געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
דינסטאג פבואר 19, 2008 5:33 pm
ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל ראש ישיבה און סאנץ סטריט ,סאטמאר ישבה גדולה און די כ' און די ל' יארן , האט אמאל געכאפט א בחור רייכערן און ווען די בחור האט אים געזען האט ער שנעל אראפ געווארפן די ציגערעטיל און ווער ר' נתן יוסף איז ציגעקימען האט ער געמיזט ארויס בלאזען געט ער זיך ארוף אן "או מיין מאגן ברענט"
Advertisement
דינסטאג פבואר 19, 2008 5:38 pm
אין די ישיבה אויף סענדז סט. איז געווען א בחור וועלכער האט פון הונטן געענדלט אין ר' נתן יוסף ז"ל, געדענק איך ווי היינט ווי איינער האט בטעות געגבן א קרויסן קלאפ אין רוקן פאר ר' נתן יוסף'ן "וואטווצעך שלמה......."
איך ברויך ענק נישט מסביר זיין די בושות (דער נאמען פון די בחור וועם ער האט געמיינט אז עס איז, ליגט ביימיר, דער איד איז היינט א בעה"ב און ער וואונט אין אנטווערפן)
דינסטאג פבואר 19, 2008 5:56 pm
די מעשה גייט ווייטער און ר' נתן יוסף האט אים געפרעגט און פאר שלמה קימט זיך אזא שטארקע קלאפ און ריקען
-
דינסטאג פבואר 19, 2008 6:14 pm
יא און ווי איך דערמאן זיך טאקע אין כתה טית אין טרופ איז געווען עפעס ענליך,
ר' אייזיק וויזעל שליט"א האט ארויפגעוואקט צו די פערטע שטאק ווי זיין חדר איז געווען סטאנציאנירט,
און פונקט איז נאכאיינער פון KTH ארויפגעלאפען די שטיגען אזוי אז ר' אייזיק האט ארויס געוואקט פון די שטיגען א האלבע סקונדע פאר אים,
(ר' אייזיק פלעגט גיין מיט א חאלאטעל אין חדר) דער בחור אזוי פארסאפעטערהייט זעהט זיין חבר ויקרא שמו הערשמיילעך,
געט ער אים אזא זעץ אין ריקען אז ר' אייזיק איז שיעור ארויסגעפלויגן פון די ווינדאו, עס האט דאך אבער נישט געפאסט אים צו קנס'ענען וויבאלדא ער האט געמאכט א מיאוסען טעות,
און ער זעהט פון דערווייטענס ר' דוד דוב מייזליש שליט"א לויפט ער צו צונעם און צייגט אים אן, אזוי מיט זיין אקצענט
"ער איז מיין פריינט" ... ופני הבחור רויט.
דינסטאג פבואר 19, 2008 6:25 pm
חאחאחא KTH או איז געווען גיטע צייטן , איך האב נאך געזען און בחרים קעמפ אפאר יאר ציריק מיט פעינט ספרעי אויף איינע פון די באנגס מיט גרויסע ווערטער KTH
מיטוואך פבואר 20, 2008 7:37 pm
יאסל וועט אודאי געדענקן דעם עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אונז אין ישיבה איין פרימארגן, ווען א בחור האט אריינגערופן דערציילן אז דער ראש ישיבה האט געכאפט א מיאוס'ן עקסידענט אויפן וועג צום ישיבה, און איז ליידער באוואוסטלאז ל"ע. די גאנצע ישיבה האט זיך ספאנטאן געשטעלט אין בית המדרש תהלים זאגן, מען האט איבערגעדרייט הימל און ערד, דער רב שליט"א איז געמאלדן געווארן איבערן אינצידענט, ווי אויך די הנהלת הישיבה און אזוי ווייטער. ביי קאפיטל (איך געדענק נישט וועלכע) איז דער ראש ישיבה אנגעקומען ווי זיין געווענליכן שטייגער, מיט א וואונדער מינע אויפן פנים איבער די ערנסטקייט וואס הערשט אין שוהל... די בחורים האבן אפגעאטעמט מיט פרייד (???).
מיטוואך פבואר 20, 2008 9:44 pm
ביי אונז אין די ישיבה לצעירים, איז געווען א געוויסע מוספארשטענדעניש מיטענ מנהל איבער א געוויסע טור וואס דער מנהל האט געוואלט פארשפארען, און די בחורים האבען נישט אזוי מסכים געווען דערצו, איך דארף אייך נישט פארציילען אז דער טיר איז א שיינע פאר מאל אראפגעריסען געווארען, איינמאל האבען די בחורים אפגעמאכט אז דאס מאל וועט מען נישט ארפרייסען דעם טיר, נאר וואס דען?
עס איז געווען איינע פון די מגידי שיעור וואס האט געהייסען ר' מענדיל הענדלער (ז"ל) און ער פלעגט האבען דעם שליסעל פון די טיר, און ער פלעגט יעדען טאג אריינקימען פון יענע טיר, און א באשטימטע צייט, איז מען געגאנגען און מען האט אריינגעלייגט עפעס א דזשעל גלו אינעם טיר, ממש א מיניט פאר ר' מענדיל איז אנגעקימען, און ווען ער האט אריינגעלייגט די שליסעל אינעם טיר פון אינעוויינוג עס צוריק צו פארשפארען האט זיך עס פארקלעבט אינעוויינוג, און ער האט זיך נישט געקענט אן עיצה געבען,
האט ער אריבערגעריפען ר' מענדיל לענעראוויטש זאל אים העלפען זיך אן עיצה געבען מיטען שליסעל, פארשטייט זיך אז די גאנצע האלל איז זייער שנעל אנגעפילט געווארען,די בחורים האבען געהערט אז מען מאכט עשמעטוט איז יעדער געקימען צו לויפען, און אזוי וואו ר' מענדיל לענראוויטש איז אנגעקימען גיבט זיך א בחור א צעשריי, מענדיל גיי דיר צוריק פארדינגען קארס, (ער האט זיך באצויגען צום פאקט אז ר' מענדיל לענראוויטש פלעגט פארדינגען קארס און די בחורישע יארען) א וואו איינער זאגט די ביזט אלץ בחור נישט בעסער געווען,
אבער ר' מענדעל הענדלער וואס האט אויך פארמאגט א קאר רענטעל מיינענדיג מען מיינט אים, האט זיך גענימען שרייען שקר איך האב שוין געהאט חתונה געהאט פארדעם.
דאנערשטאג פבואר 21, 2008 8:01 am
קאנא:
האסט מיך דערמאנט פון ר' הענדל מענדלער ז"ל אוי איז דאס געווען גוטע צייטן.
דער ברך משה האט אמאל געזאגט ביי א דרשה אין צעירים אז ער פרייט זיך ווען ער זעט אז דעם פעטערס שטעטל בויט זיך.
א פאר טאג שפעטער אין מיטן לערנען שטייט א בחור ביים פענסטער אין באטראכט די קאנסטראקשן אנטקעגן איבער, פרעגט אים ר' מענדל וואס זעסטו דארט?
ענטפערט אים דער בחור: איך פריי מיך מיטן רבי'נס שמחה.
דאנערשטאג פבואר 21, 2008 12:24 pm
קרעמער האט געשריבן:יאסל וועט אודאי געדענקן דעם עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אונז אין ישיבה איין פרימארגן, ווען א בחור האט אריינגערופן דערציילן אז דער ראש ישיבה האט געכאפט א מיאוס'ן עקסידענט אויפן וועג צום ישיבה, און איז ליידער באוואוסטלאז ל"ע. די גאנצע ישיבה האט זיך ספאנטאן געשטעלט אין בית המדרש תהלים זאגן, מען האט איבערגעדרייט הימל און ערד, דער רב שליט"א איז געמאלדן געווארן איבערן אינצידענט, ווי אויך די הנהלת הישיבה און אזוי ווייטער. ביי קאפיטל (איך געדענק נישט וועלכע) איז דער ראש ישיבה אנגעקומען ווי זיין געווענליכן שטייגער, מיט א וואונדער מינע אויפן פנים איבער די ערנסטקייט וואס הערשט אין שוהל... די בחורים האבן אפגעאטעמט מיט פרייד (???).
