קבלה אויף תשע"ט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

קבלה אויף תשע"ט

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 5:56 pm

אויפן שוועל צום נייעם יאר
מיין געפילען ארויסברענגן קלאר
אפאר ריכטיגע החלטות
ביפאר די יאר תשע"ט

כ'האב מיר כסדר איינגערעט
אז ס'איז מותר די אינטערנעט
אויף אייוועלט נישט געזאגט קריטיק
ס'דאך ריין פין פאליטיק
אלעס ווי פיין אין וואויל איז
נאר איידעלע אשכולות
וואס קען שוין שלעכט זיין
צו פארברענגן דא זמן

אבער ס'געווען א גרויסער טעות
פארברענגט דא שעות ע"ג שעות
פארברענגן אויפן אינטערנעט
איז גורם חטא על חטא
די יצר געט א שטופ
מ'גייט נאר וואטשען די קליפ
נאר א בליק א ווינק
נאר קליקן די לינק
די נייעס עפענען
זעהן אין סי ען ען
אזוי גייט עס ווייטער
נאך א גדר מתיר

די אייבשטער מ'פארשוועכט
אויף יעדע גדר מ'ברעכט
מיינט רבנים האבן געזאגט ס'אסור
אבער איך האב געהאלטן ס'כשר
די אינטערנעט מ'פאשפארט
מער נישט קיין פאון די סמארט
כ'בעט איבער יעדעם
זאל זיין חדש ימינו כקדם
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:37 am

פון שומרים טעלעפאן ליין
845.400.1111

טיף אין די נאכט,
זיצט זיך א איד פארטראכט,
שוין עטליכע שעה ביי די כלי געזעצן, ענדליך האט ער עס פארמאכט.

ער זיצט און ער קלערט,
וואס איז שוין מיין לעבן ווערט,
בייטאג און ביינאכט פארנומען מיט שטוסים, פארזונקען טיף אין דער ערד.

וואס איז מיט מיר דא געשעהן,
איך בין נישט אלץ אזוי געווען,
איך געדענק נאך גוט יענע צייטן, ווען בעסער און שענער האב איך אויסגעזעהן.

איך בין פארקראכן אזוי ווייט,
אזוי פארפארן אין א זייט,
ס'נישט צום גלייבן וואס קען ווערן, פון א מענטש און אזא קורצע צייט.

ער טראכט אויף צוריק,
אויפן וואנט עס פאלט זיין בליק,
שטייט דארט א שאנק, מיט הונדערטער ספרים אן אוצר פול מיט גליק.

און מיטאמאל,
זכרונות אן א צאל,
שווימען ארויף, עס גלאנצט פאר די אויגן די שיינקייט פון כלל ישראל.

אוי ווי ליכטיג אוי ווי זיס,
א געשמאקע דאווענען מיט א חיות,
א בלאט גמרא א פרק משניות, נאר פון העכערס איז דער גאנצער שמועס.

אין אן אנדער וועלט מ'שוועבט,
מיט גוטע אידן מ'איז אנגעקלעבט,
א טעם אין שבת, א טעם אין א מצוה א גן עדן דאס הייסט געלעבט.

א טובה פאר איד,
מ'טוט אוון מ'ווערט נישט מיד,
מיט הארץ און געפיל, מיט רחמנות און ליבשאפט מיט יענעמס צער פילט מען מיט.

קינדער מ'ערציט,
מ'באגלייט זיי אויף טריט און אויף שריט,
מ'בעט און מ'האפט, צום באשעפער אין הימל זיי זאלן אויפוואקסן ערליך און גוט.

געווען איז דאס ביז יענעם טאג,
ווען דער שטן האט געגעבן א זאג,
לויף און קויף דו יענע כלי, עס וועט דיר שפארן אסאך מיה און פלאג.

נישט געוואוסט דעם געפאר,
וואס פאר א פרייז מען באצאלט דערפאר,
ווי א נער זיך געלאזט פארפירן, אזא ווייטאג אזא צער.

אדורך איז בלויז איין יאר,
און די אידישקייט הענגט אויף א האר,
פארשטאפט איז די הארץ, פאר'תמ'ט איז די מח פארטירקנט פאר'גוי'שט ביז גאר.

א פחד א שרעק,
ער בענקט זיך צום ריכטיגן וועג,
ווי טינקל ווי שווארץ, ווי מיעס איז די לעבן ווען מ'גייט פון די תורה אוועק.

די אויגן ווערן נאס,
אויף די טמא'נע כלי ער ווערט אין כעס,
וואס פאר א גליקן האט עס אים געגעבן, געמאכט פון אים א שיכור פון די גאס.

נעריש איז די גאנצע וועלט,
מ'לויפט נאך תאוה מ'לויפט נאך געלט,
וואס בלייבט איבער פון דעם אלעם, א מציבה אינמיטן פעלד.

א טרער נאך א טרער,
עס גוסן זיך אן אויפהער,
א טיפע חרטה, א פעסטע קבלה ער וויל שוין נישט זינדיגן מער.

ער שרייט ניין מיט א געוויין,
ס'וועט ווייטער אזוי נישט אנגיין,
די אידישע חן וועל איך נישט פארטוישן, מיין נשמה וועט שוין בלייבן ריין.

ער טאנצט אויף מיט א געשמאק,
ער נעמט ארויס דעם גרויסן האק,
מיט א פעסטן זעץ צושמעטערט די כלי, א נקמה מיטן גענאצן קנאק.

געענדיגט קלאפן דעם על חטא,
דער האן אינדרויסן שוין ער קרייט,
דער נייער טאג איז שוין אן געקומען, עס שיינט אריין א שטראל פון ליכטיגקייט.

אן אנדער באדייט,
די נשמה אינגאנצן באנייט,
געקומען די צייט צו דאווענען שחרית אין שול אריין מען גייט מיט פרייד.

אין טלית איינגעהילט,
צום באשעפער א נאנטקייט ער פילט,
וואס געווען איז געווען, זאל אפגעמעקט ווערן די טעג וואס מ'האט פארשפילט.

ארויס פון תפיסה אויף דער פריי,
פרוש געבוירן פון דאסניי,
די שלעכטע צייטן, שוין פארביי מ'קען תשובה טוט מיט איין דריי.

אוי טאטע זיסער גיט ער א שריי,
דיר אפצולאזן אין נישט כדאי,
איך וויל אלץ פארבלייבן אין דיין ארמיי, און דיר שטענדיג דינען גאר געטריי.

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:41 am

בין ישראל לעמים האט געשריבן:פון שומרים טעלעפאן ליין

https://www.dropbox.com/s/cdx22aljf2v1h ... D.mp3?dl=0

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט