ספיריטשול אינספירעישענעל נשמה'לעלעלע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט

תורה איז אן אנדערע מייסע,
נעוואדע לערנסט א געשמאק שטיקל סוגי' ווער רעדט נאך ווען ס'קומט נאך צו די שמחה פון התרת הספיקות...

אבער סתם מצות מעשיות, לעול על צאורינו נתנה, רחמנא אמר תקעו, אן קיין ספירטשועליטי
דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט דערינען עפעס א געשמאקע גערוך כנ"ל...

תחת אשר לא עבדת את השם אלקיך בשמחה ובטוב לבב.

די תוכחה קען קומען פון דיינע כנ״ל׳ס...

וואס האסטעך אפגעשטעלט אינמיטן פסוק?
תחת אשר לא עבדת את השם אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל
דהיינו האסט נישט געדינט דעם אויבערשטן מיט א שמחה אז דער אויבערשטער האט די געגעבן פון אלעם גוטס זאלסט עם קענען דינען ציפרידערהייט ס'זאל דיר גארנישט פעלן
עפעס שטימט נישט דא?

די סוף פסוק האב איך אויסגעלאזט בטעות.

זאגסטו אזא לומדות; דער אייבערשטער וויל דו זאלסט האבן פין אלעם גוטן כדי דו זאלסט אים קענען דינען מיט רוהיגקייט, און נישט נאר דאס, נאר ער קען דיך אפילו שטראפן פארן נישט זיין בשמחה פון די אלע גוטס וואס ער געט דיר. אבער פון תורה ומצות דארף מען בעצם נישט הנאה האבן נאר טוהן פשוט מיט עול אן געשמאק.

מאכט סענס?

איך זאג דאס נישט, דער הייליגער רמב"ם זאגט דאס
דער רמב"ם איז מבאר אז אלע יעודי גשמיות וואס שטייט אין די תורה זענען 'נישט' קיין שכר אויף די מצות, נאר דער אייבירשטער האט דאס ציגעזאגט אז מען זאל עם קענען דינען בהרחבה אן קיין שטערונגען מצד דעם גשמיות'דיגן גוף און אירע צרכים, און אויף דעם באציט זיך די תורה, היות דו האסט נישט געדינט דעם אויבערשטן בשמחה מרוב כל, ווען דער אויבערשטער האט דיר געגעבן פון אלעם גוטן, דעריבער קומט די תוכחה
דאס זענען נישט מיינע חידושים, דאס אלעס שטייט אין די מפרשי התורה
קיינער האלט נישט אז מען דארף דינען דעם אויבערשטן נאר מיט א געשמאק, אדרבא אין חסידישע ספרים איז פיל, געפאקט, מיט דעם ענין אז עס זענען פארהאן מוחין דקטנות וירידה און עס זענען פארהאן מוחין דגדלות ועליה, און די עבודת האדם איז זיך אויסציארבעטן צו דינען דעם אויבערשטן בכל אופן ובכל מצב שיהיה, און אזוי דארף מען מחנך זיין די קינדער אז דעם אויבערשטן 'מוז' מען דינען סיי אויף וואסערע אופן מען געפינט זיך
די אלע אידן וועלכע האבן נאר געהאלטן דערביי ווען עס איז זיי געווען ענדזשויעבל, האבן אפגעפוטשט מיאוס אין די מלחמה יארן, ווען מען האט געהונגערט און געמוזלט, און געהאלטן האבן זיך נאר די וועלכע האבן אמת'דיג געהאלטן דערביי צו דינען דעם אויבערשטן אפילו ווען עס איז חושך ענן וערפל אפילו אין די טונקלסטע מצבים והסתרה שבתוך הסתרה, ווען מען האט גארנישט גארנישט געפילט און גארנישט געזעהן, אדרבא מען האט ליידער געזעהן דאס פארקערטע
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