א שאלה צי איך געדענק, איך געדענק ווי מהאט אונז ארויסגעיאגט פון בעט בערך 5.15 פארטאגס צו גיין זאגן תהילים, דער רב זצ"ל איז אריינגעקומען האלבער זיבן לכבודו האט מען איבערגעזאגט די תמניא אנפין
ער האט שיעור ציגעגעבן א נאמען, אינמיטן זאגן דעם יהי רצון איז אנגעקומען די ידיעה אז סאיז א שטיקל די גאנצע מעשה, דער ר"י זעלבסט איז אנגעקומען שוין נאכען געוואר ווערן.
די הער קרעמער געדענקסט זיכער נישט די מעשה, האסט מסתמה נאר גהערט דערוועגן.
דאנערשטאג פבואר 21, 2008 7:53 pm
אודאי נאר געהערט דערפון.
פאלגענד זענען נאך זאכן וואס מיינע אויערן האבן איינגעזאפט אין די ישיבה:
די לעגענדע דערציילט אז דערפאר האט דער רב (ז"ל) אויפגעהערט דרייוון, ווייל דאס האט אים אמאל גורם געווען צו עסן פארן דאווענען... ס'טייטש ער האט ארויפגעדרייווט דעם בארג צום ישיבה, ווען א בוים איז אים אנטקעגן געקומען מיט א העפליכע קבלת פנים, און בעוה"ר האט דער רב אראפגעשלינגן 2 ציינער...
---
די לעגענדע איז א לאנגע, און עס דערציילט אויך איבער ר' פלוני (א תמימות'דיגער ישוב'ניק) וואס איז געפארן שיפלן מיט 2 אנדערע בני הכפר. אינמיטן וועג איז ר' פלוני'ס היט אריינגעפאלן אין די טיפע וואסערן, אבער ער האט זיך געטרייסט "עס האט ב"ה א פלעסטיק"...
פרייטאג פבואר 22, 2008 10:43 am
קרעמער טייערער דשאקס אהער דשאקס אהין דעי אידען דאס איז נישט דא מער ס'איז דיסקענטיניוט, דאס תמימות דאס ערליכקייט נישטא. אלעס איז איינגעשלינגן געווארן דורך די היינטיגע מאוומענטס למינהם.
פון דעי צענדליגער טויזענטער ערליכע אויבערלענדער אינדערהיים איז געבליבן זילטש.
פרייטאג פבואר 22, 2008 11:13 am
אויף יענע רב ז"ל האב איך געהערט א מעשה
ער האט געהאלטן אינמיטן דרייווען אין ס'האט אנגעהויבן רעגענען און ער האט זיך דערמאנט אז ער האט שירעם אין טראנק האט ער געמאכט א יו טערן אנצוקומען צום טראנק נעמען דעם שירעם
זונטאג פבואר 24, 2008 11:35 pm
זייער שיין פון יעדן דא, ביטע ווער עס האט נאך, זאל אונז מחי' זיין
מאנטאג פבואר 25, 2008 4:12 pm
יאסל;
איינער פון זיי לעבט נאך (כ'האף אזוי). ר' י. לעסער (וד"ל).
מאנטאג פבואר 25, 2008 4:45 pm
סאכדעס האט געשריבן:זייער שיין פון יעדן דא, ביטע ווער עס האט נאך, זאל אונז מחי' זיין
כאילו דו האסט נישט קיין מעשיות...
מאנטאג פבואר 25, 2008 5:52 pm
ער איז געבוירן אלץ אינגערמאן
מיטוואך נובמבר 12, 2008 12:42 am
ווער ווייסט פון די מעשה פון די לעבעדיגע לויה פון איינע פון די ראשי ישיבה לאויט"א, דאכט זיך נאך פאר סענדז סטריט, אז נישט שאל אביך ויגדך.
מיטוואך נובמבר 12, 2008 2:42 am
איך געדענק ביי אונז אין ישיבה איז עפעס א א געוויסע יאר האט זיך געטוישט דער משגיח וואס האט געטויגט אויף כפרות געוועזן איז ער אויך א שטיקל תמים ער איז אנגעקומען אין ישיבה ער האט געוואלט וויסען וויאזוי די בחורים הייסן האט ער געבעטן פון א בחור זאל איהם מאכן א מאפע פון די גאנצע ישיבה יעדער בחור וויער זיצט ער האט דאס געמאכט אויף מארגן איז פונקט א בחור געגאנגען פארברענגען אויף א אנדערע פלאץ ער קוקט אריין אין די מאפע ער זאגט איהם דו ביזט מארקאוויטש יענער וויסט פון גארנישט איך בין נישט ער האט מען געזען וואו ער קוקט אריין אין די מאפע האט מען שוין געכאפט וואס גייט דא פאר אויצומארגען האבען זיך די בחורים איינס ביי איינס גאטושט די פלכצער
מאנטאג נובמבר 17, 2008 11:16 pm
אמאל האט א משגיח געפרעגט א בחור וואס האט אביסל געבטלט וואס עט אויסוואקסן פון דיר ענטפערט איהם דער בחור א משגיח :
לעצט פאראכטן דורך
הכל בכל מכל אום דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 9:17 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג נובמבר 18, 2008 12:54 am
ר' נתן יוסף מייזעלס ע"ה איז אמאל ארומגעגאנגען אין די סאטמארע ישיבה אין די שטיבער קוקן וואס די בחורים טוען.
האט ער געטראפן צוויי בחורים שפילן שאך, האט ער זיי געפרעגט בדרך לצון "וואס מאכט דער פערדל?"
האט אים א בחור גענטפערט "ער גייט פון שטוב צו שטוב קוקן וואס די בחורים טוען..."
אגב פון ר' נתן יוסף מיט די בחורים קען מען שרייבן ביכער, ווער עס געדענקט, ועוד חתן למויד.
דינסטאג נובמבר 18, 2008 1:17 am
ערב שבת זכור האט מען אויפגעשטעלט א ריזיגע מצבה מיט א שיינע נוסח פון דע געשטארבענע ישובה און מען האט דארט געהאלטן הספדים און באגלייט די שיבה אריין אין די ערד
דינסטאג נובמבר 18, 2008 10:33 am
ביי אונז אין די ישיבה האט זיך געפונען איין משגיח (אפשר מער ווי איינס) וועמען מ'האט אראפגעזעצט אויף א בענקל אינמיטן בעסמעדרעש צו ווייזן, "אזוי זעהט אויס איינער וואס לערנט נישט"
דינסטאג נובמבר 18, 2008 5:15 pm
אלף בית האט געשריבן:ביי אונז אין די ישיבה האט זיך געפונען איין משגיח (אפשר מער ווי איינס) וועמען מ'האט אראפגעזעצט אויף א בענקל אינמיטן בעסמעדרעש צו ווייזן, "אזוי זעהט אויס איינער וואס לערנט נישט"
והיינו-הך, דאס איז א באקאנטע לצה בעולם הישיבות.
אויך די דרשות פון געוויס מגי"ש און מנהלים פלעג זיין א ליצנות-ארטיקל אריינלייגנדיג עמי-הארצות ביים נאכמאכן פורים און א גאנץ יאר, איינס דערפון געדענק איך יעצט;
...'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' עס גייט יעצט זייער שטרענג גענומען ווערן דער ענין פון פארטאגס, 'שש שנים יעבוד' זעקס אזייגער פונקטליך ברויך יעדער דא צו זיין, 'ובשביעית' ווער עס קומט אן נאך זיבן אזייגער, 'יצא לחפשי חנם' זאל ער געזונטערהייט אהיימגיין!"......
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 9:11 pm
אז מען רעדט פון די קביעותדיגע זאכן וואס איז אין עולם הישיבות דערמאנט עס מיר די קביעותדיגע דרשה פון די מגי"ש ביי פתיחת הזמן
די יאר האט מען זיך בכלל נישט נאכגעפרעגט
דאנערשטאג נובמבר 20, 2008 9:15 pm
אז מען רעדט פון ר' נתן יוסף אין ישיבה דעמאן איך זיך אז מען פלעגט זאגן אז ער איז אמאל ארויפגעקומען אין ישיבה אין געזאגט
דער רבי האט מיר געגעבן רשות אז אלעס וואס איך זאג קען איך נאכזאגן בשמו , דאס זאג איך אויך נאר וועגן דעים היתר