בלאט 1 פון 3
בחור'ישע זכרונות
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 15, 2008 12:18 pm
דורך זיידעניו
בני היכלא האט געשריבן:זיידע שמחה, לייג אראפ וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט א פארהערן.
די ערשטע זאך דארף מען זיכן א פארהער קארטל וואס אנדעם האט מען נישט געקענט אריינגיין אין עס זאל
עטץ מיינטס אז סהאט אייביג געארבעט מען דערציילט אז איין מאל ההאט איינער וואס האט נישט געקענט די שיעור און כ'האב מורא געהאט אריינצוגיין צים פארהער און פארשטייטזעך ער האט נישט געהאט קיין קארטל האט ארויסגערוקט פון קאך א קעסטל מילך און ווען מען איז געגאנגען עסן האט ער געזאגט פארן שומר אז מען האט עס דערליווערט אין ער דארף עס אריינטראגן אין קאך און ער האט געזעהן אז ס'איז א שווערע קעסל מילך האט ער מיר גלייך אריין געלאזט און ב"ה ואוכל עוד
און וועגן די פארהער אליינס וועט אי"ה נאך קומען
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2008 1:21 am
דורך קרעמער
יישר כח ר' שמחה פאר די ווערטל (מען דערציילט אז א קינד האט אמאל געטייטשט פ' בהעלותך "שניים יסעו" די יארן ציען זיך, און דער רבי איז געווארן גאר ערנסט).
ר' זיידעניו, דערציילט אונז נאך חכמה'לעך פון בחורים VS. די ישיבה קאך...
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 1:03 am
דורך זיידעניו
קרעמער האט געשריבן:יישר כח ר' שמחה פאר די ווערטל (מען דערציילט אז א קינד האט אמאל געטייטשט פ' בהעלותך "שניים יסעו" די יארן ציען זיך, און דער רבי איז געווארן גאר ערנסט).
ר' זיידעניו, דערציילט אונז נאך חכמה'לעך פון בחורים VS. די ישיבה קאך...
איך בין שטארק דערקעגן פון אזעלעכע זאכן, און כ'על מסביר זיין פארוואס ווייל פינקט די וואס האב איך געהערט ווי פאר א אייניקל פון דעם קעכער האט איינער געזאגט די ווייסט נישט און די האסט נישט קיין אננוג וואספארא אייער שפייז מען האט געמאכט פון דיין זיידן ממש בונדאש
פרעג איך אייך איז דאס נארמאל אז דאס זאל אריבער גיין לדורות וואס מען האט געטוהן שפיצליך פאר איינעם דארפן זיינע יא געלונגענע אייניקליך ליידין אדערפון והא כתיב לא ימתו בנים על אבות
נאר די לופט אין ישיבה איז געוועזן מער נוסח קרעטשמע מער הומעריסטן און פאן ליעבהאבערס לעבעדיגע אינטערגעריבענע סחורה
איינער האט מיר דערציילט אז איין בחור איז געוועזן א דבר הנקרא, ראלי פאלי, דהיינו ארכו כרחבו, קליין און גארבאש, האבאש, און ער איז געוועזן א תם ומתמם עם תמימים, און ס'איז געווען א צווייטע בחור וואס האט געגליכן צובאהאנדלן אזעלעכע סוטואציעס (גראדע א רבניש קינד) האט אים איין טאג איינגערעדט אז ער קען מאכן מענטשן פאר א רואה ואינו נראה און דער תמים האט זיך צוגעכאפט דערצו און ער האט געוואלט ווערן אזא פאציענט ס'איז דאך א מורא'דיגע מדריגה רואה ואינו נראה
און דער לץ האט אים געהייסן אראפזעצן אויף א בענקל און ליינען קריתשמע און ער האט געזאגט אז ער מיז אויס פאלגען אלע זיינע באפעלן און נאר אזוי וועט דאס ארבעטן
ער האט אים איבערגעדעקט מיט א טלית און געדרייט צען מאל מיט א טעפל וואסער און שמן זית און האט געזאגט די פסוק פון הכו בסנוירים און אנא בכוח און ער האט אראפגענומען זיין טלית און ער האט דערקלערט אז קיינער קען אים יעצט נישט זעהן אויף דריי שעה אבער ער מיז זיך אויסטוהן ווי אדם הראשון פארן חטא און דאן הערשט קען ער אריין אין בית מדרש