די טאהשער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ווען ער האט אזא תאוה צו לערנען א בלאט גמרה ברעכט ער די תאוה און זאגט אנשטאט תהילים... ווען ער פילט אז עס גוסטע אים די תהילים, דאן לערנט ער. עס איז זיכער דא א געשמאק צו זיין נאנט צום רבוש"ע. עס איז באקאנט די מעשה פונעם גר צדק וואס האט זיך מגייר געווען ווייל ער האט געזען די שמחה ביי קידוש לבנה מוצאי יום כיפור
שויתי ה' לנגדי תמיד
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

וועל איך מיך נישט אריינמישן דא צו מ'דארף ענז'שויען א מצוה. איך מיין יעדער רעדט דא פון עפעס אנדערש ולא פליגי..
אבער כ'מיין יעדער איז מודה אז די מצוות זענען נישט קיין 'מיטל' צו גיין האבן פאן.. דאווענען איז נישט קיין אינז'שויעבל קומזיץ נאר אן עהרנסטע זאך. יא, מ'קען -און אויב מעגליך- דארף מען פרובירן צו באקומען א תענוג רוחני- ביים דאווענען*. אבער נישט אריינלייגן די תאוות וואס מ'האט ליב, אריין אינעם דאווענען.

אדער אין מקומות הקדושים...

*געווענליך נאך א תענוג רוחני זעהט מען עס נישט אויף די וואטסעפפ סטעטוס..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
יתכן..
אבער אפשר גאר פארקערט!
וויבאלד עבודת השם / רוחניות איז "אמת"!
איז ווען א מענטשט איז פארנומען מיט אמת - נישט קיין שקר און פאלשע אויגעבלאזענע זאכן - פילט ער אן אמת'ע טעם און סיפוק.
אמת'קייט ברענגט אמת'ע תענוג / צופרידענקייט/ סיפוק.

יכול להיות?

איך קען דא הערן ביידע צדדים.
לאמיר עס צולייגען.
יעדער איז דאך מודה, אפילו דער גוי קען דאס זען, אז ס'דא אזא זאך ווי א רוחנות'דיגע געשמאק. אז ס'קומט למשל יום כיפור נאך נעילה און מ'האלט נאכ'ן פאסטן אויסבעטן אלדאס גוטס, שפירט זיך אפילו דער מגושמ'דיגסטע איד דערהויבען. צו ס'קומט די ערשטע נאכט חנוכה, און מ'צינדט א לעכטל און מ'פראוועט מיט די משפחה און מ'זינגט שירות ותושבחות. וכו' וכו' יעדער לויט זיין שורש נשמה.
איז האמיר דא מחלוקת פון וואנעט דאס קומט.
דאס אמאל איז כו"ע מודי אז ס'האט נישט קיין זיז כל שהוא מיט די פאלשע אויפגעבלאזענע כמו רוחניות הנקרא ספיריטשולעיטי בלע"ז (בלשון עבודה זרה).
פון וואנען ווייסען מיר צו פינאנדערשיידען? איז דער תרוץ, קוק צו יענץ קומט אן 'געשמאק' און גרינג און אן קיין שום פרעשר. אויב מ'קען אריינהאקן שטיקער בשר און זויפן וויינען און א גרינעם מיטוואך, און לצ'עווען און לאכן און מאכן וויצן און ארומרעדן כל מיני לשן הרעס אויף ערליכע אידן, און נאכדעם גייט מען וויינען אויף די ניגון אין די קאמזעץ, זאלט איר מיר אלע מוחל זיין איז דאס גארנישט מיט אידישקייט און ווער וייס צו ס'קומט נישט פון די כוחות הטומאה ר"ל
איז די אמת'ע רוחניות'גע הייליגע תענוג. די סארט וואס מ'שפירט ביים זיך אויסוויינען כבן המתחנן לפני אביו יום הקדוש ביי נעילה, צו ווען מ'טאנצט אויף די פרענטשעס שמחת תורה און מ'דאנקט אין מ'לויבט די בוכ"ע "טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר, אז איך בין א איד", צי אז מ'הערט דעם דורעכשניידענדנן קול שופר און אלע גלידער טיען צוגייען מרוב פחד ורתת וזיע און מ'שפירט ווי מ'שטיי מיר פאר'ן מלך מלכי המלכים הקב"ה.
בקיצור, ס'אנישט אינטרעסאנט מער מעריך צו זיין און ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
יעצ איז די שאלה פון וואו ס'קומט אט די רוחנית'דיגע תענוג. צי איז דאס אזוי אז א מצוה איז בהכרח א געשמאקע זאך צו דאס האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט כדי אינז אינעם עולם השפל זאלן 'אויך קענען פארזיכן אביסעלע תענוג רוחני אויף אונזער וועלטעלע?
כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין די ספרי מחשבה אבער כ'גלייב ס'דא אידען וואס ווייסען ענטפערס אויף די שאלות

און אויב מען איז ביי א קומזיץ ווי מען זינגט אלטע חסידישע ניגונים און מען רעדט נישט קיין לשון הרע און אדאנק די דערהויבנקייט וואס מען פילט דעמאלטס לערנט מען פלייסיגער נאכדעם, און אזא פאל מעג מען יא זיצן ביי א קומזיץ?

רעב יוד אין אזא פאל איז דאס נישט א קאמזעץ.... אפשר פארמישט איר זיך מיט א טיש. צו א באטע, יא ס'איז א ענין צו פארברענגען חסידישע אידן צוזאמען בצוותא חדא און א ליל שישי און עוסק זיין אין אור החיים הק' און זינגען ווארעמע חסידישע ניגונים. אפשר מיינט איר אפילו א פארבריינגען פון די חבדסקער, ני דאס האט אנדערע פראבלעמען אבער א קאמזעץ איז דאס ניט!

און אויב ס׳איז אין די וואכן טעג, נישט שבת, און מ׳זינגט די אלע חסידישע ניגונים מיט כלי זמר, ווי למשל א גיטאר, דאן מעג מען נאכאלץ?

און אויב כ'גיי שפאצירן מיט א הינטל אויף די ווילאמסבורגע גאסן ראש השנה נאכמיטאג.... דאס מעג מען אויך? אפשר קענט איר מיך טרעפן א פסוק חומש וואס אסר'ט עס?
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ראספשע, איך וויל נישט טראלן.

איך האב איבערגעליינט אלע תגובות אין די אשכול און איך זעה נישט ווער ס׳שרייבט אז מען זאל דינען דעם אייבערשטען נאר ווען ס׳איז געשמאק און נישט ווען ס׳קומט אן שווער, סאו איך בין נישט קלאר צו וועם דו באציהסטיך און דיין לעצטע תגובה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

גולם פון פראג האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:איך קען דא הערן ביידע צדדים.
לאמיר עס צולייגען.
יעדער איז דאך מודה, אפילו דער גוי קען דאס זען, אז ס'דא אזא זאך ווי א רוחנות'דיגע געשמאק. אז ס'קומט למשל יום כיפור נאך נעילה און מ'האלט נאכ'ן פאסטן אויסבעטן אלדאס גוטס, שפירט זיך אפילו דער מגושמ'דיגסטע איד דערהויבען. צו ס'קומט די ערשטע נאכט חנוכה, און מ'צינדט א לעכטל און מ'פראוועט מיט די משפחה און מ'זינגט שירות ותושבחות. וכו' וכו' יעדער לויט זיין שורש נשמה.
איז האמיר דא מחלוקת פון וואנעט דאס קומט.
דאס אמאל איז כו"ע מודי אז ס'האט נישט קיין זיז כל שהוא מיט די פאלשע אויפגעבלאזענע כמו רוחניות הנקרא ספיריטשולעיטי בלע"ז (בלשון עבודה זרה).
פון וואנען ווייסען מיר צו פינאנדערשיידען? איז דער תרוץ, קוק צו יענץ קומט אן 'געשמאק' און גרינג און אן קיין שום פרעשר. אויב מ'קען אריינהאקן שטיקער בשר און זויפן וויינען און א גרינעם מיטוואך, און לצ'עווען און לאכן און מאכן וויצן און ארומרעדן כל מיני לשן הרעס אויף ערליכע אידן, און נאכדעם גייט מען וויינען אויף די ניגון אין די קאמזעץ, זאלט איר מיר אלע מוחל זיין איז דאס גארנישט מיט אידישקייט און ווער וייס צו ס'קומט נישט פון די כוחות הטומאה ר"ל
איז די אמת'ע רוחניות'גע הייליגע תענוג. די סארט וואס מ'שפירט ביים זיך אויסוויינען כבן המתחנן לפני אביו יום הקדוש ביי נעילה, צו ווען מ'טאנצט אויף די פרענטשעס שמחת תורה און מ'דאנקט אין מ'לויבט די בוכ"ע "טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר, אז איך בין א איד", צי אז מ'הערט דעם דורעכשניידענדנן קול שופר און אלע גלידער טיען צוגייען מרוב פחד ורתת וזיע און מ'שפירט ווי מ'שטיי מיר פאר'ן מלך מלכי המלכים הקב"ה.
בקיצור, ס'אנישט אינטרעסאנט מער מעריך צו זיין און ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
יעצ איז די שאלה פון וואו ס'קומט אט די רוחנית'דיגע תענוג. צי איז דאס אזוי אז א מצוה איז בהכרח א געשמאקע זאך צו דאס האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט כדי אינז אינעם עולם השפל זאלן 'אויך קענען פארזיכן אביסעלע תענוג רוחני אויף אונזער וועלטעלע?
כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין די ספרי מחשבה אבער כ'גלייב ס'דא אידען וואס ווייסען ענטפערס אויף די שאלות

און אויב מען איז ביי א קומזיץ ווי מען זינגט אלטע חסידישע ניגונים און מען רעדט נישט קיין לשון הרע און אדאנק די דערהויבנקייט וואס מען פילט דעמאלטס לערנט מען פלייסיגער נאכדעם, און אזא פאל מעג מען יא זיצן ביי א קומזיץ?

רעב יוד אין אזא פאל איז דאס נישט א קאמזעץ.... אפשר פארמישט איר זיך מיט א טיש. צו א באטע, יא ס'איז א ענין צו פארברענגען חסידישע אידן צוזאמען בצוותא חדא און א ליל שישי און עוסק זיין אין אור החיים הק' און זינגען ווארעמע חסידישע ניגונים. אפשר מיינט איר אפילו א פארבריינגען פון די חבדסקער, ני דאס האט אנדערע פראבלעמען אבער א קאמזעץ איז דאס ניט!

און אויב ס׳איז אין די וואכן טעג, נישט שבת, און מ׳זינגט די אלע חסידישע ניגונים מיט כלי זמר, ווי למשל א גיטאר, דאן מעג מען נאכאלץ?

און אויב כ'גיי שפאצירן מיט א הינטל אויף די ווילאמסבורגע גאסן ראש השנה נאכמיטאג.... דאס מעג מען אויך? אפשר קענט איר מיך טרעפן א פסוק חומש וואס אסר'ט עס?

איך האב פשוט געוואלט קלאר ווערן ווי דו האסט אראפגעלייגט דעם גדר.

