס אינגאנצן אינעם אייבערשטענ'ס הענט. איך גלייב אז אזוי ווי דער אייבערשטער האט באוויזן ניסים פאר די חשמונאים בימים ההם, קען ער באווייזן ניסים אין 2018 אויך, מיר גייען אים 'יעצט' דאנקן און לויב על כל החסד שגמלנו עד היום, און מיר זענען זיך מקבל צו דאנקן ברבים איינמאל מיר גייען געהאלפן ווערן בעז"ה.
איך בין יענעם טאג אראפגעפארן צו די ווילעדזש אפיס זיך צו טרעפן מיט דעם אינספעקטאר וואס האט היינט דורגעפיהרט דעם אינספעקשאן, און צו קיינעמ'ס סורפרייז האט ער געטראפן נאך 5 פראבלעמען פארוואס מ'קען נישט געבן קיין סי או. איך זאג אים איך האב שוין געטוהן אלעס וואס מעגליך, אלעס איז געבויעט געזעצליך, וואס נאך קען איך טוהן אז דאס זאל אריבערגיין? ער קוקט איבער זיין ליסטע, און זאגט אז ער קען אויף אלעם מוותר זיין אבער איין ווייאלעישאן איבער וואסער וואס רינט קען ער נישט דורכלאזן, ס'איז געגאנגען אהין און צוריק ביז ער זאגט מיר, אז ער וועט עס איבערגעבן צו א צווייטע אינספעקטאר. איך כאפ א שמועס מיט דעם אנדערן אינספעקטאר, און ער זאגט מיר אז מ'דארף עס אינוועסטיגעיטאן, און ס'קען נעמן אפאר חדשים... איך הייב מיך אן צו טענה'ן, און ער זאגט יו קנאו וואט? רוף מיך מארגן 9:30 אינדערפרי. איך רוף אים צופרי, און ער הייבט אן צו דרייען אז ער דארף דאס דורכקוקן,יענץ דורכקוקן וכו' איך זאג צו באשעפער, איך וויל נוצן דאס געלט אויף צו בוען א סייט ווי מענטשען וועלן דיך דאנקן! נישט אויף נאך זינלאזע ווייאלעישאן'ס, אזוי ווי איך האב דאס ארויסגעזאגט, האט זיך זיין עטיטוד געטוישט, און ער זאגט אז איך זעה טאקע אז רוב זאכן האט מען פארראכטן, איך וועל אנרופן דעם אינספקעטאר וואס קען דיר געבן די סי או אז ער זאל זעהן גרייט צו מאכן די סי או אויף היינט 2 אזייגער.
איך רוף אריין די ווילעדזש פונקט 2 אזייגער, די סעקרעטערי הייבט אויף, און איך פארצייל איר אז איך ווארט אויף א סי או זאגט זי צו מיר אז קיינער איז נישט אין אפיס!, זאג איך איר אז יעצט איז האַנאָקאַ (יא! שטימט זי מיט מיר, איך ווייס!) און ניסים קענען געשעהן, איך בעט איר ברחמים זי זאל זעהן עפעס צו טוהן, איך בין אוועילעבל ביז 3 אזייגער וויבאלד ס'איז ערב שבת. זי רופט מיך אן קארגע ניין מינוט שפעטער און זאגט זי ווייס נישט וויאזוי דאס האט פאסירט, אבער דא זעהט זי די סי או אויפן טיש!, איך 'פליה' אראפ צו די ווילעדזש, און זי קומט מיר אנטקעגן מיט די סי או אין די הענט, און פוינט מיטן פינגער צום הימל דו דארפסט 'אים' דאנקן!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אנבעליוועבל!!
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

זייער שיין!

וועלעכע סייט מאכסטו?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

זינגער האט געשריבן:זייער שיין!

וועלעכע סייט מאכסטו?

איך?
איך מאך נישט גארנישט, ארי מאכט עפעס א טענק יו השם סייט.

ס'איז באמת אומגלויבליך וויפיל אידן ער האט ליכטיג געמאכט און געטוישט זייער עטיטוד כלפי דאס לעבן. יעדער איד גלייבט אז ס'איז דא א באשעפער, די אקטיווע טענק יו השם אידן, 'לעבן' דערמיט.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

מזל טוב צו המזכה את הרבים ר' ארי בערקאוויטש ני"ו צום געבורט פון זיין ניי געבוירן מיידעלע בעבי.
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

Somone with the w by WhatsApp link?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

El Rushbo האט געשריבן:מזל טוב צו המזכה את הרבים ר' ארי בערקאוויטש ני"ו צום געבורט פון זיין ניי געבוירן מיידעלע בעבי.