און דער חכם נאתיק האט געגלייבט און ויפשוט און ער גייט אריין אין בית המדרש און דער עולם קאקשעט זיך פאר געלעכטער און געוויין מען איז געליגן אויף דער ערד
און דער בחור איז ארויסגעלאפן פון בית מדרש מיט רויטע באקן גרייט להמית הלץ און ווי נאר ער טרעפט אים הייבט ער אן צו מאכן קולות אויף אים אז ער האט אים צו-נער געמאכט
האט אים דער לץ געפרעגט די האסט אלעס געטוהן אזוי ווי איך האב דיר געהייסן
האט ער געענטפערט יא
די האסטיך געהעריג אויסגעטוהן
האט ער געענטפערט יא אבער פארשטייט זיך די אינטער הויזן האט איך דעך געלאזט אנגעטוהן
האט אים דער לץ גענטפערט
אוודאי האט דער עולם געלאכט מען האט געזעהן א אינטערהויזן אריינשפאצירן און בית מדרש אן קיין מענשט
נאוואדי האט מען געלאכט
און דער בחור האט זיך בארוהיגט
(אפשר א צווייט מאל וועל איך דער ציילן א אנדערע מעשה וואס דער זעלבער לץ האט געטוהן מיט דעם תמים און דעמלאטץ האט די רבי אים דערלאנגט א פראסק אין פרצוף)
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 10:42 am
דורך 3x0
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 11:02 am
דורך צייטליך
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 11:03 am
דורך מיללער
זיידי,
איך האב שוין אמאל געהערט די מעשה, יעצט האבן מיר לייוו קאוועריזש דערפון, איז דאס ווירקליך פארגעקומען?
רבותי, גוט א קוק וואס איז געווארן פון א תמימות'דיגע "שובבי"ם" אשכול...........
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 1:12 pm
דורך יאנאש
צוריק צום ענין, וואס טוט זיך מיטן צווייטן מעשה מיט דעם ראלי פאלי?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 4:53 pm
דורך קרעמער
איך מעג אויך דערציילן די צווייטע מעשה? איך האב געהערט אז דער רבי איז געווען ר' שאול בראך.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 5:21 pm
דורך מיללער
קרעמער, גאו עהעד, איך וועל ווארטן אויף די זיידעס, אינדערצווישן וועט די מעשה שוין קאלט ווערן, וואסאסטו מורא?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 5:26 pm
דורך קרעמער
איין מעשה וועל איך דערציילן (וואס איז ראוי להעלות על שולחנינו וד"ל): געווען א בחור א תם (ווען מען וואלט געזאגט התם ומתמם עם תמימים ג' פעמים, וואלט דאס געווען א מעין דמעין פון זיין תמימות) וואס האט געלערנט אינדערהיים אין קאשוי'ער ישיבה, אבער ער האט געדארפט אהיימפארן קיין ווייסעך-ווי ווייל זיין ברודער האט חתונה געהאט אין זייער היימשטאט, אבער האט נישט געהאט קיין געלט אויף שפעזן. דא קומט אין בילד דער לעבעדיגער בחור, וועלכער האט ווידער געפונען א וועג וויאזוי צו טרייבן קאטאוועס פון דעם לא-לנו. ער זאגט אים אז ער קען אים אריינשטעלן אין א רענצל, און אזוי אפליפערן אהיים גענצליך בחנם!
דער בחור איז זיך געגאנגען געזעגענען פונעם ראש ישיבה ר' שאול בראך זצ"ל, ויסעו... מען שטעלט אים אריין א רענצל, און דער ליצן שלעפט אים ביז א דערנעבנדיגע פארק... ער שטעלט אים ארויף אויפן סווינג, און... זאגט אים אז די באן הייבט אט-אט אן צו פארן... ער האט נאכגעמאכט דעם קול פונעם קאנדאקטער און האט זיך גענומען שלעפן און שטופן דעם 'סווינג' אהין און צוריק, ביז --- ער האט באמערקט דעם רב ר' שאול קומען אינעם ריכטונג פון די סווינגס... ער האט אפגעיאגט און געלאזט דעם רענצל זיך וויגן אין פריידן.