שפילן קה אכסוף מיט א גיטאר איז ווי שפאצירן מיט א הינטל? מיט א קלארינעט מעג מען יא?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

ר' שמואל, ס'האט א חכם אמאל געזאגט
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט. עכ"ל
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

אויף דעם האט א צווייטע חכם געזאגט ״ערווארט נישט אז יענער זאל פארשטיין וואס דו ווילסט אויב דו אליינס פארשטייסט אויך נישט״
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:אויף דעם האט א צווייטע חכם געזאגט ״ערווארט נישט אז יענער זאל פארשטיין וואס דו ווילסט אויב דו אליינס פארשטייסט אויך נישט״

שוין אז איר פארשטייט נישט אויפ'ן ווינק וועל איך פרובירן א צווייטע אופן
אויב האט איר געליינט די אשכול האט איר געזען כ'האב געשטעלט א שאלה
ווילט איר אייער קינד זאל מיטהאלטן אזא סליחות קומזיץ? יא צי ניין.
אויב יא האט איר זיי מוחל נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול, ס'דא ב"ה גענוג אינטרעסאנטע אשכולות און איר מוזט נישט קאמענטירן דא
אויב נישט ביטע זייט מיך פונקקליך מסביר ווי איז חל די איסור פון די סליחות קומזעץ, צי ס'איז די גיטאר צי די טלית אויף די פלייצע צי ס'איז די דרשה צי די בעל תפילה... ביטע שרייבט ארויס ברחל בתך הקטנה
אדער בעסער געזאגט שרייבט נישט ארויס וויילאויב דארפט איר זוכען פראבלעמען דערמיט דעמאלץ האב מיר גענצליך א אנדערע הבנה אין יודישקייט
בתקוה להבנה
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

רב גולם, איך זעה נישט אז ר׳ שמואל זאל זיך קריגען מיט אייך
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער גאנצע צומישעניש קומט דערפון וואס גולם האט געשריבען א ווילדע באהויפטונג אבי צו זיין קאנטראווערסיעל. זיכער איז יודישקייט געשמאק, עס מוז זיין געשמאק און מען מוז עס אזוי מאכען פאר די קינדער.

נאר וואס, דער יודישקייט זעלבסט דארף זיין געשמאק און זיס, און מען דארף נישט אריינברענגען קיין געשמאק און זיסקייט פון דער פרעמד.

ווען איינער עסט סטעיק בשעת ער הערט א שיעור, איז עס איהם אפשר געשמאק, אבער נישט דער יודישקייט איז געשמאק נאר דער סטעיק. און עס וואלט געוועהן געשמאק אויך אהן דעם שיעור.

טא אויב וויל יענער נאך פון דעם געשמאק אין וועלכע ער האט זיך איינגעוואוינט, און ער איז מבקש 'לימודו', זוכט ער נאך סטעיק.

אלזא עס זענען נישט פארהאנען קיין קשיות און סתירות. יודישקייט און מצוות זענען געשמאק און זיס (ווענגלייך צומאל קומען זיי אהן שווער, אויס דעם שאור שבעיסה), אבער טאמער איינער מוז זיך טרעפען זיין געשמאק אין דער פרעמד, וועט ער ווייטער דארט זוכען.

אגב, די שאלה 'וואלסטו געוואלט דיין קינד זאל...?' איז פעלערהאפטיג, ווייל מען מוז עס פארגלייכען מיט עפעס אנדערש.

צי וואלט איך געוואלט מיין זוהן זאל זיין א גרויסע ביזנעסמאן און מאכען גאלדענע געשעפטען?

ווענדט זיך. אויב אנשטאט הארעווען אין לערנען, דאן ניין, אבער אויב אנשטאט זיך מוטשען מיט א dead end דזשאב פאר מינימום געהאלט דאן יא. טא די שאלה מוז אלץ ווערען געפרעגט אין א קאנטעקסט.
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

אנעים קומט אריין קלאר, ווי אייביג.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
מיט די שאלה האט מען גענאגלט דעם גאנצן שמועס דא.
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?