די זעלבע טאג וואס זיין שוויגער איז אוועק
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

דער אוהב ישראל שרייבט די וואך מורא'דיג ווערטער וויאזוי דורך דאנקן דען אייבערשטען און אנערקענען אז אלץ וואס מיר פארמאגן איז מטובו הגדול עלינו ולא מצד מעשינו, איז א מענטש ממשיך חסדים אויף זיך.

כאפט א בליק
אוהב ישראל פ' יתרו
אוהב ישראל פ' יתרו
f9e3a485-71f2-4cba-bed6-e5226484b673.jpg (153.06 KiB) געזען 3162 מאל


איז דאך נישט מער ווי פאסיג בבחינת קריאה מעורר הזמן אז פונקט די וואך זאל זיך מאכן א WOW מעשה.

ארי בערקאוויטש פארציילט:

איך האב יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א מעמבער פון די Thank you hashem גרופ ר' משה*, און ער גיבט מיר איבער די פאלגענדע מעשה.

איין שיינעם טאג קומט צו מיר צו א קרוב מיינער חיים* און זאגט מיר: ווייסט דאך מושי אונז זעמיר קרובים, און פראביר נישט אויסצונוצן קיין קרובים, אבער איך בין גאר שטארק גענויטיגט אין א גרעסערע הלואה, און איך בין גרייט צו באצאלן פראצענטן דערויף. איך פרעג אים: פון וויפיל איז די רעדע? זאגט ער מיר אז דארף זיבעציג טויזנט דאלער! זאג איך אים, איך בין טאקע ב"ה א בעל פרנסה, און איך פארדין נישקשה, אבער איך פארמאג פשוט נישט קיין זיבעציג אלפים צו בארגן. זאגט ער: אקעי, אבער לויט ווי איך פארשטיי דארף דיין קרעדיט זיין גאר גוט, ריכטיג?, איך שטים צו, זאגט ער: אויב דו לאזט מיך בארגן אויף דיין קרעדיט קארד זיבעציג אלפים וועל איך דיר געבן עטליכע אלפים חודשליך, זאג איך אים און וויאזוי פלאנסטו צו באצאלן סוף חודש? זאגט ער: קיין פראבלעם! מ'בארגט נאכאמאל 70 אלפים, און מ'באצאלט די ערשטע. ס'איז מיר זייער נישט געפאלן די גאנצע געשעפט, שעמענדיג זיך אים אפצוזאגן, זאג איך אים: לאמיר גיין קודם צו א דיין מברר זיין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם פון ריבית און דערנאך עמיר זעהן, מ'זעמיר געגאנגן צום דיין, ער האט זיך נאכגעפרעגט אלע פרטים און -לדאבוני- געזאגט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם (איך ווייס נישט פונקט וויאזוי דאס איז נישט קיין ריבית). איך בין מסכים צום געשעפט, און ער האט ארויפגעלייגט אויף מיין קארד 70 אלפים.

סוף חודש רוף איך אים אן, און איך זאג אים אז מ'דארף שוין מאכן דעם פעימענט, ער נעמט טאקע ארויס נאך 70 אלפים צו באצאלן די ערשטע, אבער איך פרעג אים, וואס איז מיט מיין פעימענט? זאגט ער: יא! דו קענסט בארגן פון דיין קארד אויף מיין חשבון די פאר אלפים און איך וועל מאכן איין גרויסע פעימענט צום סוף.

אזוי איז אנגעגאנגן א גאנצע יאר! נאך א יאר האב איך מיך דערזעהן מיט א קרעדיט קארד ביל פון הונדערט זעקס און צוואנציג טויזנט דאלער, און איך בין שוין געווען קרוב ליאוש אז דער מענטש גייט מיר נאך אמאל באצאלן.

איך האב מיך דערמאנט אז איך קען זיינס א חבר פון א"י, איך רוף אים אן, איך פארצייל אים די השתלשלות הענינים און פרעג אים וואס ער קען מיר טוהן צו העלפן. ער זאגט מיר אז ער זעהט נישט בדרך הטבע וויאזוי יענער גייט מיר באצאלן דעם שנעל-וואקסענדן חוב. איין 'סגולה' קען ער מיר געבן, ער ווייסט פון די 'איך דאנק דיר באשעפער' גרופעס ווי מענטשען זעהן אותות ומופתים דורכ'ן דאנקן דעם באשעפער, אפשר שרייבסטו דיך ארויף אויף דעם ולה' הישועה.

