געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 10:08 pm
הכל
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 10:16 pm
אזוי אידאך די הלכה, לגבי געבן א שטר שוחרר פאר אן עבד כנעני, די הלכה איז אז דער שטר שוחרר מיז אנקומען צו זיין אייגענעם רשות, ווערט אבער שווער כל מה שקנה עבד קנה רבו? איז די הלכה אז גלייך ווען מגיט איבער דעם שטר פארן עבד ווערט ער גראד באפרייט ווערט עס זיין רשות קען ער שוין מקבל זיין דעם שטר שוחרר און איך זאג שוין נישט כל מה שקנה עבד קנה רבו, און די זעלבע זאך האט דא ר' נתן יוסף געטון, אין די מינוט וואס ער האט ער האט געזאגט אז ער רשות רשות צו זאגן וואס ער וויל בשם דעם רבי'ן האט ער שוין געקענט זאגן וואס ער וויל האט ער דעמאלט געזאגט אז דער רבי האט אים גגעגעבן רשות אלעס נאכצודאגן אין זיין נאמען, ודו"ק.
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 11:27 pm
א שיין פשט'ל, הרב אלף בינה.
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 11:29 pm
אגב, לאמיר רעדן אביסל פון א היתר כרוך. געדענקסט נאך פון ישיבה וואס דאס איז?
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 11:42 pm
אלף, די פשעטל איז געוואלדיג! באלד קומט נאך מילער עס לייגן אין ידיעת התורה.......
מיטוואך נובמבר 26, 2008 10:06 am
געווען אמאל ביי אונז אין ישיבה א גרויסע פארהער אויף מסכת פסחים פרעגט דער משגיח פון א בחור וואס מיינט חמשת מיני דגן
ענטפערט דער בחור מיט א זיכערקייט
פינעף מינע פיש
מיטוואך נובמבר 26, 2008 10:20 am
כ'דערמאנזיך, ביי אונז אין ישיבה האט גלערנט א בחור וואס איז געקומען פון די ווארימע לענדער, ער איז אנגעקומען ווינטער זמן, תיכף ווען ער איז היימיש געווארן אביסל איז ער גלייך צוגעגאנגען צום נושא וואס האט אים שטארק אינטערסירט, דהיינו ער האט געהערט פון אזא זאך שניי א זאך וואס איז בל יראה אינעם לאנד פון וואו ער קומט. ער האט אונז אנגעהויבן צו פייניגן ווען סגייט שנייען? ווי אזוי געשעהט עס? שבת קען אויך שנייען? און נאך אזעלכע פראגן, זעהנדיג מיט וועם אונז האמיר צוטוהן, האבן מיר אים פארציילט אז שניי איז געוויסע ברעקלעך וואס פאלן פון הימל, אזוי ? וועלכע קאליר? האבן מיר אים געזאגט אלע סארט, איינמאל שנייט רויטע אמאל געלע אמאל גרינע וכו'. בקיצור, ייעדען טאג פלעג ער לויפן עטליכע מאל א טאג צום פענסטער זעהן אויב עפעס אויסטעליש גייט פאסירן, יעדע נאכט פעלג אויפשטיין 10 מאל ארויסלויפן אין גאס אין קוקן אויפן הימל אולי ירחם, ביז ב"ה דער ערשטע שניי האט זיך אראפגעלאזט, סהאט אנגעהויבן צו שנייען בערך 4:00 פארטאגס, ער איז געווען פארגאפט ממש. איז ער ארומגעלאפן צווישן די דארמיטארי צימערן,
און שרייט: רבותי, "היינט שנייט ווייסע"...
מיטוואך נובמבר 26, 2008 8:02 pm
חחחחחחח
דאנערשטאג נובמבר 27, 2008 6:10 pm
ביקסאד האט געשריבן:ווער ווייסט פון די מעשה פון די לעבעדיגע לויה פון איינע פון די ראשי ישיבה לאויט"א, דאכט זיך נאך פאר סענדז סטריט, אז נישט שאל אביך ויגדך.
קיינער ווייסט טאקע נישט.