און וואס זאגסטו צום מסילת ישרים וואס זאגט אז די תכלית הבריאה איז ״להתענג על השם?״

אבער נאך ווי... אז מען פירט זיך לויט'ן מסילת ישרים איז שוין איינמאל להתענג על השם...!!!
און אפילו נישט אויף די מדריגה ממש, קען יעדער איד שפירן א פינטעלע פון דעם "להתענג על השם" אין גוטע צייטן, וואס כל הון בעלמא און כל גשמיות שבעלמא קען נישט האבן, למשל, ווי שבועות פארטאגס נאכ'ן הארעווען א גאנצע נאכט און כאפן א טבילה בדחילו ורחימו, מיטהאלטן א קינד'ס הבנה פון א בלאט גמרא אדער א שטיקל דרשות חת"ס על בורי', מוצאי יום הקדוש אהיימקומענדיג מיט א גוט געבענטשט יאר אויסגעווייקט און אויסגעוואשן כתינוק בן יומו, און דאס אלעס איז אפילו ביי יעדן פשוטן יונגערמאן וואס האט נאך נישט פארקויפט די גאנצע וועלט פאר א ליל שישי טשאלענט קומזיץ, ווער רעדט נאך פון א חשובער איד וואס פירט זיך טאקע ווי דער הייליגער רמח"ל שטעלט אוועק, א פראגע צי ער איז און שפירט דער גליקליכסטער מענטש אויף דער וועלט? מיט די גרעסטע שמחה ותענוג אויף יעדע רגע דביקות אין הייליגן באשעפער?

לענ"ד, איז עכטע אידישקייט אויטאמאטיש געשמאק. ווען מ'רעדט פון "מאכן געשמאק" דאס אידישקייט ביי די קינדער מיינט נישט אנקלעבן א שמייכל סטיקער. עס מיינט ארויסברענגען די מציאות'דיגע געשמאק וואס איז טאקע דא אין אידישקייט. ווען מ'שמועסט און מ'זינגט באטעמט ביים שבת'דיגן טיש איז עס נישט קיין אנשטעל, עס דעמאנסטרירט נאר אז א שבת'דיגע טיש כהוגן "איז" געשמאק. וכן הלאה והלאה.

בקיצור, "להתענג על השם" איז נישט קיין סתירה צו די געהויבנסטע בחינות אין יר"ש און עול מלכות שמים. עס איז היינו הך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

זייער קלאר! פלאס ברענגט נישט אריין דיינע אייגענע כעס און נערוועזקייט אלס חלק פון אידישקייט, כאטש קינדער מעגן אמאל זען אן ערנסטקייט פארן יום הדין, ציטער פאר חמץ, ווייטאג פון פירצות א.א.וו.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אינטערעסאנט קיינער האט נאך נישט געברענגט וואס דער אר"י הקדוש האט געזאגט אויף זיך אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות נאר דורך שמחה של מצוה. דאנט ווארי, איך פארשטיי אז ער האט נישט געמיינט דעם געטאר ביי סליחות... אבער מען רעדט דא כאילו אין תורה אוןן מצוות דארף מען נישט צו שפירן קיין געשמאק און מען דארף עס טוהן מיט אן עול.
עס איז פשוטער פון פשוט אז מען דארף דינען דעם אויבערשטען אפילו עס איז נישט געשמאק און מיט מסירת נפש. אבער איז דען א שאלה צו אן ערליכע יוד שפירט א געשמאק און עבודת השם? נישטא נאך אזא תענוג!! איז דען דא א גרעסערע תענוג פון שלעפן א שווערן זאק מיט גאלד?! מען דארף סך הכל משיג זיין אז אינעם שווערן פעקל ליגט גאלד. יענע רגע ווערט עס אויס שווער און עס ווערט גרינג און געשמאק.