ר' שאול האט אויפגעמאכט דעם פארדעכטיגן זעקל, און א פראסק האט נישט געשפעטיגט צו קומען פארן אנדרייער און אויספירער פונעם פלאן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 5:38 pm
דורך זארעכפעפער
קרעמער, גוט גוט. טרם שמעתי הסיפור. דאנקע פארן שמייכל.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 5:41 pm
דורך קרעמער
די צווייטע וועל איך דערציילן ברמז: ער האט איינגערעדט פאר א בחור אז ער שוואנגערט און נויטיגט זיך דרינגענד אין מעדעצינישע הילף... דער בחור איז געלאפן בבהלה אחת צום ראש ישיבה... ואידך פירושא זיל גמור.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 5:43 pm
דורך יגרסהדותא
חאחחאחא, געוואלדיג, און מיר האט מען איינגערעדט אז אמאל האט אין א ישיבה געהערשט א ערנסקייט..
זיידע, געוואלדיג
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 6:00 pm
דורך אנדי פעטיט
עס איז אריין געקומען א 13 יעריגע בחור אין ישיבה (די ישיבה איז געווען פאר בחורים פון 13-19) אין מיטן זמן. ער איז פארשטייט זיך אהין געשיקט געווארן אלץ אן עמערדזשעני קעיס אז מ'זאל אים אויס מענטשלען. ער איז א יעדעם דערגאנגען די יארן. ער פלעגט מאכן ליצנות (אויף א קינדעריש אופן) פון אלע בחורים פון גרויס ביז קליין. איין טאג זעה איך ווי ער מאכט חוזק פון א 18 יעריגע בחור וועלעכע האט גראדע געהאט זייער א לאנגע בארד. די עלטערע בחור האט אים איגנארירט און ער האט אוועק געוואקט. איך דריי מיך אויס צו די אויבער חכם און איך פרעג אים "ביסטו משוגע?" פרעגט ער מיר "וואס איז?" זאג איך אם "דו ווייסט פון וועם דו האסט יעצט חוזק געמאכט?" זאגט ער מיר " וואס גייט מיר אן ווער ער איז, ער איז עפעס א בחור פון די עלטסטע שיעור." זאג איך אים "דו האסט יעצט אריין געפליקט אין די משגיח פון די ישיבה גדולה!" ער ווערט בלאס ווי די וואנט און דרייט זיך אויך צו די אנדערע בחורים און זיי אלע שאקעלען צו מיט די קאפ. ער ווייסט זיך נישט ווי אהין צו טון.
די מעשה האט זיך שנעל פארשפרייט און פאר די נעקסטע פאר טעג איז געווען פורים אין די וואכן. ביי שחרית האט דער בחור ארום געטאנצט אין דערויסען, אבער אזוי ווי די בחור מיט די לאנגע בארד איז ארויס געקומען איז ער גלייך אריין געלאפן אין בעסמעדרעש אריין. בין הסדרים רעדט די אויבער חכם אויף די טעלעפאון, די בחור מיט די לאנגע בארד וואקט צו צו אים און פרעגט אים "דו גייסט זיין לאנג אויף די טעלעפאון?" ער זאגט גלייך פאר זיין מאמע " מאמי די משגיח דארף די טעלעפאון איך וועל דיר צוריק קאללען".און אזוי איז עס אנגעגנגען פאר אפאר טעג ביז......
....שבת קומט ער אריין צום סעודה אין די עס זאל און ער זעט דער "משגיח" זוצען מיט א הוט צווישען אלע בחורים.... ער לויפט צו צו מיר און גיבט א דריי איבער מיין טעלער פיש..
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 6:01 pm
דורך קרעמער
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
אוי ביסטו גוט אנדי!