דינסטאג דצמבר 23, 2008 5:39 pm
מיר וועלן דא פארציילן א מעשה וואס איז פארלאפן אין איינע פון די בארימטע גרויסע חסידישע ישיבות פאר בערך פערציג יאר צוריק, מען האט דארט אויף גענומען א אינגערמאן געציילטע יאר נאך די חתונה [מיט פאמיליע פארבינדונגען] פאר א משגיח ור"מ, מיט זיין טיפן פארשטאנד האט ער זעך צום ערשט גענומען צו די עלטערע ישיבה בחורים, זעהט אויס אז ער האט פארגעסן אז זיי זענען אין כמעט איין עלטער, שוין נישט רעדענדיג פון צו פארשטיין און קאנען לערנען,
איין בנש"ק'ל א למדן האט מחליט געווען האומר לים עד פה תבוא מען וועט דעם משגיח לערנען בלק, איין פארטאגס ווען דער אויבן דערמאנטער משגיח האט געהאט א פרייוואטן שיעור בחברותא מיט א געוויסן בחור אין יו"ד חלק א, איז ער צוגעגאנגען צו אים און אים פארגעלייגט א הארבע שאלה, אזוי :
די ארכאלאגען האבן לעצטענס אויף געגראבן אין מצרים די ביינער פון פרעה'ס פעטע קיהען, אבער עס איז געשעהן א ביטערער פראבלעם, די דאזיגע לויטע האבן דארט צו דער זייט א קעסל וואו זיי הייצן קאווע מיט מילך זעך צו דערווארעמען פון די ביטערע פרעסטן וועלכע הערשן אין יענע ראיאן,
נאך א שווערע טאג ארבעט -מיט פארנעכלעסיגקייט- איז בטעות אריין געפאלן איטליכע פון די קיהען ביינער אין דעם קעסל, איז אצינד אנטשטאנען א שווערע פארפלאנטערטע דילעמא אין וועלכע אלע גדולי הפוסקים זענען דערין פארמישט, וואס איז די הלכה, סיי אויף די איבער געבליבענע מילך און סיי אויף דעם טאפ - קעסל,
מצד אחד איז נישט געווען קיין שישים אין קעסל אנטקעגען די ביינער, וואו באלד -וואו פריער דערמאנט- האט עס פאסירט ענדע טאג מילא איז די קעסל געווען כמעט אין גאנצן לעהר, מצד שני האבן די ביינער נישט אין זעך -נאך אזוי פיל טויזענטער יאר- קיין טראפ לחלוחית עס זאל קאנען זיין בנותן טעם, א קיצור א שאלה מיט אלע פיטשיווקעס,
דער משגיח האט איין געקנייטשט דעם שטערן און נאך איטליכע מאמענטען וועלכע האבן אויס געזעהן וואו א אייביגקייט, איז ער אויף געשפרינגען פון בענקל און געזאגט עס האט דאך נישט געקאנט פאסירן, ווייל די מאגערע קיהען האבן דאך איין געשלינגען די פעטע,
נו, נו ! די בחורים האבן אויס געפלאצט אין א געלעכטער, צו די פארוואונדערונג פון דעם משגיח וועלכער האט נישט פארשטאנען לשמחה מה זו עושה, האבן זיי אים מסביר געווען אז די גאנצע מעשה איז דאך נאר געווען א חלום, ווען דער משגיח האט זעך ענדליך געכאפט וואס דער בנש"ק'ל האט אים דא אנגעווערטשאפט, האט ער אן געהויבן צו שרייען אויף אים מחוצף וכו',
די ענדע איז געווען מען האט דעם בנש"ק'ל ארויס געווארפן פון די ישיבה פאר זיין חוצפה [וואס הייסט ער האט דאך אנטשלייערט דעם משגיח, בעסער געזאגט די גאנצע הנהלה], און ער איז אריבער לערנען אין א צווייטע ישיבה אין וועלכען עס איז געשטאנען בראש א רב פון אויבער לאנד, היינט צו טאג איז דער בנש"ק'ל א מתמיד עצום וועלכער זיצט על התורה ועל העבודה, און ער האט א אייגן בימ"ד וואו ער איז ממשיך שושלת אבותיו,
דער משגיח-מגיד שיעור האט פאר געציילטע יאר צוריק איבער געלאזט יענע ישיבה און געפענט א גאר חשוב'ן כולל וואו ער שטייט בראש,
דער בחור דער חברותא איז אויך וועלט בארימט מיט זיינע גאר ווערטפולע חיבורים.