דריי וואכן צוריק האב איך מיך ארויפגעסיינט און זיך מקבל געווען , אז אויב דער אויבערשטער וועט מיר ארויסזעהן פון דעם פלאנטער, און אויף עפעס א וועג מאכן אז איך זאל קענען באצאלן די 126 אלפים, וועל איך מנדב זיין $126 פאר די גרופ אויף צו מפרסם זיין שמו הגדול.

נישט מער ווי 6 טעג שפעטער, באקום איך א טעלעפאון רוף פון דעם אינגערמאן אין אי"י און זאגט מיר: איך האב יעצט דא חיים אין א"י, און ער קוקט אויס זייער נערוועז, ער האט מורא אז דו גייסט דיספיוטען די טשארדזשעס, עפעס וואס ער פלעגט קיינמאל נישט מורא האבן פון, אבער די לעצטע פאר טעג איז אריין אין אים א מורא און ס'קוקט אויס ווי דו גייסט באקומען דיין געלט!, איך האב אים באדאנקט פאר די קאל זאגענדיג אז ב"ה זאכן רוקן זיך לטובה, און איך האף אויף א ישועה שלימה בקרוב, און זכות פון עס מפרסם זיין פאר א גרופע פון 9000 מעמבערס.

פאריגע וואך דאנערשטאג באקום איך א פאון קאל פון א ענגליש-רעדענדן פערזאן וואס אידענטפיצירט זיך אלץ א אדוואקאט און פרעגט מיר אויב ער קען אריבערקומען צו מיר פאר א פאר מינוט, איך פרעג אים וואס פונקטליך ער וויל, זאגט ער מיר, חתמנ'ן פאפירן בשייכות צו די הלואה פון 126 טויזנט, איך טראכט צו מיר: רבונא דעלמא כולא! איך האב שוין א ביל פון 126 טויזנט דאלער וואס נאך דארף ער פון מיין לעבן??. אבער זייענדיג א טענק יו השם מעמבער, און זעענדיג ווי זאכן רוקן זיך לטובה, האב איך מסכים געווען זיך צו טרעפן מיט אים זייענדיג בטוח בה' אז קיין שלעכטס וועט נישט ארויסקומען דערפון.

ער קומט אן צו מיר אהיים, און פאקט אויס פאפירן וואס פארלאנגט מיין חתימה אז איך גיי נישט דיספיוטען די charges אויף די קארד, צולייגענדיג אז אויב איך סיין, האט ער פאר מיר עפעס. איך זאג אים: איך וויל זעהן וואס דו האסט פאר מיר "פאר" איך שרייב אונטער, ער נעמט ארויס פון זיין טאש א טשעק פון הונדערט זעקס און צוואנציג טויזט דאלער!. איך שרייב אונטער בסבר פנים יפות און איך נעם דעם טשעק בהודאה לה' יתברך על כל החסד אשר גמלנו.

און יעצט ארי דא האסטו די $126 און איך בעט דיר ביטע זיי מפרסם די מעשה ברבים כדי איך זאל קענען מקיים זיין מיין נדר.


*נעמען זענען פיקטיוו
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

שייע מעשה.

כקען זאגן און פארציילן זינד כהאב מיך אינטערגענומען אביסל מער אינזין צו האבן ביי די ברכה פון מודים אנחנו לך כו'
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

וואו אזוי קען מען זיך אויפשרייבן אויף די גרופע?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שיקט א מעסעדזש צי
347941-4070
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

איך זייער הנאה פון די גרופ, איך וואלט מער געשריבן דארט און פארציילט מעשיות ווי איך בין געהאלפן געווארן נאר עס איז מיר זייער שווער ווייל עס איז אין ענגליש און ווי אויך ליינען די מעשיות, אויב קען מען עס מאכן אין אידיש אויך, קלער איך אז נאך אסאך אידן וואלטן הנאה געהאט
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

א מורא'דיגע מעשה וואס ווייזט וויפיל מ'קען אלץ אויפטוען מיטן דאנקען דעם אייבערשטען און וויאזוי דער אייבערשטער קען העלפן אין א בלינק ווען מ'חלומ'ט אפילו נישט


אבער די פאראגראף האט מיך געמאכט לאכן
El Rushbo האט געשריבן:און יעצט ארי דא האסטו די $126 און איך בעט דיר ביטע זיי מפרסם די מעשה ברבים כדי איך זאל קענען מקיים זיין מיין נדר.


רבותי! ס'קומט א טענק יו האשעם כולל
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”