אפילו וואס איינער האט דא געשריבן וועגן טאהש'ער רבי זי"ע אז ער האט געטוהן אנדערש וואס ער האט געוואלט אפילו אין עבדות השם, דאס אליין איז טאקע געווען זיין תענוג זיין קרבן זיין הנאה ער האט געפילהט גליקליך אז ער האט געקענט זיך צוברעכן פארן אייבירשטען.
ופשוט הוא
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ניצן כלי שיר ביים לויבן דעם באשעפער דאכצעך איז שוין געווען ביי דוד המלך אויב דענק איך גוט.

אבער קומזיצן ווי מען שמעקט נישט קיין ערענסטקייט אויסער נגינה, און נאכדערצו ניגונים פון די לעצטע צען יאר קען זיין זייער אויסגעלאסן (געוואנדען לויט די משתתפים על פי רוב)
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אינטערסאנט ווי יעדער דא מער ווייניגער זאגט ממש די זעלבע נקודה ארויס געברענט אויף א אנדער אופן און סאם האו איז עס א גאנצע טענריי מיט צוויי צדדים
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פרידן האט געשריבן:אינטערסאנט ווי יעדער דא מער ווייניגער זאגט ממש די זעלבע נקודה ארויס געברענט אויף א אנדער אופן און סאם האו איז עס א גאנצע טענריי מיט צוויי צדדים

נו, פון וואס דען קען א איד האבן אזא תענוג ווי פון א טענה'ריי?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

Goodmorning האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:אינטערסאנט ווי יעדער דא מער ווייניגער זאגט ממש די זעלבע נקודה ארויס געברענט אויף א אנדער אופן און סאם האו איז עס א גאנצע טענריי מיט צוויי צדדים

נו, פון וואס דען קען א איד האבן אזא תענוג ווי פון א טענה'ריי?

מאיז נישט געקומען אויף די וועלט פאר תענוגים.....
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:אינטערסאנט ווי יעדער דא מער ווייניגער זאגט ממש די זעלבע נקודה ארויס געברענט אויף א אנדער אופן און סאם האו איז עס א גאנצע טענריי מיט צוויי צדדים

נו, פון וואס דען קען א איד האבן אזא תענוג ווי פון א טענה'ריי?

מאיז נישט געקומען אויף די וועלט פאר תענוגים.....

ביסט פון די נעגעטיווע מענטשן וואס פארגינען נישט אביסל kosher entertainment? :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:״ואהבת את השם אלקיך בכל לבבך.״

קען איינער מסביר זיין וויאזוי מען איז מקיים די מצות עשה אן די ׳גשמיות׳דיגע׳ מציאות וואס הייסט ״געפיל?״

איך פרעג ווייל איך וויל באמת וויסן.

די ספרי אויפען פלאץ ענפערט דיין שאלה,

וז''ל: והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך. למה נאמר? לפי שהוא אומר "ואהבת את ה' אלהיך בכל לבבך", איני יודע: באיזה צד אוהבים את הקב"ה? ת"ל "והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך".

והיו הדברים האלה על לבבך - שמתוך כך אתה מכיר את הקב"ה ומדבק בדרכיו:

סימפעל?והיו הדברים האלה אשר אנכי מצוך היום על לבבך אזוי האט מען ליב דעם אייבירשטען!
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ער האט נישט געמיינט צו פרעגן וואס די מיטל איז אנצוקומען צו אהבת ה', זיין שאלה איז געווען וויאזוי איז פאקטיש שייך צו האבן א געפיל פון "אהבה" צום אויבערשטן אהן נוצן "גשמיותדיגע" געפיל פון אהבה.

און יעצט צו @אלצווויסער'ס שאלה, ווער זאגט אז מען טאר נישט נוצן די גשמיותדיגע געפיל פון אהבה?
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

אנעים זמירות האט געשריבן:דער גאנצע צומישעניש קומט דערפון וואס גולם האט געשריבען א ווילדע באהויפטונג אבי צו זיין קאנטראווערסיעל. זיכער איז יודישקייט געשמאק, עס מוז זיין געשמאק און מען מוז עס אזוי מאכען פאר די קינדער.