דינסטאג דצמבר 23, 2008 5:45 pm
א שיינע מעשה ביקסאד.
דינסטאג דצמבר 23, 2008 6:05 pm
געווען ביי אונז אין ישיבה א מנהל וואס האט נעבעך געהאט צו טון מיט די ראי'! איינמאל שבת נאכמיטאג אין קעמפ ווען ער איז ארומגעגאנגען אין די שטיבער אויפוועקן די בחורים צום לערנען איז געווען אויף איינע פון די בעטן א כאלאטל פון א בחור וואס איז אהיימגעפארן אויף שבת און געלאזט זיין וואכעדיג חלאטל אויף זיין בעט, דער מנהל איז צוגעגאנגען און נעמט זיך וועקן דעם בחור, זעענדיג אז ס'גייט נישט נעמט ער זיך צו האקן און בראקן ביז ער האט ענדליך איינגעזעהן אז ס'איז א פשוטע חאלאטל.
דינסטאג דצמבר 23, 2008 9:29 pm
יישר כח ביקסאד פאר די שעהנע ערצעהלונג.
מיטוואך דצמבר 24, 2008 4:21 am
אל כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, אל יחר בעיניך אדוני אפשר זענט איר אזוי גוט און טוט א געפעליגקייט מיט אייערע אונטערטאנען, און שיקט אונז פאר חנוכה געלט על כל פנים לכל הפחות א רמז ווער עס זענען כאטש איינע פון די דריי מדוברים אין אייער הערליכן סיפור.
מיטוואך דצמבר 24, 2008 10:57 am
געווען אין א שיינעם זומער טאג אין בחורים קעמפ -דערילענד נ.י. - קומט אן פלוצים א ערל און גייט צו צו ר' אברהם ישעי' ווייס שליט"א און ער פרעגט אים ווי איז מיסטער ווייס? ער איז אן אינספעקטאר פון די שטאט און ער זוכט אים דרינגענד! ר' אברהם ישעי' איז נישט פארלוירן געווארן, און ער ווייזט אים צו ווי עס איז דער אפיס, און ער הייסט אים ווארטן דארט, ער גייט שוין רופן מיסטער ווייס! דערווייל איז ר' אברהם ישעי' ארומגעגאנגען אינעם גאנצן קעמפ זיכער מאכן אז אלעס איז אין ארדענונג, און נאך א דריי פערטל שעה ווען אלעס איז שוין געווען מסודר איז ער צוריקגעגאנגען אין אפיס, דער אינספעקטאר קוקט אים אן מיט בייזע בליקן היתכן ער לאזט אים ווארטן אזוי לאנג אויף ראביי ווייס, רופט זיך אן ר' אברהם ישעי' - אָה איר זוכט ראביי ווייס? זאגט אזוי! איך האב ביז יעצט געזוכט מיסטער ווייס! איך בין ראביי ווייס! לאמיר הערן מיט וואס איך קען אייך העלפן...
מיטוואך דצמבר 24, 2008 11:50 am
האט ביי נ'ונז געלערנט ס'בחור וואס האט געהייסן שמואל, וואס האט זיך נעבעך איינגערעדט אז ער הערט שמועות און פארשידענע קולות 'משמים' מלאכים און שדים רעדן זיך דורך מיט אים, און נאר ער קען עס הערן, און אנדערע בחורים זענען נישט מסוגל דאס צוהערן.
פלעגט ער אזוי צושלאפן אסאך מאל און ביהמ"ד, והנה, איין נאכט גייען אפאר בחורים ארויף אין ווייבער שוהל און מיט מאדנע קולות הייבן זיי אן צו שרייען: "שמואל שמואל! שמואל שמואל!" שמואל כאפט זיך אויף און ער זעהט א ליידיגען שוהל, האלב טונקל, פארשטייט ער גלייך אז דאס זענען די מלאכים וואס רופען אים, שרייט ער צוריק: "הנני, הנני!!" פרעגן אים די מלאכים (האב אינזין: "בחורים") "וזרקתי עליכם מים טהורים?" און דער באלאנד שרייט צוריק: "
זרוק זרוק!!!"
האבן זיי אים
אנגע'זרוק'ט אזש ס'האט גערונען פון אים פאר עטליכע טעג........
מיטוואך דצמבר 24, 2008 12:20 pm
חחחח
יוא האב איך געלאכט, פלאפי דאס איז געווען א גוטס
זונטאג דצמבר 28, 2008 1:53 am
פלאפי, ס'לעצטע איז אנייזענס........
מיטוואך ינואר 14, 2009 5:34 pm
איך האב אפילו געהערט, אז ער האט אוועק געלייגט די היט, און האלט דאס אלץ א שמירה. אמער, סידעך אנגעשפריצט מיט מים טהורים.
מאנטאג ינואר 19, 2009 2:57 pm
אמאל האט דער מגי"ש ביי אונז אין ישיבה (נישט מער געדאכט) נישט געהאט קיין נערוון פארצולערנען (אדער פשוט נישט אנגעקומען פארצוקוקן זיך) די שיעור, האט ער געזאגט אז יעדער קען לערנען וואס מ'וויל... גייט איינער צו צי א תמימות'דיג בחור'ל ווילסט אפשר לערנען מיט מיר? אממ אבער וואס? דער מגי"ש האט געזאגט אז מען קען לערנען וואס מ'וויל, איך וועל צוגיין צום שאנק און וועלכע גמרא ס'וועט ארויסקומען דאס וועט מען לערנען... דער לץ האט 'פערצופאל' ארויסגענומען די לעצטע מסכתא און לייגט עס אראפ אויפן טיש, און זאגט אים איך דארף זייער שטארק ארויסגיין, דערווייל קענסטו אנהייבן זיך פארצוקוקן אביסל, איך קום צוריק ביז א 10 מינוט בערך.
און דער תמימות'דיג בחור'ל ווייסט נישט פון קיין חכמות, און ער הייבט אן צו לערנען הויעך אויפן קול אזש דע ביהמ"ד האט געדונערט, און דער גאנצער עולם איז געליגן אויף דער ערד און זיך געקאטשעט פאר געלעכטער...
דאנערשטאג ינואר 22, 2009 7:43 pm
געווען ביי אונז אין ישיבה, א משגיח וואס פלעגט וועקן די בחורים פארטאגס כהאי לישנא: נו נו ארויס פון קבר...
הכלל אנפאנג זומער זמן איז אריינגעקומען א ניי בחור פון אויסלאנד, גראדע גאנץ א פיין בחור'ל אבער נישט דער גרעסטער חכם, האט אים איינער דארט איינגערעדט אז ער קען ליינען די שטערן און ער זעט אז ער גייט חלילה נפטר ווערן באותו לילה... און דער לץ זאגט אים ליין ערליך קרי"ש, און זיי זיך מתוודה אויף אלע עבירות, און שלאף איין, און אינמיטן שלאף וועסטו נסתלק ווערן לחיי עוה"ב... און ווען דו וועסט פילן ווי איינער קלאפט דיר און שרייט "ארויס פון קבר" זאלסטו וויסן אז ס'איז לאחר המעשה, און דאס איז דער מלאך פון חיבוט הקבר, זאלסט זיך נישט לאזן פון דעם מלאך, נאר זאלסט אים גוט במקל'ן די ביינער, און זאג אים ער זאל דיר לאזן רואיג שלאפן דיין אייביגע רוה.
בציקער, ס'איז געקומען פארטאגס און דער משגיח נעמט זיך האקן מיטן גלעקל און שרייט ארויס פון קבר, ארויס פון קבר, און דער אויסלענדישער בחור טראכט נישט קיין סאך, און נעמט זיך פראסקענען דעם משגיח, פוץ אפ פון מיר, לאז מיר שלאפן מיין אייביגע רוה...
שטייצעך אז דער משגיח האט גלייך געכאפט אז עמעצער האט דאס אנגעווערטשאפט און לאחר חקירה ודרישה האט מען אפיר גענומען דעם לץ און אים משלח געווען פון ישיבה.
פרייטאג ינואר 23, 2009 10:51 am
פרייטאג ינואר 23, 2009 11:31 am
מיטוואך מרץ 03, 2010 7:54 pm
א הערליכע זיסע אשכול