פונקט פאר אכציג יאר צוריק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

פונקט פאר אכציג יאר צוריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון וואשינגטאן »

הערט א מעשה וואס עס איז געווען פונקט פאר אכציג יאר צוריק.

און העכסטן געריכט טוט זיך א טומל, די אנגעצויגענקייט קען מען טאפן מיט די הענט, די פראקוראר ארבייטען איבערמידלעך, מיט שטרענגע געזיכטער און בייזע בליקען טועהן זיי פארלאנגען דאס שווערסטע שטראף, א שטראף וואס איז נאך קיינמאל נישט פאראורטיילט געווארן אין די געריכט.

די פארטיידיגער ארבייטען איבערמידלעך צי פארמינערן די שווער אורטייל, זיי פארלאנגען פאר רחמנות, אבער זעהט אויס אן ערפאלג.

דער רעספעקטפולער ריכטער זיצט מיטן פולסטן ערנסטקייט, ער איז דן צי אלע פרטים און קליינטשיקע פרטים'לעך פון דער קעיס, ער נעמן אין באטראכט די באשולדיגטע מיט זייער רעקארד, זייערע פאמיליעס, זייערע כוונות, ער פראבירט צי נוצען רחמנות, און ער גיבט א קלאפ אויפן טישל, א שווערע אנגעצויגענקייט הערשט אין געריכט זאל.

דער פסק דין איז געגעבן געווארן.

דער ריכטער האט אנגענומען די טענות פון די פראקורארן, און געגעבן די שווער אורטייל.

איהר האט נישט קיין טעות, דאס איז געווען ראש השנה תרצ"ט, ווען די ביטערע אורטייל איז געגעבן געווארן, און איז ליידער געווארן אויסגעפירט אויפן שווערסטן פארנעם.

ווער ווייסט ווי אזוי וואלט ווען אויסגעזעהן ווען כלל ישראל וואלט דען דעמאלט א ביסל מער טרערן פארגאסן, א ביסל מער תשובה, א ביסל מער תיקון המעשים, ווער ווייסט...

ווען כלל ישראל וואלט דעמאלט געוויסט וואס עס טוט זיך דארט אויבן אין הימל, אוי, ווי אנדערש עס וואלט אלעס אויסגעזעהן....

מיר שטייען איצטערט נאכאמאל פאר א משפט, אויף אזעלכע שווערע גיזרת איז מען האפענטליך נישט דן, אבער מען איז יא דן אויף זאכן וואס שטייען וויכטיגער וי טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, מען איז דן אויך ידער יחד ויחיד'ס לעסן, אויף געזונט, פרנסה, נחת, הצלחה, און וואס נישט.

ועל הכל, מען איז דן צי די יאר וועט שוין זיין די סוף פון די ביטערע גלות, צי מען וועט אונז שוין "פיינעלי" אויסלייזן פון די ביטערע גלות, לאמיר אויסניצען די טעג.

הרה"צ ר' יענקעלע גאליסקי זצ"ל האט פארציילט:

געווען אמאל א גרופע שיכורים, הולכי בטל, יושבי קרנות, א גאנץ לעבן געווען פארנומען מיט די ביטערע טראפן.

איין טאג האט זיך איינער פון זיי אויפגעכאפט ער גיבט א שריי צי זיי.

"חברה! ענק מיינער מיר גייען אייביג לעבן? עס גייט דאך איין טאג זיין א סוף, וואס מיינען ענק מען גייט מיט אונז מאכן אויף יענער וועלט?"

"נישט באזארגט" – רופט זיך אן א צווייטער, "דער וואס וועט דער ערשטער שטארבן וועט זיין געצווינגען צי אראפ קומען צי איינער אין חלום פון אונז פארציילען ואס מען מאכט מיט איהם".

גייט דורך א תקופה טון איינער פון זיי איז נתבקש געווארן צי יענער וועלט, און נאך א תקופה קומט ער צי זיין חבר אין חלום.

דער חבר איז אויפגעציטערט געווארן צי זעהן דער מנוח, זיין פנים שווארץ, פארברענט, אנגעשמיסען, ה' ירחם.

"וואס האט מען מיט דיר געמאכט?" – פרעגט ער מיט שרעק, "דאס איז דער עונש פארן שיכור'ען?"

"חבר מיינער" ענטפערט ער, "בארואיג זיך, קענסט ווייטער טון וואס דו ווילסט, נאר איין זאך, וויסקי זאלסטו נישט טרינקען..."

און ער פארציילט אז ווען ער איז געקומען צום בי"ד של מעלה האט מען איהם באלד געפרעגט "קבעת עתים לתורה?" און ווען ער האט געענטפערט דער אמת, אז ער איז געווען ציגעבינדען צום ביטערן טראפן, האט מען איהם פארגעהאלטן, "האסטו דען געממינט אז דו גייסט אייביג לעבן? האסטו דער נישט געטראכט אויפן עתיד?" און ער האט געענטפערט "ניין, איך האב געהאט א קליין קאפ, נישט געטארכט וואס גייט זיין..."

און מען פרעגט איהם: "זאג מיר, וואס האסטו געשאשקעט דארט א גאנצן טאג?" און ער האט געענטפערט, וויין ברוינפען, ליקער, שליוואוויץ, וויסקי....

פרעגט מען איהם: "דער וויסקי וואס דו האסט געטרינקען האט א גוטער טעם?" ענטםערט ער: "ניין, די טעם איז ביטער".

"איז פארוואס האסטו עס געטרינקען?"

"וואס פארשטייען ענק? די ערשטע רגע איז עס ביטער, אבער נאכדעהם מאכט עס אזוי געשמאק, עס גייט אריין אין אלע ביינער, עס לעבט אויף, דערמינטערט..."

זאגט מען איהם: "הייסט עס די וויסט יא צי טראכטן אויפן עתיד..." – און מען האט איהם אריין געפירט אין גיהנם.

ממילא האט ער געזאגט פאר זיין חבר, אז קיין וויסקי זאל ער מער נישט טרינקען.

ווען עס קומט ראש השנה לאמיר נישט אויסזעהן ווי יענער יוקל, און פארגעסן פון די עיקר, לאמיר געדענקען די עיקר פון ראש השנה, צי ממליך זיין דער רבש"ע, און אויסבטען אויפן גאולה שלימה ווען עס וועט שוין זיין "ובכן תן פחדך ה' אלקינו על כל מעשיך", און די אל תפילות וועלן מקויים ווערן.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

שטארקע משל. יורד חדרי בטן!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

גאר שטארקע רייד.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

זייער שטארק יישר כח!!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זייער שטארקע ווערטער.

אויך מיר א גולם....
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”