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 6:01 pm
דורך יאסל
זיידעניו האט געשריבן:(אפשר א צווייט מאל וועל איך דער ציילן א אנדערע מעשה וואס דער זעלבער לץ האט געטוהן מיט דעם תמים און דעמלאטץ האט די רבי אים דערלאנגט א פראסק אין פרצוף)
איך ווייס נישט ווען די מעשה איז פארגעקומען אויב איז עס געווען מיטן זעלבן ווי די נעקסטע ווי דער רבי האט עם דערלאנגט, דאן ביסטי א איד א זקן ווייל די מעשה איז פארגעקומען אין סאטמאר אינדערהיים
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 7:37 pm
דורך מאשקע
אנדי,ביזט שוין דעמאלטס געווען א קרעטשמעריסט, הא?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 8:03 pm
דורך מיללער
ביינונז האבן די בחורים געמאכט אזא דאמי ביי א מגי"ש פלאץ אין ביהמ"ד, דורך אראפשטעלן ספרים אויף זיין בענקל ביז די הייעך פון א מענטשן'ס אקסלען ווען ער זיצט אויף א בענקל, דערויף האט מען ארויפגעשטעלט אן איינגעוויקלטן כאלאטל, מ'האט דאס מעטף געווען מיט א טלית אזוי ארום אז אן אומשילדיגער מענטש האט זיך גרינג געקענט טועה זיין מיט א בר-נש פון הונטן.
ויהי השעה דער מנהל קומט אריין אין בית המדרש אריין טרייבן דעם עולם צום שיעור, פלוצים פאלן זיינע אויגן אויפ'ן פארשפעטיגטער מגי"ש וועלכער זאגט מן הסתם נאך פרשת היראה נאכ'ן דאווענען, ער לויפט ספאנטאן צו "ר' מיכל, עס איז שוין................" ווען פון הונטן הערט זיך א הילכיגער געלעכטער פון די אויפגעהייטערטע בחורים פאר וועם עס איז געלונגען צו ווארפן דעם מנהל איבערן דראנג.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 9:08 pm
דורך זיידעניו
יאסל האט געשריבן:זיידעניו האט געשריבן:(אפשר א צווייט מאל וועל איך דער ציילן א אנדערע מעשה וואס דער זעלבער לץ האט געטוהן מיט דעם תמים און דעמלאטץ האט די רבי אים דערלאנגט א פראסק אין פרצוף)
איך ווייס נישט ווען די מעשה איז פארגעקומען אויב איז עס געווען מיטן זעלבן ווי די נעקסטע ווי דער רבי האט עם דערלאנגט, דאן ביסטי א איד א זקן ווייל די מעשה איז פארגעקומען אין סאטמאר אינדערהיים
ניין נישט די מעשה פון ר' שואל בראך דאס גראדע האבעך נאכנישט געהערט
אבער איך האב געהערט די צווייטע מעשה אויכעט
דער תמים איז געווען א האבאש גארבטשיג און דער לץ האט אים אויפגעקלערט אז ער איז מעובר און דאס איז די סיבה פון זיין גראבקייט און ער האט אויך נישט פארפאסט צו זאגן אז ער איז שויון אין די ניינטע חודש און ער וועט מיזן אהיים פארן ווייל מיז האבן די באגלייטונג פון א דאקטער
דער תמים האאט זיך דערשראקן און די קימענדיגע וואך איז ער אריין צום רבי'ן אז ער מיז אהיים פארן האט אים די רבי געפרעגט פאר וואס און ער האט נישט געוואלט געהעריג ענטפערן די רבי איז געווארן נערוועז ער האט נישט געוויסט וואספארא צרה עס האט אים באטראפן אז ער מיז אזוי פיצלינג אהיים פארן און די רבי האט אים מחחיב געווען צו דערציילן
און דער בחור בייגט זיך צו מום רבין און ער זאגט אין אז ער איז אין לעיבאר און ער גייט יעצט אהיים אריינצופארן אין שפיטאל און ער האפט צו ברענגען פארן רבי'ן גוטע נייעס בקרוב
די רבי האט זיך מורא'דיג געבייזערט און ער האט אים געפרעגט ווער איז דער בחור וואס האט אים איינגערעדט און שטייצעץ ער האט אים געזאגט און די רבי האט אים צירוק געשיקט אין ישיבה די קימענדיגע מאל וואס די רבי איז געקומען און ישיבה צום פארהערן (אדער א שיעור כ'געדענק נישט) איז די רבי אריינגעקומען און בית מדרש און צוגעגאנגען צום לץ און דערלאנגט א פראסק אין פרצוף
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 9:34 pm
דורך זיידעניו
יגרסהדותא האט געשריבן:חאחחאחא, געוואלדיג, און מיר האט מען איינגערעדט אז אמאל האט אין א ישיבה געהערשט א ערנסקייט..
זיידע, געוואלדיג
דרך אגב מען רעד איין פאר די יוגענט אז אין רבין'ס ישיבה האט מען געהאקט שטיקער צוויי בלאט א וואך
לאמיך אייך דערציילן דעם אמת די עשרטע בלאט האט יעדע גוטע לערנער געקענט די אויסערגעוועדליכע מציום האבן געקענט די עמוד א' פון די צווייטע בלאט און עמוד ב' פון די צווייטע בלאט האט נאר ר' אברהם לייטנער ז"ל וואס איז דאן געווען א מגיד שיעור געקענט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 11:00 pm
דורך איך_הער
א גרויסן שכוח פאר אלע דערציילער דא, און ספעציעל פארן זיידן.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2008 11:02 pm
דורך קרעמער
קרעמער האט געשריבן:די צווייטע וועל איך דערציילן ברמז: ער האט איינגערעדט פאר א בחור אז ער שוואנגערט און נויטיגט זיך דרינגענד אין מעדעצינישע הילף... דער בחור איז געלאפן בבהלה אחת צום ראש ישיבה... ואידך פירושא זיל גמור.
יישר כח זיידעניו פארן ערצעהלן דעם סיפור באריכות..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:53 am
דורך יאסל
זיידעניו האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:זיידעניו האט געשריבן:(אפשר א צווייט מאל וועל איך דער ציילן א אנדערע מעשה וואס דער זעלבער לץ האט געטוהן מיט דעם תמים און דעמלאטץ האט די רבי אים דערלאנגט א פראסק אין פרצוף)
איך ווייס נישט ווען די מעשה איז פארגעקומען אויב איז עס געווען מיטן זעלבן ווי די נעקסטע ווי דער רבי האט עם דערלאנגט, דאן ביסטי א איד א זקן ווייל די מעשה איז פארגעקומען אין סאטמאר אינדערהיים
ניין נישט די מעשה פון ר' שואל בראך דאס גראדע האבעך נאכנישט געהערט
איך רעדט טאקע פון די מעשה אין נישט פון ר' שאול בראך
דער איד לעבט שוין נישט א היבשע פאר יאר ער האט איבערגעלאזט שיינע דורות
ווידער דער לץ ווי די ריפסט אים איז געווען גאר א חשובער איד, ער איז שוין נישטא קרוב צי 30 יאר
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 12:46 pm
דורך abimlaibt
איך מוז אויך אריינווארפען מיינע פאר צענט
א גרויסן שכח פאר'ן מיסד קאסאמא קרעמער,
און ווי אויך פאר אנדי און מילער,
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 5:30 pm
דורך דארפסמאן
בערך תשמ"ח און סאטמערע קעמפ האבען די בחורים אונגעגרייט א שיינע קבלת פנים פארן ברך משה און ביים אריין גיין און קעמפ האט מען געמאכט א טויער אזוי ווי די ערשטע בלאט פון די גמרא, עס איז געווען זייער שיין און מען האט געארבעט זייער שווער, האב איך געהערט ווי איינער פרעגט איינע פון די מג"ש נא ווי אזוי מאכען דיינע בחרים זאגט ער אז דף א' קען יעדער איינער אבער דף ב' קענען נאר אפאר בחרים וד"ל