נאר וואס, דער יודישקייט זעלבסט דארף זיין געשמאק און זיס, און מען דארף נישט אריינברענגען קיין געשמאק און זיסקייט פון דער פרעמד.

ווען איינער עסט סטעיק בשעת ער הערט א שיעור, איז עס איהם אפשר געשמאק, אבער נישט דער יודישקייט איז געשמאק נאר דער סטעיק. און עס וואלט געוועהן געשמאק אויך אהן דעם שיעור.

טא אויב וויל יענער נאך פון דעם געשמאק אין וועלכע ער האט זיך איינגעוואוינט, און ער איז מבקש 'לימודו', זוכט ער נאך סטעיק.

אלזא עס זענען נישט פארהאנען קיין קשיות און סתירות. יודישקייט און מצוות זענען געשמאק און זיס (ווענגלייך צומאל קומען זיי אהן שווער, אויס דעם שאור שבעיסה), אבער טאמער איינער מוז זיך טרעפען זיין געשמאק אין דער פרעמד, וועט ער ווייטער דארט זוכען.

אגב, די שאלה 'וואלסטו געוואלט דיין קינד זאל...?' איז פעלערהאפטיג, ווייל מען מוז עס פארגלייכען מיט עפעס אנדערש.

צי וואלט איך געוואלט מיין זוהן זאל זיין א גרויסע ביזנעסמאן און מאכען גאלדענע געשעפטען?

ווענדט זיך. אויב אנשטאט הארעווען אין לערנען, דאן ניין, אבער אויב אנשטאט זיך מוטשען מיט א dead end דזשאב פאר מינימום געהאלט דאן יא. טא די שאלה מוז אלץ ווערען געפרעגט אין א קאנטעקסט.

זייער שיין צולייגט @אנעים.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מיאושדיגער האט געשריבן:ער האט נישט געמיינט צו פרעגן וואס די מיטל איז אנצוקומען צו אהבת ה', זיין שאלה איז געווען וויאזוי איז פאקטיש שייך צו האבן א געפיל פון "אהבה" צום אויבערשטן אהן נוצן "גשמיותדיגע" געפיל פון אהבה.

און יעצט צו @אלצווויסער'ס שאלה, ווער זאגט אז מען טאר נישט נוצן די גשמיותדיגע געפיל פון אהבה?

בעפאר איר לאזט זיך אריין די די סוגיא, [אינקלודעד אלע די סארט קשיות], ביטע אביסל עוסק זיין בספרי חסידות, ובפרט תורת חב"ד, ספה"ק ליקוטי אמרים תניא, יושר דברי אמת, וואס זענען מלא וגדוש אויף דעם נושא לארכה ולרחבה,
פון די סאמע אלף בית פון תורת החסידות!, וווי אזוי מעלה צו זיין אהבה גשמיות לאהבה רוחניות,
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ראספשע האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:ער האט נישט געמיינט צו פרעגן וואס די מיטל איז אנצוקומען צו אהבת ה', זיין שאלה איז געווען וויאזוי איז פאקטיש שייך צו האבן א געפיל פון "אהבה" צום אויבערשטן אהן נוצן "גשמיותדיגע" געפיל פון אהבה.

און יעצט צו @אלצווויסער'ס שאלה, ווער זאגט אז מען טאר נישט נוצן די גשמיותדיגע געפיל פון אהבה?

בעפאר איר לאזט זיך אריין די די סוגיא, [אינקלודעד אלע די סארט קשיות], ביטע אביסל עוסק זיין בספרי חסידות, ובפרט תורת חב"ד, ספה"ק ליקוטי אמרים תניא, יושר דברי אמת, וואס זענען מלא וגדוש אויף דעם נושא לארכה ולרחבה,
פון די סאמע אלף בית פון תורת החסידות!, וווי אזוי מעלה צו זיין אהבה גשמיות לאהבה רוחניות,

מיר האבן שוין עוסק געווען....
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”